אשכול אן א טיטל #2787
245 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2787
דולה ומשקההריני מוחה על האשכול דידן.
יעדער איינער וואס האט געשריבען אין דעם אשכול איז עתיד ליתן את הדין.
יעדער וואס איז מוחה אויף א מענטש אדער א קהילה וואס זענען מכשיל הונדערטער אידען מיט עבודת אלילים גייט אין די וועגען פין אברהם אבינו אין אליהו הנביא אין אנדערע וואס האבען ברבים אויסגעשריגען קעגען עבודה זרה, אין דער באשעפער וועט זיי באצאלען מיט שכר טוב בעולם הזה ובעולם הבא,
הער אויף קיינער דינט נישט קיין עבודה זרה פליז!
א קליין הייפעלע צובראכענע יודן א קלאפטע פון (נישט ממש) משוגעים, ווילן זיך פילן גוט. טא צו וואס שטערט אייך?
סארי, בונעס איירעס, אבער "דאס", מיינט ע"ז, דינען א מענטש, געהעריג עבודה זרה, מסתם נאך ערגער ווי דינען א שטיין אדער א האלץ, מסתם איז דא מער נארמאלערע וואס קוקען עס אן ווי א וויץ אבער די יונגערע נעמען עס שוין ערענסט אין יא ס'איז ממש ע"ז מדאורייתא, וואס איז ביהרג ואל יעבור,
how do you compare these 2 ?
in Viznitz they worship the Rebe
This piece in the Yid i see worshiping the Satmere Shiteh
you couldnt be more off
טוה מיר א טובה, זאג מיר נישט אז דער אויבערשטער האט א נחת רוח פון זיין פאררוקט רק עם חכם ונבון, וואס איז דאס זאגן לעשות נח"ר לבורא ולרבות כבוד אדמו"ר ישועת משה, דאס איז מיסגאידעיד יודישע קינדער, פליז לאז מיך אפ מיט זייער לערנען און דאווענען, אז דער לידער זייערע וויל מאכן אז טוהן מצוות זאל זיין להרבות כבוד זיין געשטארבענע טאטע, דאס איז אט אוף הענד קאמפליטלי.
You can say the same on every erliche Yid who lives a Frim life with a bias towards the outside world, he too, is blind to the world and obsessed with his torah teachings.
To a Satmarer the whole essence of being "Satmar" is the Shiteh Ve'yoel Moshe, to call that 'egoistic' is dumb as can be.
[ציטאט אראפגענומען]
ס'זייער א פיינע לימוד זכות, אבער ס'נישט אמת, דאס אז א רבי האלט מיט מיט א חסיד צי ער לערענט צי נישט איז איין זאך, נישט דאס איז די אישו, די אישו איז אז מען נעמט א מענטש אין מען דינט אים מען דאווענט אויסגעדרייט צי אים, מען לערענט אויס די קינדער אז ער איז נאך פאר גאט, אין אזוי ווייטער מיט זאכען וואס איז עבודה זרא, ווען די בית המקדש וואלט געשטאנען וואלט מען אזא מענטש נישט נאר אויסגעטוהן נאקעט כלשונך, נאר ס'געווען אזא מעשה בימי חז"ל אין מען האטעם געהארגעט אלץ א מסיס ומדיח, דער באשעפער דארף נישט אזא עבודה, ס'איז עבודת אלילים
איז דא א חילוק צווישן וויזניצע ע"ז אדער סאטמארע?
sefishhow do you compare these 2 ?
in Viznitz they worship the Rebe
This piece in the Yid i see worshiping the Satmere Shiteh
you couldnt be more off
האמיר אונז לשיטתך א נייע הלכות עבודה זרה, וואס דארטן שטייט ווי פאלגענד: "אסור לעבוד עבודה זרה לאדמו"ר שעוד אתנו חי היום, אבל מותר לעבוד לאדמו"ר שכבר הלך מאתנו ולספרו ולשיטתו"!?
