☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » בארימטע גוישע זינגערס
בארימטע גוישע זינגערס
47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1498
ידען » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 9:42 pm
· #35408
בארימטע גוישע זינגערס
כאב געוואלט אריינלייגן אויך פון זינגערינס אבער געטראכט אז פאר איך בין נישט זעכער וואס איז די הלכה פון הערן זינגערינס ביי ״היימישע״ אידן וועלעך עס נישט אריינלייגען.
איך הער געווענלעך נישט קיין גוישע מנגנים ווייל מבד און אברמי פריעד און אלע אנדערע זינגען נאך אויך גענוג שיין אפי׳ זיי האבן נישט ריין אייגענע סטייל אבער זיי זינגען גוט און שיין און רוב מאל וועלעך נישט הערן פון פרעמדע מקורות אבער אמאל אמאל איז די תאוה גובר און איך הער זיך אביסל צו.
איך הייב אן מיט עלוויס וואס איז געווען זייער א שטארקע נאמען און וויזוי מע זאגט ביי אונז אז אפי׳ ער האט געלעבט זייער ווייניג , שמו הולך לפניו און געווארן בארימט איבעראל און נאך ביז היינט איז דא וואס גייען משוגע פאר איהם.
http://en.wikipedia.org/wiki/Elvis_Presley
איינער ווייסט מער פון איהם? אדער איך רעד צום וואנט?
זר זהב » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 9:44 pm
· #35410
נאר געהערט די נאמען, איך וועל לייענען זיין וויקי פעידזש און נאכדעם וועליך וויסן אסאך... איך גלייך קעלי קלארקסאנ'ס ניגונים.
זי איז דאך אבער א אשה.
ידען » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:05 pm
· #35416
אוי וויי
אפשר איז עלוויס גאר געווען א איד??
זיין צווייטע נאמען איז אהרן 🙄
גלות יוד » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 11:32 pm
· #35451
באמת האב איך געטראכט פון עפענען אזא אשכול על איך צילייגן מיינע צוויי סענט אויפן מינוט הער איך אויס michael buble די וועג וויזוי ער אטעמט און די קאליר פון זיין שטימע משוגע צי ווערן דא האט איר א ביישפיל http://www.youtube.com/watch?v=D8GTELtVLvk
Espresso » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:03 am
· #35461
עלוויס'ס מיוזיק רעט נישט צו מיין נפש, און אויך נישט די ביטעלס, זעט אויס מען דארף געבוירען ווערן אין זייער דור צו האבן עפעס א שורש נשמה ביי זיי, אבער אפאר אלטע רעדן יא צו מיר.
באב דילאן
טאם דזשאונס
און פון די נייערע האב איך ליב די בעקסטריט בויז, און דאניעל בעדינגפיעלד.
זר זהב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:10 am
· #35467
ונבנתה העיר » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:38 am
· #35488
אוי עלוויס עלוויס! וויפיהל איך בין שוין געזיצן פארקאכט אין א שטיקל i did it my way...
עס ליגט מיר אין קאפ אז ער איז געווען א איד.
דא האט איהר 'מיי וועי' פון זיין קאמבעק פערפארמענס [אין 73' דאכציך] וואס איז געווארן געבראדקעסט צו איבער א ביליאן מענטשען, די מערסטע אין היסטאריע פון טעלעוויזאן עד היום.
קווארטין » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:52 am
· #35494
און וואס איז מיט קארוסא אוי א שטומע, און פאוועראטי, זיינע היי נאוטס שניידן דאך די לופט.
זר זהב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:55 am
· #35495
דאס איז דאך אפערע, ניין?
ונבנתה העיר » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 1:09 am
· #35499
דא האט איהר זיין ווערסיע פון O Sole Mio
דא איז די ארגינעלע, ווי עס זינגט עס דער גרויסער פאוואראטי.
און אז מען רעדט שוין, דא איז ווי עס זינגען עס שחט, אדלער און העלפגאט [איגנארירט העלפגאט פארשטייט זיך...].
קווארטין » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 1:26 am
· #35501
זר זהב
דאס איז דאך אפערע, ניין?
איך ווייס נישט צו ס'הייסט אפערא צו אפערעטע, דאכט זיך מיר די ערשטע איז מער אזוי מ'שפילט אראפ א פלעי און בשעת מעשה זינגט מען, אפערעטע איז להבדיל ווי א שטיקל חזנות. אויב זאגיך נישט ריכטיג, זאל דאס עמעצער פאררעכטן.
