☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אקטואלע נייעס פון ארץ ישראל און ארום

אקטואלע נייעס פון ארץ ישראל און ארום

353 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2380
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

רויטע וואנצעס » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 10:24 pm

· #303478
די ישראלים זענען אויפגעקומען מיט אן המצאה: פארשטעלן סאלדאטן ווי רייאטערס.

מבקר » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 11:44 pm

· #303493
רויטע וואנצעס
די ישראלים זענען אויפגעקומען מיט אן המצאה: פארשטעלן סאלדאטן ווי רייאטערס.

זיי ווערן אנגערופן 'מסתערבים'.

ירא שמים » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 11:50 pm

· #303495
Re: אקטואלע נייעס פון ארץ ישראל און ארום
סגעווען קהלות אין מזרח התיכון וואס זענען אזוי געווארן אנגערופן.

מבקר » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2015 2:46 am

· #303522
ירא שמים
סגעווען קהלות אין מזרח התיכון וואס זענען אזוי געווארן אנגערופן.

זיי ווערן אנגערופן מוסתערבים

קאצקע ציקער » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2015 3:02 am

· #303523
רויטע וואנצעס
די ישראלים זענען אויפגעקומען מיט אן המצאה: פארשטעלן סאלדאטן ווי רייאטערס.


די אייבערשטער זאל אפהיטן אויב די אראבערס גייען נאכמאכן די המצאה

ליפא » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 5:49 am

· #304191
📎 IMG-20151013-WA0019.jpg

גר ותושב » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 11:32 am

· #304209
Re: אקטואלע נייעס פון ארץ ישראל און ארום
<a class="postlink" href="https://twitter.com/IsraelHatzolah/status/653942099277164544">https://twitter.com/IsraelHatzolah/stat ... 9277164544</a>

ירח בן יומו » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 11:36 am

· #304211

גר ותושב » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 11:38 am

· #304212
Re: אקטואלע נייעס פון ארץ ישראל און ארום
איז די מצב טאקע אזוי אנגעצויגן? איך הער פון א טרעוול אגענט אז עלטערן רופן אריין קענסלען טיקעטס פאר זייער קינדער.

גר ותושב » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 11:43 am

· #304215
Re: אקטואלע נייעס פון ארץ ישראל און ארום
עס איז נישט נוגע ווי עס איז יעצט געוועין די שאלה איז צו די עולם האלט עס איז א דריטע אינטיפאדה (וואס אגב אויב איינער קען איבער טייטשן די ווארט און יודיש) צו נישט.

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 11:59 am

· #304218
עס איז זיכער נוגע. ווייל ווילאנג עס פאסירט בלויז ביי אידן מחוץ למחנה המסגרת, נישט אין די היימישע מאה שערים און גאולה געגנט, האבן נאך עלטערן א האפענונג אז עס וועט נישט געשען צו זייערע קינדער אויב גייט מען נישט ארויס; משא"כ אויב דער פראבלעם איז עמי בבית דאן איז שוין איינמאל דא וואס זיך צו פארכטן, ה"י.

Milk shake » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 1:22 pm

· #304232
גר ותושב
עס איז נישט נוגע ווי עס איז יעצט געוועין די שאלה איז צו די עולם האלט עס איז א דריטע אינטיפאדה (וואס אגב אויב איינער קען איבער טייטשן די ווארט און יודיש) צו נישט.


אינטיפאדא איז טייטש "אויפשטאנד" uprising בלע"ז

די היינטיגע אטאקע איז פארגעקומען אין גאולה אויף מלכי ישראל

גר ותושב » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 1:28 pm

· #304233
Re: אקטואלע נייעס פון ארץ ישראל און ארום
שמעקעדיג
עס איז זיכער נוגע. ווייל ווילאנג עס פאסירט בלויז ביי אידן מחוץ למחנה המסגרת, נישט אין די היימישע מאה שערים און גאולה געגנט, האבן נאך עלטערן א האפענונג אז עס וועט נישט געשען צו זייערע קינדער אויב גייט מען נישט ארויס; משא"כ אויב דער פראבלעם איז עמי בבית דאן איז שוין איינמאל דא וואס זיך צו פארכטן, ה"י.

