☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » טעכנאלאגישע נייעס

טעכנאלאגישע נייעס

260 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #213
בלאט: 1 2 3 4 5 6

אךשמח » מאנטאג מערץ 19, 2012 12:22 pm

· #1998
טעכנאלאגישע נייעס
טעכנאלאגיע איז מיין באליבטסטע נושא, און איך גלייך זייער צו ליינען דערוועגן, איז פארוואס נישט מהנה זיין אנדערע?

איך קען אבער נישט זאגן אז יעדע זאך וואס איך גיי ליינען וועל איך קענען דא אהערברענגען, דעריבער בעט איך אנדערע זאלן אויך צוהעלפן און צולייגן א האנט.

דא איז געמאכט ארויפצולייגן סיי וועלכע נייעס בנוגע טעכנאלאגיע, און אויב א נייעס איז גאר א שטארקע נייעס, אדער אז דער נושא וועט אריינקריכן אלס א לענגערע שמועס, וועט מען בעטן דעם מנהל עס אפצוטיילן.

אךשמח » מאנטאג מערץ 19, 2012 12:53 pm

· #2011
Re: טעכנאלאגישע נייעס
איך הייב אן מיט א נייע סעלפאון וואס דארף בקרוב ארויסקומען.

ווער עס האלט מיט איז דא א שטארקע מלחמה צווישן דעם אייפאון און ענדרויד סעלפאון פלאטפארמעס, און וואס זעט אויס אז ענדרויד איז פאראויס.

מען קען עס צונעמען אויף קליינגעלט, און מען האט אזוי געטון אויף אייוועלט אונטערן אשכול אייפאון אדער ענדרויד.

דער לעצטער אייפאון 4S איז זייער בעסטער אייפאון אבער פילע זאגן אז דער סעמסאנג געלעקסי S2 שטייגט אים איבער פי כמה.

דאס איז דער S2 אבער יעצט האלט מען שוין פיל ווייטער און מען גרייט זיך אט צום S3 וואס וועט זיין פיל פיל בעסער אפי' ווי דעם S2 און פארשטייט זיך אז דער אייפאון ווען זיין אלטמאדיש קעגן דעם.

יידל » מאנטאג מערץ 19, 2012 1:31 pm

· #2034
Re: טעכנאלאגישע נייעס
איך האב דעם אייוועלט אשכול נישט געליינט, אבער איך וויל אביסל צולייגן דעם ברייטפארצווייגטען אין וועלטס מחלוקת איבער די אייפאון 4S ווערסוס סעמסונג געלעקסי S2. עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז ווען מ'לייגט אריין אין גוגל די ווערטער iphone 4S vs קומט גלייך ארויף די געלעקסי.

📎 Google.PNG

געבוי
קודם לאמרי נעמען אביסל אין באטראכט די געבוי. דער אמת איז אז געבוי איז ווי מ'זאגט "עי מעטער אף טעיסט" און ווי דער באקאנטער שפריך-ווארט לערנט אונז, על טעם וריח אין להתווכח. דער אייפאון 4S איז הויעך 4.5 אינטשעס (115.2 מילימעטער), ברייט 2.31 אינטשעס (58.6 מילימעטער) און דיק 0.37 אינטש (9.3 מילמעטער), און עס וועגט 4.9 אונסעס (140 גראם). לאידך גיסא דער געלעקסי S2 איז הויעך 4.84 אינטשעס (125.3 מילימעטער), ברייט 2.68 אינטשעס (66.1 מילימעטער) און דיק 0.33 אינטש (8.49 מילימעטער), און עס וועגט 4.09 אונסעס (116 גראם).
ווי איר זעט איז די געלעקסי ברייטער און העכער ווי די אייפאון, אבער דינער און וועגט ווייניגער ווי די אייפאון. דאס מאכט אז דער אייפאון זאל האבן אזא אימעדזש ווי א פראעסיאנאלען ביזנעס אויסזען בעת דער געלעקסי פארמאגט מער א "אויפרייסענדע" אימעדזש.