אויך ווער ס'קאן, זאל ביטע אראפברענגן נעססאן דארמע.
נולד מאוחר » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 1:27 am
· #35502
איך גלייך ליפא.
אפשר איז ער א איד, איך בין נישט זיכער.
ונבנתה העיר » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 1:34 am
· #35503
קווארטין
אויך ווער ס'קאן, זאל ביטע אראפברענגן נעססאן דארמע.
געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 1:39 am
· #35506
ונבנתה העיר
[איגנארירט העלפגאט פארשטייט זיך...]
וואס מיינט דאס? איך בין נישט די גרויסע חזן, אבער אין מיינע אויערען פאקט ער זיי אלע איין.
קווארטין » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 1:40 am
· #35507
שכוח, זיסע ונבנתה, דעטס מיי פעיוורעד
ונבנתה העיר » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 2:01 am
· #35511
געפילטע פיש
ונבנתה העיר
[איגנארירט העלפגאט פארשטייט זיך...]
וואס מיינט דאס? איך בין נישט די גרויסע חזן, אבער אין מיינע אויערען פאקט ער זיי אלע איין.
איך האב איהם קיינמאל נישט געקענט דערליידן, און לעצטענס הער איך אז ער האט אסאך מתנגדים.
איך ווייס אליין נישט פונקט פארוואס, אבער בערך: זיין עיקר כח ליגט אין 'שרייען' הויכע טענער און מיט דעם איז ער טאקע פארנומען, אבער ווען עס קומט גוט און געשמאק ארויסצוברענגן די עצם תנועה קומט עס אויס אומבאטעמ'ט.
טאקע ביי דעם קליפ זעהט מען עס גוט, ווי ער הייבט נאר אן נעמט ער זיך שרייען דאס העכסטע וואס ער קען, און דארט בלייבט ער שטעקן און פארגעסט אראפצוקומען און זינגען דעם ניגון.
דרך אגב איז אינטערעסאנט צו באטראכטן שחט ווען אדלער הייבט אן זינגן ווי ער גלייבט נישט וואס ער הערט.
שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:26 pm
· #35816
טאקע נישט קיין בארימטע גוי'אישע זינגער'ס, אבער זיי זינגען א בארימטע אידישע (גוי'אישע) ניגון
http://mahnishmah.com/system/scripts/mo ... gi?p=18323
טעפל » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 6:12 am
· #36104
ונבנתה העיר
געפילטע פיש
ונבנתה העיר
[איגנארירט העלפגאט פארשטייט זיך...]
וואס מיינט דאס? איך בין נישט די גרויסע חזן, אבער אין מיינע אויערען פאקט ער זיי אלע איין.
איך האב איהם קיינמאל נישט געקענט דערליידן, און לעצטענס הער איך אז ער האט אסאך מתנגדים.
איך ווייס אליין נישט פונקט פארוואס, אבער בערך: זיין עיקר כח ליגט אין 'שרייען' הויכע טענער און מיט דעם איז ער טאקע פארנומען, אבער ווען עס קומט גוט און געשמאק ארויסצוברענגן די עצם תנועה קומט עס אויס אומבאטעמ'ט.
טאקע ביי דעם קליפ זעהט מען עס גוט, ווי ער הייבט נאר אן נעמט ער זיך שרייען דאס העכסטע וואס ער קען, און דארט בלייבט ער שטעקן און פארגעסט אראפצוקומען און זינגען דעם ניגון.
דרך אגב איז אינטערעסאנט צו באטראכטן שחט ווען אדלער הייבט אן זינגן ווי ער גלייבט נישט וואס ער הערט.
אסאך וואס הערען איהם אפארא זאגען שפרייז שנעל צוריק צו חזנות...
sunbar » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 9:48 am
· #36121
'סילין דיאן' האט א אידישע הארץ. דער וואס האט איר אמאל געהערט ווייסט וואס איך מיין.
gehlungen » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:28 am
· #36132
sunbar
'סילין דיאן' האט א אידישע הארץ. דער וואס האט איר אמאל געהערט ווייסט וואס איך מיין.
