☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וויפיל רבי'ס טראגן ווייסע זאקן אינדערוואכן?

וויפיל רבי'ס טראגן ווייסע זאקן אינדערוואכן?

153 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2200
בלאט: 1 2 3 4

געפילטע פיש » זונטאג אקטאבער 28, 2012 3:37 am

· #55971
איינער ווייסט וועלכע רבי'ס גייען ווינטער מיט די ווארמע גאטשעס? ס'מיר זייער וויכטיג צו וויסן, אויב מעגליך אויך וועלכע קאמפאני, בעיקר דאהי, פאר א"י קען מען מאכן א עקסטערע ליסט.

קאווע טרינקער » זונטאג אקטאבער 28, 2012 11:19 am

· #55996
זר זהב
ווינער רב טראגט הויזן

me too

זר זהב » זונטאג אקטאבער 28, 2012 11:20 am

· #55997
BS

prove it

קאווע טרינקער » זונטאג אקטאבער 28, 2012 11:20 am

· #55999
געפילטע פיש
איינער ווייסט וועלכע רבי'ס גייען ווינטער מיט די ווארמע גאטשעס? ס'מיר זייער וויכטיג צו וויסן, אויב מעגליך אויך וועלכע קאמפאני, בעיקר דאהי, פאר א"י קען מען מאכן א עקסטערע ליסט.

they don't need, they are all under the sun
palm springs, Florida

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:47 pm

· #56039
געפילטע פיש
איינער ווייסט וועלכע רבי'ס גייען ווינטער מיט די ווארמע גאטשעס? ס'מיר זייער וויכטיג צו וויסן, אויב מעגליך אויך וועלכע קאמפאני, בעיקר דאהי, פאר א"י קען מען מאכן א עקסטערע ליסט.

האסט א ברירה גיין אין אלע מקוואות, קוקן. 😂

זר זהב » זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:50 pm

· #56042
פארוואס מיינסטע האבן די רביליך פריוואטע מקוואות??

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:58 pm

· #56044
זר זהב
פארוואס מיינסטע האבן די רביליך פריוואטע מקוואות??

און די וואס האבן נישט, יאגן ארויס דעם עולם ווען די רבי גייט.

נ נח » זונטאג אקטאבער 28, 2012 9:15 pm

· #56243
דאכט זיך מיר אז ר׳ חצקל רוטה גאב״ד אנאנים גייט ווייסע זאקן
אינדערוואכן. ניין?

sunbar » זונטאג אקטאבער 28, 2012 9:46 pm

· #56257
נ נח
דאכט זיך מיר אז ר׳ חצקל רוטה גאב״ד אנאנים גייט ווייסע זאקן
אינדערוואכן. ניין?


יא. גערעכט

קאוקאנט » זונטאג אקטאבער 28, 2012 10:37 pm

· #56275
געפילטע פיש
איינער ווייסט וועלכע רבי'ס גייען ווינטער מיט די ווארמע גאטשעס? ס'מיר זייער וויכטיג צו וויסן, אויב מעגליך אויך וועלכע קאמפאני, בעיקר דאהי, פאר א"י קען מען מאכן א עקסטערע ליסט.


פאר די וואס ווייסן. בעלזער רבי גייט מיט רעגולער גאטשעס.
די קאמפעני איז לכאורה יעדע וואך א אנדערע. זינט ס'איז נראה לעינים, האט זיך פארמירט א געשלעג צווישן די קאמפעני'ס. דאן האבן די גבאים אפגעמאכט צו שטילן דעם געשלעג מיטן צושטעלן פאר יעדן צוגלייך.

משה געציל » זונטאג אקטאבער 28, 2012 10:57 pm

· #56281
געפילטע פיש
איינער ווייסט וועלכע רבי'ס גייען ווינטער מיט די ווארמע גאטשעס? ס'מיר זייער וויכטיג צו וויסן, אויב מעגליך אויך וועלכע קאמפאני, בעיקר דאהי, פאר א"י קען מען מאכן א עקסטערע ליסט.

