☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » טעכנאלאגישע נייעס

טעכנאלאגישע נייעס

260 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #213
בלאט: 1 2 3 4 5 6

שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 25, 2014 6:30 pm

· #186638
FORD. ווער ווייסט דען נישט פון די קאר קאמפאני פארד. א אויטא קאמפאני וואס איז אמאל געווען אין דער ערד, פארשידענע ליצנות 'רשע-טבת' זענען ארומגעלאפן אויף זייער נאמען (Fix Or Repair Daily איז די מערסטע באקאנט; אדער Failed, On Road Dead וכדומה), זייער קוואליטי האט געסאקט, זייער ריסעיל וועליו איז געווען טיף אין דער אדמה...

און, און... מאשפות ירים אביון, דורך פארשידענע מיטלען האבן זיי זיך ארויפגעדראפעט אויף דעם לייטער, זיי האבן אנגעהויבן מאכן בעסערע פראדוקטן, און ווען דער הויכגעשעצטער CEO מולאלי האט איבער גענומען די קאמפאני זייענדיג אין רויט - קומענדיג פון די באואינג עראפלאן קאמפאני וואו ער האט אויך געמאכט א רעוואלוציע צום גוטן - האט ער אנגעהויבן מאכן סדר, קודם מיטן פראגראם "ONE FORD", וואס האט אריבערגעברענגט פארשידענע גוטע מאדעלס פון אייראפע (דארט מאכן זיי בעסערע פראדוקטן, פרעג מיך נישט פארוואס) קיין אמעריקע, ער האט געלייגט א שטארקע פאקוס אויף קוואליטעט פון די מאטעריאלן עס זאל נישט זיין הונטערשטעליג פון די יאפאנעזער קאמפעטישאנ'ס, און אריינגעלייגט אסאך פיעטשורס צו "סורפרייזן" דעם קאסטומער, און די זאכן האבן עושה רושם געווען, עד כדי כך אז ביים גרויסן עקאנאמישן קראך איז פארד געווען די איינציגסטע אמעריקאנער קאמפאני וואס האט נישט געדארפט צוקומען צו די רעגירונג'ס בעילאוט - אנדערש ווי GM און קרייסלער - און דאס האט נאך מער געהויבן זייער רעספעקט און וועליו ביים פאלק, זייערע סעילס זענען דראסטיש ארויפגעגאנגען, זיי האבן געאפפערט ווייניגער אינסענטיווס (ווי "קעש בעק" אדער 0% פיינענסינג), און עכ"ז זענען זייערע קארס געגאנגען ווי מצה וואסער, מיט גרויס ערפאלג, צו די הנאה פון די הויכע עקזעקוטיוון.

איין גרויסע שינוי - אויף וואס פארד האט געלייגט גרויס האפענונג, ספעציעל אריינצוכאפן יונגע קאנסומער - האט זיך ארויסגעשטעלט אלס א וויסטע דורכפאל - טראץ די ענטוזיאזם וואס האט לכתחילה געהערשט ביים יונגן דור דערפאר. דאס איז זייער SYNC סיסטעם אין די נייערע אויטאס. דער SYNC סיסטעם איז געווארן דעוועלאפט מיט עטליכע יאר צוריק (2007) ביי מייקראסאפט, און איז געצילט אריינצוברענגען די העכסטע טעכנאלאגיע אינעם קאר. אנשטאט א דעשבאורד פון קנעפלעך און (ק)נאבס, איז עס פארוואנדלט געווארן אין א גרויסע טאטש סקרין און פאר יעדע פונקציע האט מען געמוזט אדורכגיין שבעה מדורי גיהנם אויפן סקרין ביז מען איז אנגעקומען דערצו, אפילו פשוט'ע פונקציעס - ווי צב"ש מאכן העכער די מוזיק אדער מאכן שטארקער דעם הייצונג.

