☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קאווע שטיבל אין די אויגן פונעם עולם

קאווע שטיבל אין די אויגן פונעם עולם

164 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2091
בלאט: 1 2 3 4

קלאר » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 4:09 pm

· #51685
קאווע שטיבל אין די אויגן פונעם עולם
איך טראכט שוין לאנג אויסצושמועסן אונזער שטיבל ברבים.
אין א צווייטע פלאץ וואלט אזא אשכול תיכף געווארן אויסגעמעקט כהרף עין,
אבער לויט ווי דער עולם קען אונזערע מנהלים זענען זיי נישט קיין בת היענה'ס, און וועגן דעם וואקסט אונזער שטיבל אזוי שטארק.

איך וויל אויסשמועסן א פוינט וואס איך ווייס נישט וויאזוי איך קען עס געהעריג ארויסברענגען, איך וועל פראבירן די בעסטע וואס איך קען מיט מיין צובראכענע קיבארד

איך האב שוין עטליכע מאל געהערט פון מענטשן
קאווע שטיבל טאר מען נישט קוקען, עס איז ממש כפירה!
איך טראכט צו מיר, איז עס דען ממש אזוי, אדער זיי זענען פשוט אייוועלט פענס וואס האלטן נישט אויס אונזער עקזיסטענץ
נאך אלעם דרייען זיך דא אסאך וואס האבען אן הנאה קאלט צו מאכן יעדע פרומע מנהג, און וועלן פראבירן צו עפענען די אויגן פאר אנדערע
פון די אנדערע זייט וועלן די זעלבע שרייבער קיינמאל נישט טרעפן קיין גוט ווארט אויף א מנהג ישראל אדער א שלעכט ווארט אויף עוכר ישראל.

איז דאס דען די ציהל פין קאווע שטיבל, קענען דען אפאר שרייבער דרייען די רעלסן וויאזוי זיי שמעקט?
אפשר איז עס איבערגעטריבן?

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 4:30 pm

· #51701
לאו דווקא איי וועלט פענס, אונז זעמיר פשוט געווארן אזוי אויפגעצויגן אז טראכטן אנדערש ווי מען לערנט אונז איז כפירה.

עס איז פאראן 2 וועגן פון מחנך זיין א קינד אויף א געוויסן דרך,
1. מיט איבערצייגונג, הסבר, לאגיק, וכדומה
2. מיט טעראר און ווארענונג אז טאמער טראכסטו אנדערש איז עס כפירה, און דאס איז די ערגסטע, כל באיה לא ישובון.

דרך איינס איז א דרך ארוכה וקצרה, אבער איינמאל דאס קינד פארשטייט, איז ער צופרידן און מלא סיפוק.
דער צווייטער דרך איז פארקערט, אמאל וועט עס ארבעטן ווייל דער טאג-טעגליכער פארנומענער הלוך-ילך וועט נישט לאזן אריינטראכטן, מ'שטופט אדורך דעם לעבן;
אבער אמאל מאכט זיך יא אז עס ווערן נולד קשיות, און מען טאג נישט פרעגן אדער רעדן דערפון! קיינער וועט דיר נישט ענטפערן דערויף, נאר ליבערשט באשייגעצן.

יעצט וואס טוט זיך מיט 50 אידן וועלכע קומען זיך צוזאמען און דיסקוסירן זייערע קשיות און ספיקות, זיי ווילן באמת פארשטיין, און איינזעהן וואס איז הלכה למשה מסיני און וואס איז נאר אן ארויפגעצווינגענע זאך פון די עלטערן אדער חסידות?
אה, די זענען א באנדע "כופרים"!

און דאס איז קאווע שטיבל.

ס'איז דא יוצא מן הכלל, באט בערך איז דאס די בילד אין מיינע אויגעלעך.

קלאר » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 4:38 pm

· #51706
שמעקעדיג האסט עס אביסל ארויסגעברענגט
הגם עס גייט ווייטער פין דעם

למעשה
איז דא א חיוב צו גיין מיט תמימות אין נישט טראכטען?
אדער איז דא ענין צו פרעגן קשיות, אין אויב יא, וואס איז אויב עפעס איז אומפארשטענליך, זאל מען עס אראפרייסן?

בן תמליון » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 4:45 pm

· #51708
ביי מאנכע חרדים לדבר השם ווען מען שטעלט איהם פאר זאכן אנדערש ווי זיין ראבאטישן מהלך המחשבה, איז דער גרינגסער וועג ארויס צו שרייען כפירה ומינות און ממילא איז מען פטור פון טראכטן ווייטער. מיר דא אין שטיבל קענען ב"ה פירן א דיסקוסיע אן שרייען כפירה ומינות אויף זאכליכע רייד, דא איז מען משיב חכם כחכמתו און כסיל כאולתו.