And how about LADY GA GA her songs are being sung by (all) chasidishe & litvishe weddings !
gehlungen » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:32 am
· #36134
ונבנתה העיר
געפילטע פיש
ונבנתה העיר
[איגנארירט העלפגאט פארשטייט זיך...]
וואס מיינט דאס? איך בין נישט די גרויסע חזן, אבער אין מיינע אויערען פאקט ער זיי אלע איין.
איך האב איהם קיינמאל נישט געקענט דערליידן, און לעצטענס הער איך אז ער האט אסאך מתנגדים.
איך ווייס אליין נישט פונקט פארוואס, אבער בערך: זיין עיקר כח ליגט אין 'שרייען' הויכע טענער און מיט דעם איז ער טאקע פארנומען, אבער ווען עס קומט גוט און געשמאק ארויסצוברענגן די עצם תנועה קומט עס אויס אומבאטעמ'ט.
טאקע ביי דעם קליפ זעהט מען עס גוט, ווי ער הייבט נאר אן נעמט ער זיך שרייען דאס העכסטע וואס ער קען, און דארט בלייבט ער שטעקן און פארגעסט אראפצוקומען און זינגען דעם ניגון.
דרך אגב איז אינטערעסאנט צו באטראכטן שחט ווען אדלער הייבט אן זינגן ווי ער גלייבט נישט וואס ער הערט.
That's exactly why & where. J. J. STARK beats Helfgot BIG TIME !
גלות יוד » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 3:56 pm
· #36286
sunbar
'סילין דיאן' האט א אידישע הארץ. דער וואס האט איר אמאל געהערט ווייסט וואס איך מיין.
זי איז דאך די, וואס זינגט טיטאניק סוף פון די טיטאניק מאווי, זי הייסט פון די שענסטע קלארסטע זינגערינס בדורנו
בן תמליון » זונטאג אוגוסט 19, 2012 10:22 pm
· #37095
אז מ'רעדט פון גוישע זינגער קען מען שוין רעדן פון טאקע א יודישן זינגער אויך אויף די נישט אידישע גאס. געבוירן איז ער ישראל בעילין אין רוסלאנד, זיין טאטע איז געווען א פרומער יוד א חזן אין אן ארטאדאקסישע שוהל. געדענקט ישראליקל ביי די פינף יאר האבן רוסישע פאגראמטשיקער אונטערגעצינדן זייער היים ער איז געליגן אגאנצע נאכט איינגעוויקלט אין א קאלדרע ביים זייט פון גאס און געקוקט אגאנצן נאכט ווי דאס הויז ברענט אינדערפרי איז געווען א בארג אש. דער טאטע האט גענומען דעם שטעקן און געוואנדערט פון שטאט צו שטאט ביז ער האט זיך דערזען אין מאנהעטנס לאוער איסט סייט. נישט טרעפנדיק קיין חזנות פאסטן איז ער געגאנגען ארבעטן אין א בוטשער און געשטארבן אפאר יאר דערויף. קליינער ישראל האט צו אויסהאלטן די משפחה אנגעהויבן פארקויפן צייטונגען ער האט באמערקט אז ווער ער זינגט די נייעס קעפלעך גיבן איהם מענטשן אפאר סענט מער. שפעטער איז ער געגאנגען זינגען אין סאלאנען צן מאכן אפאר סענט. צו מאכן א לאנגע מעשה קורץ, דער ארימער אידיש אינגל איז אויסגעוואקסן אלס מערסט בארימטער זינגער אין אמעריקאנער היסטאריע געבנדיק זיך דעם נאמען אירווינג בערלין.
ער האט געשריבן מער פון 1500 ניגונים אסאך גאר אויפגעכאפט ביז היינט. אירווינגס מאמע פלעגט אלס זאגן "זאל גאט בענטשן אמעריקע" דאס לאנד וואס האט געגעבן א היים פאר זיי פארפאלגטע, האט אירווינג פארפאסט א ניגון מיט די ווערטער גאט בענטש אמעריקע, באקאנט אלס גאד בלעס אמעריקע. אין 1938 האט קאנגרעס אנגענומען דעם ניגון אלס דער אומאפיציעלער נאציאנאלער הימנע און עס ווערט געזונגען ביי יעדן נאציאנאלן פארזאמלונג פרייליך צו פארקערט.
