☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וויפיל רבי'ס טראגן ווייסע זאקן אינדערוואכן?

וויפיל רבי'ס טראגן ווייסע זאקן אינדערוואכן?

153 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2200
בלאט: 1 2 3 4

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 7:16 pm

· #61199
תלמיד חכם
איך גיי ווייסע זאקען ווען מיינע פיס ווייטאג'ט
אבער מיט לאנגע הויזען ציגעדעקט


פרענטש וואנילע
וויזניצע רבי גייט ווייסע זאקען ווען ער האט צו טוהן מיט די פיס, ער פלעגט שטארק ליידען פון "רויזען", האט ער אנגעטוהן ווייסע זאקען פאר א צייט..


כ'וויל נישט פארדרייען, אבער אפשר קען מען מסביר זיין פארוואס ווייסע איז מער געזונט?
איך זעה אז די וועלכע ליידן אפט פון ווייטאגן אדער א רויז ה"י גייען שטענדיג מיט ווייסע.
קען דער פוס באמערקן דעם קאליר?..

זר זהב » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 7:19 pm

· #61200
אדער גייט מען מיט שווארצע זאקען וואס איז ווייס פון אונטן.

משכיל » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 7:36 pm

· #61203
דער פראבלעם איז אז די רבי'ס - רעב'עלעך מוזן גיין מער ווי דער עולם, סא ווען דער עולם איז געגאנגען קורצע רעקלעך מיט שטאפענע קאפוליטשען זיינען די רבי'ס געגאנען לאנגע רעקלעך מיט ביבער היטען, און זייט דעמאלטס האלט זיך עס און איין ארויפריקען, אזוי ווי אסאך פשוטע מענטשען גייען שווארצע זאקען און דער וואכען מוז דער רבי גייען ווייסע, און וואס וועט זיין אז דער עולם וועט אנהייבען גיין ווייסע זאקען און דער וואכען וועלען די רבי'ס מוזען גיין שטריימלעך א גאנצע וואך, וועט עס זיי יום שכולו שבת און משיח וועט קומען. כן יהי רצון

איך אויך » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 7:44 pm

· #61205
שאל אביך, ביז די ערשטע קריג זענן די גרויסע חסידים אין גאליציע געגאנגן מיט ספאדיקעס אינדערוואכן, נאך די ערשטע קריג איז ענטשטאנען א גרויסע ירידה ברוחניות כידוע.

כאב אמאל געליינט איבער א שטעטל [די שטעטל האט געהייסן ליביטשוב, זעה דא די א תשובה דערוועגן, ער דערמאנט נאר די שייטל תקנה אבער למעשה איז געווען עטליכע תקנות צווישען זיי אז דער מאן מיז גיין א ספאדיק און די פרוי מעג נישט גיין קיין שייטל נאר א טיכל ועוד] וואס האט געהט א תקנה אז נאר איינער וואס טראגט א ספאדיק אינדערוואכן מעג צוגיין צום עמוד, פאר די ערשע וועלט קריג איז געווען גענוג פון וועם צו וועלן אבער נאכדעם איז נאר געבליבן איין איינציגער, טוישן די תקנה האט מען נישט געקענט, איז אויסגעקומן אז יענער (א אלמן) האט געדאווענט שחרית מנחה מעריב אגאנץ יאר.

איחוד פעלד » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 8:27 pm

· #61214
אמאהל האב איך געזעהן די גראמען אויף דעם,
ווייל מען האט געלייגט א ספאדיק ביים עמוד אז ווען מען דאווענט פארען עמוד זאל דער בעל תפלה אנטוהן א ספאדיק, שפעטער איז דער ספאדיק פארלוירען געגאנגען האט מען נישט געקענט טרעפען א ספאדיק עס צו רעפלעיסען.

עפעס איז דא גראמען
איך געדענק נישט די גאנצע

מען דארף באהאלטען
א ספאדיק אן אלטען
---------- דא פעלט ----------
עס זאל זיין א ווינדער
פאר די קינדער
---------

ווער עס געדענקט זאל משלים זיין.
מיין זכרון דינט מיר נישט, איך דענק אפילו נישט פין ווי איך האב עס געהערט. עס האט געמוזט זיין א רעבישע שמחה.