דיספלעי

אייפאון 4S האט א סקרין רעזאלושען פון 960 ביי 640 בעת דער געלעקסי S2 האט איינס פון 800 ביי 480. נו, אודאי איז אייפאון א קלארערע סקרין.

המשך יבוא...

געפילטע פיש » מאנטאג מערץ 19, 2012 5:57 pm

· #2071
Re: טעכנאלאגישע נייעס
לויט די רכילות וואס גייען ארום גייט די S3 האבן א 720X1280 סקרין וואס קומט אויס צו 319 פיקסעלס פער אינטש, מער ווי די גרויסארטיגע "נייע איי-פעד"ס 264 ppi.
א פיינעם קוואד קאור פרעסעסער מיט א מיליאן אכט הונדער טויזענט הערץ, א צוועלעף מעגא-פיקסעל קעמרא.
דעי ספעקס קען מאכן דאס ווירטואלע שפייעכץ רינען ביי יעדע טעכנעלאדיע ענטאזאיסט.

אךשמח » מאנטאג מערץ 19, 2012 11:28 pm

· #2107
Re: טעכנאלאגישע נייעס
געפילטע פיש

דעי ספעקס קען מאכן דאס ווירטואלע שפייעכץ רינען ביי יעדע טעכנעלאדיע ענטאזאיסט.

אוי האסטו גוטע אויסדרוקן!

א דאנק פאר אלע וואס האבן דא מגיב געווען. איך האף צו שרייבן מער איבער טעכנאלאגיע ווי שנעל נאר מעגליך.

און אנטשולדיגט אז ס'מיר ארויסגעפאלן די נייעסלעך אויף וואס איך האב געעפנט דעם אשכול. מיר וועלן משלים זיין מערצעשעם.

יידל » דינסטאג מערץ 20, 2012 8:57 am

· #2126
Re: טעכנאלאגישע נייעס
וואס זאגט איר צו ווינדאוס 8? איר זאגט נאך נישט, אבער הונדערטע וואס פרובירן אויס די נייע ווינדאוס סעפאר ס'ווערט אפיציעל ריליעסד זאגן אז זיי זענען נישט צופרידען. אין א פרובע האבן 50% פון די וואס האבן זיך באנוצט דערמיט געזאגט אז זיי וועלן דאס נישט רעקאמאנדירן פאר חבירים. די הסבר איז גאנץ פשוט. ווינדאוס 8 איז דיזיינד פאר א טאטש אפארעטינג סיסטעם, אבער מייקראסאפט האט ווארשיינליך פארגעסן אז ווינדאוס איז א דעסקטאפ אפארעטינג סיסטעם, און זי דארף זיך רעכענען מיטן מויז און קיבארד.
http://www.pcworld.com/article/251820/e ... paign.html

געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 20, 2012 10:36 am

· #2127
Re: טעכנאלאגישע נייעס
יידל
וואס זאגט איר צו ווינדאוס 8? איר זאגט נאך נישט, אבער הונדערטע וואס פרובירן אויס די נייע ווינדאוס סעפאר ס'ווערט אפיציעל ריליעסד זאגן אז זיי זענען נישט צופרידען. אין א פרובע האבן 50% פון די וואס האבן זיך באנוצט דערמיט געזאגט אז זיי וועלן דאס נישט רעקאמאנדירן פאר חבירים. די הסבר איז גאנץ פשוט. ווינדאוס 8 איז דיזיינד פאר א טאטש אפארעטינג סיסטעם, אבער מייקראסאפט האט ווארשיינליך פארגעסן אז ווינדאוס איז א דעסקטאפ אפארעטינג סיסטעם, און זי דארף זיך רעכענען מיטן מויז און קיבארד.
http://www.pcworld.com/article/251820/e ... paign.html