📎 Sync.jpg

אויסער דעם סכנה פון דיסטרעקטן דעם דרייווער אוועקצוקוקן פונעם ראוד אינמיטן פליען אויפן הייוועי ביי 70 מפ"ש און זיין ביזי מיטן סקרין (גארנישט ווייניגער סכנה ווי טעקסטן אינמיטן דרייוון), און בכלל האט עס געהאט זייער א קאמפליצירטן אויסשטעל בנוסף צו פיצעלע ווערטער און סימבאלן, האט דער סיסטעם געהאט א שרעקליכער חסרון, אז עס פלעגט "פריזן". ד.ה. איינפאך נישט ארבעטן פאר אפאר מינוט, און נישט רעספאנדעט צו דעם דרייווערס אינפאט. מען האט געקענט קוועטשן אויפן פארקלאצטן סקרין, אבער אן ערפאלג. דרייווערס פלעגן ווערן - ווי פארשטענדליך - שרעקליך פרוסטרירט, און כסדר קאמפלעינט צו פארד דערוועגן.

📎 Sync2.jpg

עס האט אויך געשאדט פאר פארד אין די שטודיעס וואס געוויסע קאמפאניס נעמען פון נייע דרייווער, צי זיי זענען צופרידן מיט די קוואליטי פונעם נייעם אויטא. פארד האט זיך געטראפן אין א אומבא'טעמ'טע סיטואציע. זיי האבן אנגעהויבן ארבעטן אויף פארשידענע תיקונים און אפדעיטס, מאכן גרעסער די אותיות און די אייקאנס, מאכן גרינגער צו קאנעקטן צו פאונס, פארמינערן די פארפרוירענע סקרינ'ס, און צוגעלייגט "וואויס רעקאגנישן" אז מען זאל קענען רעדן צום סיסטעם אנשטאט דריקן אזויפיל אויפן סקרין, אבער דאס האט שוואך געהאלפן. עס איז געווארן עטוואס בעסער, אבער די הוצאה שניה ושלישית ומתוקנת (2010) איז נאך אלץ פארוואסערט געווארן צווישן די חסרונות און אומצאליגע קאמפלעינטס און שלעכטע ראטעס פון אלע רעוויואערס. אזוי איז דאס אנגעגאנגען פאר יארן.

אנדערע קאמפאניס האבן גראדע נישט קיין סאך בעסער אפגעשניטן. א ענליכע סיסטעם ביי GM (רופט זיך CUE) האט אויך געליטן פראבלעמען און די קאסטומערס גלייכן עס נישט. קרייסלער איז דערווייל פון די בעסטע אין דעם הינזיכט. ניסאן און האנדא זענען כמעשה, כאטש זיי מעגן אויך נוצן א תיקון.

אצינד האט פארד באשלאסן צו דראפן מייקראסאפט. די לעצטע זענען טרויעריג-באקאנט פאר זייערע סאפטוועיר וואס מען דארף כסדר פעטשן מיט אפדעיטס נאר כדי צו טרעפן נאך דורכפעלער און פראבלעמען. גענוג איז גענוג. ארויס אויף די יארכע, מען גייט זוכן א צווייטן!

די מאדנע זאך איז, צו זעהן וועמען זיי האבן אנגעטראפן. נישט קיין אנדערע ווי די "בלעקבערי" פירמע. כאטש וואס זיי קומען נישט צו די נייערע 'עפל' און 'אנדרויד' פראדוקטן בנוגע סעלפאונ'ס, זענען זיי מער רעלייעבל ווי מייקראסאפט. (איי, אויב פארד פרעגט מיך? אויב בלעקבערי איז פאר עפעס באקאנט, איז עס פאר זייער 'פריזן' מיטן דרייעדיגער זייגערל אויפן סקרין..... GO FIGURE). למעשה, זיי אנטשפרעכן א נייע גענעראציע פון SYNC, מיט א גרינגערן אויסשטעל און געשמאקע יוזער אינטערפעיס, אן די אלע פראבלעמען.

ווארט נאר איבער צו זעהן מה יהי' חלומותיהם, צי וועט עס טאקע בעסער ווערן אדער מפטירין כדאתמול. בפרט ווען אנדרויד און עפל גרייטן שוין צו זייערע אייגענע פארגעשריטענע סיסטעמ'ס אין די אויטאס. ימים ידברו.

שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 25, 2014 9:11 pm

· #186720
מערקווירדיג, אז א לענגערע צייט האט געהייסן אז דער סוקסעספולער CEO פון פארד, עלען מולאלי, וועלכער האט שוין אזויפיל גרויסע קאמפאניס געשטעלט אויף די פוס, וועט איבערנעמען מייקראסאפט, און פרובירן צו ראטעווען וואס מען קען און מאכן א מענטש מיט איר...

למעשה האט ער לעצטע חודש קלאר געמאכט אז עס קומט נישט אין באטראכט, ער בלייבט ביי פארד. פה אשב כי אויתיה.

שפעקוליר איך צי דאס קען זיין די סיבה, וויבאלד פארד האט געוואלט אפהאקן מיט מייקראסאפט.

נולד מאוחר » זונטאג מערץ 2, 2014 11:30 am

· #187799
א עפפ וואס פארשנעלערט די ספיד פון ליינען צי דאפעלט.
<a class="postlink" href="http://nypost.com/2014/02/26/app-gives-users-the-ability-to-speed-read/">http://nypost.com/2014/02/26/app-gives- ... peed-read/</a>

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 17, 2014 10:11 am

· #190890
לייגן פענסטערס אויף עראפלאנען איז א בדיעבד פאר די מאנופעקטשורערס, און זיי טוען עס נאר ווייל די פאסאזשירן פארלאנגען עס, קיינער וויל נישט פליען אין א פארמאכטע באקס שעות ארוכות און געבן א קלאוסטערפאביע איינדרוק. אבער באמת לייגט דאס דרוק אויפן עראפלאן, אנשטאט א פשוט'ע סמאאד סטרוקטשור, דארפן אינזשענירן אויסארבעטן אז די פענסטערס זאלן זיך באלאנסירן פונקטליך מיטן סטרוקטור פונעם עראפלאן, ספעציעלע דאבל-גלאז פענסטערס, און זיכער מאכן אז עס קרעקט נישט מחמת פרעשור אינמיטן פליען.

"ספייק עראוספעיס" איז א קאמפאני וואס האלט אינמיטן בויען א סופערסאניק דזשעט (ד.ה. וואס פליט אזוי שנעל ווי דער קול לויפט), און ביי די סארט עראפלאנען איז נאך פיל מער קאמפליצירט אריינצובויען פענסטערס, כמובן אז די לופט פרעשור איז פיל מער ווי א געווענליכער דזשעט וועלכע פליהט קוים האלב אזוי שנעל.

זענען זיי אויפגעקומען מיט א המצאה אז אנשטאט א פענסטערס וועלן זיי אריינבויען גרויסע סקרינ'ס, מיט ווידיאו קעמרעס אינדרויסן, און דאס וועט מאכן שפירן דעם פאסאזשיר כאילו ער שטייט יעצט ביי א גרויסן פענסטער און מען קען ארויסקוקן געהעריג.



דער פאסאזשיר וועט קענען קאנטראלירן דעם סקרין. אויב וויל ער גיין שלאפן וועט ער קענען טונקל מאכן דעם סקרין, עס זאל אויסקוקן ווי עס איז ביינאכט אינדרויסן.

די קאמפאני, וועלכע פלאנט צו האבן גרייט דעם פליגער אויף 2018, האפט אז די נייערע סקרין טעכנאלאגיע וועט ערלויבן דעם עראפלאן צו פליען 1,370 מפ"ש, פיל שנעלער ווי די געווענליכע עראפלאנען וועלכע פליען ביי א דורכשניטליכע 500-600 מפ"ש. דער עראפלאן וועט טראגן 18 פאסאזשירן אויף אמאל.



<a class="postlink" href="http://www.wired.com/autopia/2014/02/supersonic-jet-video-windows">http://www.wired.com/autopia/2014/02/su ... eo-windows</a>

נולד מאוחר » מיטוואך מערץ 26, 2014 12:57 am

· #192787
פעיס בוק האט אפגעקויפט oculus. פאר 2B www.vosizneias.com/159535/2014/03/25/menlo-park-ca-facebook-buys-virtual-reality-co-oculus-for-2b/
כהאף אז גוגל און פעיסבוק געדענקען נאך צי מענטענען זייערע אייגענע פרודאקט, זייענדיג אזוי ביזי גיין שאפינג

קליגער אינגערמאן » מיטוואך מערץ 26, 2014 1:05 am

· #192788
איינער קען מסבירן וואס די קאמפעני oculus פארקויפט\פראדאצירט אין וואסערע אינטערעסע האט פייסבאק דערינען.

