☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אקטואלע נייעס פון ארץ ישראל און ארום

אקטואלע נייעס פון ארץ ישראל און ארום

353 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2380
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

נאר,,פרייליך » זונטאג יולי 28, 2013 4:46 pm

· #136795
דער נייער ערוויילטער רב הראשי לאו האט גאר שארף פארדאמט די בעפרייאונג פון אראבישע רוצחים
שטעלט אייך פאר מיר האבען ווען נישט דעם ראבינאט וויאזוי מיר וואלטען אויסגעזעהן ❓ ❓ ❓

סאשי פיש » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 12:44 pm

· #138645
די לוויה פאר די צען ספרי תורה וואס זענען ליידער פארברענעט געווארען אין נתניה
אוי עס רייסט די הארץ!!
image.jpg

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 8:39 pm

· #138810
נאר,,פרייליך
דער נייער ערוויילטער רב הראשי לאו האט גאר שארף פארדאמט די בעפרייאונג פון אראבישע רוצחים
שטעלט אייך פאר מיר האבען ווען נישט דעם ראבינאט וויאזוי מיר וואלטען אויסגעזעהן ❓ ❓ ❓

א רחמנות אויף אזא פאריקט לאנד ווי מד"י. אנשטאט זיי זאלן האבן טויט שטראף פאר די וואס בגייען רציחה קריימס איז ביי זיי בכלל נישט פארהאן טויט שטראף און יעדער מערדער אין תפיסה ווארט פאר די קומענדע משכונות פארהאנדלונג אדער שלום פראצעס. קראנקע לאנד נעבעך אפילו פון א נישט תורה'דיג ווינקל

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 8:41 pm

· #138811
צבר סאלאד נעמט עדה הכשר
Tzabar, Israel’s largest salad company has taken on Eida Chareidis kashrus, offering its wide range of salads and original humus recipes to the tzibur at large. According to a market survey, over 50% of the chareidi tzibur in Eretz Yisrael buys prepared salads and 85% buy humus. The

מאיר_וואלף » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 10:07 pm

· #138843
זר זהב
נאר,,פרייליך
דער נייער ערוויילטער רב הראשי לאו האט גאר שארף פארדאמט די בעפרייאונג פון אראבישע רוצחים
שטעלט אייך פאר מיר האבען ווען נישט דעם ראבינאט וויאזוי מיר וואלטען אויסגעזעהן ❓ ❓ ❓

א רחמנות אויף אזא פאריקט לאנד ווי מד"י. אנשטאט זיי זאלן האבן טויט שטראף פאר די וואס בגייען רציחה קריימס איז ביי זיי בכלל נישט פארהאן טויט שטראף און יעדער מערדער אין תפיסה ווארט פאר די קומענדע משכונות פארהאנדלונג אדער שלום פראצעס. קראנקע לאנד נעבעך אפילו פון א נישט תורה'דיג ווינקל


איצט האבן מיר שוין צוויי וואס פארדאמען עס, מיר זעהן פארשריט

גיבור » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 10:52 am

· #138945
צוויי סאטמערע רעבעס פארדאמען די מדינה, מיר זעהן פארשריט

מאיר_וואלף » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 12:54 pm

· #138968
דער אמת דארף נישט קיין מענטשען, און דארף אויך נישט קיין פארשריט,

דער אמת בלייבט אמת, אפילו ער איז אליין

גיבור » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 1:00 pm

· #138970
די שאלה איז נאר ווער איז די אמת ?
(עכ''פ פון די צוויי)

מאיר_וואלף » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 1:32 pm

· #138975
קיין איינס פון די צוויי האבן קיין שייכות מיט די אמת, (אויב די מיינסט די "צוויי סאטמערע רעבעס")

די אמת מיין איך די תורה

גיבור » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 2:09 pm

· #138989
מאיר_וואלף
קיין איינס פון די צוויי האבן קיין שייכות מיט די אמת, (אויב די מיינסט די "צוויי סאטמערע רעבעס")

די אמת מיין איך די תורה


ע' פנים לתורה

מאיר_וואלף » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 2:42 pm

· #139000
כי ישרים דרכי ה' צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם

I'm back » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 3:00 pm

· #139006
ביטע נישט ברוין מאכן (צימעס) דער אשכול.

