☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וויפיל רבי'ס טראגן ווייסע זאקן אינדערוואכן?

וויפיל רבי'ס טראגן ווייסע זאקן אינדערוואכן?

153 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2200
בלאט: 1 2 3 4

הדד בן בדד » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 3:31 am

· #55363
וויפיל רבי'ס טראגן ווייסע זאקן אינדערוואכן?
איך האב יעצט געזעהן פיקטשערס פון די לויה פון א ברודער פון די קרעטשניפע (רחובות) רבי'ס, האב איך געזעהן ווי אלע פיר ברודער שטייען צוזאמען, און איך האב באמערקט אז אלע פיר - קרעטשניף, קרעטשניף קרית גת, ביטשקוב און פרימישלאן - אלע פיר טראגן זיי ווייסע זאקן אינדערוואכן, און איך בין פשוט נייגעריג געווארן וויפיל רבי'ס דא אין אמעיריקא טראגן ווייסע זאקן אינדערוואכן. אין ארץ ישראל מיין איך איז דאס מער מצוי ביי אזעלכע וואס זענען אפילו נישט קיין גרויסע רביס. למשל, דער ספינקא'ר רבי פון ירושלים, ר' מרדכי דוד כהנא זצ"ל, האט געטראגן ווייסע זאקן אינדערוואכן, און איך מיין אפילו אז ר' זלמן בריזל זצ"ל, וואס איז בכלל נישט געווען קיין רבי, האט אויך געטראגן ווייסע זאקן אינדערוואכן, זיין ברודער ר' אלעזר האט עס זיכער געהאט. אבער דא אין אמעריקא איז עס ווייניגער מצוי.

איך וועל שרייבן קודם די וואס איך ווייס, און אויב איז דא נאך, קען דער עולם אריינפילן.
אין וויליאמסבורג איז דא, סאטמאר רבי מרז"ל, ר' אייזיק ספינקער, ר' זיידל קרעטשניפער. אין ב"פ איז דא די צוויי באבוב'ער רביס און דער מונקאטשער רבי. אין ק"י איז דא דער סאטמאר רבי מהר"א, אין קאנאדא דער טאהש'ער רבי. ע"כ וואס איך געדענק יעצט, דער עולם ווערט געבעטן מוסיף צו זיין.

לעמיל » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:26 am

· #55406
אויב געדעינק איך גוט גייט אדמו"ר מצאנז קלויזעברג פון בארא פארק גייט אויך מיט ווייסע זאקען אינדערוואכן

פרומאק » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:38 am

· #55415
אין מאנסי איז דא א איד א גרויסע צדיק, מען רופט אים ר' מעכעלע פין נתניה. איך ווייס נישט וואס ער האט מיט נתניה. אבער ער גייט אויך ווייסע זאקען אין דער וואכן. מענטשען זאגען אויף אים גאר גרויסע זאכען מיט אפענע רוח הקודש.

לעמיל » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:42 am

· #55417
ער פלעגט האבען זיין שיל און נתניה פארדעין ריפט מען אים אזוי

הדד בן בדד » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:57 am

· #55427
לעמיל
אויב געדעינק איך גוט גייט אדמו"ר מצאנז קלויזעברג פון בארא פארק גייט אויך מיט ווייסע זאקען אינדערוואכן


גערעכט, איך האב טאקע פארגעסן, ער גייט אויך אזוי. און טאקע אויך ר' מיכעלע פון נתני'. סאו מאנסי איז נישט פאר'יתומ'ט.

דולה ומשקה » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 11:26 am

· #55443
הדד בן בדד
לעמיל
אויב געדעינק איך גוט גייט אדמו"ר מצאנז קלויזעברג פון בארא פארק גייט אויך מיט ווייסע זאקען אינדערוואכן


סאו מאנסי איז נישט פאר'יתומ'ט.


ספינקא מאנסי?