Shiala » מיטוואך מערץ 26, 2014 2:56 am

· #192803
נולד מאוחר
א עפפ וואס פארשנעלערט די ספיד פון ליינען צי דאפעלט.
<a class="postlink" href="http://nypost.com/2014/02/26/app-gives-users-the-ability-to-speed-read/">http://nypost.com/2014/02/26/app-gives- ... peed-read/</a>

I actually read at that speed they say the App will give you

Shiala » מיטוואך מערץ 26, 2014 2:27 pm

· #192880
עמעזאן ווירטואלע דעסקטאפ עמעזאן שטעקט די נאז וואו ער קען, ער געט שוין האסטינג וואס ברויך אן ארטיקל פאר זיך וועגן די אייגנארטיקער וועג וואס זיי נוצן צו סקעילען סערווערס און די כמו דעדאַקייטאַד סערוויס וואס זיי שטעלן צו מיט אינסטענסעס און מערערע זאכן וואס איך פארשטיי ניטאמאל

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 3, 2014 4:53 pm

· #194586
און עמעזאן גייט ווייטער אן, זיי האבן א נייע טעכנאלאגיע שטיקל פאר טעלעוויזיע, עמעזאן פייער טי.ווי.
אבער וויבאלד מען רעדט דא צו היימישע אידן, אסתפק בזה.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 3, 2014 4:59 pm

· #194588
די גרויסע אויטא קאמפאני GM גייט כאדאראם. מען האט נישט לאנג צוריק אנטדעקט אז מיליאנען עלטערע אויטאס האבן פראבלעמען מיט די איגנישאן (ווי מען צינדט אן דעם קאר) עס קען פאראורזאכן א פייער און עטליכע פאטאלע פייערס ווערט צוגעשריבן א דאנק דעם. זיי האבן פארררופן א מאסיווע ריקאלל פאר מיליאנען אויטאס כדי עס צו פאררעכטן, אבער דער סענזאציע פארשפרייט זיך מיום אל יום, מען טרעפט נאך אויטאס מיט דעם פראבלעם, עס איז גדול עווניהם מנשוא, זיי קענען נישט גענוג שנעל קעהר נעמען פון אלע פראבלעמען, און דאס שוין טראץ א אפמאך מיט קאר רענטלס צוצושטעלן אויטאס פאר די אפעקטירטע קאנסומער. עס האלט שוין אזוי ווייט אז א דזשאדזש וויל ארויסגעבן א פארבאט פאר די אלע אפעקטירטע אויטאס זאלן נישט טארן זיך דרייען אין די גאסן.

עס איז יו"ט אינדערוואכן, און עס בלייבט איבער צו זעהן וואס דא וועט זיך אויסקאכן.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 3, 2014 5:07 pm

· #194591
מייקראסאפט "קארטאנא" - איז די נייעסטע קאמפעטישאן צו עפל'ס אסיסטטענט "סירי". עס וועט האבן אסאך פונקציעס אויף די ווינדאוס פאון, און לויט די ערשטע אפשאצונגען, איז עס נאך בעסער און מער נוצבאר ווי סירי. דערווייל איז עס נאך אין "בעטא" - כאטש אנגעבליך ארבעט שוין מייקראסאפט דערויף איבער 2 יאר. עס ווערט ערווארטעט בקרוב צו ערשיינען א געהעריגע ווערסיע, און וועט זיין אויף אלע נייע ווינדאוס 8.1 פאון'ס.

נולד מאוחר » זונטאג אפריל 13, 2014 3:43 am

· #195973
עמעזאן געבט ארויס אייגענע סעלפאנס
nypost.com/2014/04/11/amazon-to-release-smartphone/

רויטע וואנצעס » מיטוואך אפריל 30, 2014 10:34 pm

· #198348
ישראלי סטארט אפ קאמפאני (ווער דען) קומט ארויס מיט א ווייערלעס מאביל פרינטער און ס'נאך א ראבאט אויך.