א דאנק.

נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 3:14 pm

· #139012
היינט איז א בחור'ל אינערהאלב צה''ל איינגעשפארט געווארען אין טורמע פאר'ן חטא פין אנהאבען זיין ציצית.........
איינציגער באשעפער ווי בין איך דא ? איז קאמיניזעם צוריק?
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=57716">http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=57716</a>

טאמבל סאס » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 3:16 pm

· #139013
אין ישיבה איז א בחור'ל צעשלאגן געוארן פון זיין משגיח פאר'ן חטא פון גיין אהן א רעקל.. איינציגע באשעפער ווי בין איך דא? אין לאגער צוריק?

מאיר_וואלף » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 4:03 pm

· #139028
Two wrongs don’t make a right

מאיר_וואלף » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 4:09 pm

· #139029
I'm back
ביטע נישט ברוין מאכן (צימעס) דער אשכול.

א דאנק.


אויך מער א דאגע,

קודם זיי א איד, דערנאך עס טו זיך זארגען פאר ברוין מאכן (צימעס) דער אשכול,

און אוי וועסטו דיר דאנקען

I'm back » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 4:26 pm

· #139034
@מאיר_וואלף דהיינו?

מאיר_וואלף » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 5:34 pm

· #139063
דהיינו, די . אידשקייט

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 8:56 am

· #139251
I'm back
ביטע נישט ברוין מאכן (צימעס) דער אשכול.

א דאנק.

יאצט כאפ איך פארוואס צימעס איז ברוין. ישר כח.

גיבור » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 5:44 pm

· #144363
איך הער עס איז שוין ווידער געפלויגן ראקעטס אין צפון
איינער ווייסט מער זאל ביטע ברענגן !
א דאנק .

איציק » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 6:23 pm

· #144371
די איזראעילי 'כיפת ברזל' אנטי-מיסיל סיסטעם האט נישט פונקציאנירט ווי ס'ברויך.
צוויי מיסיל'ס זענען געפאלן אין באוואוינטע געגענטער. די מיליטער פארשט די אינצידענט און גרייט זיך אפצוענטפערן.
די קעפל פון א 'Y-נעט' ארטיקל:
לא סיפקה הגנה: נפילה למרות כיפת ברזל
המערכת ליירוט טילים אמנם יירטה לראשונה רקטה מלבנון, אבל שתי קטיושות אחרות פגעו בשטחים מיושבים - בקיבוץ גשר הזיו ובבית הבראה בשבי ציון. חיל האוויר החל לתחקר, הרמטכ"ל קיים הערכת מצב לקראת תגובה אפשרית.

גיבור » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 6:28 pm

· #144372
א דאנק פארן זיך וויסנדיג מאכן
האט שוין איינער גענומען פאראנטווארליכקיייט ?
איז דא פארוואנדעטע ?
ווי איז עס געפלויגן ?
וויפיל ?
נא ברענגטס אויפדעיטס !

איציק » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 6:40 pm

· #144373
לויט ווי איך האב פארשטאנען זענען פיר קאטיושא ראקעטן געפלויגן, איינס אראפגעקלאפט פון די 'אייזערנע קאפל'. קיין פארוואונדעטע.

איין מיסיל איז געפאלן נעבן אן אלד-עידזש האום פאר מלחמה (האלאקאסט) איבערלעבער. די אלטע לייט לאכן זיך אויס. זיי זאגן אז זיי האבן שוין איבערלעבט ערגערס...

שוין געזאגט אין פריערדיגן תגובה וואו: בקיבוץ גשר הזיו ובבית הבראה בשבי ציון.