איך אויך » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 8:36 pm

· #61216
נעה דאס איז א אנדערע זאך, א ניגון פונעם הייליגן ראפשיצער.

מען דארף באהאלטען, א ספאדיק אן אלטען
בחדרי חדרים זייער גוט
עס זאל זיין א ווינדער, פאר אינזערע קינדער
אז אזוי איז געגאנגן א ערליכע איד.

הדד בן בדד » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 9:21 pm

· #61238
איך אויך
שאל אביך, ביז די ערשטע קריג זענן די גרויסע חסידים אין גאליציע געגאנגן מיט ספאדיקעס אינדערוואכן, נאך די ערשטע קריג איז ענטשטאנען א גרויסע ירידה ברוחניות כידוע.

כאב אמאל געליינט איבער א שטעטל [די שטעטל האט געהייסן ליביטשוב, זעה דא די א תשובה דערוועגן, ער דערמאנט נאר די שייטל תקנה אבער למעשה איז געווען עטליכע תקנות צווישען זיי אז דער מאן מיז גיין א ספאדיק און די פרוי מעג נישט גיין קיין שייטל נאר א טיכל ועוד] וואס האט געהט א תקנה אז נאר איינער וואס טראגט א ספאדיק אינדערוואכן מעג צוגיין צום עמוד, פאר די ערשע וועלט קריג איז געווען גענוג פון וועם צו וועלן אבער נאכדעם איז נאר געבליבן איין איינציגער, טוישן די תקנה האט מען נישט געקענט, איז אויסגעקומן אז יענער (א אלמן) האט געדאווענט שחרית מנחה מעריב אגאנץ יאר.


איך, שקויעח פארן ברענגען דעם אינטערעסאנטן תשובה. איך האב געוואוסט פון דעם אז פארן ערשטען וועלטס קריג זענען געווען אין גאליציע טויזענטער חסידים וועלכע האבן געטראגן אין די וואכן ווייסע זאקן און ספאדיקעס, און נאכן קריג איז געווען די באוואוסטע ירידה און דאס האט זיך שטארק געטוישט, אבער די מעשה איז גאר אינטערעסאנט. א גרויסן יישר כח.

איך אויך » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 9:44 pm

· #61245
נישט נאר ווייסע זאקען נאר די אנדערע תקנות זענען געווען: צו גיין ווייסע הויזן, זיך אפשערן די קאפ בערך איין מאל אין דרייסיג טעג און כמובן גיין א גארטל. ניקל להבין אז נאכן ערשטן קריג האט מען קוים מיט צרות געטראפן א אלמן וואס האלט די תקנות (אדער עכ"פ א חלק פון זיי).

yisroelotd » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 2:56 am

· #61987
הדד בן בדד
ישראל, זיי נישט ברוגז, איך בין ערשט דארט געווען, ר' מאטעלע טראגט געהעריג שווארצע זאקן אין די וואכן, חוץ א וואך ווען ער מאכט חתונה אן אייניקל, דעמאלס גייט ער בבגדי שבת א גאנצע וואך פון די שבע ברכות. (דעם ווינטער תשע"ג, גייט ער חתונה מאכן אכט אייניקלעך קע"ה, גייט ער טראגט כמעט גאנץ ווינטער ווייסע זאקן אינדערוואכן).

איך קען וויסן ווען? אין החי מכחיש את החי, איך בין דארטן טעגליך שוין פאר 8 יאר...... (סודות פון חדר?), מציאות איז א מציאות.

yisroelotd » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 3:04 am

· #61988
אין פרטים: מאיזה סיבה שיהיה האט ער כל ימיו געוואלט גיין ווייסע זאקען, ער האט זיך אנגעטוהן ערגעץ-וואו אין די אנפאנג מ' יארן (עס איז דא בילדער דערפון מיט די הוט און ווייסע זאקען, אויב איך וועל עס טרעפן וועל איך עס ארויפלייגן), אינעם יאר פון די מאמע האט ער עס אויסגעטוהן, און נאכדעם צוריק אנגעטוהן, ביז די מחלוקה מיט בני ברק ווען ער האט ער האט געהערט אז דער ברודער האט געזאגט פאר איינעם בתוך הדברים, ווי א טענה, "ער גייט זיך ווייסע זאקען", האט ער געזאגט, נא אויב דאס באדערט אים וועל איך עס אויסטוהן. אזוי איז געווען ביז זומער ס"ז, ווען ער האט עס צוריק אנגעטוהן לצמימות.
אויב גלייבסטו נישט כאפ דיר אריבער קומענדיגען פרייטאג, אדער זונטאג וישלח, און וועסט זעהן, היינט איז געווען א חתונה, ממילא איז שבע ברכות.