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 16, 2014 5:28 pm

· #206290

ונבנתה העיר » מיטוואך יוני 25, 2014 4:05 am

· #207944
נאסא'ס נייע טראנספארטאציע סיסטעם וועט געבויעט און אויספראבירט ווערן אויף א קאמפוס אין ארץ ישראל.

ונבנתה העיר » מיטוואך יוני 25, 2014 4:14 am

· #207945
קאן עדיסאן טיילט אדאפטערס דורך וועלכע מען קען קאנטראלירן היים עירקאנדישאנ'ס מיט אן איי פאון.

petergrifin » מיטוואך יוני 25, 2014 11:02 pm

· #208127
ונבנתה העיר
קאן עדיסאן טיילט אדאפטערס דורך וועלכע מען קען קאנטראלירן היים עירקאנדישאנ'ס מיט אן איי פאון.


שכוח! שוין אויף געשריבען בײ זײ. יעצט העמיר האבען מיט װאס זיך צו שפילען פאר פינף מינוט. 😃

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 10, 2014 11:18 am

· #216088
Passports Go Mobile on United Airlines

יונייטעד עירליינס וועט אייך לאזן סקענען אייער פאספארט פאר אינטערנעשאנעל פלייטס דורך אייער סמארטפאון עפפ.
יונייטעד איז איינער פון די מערסטע באנוצטע עירליינס פון היימישע אידן קיין א"י.

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 3:05 pm

· #218559
טשיקאווע נייעס,

כ'האב אלץ געוואוסט אז די עמערזשענסי פערסאנאל וועלכע דרייוון פייער טראקס אדער אמבולאנסן פארמאגן ביי זיך א דעווייס וואס קען צווינגען די טרעפיק לייט צו ווערן גרין פאר זיי, כ'האב עס קיינמאל נישט מברר געווען, און ניטעמאל פארשטאנען צו וואס זיי דארפן עס, זיי האבן דאך די רעכט אדורכצופליען אפילו א רויט לייט.

עכ"פ יעצט לייען איך אז העקערס קענען פאראורזאכן קאפוויי דורך העקן די טרעפיק לייטס...

Researchers Hack Traffic Lights

נולד מאוחר » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 12:19 am

· #220987

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 11:44 am

· #225176
בקרוב וועלן די פאליציי קענען נוצן זייערע ראדארן צו שפיאנירן נישט נאר אייער ספיד, נאר אויך אויב איר טעקסט

<a class="postlink" href="http://www.thecarconnection.com/news/1094497_uh-oh-police-radar-guns-could-soon-tell-if-youre-texting-too#src=10065">http://www.thecarconnection.com/news/10 ... #src=10065</a>

שמעקעדיג » פרייטאג אקטאבער 24, 2014 11:23 am

· #230349
כ'האב געמיינט די געשעפטן ווילן ווי לענגער מעגליך די קאסטומערס זאלן זיך ארומדרייען.
מוז זיין הא לן והא להו, אין די קליינע געשעטפן דארט זוכט מען ווי שנעלער ארויס, אין אונזערע סופערמארקעטס פרובירט מען צו ציען די צייט.

שמעקעדיג » פרייטאג אקטאבער 24, 2014 11:25 am

· #230352
דער מעיאר דעבלאזיא מיטן פאליציי קאמישאנער ברעטאן האבן געמאלדן אז אלע NYPD אפיצירן וועלן ווערן אויסגעשטאט מצד די פאליציי דעפט. מיט א סמארטפאון און א טעבלעט (אייפעד) וועלכע וועט צושטעלן אלע סארט געפאדערטע אינפארמאציע, למשל זיי וועלן קענען זעהן ווען עס קומט אריין א 911 קאל אין זייער געגנט און זעהן ווער עס קען די שנעלסטע אנקומען אהין וכדו'. דער פראגראם איז ערווארטעט אריינצוגיין אין קראפט דעם קומענדיגן יאנואר.