אן עקסטרעמער סוני שעיך פון לבנון, 'סיראדזש אל-דין זריקאט' האט היינט גע'טוויט' אז די 'אבדאללא על אזאם בריגאדעס און די זיאד על-דזשעראח סקוואדראן' - וועלכע זענען אפיליאירט מיט די 'וועלטליכע (איסלאמישע) דזשיהאד' - נעמען פאראנטווארטליכקייט פאר די שיסעריי.

דער לעבענאזער פרעזידענט האט פארדאמט.

א לעבענאזער פארליאמענטאר מיטגליד פון חיזבאללא האט געלייקנט אז ס'זאל האבן א שייכות מיט זיי.

דער שעיך זריקאט זאגט אז זייערע מיסילס וועלן אנקומען אויך ביז חיפה און אנדערע סטראטעגישע ערטער פון "דעם אידישן פיינט."

און דא קומט א גוטס: ער זאגט אז "די פאראנטווארטליכקייט פון די איראנער פארטיי (חיזבאללא) צו באשיצן די אידן, וועט פארוואנדלט ווערן אין א שווערע דזשאב."

האט איר געוואוסט אז די חיזבאללא באשיצן די אידן? ניין?
איך אויך נישט!

berlbalaguleh » מוצ"ש אוגוסט 24, 2013 11:28 pm

· #144782
איך מיין אז די איראנער פארטיי (די וועלכע באשיצן אידן) 😁 וועלן מאכן דעם "שעיך" זריקאט -אל-דין מיט א קאפ קערצער!!!

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 1:01 pm

· #147009
When askanim arrived at the home of HaGaon HaRav Aaron Yehuda Leib Shteinman Shlita on erev Shabbos 17 Elul 5773, they were more than a bit surprised to hear the gadol hador speak out in such a harsh tone – one far from his day-to-day gentle mannerisms.

The askanim painted a bleak picture regarding today’s financial realities, there result of Finance Minister Yair Lapid’s gezeiros against the chareidi tzibur. Rav Shteinman stated no less than three times “יימח שמו” regarding Lapid.

Following his shiur on motzei Shabbos the eve of 26 Elul, Rav Sheinman explained we are experiencing the birth pangs of Moshiach which are similar to labor pains and as the birth draws nearer, the pain becomes increasingly intense. He spoke of the harsh gezeiros that precede Moshiach.


The gadol hador concluded “הקב”ה יעזור שנגיע כבר לגאולה, תכלה שנה וקללותיה” and made yet another harsh reference to Lapid, stating “May Hashem assist so that which the rosha Lapid yemach shemo plans will not come to fruition.”

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 1:02 pm

· #147011
שוין יעצט איז שוין אויך 'קיהל' צו זאגן ''ימח שמו'' אויף יאיר לפיד ימ"ש. מקורבים זענען געווען איבערראשט צו הערן פון רב שטיינמאנ'ס מויל ארויסקומען די קללה "ימח שמו" אויף יאיר לפיד.

אנאליסטן זאגן אז דערמיט וועט אויטאמאטיש ווערן קיהל ביי אויפגעקלערטע חסידים זיך צו באנוצן מיט די קללה אויף לפיד, זינט רב שטינמאן גייט נישט מיט א פלאטשיגע ביבער היט.

שטוב מענטשן פון לפיד האבן אוועקגעמאכט דעם אסעסטמענט.

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 2:26 pm

· #147041
זר זהב
שוין יעצט איז שוין אויך 'קיהל' צו זאגן ''ימח שמו'' אויף יאיר לפיד ימ"ש. מקורבים זענען געווען איבערראשט צו הערן פון רב שטיינמאנ'ס מויל ארויסקומען די קללה "ימח שמו" אויף יאיר לפיד.

אנאליסטן זאגן אז דערמיט וועט אויטאמאטיש ווערן קיהל ביי אויפגעקלערטע חסידים זיך צו באנוצן מיט די קללה אויף לפיד, זינט רב שטינמאן גייט נישט מיט א פלאטשיגע ביבער היט.

שטוב מענטשן פון לפיד האבן אוועקגעמאכט דעם אסעסטמענט.