כ'מיין צו פרעגן וואס איז פונקטליך דער חילוק?
sefish
To a Satmarer the whole essence of being "Satmar" is the Shiteh Ve'yoel Moshe, to call that 'egoistic' is dumb as can be.
אין אנדערע ווערטער שרייבסטו אז וויבאלד דאס איז די גאנצע זאך פון א סאטמערער במילא ווערט עס אויס עגאאיזים!
איך מיין אז ס'איז פארקערט, אויב דאס איז גאנץ סאטמאריזים דאן איז א סאטמארע כל כולו עגאאיסט!
קיינער רעדט נישט פון די גרויסע בר מצוה?
לעמילקיינער רעדט נישט פון די גרויסע בר מצוה?
דאס איז נישט קיין משוגעת דאס איז געוועהן א שיינע בר מצוה
א משוגעת איז דאס: מ'רייניגט אפ די שטח אין בית החיים פאר די הייליגע רבי קומט!
📎 מנקים את השטח בבית הקברות.jpg
ווען איך זאל נאר מלקט זיין אלע גזירות חרמות וקונמות, גדרים וסייגים, פון רבי ישראל האגער מוויזשניץ שיכון וויזניץ, וואלט מען געמיינט אז א געהעריגע לץ (אדער פארדארבענע משכיל) האט דאס געשריבען,
איהר רעדט דא וועגן משוגעת'ן פון חסידים,
זאל איך ווען מלקט זיין אויסצוגן ממה שיצאו מפום ממלל רברבן רבי ישראל האגער עט מען שוין איינמאהל זעהן ווער עס האט משוגעת'ן.
דולה ומשקהווען איך זאל נאר מלקט זיין אלע גזירות חרמות וקונמות, גדרים וסייגים, פון רבי ישראל האגער מוויזשניץ שיכון וויזניץ, וואלט מען געמיינט אז א געהעריגע לץ (אדער פארדארבענע משכיל) האט דאס געשריבען,
איהר רעדט דא וועגן משוגעת'ן פון חסידים,
זאל איך ווען מלקט זיין אויסצוגן ממה שיצאו מפום ממלל רברבן רבי ישראל האגער עט מען שוין איינמאהל זעהן ווער עס האט משוגעת'ן.
טאקע שוין
דולה, לויט ווי איך געדענקט פון נעכטען, ביסטו זייער שטרענג ווען די אשכול ווערט פארדרייט פון די פתיחה.
קוק גוט, וועסטו זעהן אז דער אשכול רופט זיך "אדמו"ר ר' מענדעלע מוויזניץ'ס חסידים'ס משוגעתן".
ס'מאכט זיך גאנץ אפט אז א רבי לאזט הערן דברי טיפשות, נו, וואס קען מען טוהן, דאס האט דער רבי זכרונו לברכה מ(-לייג אריין וואס דו ווילסט-) איבערגעלאזט.
אבער אזא אלע חסידים זאלן משוגע ווערן? דאס איז שוין א חידוש, און פארדינט טאקע א בכבוד'דיגע אשכול אין צימעס.
דולה ומשקהווען איך זאל נאר מלקט זיין אלע גזירות חרמות וקונמות, גדרים וסייגים, פון רבי ישראל האגער מוויזשניץ שיכון וויזניץ, וואלט מען געמיינט אז א געהעריגע לץ (אדער פארדארבענע משכיל) האט דאס געשריבען,
איהר רעדט דא וועגן משוגעת'ן פון חסידים,
זאל איך ווען מלקט זיין אויסצוגן ממה שיצאו מפום ממלל רברבן רבי ישראל האגער עט מען שוין איינמאהל זעהן ווער עס האט משוגעת'ן.
חוץ וואס קאווע טרינקער האט דיר שוין געענטפערט, וויל איך דיר עקסטער ענטפערן. קאן זיין אז ר' ישראל האט אסאאאאאך מער משוגעת'ן און אסאאאך מער דברי טפשות גערעדט. קיינער רעדט נישט פון זיין חכמה פערזענליך, די אלע זאכן האט ער געמאכט ווייל ער רעדט זיך נעבעך איין אז אזוי איז ער מרבה כבוד שמים, אבער דא רעדט מען פון זיין פארנומען להרבות כבוד אדמו"ר שליט"א (המיו"ל מלך המשיח לעולם ועד, ואולי אפילו ג-ט ב"ה אליינס).