ישראל קאפקע » פרייטאג אקטאבער 24, 2014 11:28 am

· #230353
שמעקעדיג
כ'האב געמיינט די געשעפטן ווילן ווי לענגער מעגליך די קאסטומערס זאלן זיך ארומדרייען.
מוז זיין הא לן והא להו, אין די קליינע געשעטפן דארט זוכט מען ווי שנעלער ארויס, אין אונזערע סופערמארקעטס פרובירט מען צו ציען די צייט.


אפשר זוכט מען א ביליגערע פרייז ביים צווייטן געשעפט, אדער אנליין,

פאלענד ספרינג » פרייטאג אקטאבער 24, 2014 2:22 pm

· #230387
שמעקעדיג
כ'האב געמיינט די געשעפטן ווילן ווי לענגער מעגליך די קאסטומערס זאלן זיך ארומדרייען.
מוז זיין הא לן והא להו, אין די קליינע געשעטפן דארט זוכט מען ווי שנעלער ארויס, אין אונזערע סופערמארקעטס פרובירט מען צו ציען די צייט.


זיי ווילן מען זאל בלייבן דארט ווי לענגער אבער זיי ווילן ענדערש אז מען זאל קוקן אויף די פראדאקטס אין געשעפט, אזוי וועט מען קויפן מער זאכן.
אויב קוקט מען אויפ'ן פאון האבן זיי גארנישט פון דעם אז דו ביסט דארט לענגער.

לאליפאפ » דינסטאג אקטאבער 28, 2014 2:20 am

· #230896
קלוגע רענצל!
יעצט קומט אריין די נייעס אז אויך רענצלעך גייען זיך צושטעלן צום טעכנאלאגיע פארמעסט, מיטן נייעם בלוסמארט סוטקעיס.

בלוסמארט שטעלט פאר איר ערשטן קערי-אן רענצל (פילייכט דער טערעס 1.. אדער עפעס אזא מין נאמען) אויסגעשטאט מיט אלע מינע היינטיגע טעכנאלאגיע, אריינגערעכנט א בעטערי וואס קען טשאארדזשן אייער פאון זעקס מאל, און דער עיקר א עפפ צו קאנטראלירן די לאקאציע און די עקסעס פונעם רענצל. פארשפארן, אויפשפארן, אפוועגן וכדו'.

ווי אויך האבן זיי א מורא'דיגן מארקעטינג איינפאל מיטן בעטן מעות קדימה און שפעטער פארקויפן פאר די מקדימים פאר האלב פרייז. די ארגינעלע פרייז איז ערווארטעט צו זיין 450 דאללער. מען קען עס שוין פרי ארדערן..

פאר מער פרטים וואטשט דאס פאלגנדע


אדער דאס

לאליפאפ » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 12:22 pm

· #232772
Android האט געמאלדן אז זיי האבן אנגעהויבן ארויסראולן זייער נייע מאביל סאפטוועיר 5.0 וועלכער הייסט...

לאליפאפ

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 12:07 pm

· #235500
אמאזאן האט לעצטע וואך געמאלדן אז אלע PRIME מעמבערס קענען האבן אומבאגרעניצטע אנליין סטארעדזש ביי זיי פאר זייערע בילדער.

לאליפאפ » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:27 pm

· #235952
שמעקעדיג
אמאזאן האט לעצטע וואך געמאלדן אז אלע PRIME מעמבערס קענען האבן אומבאגרעניצטע אנליין סטארעדזש ביי זיי פאר זייערע בילדער.

און וויפיל קאסט א חודש פריים?

ישראל קאפקע » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:30 pm

· #235956
איך האב באקומען א OnePlus איינלאדענונג, איז די פאון טאקע אינטערעסאנט?

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:48 pm

· #235968
לאליפאפ
שמעקעדיג
אמאזאן האט לעצטע וואך געמאלדן אז אלע PRIME מעמבערס קענען האבן אומבאגרעניצטע אנליין סטארעדזש ביי זיי פאר זייערע בילדער.

און וויפיל קאסט א חודש פריים?

זיי בעטן $99 א יאר פאר פרי 2-טעג שיפינג, איבער 40 טויזענט מאוויס, און בוכער צו ליינען, און יעצט אויך פרי סטארעדזש.