קלאר » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 4:47 pm

· #51709
בן תמליון
ביי מאנכע חרדים לדבר השם ווען מען שטעלט איהם פאר זאכן אנדערש ווי זיין ראבאטישן מהלך המחשבה, איז דער גרינגסער וועג ארויס צו שרייען כפירה ומינות און ממילא איז מען פטור פון טראכטן ווייטער. מיר דא אין שטיבל קענען ב"ה פירן א דוסקוסיע אן שרייען כפירה ומינות אויף זאכליכע רייד דא איז מען משיב חכם כחכמתו און כסיל כאולתו.


דאס האבען משכילים אויך געזאגט אין זענען למעשה האבען זיי זיך אויסגעשפיגן פין כלל ישראל

villager » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 4:49 pm

· #51710
דעם סוכות זאגט מיין שוואגער ביים טיש אז ס'דא א סייט קאווע שטיבל ווי מענער און פרויען שרייבן בתערובות רח"ל און זיי האבן אויך א באהאלטענע סייט ווי מרעדט אפן קעגן גאט און די תורה... און נאר איינער וואס שרייבט 75 אפיקורסישע תגובות קען ווערן א מעמבער דארט... אויפן שאלה צו ער איז שוין דארט געווען זאגט ער ניין אבער ער האט עס געהערט פון א מקור ראשון..

villager » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 4:52 pm

· #51712
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב שוין לאנג געוואלט וויסן וואס איז די הנהלה'ס גדר אויף כפירה און אויף נישט אידישלעך. ייש"כ.

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 4:57 pm

· #51715
villager
דעם סוכות זאגט מיין שוואגער ביים טיש אז ס'דא א סייט קאווע שטיבל ווי מענער און פרויען שרייבן בתערובות רח"ל און זיי האבן אויך א באהאלטענע סייט ווי מרעדט אפן קעגן גאט און די תורה... און נאר איינער וואס שרייבט 75 אפיקורסישע תגובות קען ווערן א מעמבער דארט... אויפן שאלה צו ער איז שוין דארט געווען זאגט ער ניין אבער ער האט עס געהערט פון א מקור ראשון..


א מקור ראשון צו וואס? א שרייבער דא?

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 5:15 pm

· #51721
קלאר
איך טראכט שוין לאנג אויסצושמועסן אונזער שטיבל ברבים.
אין א צווייטע פלאץ וואלט אזא אשכול תיכף געווארן אויסגעמעקט כהרף עין,
אבער לויט ווי דער עולם קען אונזערע מנהלים זענען זיי נישט קיין בת היענה'ס, און וועגן דעם וואקסט אונזער שטיבל אזוי שטארק.

הייבסט אן בכבוד האכסניא, און דו האפסט אז לכבוד דעם כבוד וועט מען נישט פארמעקן דעם אשכול.. פיין, פיין...

קלאר

איך האב שוין עטליכע מאל געהערט פון מענטשן
קאווע שטיבל טאר מען נישט קוקן, עס איז ממש כפירה!
נאך אלעם דרייען זיך דא אסאך וואס האבען אן הנאה קאלט צו מאכן יעדע פרומע מנהג, און וועלן פראבירן צו עפענען די אויגן פאר אנדערע.

אסאך פון די שרייבער זענען פשוט אנגעווייטאגט. מען קומט נישט אהער צו געבן א גוט ווארט פאר די אלע ארויפגעצווינגעכצער.
ס'איז דא זאכן וואס איז באמת גערעכט, ווי ארטיקלען אנטקעגן די א.ג. בעלי מחאה פון עירוב און שטערן, שידוכים סיסטעם, וכדומה,
און נאכדעם זענען טאקע פאראן די וואס ווילן וויסן וועגן די לבוש ביי פרויען אדער דרייוון, אפשערן די בארד, און אנדערע "יהרג ואל יעבור" זאכן מיט וואס מיר זענען אויפגעוואקסן. דאס קען מען שוין דעבאטירן.
(און אפשר געציילטע ענינים טאקע וואס איז איבערגעצויגן די שטריקל, ווי דעבאטירן ווידיאוס און מאוויס)
מען פראבירט נישט צו עפענען די אויגן פאר קיינעם, מען רופט קיינעם נישט אהער לייענען, אבער אויב איינער וויל הערן זאל ער טאקע וויסן. מיר זענען ממילא אלע אינעם זעלבן פעקל.

קלאר
איז דאס דען די ציהל פין קאווע שטיבל, קענען דען אפאר שרייבער דרייען די רעלסן וויאזוי זיי שמעקט?