הדד בן בדד » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 12:12 pm

· #62085
ישראל'יקל, איך קען זיך נישט אריבערכאפן יעדן מאנטאג און דאנערשטאג, אבער איך האב זייער אסאך חברים מאנסי וויזניצער חסידים וועלכע וואוינען אין מאנסי, און איך האב אנגערופן צוויי פון זיי און זיי זאגן מיר אז איך חלום. קען זיין זיי זעען אויך נישט דעם רבי'ן אין די וואכן. קען זיין. אז איך זאל זיך אליינס איבערצייגן וועט מוזן געדויערן א וויילע.

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 10:17 pm

· #62183
משכיל
דער פראבלעם איז אז די רבי'ס - רעב'עלעך מוזן גיין מער ווי דער עולם, סא ווען דער עולם איז געגאנגען קורצע רעקלעך מיט שטאפענע קאפוליטשען זיינען די רבי'ס געגאנען לאנגע רעקלעך מיט ביבער היטען, און זייט דעמאלטס האלט זיך עס און איין ארויפריקען, אזוי ווי אסאך פשוטע מענטשען גייען שווארצע זאקען און דער וואכען מוז דער רבי גייען ווייסע, און וואס וועט זיין אז דער עולם וועט אנהייבען גיין ווייסע זאקען און דער וואכען וועלען די רבי'ס מוזען גיין שטריימלעך א גאנצע וואך, וועט עס זיי יום שכולו שבת און משיח וועט קומען. כן יהי רצון

הלוואי זאל זיך ווענדן משיח'ס קומען אין אנטון די שטריימל אינדערוואכן. טוה איך שוין אן דאס שטריימל. נאר כ'האב מורא אז דער עולם וועט האלטן אז אדער בין איך א חתן אדער ל"ע חסר דעה.

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 10:23 pm

· #62184
yisroelotd
אין פרטים: מאיזה סיבה שיהיה האט ער כל ימיו געוואלט גיין ווייסע זאקען, ער האט זיך אנגעטוהן ערגעץ-וואו אין די אנפאנג מ' יארן (עס איז דא בילדער דערפון מיט די הוט און ווייסע זאקען, אויב איך וועל עס טרעפן וועל איך עס ארויפלייגן), אינעם יאר פון די מאמע האט ער עס אויסגעטוהן, און נאכדעם צוריק אנגעטוהן, ביז די מחלוקה מיט בני ברק ווען ער האט ער האט געהערט אז דער ברודער האט געזאגט פאר איינעם בתוך הדברים, ווי א טענה, "ער גייט זיך ווייסע זאקען", האט ער געזאגט, נא אויב דאס באדערט אים וועל איך עס אויסטוהן. אזוי איז געווען ביז זומער ס"ז, ווען ער האט עס צוריק אנגעטוהן לצמימות.
אויב גלייבסטו נישט כאפ דיר אריבער קומענדיגען פרייטאג, אדער זונטאג וישלח, און וועסט זעהן, היינט איז געווען א חתונה, ממילא איז שבע ברכות.

דו מיינסט זיכער צו זאגן "לצמיתות" ווייל א ווארט ווי "לצמימות" איז נאך דערווייל נישט דא. ס'קען זיין א מחבר פון א ספר וואס איז א גוגל הדור וועט אזוי שרייבן אין זיין ספר. און דע'ראוילעם וועט עס נאכזאגן. אבער דערווייל נישט.

איחוד פעלד » מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 11:27 pm

· #62192
דעיזשער רבי פין איין און פערציג טראגט אויך ווייסע זאקען אין די וואכען.