אז יאיר לפיד ימח שמו , ימ"ש ,(וויאזוי מ'זאגט עס.) האט נישט מורא פון באשעפער וועט ער זיך אוודאי נישט דערשרעקן פון הרב שטיינמאן. וואו וואלט ער איינגעזאפט יראת שמים? ביי זיין טאטן אדער רבי'ן? לגבי זיין "טאטע" איז ער נאך א "צאדיק" (מיט א חטף קמץ(.

לעמיל » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 11:28 am

· #148889
נעקסטע וואך מאנטיג גייט פארקומען די גרויסע צערמאניע ווי הרב עובדיה גייט אונטון פאר זיין זון די ספעצילע קלייד מיט וואס די רב הראשי גייט דארט, אינטערסאנט אז j.d.n. שרייבט אז די גיין מיט די קליידער איז שוין אלט איבער 300 יאר, מאכט סענטס?

גיבור » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 4:04 pm

· #153050
ביבי האט היינט גערעדט בייים יו ען !
איינער האט אפשר מער אינפראמאציע ?
וואס האט ער דארט געזאגט ?
איז עס געווען א סוקסעס ?

היימישער ליטוואק » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 11:02 pm

· #153579
יד "ישראל" באמצע?
דער הויפט פון די איראנער סייבער-מלחמה שטאב איז גשאסן געווארן אויף טויט דורך צוויי קוילן אין קאפ, אדורכגפירט דורך מענטשן אויף א מאטאר-ביציקל.

לויט מיין אפשאצונג גייט קהאמעני זאגן "קוקט וואס פאר א חורבן דער אינטערנעט מאכט אן!"

ישמעאל הכהן » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 1:53 am

· #155741
איז דאס א אפשרעק מיטל פון ישראל קעגן איראן ? ישראלישע דזשעטס פילן זיך אן אינמיטן וועג מיט נאך פיול צו קענען פליען לענגערע שטרעקעס

עוד מישהו » זונטאג אקטאבער 20, 2013 1:34 pm

· #157584
צוויי ערדציטערנישן האבן היינט באטראפן צפון ארץ ישראל ביים כינרת. די ערדציטערניש איז געשפירט געווארן אין גרעסערע חלקים פון צפון. די ערשטע איז געשאצט געווארן 3.6 אויפן ריכטער וואגשאל, די צווייטע אויף 3.5 אויפן ריכטער וואגשאל.
עס איז טאקע נישט שטארק, אבער עס איז די פערטע ערדציטערניש אין די לעצטע פאר טעג צו באטרעפן די צפון אין געגנט פון כינרת.
עס הערשט א שטיקל זארג אין די געגנט, הגם עס איז א נארמאלע זאך שוואכע ערדציטענישן, היות אבער עס געשעט אזוי שנעל איינס נאכן אנדערן, איז דאס אפשר א ווארענונג?!
גרויסע ערדציטערנישן אין געגנט פון א"י, געשען געווענליך איינמאל אין הונדערט יאר, דאס לעצטע מאל וואס עס איז געווען א גרויסע ערדציטערניש איז געווען אין יאר 1927, אין געגנט פון ים המלח, וואס האט גורם געווען צו 550 פאטאליטעטן פון ביידע זייטן פון ירדן טייך.

שמו יגער » זונטאג אקטאבער 20, 2013 4:03 pm

· #157626
היינט פארנאכטס אין ארץ ישראל איז אן אראבער ארויף אויף א אוטובוס וואס רופט זיך קו 128 וואס פארט פון בית שמש צו בית"ר עילית ער האט ארויסגענומען א מעסער אין אנגעהויבען צו גיין צום דרייווער ברוך השם קיין געשעדיגטע ער האט נאר אנגעשניטן אביסל פון די פאה פון א יונגערמאן
די פאליציי פון ירושלים זאגן פון עדות אויפן באס אז ער האט דוקא געוואלט מען זאל אים אראפלאזען דארט וואו עס איז נישטא קיין אפיציעלע סטאפ, אין ווען דער דרייווער האט נישט געוואלט מאכן דעם סטאפ לכבודו האט ער ארויסגענומען די מעסער אין געוויזען צום דרייווער,דער דרייווער האט אפגעשטעלט די באס אין די אראבער איז אנטלאפן די צה"ל האט פרובירט אים נאכציאגן אבער דערווייל איז ער נאכנישט געכאפט געווארן