😃 😃 😃
איך האב פונקט געטראכט וואס עס גייט נעקסט דריקן אויפן מאגען פארן פותח האשכול... איך האב מיך פארגעשטעלט אז נעקסט קומט וועלכע רבי׳ס גייען נישט מיט קיין אונטער העמעדער...

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 28, 2012 11:13 pm

· #56290
יא, דער עולם האט דא ערנסטע דאגות...
אויך מיר א דאגה, יענעמ'ס זאקן...

איחוד פעלד » זונטאג אקטאבער 28, 2012 11:27 pm

· #56303
משה געציל
געפילטע פיש
איינער ווייסט וועלכע רבי'ס גייען ווינטער מיט די ווארמע גאטשעס? ס'מיר זייער וויכטיג צו וויסן, אויב מעגליך אויך וועלכע קאמפאני, בעיקר דאהי, פאר א"י קען מען מאכן א עקסטערע ליסט.

😃 😃 😃
איך האב פונקט געטראכט וואס עס גייט נעקסט דריקן אויפן מאגען פארן פותח האשכול... איך האב מיך פארגעשטעלט אז נעקסט קומט וועלכע רבי׳ס גייען נישט מיט קיין אונטער העמעדער...


און יאך וואלט געראטען צו מאכען א רשימה וועלכע רעביס טראגען די גאטשע העמדער (מיט די גרויסע ארבעל).

דולה ומשקה » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 12:06 pm

· #56460
ווען האט ער אנגעטוהן די ווייסע זאקן:

מונקאטש רבי האט אנגעטוהן ווען ער איז געווארען 70
ברך משה מסאטמר ווען ער איז גווארען אדמור מסאטמאר בשנת תש"מ - ווען ער איז געוועהן בערך 60
מהר"ש מבאבוב ערשט ווען ער איז געקומען קיין בארא פארק שנת תשכ"ז - ווען ער איז געוועהן בערך 60
האדמו"ר מבאבוב (45) ככלות השלושים, ווען ער איז אפגעפלויגען קיין ארץ ישראל
האדמו"ר מזמיגראד מבני ברק זצ"ל סוף ימיו בערך ווען ער איז געווארען 80

הדד בן בדד » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 4:22 pm

· #59744
זר זהב
BS

prove it


👍 😂

זר, דו ביסט גוט...

קאווע טרינקער » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 4:48 pm

· #59759
עפעס א רבי'לע דא אין בארא פארק. ער גייט אפיציעל מיט שווארצע שטרימפ, אבער יעצט זעה איך אז זיין זאקען איז ווייס געווארן פון די שניי.
על כן קען מען אפשר מוסיף זיין צו די רשימה.
פון די אנדערע זייט הער איך, אין מאנסי איז א ווייסע-זאקען רבי'לע שמיציג געווארן, און גייט מיט שווארץ.

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 4:50 pm

· #59760
דעמאלטס ווערט דאך עס אויסגעגלייכט! איז נעם נישט אראפ און לייג נישט צו.

אבי געקאטשקעט.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 4:53 pm

· #59762
ס'איז נישט גלייך
ווייל דער ווייסער איז נאר שווארץ געווארן אויף איין פיס

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 4:54 pm

· #59763
און דער פון בארא פארק איז ווייס געווארן אויף ביידע?

איך אויך » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 4:58 pm

· #59766
זר ביסט א מבין דבר מתוך דבר.

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 5:04 pm

· #59772
ס'דאך אן ערנסטע נושא..

הדד בן בדד » פרייטאג נאוועמבער 9, 2012 12:02 am

· #59941
זר זהב
ס'דאך אן ערנסטע נושא..


חחחחחחח 😂 😂

הדד בן בדד » פרייטאג נאוועמבער 9, 2012 12:03 am

· #59942
משה געציל
געפילטע פיש
איינער ווייסט וועלכע רבי'ס גייען ווינטער מיט די ווארמע גאטשעס? ס'מיר זייער וויכטיג צו וויסן, אויב מעגליך אויך וועלכע קאמפאני, בעיקר דאהי, פאר א"י קען מען מאכן א עקסטערע ליסט.