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 3:16 pm

· #236684
פארלירט איר כסדר אייערע שליסלעך, טעלעפאנען, וכדו'?

<a class="postlink" href="http://www.phonescoop.com/articles/article.php?a=14934">http://www.phonescoop.com/articles/article.php?a=14934</a>

שטילע אינגערמאן » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 5:56 pm

· #237448
דערנאך מיט שטיין אויפן קארנער כאפן ווי-פיי פון די שכן,
ס'גייא אי"ה בקרוב זיין ווי-פיי איבער גאנץ נוא יארק סיטי.
ס'גייט זיין אוועק געשטעלט אויפן גאסן פענסי כמו פאבליק טעלעפאונען איו מ'גייט קענען מאכט קאלל'ס דערפון אויך.


<a class="postlink" href="http://techcrunch.com/2014/11/17/nyc-launches-free-gigabit-speed-wi-fi-network/">http://techcrunch.com/2014/11/17/nyc-la ... i-network/</a>
📎 link_commercial_front.jpg

יין שרף » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:33 pm

· #237496
אז מען דערלעבט דערלעבט מען ווי די רבנים גייען האקן אויף די פאבליק טעלעפאונס...

נולד מאוחר » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 10:26 pm

· #237504
פאר די ספיד וואס זיי שטעלן צי לוינט זוך באלד צי ווערן האם-לעס. 20 מאל שנעלער ווי מיין היים/אפיס אינטערנעט.

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 4:47 pm

· #240472
דער סמארטפאון איז געווארן אן אינטעגראלער חלק אין רוב פאלק'ס לעבן, און נעמט כסדר איבער מער טעגליכע פונקציעס.

מאנכע עירליינס פלאנען בקרוב צו נוצן סמארטפאונס אלס א דיזשיטעל טיקעט און באורדינג פעסס;
מען קען שוין היינט נוצן דעם פאון אין געוויסע געשעפטן צו באצאלן אנשטאט א קרעדיט קארד, ווי עפל פעי, גוגל וואלעט, אדער סאפט-קארד אויף ענדרויד (ערזעצט אייסיס ז"ל);
טייל האטעלן ערלויבן שוין צו נוצן דעם סמארטפאון צו עפענען אייער האטעל צימער אנשטאט דעם פרי-פראגראמירטן קארטל;

יעצט קומט די נייעס אז אייאווע וועט זיין די ערשטע סטעיט אין אמעריקע צו מאכן דיזשיטעל "דרייווערס לייסענס" אויפן סעלפאון...

יין שרף » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 8:38 pm

· #240552
נאך אביסל וועט מען אויך מאכן די ראוד טעסט אויפן פאון... שפילען אזא רעיסינג געים, אויב די סקאור איז איבער 120 באקומט מען לייסענס...

נולד מאוחר » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 11:07 am

· #241986

שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 11:36 am

· #241992

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 1:39 pm

· #242370
ווער געדענקט נאך די אמאליגע 3D קוקער'ס???
יעצט קענט איר באזוכן איבער די וועלט מיט א ענליכע איידיע

Explore Street View With Google Cardboard

פאלענד ספרינג » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 1:16 pm

· #242670
שמעקעדיג
יעצט קומט די נייעס אז אייאווע וועט זיין די ערשטע סטעיט אין אמעריקע צו מאכן דיזשיטעל "דרייווערס לייסענס" אויפן סעלפאון...


און אויב מיין בעטערי איז טויט ווען דער פאליציאנט שטעלט מיר אפ?

פליקער » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 7:43 pm

· #242776
וועט דער האווייען מיזן נעמען די מי, אין אריין טינקען זיין אנדערע האנט, וואס האלט נישט די הייסע הינט, אין די אינטישטע טאש און ארויסציען זיין פאפירענע לייסענס

פאלענד ספרינג » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 11:16 pm

· #242823
הייסט אז מען וועט אויך מוזן האבן די געהעריגע לייסענס? אויב אזוי וואס איז די אויפטוה?

פליקער » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:43 am

· #242844
פאלענד ספרינג
הייסט אז מען וועט אויך מוזן האבן די געהעריגע לייסענס? אויב אזוי וואס איז די אויפטוה?