סעפטעמבער עלף 2001 האבן אויף די טרעפ פון קעפיטאל האבן אלע געזעצגעבער דעמאקראטן און רעפאבליקאנער שווארץ צו ווייס אינאיינעם געזונגען אט די הארציקע ווערטער:
גאט בענטש אמעריקע
דאס לאנד איך טוה אזוי ליבן
שטיי ביי איר זייט
און פיר איר
דורך די נאכט
מיט א ליכט פון אויבן
פון די בערג
צו דעם פלוין
צו די ימים
ווייס מיט שוים
גאט בענטש אמעריקע
מיין היים זיסער היים
גאט בענטש אמעריקע
מיין היים זיסער היים
ונבנתה העיר » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:04 am
· #37122
דא האט איהר נאך איינעם, 'קריס אייזיק', עפעס נעמט מיר זיין שטימע אריין אין אן אנדערע אטמאספערע.
ונבנתה העיר » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:19 am
· #37127
'לואיס ארמסטראנג', א 'לעדשענד', ער איז שוין געווען מפורסם אין די 1920'ס, פון די ערשטע שווארצע וואס זענען געווען פאפיולער ביי אלע שיכטן פונעם פאלק, ער האט געהאט א גרויס חלק אין אויספארעמען jazz מוזיק.
http://en.wikipedia.org/wiki/Louis_Armstrong
ונבנתה העיר » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:23 am
· #37129
איך בין נישט פון זיינע תלמידים אבער מפני כבודו וועל איך איהם נישט אויסלאזען: לויט געוויסע דער גרעיטעסט פערפארמער אף אלל טיים, דער קעניג פון פאפ, אדמו"ר רבי מיכאל יאקאבזאהן ז"ל [הי"ד].
http://en.wikipedia.org/wiki/Michael_Jackson
געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:24 am
· #37130
בן תמליון
ער האט געשריבן מער פון 1500 ניגונים אסאך גאר אויפגעכאפט ביז היינט. אירווינגס מאמע פלעגט אלס זאגן "זאל גאט בענטשן אמעריקע" דאס לאנד וואס האט געגעבן א היים פאר זיי פארפאלגטע, האט אירווינג פארפאסט א ניגון מיט די ווערטער גאט בענטש אמעריקע, באקאנט אלס גאד בלעס אמעריקע.
די גאנצע ליריקס איז אביסל לענגער, אבער פאר סאם ריזען ווערט עס נישט געזינגען בדרך כלל.
די ניגון הייבט זיך אן אזוי:
ווען די שטורעם וואלקענעס זאמלען זיך ווייט ווייט אין ים,
לאמיר שווערן געטריישאפט צו א פריי לאנד.
לאמיר אלע זיין דאנקבאר פאר א לאנד אזא שיינ'ס,
ווי מיר הייבען אונזערע שטומעס אין א פייערדיגע תפילה.
While the storm clouds gather far across the sea,
Let us swear allegiance to a land that's free,
Let us all be grateful for a land so fair,
As we raise our voices in a solemn prayer.
God Bless America.
Land that I love
Stand beside her, and guide her
Thru the night with a light from above.
From the mountains, to the prairies,
To the oceans, white with foam
God bless America
My home sweet home
Espresso » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:46 pm
· #38243
ונבנתה העיר
דא האט איהר נאך איינעם, 'קריס אייזיק', עפעס נעמט מיר זיין שטימע אריין אין אן אנדערע אטמאספערע.
אז דו רעדסט שוין פון האטעל, האסטו מיר דערמאנט פון די בארימטע האטעל קאליפארניע פון די איגעלס.
לייוו:
בן תמליון » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 3:53 pm
· #39094
איך האב שוין לאנג געזוכט אויף יוטוב און איבעראל אבער נישט געפונען דער ניגון התעוררת זעקס מינוט נאך דריי אויף שאן הענעטי 770: לעט פרידאם רינג לעט דע ווייט דאוו סינג לעט דע האל ווארלד נאו דעט טאדעי איז א דעי אף רעקאנינג לעט דע וויק בי סטראנג לעט דע רייט בי ראנג...
From cost to cost from border to border from sea to shining sea Shaw hannity is on...
ווייסט איינער ווי איך קען טרעפן דעם ארגינאלן ניגון? העננעטי איז א דאמאגאג.