😃 😃 😃
איך האב פונקט געטראכט וואס עס גייט נעקסט דריקן אויפן מאגען פארן פותח האשכול... איך האב מיך פארגעשטעלט אז נעקסט קומט וועלכע רבי׳ס גייען נישט מיט קיין אונטער העמעדער...


משה געציל, וואס דעם פותח האשכול וועט באדערן נעקסט, וועט ער דא מעלדן בייאונז אין שטיבל, קענסט זיכער זיין אין דעם. וואס דיר באדערט, דאס זעה איך שוין.

אוהב דעת » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 4:48 pm

· #60408
[ציטאט אראפגענומען]

דאכט זיך אז ר הערשעלע ספינקער האט געזאגט שיינע זאכען אויף ר חיים

איחוד פעלד » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 5:19 pm

· #60422
חוסטער רב פין ארץ ישראל האט געלאזט וויסען אז ער גייט אויך ווייסע זאקען אינדערוואכען.

הדד בן בדד » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 5:31 pm

· #60425
שקועיח ר' איחוד

זעהסטו שוין ווי וויכטיג אזא אשכול איז געווען, אז דער חוסטער רב אליינס האצעך געלאזט אנהערן מען אים אויך אריישרייבן דא

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 5:35 pm

· #60426
איך האב באמערקט אז ביי געוויסע קלענערע רבי'שע הויפן טראגן די בחורים אויך ווייסע זאקן.

קפנדריא » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 5:46 pm

· #60435
זר זהב
איך האב באמערקט אז ביי געוויסע קלענערע רבי'שע הויפן טראגן די בחורים אויך ווייסע זאקן.

למשל דעעש און סאטמאר?

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 5:48 pm

· #60437
סאטמאר איז נישט א קלענערער הויף. כ'מיין טאקע דעעש און דאכט זיך אויך וואוידיסלאוו אדער פאלטיטשאן

קפנדריא » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 5:52 pm

· #60439
זר זהב
סאטמאר איז נישט א קלענערער הויף. כ'מיין טאקע דעעש און דאכט זיך אויך וואוידיסלאוו אדער פאלטיטשאן

און ספינקא [כהנא], פון דארט נעמט עס פאלטישאן און אנאנים [ווימסב"ג].

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 5:52 pm

· #60440
און דעעש?

געפילטע פיש » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 11:33 pm

· #60530
דעעש נעמט עס פון די דריי-גוד סטאר...

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 11:35 pm

· #60532
די אנדערע חסידות'ער ווי די בחורים גייען נישט ווייסע זאקן ווייסן עפעס נישט פון קיין דריי גוד סטארס צו זאגן?

געפילטע פיש » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:03 am

· #60547
איך ווייס נישט וועגן די אנדערע, אבער איך האב א קראנטע מקור אז פאלטיטשאן נעמט עס פון ספינקא, און דעעש נעמט עס פון וויזנערס דריי-גודז.

זר זהב » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:06 am

· #60548
און פון ווי נעמט עס ספינקא?...

sunbar » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:11 am

· #60549
זר זהב
און פון ווי נעמט עס ספינקא?...

פון די דריי גוד געשעפט אין בני ברק.

געפילטע פיש » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:11 am

· #60552
פון א גרויסע טשוכעפאכע.

משה געציל » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:21 am

· #60559
הדד בן בדד
משה געציל
געפילטע פיש
איינער ווייסט וועלכע רבי'ס גייען ווינטער מיט די ווארמע גאטשעס? ס'מיר זייער וויכטיג צו וויסן, אויב מעגליך אויך וועלכע קאמפאני, בעיקר דאהי, פאר א"י קען מען מאכן א עקסטערע ליסט.

😃 😃 😃
איך האב פונקט געטראכט וואס עס גייט נעקסט דריקן אויפן מאגען פארן פותח האשכול... איך האב מיך פארגעשטעלט אז נעקסט קומט וועלכע רבי׳ס גייען נישט מיט קיין אונטער העמעדער...


משה געציל, וואס דעם פותח האשכול וועט באדערן נעקסט, וועט ער דא מעלדן בייאונז אין שטיבל, קענסט זיכער זיין אין דעם. וואס דיר באדערט, דאס זעה איך שוין.