איך האב אינסטאלד די ערשטע דעוועלאפער פריוויא וואס זיי האבן ארויסגעגעבן, מ'מוז נישט נוצן די מעטרא אינטערפעיס, מ'קען מאכן די אלד פעשאן דעסקטאפ ביי דיפאלט.
איין זאך וואס איך האלט אז ס'איז א טפשות פון מייקראסאפט איז אז די ARM ווערסיע, וואס איז געמאכט פאר טעבלעטס, גייט מען נישט קענען דז'ונען צו א דאמעין, איין זאך וואס וואלט זיי געגעבן די אויבערהאנט פאר ביזנעסעס, מער ווי ענדרויד און iOS וואס ווילן געבן טעבלעטס פאר די ארבעטערס.

שימעלע » דינסטאג יוני 26, 2012 5:04 pm

· #20170
אינטערסאנטע טעכנאלאגיע פארשריט נייעס
די היינטיגע וועלט פון טעכנאלאגיע טוישט זיך יעדען טאג מיט א שנעלקייט. וועל איך דא פראבירען ארויפצילייגען אינטערסאנטע פארשריט וואס מטרעפט אנליין. יעדער איז מכובד צו צילייגען.

שוין אביסעל אלט קוואנטעם קאמפיאטינג -איז די איידיע אז די קאמפיאטינג פראסעסינג איז אויף די אטאם לעוואל- איז אבער נאכנישט דא. אבער פאר סייענטיסטן איז געלונגען צי מאכן די ערשטע קוואנטעם נעטווארקונג ד.מ. סאיז געלונגען צי שיקען אינפערמאציע אין די קלענסטע פארמאט צו שיקען א פאטאן פון איין אטאם צום צווייטען.(די מבינים קענען בעסער מסבר זיין)

פין DARPA, א ראבאט פינגער וואס קען פילען בעסער ווי א מענטשליכע האנט

דארוך דרייען די רעדיא וואלען אין א ווארטעקס איז געלינגען פאר סייענטיסט פון אמעריקע און ישראל צי שיקען 2.5 טערעביטס אין א סקונדע (2.5 tbps) אויף א ווייטקייט פון איין מעטער.

פיינע קאווע » מיטוואך יוני 27, 2012 8:13 pm

· #20447
גוגעל קומט ארויס מיט א נייע כלי. א מוזיק מאשינקעלע פאר די נישטיגע 300 דאללאר. קוקט דא
http://www.wired.com/gadgetlab/2012/06/ ... -revealed/

יידל » מיטוואך יוני 27, 2012 9:09 pm

· #20463
ווי אויך האט גוגל היינט אפיציעל געמאלדן פראדזשעקט גלאז.

יידל » מיטוואך יוני 27, 2012 10:41 pm

· #20494
[ציטאט אראפגענומען]

פארוואס נישט?

געפילטע פיש » דאנערשטאג יוני 28, 2012 12:35 am

· #20516
שימעלע
דארוך דרייען די רעדיא וואלען אין א ווארטעקס איז געלינגען פאר סייענטיסט פון אמעריקע און ישראל צי שיקען 2.5 טערעביטס אין א סקונדע (2.5 tbps) אויף א ווייטקייט פון איין מעטער.

2.56 טעראביטס טו בי עקזעקט, און האסט אויסגעלאזט כינע, זיי האבן אויך קאלאבארירט. (נישט די רעגירונג, נאר סייענטיסטען פון ישראל און כינע האבן מיטגעארבעט מיט א נאס"א לאבראטאריע).

שימעלע » פרייטאג יוני 29, 2012 7:57 am

· #20745
Google X lab
שוין אנפאנג יאר האט אנגעהויבן ארויסצורינען איבער א געהיימע לעב וואס גוגעל פארמאגט google X lab. די לעב איז געמאכט אויף א אופן וואס מ'גיט א פרייע האנט פאר די ריסוירטשער זאלן קענען אויספרובירן די צודרייטסטע איידיעס. און ס'איז שוין ארויס געקומען פון דארט אפאר עמעזינג זאכן. און ס'איז צו ערווארטן אז מ'וועט נאך הערן פון זיי.