א באקסל פון מצות וואס זיי האבן ארומגעשיקט צו זייערע שטוצער!
📎 IMG_20130331_085211~01~01.jpg
הרבי שליטא דומה rather לחמץ, עיסה נפוח.
נייגעריגערsefishhow do you compare these 2 ?
in Viznitz they worship the Rebe
This piece in the Yid i see worshiping the Satmere Shiteh
you couldnt be more off
האמיר אונז לשיטתך א נייע הלכות עבודה זרה, וואס דארטן שטייט ווי פאלגענד: "אסור לעבוד עבודה זרה לאדמו"ר שעוד אתנו חי היום, אבל מותר לעבוד לאדמו"ר שכבר הלך מאתנו ולספרו ולשיטתו"!?
כ'מיין צו פרעגן וואס איז פונקטליך דער חילוק?
ט!
איך האלט נישט אז די מענדעליסטן האבן א דין פון עוע״ז אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט, איך פארשטיי אבער נישט דיר און יאנקל. זיין שטארק אדוק אין א דת אדער שיטה, האט נישט קיין שייכות מיט עבודה זרה. איך מיין, דאס איז וואס מיר אלע זענען, שטארק אדוק אין אידישקייט. און די זעלבע איז בנוגע א שיטה. משא״כ זיין אדוק אין א בשר ודם, איז שוין מער אבק ע״ז.
נייגעריגערא באקסל פון מצות וואס זיי האבן ארומגעשיקט צו זייערע שטוצער!
📎 IMG_20130331_085211~01~01.jpg
סתם פאר נייגעריקייט איז מעגליך זאלסט ארויפלייגען די גאנצע בילד פון די מצה באקס?
סמארט: ניין! איך בין שוין נישט נעבן דעם באקסעל!
וויבאלד דער בילד איז גאר גרויס קענסטו עס נישט זעהן נאר אויב דו זאמסט ארויס דיין בראוזער.
צו פארגרינגערן, שטעל איך ארויף דעם בילד פארקלענערט:
📎 IMG-01.jpg
יישר כח שמעקעדיג
איך קען דער קדשי קדשים בעסער ווי בעסער
איך האב גאר אסאך אינטערסאנטע און האר-פון-קאפ-אויפשטעלענע זאכען צי דערציילען פון דארט
maybe 1 day
📎 IMG_20130405_123933585425653.jpg
וואלפה אדרבה פאק ארויף
איך האב מער ליב די געמולענע בילד ווי ס'עכטע...
קוק אויפן בילד ווי פאר'צרה'ט ער זעהט אויז טראכטענדיג פון זיין רבי'ן.
שיין אז זיי האבן נישט געטוישט די נוסח הברכה, "רבי אדונינו מלך העולם"..
בד"וו, איך האב אינזינען מיין רבי ביי כרפס. צו פטור ווערן פון די מרור...
מיין מעשה
לערנען'דיג נישט ווייט פון זיין אמאליגע ביהמ"ד וואס איז געווען אויף רח' אמרי ברוך אין שיכון ויזניץ בב"ב, האבען מיינע חברים מיר געזאגט אז ר' מענדעלע (דעמילטס נאך געווען "דער הייליגער רב" און בנו חביבו- יחידו פון די הייליגע רבי) פראוועט עפעס וואס ר' זד'אסטין ביבער קען זיך פארשטעקן, בין איך אהין געגאנגען זעהן פון וואס מען רעדט.
אויב האב איך געמיינט אז זיי זענען שטארק מגזים, בין איך גאר איבערצייגט געווארן פארקערט, פון יענעם "פשוטען" מעריב און ספירת העומר.