איך פארשטיי וואס די זאגסט אבער מיין שאלה איז געוועין צו טאקע דארט ווי עס איז ליידער געשעין האט מען מורא עס גייט געשעין נאכאמאל צו איך וואלט אפשר געזאגט עס איז א איינמאליגע זאך וואס עס גייט אריבער גייט און אנדערע ווערטער מה נשתנה יעצט ווי א האלבע יאר צוריק הר נוף וכל השאר וואס דעמאלט האב איך נישט געהערן פון קיין קענסעלעישענס.

געוואלדיג » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 1:31 pm

· #304234

געוואלדיג » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 1:34 pm

· #304238
אין הר נוף איז געווען איין אטאקע אין מער נישט, און עס איז געווען געפלאנט פון פריער, יעצט געשעהט יעדן טאג אפאר טעראר אטאקעס און אויף א אופן וואס אויב וויל מען זאגן פאר איינעם ער זאל נישט טוהן קיין מסוכן'דיגע זאכן דארף דער נוסח גיין אזוי, "גיי נישט דורך שער שכם, אויך נישט דורך שער יפו, און בכלל גיי נישט אין אלט שטאט אין די טעג, גיי נישט אויף קיין באס און אויך נישט אויף די גאס, און בעצם אפילו אינדערהיים שפאר צו די טיהר. 😢 😢 😢

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 1:36 pm

· #304239
געוואלדיג

גיי זאג עס פאר--- ---ע אדער פאר די הייליגע ארגאניזאציע נטרונא און הרב שש"ט און ימ"ס...!

געוואלדיג » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 1:36 pm

· #304240
בתל השומר נתפס הרגע ערבי עם אבנים בכליות.

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 1:39 pm

· #304241
געוואלדיג
בתל השומר נתפס הרגע ערבי עם אבנים בכליות.

געוואלדיג: ייש"כ. ס'איז גוט צו שמייכלען אין א צייט ווען א יעדער (איד) איז אנגעצויגן... 😂 🙄 ס'איז נעבעך דא נארישע אידן וועלכע רעדן זיך נאך איין אז מ'מיינט נישט זיי. מ'מיינט נאר די ציונים... 🙄

געוואלדיג » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 1:47 pm

· #304242
לבקשת אלו שאינם מבינים הלשון הטמאה:
אין תל השומר איז אין די מינוטן געפונען געווארן א אראבער מיט שטיינער אין די נירן.

Milk shake » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 1:52 pm

· #304245
berlbalaguleh
געוואלדיג
בתל השומר נתפס הרגע ערבי עם אבנים בכליות.

געוואלדיג: ייש"כ. ס'איז גוט צו שמייכלען אין א צייט ווען א יעדער ( ס'איז נעבעך דא נארישע אידן וועלכע רעדן זיך נאך איין אז מ'מיינט נישט זיי. מ'מיינט נאר די ציונים... 🙄


מ'מיינט דעם און יענעם... אלעס אין זכות פון די עקסטרעמע משוגעים וואס האבן זיך גענומען ארויפגיין אויפ'ן הר הבית, און מיט דעם אויפגערעגט און אויפגעוועקט די רוצחי'שע חיות, די הר הבית אקטיוויסטן האבן בלוט אויף זייערע הענט!

געוואלדיג » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 2:07 pm

· #304249
ארויף גיין אויפן הר הבית איז א איסור חמור און טאקע א געפערליכע אקט, אבער צו זאגן אז דאס האט צוגעברענגט די יעצטיגע מצב איז אבסורד, איך געדענק נאך די צווייטע אינטיפאדא אין תשס"א וואס דעמאלטס האט מען באשולדיגט שרון אויף אנרייצן מיט זיין ארויף גיין אויף הר הבית, ביז שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט אז די גאנצע זאך איז געווען פאראויס געגרייט און זיי האבן נאר געווארט אויף א תירוץ, יעדער וואס פאלגט נאך כסדר די נייעס פון א"י ווייסט אז אין די לעטצע שטיק צייט ברענט שוין די ערד, זי האבן נאר געווארט אויף א תירוץ.