Espresso » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 5:45 pm
· #39149
די ניגון הייסט אינדיפענדענס דעי, ביי מארטינה מק'ברייד, די חלק וואס מ'הערט ביים שוי איז נאר די הויכע פאל.
דא האט איר אויך די זעלבע ניגון געזינגען ביי די באליבטע קערי אנדערוואד.
ונבנתה העיר » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 7:05 pm
· #39186
דער ניגון הייסט Bohemian Rhapsody, עס איז אויף די ליסטע פון די בעסטע ניגונים אין היסטאריע.
http://en.wikipedia.org/wiki/Bohemian_Rhapsody
די בענד איז אויך פון די גרויסע, זיי הייסן Queen.
http://en.wikipedia.org/wiki/Queen_(band)
די ניגון האט גאר אן אינטערעסאנטער צוזאמענשטעל, עס איז דריי חלקים פון דריי אנדערע סארט מוזיק.
די ליריקס שטייט ביי די דיסקריבשען.
ונבנתה העיר » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 10:58 pm
· #40255
אין ענגלאנד איז געווען א בענד וואס האט זיך גערופען The Beatles.
http://en.wikipedia.org/wiki/The_Beatles
זיי האבן פארקויפט די מערסטע רעקארדס אין היסטאריע [נאך זיי קומט עלוויס און דערנאך מייקל דזעקסאהן].
דא איז זייער מערסט באוואוסטער ניגון Hey Jude.
אה, אזעלכע פארצייטישע אידן... איך בין נייגעריג אויב היינט וואלט אזא ניגון זיך פארקויפט, וע"ע כאן:
sefish » מוצ"ש סעפטעמבער 1, 2012 9:52 pm
· #41981
רוי בלעק א גרויסער דייטשער זינגער, מיט 'אניטע'... (אניטע איז פון סקאנדינעוויע) "שיין איז עס אויף דער וועלט צו זיין, ווען די זון שיינט פאר גרויס און קליין... דו קענסט אטעמען דו קענסט גיין"... דער ניגון איז געווען א היט בשעתו איבער גאנץ יוראפ. (אין די 70'גער יארן)
זר זהב » מוצ"ש סעפטעמבער 1, 2012 11:00 pm
· #42002
איינער קען דעי "ניגון"?...
ידען » מוצ"ש סעפטעמבער 1, 2012 11:20 pm
· #42006
דעיס איז דאך א אידישע ניגון...
זר זהב » מוצ"ש סעפטעמבער 1, 2012 11:24 pm
· #42007
יא, דעי גויים זענען א באנדע גנבים..
נולד מאוחר » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 2:17 am
· #42054
ליפא האט עס גענימען פון דא אדער ער האט ציגעטראפן?
ברוך שכונתו אדער ברוך שגנבתו?
טעפל » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 1:24 pm
· #42128
נולד מאוחר
ליפא האט עס גענימען פון דא אדער ער האט ציגעטראפן?
ברוך שכונתו אדער ברוך שגנבתו?
חכם!!! זיי האבען עס געגאנבעט פון איהם..
שמייכל » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 1:42 pm
· #42136
ונבנתה העיר
'לואיס ארמסטראנג', א 'לעדשענד', ער איז שוין געווען מפורסם אין די 1920'ס, פון די ערשטע שווארצע וואס זענען געווען פאפיולער ביי אלע שיכטן פונעם פאלק, ער האט געהאט א גרויס חלק אין אויספארעמען jazz מוזיק
זיי זאגן אז ער איז געווען פון די וויכטיגסטע מוזיקאנטן אין דזשעס, אויסער זינגען איז ער אויך געווען א געוואלדיגער טראמפעט שפילער, ער האט געקענט גרייכן נאטן וואס קיינער אנדערש האט נישט געקענט, ער איז מערסטנס באקאנט אלס זיין זינגען וועלכע אנטהאלט אין זיך א שטארקער ׳סענס אוו הומער׳.