מים חיים » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 3:08 pm

· #62338
yisroelotd
קפנדריא
זר זהב
סאטמאר איז נישט א קלענערער הויף. כ'מיין טאקע דעעש און דאכט זיך אויך וואוידיסלאוו אדער פאלטיטשאן

און ספינקא [כהנא], פון דארט נעמט עס פאלטישאן און אנאנים [ווימסב"ג].

פאלטישאן נעמט עס פון ספינקא כהנא, און די זעלבע אביש ספינקער וואס איז א איידעם ביי ר' אהרן מרדכי רוטנער, א איידעם ביי ספינקא ירושלים.
וואודיסלאוו גייט נישט.
דעעש גייען זיי נאר יום טוב.

נאך מקומות, זענען קרעטשניף רחובות, סאסוב, וזהו, לפי ידיעתי.
שמעתי, אז דער ברך משה'ס קינדער זענען נישט געגאנגען, עס האט זיך אנגעהויבען נאכדעם וואס ר' מאטעל שטיין'ס קינדער וואס איז געווען איינגעשטעלט און סאטמאר זענען געגאנגען, האט סאטמאר אויך אנגעהויבען גיין.
ר' יצחק שטיין, איז געווען די ערשטע בחור אין אמעריקע צוגיין ווייסע זאקען

ר' אביש ווייס ז"ל, עלטערע ברודער פון די ספינקא רביס פון בארא פארק (ר' נפתלי פון 56 און ר' מאיר פון 18, זיי האבן געהאט אן עלטערע ברודער ר' אביש) ער איז געגאנגען ווייסע זאקן אלס בחור. דאס איז לכאורה איידער ר' יצחק שטיין איז אפילו געבוירן...

הדד בן בדד » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 4:11 pm

· #62369
א גוטן ר' ישראל אן די דרך. איך קען טאקע נישט גיין קיין וויזניץ מאנסי יעדן טאג, אבער היינט צופרי בין איך געווען, איך האב געהאט דארט א שמחה, און איך האב געפרעגט פון קינדער פון דעם רבי'ן, און אויך פון חסידים דארט וואס מען האט מיר אנגעוויזן אז זיי ליגן אין די זאכן, און כולם פה אחד האבן מיר באשטעטיגט אז אין וויזניץ טראג מען נישט ווייסע זאקן אין די וואכן.

וואס יא. זיי האבן מיר געזאגט אז דער רבי טראגט לעצטענס ווייסע זאקן אין די וואכן, אבער ער האט כמה פעמים קלאר געמאכט אז דאס איז נאר צוליב זיינע פראבלעמען מיט רויזן אויף וועלכע ער ליידט. און אז ער האט טאקע מיט פילע יארן צוריק אויך געטראגן ווייסע זאקן אין געוויסע תקופות, און אויך צוליב דעם, און ער האט דאס דעמאלס אויך קלאר געמאכט, ווייל ער האט געזאגט ער וויל נישט מען זאל מאכן פון דעם א נייעם מנהג.

אגב האבן זיי מיר שוין געזאגט אז דער בעל ישועות משה האט אויך עטליכע מאל געטראגן ווייסע זאקן אין די וואכן צוליב פראבלעמען מיט די פוס.

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 4:21 pm

· #62370
yisroelotd
קפנדריא
זר זהב
סאטמאר איז נישט א קלענערער הויף. כ'מיין טאקע דעעש און דאכט זיך אויך וואוידיסלאוו אדער פאלטיטשאן

און ספינקא [כהנא], פון דארט נעמט עס פאלטישאן און אנאנים [ווימסב"ג].

פאלטישאן נעמט עס פון ספינקא כהנא, און די זעלבע אביש ספינקער וואס איז א איידעם ביי ר' אהרן מרדכי רוטנער, א איידעם ביי ספינקא ירושלים.
וואודיסלאוו גייט נישט.
דעעש גייען זיי נאר יום טוב.

נאך מקומות, זענען קרעטשניף רחובות, סאסוב, וזהו, לפי ידיעתי.
שמעתי, אז דער ברך משה'ס קינדער זענען נישט געגאנגען, עס האט זיך אנגעהויבען נאכדעם וואס ר' מאטעל שטיין'ס קינדער וואס איז געווען איינגעשטעלט און סאטמאר זענען געגאנגען, האט סאטמאר אויך אנגעהויבען גיין.
ר' יצחק שטיין, איז געווען די ערשטע בחור אין אמעריקע צוגיין ווייסע זאקען

ר' אביש

ער קען 'אביסעלע' מער לערנען ווי דיר

משולם שטיינפעלד » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 4:23 pm

· #62372
וואס ווייסטו וואס ער קען לערנען?

