מדינת ישראל האט נאך די אומרוען וואס האט אין די לעצטע יארען פאסירט אין מצרים, אנגעהויבען בויען א וואנט לענגאויס די גרעניץ מיט מצרים,
די מדינת ישראל רעגורונג האפט צי פארענדיגען דעם וואנט ווי שנעלער, כ'מיין אז נאך היי-יאר, די וואנט לויפט אויף א לענג פין 215 קילאמעטער פין די זייט פין אילת ביז די גרעניץ מיט עזה,
היינט האט זיך א טעראריסט אריבער געכאפט די עגיפטען-ישראל גרעניץ אין געהארגעט איינע פין די וואנט ארבעטער, אין איז דערנאך געהארגעט געווארען דורעך מדינת ישראל,
נאך א סיבה פאר די וואנט איז צי אפשטעלען די פלוס פין סודאנער פליטים, אבער כ'מיין אז די ריכטיגע סיבה איז די מורא פין די איבערקערענישען אין מצרים
געאייגנט פאר נייעס פון ארצינו הקדושה וואס פארדינען נישט קיין באזונדערע אשכול.
וזה החלי.
יעקב ליצמאן דער סגן שר הבריאות האט אפגעזאגט דער לאנגיעריגער אנפירער פון אבו-קאביר, די פארענזיק אינסטיטוט פון מדינת ישראל, דר. יהודה היס. היס איז געווען שטארק אומבאליבט סיי ביי די פרומע, צוליב מערערע אומנויטיגע ניתוחי שכבי פעלער, און סיי ביי די פרייע צוליב צענדליגע מיסברויכן וועלכע האבן פאסירט אונטער זיין פירערשאפט, ווי מיסאינדענטיפיצירן טויטע, אויסמישן איברים און נאך. די פאזיציע איז יעצט אפן און סיי ווער מיט א דעגרי אין די פעלד פון פארענזיקס קען עפלייען.
יהודה משי-זהב, דער וואס פירט אן זק"א, האט געבעטן ליצמאן צו טוישן די רעגולאציעס אזוי אז אויך מענטשן וואס האבן נישט באקומען קיין עדיוקעישאן אין דעם פעלד זאלן אויך קענען עפלייען. משי-זהב טענה'ט אז נאר די וואס ארבעטן מיט די מתים דארפן זיין מומחים, אבער דער אנפירער דארף זיין א גוטער מענעדזשער ותו לא. משי-זהב וויל עפלייען פאר דעם אמט, ער טענה'ט אז ער האט א לאנגע היסטאריע מיט זיך אפגעבן מיט כבוד המת און ער האט אויך עקספיריענס און אנפירן גרויסע אפעראציעס.
נאך זאגט משי-זהב אז אויב וועט ער ווערן אויסגעקליבן וועט ער אריינברענגן אין אבו-כביר נייע MRI טעכנעלאגיע וואס וועט העלפן די פאטאלאגן אויסמיידן אומנויטיגע דיסעקציעס.
נעכטן און היינט זענען פארגעקומען פריימעריז אין די ליכוד, די ערוועלטע וועלן זיין די וואס וועלן רעפרעזענטירן די פארטיי, אין די קומענדיגע כנסת. די סיבה פארוואס ס'איז צוויי טעג איז צוליב טעכנישע פראבלעמען ביי די שטים ערטער נעכטן אין אסאך פלעצער.
הרב אמנון יצחק האט געמאלדן אז ער גייט עפענן אן אייגענע פארטיי פאר די וואלן מיטן נאמען 'כח להשפעות. די כנסת האט געמאלדן אז זיי האבן טאקע באקומען דער פארלאנג, אבער זיי האבן נישט געזאגט ווער עס וועט זיין די פירער...
הרב אמנון יצחק האט געמאלדן אז ער גייט עפענן אן אייגענע פארטיי פאר די וואלן מיטן נאמען 'כח להשפעות. די כנסת האט געמאלדן אז זיי האבן טאקע באקומען דער פארלאנג, אבער זיי האבן נישט געזאגט ווער עס וועט זיין די פירער...