רויטע וואנצעס » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 2:09 pm

· #304250
נא, האבן זיי צוגעשטעלט דעם תירוץ.

ישראל קאפקע » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 2:13 pm

· #304253
געוואלדיג
ביז שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט אז די גאנצע זאך איז געווען פאראויס געגרייט און זיי האבן נאר געווארט אויף א תירוץ, יעדער וואס פאלגט נאך כסדר די נייעס פון א"י ווייסט אז אין די לעטצע שטיק צייט ברענט שוין די ערד, זי האבן נאר געווארט אויף א תירוץ.

ש.ב. האט טאקע באשטעטיגט אז אלע מעסערס זענען שוין געווען געקויפט מער ווי א יאר צוריק. די ווען נאך פריער!

ליידער צילן זיי טאקע כמעט אויסשלוסליך אויף פרומע אידן (און אויף זיכערהייטס קרעפטן, פאליציי און סאלדאטן).

גר ותושב » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 2:22 pm

· #304260
Re: אקטואלע נייעס פון ארץ ישראל און ארום
געוואלדיג
אין הר נוף איז געווען איין אטאקע אין מער נישט

קוקט אויס די האסט פארגעסן די אלע קאר אטאקעס פון יענע תקופה.

געוואלדיג » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 2:24 pm

· #304261
ח
📎 פרשנות.png

געוואלדיג » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 2:24 pm

· #304262
.

געוואלדיג » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 2:24 pm

· #304263
.

געוואלדיג » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 2:25 pm

· #304264
.

געוואלדיג » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 2:25 pm

· #304265
.

געוואלדיג » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 2:25 pm

· #304266
די קאר אטאקעס זענען נישט געווען אזוי טעגליך.

בן אדם » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 3:01 pm

· #304278
/
📎 palestinian-car-intifada-social-media-4-JPG1.jpg

געוואלדיג » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 3:44 pm

· #304285
שש, לאמיר דיר העלפן,

מעלד איין א טעראר אטאקע, וועל אויס פון די פאלגענדע
📎 דווח על פיגוע.jpg

אן אומוויסענדע » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 4:11 pm

· #304290
Re: אקטואלע נייעס פון ארץ ישראל און ארום
אגב ר' שש די בילדער וואס איר האט ארויפגעלייגט עפענט זיך נישט אויף איז דאס נאר מיין פראבלעם? איימיצער ווייסט ?

Sent from my SM-G386W using Tapatalk

chusid » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 4:30 pm

· #304294
איך פראביר צו פארשטיין טעכניש, פארוואס איז נישט א קאר סאך א בעסערע מיטל פאר טעראר ווי א מעסער? א קאר אויף א פארנומענע פלאץ קען הרגנן מער.. בעצם פארשטיי איך נישט פארוואס דאס איז נישט א געפערליכע סכנה ווי א באמבע

געוואלדיג » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 4:35 pm

· #304296
די יעצטיגע טעראריסטן זענען עפ"י רוב פרויען אדער יונגע אראבער אנע קארס, און די וואס האבן קארס טאקע ה"י אזוי ווי די היינטיגע אטאקע.

שבת אחים » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 7:15 pm

· #304323
ווען גייט זיך די קאנפליקט אויפהערן רח״ל? ס׳נעמט נישט קיין עק! מיין גאנץ לעבן הער איך די זעלבע זאך נאכאמאל און נאכאמאל וחוזר חלילה,
#נישט נארמאל

מבקר » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 7:41 pm

· #304325
שבת אחים
ווען גייט זיך די קאנפליקט אויפהערן רח״ל? ס׳נעמט נישט קיין עק! מיין גאנץ לעבן הער איך די זעלבע זאך נאכאמאל און נאכאמאל וחוזר חלילה,
#נישט נארמאל

כשיעלו לציון מושיעים, לשפוט את הר עשיו, ואז תהיה לה' המלוכה.


@שבת אחים איך האף אז דו וועסט כאטשיג דעמאלט זיין דאנקבאר צו גאט.

chusid » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 7:41 pm

· #304326
וואס שטופט דע איגנט צו רצחנ'ן און אין איין וועגס ענדיגן זייער אייגן לעבן? זענען זיי דעפרעסט? פשוט מסירת נפש פאר זייער ציל? אדער פשוט זייער כח המחשבה איז נישט אנטוויקלט און טראכטן בכלל נישט אריין ?