מ גפני » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 12:11 pm

· #55479
הדד בן בדד
איך האב יעצט געזעהן פיקטשערס פון די לויה פון א ברודער פון די קרעטשניפע (רחובות) רבי'ס, האב איך געזעהן ווי אלע פיר ברודער שטייען צוזאמען, און איך האב באמערקט אז אלע פיר - קרעטשניף, קרעטשניף קרית גת, ביטשקוב און פרימישלאן - אלע פיר טראגן זיי ווייסע זאקן אינדערוואכן, און איך בין פשוט נייגעריג געווארן וויפיל רבי'ס דא אין אמעיריקא טראגן ווייסע זאקן אינדערוואכן. אין ארץ ישראל מיין איך איז דאס מער מצוי ביי אזעלכע וואס זענען אפילו נישט קיין גרויסע רביס. למשל, דער ספינקא'ר רבי פון ירושלים, ר' מרדכי דוד כהנא זצ"ל, האט געטראגן ווייסע זאקן אינדערוואכן, און איך מיין אפילו אז ר' זלמן בריזל זצ"ל, וואס איז בכלל נישט געווען קיין רבי, האט אויך געטראגן ווייסע זאקן אינדערוואכן, זיין ברודער ר' אלעזר האט עס זיכער געהאט. אבער דא אין אמעריקא איז עס ווייניגער מצוי.

איך וועל שרייבן קודם די וואס איך ווייס, און אויב איז דא נאך, קען דער עולם אריינפילן.
אין וויליאמסבורג איז דא, סאטמאר רבי מרז"ל, ר' אייזיק ספינקער, ר' זיידל קרעטשניפער. אין ב"פ איז דא די צוויי באבוב'ער רביס און דער מונקאטשער רבי. אין ק"י איז דא דער סאטמאר רבי מהר"א, אין קאנאדא דער טאהש'ער רבי. ע"כ וואס איך געדענק יעצט, דער עולם ווערט געבעטן מוסיף צו זיין.


אין ק"י איז דא נאך איינער: שפעטיווקע רבי....

sunbar » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 12:25 pm

· #55482
בלאזוב'ער רבי גייט ווייסע זאקן.

ווער עס געדענקט... דינובע רעבעלע ז'ל איז אויך געגאנגען.
די צאנזער רבי פון 14טען עוועניא פלעגט אויך טראגן ביז לעצטנס. זעט זיך אויס אז איינער האט עם קאליע געמאכט...

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 1:17 pm

· #55505
דעעשע רבי פון ב.פ.

shefele » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 1:24 pm

· #55507
sunbar
בלאזוב'ער רבי גייט ווייסע זאקן.

ווער עס געדענקט... דינובע רעבעלע ז'ל איז אויך געגאנגען.
די צאנזער רבי פון 14טען עוועניא פלעגט אויך טראגן ביז לעצטנס. זעט זיך אויס אז איינער האט עם קאליע געמאכט...

חס ושלום! זיי נישט מוציא לעז!
הוד כ"ק אדמור מ'צאנז סיגוט שליט"א גייט נאך אלץ מיט ווייסע זאקן

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 1:25 pm

· #55509
האדמו״ר רבי אביש ספינקער

עסן עסט'זיך » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 1:43 pm

· #55515
[ציטאט אראפגענומען]



לץ שבליצים, רבי מיכעלע איז א עכטע רבי, וואסארא צישטעל

נס קאווע » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 2:28 pm

· #55522
טשערנאוויצער רבי

נס קאווע » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 2:30 pm

· #55524
מי הוא זה
אין ווילי דרייט זיך איינער ער גייט נאך געלט כ' מיין אז ער קומט פון אשל, אמאל גייט ער ווייסע זאקן און אמאל שווארצע

sunbar » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 3:52 pm

· #55559
shefele
sunbar
בלאזוב'ער רבי גייט ווייסע זאקן.