א פאלעסטינער פון עזה האט היינט זיך אריבער געשווערצט די גרעניץ קיין מדינת ישראל, נאכן אריבער שניידן די צוים פון א דארף אין אשכול געגנט, האט ער זיך איינגעבראכן אין א הויז, די פרוי וואס וואינט אין די הויז האט אים קאנפראנטירט, און נאך א געפעכט מיט די טעראריסט וועלכע האט געהאלטן א שווערע אייזן, האט זי באוויזן אים צו איינשפארן אין די בית הכבוד, זי האט גערופן די וועכטער וואלונטירן וואס זענען אין איילעניש געקומען מיט די ארמיי. די טעראריסט האט באוויזן אוועק צו לויפן, מען האט אים געשאסן ויצאה נשמתו בבום.
הרב אמנון יצחק האט געמאלדן אז ער גייט עפענן אן אייגענע פארטיי פאר די וואלן מיטן נאמען 'כח להשפעות. די כנסת האט געמאלדן אז זיי האבן טאקע באקומען דער פארלאנג, אבער זיי האבן נישט געזאגט ווער עס וועט זיין די פירער...
אין א פאליטישע אויספרעג איז היינט באריכטעט געווארן דורך וואלה!, אז די רעכטע פארטייען אינאיינעם מיט די פרומע, וועלן אריינקומען מיט 63 מאנדאטן אין די כנסת, און ביבי וועט ווארשיינליך זיין אויך די קומענדיגע פרעמיער פון מדינת ישראל. די צענטער לינקע און אראבישע פארטייען, וועלן אריינקומען מיט אלעס אינאיינעם 57 מאנדאטן.
די ליכוד אינאיינעם מיט ליבערמאן, זענען די שטערקסטע 38 מאנדאטן. ש"ס בלייבט מיט די זעלבע 11. הבית היהודי אונטער באנעט גייט אראפ אונטער צען מאנדאטן. יהדות התורה באקומט 5 לויט די אויספרעג.
ביי די לינקע. עבודה ווערט שוואכער און קומט אריין מיט 17 דעפוטאטן. התנועה פארטיי פון ציפי לבני 11. די זעלבע איז מיט יאיר לפיד'ס פארטיי. קדימה קומט אריין מיט 4. מרץ ווערט שוואכער און קומט אריין מיט 3.
די אראבישע פארטייען בלייבן די זעלבע. רע"ם 5 בל"ד 3 חד"ש 3
ווער איז יהדות התורה און הבית היהודי? וואס איז מיט הרב אמנון יצחק'ס פארטיי?
יהדות התורה איז די פאראייניגטע פארטייען פון אגודה (חסידים), און דגל התורה (ליטווישע).
הבית היהודי איז צוויי פאראייניגטע פארטייען, פון די מזרחיסטן, די אלטע מפד"ל און איחוד לאומי.
הרה אמנון יצחק'ס פארטיי גייט נישט אנצוען די מינימום צו קענען אריינגיין אין די כנסת, לויט די אויספרעג. די מינימום שטייט אויף א פראצענט פון 2 און א האלב מאנדאטן, וואס פאקטיש איז דאס דריי, ס'איז א חשבון פון 90,000 שטימען אויב 100% פון די בארעכטיגטע וויילער גייען שטימען, וויבאלד די פראצענט וויילער איז אייביג נידריגער גייט עס אראפ, ביי די פריעדיגע וואלן איז עס געווען בערך 70,000 נישט פונקטליך. אויף עברית רופט מען עס אחוז החסימה.
די מינימום שטייט אויף א פראצענט פון 2 און א האלב מאנדאטן, וואס פאקטיש איז דאס דריי, ס'איז א חשבון פון 90,000 שטימען אויב 100% פון די בארעכטיגטע וויילער גייען שטימען, וויבאלד די פראצענט וויילער איז אייביג נידריגער גייט עס אראפ, ביי די פריעדיגע וואלן איז עס געווען בערך 70,000 נישט פונקטליך. אויף עברית רופט מען עס אחוז החסימה.