אריין קומענדיג האט מיר קיינער נישט באמערקט -עכ"פ אזוי האב קודם געמיינט-,
דאס בילד האט אויסגעזעהן בערך אזוי: ביידע זייטען פון די לענג זענען געווען 3 שטאקיגע פארענטשעס, ווי בחורים און יונגעלייט זענען געווען אויסגעדרייט צו מזרח אל קדשי הקדשים,
קינדער מיט ווייסע העמעדער ( איך געדענק נישט צו דעמילטס זענען זיי אויך געגאנגען מיט קיסקעטליך) זענען געשטאנען מיט א מורהדיגען יראת הכבוד אויף די מערב זייט פארענטשעס,
נאר מידעל עדזש און זקנים זענען "געשטאנען" אויפן פלאץ,
ווען אינמיטען און די צעהן פיס ארינטער איז געווען ליידיג, אז אלע זאלען קענען א גאנצע צייט זעהן פני המלך, נישט אראפ נעמעדיג זייער אויגען פון רב הק'.
די דאווענען איז צוגעגאנגען מיט קולות וברקים, אזש א עס האט זיך מיר געדאכט אז איך בין ביי א בר מצוה וואס די כיתה איז דער ערשטע מאהל דארט און יעדער טרייט צי וויזען ווי "שיין" ער קען ארויפציען,
ווען עס איז אנגעקומען צי קבלת עול מלכות שמים (- די רב איז דאך אין הימעל) זענען כמעט אלע געבליבען מיט אפענע אויגען צוגעקלעבט צום רב הק', חוץ די פאר אויפענמיינענ'דיגע חברה האבען געגעבן א כאפ אפ שמע און גלייך זיך שנעל צוריק מקשר געווען,
אזוי איז ציגעגאנגען די גאנצע דאווענען שמונה עשרה אריינגערעכנט ווי קיינער האט נישט א בלינק געגעבן בטעות ח"ו.
וועגען ספירה קען מען שרייבען טאפעלט...
א וואך שפעטער בין איך נאכאמאל צוריק געקומען זעהן די שוי, בעיקור בין איך געבליבען ווייל איך האב געהערט אז איך האב פארפעלט א גיטן שטיקעל וואס דאס איז געווען דעם "באגלייטן",
ווי נאר די עסקנים, גבאים און פרעמדע האבען געווארט אינטען (די שוהל האט געהט בערך 70! טרעפ ) אויפן גאס,
אזוי ווארטענדיג אינטען קומט צי צו מיך איינער און זאגט מיך : " שלום עליכם וואלפה (- רופענדיג מיין ערשטע נאמען), ווי אזוי האסטו הנאה דא?", איך האב דעם פארזאן קיינמאל פריער נישט געקענט,
שפעטער בין איך געוואר געווארן אז ער האט געפרעגט א מענדעליסט פון אינזער ישיבה ווי אזוי איך הייס.
ב"ה אז דער הייליגער האט דעמילטס אנגעהויבן אראפ וואקען דער טרעפ איז ער שטים געווארן,
בשעתן אראפוואקען געפינט זיך נישט קיינער אויפן טרעפ אויסערן גבאי, אבער די רגע וואס ער גייט אראפ דער לעצטע סטעפ, האט זיך די טיר פון שוהל געגבען א ברעך אויף, און אלע חסידים האבען זיך אנגעהויבן אראפקוילערן די טרעפ ווי פארסאמטע מייז, צו זעהן די רב'ס טינקל פענסטערדיגען מיני ווען.
אפאר טעג שפעטער בין איך ווידער צוריק געקומען, די זעלבע שפיל האט זיך ווידער איבערגעחזרט, ווען איך האב זיך אויסגעדרייט צוריק צו גיין אין ישיבה הער איך ווי איינער רופט מיך ביים ערשטען נאמען.... והנה דער מישנ'ערי איז צוריק דא, איך האב געהאפט אז עס וועט זיך ענדיגען אזוי שנעל ווי אפאר טעג פריער, אבער די שמוס האט געדארט 1 שעה און 10 מניט!...