ווער עס געדענקט... דינובע רעבעלע ז'ל איז אויך געגאנגען.
די צאנזער רבי פון 14טען עוועניא פלעגט אויך טראגן ביז לעצטנס. זעט זיך אויס אז איינער האט עם קאליע געמאכט...

חס ושלום! זיי נישט מוציא לעז!
הוד כ"ק אדמור מ'צאנז סיגוט שליט"א גייט נאך אלץ מיט ווייסע זאקן


איך האב עם געזען לעצטע וואך מיט שווארצע זאקן ה'י

איך זאג דיר » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 3:57 pm

· #55563
וויפיל רבי'ס טראגן וויסע הויזן ? דאס מעג מען איך וויסן. ב'עוולה נישט די הויזן

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 4:00 pm

· #55564
ווינער רב טראגט הויזן

איך אויך » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 4:57 pm

· #55589
עסן עסט'זיך
[ציטאט אראפגענומען]



לץ שבליצים, רבי מיכעלע איז א עכטע רבי, וואסארא צישטעל

וואס הייסט עכט און וואס הייסט פעיק?

הדד בן בדד » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 6:48 pm

· #55601
דולה ומשקה
הדד בן בדד
לעמיל
אויב געדעינק איך גוט גייט אדמו"ר מצאנז קלויזעברג פון בארא פארק גייט אויך מיט ווייסע זאקען אינדערוואכן


סאו מאנסי איז נישט פאר'יתומ'ט.


ספינקא מאנסי?


ספינקא מאנסי טראגט נישט ווייסע זאקן אין די וואכן. חוץ אויב ער האט עס אנגעטון יעצט ביים מופן קיין מאנסי...

הדד בן בדד » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 6:54 pm

· #55603
[ציטאט אראפגענומען]


דא האסטו געמאכט לצנות פון צוויי ערליכע אידן. ר' מיכל'ע איז א אמת'ער ערליכער איד און א גרויסער עובד ה', אלע יארן געווען אזוי. דער איד האט חסידים און ער פירט א ביהמ"ד מיט א רבי'סטווע, אידן קומען צו פארן צו אים אויף שבתים און איך זעה נישט וואס איז דא דא חוזק צו מאכן. אויב חוזק זענען די אנדערע רבי'ס די חוזק, ער איז א אמת'ער רבי ווייל ער האט נישט איבערגענמען א קאמפאני און געווארן דעם סי אי או נאך זיין טאטן. ער איז פלעין א ערליכער איד וואס דינט דעם אויבערשטן און אידן קומען צו אים זיך לערנען א דרך אין עבודת ה' און נהנה צו זיין פון אים עצה ותושיה. דאס הייסט א אמת'ע רבי.

ווידער ר' חיים שמעלצער איז טאקע אויך גאר אן ערליכער איד, מיט א פארצייטישע תמימות, אבער אינגאנצן אויף אן אנדערן דרגא. און יא, ר' מיכל'ע איז דער טייפ איד צו זיין א רבי, און ר' חיים איז דער טייפ איד צו זיין דער חסיד. און מיט דיין תגובה דא האסטו חוזק געמאכט פון ביידע פון זיי.

הדד בן בדד » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 6:55 pm

· #55604
זר זהב
דעעשע רבי פון ב.פ.


וועלכע דעעש'ע רבי פון ב"פ

הדד בן בדד » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 6:56 pm

· #55605
זר זהב
אביש ספינקער


ס'לעצטע מאל וואס איך האב אים געזעהן האט ער נישט געהאט ווייסע זאקן אינדערוואכן, קען זיין ער האט עס לעצטענס אנגעטון.

איך אויך » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 7:05 pm

· #55608
הדד, יכול להיות אבער זיין שקר פון זיך פארריפען אלס אייניקעל פון ר"ר מעכיל זלאטשיווער ווען ער ווייסט זייער גוט אז דאס איז שקר וכזב דארף פארשריגן ווערן.