מען ברויך טיען נישט חלילה אויפטיען

לאליפאפ » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 9:02 pm

· #243920
מיליאנע טוויטער באנוצער זענען געווארן ארויסגעלאגט פון טוויטער נאך א פעלער אין טוויטער'ס סערווערס. דערווייל אפערירט טוויטער נאר פון iOS עפפ.

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 11, 2015 5:48 pm

· #247410
ס'קוקט אויס ווי דער עולם דא איז מער אינטרעסירט אין האקן אויפן סיסטעם ווי דיסקוסירן מעידזשאר טעכנאלאגישע נייעס. אנדערש איז שווער צו פארשטיין פארוואס קיינער האט נאך נישט בארירט דעם נושא פון CES 2015

דאס איז אזא שאו וואס מען מאכט יעדע אנהייב יאר, וואס צייגט וואס צו ערווארטן דעם קומענדיגן יאר אויפן טעכנאלאגיע פעלד, פון נייע קאמפיוטערס, טשיפס, זייגערס, קעמרעס, טעלעפאנען און טעבלעטס, בעטעריס, ווייערס און טשארשדזשינג קעפעביליטיס, ועוד ועוד.

אין א ניסל שאלאכץ, זענען די הויפט נייעס דאס יאר געווען די נייע ווינדאוס 10 וואס מייקראסאפט גייט ארויסגעבן אין די נעקסטע פאר חדשים, וועלכע וועט ערזעצן דעם פארפיינטעטן ווינדאוס 8.1; נייע (פינפטע ג'ענעראציע) פראסעסאר טשיפס פון אינטעל ("בראודוועל") וועלכע וועט העלפן לעפטאפס לעבן לענגער אויף באטערי ווי אויך בעסערע גראפיקס, אבער דאס איז נאר א צייטווייליגע זאך, זינט זיי ארבעטן שוין אויף א נייערע ווערסיע (גערופן "סקיי לעיק") וועלכע וועט ערשיינען די צווייטע האלב יאר פון 2015.

ווי אויך איז אין די נייעס די נייע USB פלאג (TYPE C), וועלכע וועט ערזעצן אלע USB פון סעלפאנ'ס און קאמפיוטער'ס, עס וועט זיין פיל שנעלער צו טראנספערירן דאטא (דאפעלט די שנעלקייט פון USB 3.0), אויכעט וועט עס טשארדזשן דעווייסעס פיל שנעלער. ווי אויך וועט מען עס קענען אריינשטעקן פון ביידע זייטן כדי נישט צו מאכן די קאנעקטינג פראצעדור אזוי קאמפליצירט, גענוי ווי עפל האט לעצטנס געטוישט.

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 12, 2015 1:32 pm

· #247561
פאר מער דרוקט דא

<a class="postlink" href="http://www.pcmag.com/ces">http://www.pcmag.com/ces</a>

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 12:02 am

· #249378
מייקראסאפט האט היינט אין א איבערראשנדן שריט געמאלדן - בשעת'ן פארשטעלן דעם נייעם ווינדאוס 10 וועלכע דארף ערשיינען אינמיטן יאר 15' - אז די נייע ווינדאוס וועט ווערן צוגעשטעלט גענצליך אומזיסט פאר ווינדאוס 7 און 8 באנוצער!

א שטארקע שריט, אוועק פון זייער געלט גייציגע היסטאריע, און איז באגריסענסווערד. די הנחה איז נאר דעם ערשטן יאר וואס ווינדאוס וועט ערשיינען. דערנאך וועט עס עקספייערן.

נולד מאוחר » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 1:15 am

· #249395
גוגל גייט אנהויבען פארקויפן סעלפאן סערוויס פלענס

שמעקעדיג » פרייטאג פעברואר 27, 2015 11:14 am

· #256229
מדינת ישראל קאמפאני ערצייגט א טעכנאלאגיע צו קענען טרעפן פארקינג פלעצער.

<a class="postlink" href="https://www.yahoo.com/tech/new-apps-in-israel-use-gps-lots-of-data-to-find-111859853414.html">https://www.yahoo.com/tech/new-apps-in- ... 53414.html</a>
בלאט: 1 2 3 4 5 6