די מערסט באוואוסטע זאך איז די גוגעל זעלבס-דרייווענדע קארס. וואס ארבייט מיט ספעציעלע קעמרעס און סענסארס און גי. פי. עס. די קאר איז שוין געפארן איבער טויזענט מייל אן קיין מענטשליכע הילף בכלל, און 140,000 מייל מיט מענטשליכע הילף. די סטעיט פין נעוואדע האט ארויסגעגעבן ספעציעלע געזעצן וואס ערלויבען פאר דרייווער-לאזע קארס צו פארן אויף זייערע ראודס, און זיי האבן שוין ארויסגעגעבן איין לייסענס פלעיט פאר א גוגעל זעלבסט-דרייוענדע קאר. סאיז שוין געווען איין עקסידענט, אבער גוגעל טענה'ט אז א מענטש האט דאן געדרייווט, נישט די קאמפיוטער.

די מערסטע הייפט זאך איז די גוגעל גלעסעס, אדער ווי גוגל רופט עס, project glass. די זאך איז געבויט אויף די קאנסעפט פון augmented reality אז די דעווייס געט דיר אינפארמאציע לויט וואו דו ביסט און אויף וואס דו קוקסט (די ערשטע מאל וואס מ'האט עס געזען איז געווען אין די yelp עפפ, וואס מ'האט געהאלטן די phone און מ'האט געזען אויף די סקרין די בילדינגס אויף וואס מ'קוקט און עס האט זיך אויפגעשריבן וואס די בילדינג איז) איז א גלעזער וואס האט א סקרין און א קעמערע און עס פארשטייט וואס מ'רעדט. סאיז קאנעקטעד צי די phone פאר אינטערנעט. אפאר חדשים צוריק האט גוגל ארויסגעגעבן א ווידיאו. (ס'איז גלייך ארויסגעקומען א חוזק ווידיאו וואס מ'זעט עס מיט גוגעל עדס.)
די וואך ביי Google I/O (א דעוועלאפער קאנפרענס) האבן זיי עס געוויזן מיט א דראמאטישע פארשטעלונג.
עס וועט זיין צו באקומען פאר דעוועלאפערס וואס זענען דארט געווען אנפאנג קומענדיגע יאר פאר $1,500.

די לעצטע זאך ארויסצוקומען פון דארט איז גוגעל האט געמאכט א קאמפיוטער זאל לערנען ווי א מענטשליכע מוח אז ס'זאל זיך לערנען אליין, זיי האבן צוזאמגעשטעלט 16,000 processors און א ביליאן קאנעקשענס. זיי האבן עס געוויזן טויזענטער thumbnails פון youtube ווידיאוס און ס'האט אנגעפאנגען אליין צי דערקענען פנימ'ער פון קעץ.

שימעלע » דינסטאג יולי 3, 2012 1:07 pm

· #21470
נאך די Spray-on Antenna. קימט די Spray-on Battery.

DotCom » דינסטאג יולי 3, 2012 1:27 pm

· #21476
שימעלע
נאך די Spray-on Antenna. קימט די Spray-on Battery.

כאטש ארומשלעפן זיך כסדר מיט א ספרעי אין טאש איז נישט פון די באקוועמסטע זאכן, איז עס אבער א גרויסע דורכברוך אין די וועלט פון ענערגי, ביזדערווייל לויפט טעכנאלאגיע אסאך מער פאראויס לויט וויפיל ענערגי עס פארלאנגט, א פאון וואלט מען געדארפט צו טשארטשן נישט מער ווי איינמאל א וואך אפגעזעהן וויפיל מ'נוצט עס.