שבת אחים » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 7:54 pm

· #304328
מבקר
שבת אחים
ווען גייט זיך די קאנפליקט אויפהערן רח״ל? ס׳נעמט נישט קיין עק! מיין גאנץ לעבן הער איך די זעלבע זאך נאכאמאל און נאכאמאל וחוזר חלילה,
#נישט נארמאל

כשיעלו לציון מושיעים, לשפוט את הר עשיו, ואז תהיה לה' המלוכה.


@שבת אחים איך האף אז דו וועסט כאטשיג דעמאלט זיין דאנקבאר צו גאט


מ׳וועט דעמאלסט רעדן, דערווייל איז אלעס טיף אין ת אריין! ונזכה ונחי׳.

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 10:32 pm

· #304355
[ציטאט אראפגענומען]

דאס איז די סאטמאר'ע און נטורי חרתא ווערסיע. סתם זיי זענען בלוטדורשטיגע רוצחים. זיי הרג'ענען לשם רציחה...!

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 10:37 pm

· #304357
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: דער עולם דא כאפט נישט. מ'דארף עס צו זאגן פאר א ישיבה'שע אוידיענץ... 😂

קאווע טרינקער » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 11:36 pm

· #304369
הסתר אסתיר פני.

ליפא » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 11:38 pm

· #304370
דאס לעצטע בילד פון דעם נפטר צופרי אין שול. בילד איז פון די סעקיוריטי קעמערע.
📎 rps20151013_233854.jpg

געוואלדיג » מיטוואך אקטאבער 14, 2015 12:47 am

· #304377
אוי רייסט מיר די הארץ פון די היינטיגע אטאקע, דער נפטר האב איך געקענט, ר' פסח קרישבסקי לרפו"ש וואס איז אויך א דראמער (פויקער) ביי ירושלימער חתונות קען איך גוט, און ר' יו"ט נייהויז לרפו"ש קען איך אויך איהם און אויך די משפחה עס רייסט די הארץ, מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די.

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 14, 2015 12:49 am

· #304378
סעים היער. איך בין צעשאסן און צובראכן.
#תחל שנה וברכותיה.

chusid » מיטוואך אקטאבער 14, 2015 12:53 am

· #304379
וואס טוט יענער? ער שיסט אים ? אינטערסאנט וויאזוי אין ווייניגער ווי 10 סקונדעס איז שוין דא א לוחם

שבת אחים » מיטוואך אקטאבער 14, 2015 1:33 am

· #304383
געוואלדיג
אוי רייסט מיר די הארץ פון די היינטיגע אטאקע, דער נפטר האב איך געקענט, ר' פסח קרישבסקי לרפו"ש וואס איז אויך א דראמער (פויקער) ביי ירושלימער חתונות קען איך גוט, און ר' יו"ט נייהויז לרפו"ש קען איך אויך איהם און אויך די משפחה עס רייסט די הארץ, מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די.


פון וועלכע קרישבסקי רעדט מען דא? איז עס די משפחה וואס הרה״ג ר׳ מאיר בראנדסדארפער ז״ל און ר׳ מענדל גרינבערג־שיקאגו זענען איידעמער דארט? די באוויסטע קרישבסקי ברודער פון ירושלים תולדות אהרן?

גרויסע מענטשעלע » מיטוואך אקטאבער 14, 2015 8:56 am

· #304396
Re: אקטואלע נייעס פון ארץ ישראל און ארום

גר ותושב » מיטוואך אקטאבער 14, 2015 9:21 am

· #304398
Re: אקטואלע נייעס פון ארץ ישראל און ארום
גאנץ שטיל היינט ברוך השם לאמיר האפן עס זאל אנהאלטן

גיבור » מיטוואך אקטאבער 14, 2015 10:49 am

· #304410
[ציטאט אראפגענומען]

האט ער געהייסן נאך זיין טאטע אדער איז עס א טעות ?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8