איינער » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 5:51 pm
· #42209
אין אז מען רעדט שוין פון די beatles דארף מען דערמאנען די באוויסטע ניגון Imagine פון John Lennon
גלות יוד » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 1:45 pm
· #45499
לכבוד 9/11 lets not forget
די ניגון האט געשפילט אויף די רעדיו נאך 9/11 עס איז געווארן רעיטעד ווי איינע פון די טרויעריגסטע ניגונים זייער פאסיג לכבוד דעם יארטאג http://www.youtube.com/watch?v=1qxSwJC3Ly0
קול גדול » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 7:55 pm
· #48532
קול גדול » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 8:07 pm
· #48534
אפאר לידער פון די בארימטע שוועדישע בענד "אבא" :ABBA
איינער פון אונז:
דער זיגער נעמט אלעס:
Chiquitita
No_name » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 10:38 pm
· #48547
עמיצער איז באקאנט מיט די בי-דזשי'ס? (bee gee's), איך האלט מורא'דיג פון די גרופע,.
דא האט איר איינע פון זייערע ניגונים
http://www.youtube.com/watch?v=XpqqjU7u5Yc
דא האט איר איינס מיט סילין דיאן
http://www.youtube.com/watch?v=LaV58aju ... re=related
No_name » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 10:51 pm
· #48548
און וועגן אבבא, כ'בין א גרויסער חסיד, די צווייטער לינק וואס דו האסט געברענגט (דער ווינער נעמט אלעס) האט דעדי געהאט אויף איינע פון זיינע אלבום'ס אויף די ווערטער אני מאמין, די חברה האבן דאן נישט געחלום'ט אז ס'וועט זיין אמאל א יו טוב און אלע זייערע סחורה וועט מען קענען טרעפן דעם מקור מיט איין דריק אויפן השחתה קנעפל.
ביידעוועי אויב האסטו ליב אבבא, טשעק אויס אנאנדערע שוועדישע גרופע מיטן נאמען עיס אוו בעיס Ace Of Base. זיי האבן אויך גאר וואוילע זאכענעס.
DotCom » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 11:00 pm
· #48550
ענליך צו 'אירווינג בערלין'ס' מעשה איז אויך געווען מיט א אינגל פון האלאנד/בעלגיע גערופן 'העינטשע סימאנס' Heintje Simons, אום 1966 איז ער געווען אן עלף יעריג אינגל ווען זיין טאטע - א קוילן ארבעטער- איז געשטארבן, די משפחה איז געקומען צו א מצב פון באנקראט און האט געפענט א קליין געשעפטל, העינטשע פלעגט דארט צו זינגען און מענטשן פלעגן אים אריינווארפן געלט, אביסל שפעטער איז ער געגאנגען אויף א זינג קאנטעסט ווי ער איז ארויס דער געווינער פון 30 אנדערע, א געוויסער מבין האט געפאלן זיין שטימע און האט אים 'אנגענומען' אלס א קלייענט, און פון דארט און ווייטער איז היסטארי, גאנץ שנעל איז ער רייך געווארן און ארויסגעשלעפט זיין משפחה צוריק קיין בעלגיע ווי ער וואינט נאך ביז היינט.
און די זעכציג-זיבעציג'ער יארן איז ער געווען דער 'דזשאסטין ביעבער' בדורו, אפילו אין אויסקוק איז ער געווען גאנץ ענליך, שוין אין 1967 איז ארויסגעקומען זיין ערשטן אלבום וואס האט געהאט די פאפולערע ניגון MAMA, די אלבום האט פארקויפט איבער א מיליאן קאפי'ס, איבער די יארן האט ער ארויסגעגעבן צענדליגע אלבום'ס, מערסטענ'ס אויף די דויטשע שפראך, און פארקויפט איבער 40 מיליאן!, ער איז ארום געפארן מאכן קאנצערטן און איז אויך געווען א עקטאר אויף צענדליגע פילם'ס.
דא איז דער ניגון מאמע MAMA, אגב האלט איך אז פאר ר' אייזיק'ל קאלעווער וואלט דער ניגון געווען אידעאל, עס רעדט פון געגועים פון א מאמע און קינד און צוריק וואס דארפ'ן זיך שיידן.
ענגלישע ווערסיע
פרייליכער » זונטאג מאי 19, 2024 6:48 pm
· #562709
Re: בארימטע גוישע זינגערס
Peter Seeger
אן אמעריקאנער גוישער זינגער וואס האט אויך געזינגן עטלעכע ניגונים אין אידיש, און ווי אויך אין עברית, ר' שלמה קרליבך איז געווען א fan פון עם, און געזינגן פון Seeger's ניגונים
Seeger sings in Yiddish
Carlebach sings We Shall Overcome by Peter Seeger