שימעלע » דינסטאג יולי 3, 2012 1:41 pm

· #21480
די ווארט איז נישט אז מוועט קענען ארים גיין מיט ספרעיס. נאר אז מוועט קענען פעינטען די הויז זאל זיין איין גרויסע אנטענע אדער בעטטערי. אויך עס וועט זיין גרינגער צי דיזיינען smartphones אז מוועט נישט דארפען אויסרעכענען וויאזוי אריינצילייגען די בעטטערי, מוועט עס אריין ספרעי׳ן.

שימעלע » מיטוואך יולי 25, 2012 12:25 pm

· #28418
פון UCLA דארוכזיכטיגע Solor cell. א טריט נענטער צי דארוכזיכטיגע געדז׳עטס נאך די דארוכזיכטיגע בעטערי פון סטענפארד.

יידל » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 2:10 pm

· #65218
די ניו יארק טיימס באריכטעט אז די עווערידזש נומער פון טעקסטס (SMS) וואס אן אמעריקאנער האט געשיקט פער חודש אין דעם דריטן פערטל פון יאר 2012 איז 678. דאס איז אראפ פון 696 טעקסטס פער חודש אינעם צווייטן פערטל. א שרייבער אין טיים מאגאזין טענה'ט אז די סיבה פארוואס טעקסינג גייט מטה מטה איז צוליב די סאציאלע מידיע ווי פעיסבוק און טוויטער און כל מיני עפפס וועלכע געבן מעסעדזשינג סערוויס בחנם.

http://business.time.com/2012/11/15/omg ... z2DHaE9THv

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 2:15 pm

· #65222
אפשר ווייל ווייניגער מענטשן טעקסטן ביים דרייוון?

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 2:26 pm

· #65226
איך האב געלייענט אין די נייעס (כ'דענק נישט וואו גענוי) אז בקרוב גייען סמארטפאטונ'ס זיין צעטיילט אין 2 באזונדערע מאודס, HOME אדער "אינטערטעינמענט" און דערנאך "ביזנעס", אזוי וועט מען קענען אנשטעלן אז בשעת מען איז אין ביזנעס קען מען נישט טעקסטן צו חברים און האבן עקסעס צו אומוויכטיגע עפפס, נאר צו די דאזיגע וועלכע זענען נויטיג פאר די ביזנעס; און זמן תפלה לחוד, ווען מען איז אינדערהיים קען מען זיין אויסגעפלאגט פון דער ארבייט, און זיך פולשטענדיג ענדזשויען און זיך אפרוען.

נו גוט נו » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 9:09 am

· #72059
גוגל נייעס
עס ווערט באריכטעט אז מוטרולה וואס געהער היינט צו טאג׳ס פאר גוגל ארבעט אויף א נייע סמארט פאון אינטער די קאוד
"Phone X" עס הייסט יעצט אז עס גייט ארויס גיין און מיטן דעם נייעם יאר, מ׳ווייסט נאך נישט צופיל דעטאלן אבער אזוי פיל ווייסט מען יא אז מ׳רעדט פון ״די פאון״ א סמארט פאון וואס גייט טוישן די וועלט,
אינסייד קוועלער געבען אן אז גלייך נאך דעם ווי עס קומט ארויס גייען זיי זיך נעמען איבער די "Tablet X" וואס גייט זיין די זעלבע זאך נאר א גרעסערע סקרין

נולד מאוחר » זונטאג יאנואר 13, 2013 3:06 am

· #79384
בייגעדיגע טעבלעטס
דא
יעצט אויב וויל מען האבן און טאש א טעבלעט סמארט פאן דארף עס זיין גענוג קליין סזאל פוטען .
בקרוב וועט מען קענען ארויסשלעפן פון טאש און אויפראלען א טעבלעט סוועט זיין א נחת צי קענען האבן א גרויסע סקריען און טאש.