המשך וועט נאכפאלגען נאך שבת אי"ה
איך שטיי און איך לאך....
איך ליין יעצט דעם גאנצן אשכול אויפאמאל. איך קען נישט אויפהערן פלאצן פון געלעכטער...
קאווע טרינקערשיין אז זיי האבן נישט געטוישט די נוסח הברכה, "רבי אדונינו מלך העולם"..
בד"וו, איך האב אינזינען מיין רבי ביי כרפס. צו פטור ווערן פון די מרור...
דער געמאלענער וויזניצער חסיד אינעם בילד האט אויך עפעס אזא גאנג.. ער צוקייעט זיין רבי ווי א מצה.
איך הער אז ביי מרור איז געשטאנען אז מען דארף אינזינען האבן דעם רבי'נס ברודער...
אין מיין הגדה האב איך אויך בילדער פון מיין רביס פאמיליע
ביי די ארבעה בנים
דער ברך משה האט געהאט גענוי די ארבעה בנים פון די הגדה. ופשוט היא..
יא. על הסדר.
נעה
Echod chuchem is...... Haha
'קאווע טרינקער' איז אן ארויני פאר די זעלבע ריזען פארוואס אלע 'נישט סאטמארע', וואס נעמען א שטעלונג אין די סאטמארע פאליטיק, זענען ארוינים.
פארוואס מוז מען יעדן אשכול פארדרייען קיין סאטמאר?
ווייל סאטמאר רולט... נישטא א וועג ארויס כמעט
זר זהב'קאווע טרינקער' איז אן ארויני
וואס זאגסטו ליגענט ווען דו ווייסט דעם אמת?
ווער נאך אזוי ווי דיר ווייסט וואספארא דורכגעווייקטע סטראפקוב-מאנסי חסיד איך בין?
שוין, מיט סטראפקוב האט זיך דער אשכול צוריקגעקערט צו אדמו"ר רמ"מ.. פארווער ס'געדענקט.
קאווע טרינקער
שוין, מיט סטראפקוב האט זיך דער אשכול צוריקגעקערט צו אדמו"ר רמ"מ.. פארווער ס'געדענקט.
ווער ס'פארשטייט, פארשטייט.
אויף ר' מענדעלען פלעגט מען זאגן אזוי: זיין זון חיים מאיר איז שוין דריי דורות א בן יחיד. ער איז א בן יחיד זיין טאטע איז א בן יחיד און דער זיידע איז נאך געווען א בן יחיד, ודפח"ח.
מיין מעשה חלק ב'
חלק ב'
בקיצור דער בן ציפור האט מיר אנטפלעקט זיין נאמען ביים אנהייב פינעם שמוס אלטס "א. פויגל" (-ממש פאסיג!).
וואס אינז האבען געשמוסט געדענק איך נישט פינקטלך, ווייל עס איז מיר נישט אנגעגאנגען די תוכן,
דער סיבה וויאזוי די שמוס האט זיך געקענט ציען איז געווען ווייל עס האט מיך יא אינטערסיט דער "צוגאנג" ווי אזוי ער ארבייט, וואס זאל איך זאגען, ער האט די ריכטיגע געצייג!.
ווילענדיג מוטלעבן און פארשטיין ווי אזוי א מיסיענער ארבייט, האב איך אנגעהויבען גיין מער אפט, ווי איך האב נאך אסאך משוגעסן מיט געהאלטן.
לדוגמה א באגלייטען 4:00 פארטאגס (!!) נאך פרייטיגצונאכטס באטע:
ווי דער הייליגער איז געגאנגען אליין מיטן באגלייטונג פון א הייליגער גבאי, אויפן גלאטן גאס (ראוד), איך שרייב גלאט ווייל עס איז געווען ממש גלאט!, נאכדעם וואס קלוגע חסידים זענען קודם געגאנגען און אפגעווישט מיט ביהמ"ד האנטיכער דער גאס פון פוס טריט. שיין אז זיי האבען נישט אויסגעשפרייט א רויטע קארפיט.