יעדער קען דרייען ווי אזוי עס שמעקט, ווילאנג עס איז נישט ממש נגד התורה. דו קענסט אויך דרייען ווי אזוי דו ווילסט.
אני הקטן שרייב פלענטי פארפרומטע ארטיקלען און איך באקום גאר לייקס דערויף, אבער אויף די אנקעטע צו ערלויבן בילדער פון פרויען האט מען געוואוט אויף "נישט"!
דאס איז אמת'דיגע יראת שמים אין מיין בוך.

איך האב עס שוין פארגעשלאגן אין אישי, און איך וועל עס ווידערהאלן ברבים:
עס וואלט געווען א מצוה גדולה אז אידן וועלכע קענען פארענטפערן אונזערע קשיות זאלן ארויפקומען אויפן שטיבל און ארויסהעלפן אויסקלארן דעם קאפ.
רובם ככולם פון אונז דא זוכן נישט קיין כפירה ח"ו אדער ליצנות.
אדרבה, יעדע טריי פון כפירה אדער ניבול פה ווערט באריכטעט. דאס ווייזט אז דער עולם זוכט דא עפעס ערנסטקייט.
און דער עולם באלעקט זיך די פינגער מיט די פאר שרייבערס וועלכע האבן א ידיעה און שרייבן זייערע תשובות בטוב טעם ודעת.

קלאר
דאס האבן משכילים אויך געזאגט אין זענען למעשה האבען זיי זיך אויסגעשפיגן פון כלל ישראל

לאו דווקא. איך האב פונקט געלייענט אין "דער בלאט" די היסטאריע פון משכילים און רעפארמער.
זיי האבן געוואלט טוישן לבוש פון גאנץ כלל ישראל, משנה זיין נוסח התפלה, אויסרייסן רבנים (נישט פאלשע, נאר ערליכע), און נאך מעשים אשר לא יעשו, פשוט צו מאכן ככל הגויים בית ישראל, היל"ת.
איך מיין אז קיינער דא וויל נישט אזעלכע זאכן. מען וויל האבן אויטענטישע אמת'דיגע אידישקייט, און זיך נישט פאפן מיט אונזערע ברעינ-געוואשעכטס.

villager
דעם סוכות זאגט מיין שוואגער ביים טיש אז ס'דא א סייט קאווע שטיבל ווי מענער און פרויען שרייבן בתערובות רח"ל, און זיי האבן אויך א באהאלטענע סייט ווי מ'רעדט אפן קעגן גאט און די תורה...

מען פארגלייכט אונז צו כופרים ומשכילים? איך פארגלייך דיין שוואגער וכת דיליה צו מוסרים בעלי מספרי ומקבלי לשון הרע ורכילות ווי די ערגסטע אין כלל ישראל.

טאמבל סאס » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 9:02 pm

· #51790
villager
דעם סוכות זאגט מיין שוואגער ביים טיש אז ס'דא א סייט קאווע שטיבל ווי מענער און פרויען שרייבן בתערובות רח"ל און זיי האבן אויך א באהאלטענע סייט ווי מרעדט אפן קעגן גאט און די תורה... און נאר איינער וואס שרייבט 75 אפיקורסישע תגובות קען ווערן א מעמבער דארט... אויפן שאלה צו ער איז שוין דארט געווען זאגט ער ניין אבער ער האט עס געהערט פון א מקור ראשון..

און מיין שוואגער האט געזאגט ביים טיש, אז ס'דא א סייט אייוועלט ווי נטורי קרתא מיט סאטמערע שרייבן בתערובות רח"ל און זיי האבן אויך א באהאלטענע סייט ווי מ'רעדט אפן קעגן ציונות און נאר איינער וואס שרייבט 75 קנאישע תגובות קען ווערן א מעמבער דארט.. אויפן שאלה צו ער איז שוין דארט געווען זאגט ער ניין! ווייל מ'האט אים נאך איין תגובה אויסגעשפארט פונעם סייט.

נולד מאוחר » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 9:25 pm

· #51796
קאווע שטיבל אין די אויגן פונעם ''עולם''?
די עולם וואס איז ביזי מיט יענעמס כפירה אינטערסירט זיי גאר ווייניג זייער אייגענע אמונה. אדרבה פראביר רעדן מיט עם וואס זיין אמונה וואס גלייבט ער, ער האט נישט קיין אנונג, אבער אז דו פראבירסט זיך צו דערגרינטווען איבער דיינע יסודות, מה השם שואל ממך באמת, קען דער ''עולם" שרייען מיט א שופר כופר.
איך האלט אויב מעקט מען אשכולת זאל עס זיין די אשכול. צי דיסקאסן און מחשיב זיין וואס עמי הארץ און ליצים האלטן אנערקענט מען אין זייער עקזיסטענץ.
דער מבקש מוטשעט זיך גענוג, דארף ער נאך דיעלן מיט וואס זיין שוואגער וואס געט נישט קיין דעם פאר גאט האט ציזאגן.