נולד מאוחר » זונטאג יאנואר 13, 2013 3:09 am

· #79385
וואס גייט פאר מיט דזשאווע?
זיי מעלדן אז בקרוב גייט עס זיין מסודר
האמלענד סעקיוריטי האט געהייסען יעדער זאל דיסעבלען דזשאווע. העקערס האבן געטראפן עפעס א לאך ויי זיי קענען זיך איינברעכן דורך java.
וואס קען מען נוצען אנשטאט?

נולד מאוחר » זונטאג יאנואר 13, 2013 8:46 pm

· #79644

הירשל ציג » מיטוואך פעברואר 6, 2013 10:39 am

· #85010
Aaron Swartz supporters cry injustice, why can't we do the s
http://theantitzemach.blogspot.com/2013 ... ualms.html

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 24, 2013 3:39 am

· #99659
Verizon Now Pushing Text Messages to PCs and Tablets

http://www.phonescoop.com/articles/article.php?a=12120

ענן כבד » זונטאג מערץ 31, 2013 7:03 pm

· #100789
גוגל נאז - נישט ניוז
https://www.google.com/intl/en/landing/nose/

ידען » זונטאג מערץ 31, 2013 7:07 pm

· #100790
ענן כבד
https://www.google.com/intl/en/landing/nose/

מן הסתם April fools day

וואלפה » פרייטאג אפריל 5, 2013 6:25 pm

· #101819
Just released the new 'HTC one'
http://www.htc.com/us/smartphones/htc-one/#specs
Just released the new 'HTC one'
📎 IMG-20130405-WA00101218473561.jpg

אךשמח » זונטאג אפריל 7, 2013 11:53 pm

· #102353
א רומאר דרייט זיך ארום אז גוגל לייגט אן אויג אפצוקויפן דער פאפולערער מעסענדזשער וואטסעפפ פאר א ביליאן דאלער.

נולד מאוחר » דינסטאג אפריל 9, 2013 12:22 am

· #102730
און דאס ציזאם שטעלן מיט גוגל פעבל

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 1:55 am

· #103711
א נייע עפפ פאר סמארטפאונס וועט אייך טרעפן פארקינג אין די סיטי

http://www.vosizneias.com/127950/2013/0 ... arking-app

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 14, 2013 4:03 pm

· #115054
בלעקבערי וועט ערצייגן א BBM עפפ פאר ביידע, ענדרויד און איי.OS, און וועט זיין אוועילעבל שפעטער אין זומער.
די לעצטע מעלה פון דעם ב"ב ווערט אויך פארשוואונדן, ס'איז מיר אומפארשטענדליך פארוואס ב"ב שיסט זיך אליינס אין די פוס.

געפילטע פיש » דינסטאג מאי 14, 2013 4:05 pm

· #115055
זיי זאגן אז דאס איז צו ווייזן קאנפידענס, אז די נייע בלעקבעריס מוזן שוין נישט האבן די עקסקלוסיוו מעלה פון BBM כדי צו קאנקורירן מיט די קאמפעטישען.

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 28, 2013 1:27 pm

· #118852
מענטשן גלייכן אויסצונארן א צווייטן מיט פאלשע קאלער איי.די.'ס... ס'איז א גאנצע דזשאוק לעצטנס.
סענאטאר שומער שלאגט פאר א ביל אז דאס זאל זיין א קריים:

http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2419491,00.asp

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 10, 2013 4:26 pm

· #132281
ווילט איר רעטשארדזשן אייער פאון מיט אייער שיך?

http://news.cnet.com/8301-11386_3-57592 ... TREd00d6d7

איינער » פרייטאג יולי 12, 2013 12:45 am

· #132882
שמעקעדיג
מענטשן גלייכן אויסצונארן א צווייטן מיט פאלשע קאלער איי.די.'ס... ס'איז א גאנצע דזשאוק לעצטנס.
סענאטאר שומער שלאגט פאר א ביל אז דאס זאל זיין א קריים:

http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2419491,00.asp

מען רעדט נישט פון די קאלער איי. די. נאר פון די סעל פאן איי. די. גערופען די ״IEME"