ציוני » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 9:30 pm

· #55639
הדד בן בדד
זר זהב
אביש ספינקער


ס'לעצטע מאל וואס איך האב אים געזעהן האט ער נישט געהאט ווייסע זאקן אינדערוואכן, קען זיין ער האט עס לעצטענס אנגעטון.


פון ר' הערשעלע'ס קינדער גייט נאר ר' אייזיק מיט ווייסע זאקן, ר' אביש גייט נאך דערווייל נישט.

ציוני » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 9:32 pm

· #55640
איך אויך
הדד, יכול להיות אבער זיין שקר פון זיך פארריפען אלס אייניקעל פון ר"ר מעכיל זלאטשיווער ווען ער ווייסט זייער גוט אז דאס איז שקר וכזב דארף פארשריגן ווערן.


כמעט יעדער איינער ווייסט דאס
אגב האט ר' מעכעלע א ברודער אין מיאמי, וואס רופט זיך גראס, און לאכט פון די גאנצע יחוס,
אבער מה כל הרעש
מעכל לעבעוויטש, איז אויך נישט קיין אייניקל פון ניקלשבורג כידוע ליודעים (אן אריין גיין אין דעם פאליטיק)
און דער בארדיטשוב'ער פון מאנסי, איז אויך נישט קיין אייניקל פון בארדיטשוב'ער רב
און דער ליזענסק'ער איז נאר געוואן א אייניקל דורך זיין ערשטע רעבעצין ע"ה בת הרה"ק מטאהש שליט"א, וואס ער האט גע'גט

ציוני » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 9:36 pm

· #55641
נאך רבי'ס וואס גייען ווייסע זאקן
אין ירושלים: בעלזא'ער רבי איך מיין אויך ר' ניסן קרעטשניף'ער
אין בני ברק: ביאלע (נאר אין חוץ לארץ ישראל)
אין נתניה: צאנז
אשדוד: פיטצבורג (כפי מיטב ידיעתי)
אין מאנסי: וויזשניץ'ער רבי
אין בארא פארק: קאסאן'ער רבי (ר' מאיר יוסף),

ציוני » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 9:38 pm

· #55642
איך זאג דיר
וויפיל רבי'ס טראגן וויסע הויזן ? דאס מעג מען איך וויסן. ב'עוולה נישט די הויזן

קרעטשניף סיגוט,
אולי אויך דער ברודער ניסן פון ירושלים

villager » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 12:34 am

· #55682
איך אויך
הדד, יכול להיות אבער זיין שקר פון זיך פארריפען אלס אייניקעל פון ר"ר מעכיל זלאטשיווער ווען ער ווייסט זייער גוט אז דאס איז שקר וכזב דארף פארשריגן ווערן.

וואס איז די מעשה, פארוואס פאררופט ער זיך אלס אייניקל אויב ער איז נישט? און וועם באדערט בכלל אויב ער פאררופט זיך יא?

villager » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 12:36 am

· #55687
דאכט זעך אז איך האב געזעהן ר' משה אהרן רייך פשעווארסקער רבי פון וויליאמסבורג גיין מיט ווייסע זאקן אינדערוואכן.

sunbar » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 12:40 am

· #55690
ציוני
נאך רבי'ס וואס גייען ווייסע זאקן
אין ירושלים: בעלזא'ער רבי איך מיין אויך ר' ניסן קרעטשניף'ער
אין בני ברק: ביאלע (נאר אין חוץ לארץ ישראל)
אין נתניה: צאנז
אשדוד: פיטצבורג (כפי מיטב ידיעתי)
אין מאנסי: וויזשניץ'ער רבי
אין בארא פארק: קאסאן'ער רבי (ר' מאיר יוסף),


עס דאכט זיך מיר אז רבי מאטעלע טראגט שווארצע זאקן...

sunbar » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 12:44 am

· #55693
[ציטאט אראפגענומען]


פארוואס טראגט נישט די זענטא רב ווייסע זאקן?