איך זאג נישט וואס איך מיין, איך מיין נישט וואס איך זאג, דאנט טעיק איט סא פערסנאל פליז... איי יאס דזשאסט קידינג...

אויס מענטש » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 10:13 am

· #60616
ר' איציקל מפשעווארסק פלעגט גיין מיט ווייסע זאקן
און זיין איידעם ר' יענקעלע נישט [היינט די יארצייט}
ר' יענקעלע האט ביי זיך אפגעמאכט אז ווען ער ווערט 80 יאר
טוט ער זיך אן ווייסע זאקן
ויהי כן בבוקר פון זיין 80 יום הולדת האט ער אנגעטון ווייסע זאקן,
זיין איידען ר' ברוכל כהנא קומט אריין און זעהט זיין שווער מיט די ווייסע זאקן
פרעגט ער אים, יעדער דארף וויסן אז דער שווער איז געווארן 80 יאר?!
{ר' יענקעלע האט זייער מורא געהאט מעינא בישא}
און ער האט דאס אויסגעטון, און צוריק געגאנגען מיט די שווארצע זאקן עד יומו האחרון
וכן נוהג אחריו בנו ר' לייבוש

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 10:20 am

· #60619
תולדות אברהם יצחק גייט נישט קיין ווייסע זאקן, כאטש דער פאטער דברי אמונה איז יא געגאנגען.
כ'מיין אז דער תו"א אויך נישט.

תלמיד חכם » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 3:25 pm

· #61097
איך גיי ווייסע זאקען ווען מיינע פיס ווייטאג'ט
אבער מיט לאנגע הויזען ציגעדעקט

yisroelotd » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 3:45 pm

· #61104
נס קאווע
טשערנאוויצער רבי

סתם א בלבול... ער וויל אפשר, אבער דערווייל גייט ער נישט.

yisroelotd » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 3:49 pm

· #61105
הדד בן בדד
ציוני
נאך רבי'ס וואס גייען ווייסע זאקן
אין ירושלים: בעלזא'ער רבי איך מיין אויך ר' ניסן קרעטשניף'ער
אין בני ברק: ביאלע (נאר אין חוץ לארץ ישראל)
אין נתניה: צאנז
אשדוד: פיטצבורג (כפי מיטב ידיעתי)
אין מאנסי: וויזשניץ'ער רבי
אין בארא פארק: קאסאן'ער רבי (ר' מאיר יוסף),


איך האב גערעדט דוקא פון אמעריקא, נישט פון ארץ ישראל.

ר' מאטעלע גייט נישט מיט ווייסע זאקן אינדערוואכן, ער גייט מיט שווארצע.
קאסאן האב איך נישט געוואוסט.

שטעלט זיך צאם גאנץ א שיינער רשימה

הדד, ביסט אביסעל צוריקגעשטאנען, ער גייט שוין די לעצטע פינף יאר (זייט זומער תשס''ז)בקביעות ווייסע זאקן, און אז די ווילסט פאר אריבער קיין מאנסי וועסטו זעהן, ער קומט אריין יעדן טאג צו שחרית, און מען קען אריינגיין יעדן טאג פון 5 ביז 10.
קאסאניער רבי האט זיך אנגעטויהן בערך א יאר צוריק

yisroelotd » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 4:06 pm

· #61110
קפנדריא
זר זהב
סאטמאר איז נישט א קלענערער הויף. כ'מיין טאקע דעעש און דאכט זיך אויך וואוידיסלאוו אדער פאלטיטשאן

און ספינקא [כהנא], פון דארט נעמט עס פאלטישאן און אנאנים [ווימסב"ג].

פאלטישאן נעמט עס פון ספינקא כהנא, און די זעלבע אביש ספינקער וואס איז א איידעם ביי ר' אהרן מרדכי רוטנער, א איידעם ביי ספינקא ירושלים.
וואודיסלאוו גייט נישט.
דעעש גייען זיי נאר יום טוב.