שמעקעדיג » זונטאג יולי 14, 2013 9:10 pm

· #133521
5 טעכנאלאגישע פיטשעווקעס וואס קענען מעגליך זיין אין אייער קומענדיגא אויטא:

http://www.detroitnews.com/article/2013 ... etter-auto

שמעקעדיג » זונטאג יולי 21, 2013 11:46 pm

· #135125
סעלפאן קעיריערס האבן לעצטענס אנגעהויבן א נייע פראגראם. קאנסומערס ווילן נישט אלץ ווארטן גאנצע 2 יאר צו קענען האבן א (כמעט) פרי אפגרעיד צום לעצטן און בעסטן מאדעל פאון, AT&T און אזוי אויך T-Mobile האבן אנגעהויבן געוויסע פראגראמען צו קענען אפגרעידן נאך איין יאר, און אצינד גייט ווערייזאן נאכגיין אין זייערע פוס טריט (נישט די ארג...) און ערמעגליכן צו קענען אפגרעידן אזוי שנעל ווי 6 חדשים.

די פראגראם ארבעט בעיקר אויף א אופן אז מען טיילט אפ די חודש'ליכע סערוויס ביל פון די טעלעפאן פרייז. די טעלעפאן האט א באזונדערע אפטיילונג אינעם ביל, און מען קען דאס אויסצאלן ביז במשך 2 יאר אדער ווייניגער, לויטן פארלאנג פונעם קאסטומער. אבער ווערייזאן גייט נאך ווייטער, אז ביים אויסצאלן בלויז האלב פונעם אלטן פאון וועט מען שוין קענען אפגרעידן צו א נייערן.

http://www.phonescoop.com/articles/article.php?a=12675

http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2421956,00.asp

http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2421817,00.asp

http://www.verizonwireless.com/wcms/con ... E1EEAA3498

פרישער » מאנטאג יולי 22, 2013 12:07 am

· #135129
[ציטאט אראפגענומען]

ניין

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 22, 2013 12:15 am

· #135130
ביסט נישט דער איינציגסטער וואס קען נישט מסביר'ן. אלע חכמים ונבונים פארשטייען נישט.
האנדא/אקיורע האט פאר 2014 א נייע טאטש סקרין (אויך די נייע אדיסי, מען קען עס שוין קויפן), זיי טענה'ן אז דאס וועט זיין צו דער זאך.

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 23, 2013 3:54 pm

· #135588
ברעיקינג נייעס!

ענגלאנד פלאנט צו פארלאנגען פון אלע אינטערנעט סערוויס פראוויידערס, אז ביי DEFAULT זאל זיי צושטעלן אינטערנעט מיט פילטערס אקעגן שמוץ, סיי אינדערהיים און סיי אין פאבליק פלעצער, ווי צב"ש וויי-פיי וכדו'.

דערמיט ווילן זיי בעיקר פארמיידן שמוץ פון אינגערע קינדער. די פילטערס וועלכע וועלן קענען אראפגענומען ווערן אויב מען וויל זיי נישט, וועט קענען געטון ווערן בלויז דורכן אקאונט האלדער, וועלכער איז געווענליך א עדאלט, און ממילא וועלן קינדער כמעט נישט קענען צוקומען צו קיין אומאויסגעהאלטענע מאטעריאל.

"I have a very clear message for Google, Bing, Yahoo and the rest. You have a duty to act on this – and it is a moral duty," Cameron said. "I simply don't accept the argument that some of these companies have used to say that these searches should be allowed because of freedom of speech

...."We have a zero tolerance attitude to child sexual abuse imagery. Whenever we discover it, we respond quickly to remove and report it

http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2422075,00.asp

ידען » דינסטאג יולי 23, 2013 4:20 pm

· #135598
שמעקעדיג
סעלפאן קעיריערס האבן לעצטענס אנגעהויבן א נייע פראגראם. קאנסומערס ווילן נישט אלץ ווארטן גאנצע 2 יאר צו קענען האבן א (כמעט) פרי אפגרעיד צום לעצטן און בעסטן מאדעל פאון, AT&T און אזוי אויך T-Mobile האבן אנגעהויבן געוויסע פראגראמען צו קענען אפגרעידן נאך איין יאר, און אצינד גייט ווערייזאן נאכגיין אין זייערע פוס טריט (נישט די ארג...) און ערמעגליכן צו קענען אפגרעידן אזוי שנעל ווי 6 חדשים.