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 4:24 pm

· #62373
איך האב געהערט פון א קראנטן מקור אז ער קען אביסעלע לערנען

משולם שטיינפעלד » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 4:26 pm

· #62376
איך האב נישט דאס געמיינט. וויאזוי ווייסטו וואס ישראל קען לערנען אז ר' אביש קען מער פון אים....

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 4:29 pm

· #62377
אה....... זעסטעך הגה"ק רבי אביש איז א רבי, און ישראל איז א קאווע שרייבער, וואס דארפיך מער פון דעים?........

געפילטע פיש » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 8:57 pm

· #62442
און ווער זאגט דיר אז מיר האבן נישט קיין כ"ק מרן הגה"צ דא אין שטיבל? מיינסט אז אומזינסט איז צימעס אזוי ביזי?

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 12:13 am

· #62482
זר זהב
אה....... זעסטעך הגה"ק רבי אביש איז א רבי, און ישראל איז א קאווע שרייבער, וואס דארפיך מער פון דעים?........

איך זאג נישט אין דעם פאל. אבער ס'קען דאך זיין טעארעטיש אז א רבי זאל אויך שרייבן אין קאווע שטיבל אונטער א באהאלטענעם ניק. ווי ער וואלט געווען א בעל עגלה למשל. איך מיין נישט מיך. איך בין אן אמת'ע בעל עגלה. דאס דערמאנט מיך א מעשה. איך האב געשמועסט אמאל מיט א יונגערמאן מזרע המלוכה. האביך מיך געגעבן אזא רוף אן "באלאגאלע ובזמן קריב". איז געשטאנען דארטן איינער וואס איז געווען אומזיכער ביי זיך צו דער עולם האלט איהם פאר א בנש"ק. האט ער זיך אנגערופן מיט שרעק צום אדמו"ר הצעיר, אויף מיר. "ער איז דיין קרוב"? האב איך איהם בארואיגט. "די באלאגאלעס זענען נאכנישט קיין קרובים מיט די רעבעס, קענסט נאך שלאפן רואיג".

געפילטע פיש » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 12:32 am

· #62490
די בעל עגלות טאקע נישט, אבער די פערד זענען מחותנים.

מים חיים » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 12:33 am

· #62492
מחותנים אדער די זאך אליינס?

געפילטע פיש » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 12:36 am

· #62493
בלשון נקי'

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 2:12 am

· #62880
געפילטע פיש
די בעל עגלות טאקע נישט, אבער די פערד זענען מחותנים.

ס'איז מורא'דיג. דיין חוש פאר הומאר. און אויפצוכאפן די באהאלטענע מיינונג פון ווערטער. אויף ענגליש רופ0ט מען עס. "אייקאנאקלעסט". קוק נאך די ווארט אין "וויקיפעדיע". אייגנטליך אויף יודיש איז אויכעט דא א דעפינישן פאר דעם. "ער צוברעכט עבודה זרה'ס".

געפילטע פיש » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 10:09 am

· #62926
איך ארבעט שווער אויף מיין עניוות און דו מאכסט אלעס קאליע.

sunbar » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 12:09 pm

· #62969
קיינער האט נאכנישט פארענטפערט וואס די פותח האשכול האט געשריבן אין קעפל.. .

'וויפיל' רביס טראגן...

לעמיל » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 12:19 pm

· #62971
sunbar
קיינער האט נאכנישט פארענטפערט וואס די פותח האשכול האט געשריבן אין קעפל.. .

'וויפיל' רביס טראגן...

איך מיין אז מ'דארף עס טוישען אויף וועלכע רבי'ס טראגען.....