גיבור » זונטאג אקטאבער 27, 2013 6:14 pm

· #158919
היינט האט מען מחליט געווען צו באפרייען נאך 26 טערראריסטן עס איז געגאנגען אביסל מכות צווישן לפיד און בנט וואס איז קעגן דעם
אבער צום סוף האט מען מחליט געווען צו באפרייען .
די ליסט גייט ארויסקומן שפעטער און לכאורה דינסטאג גייען זיי אהיים (נישט פארגעסן א גרויס חלק מיט בליט אויפ'ן הענט)
אלעס כדי אבו מאזן זאל מסכים זיין צו זיצן צו רעדן וועגן שלום .

גיבור » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 10:51 am

· #161188
אביגדור ליברמן פון ישראל ביתינו פארטיי איז היינט ארויסגעקומען ריין פון אלע אנקלאגעס א'קעגן עם .
עס איז ערווארטעט ער זאל יעצט צוריק באקימען די שטעלע פון שר החוץ פון ביבי .

א שוויצער » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 9:48 am

· #161809
די גבאים פאדערן אהער צו שטעלן דעם אשכול וועל איך עס דא קאפירען

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/5166">viewtopic.php?f=3&t=5166</a><!-- l -->

גיבור » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 7:50 pm

· #163115
פרנסואה הולנד די נשיא פון פרנקרייך איז היינט אנגעקומן קיין ישראל פאר א וויזיט
מארגן גייט ער אויפטרעטן אין כנסת
עס איז ערווארטעט א פרא ישראלי דרשה .

גיבור » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 12:25 pm

· #163220
יעצט גענדיגט זיין דרשה !

דער (פינטעל) איד » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 12:29 pm

· #163221
געהערט אויף קול הלשון , גאר גוט געזאגט!!

גיבור » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 1:55 pm

· #163234
אינמיטן זיין דרשה האט ער געזאגט אז כדי די שלום פלענער זאלן צושטאנד קומען טאר מען נישט בויען ביי יהודה ושומרון
די אראבישע חברי כנסת האבן עם הילכיג אפלאדירט .
עס האט שטארק נישט געשמעקט פאר ביבי און ליברמן און די רעכטע פארטייען
אבער חוץ פון דעם איז עס געווען שטארק פרא סיי לגבי אירן או סיי לגבי סתם די ידידות פון פריינקרייך צו מדינת ישראל
ער האט אויך גוט אריינגעפליקט די יושב ראש הכנסת יולי אדלשטיין וואס איז געוען באליידיגט אפאר וואכן צוריק ווען עס האט געהייסן אז ער וועט נישט אויפטרעטן אין כנסת
אבער נאכדעם האט ער צוריקגעצויגן .

בערל_פרוכטבייסער » מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 10:20 pm

· #164240
יעצט גע'סיינ'ט דעם (ביטערן) הסכם-דיעל מיט איראן
דער אובמא וועט אזוי ביטער באצאלן