די פראגראם ארבעט בעיקר אויף א אופן אז מען טיילט אפ די חודש'ליכע סערוויס ביל פון די טעלעפאן פרייז. די טעלעפאן האט א באזונדערע אפטיילונג אינעם ביל, און מען קען דאס אויסצאלן ביז במשך 2 יאר אדער ווייניגער, לויטן פארלאנג פונעם קאסטומער. אבער ווערייזאן גייט נאך ווייטער, אז ביים אויסצאלן בלויז האלב פונעם אלטן פאון וועט מען שוין קענען אפגרעידן צו א נייערן.

http://www.phonescoop.com/articles/article.php?a=12675

http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2421956,00.asp

http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2421817,00.asp

http://www.verizonwireless.com/wcms/con ... E1EEAA3498

איך פארשטיי נישט.

כאב נאר געקיקט ביי ווערייזען. זיי שרייבען נישט גארנישט נאר אז א חודש ארים וועלען זיי שרייבען וואס סע איז.

סע מיינט אז מע גייט דארפען צאלען די געהעריגע פרייז אבער אויס געצויגען דורעך א יאר?

דעת תורה » דינסטאג יולי 23, 2013 6:57 pm

· #135647
שמעקעדיג, טשיילד פארנאגראפי איז אומלעגאל דא אין אמעריקע אויך, און איך מיין אז עס מוז זיין ביי געזעץ צענזורירט. יא, אמעריקע האט אויך זייטלעך וואס זיי בלאקירן!

ידען » דינסטאג יולי 23, 2013 10:20 pm

· #135695
דעת תורה
שמעקעדיג, טשיילד פארנאגראפי איז אומלעגאל דא אין אמעריקע אויך, און איך מיין אז עס מוז זיין ביי געזעץ צענזורירט. יא, אמעריקע האט אויך זייטלעך וואס זיי בלאקירן!

ער האט נישט געשריבען וועגען child pornography נאר אלע שמיץ.

דעת תורה » מיטוואך יולי 24, 2013 1:39 am

· #135788
שמעקעדיג

...."We have a zero tolerance attitude to child sexual abuse imagery. Whenever we discover it, we respond quickly to remove and report it

http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2422075,00.asp

שמעקעדיג » זונטאג יולי 28, 2013 7:20 pm

· #136820
ספרינט ברענגט 4G אין די ברוקלין עריע ביז געציילטע טעג:

http://www.phonescoop.com/articles/article.php?a=12699

דעת תורה » זונטאג יולי 28, 2013 7:30 pm

· #136825
נישט קיין נייעס, שוין דא א האלב יאר דוכט זיך.

נולד מאוחר » דינסטאג יולי 30, 2013 11:37 pm

· #137381
ב''ה סוועט זיין כשרע סחורה אויפ'ן גוגל גלעס
www.vosizneias.com/137454/2013/07/31/west-nyack-ny-google-glass-to-open-up-new-vistas-for-orthodox-community-with-jewish-apps/
מיין זון זאגט מיר ''טאטי ווילסט כ'זאל זאגן אשר יצר פון אינעווייניג, קויף מיר גוגל גלעס''

איך אויך » זונטאג אוגוסט 4, 2013 7:24 am

· #138186
געפעלט מיר די קאממענט.
One day meshulachim will just enter a Shul and plug in a USB into a central terminal and the appeal will show up on each daveners google glasses.
בלאט: 1 2 3 4 5 6