הדד בן בדד » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 1:47 am

· #55698
איך אויך
הדד, יכול להיות אבער זיין שקר פון זיך פארריפען אלס אייניקעל פון ר"ר מעכיל זלאטשיווער ווען ער ווייסט זייער גוט אז דאס איז שקר וכזב דארף פארשריגן ווערן.


קאן זיין, אבער דאס איז נישט אנדערש פון מכיל לעבאוויטש וועלכער פאררופט זיך אן אייניקל פון ר"ר שמעלקא מ'ניקלשבורג.

זר זהב » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 1:48 am

· #55699
אדער פון מיר וועלכער פאררופט זיך אן אייניקעל פון תרח

הדד בן בדד » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 1:49 am

· #55700
ציוני
נאך רבי'ס וואס גייען ווייסע זאקן
אין ירושלים: בעלזא'ער רבי איך מיין אויך ר' ניסן קרעטשניף'ער
אין בני ברק: ביאלע (נאר אין חוץ לארץ ישראל)
אין נתניה: צאנז
אשדוד: פיטצבורג (כפי מיטב ידיעתי)
אין מאנסי: וויזשניץ'ער רבי
אין בארא פארק: קאסאן'ער רבי (ר' מאיר יוסף),


איך האב גערעדט דוקא פון אמעריקא, נישט פון ארץ ישראל.

ר' מאטעלע גייט נישט מיט ווייסע זאקן אינדערוואכן, ער גייט מיט שווארצע.
קאסאן האב איך נישט געוואוסט.

שטעלט זיך צאם גאנץ א שיינער רשימה

הדד בן בדד » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 1:50 am

· #55701
זר זהב
אדער פון מיר וועלכער פאררופט זיך אן אייניקעל פון תרח


דו ביסט דאך טאקע אן אייניקל פון תרח'ן, מרעדט דאך דא פון אזעלכע וועלכע פאררופן זיך אויף זיידעס פון וועמען זיי זענען אינגאנצן נישט קיין אייניקלעך.

הדד בן בדד » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 1:51 am

· #55702
[ציטאט אראפגענומען]


ר' הערשעלע אין די עלטערע יארן איז יא געגאנגען. פארוואס די אנדערע נישט? איך וואלט ענדערש געפרעגט פארוואס איינער יא...

זר זהב » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 1:53 am

· #55703
הדד בן בדד
זר זהב
אדער פון מיר וועלכער פאררופט זיך אן אייניקעל פון תרח


דו ביסט דאך טאקע אן אייניקל פון תרח'ן, מרעדט דאך דא פון אזעלכע וועלכע פאררופן זיך אויף זיידעס פון וועמען זיי זענען אינגאנצן נישט קיין אייניקלעך.

אה.... הייסט מיין וויץ אינישט געלונגען... 😠

ידען » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 7:35 am

· #55719
הדד בן בדד
[ציטאט אראפגענומען]


דא האסטו געמאכט לצנות פון צוויי ערליכע אידן. ר' מיכל'ע איז א אמת'ער ערליכער איד און א גרויסער עובד ה', אלע יארן געווען אזוי. דער איד האט חסידים און ער פירט א ביהמ"ד מיט א רבי'סטווע, אידן קומען צו פארן צו אים אויף שבתים און איך זעה נישט וואס איז דא דא חוזק צו מאכן. אויב חוזק זענען די אנדערע רבי'ס די חוזק, ער איז א אמת'ער רבי ווייל ער האט נישט איבערגענמען א קאמפאני און געווארן דעם סי אי או נאך זיין טאטן. ער איז פלעין א ערליכער איד וואס דינט דעם אויבערשטן און אידן קומען צו אים זיך לערנען א דרך אין עבודת ה' און נהנה צו זיין פון אים עצה ותושיה. דאס הייסט א אמת'ע רבי.