ווען דער הייליגער איז געגאנגען אויפן שאסיי זענען אלע חסידים געגאנגען אויפן סייד וואק ברומענדיג א וועזשניצא ניגון, און ווען דער הייליגער איז ארויף אויפן סיידוואק, אויפן וועג אריין אין שטוב האבען זיך אלע אראפ געגעליטשט אויפן שאסיי,
ווען דער רב איז אריין אינעם האל וועי ארויפצוגיין דו סטעפס פון זיין הויז, זענען אלע געבליבן שטיין פארגאפט קוקענדיג אויפן וואנט פון ביתו נאוה קודש ביז דער הייליגער איז אריין אין שטוב. און נאך אזעלכע מארמארישע חכמת האט איך בייגעוואונט.
פארשייט זיך אז דער פויגל האט זיך געדרייט די וואנצעס מיינענדיג אז האט א פרוש פישל.
למעשה נאכען ארויסהאבען קלאר די גאנצער הלוך ילך האב איך זיך אפגעשאקלט און איך בין צוריק געגאנגען מיין וועג.
אבער פאר פויגל האט עס געדוירט א שטיק צייט צו כאפען און שלום צו מאכען מיטן מצב אז איך בין מער נישט און קיינמאל געווען אין זיין נעץ.
ווען ער האט געזעהן אז איך טרעט נישט איבער דער שוועל, האט ער איבער געטרעטן מיין שוועל, און ער פלעגט קומען אין ישיבה רעדן צו מיר, אזוי ווי איך האב נישט געהאט דער שטארקייט צי זאגען גראב פלי אוועק! ( און צוליב די זעלבע פראבלעם האב איך מיטגעמאכט א אנדערע שרעקליכע מעשה, וואס איך וועל אפשר שרייבן, ווען איך וועל האבן צוטריט צו מאחורי הפרגוד) שפעטער האט ער מיך אנגעהויבן רופן אויפן טעלעפאן, ווי ער פלעגט דרייען א קאפ, אז ער וויל לערנען חסידות....
איין צופרי קומט מיר א בחור זאגען אז איך האב א טעלעפון קאל, איך האב זיך שוין פארגעשטעלט אז דער מטורף רופט שוין נאכאמאל, האב איך מחליט געווען אז אלעס האט א שיער און איך גיי אריין שרייען אינעם טעלעפון: "פיקל אוועק פון מיר!" און אראפהאקען,
אוך בין געווען גרייט צו טוהן דער ווילדע אימאויסגערעכנטע אקט, אבער עס איז מיר א דרוך געלאפען אין מחשבה אז עס קען נישט זיין אז דער יונה איז שוין אויפגעשטאנען און ער רופט, ווען איך וועל הערן זיין שטומע וועל איך עס טוהן.
איך הייב אויף און איך בין איבער'רעש'ט געווארן צו הערן מיין טאטעס שטומע...
וואס רופט מיין טאטע א גרינע דינסטאג?! האב איך זיך געווינדערט, עס איז שוין דורך געלאפן אלע שרעקעדיגע מחשבות, נאכדערצו נאכן הערן מיין טאטעס שטומע זייער אימזיכער...
ער פרעגט מיך קודם וואס איז נייעס, ווי אזוי עס גייט, בשעת ער דארף שפיל "שיין", ווען אינז ביעדע זענען אויף שפילקס, ענדליך הייבט ער אן זאגען אז איינער האט איהם גערופען ,(דער איינער וויל איך נאך צורייסען- חוץ אויב ער איז מיין טאטע) און ער זאגט איהם אז איך דריי זיך מיט א שעדליכען און פארדארבענעם יוגערמאן וואס ער רעדט ניבל און שטעלט זיך נישט אפ ביים רעדן...., און ער רופט מיך טעגליך, און שיקט מיך שבת פעקלעך, און איך דריי זיך מיט איהם אין די שפעטע נאכט שטונדן פאר לאנגע שעות און... און....
איך בין געווען געפרוירען פאר א סקונדע פון דו האלבע בלבול.