איך אויך » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 7:57 pm

· #63138
אז מען וועט וויסען וועלכע וועט מען אויטעמאטיש וויסען וויפיל, נישט אזוי?

yisroelotd » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 10:14 pm

· #63160
מים חיים
yisroelotd
קפנדריא
זר זהב
סאטמאר איז נישט א קלענערער הויף. כ'מיין טאקע דעעש און דאכט זיך אויך וואוידיסלאוו אדער פאלטיטשאן

און ספינקא [כהנא], פון דארט נעמט עס פאלטישאן און אנאנים [ווימסב"ג].

פאלטישאן נעמט עס פון ספינקא כהנא, און די זעלבע אביש ספינקער וואס איז א איידעם ביי ר' אהרן מרדכי רוטנער, א איידעם ביי ספינקא ירושלים.
וואודיסלאוו גייט נישט.
דעעש גייען זיי נאר יום טוב.

נאך מקומות, זענען קרעטשניף רחובות, סאסוב, וזהו, לפי ידיעתי.
שמעתי, אז דער ברך משה'ס קינדער זענען נישט געגאנגען, עס האט זיך אנגעהויבען נאכדעם וואס ר' מאטעל שטיין'ס קינדער וואס איז געווען איינגעשטעלט און סאטמאר זענען געגאנגען, האט סאטמאר אויך אנגעהויבען גיין.
ר' יצחק שטיין, איז געווען די ערשטע בחור אין אמעריקע צוגיין ווייסע זאקען

ר' אביש ווייס ז"ל, עלטערע ברודער פון די ספינקא רביס פון בארא פארק (ר' נפתלי פון 56 און ר' מאיר פון 18, זיי האבן געהאט אן עלטערע ברודער ר' אביש) ער איז געגאנגען ווייסע זאקן אלס בחור. דאס איז לכאורה איידער ר' יצחק שטיין איז אפילו געבוירן...

לפי ידיעתי האט ער געוואוינט אין ארץ ישראל, נישט דאבי, און אויב איך בין מיר טועה, צי איך צוריק....

sunbar » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 11:07 pm

· #63170
איך אויך
אז מען וועט וויסען וועלכע וועט מען אויטעמאטיש וויסען וויפיל, נישט אזוי?


עס קומט כסדר צו...

הדד בן בדד » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 1:15 am

· #63203
ישראל, ער האט נאך דעמאלס געוואוינט דאהי, שפעטער ערשט האט ער זיך געצויגן קיין ארץ ישראל.

sunbar » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 4:37 pm

· #63431
דאס איז דער וואס איז אוועק אינעם עקסידענט?

הדד בן בדד » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 3:31 am

· #63642
sunbar
דאס איז דער וואס איז אוועק אינעם עקסידענט?


יא, ל"ע

gehlungen » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 9:23 am

· #63647
געפילטע פיש
די בעל עגלות טאקע נישט, אבער די פערד זענען מחותנים.

And what does have to do with "which REBBE wears voseh zoken " ???

אויס מענטש » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 10:08 am

· #63656
דער עולם איז אזוי אבסעסד מיט רבי'ס
אזוי לאנג אנצוהאלטן אן אויס געדראשענעם אשכול
wow
====
אפשר שוין צייט צו רעדן פון רעביס וואס גייען אן הויזן???
{לאכט נישט עס איז דא אזעלכע, ביי די נקיי הדעת אין ירושלים}

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 24, 2012 9:18 pm

· #64257
געפילטע פיש
איך ארבעט שווער אויף מיין עניוות און דו מאכסט אלעס קאליע.

נו, ס'איז פארהאן אמאל א עניוו וואס ווייסט אליין פון זיין עניוות

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 24, 2012 9:19 pm

· #64259
אויס מענטש
דער עולם איז אזוי אבסעסד מיט רבי'ס
אזוי לאנג אנצוהאלטן אן אויס געדראשענעם אשכול
wow
====
אפשר שוין צייט צו רעדן פון רעביס וואס גייען אן הויזן???
{לאכט נישט עס איז דא אזעלכע, ביי די נקיי הדעת אין ירושלים}

איך וואלט זיי נישט געוואלט קענען.

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 24, 2012 9:22 pm

· #64260
gehlungen
געפילטע פיש
די בעל עגלות טאקע נישט, אבער די פערד זענען מחותנים.

And what does have to do with "which REBBE wears voseh zoken " ???