ווידער ר' חיים שמעלצער איז טאקע אויך גאר אן ערליכער איד, מיט א פארצייטישע תמימות, אבער אינגאנצן אויף אן אנדערן דרגא. און יא, ר' מיכל'ע איז דער טייפ איד צו זיין א רבי, און ר' חיים איז דער טייפ איד צו זיין דער חסיד. און מיט דיין תגובה דא האסטו חוזק געמאכט פון ביידע פון זיי.

לויט וויזוי איך ווייס איז ר' מיכעלע א ערלעכע איד און א תמימותדיגע איד אבער ער איז געווען א רבי אן א ביהמ'ד און אלעמאל ארומגעגאנגען נאך געלט און געזאגט ווערטלעך (שטייצעך מיט טיפע סודות וואס אונז האבען נישט אלע מאל פארשטאנען) און טאקע ער האט געהאט אביסעל חסידים דא און דארט אבער נאר די לעצטע פאר יאר איז ער געווארען די גרויסע צדיק פון וואס דו רעטסט.

gehlungen » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 8:19 am

· #55721
[ציטאט אראפגענומען]

Why are you making fun of chusheveh mentshen ???

שמואל הלוי » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 8:30 am

· #55722
ליזענסקע רבי פון מאנסי האט זיך אנגעטון ווייסע זאקן אינדערוואכן די לעצטע צען יאר בערך.

שמואל הלוי » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 8:31 am

· #55723
ציוני
נאך רבי'ס וואס גייען ווייסע זאקן
אין ירושלים: בעלזא'ער רבי איך מיין אויך ר' ניסן קרעטשניף'ער
אין בני ברק: ביאלע (נאר אין חוץ לארץ ישראל)
אין נתניה: צאנז
אשדוד: פיטצבורג (כפי מיטב ידיעתי)
אין מאנסי: וויזשניץ'ער רבי
אין בארא פארק: קאסאן'ער רבי (ר' מאיר יוסף),

ציוני
קרעטשניף סיגוט,
אולי אויך דער ברודער ניסן פון ירושלים

יא ר' ניסן גייט אויך.

פרומאק » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 8:40 am

· #55724
אז מען רעדט פין אזעלכע וואס זענען יא אדער נישט אייניקלעך, ברויך מען געדענקען וואס סקולענער רבי שליט"א האט געזאגט ביי כינוס כלל ישראל, אז ווען מען פירט זיך אויף ווי א בהמה זאגען די זיידעס און באבעס אין הימעל אז דאס איז נישט אונזערע אייניקלעך, און רח"ל גט'ן זיך אפ פין די אייניקלעך.
אסאך רביס האבען שוין לאנג פארלוירען זייער יחוס.

gehlungen » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 8:43 am

· #55725
שמואל הלוי
ליזענסקע רבי פון מאנסי האט זיך אנגעטון ווייסע זאקן אינדערוואכן די לעצטע צען יאר בערך.

The kalever in u s a ? The Kaliver in e"ysrl ??

הדד בן בדד » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 8:57 am

· #55731
ידען
הדד בן בדד
[ציטאט אראפגענומען]


דא האסטו געמאכט לצנות פון צוויי ערליכע אידן. ר' מיכל'ע איז א אמת'ער ערליכער איד און א גרויסער עובד ה', אלע יארן געווען אזוי. דער איד האט חסידים און ער פירט א ביהמ"ד מיט א רבי'סטווע, אידן קומען צו פארן צו אים אויף שבתים און איך זעה נישט וואס איז דא דא חוזק צו מאכן. אויב חוזק זענען די אנדערע רבי'ס די חוזק, ער איז א אמת'ער רבי ווייל ער האט נישט איבערגענמען א קאמפאני און געווארן דעם סי אי או נאך זיין טאטן. ער איז פלעין א ערליכער איד וואס דינט דעם אויבערשטן און אידן קומען צו אים זיך לערנען א דרך אין עבודת ה' און נהנה צו זיין פון אים עצה ותושיה. דאס הייסט א אמת'ע רבי.