דאס מיינט אז נאנט צו אכציג פראצענט גייען שטימען. דאס איז א ריזיגע ציפער אין פארגלייך צו אמעריקע. אפשר איז דאס ווייל דארט איז נישט איינגעפירט דער אומבאלומפערטער עלעקטארעל סיסטעם.
די סיסטעם אין ארץ ישראל איז נישט פשוט, קודם כל די מענטשן וואס זענען בארעכטיגט צו שטימען, איז נישט אזוי הויעך אין פארגלייך צו אמעריקע. אויסער דעם איז אלע מענטשן וואס וועלן פאר א פארטיי, וואס איז נישט אריבער די אחוז החתימה, גייט זייער שטימע אין מיסט, וואס מאכט גרינגער פאר די אנדערע צו קומען נענטער צום ציל, אנשטאט האבן בערך 70,000 איז געווען גענוג 68,000 לאמיר זאגן.
אויסער דעם, צו קענען אריין אין כנסת, דארף מען האבן צוויי פראצענט פון די באפעלקערונג, צו שטימען פאר די פארטיי. אבער, פון די דריטע מאנדאט צו די פערטע דארף מען נישט האבן 27 טויזענט שטימען ס'וועט אראפ גיין צו 24,000, א.א.וו., נידריגער און נידריגער וואו העכער די פארטיי וועט אנציען או די כנסת.
יעצט צו די פונקטליכע דעטאלן פון די פריעדיגע וואלן. 5,278,985 זענען געווען שטים בארעכטיגטע אין 2009, פון זיי האבן 3,373,490 מענטשן געשטימט, דאס איז %65 פראצענט. נאך 43,097 שטימען זענען געווארן געפסל'ט, 103,904 שטימען איז געגאנגען אין מיסט, ווייל די פארטייען פאר וועמען זיי האבן געשטימט איז נישט אריבער אחוז החסימה. צו קענען אריבער גיין די מינימום צוויי פראצענט, האט א פארטיי געדארפט באקומען 67,470 שטימען, די פונקטליכע צאל שטימען פאר א כנסת דעפוטאט, איז געווען 27,246 שטימען.
האלנדיג 31 טעג פאר די בחירות, מאכט יעדע נייעס אגענטור אדער פאליטישע אנאליסטן אויספרעגן ביי די באפעלקערטנג. פארשטייט זיך אזוי וואו אייביג זענען רוב מיט אן אינטערעס פאר איין צד, נעכטן איז ארויסגעקומען אן אויספרעג (פאול, סקר) פון ניסים משעל, איינער פון די מערסט ערפארענע און וועטעראן פאליטישע אנאליסט, וואס נעמט נישט קיין זייט געווענליך אין פאליטיק. לויט אים איז די אויסגאנג פון די וואלן אזוי:
ליכוד- ישראל ביתינו 37 מאנדאטן. עבודה 20 מאנדאטן. די מזרחיסטן אונטער נפתלי באנעט 12 מאנדאטן, ווערנדיג די דריטע גרעסטע פארטיי. ש"ס 11. התנועה פון ציפי לבני 9 יאיר לפיד 7 יהדות התורה 6 מר"ץ 4 די אראבישע פארטייען אלע צוזאמען 10 מאנדאטן. לויט די אויספרעג וועט קדימה אונטער שאול מופז, עם שלם פון הרב אמסאלעם, עוצמה לישראל פון מיכאל בן ארי, און אלע נישט דערמאנטע, וועלן נישט אריינגיין אין קומענדיגן כנסת.
נישט פון די שענסטע נייעס, אבער דאס איז ארום געגאנגען אויף די נייעס אין ארץ ישראל.