נאך מקומות, זענען קרעטשניף רחובות, סאסוב, וזהו, לפי ידיעתי.
שמעתי, אז דער ברך משה'ס קינדער זענען נישט געגאנגען, עס האט זיך אנגעהויבען נאכדעם וואס ר' מאטעל שטיין'ס קינדער וואס איז געווען איינגעשטעלט און סאטמאר זענען געגאנגען, האט סאטמאר אויך אנגעהויבען גיין.
ר' יצחק שטיין, איז געווען די ערשטע בחור אין אמעריקע צוגיין ווייסע זאקען

הדד בן בדד » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 5:52 pm

· #61153
שמעקעדיג
תולדות אברהם יצחק גייט נישט קיין ווייסע זאקן, כאטש דער פאטער דברי אמונה איז יא געגאנגען.
כ'מיין אז דער תו"א אויך נישט.


ביים תולדות אברם יצחק קומט עס מנהסתם פון וויזניץ, דארט טראגט מען נישט קיין ווייסע זאקן אינדערוואכן.

הדד בן בדד » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 5:56 pm

· #61160
תלמיד חכם
איך גיי ווייסע זאקען ווען מיינע פיס ווייטאג'ט
אבער מיט לאנגע הויזען ציגעדעקט


א תלמיד חכם אז דו ביסט האב איך געוואוסט, אבער א רבי דאס האב איך שוין נישט געוואוסט.

הדד בן בדד » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 5:59 pm

· #61163
yisroelotd
הדד בן בדד
ציוני
נאך רבי'ס וואס גייען ווייסע זאקן
אין ירושלים: בעלזא'ער רבי איך מיין אויך ר' ניסן קרעטשניף'ער
אין בני ברק: ביאלע (נאר אין חוץ לארץ ישראל)
אין נתניה: צאנז
אשדוד: פיטצבורג (כפי מיטב ידיעתי)
אין מאנסי: וויזשניץ'ער רבי
אין בארא פארק: קאסאן'ער רבי (ר' מאיר יוסף),


איך האב גערעדט דוקא פון אמעריקא, נישט פון ארץ ישראל.

ר' מאטעלע גייט נישט מיט ווייסע זאקן אינדערוואכן, ער גייט מיט שווארצע.
קאסאן האב איך נישט געוואוסט.

שטעלט זיך צאם גאנץ א שיינער רשימה

הדד, ביסט אביסעל צוריקגעשטאנען, ער גייט שוין די לעצטע פינף יאר (זייט זומער תשס''ז)בקביעות ווייסע זאקן, און אז די ווילסט פאר אריבער קיין מאנסי וועסטו זעהן, ער קומט אריין יעדן טאג צו שחרית, און מען קען אריינגיין יעדן טאג פון 5 ביז 10.
קאסאניער רבי האט זיך אנגעטויהן בערך א יאר צוריק


ישראל, זיי נישט ברוגז, איך בין ערשט דארט געווען, ר' מאטעלע טראגט געהעריג שווארצע זאקן אין די וואכן, חוץ א וואך ווען ער מאכט חתונה אן אייניקל, דעמאלס גייט ער בבגדי שבת אגאנצע וואך פון די שבע ברכות. (דעם ווינטער תשע"ג, גייט ער חתונה מאכן אכט אייניקלעך קע"ה, גייט ער טראגט כמעט גאנץ ווינטער ווייסע זאקן אינדערוואכן).

פרענטש וואנילע » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 6:02 pm

· #61165
וויזניצע רבי גייט ווייסע זאקען ווען ער האט צו טוהן מיט די פיס, ער פלעגט שטארק ליידען פון "רויזען", האט ער אנגעטוהן ווייסע זאקען פאר א צייט..

sunbar » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 7:12 pm

· #61195
פרענטש וואנילע
וויזניצע רבי גייט ווייסע זאקען ווען ער האט צו טוהן מיט די פיס, ער פלעגט שטארק ליידען פון "רויזען", האט ער אנגעטוהן ווייסע זאקען פאר א צייט..


דאס איז געווען די בעל ישועות משה זי'ע

sunbar » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 7:14 pm

· #61198
איך האב אמאל געהערט אז די מחנובקא טראגט ווייסע זאקן. ער טראגט צו לאנגע קליידער אז מען זאל עס קענען זען...
בלאט: 1 2 3 4