ווידער ר' חיים שמעלצער איז טאקע אויך גאר אן ערליכער איד, מיט א פארצייטישע תמימות, אבער אינגאנצן אויף אן אנדערן דרגא. און יא, ר' מיכל'ע איז דער טייפ איד צו זיין א רבי, און ר' חיים איז דער טייפ איד צו זיין דער חסיד. און מיט דיין תגובה דא האסטו חוזק געמאכט פון ביידע פון זיי.

לויט וויזוי איך ווייס איז ר' מיכעלע א ערלעכע איד און א תמימותדיגע איד אבער ער איז געווען א רבי אן א ביהמ'ד און אלעמאל ארומגעגאנגען נאך געלט און געזאגט ווערטלעך (שטייצעך מיט טיפע סודות וואס אונז האבען נישט אלע מאל פארשטאנען) און טאקע ער האט געהאט אביסעל חסידים דא און דארט אבער נאר די לעצטע פאר יאר איז ער געווארען די גרויסע צדיק פון וואס דו רעטסט.


אזוי איז אלעמאל געווען, ווען די פריערדיגע זענען אוועק, זענען די יעצטיגע גרויס געווארן. און בד"וו, איך האב אים אלעמאל געקענט אלס צדיק, נאר פאר יארן האט ער געוואוינט אין א"י און געהאט זיין בית מדרש'ל אין נתני', און ער פלעגט נאר קומען אהער נאך געלט, אבער עס אז נאר די לעצטע פאר יאר וואס ער וואוינט שוין דאהי, און כמעט זייט ער איז דא האבן זיך גרופירט ארום אים אינגעלייט מבקשים וועלכע האבן געמאכט דאס מנין און דאס בית מדרש

הדד בן בדד » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 8:59 am

· #55732
אמת טאקע, דער ליזענסקער רבי פון מאנסי גייט אויך אזוי. דער קאליב'ער פון ווילי ווייס איך נישט.

sunbar » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 9:12 am

· #55734
הדד בן בדד
אמת טאקע, דער ליזענסקער רבי פון מאנסי גייט אויך אזוי. דער קאליב'ער פון ווילי ווייס איך נישט.


די קאלובער פון ווילי טראגט שווארצע זאקן. די קאלובער פון ארה'ק טראגט ווייסע.

לעמיל » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 9:13 am

· #55735
הדד בן בדד
דער קאליב'ער פון ווילי ווייס איך נישט.

ער גייט נישט אינדערוואכען מיט וויסע זאקען נאר און די וואך פון שבע ברכות פון א אייניקעל

sunbar האקט

berlbalaguleh » מוצ"ש אקטאבער 27, 2012 10:21 pm

· #55905
זר זהב
דעעשע רבי פון ב.פ.

ס'איז דא צוויי דעעשע רבי'ס. אבער דעם וואס דו מיינסט (ביהמ"ד אויף 43 סטר). האט אנגעהויבן גיין ווייסע זאגן נאך שבת חנוכה דרייא יאר צוריק. די אנדערע דעעשע רבי פון 57סטר. גייט נאך נישט.

זר זהב » מוצ"ש אקטאבער 27, 2012 10:24 pm

· #55907
ווען גייט זיך דער אנדערער אנטון? כ'קען נישט ווארטן

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 28, 2012 2:04 am

· #55965
זר זהב
ווען גייט זיך דער אנדערער אנטון? כ'קען נישט ווארטן

ס'קען נאך געשעען. נאר דערווייל נעם א בענקל. ס'דא נאך א רבי וואס האט געוואוינט אין ב.פ. און וואוינט היינט אין א"י. ער הייסט ר' ברוך פינחס לייפער. ר'האט איין טאג מחליט געווען אז ער איז ראוי צו גיין ווייסע זאקן אינדערוואכן. און קיינער האט נישט מוחה געווען.
בלאט: 1 2 3 4