זייער אסאך מאל ספעציעל ווען איך באזוך אין ארצינו הקדושה, שפיר איך א בושה צו זיין אן ערליכע איד, נאכדערצו ווען מענטשן טוען מעשה זמרי ומבקשין שכר כפנחס. <a class="postlink" href="http://www.mynet.co.il/articles/0,7340,L-4321613,00.html">http://www.mynet.co.il/articles/0,7340, ... 13,00.html</a>
די ארגעניזאציע מפת”ח- מרכז פיתוח תעסוקה חרדים וועלכע איז אזא סארט ארבעט פארמיטלונג אגענטור ספעציעל פאר חרדים האבן געהאט אן אומאנגענעמע סורפרייז ביי זייער יערליכע ביזנעס פעיר אין בית שמש. א מאסע מענטשן זענען געקומען פראטעסטירן די חוצפה פון זיך וואגן צו זוכן דזשאבס פאר חרדישע אידן.
די ארגעניזאציע מפת”ח- מרכז פיתוח תעסוקה חרדים וועלכע איז אזא סארט ארבעט פארמיטלונג אגענטור ספעציעל פאר חרדים האבן געהאט אן אומאנגענעמע סורפרייז ביי זייער יערליכע ביזנעס פעיר אין בית שמש. א מאסע מענטשן זענען געקומען פראטעסטירן די חוצפה פון זיך וואגן צו זוכן דזשאבס פאר חרדישע אידן.
און אזוי ארום אריינגעבלאזן הויפענעס חיזוק אין די עסקני הארגון, ווייזענדיג א מוסטער וואס נישט ארבעטן קען צוברענגן....
די בעסטע פארט איז ווען ר' הערשל קליין יו"ר מפת"ח שטעלט זיך צו פאר א גיטע לאך פון די מוחים. אגב, איך מיין אז אנצוריפן די פאר משוגעים "א מאסע" איז איבערגעטריבן.
די בעסטע פארט איז ווען ר' הערשל קליין יו"ר מפת"ח שטעלט זיך צו פאר א גיטע לאך פון די מוחים. אגב, איך מיין אז אנצוריפן די פאר משוגעים "א מאסע" איז איבערגעטריבן.
האסט מיר צוגענומען די ווערטער פון מויל, א מאסע? אפאר ליידיגייערס במלוא מובן המילה האבען זיך געשטעלט שרייען, נישט וויסענדיג אז נעגעטיווע פרסומת איז די בעסטע וועג צו אטווערטייזען. (אפשר האט דאס ר' הערשל קליין אינטערגעשטעלט?)
יעצט נאך צוויי טעג שווערע רעגן און שטורעמעס, איז די מצב היבש פאראליזירט, די פארקער אויף די שאסייען אין תל אביב אומגעגנט איז גאר א שווערע, דאס קומט נאך דעם וואס די איילון שאסיי, איז פארפלייצט געווארן אין הויעך וואסער פון די דערנעבנדיגע טייכל וואס איז איבערגעלאפן, תל אביב-חיפה שאסיי איז אויך געווארן אפגעשלאסן אין תל אביב צוליב פארפלייצונגען. די באנען זענען אויך אפגעשטעלט געווארן, און פארן נישט אריבער די תל אביב סטאנציעס, וויבאלד די שינעס געפונט זיך צווישן די צוויי זייטן פון די איילון שאסיי און טייכל.
די אקציעס אין די בערזע זענען געפאלן, נאכדעם וואס אסאך שפעקולאנטן זענען נישט ערשינען צו די ארבעט, צוליב די שווערע פארקער. יעצט איבערגעטייטשט צו ענגליש, די שעירס פון קאמפעניס וואס ווערן פארקויפט אויף די סטאק עקסטשעינזש אין תל אביב, זענען היינט געפאלן נאכדעם וואס אינוועסטערס זענען נישט אנגעקומען צו די ארבעט.
עס איז באריכטעט געווארן אין די אינטערנאציאנאלע פרעסע, אז די עיר פארס פון מדינת ישראל, האט באמבאדירט א קאנוואי פון טראקס וואס האבן אנגעבליך געליפערט געווער פון סיריע קיין לבנון.