נאטהינג. עבסאלוטעלי נאטהינג. דאז דהעט ענסער יור קועסטש'ן סיר? 😳

שעפטל » מאנטאג יוני 3, 2013 11:58 pm

· #121048
כ"ק אדמו"ר מ'גאלאנטא שליט"א

הדד בן בדד » דינסטאג יוני 4, 2013 3:15 am

· #121170
מזל טוב, ווען האט דאס פאסירט?

שעפטל » דינסטאג יוני 4, 2013 11:56 am

· #121233
נישט אויסגעטוהן זינט חתונה מאכן ס'אייניקל (כ'האף נאר ער טוישט אבער זאקן..)

לאליפאפ » דינסטאג יוני 4, 2013 3:05 pm

· #121323
ווינער און נייטרא רבי׳ס גייען נישט שבת אויך נישט מיין איך

זר זהב » דינסטאג יוני 4, 2013 3:14 pm

· #121330
ווינער גייט יא שבת

אבגד » דינסטאג יוני 4, 2013 11:11 pm

· #121515
איך מיין אז די גאלאנטא רבי שליט״א איז איינע פון די ריכטיגסטע פאסיגסטע פון די רבי׳ס וואס זענען ראוי צו גיין מיט ווייסע זאקען א רבי דכרכא דכולא ביה בקי בנגלה ובנסתר בכל חדרי התורה א איידעלע אויסגעארבעטע איד א רבי פון אמאליגן דור ווי עס האט זיך גאר שטארק אנגעזעהן ל״ע ווען ער האט פארלוירן זיין רעבעצען ווי שטארק ער האט זיך געהאלטן און מחזק געווען די קינדער, איך האב געהערט פון א משפחה מיטגליד אז ביי יציאת נשמה זענען די קינדער געווען אויס מענטש וויבאלד עס איז אזוי פלוצלונג געווארן ערנסט די מצב און ל״ע אוועק, און מ׳האט אפילו געדארפט געבן בארוהינגס אבער ווען מ׳האט אים געפרעגט צו ער וויל, האט ער געזאגט אז ער האט שוין איינגענומען מיט׳ן אדורכלערנען דריי מאל די שער הבטחון פון חובות הלבבות (דאכט זיך א שוואגער האט דאס דערמאנט ביים לוי׳) ווי טרעפט מען נאך אזא זאך, ווי אויך איז ער אזוי געטריי צו יעדן ובפרט צו די מתפללים זיינע, די טישן זיינע אזעלעכע ווארימע ווי עס ברענט די חסידות און די זידיטשויבע ברען, ועוד ועוד ווי מקען נישט דא מאריך זיין, פרעגט זיך אייך נאך וועט איר הערן (אגב - מיין תגובה איז אויך נאר מפי השמועה פון איינע פון די מתפללים דארט) און מיט דעם אלעם נאך אזא נחבא אל הכלים זוכט נישט ארויס צו זעהן, אבער אלעס קומט אהן צו אים, אין יעדן הינזיכט סיי און ענין פון כלל און סיי אין ענין פון פרט, ווי מ׳מיטשעט אים און טוט אין אלע ענינים, סיי אין ענין פון מציצה בפה און סיי אין וועלעכע ענין איז ער די אדרעס ווי מ׳ווענדט זיך מיט זיין שכל הישר און איבערגעגעבענקייט ווי ער האט ממש גארנישט נאר אסאך מאל דאס פארקערטע, ע״כ איז געקומען די צייט אז זיין חיצוניות זאל זיך אביסל צופאסן צו זיין פנימיות.

קאווע טרינקער » דינסטאג יוני 4, 2013 11:47 pm

· #121524
אשרי העם שככה לו, אבער וואס האט דאס מיט ווייסע זאקען?

אבגד » מיטוואך יוני 5, 2013 9:26 am

· #121600
קאווע טרינקער
אשרי העם שככה לו, אבער וואס האט דאס מיט ווייסע זאקען?

קוק די לעצטע שורה

שרייבער » מיטוואך יוני 5, 2013 9:46 am

· #121604
איך האב גארנישט קעגן גאלאנטער רב ער איז א ערליכער איד, אבער דוכט זיך מציצה בפה איז אנגעקומען צו אים פשוט ווייל ער איז א מוהל
בלאט: 1 2 3 4