איך האב איהם קלארגעשטעלט אז איך האב טאקע געשמוסט מיט איהם אויפן גאס און אויפן טעלעפון אבער ער האט קיינמאל עפעס שמיציגס נישט דערמאנט, ניטאמאל פון א בוים גערעדט, און ער שיקט מיר נישט קיין שבת פעקלעך וכו'.
איך האב געהערט פון זיין אטעם אז ער איז זייער סקעפטיש מיט מיינע ווערטער.
האב איך איהם צוגעלייגט אז איך זיך סיי ווי זיך אפצושאקלען פון איהם נאר ער איז ממש ווי א שטיקל נאסע ראץ...
און נעקסט טיים וואס ער רופט מיך גיי איך אויסטוהן מיינע זיידענע הענטשעך און אראפהאקען די טעלעפון.
דאס האט איהם בארואוגט.
און כך הוי.
עס איז נישט אזוי שנעל אראפגעקומען די טישא פון מיין שיך... אבער סוף האט ער געמיזט איינגיין, אז זיינע לאנגע טעג עבודת הקודש איז געגאנגען אין תהום אריין.
איך האב איהם נאך געזעהן איינמאל נאכדעם ביי די חתונה פון "יענע" מענדעל'יסט פון ישיבה. ווען אינמוטן טאנצען האט זיך פליצלינג דער מוזיק אפגעשטעלט און די אלע מענדעליסטן וואס זענען געקומען (מיט שטריימעל בעקיטשע) צום חתונה האבען אנגעהויבן איבער דרייען די זאל.
מיינע חברים זענען געווען היסטערש און דערשראקן וואס עס קומט פאר, אבער איך מיטהאלטנדיג זייערע פארגאנגענע מעשים טובים האט מיך עס אויסגעזעהן ווי א רואוגע און נארמאלע זאך...
דער הייליגער רב איז אריין געקומען ווען אלע בענקלעך זענען געווען צוגעשטופט צום וואנט, אינמיטן איז געווען ליידיג נאר דער רב, חתן, און מחותנים זענען געזיצען ביים טיש, ווי אלע חסידים שטייען אויף די בענקלעך און שאקלען זיך אריין ווי ביי כל נדרי אויף די הייליגע ויזניצע ניגונים, אינז בחורים האבען זיך אויך ארויפגעשטעלט טרייבענדיג שפייז.
אונצווישען זעה איך ווי איינער קוקט מיר אזוי אן מיט א האלבע אויג מיט אזא פארביסנקייט,
נא ווער איז עס געווען? א. פ.!!!
ממש א פחד
מיך ווינדערט וויאזוי קען מען נאך אין יארע טווענטי טוירטין האלטן אזא פארמאכקייט זען זיי נישט די וועלט מיט גרעסערע גלעזער? ווי איז דאס מעגליך?
ברויןממש א פחד, מיך ווינדערט וויאזוי.......
איך אגרי 100%, די פאקט אז מען קען זיך באהאלטן אינטער א ניק און זיך נעמן שרייבען שקר ווי אמת אויף א צווייטען איד אן דארפן געבן א דין וחשבון אויף דער וועלט, איז א פחד נורא,
נעווער מיינד צו איז אמת אדער נישט, און זיכער איז עס נישט אמת ווייל לשון הרע איז א גרעסערע עבירה ווי שקר, און ווען מען זעט איינער איז גרייט איינצושטעלן זיינע זיבעציג יאר כדי א צווייטען צו באגראבן איז ער נישט נחשד אז ער שרייבט אמת..
בדחןברויןממש א פחד, מיך ווינדערט וויאזוי.......
איך אגרי 100%, די פאקט אז מען קען זיך באהאלטן אינטער א ניק און זיך נעמן שרייבען שקר ווי אמת אויף א צווייטען איד אן דארפן געבן א דין וחשבון אויף דער וועלט, איז א פחד נורא,
נעווער מיינד צו איז אמת אדער נישט, און זיכער איז עס נישט אמת ווייל לשון הרע איז א גרעסערע עבירה ווי שקר, און ווען מען זעט איינער איז גרייט איינצושטעלן זיינע זיבעציג יאר כדי א צווייטען צו באגראבן איז ער נישט נחשד אז ער שרייבט אמת..