די לעבאנעזע ארמיי האט געלייקענט די באריכט, אין סיריע האט א רעטייערעטע גענעראל געלאזט פאלן ווערטער, אז די מעשה הייבט זיך נישט אן. פון די רעגירונג אין מדינת ישראל הערט מען גארנישט, נישט אויף צו באשטעטיגן און נישט אויף צו לייקענען.
וואו עס איז געמאלדן אין די וועלטליכע נייעס האט ארץ ישראל באמבאדירט אין סיריע. עס איז דא פארשידענע סתירות אין די באריכטן, סיריע האט אנהייב געלייקענט אז מען זאל האבן באמבאדירט, זיי האבן געמאלדן אז די באמבאדירונג איז נישט געווען אויף א מיליטערישע קאנוואי, נאר אויף א געביידע פאר סייענס וכדו'.
די סירישע פרייהייט ארמיי, וואס קעמפט קעגן סיריעס פרעזידענט אסאדס רעזשים, האט דערקלערט אז זיי זענען די וואס האבן פארניכטעט די געביידע שוין פאריגע וואך, און די מדינת ישראל עיר פארס האט דאס נישט אויפגעריסן.
איראן, כעזבאלא און רוסלאנד האט יעדער אין זיין וועג, שארף פארדאמט די אטאקע אין סיריע.
די ערוויילטע צו די 19טע כנסת, זענען היינט איינגעשוואירן געווארן צו די נייע כנסת.
פון 120 מיטגלידער זענען קרוב צו האלב (48) נייע מיטגלדיער, און נאך 5 וואס זענען נישט דארט געווען, אין די 18טע כנסת. 27 פרויען דינען אלס דעפוטאטן אין די נייע כנסת, וואס איז א רעקארד הויכע ציפער, אין די מדינת ישראל פארלאמענט. (כמעט א פערטל).
מדינת ישראל האט געשאסען אויף סיריע <!-- w --><a class="postlink" href="http://www.reuters.com/article/idUSBRE92N06020130324?irpc=932">www.reuters.com/article/idUSBRE92N06020130324?irpc=932</a><!-- w -->
אביסל נאך 9 אזייגער אינדערפרי ארץ ישראל צייט, האבן זיך די אלארמס צעפיפן אין די דרום שטאט אילת, דריי אויפרייסן זענען געהערט געווארן אין די געגנט. ווארשיינליך זענען די ראקעטעס געשאסן געווארן פון סיני, אבער עס איז פארהאן א מעגליכקייט אז זיי זענען געשאסן געווארן פון ירדן'ע זייט.
A fire broke out on Monday morning, Rosh Chodesh Menachem Av 5773 in a yeshiva on Shammai Street in Bnei Brak. A male jumped from a first story window as a result. Ichud Hatzalah reports the victim was in light-to-moderate condition when he was transported to the hospital.
Bnei Brak’s Ichud Hatzalah commander, Avi Feldman, reports the victim is a “well known maggid shiur”.
Jerusalem - A haredi soldier was attacked by fellow haredim in Jerusalem’s ultra orthodox neighborhood of Mea Shearim on Tuesday, police reported. After being attacked by scores of haredim, apparently upset at the man’s decision to serve in the army, he managed to barricade himself indoors and call police. Police arrived on the scene and scattered the attackers who reportedly used rocks and stones.
Content is provided courtesy of the Jerusalem Post
די קאר וואס פירט געווענליך ארום דעם תולדות אהרנ'ע רבי איז געווען אינוואלווד אין א עקסידענט אין וואס עטליכע זענען מילד פארוואונדעט געווארן, דער אנדערער קאר האט געדרייווט אן אראבער. די רבי איז נישט געווען אינעם קאר
מייקל אורען דער ארויסגייענדער איזרעילי אמבאסאדאר צו אמעריקע האט געלייקענט א פריערדיגן באריכט אז דער אנדערער קאר איז געדרייווט געווארן דורך א תולדות אברהם יצחק חסיד.