עוד מישהו » מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 5:25 pm

· #167921
א זעלטן שווערע שניי שטורעם האט זיך אראפגעלאזט אין ארץ ישראל, דעקנדיג כמעט אלע בערג וואס געפונען זיך העכער 600 מעטער.
אין צפת און אין ירושלים האט די שניי דערגרייכט כמעט צוויי פוס, וואס האט געצליך פארלאזירט די צוויי שטעט און ריזיגע געגנטער זענען געווארן אויסגעשאלטערט פון די עלעקטעריציטעט, א טייל האבן אויך פארלוירן די ואסער.
די שטאטישע אינסטאנצן און די פאליציי האבן זיך קוים געקענט ספראווען מיט די זאווערוכע, די ארמעי איז אריינגערופן געווארן, זיי האבן מיט APC געפאנצערטע טרעקלעך וכדו', געקומען אפצורייניגן די גאסן, און קלאר מאכן די וועגן פאר עלעקטעריציטעט באאמטע, זיי זאלן קענען צוריק באהעפטן די עלעקטעריק.
די רב הראשי הרב לאו האט ארויסגעגעבן זיין פסק, אז די אלע רעטונגס ארבעטער אינאיינעם מיט די עלעקטעריק קאמפאני מעגן ארבעטן שבת, וויבאלד עס רעדט זיך פון סכנת נפשות, וואו אלטע מענטשן און קליינע קינדער זענען אנגעוויזן אויף לעקטער.
דריי מענטשן זענען אומגעקומען אלס רעזולטאט פון די שטורעם, און וועגן קיין צפת און ירושלים זענען שוין אפאר טעג מער ווייניגער אפגעשפארט.
איבער די אנדערע טיילן פון לאנד, איז די פארגאנגענע פאר טעג, אנגעגאנגען שווערע רעגן שטורעמס און קעלט, באגלייט מיט האגל און לייכטע שנייען, וואס האט גורם געווען צו מערערע פארפלייצונגען פון די טייכן אין לאנד.

רויטע וואנצעס » מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 10:58 pm

· #168007

petergrifin » דינסטאג יאנואר 7, 2014 10:24 pm

· #174491
א לינק צו בילדער װי מ׳זעהט מתנחלים נאכן װערן ארעסטירט דורך פאליסטינער מיט צובלוטיגטער פנים׳ער.

<a class="postlink" href="http://news.yahoo.com/photos/palestinian-villagers-detain-and-beat-israeli-settlers-slideshow/">http://news.yahoo.com/photos/palestinia ... slideshow/</a>

גיבור » מאנטאג יאנואר 20, 2014 11:59 am

· #177667
סטיבן הרפר פרעימער פון קנאדא טרעט יעצט אויף אין כנסת
ביבי האט פריער גערעדט זאגנדיג אז די כנסת איז די איינציגסטע דעמאקראטישע פארלעמענט אין מיטל מזרח
און ווען אחמד טיבי האט אנגעהויבן אריינשרייען האט ער געזאגט עטס זעסטס אין סיריע קענען זיי דאס נישט טון.
די עולם האט הילכיג אפלאדירט .

חזקיהו המלך » מאנטאג יאנואר 20, 2014 1:46 pm

· #177701
דער קאנאדישע פריים מיניסטאר וואס איז באקאנט אלץ אוהב ישראל, ווערט פארשריגען ביי זיין דרשה אין כנסת דורעך אראבישע דעפוטאטען,

דא קען מען זעהן דעם ווידיאו

לאנגע ווערסיע פין די ספיטש

חזקיהו המלך » מאנטאג יאנואר 20, 2014 5:24 pm

· #177743
<a class="postlink" href="http://www.cbc.ca/player/News/Politics/ID/2431104808/">http://www.cbc.ca/player/News/Politics/ID/2431104808/</a>

חזקיהו המלך » מאנטאג יאנואר 20, 2014 5:44 pm

· #177751
אויף יואטוב ווי הארפער ווערט פארשריגען דורעך די אראבישע דעפוטאטען,


חזקיהו המלך » מאנטאג יאנואר 20, 2014 6:02 pm

· #177759
ס'איז גוט צי זעהן אז אין די צייט וואס אמעריקע האט א נארישע אומבאחנטע מאראליש ליידיגע זאק פרעזידענט, האט קאנאדא א נארמאלע מענטש אלץ פריים מיניסטאר,

איש עברי » מאנטאג יאנואר 20, 2014 6:05 pm

· #177761
ליידער רעדט ער פאר זיך און נישט אין נאמען פון זיין לאנד ער איז איזאלירט און פארפיינטעט ביי די ליבעראלע קאנאדער, עס טוט וויי צו זעהן ווי די קאנאדישע פרעס רייסט אים אראפ געפערליך
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8