העי בדחן, דיין הייליגער לאזט נישט שרייבן דא...
ברויןממש א פחד
מיך ווינדערט וויאזוי קען מען נאך אין יארע טווענטי טוירטין האלטן אזא פארמאכקייט זען זיי נישט די וועלט מיט גרעסערע גלעזער? ווי איז דאס מעגליך?
אויב עפעס איז הייליג איז אלע מעשים הייליג און אויף הייליג פרעגט מען נישט קיין קשיות...
להבדל אזוי ווי אינז האבען נישט קיין שאלות אויף הקב"ה
בדחןברויןממש א פחד, מיך ווינדערט וויאזוי.......
איך אגרי 100%, די פאקט אז מען קען זיך באהאלטן אינטער א ניק און זיך נעמן שרייבען שקר ווי אמת אויף א צווייטען איד אן דארפן געבן א דין וחשבון אויף דער וועלט, איז א פחד נורא,
נעווער מיינד צו איז אמת אדער נישט, און זיכער איז עס נישט אמת ווייל לשון הרע איז א גרעסערע עבירה ווי שקר, און ווען מען זעט איינער איז גרייט איינצושטעלן זיינע זיבעציג יאר כדי א צווייטען צו באגראבן איז ער נישט נחשד אז ער שרייבט אמת..
בדחן טייערע לאמיך דיר מסבר זיין, איך האב זיך פארגעשטעלט אז עס זענען דא הייליגע וואס דרייען זיך דא ווייל ווי לאנג מען לערענט מנחת חינוך און חובת הלבבות קען מען שוין סייווי טוהן אלעס.
אבער וואס איך האב נישט געוויסט איז אז עס איז דא שוואכע ביי ענק וואס די אמת זאל אזוי שטארק שטעכען, איך האב געמיינט אז מען ברעין דעמידשט ענק אזוי שטארק אז ענק פילן זיך גאר שטאלץ מיט ענקער הייליגער מעשים, און וועגען דעם האב איך נישט חושש געווען אז איינער וועט ווערן געטראפן,
אפשר ביסטו יא שטארק נאר עס האט דיך געבאדערט אז איך זאג נישט אייביג הייליגער רב וואס איז באמת א מורהדיגען בזיון פארן מלכות
בעט איך אייך איבער חטאתי ..
נאטינג פירסענאל...
וואלפהאפשר ביסטו יא שטארק נאר עס האט דיך געבאדערט אז איך זאג נישט אייביג הייליגער רב וואס איז באמת א מורהדיגען בזיון פארן מלכות בעט איך אייך איבער חטאתי ..נאטינג פירסענאל...
דו זעסט א סיבה אז איך זאל נעמען פירסענאל ווען דו רעדסט ווי א וואזיניגער אויף א צווייטען איד? האב איך עפעס בכלל מיט וויזניץ?
בסך הכל האב איך געשריבען וואס איך האב געשריבען אלץ שותומ״צ און גלייבענדיג און שכר ועונש זענעדיג ווי א איד בארעדט א צווייטען איד אן קיין חשבון. אבער זיי זיכער איך נעם עס נישט פערזענליך.
מען זעהט נישט אז די זאלסט ברענען ווען מען רעדט אין דער באבובער און סאטמארע וכו' פאליטיק
און ליין נאכאמאל מיינע ווערטער וועסטו זעהן אז עס איז נישט קיין לשון הרע ווייל זיי (-ענק) זענען זייער שטאלץ מיט דעם און שרעקן זיך נישט ווען איינער ברענג פשוט ארויס פאקטען
א פרישע קעטעלאג ארויסגעקומען!
אז מ'זוכט מענטשן זאלן קויפן די פראדוקט מוז מען עס געהעריג אדווערטייזן!
📎 PicsArt_1366112983370.jpg