הערסט א גרעדאכטס, מ'שרייבט מענער און פרויען בתערובות.
מטאנצט מענער און פרויען און ויואל משה בתערבות מיט א מחיצה יעדע נאכט.

לעיקוואד » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 9:39 pm

· #51802
דרך אגב, זענען דא דא בכלל פרויען שרייבערס? אויב יא, ווי באהאלטן זיי זיך? טאמער נישט, פארוואס טאקע נישט?

העלא » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 11:26 pm

· #51824
כשם שאין פרצופותיהן שוות כך אין דיעותיהן שוות, איבעראל ווי עס איז נישטא קיין צענזור איז דא אלע מיינונגען,

יעדער פאר זיך דארף וויסן צו אים קען עס שאטן צו נישט,

דאס איז זיכער אז קיין סייט איז נישט גוט פאר קיין קינדער און בחורים, וד"ל

זר זהב » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 11:30 pm

· #51826
איך דיסאגריע מיט דיין לעצטן ווארט

העלא » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 11:52 pm

· #51837
דאס איז א חלק פון כשם וכו'

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:26 am

· #51912
שמעקעדיג
לאו דווקא איי וועלט פענס, אונז זעמיר פשוט געווארן אזוי אויפגעצויגן אז טראכטן אנדערש ווי מען לערנט אונז איז כפירה.

עס איז פאראן 2 וועגן פון מחנך זיין א קינד אויף א געוויסן דרך,
1. מיט איבערצייגונג, הסבר, לאגיק, וכדומה
2. מיט טעראר און ווארענונג אז טאמער טראכסטו אנדערש איז עס כפירה, און דאס איז די ערגסטע, כל באיה לא ישובון.

דרך איינס איז א דרך ארוכה וקצרה, אבער איינמאל דאס קינד פארשטייט, איז ער צופרידן און מלא סיפוק.
דער צווייטער דרך איז פארקערט, אמאל וועט עס ארבעטן ווייל דער טאג-טעגליכער פארנומענער הלוך-ילך וועט נישט לאזן אריינטראכטן, מ'שטופט אדורך דעם לעבן;
אבער אמאל מאכט זיך יא אז עס ווערן נולד קשיות, און מען טאג נישט פרעגן אדער רעדן דערפון! קיינער וועט דיר נישט ענטפערן דערויף, נאר ליבערשט באשייגעצן.

יעצט וואס טוט זיך מיט 50 אידן וועלכע קומען זיך צוזאמען און דיסקוסירן זייערע קשיות און ספיקות, זיי ווילן באמת פארשטיין, און איינזעהן וואס איז הלכה למשה מסיני און וואס איז נאר אן ארויפגעצווינגענע זאך פון די עלטערן אדער חסידות?
אה, די זענען א באנדע "כופרים"!

און דאס איז קאווע שטיבל.

ס'איז דא יוצא מן הכלל, באט בערך איז דאס די בילד אין מיינע אויגעלעך.

דער חובת הלבבות שרייבט אין די הקדמה איינס פון די טעמים פארוואס ער האט געגעבן דעם נאמען פאר'ן ספר איז, אז ס'איז א "חובת הלבבות" צו צו קומען צו אמונה דורך חקירה. דו האסט זייער גוט ארויסגעברענגט די נקודה אז וואס מען טוט אין קאווע שטיבל איז אדורכשמועסן א יעדן ענין מיט'ן ציל צו צו קומען צו אמונה. פארקערט. אז מען שמועסט נישט אדורך אן ענין בלייבט מען מיט די קשיות און מען קען ח"ו קומען צו כפירה. איך בין שוין ב"ה דא אין קאווע שטיבל פיר חדשים און איך האב נאך נישט באגעגנט איין מאמר, סיי פון א פותח האשכול אדער א תגובה וואס זאל אנטהאלטן אפילו איין ווארט פון כפירה.

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:47 am

· #51931
קלאר
בן תמליון
ביי מאנכע חרדים לדבר השם ווען מען שטעלט איהם פאר זאכן אנדערש ווי זיין ראבאטישן מהלך המחשבה, איז דער גרינגסער וועג ארויס צו שרייען כפירה ומינות און ממילא איז מען פטור פון טראכטן ווייטער. מיר דא אין שטיבל קענען ב"ה פירן א דוסקוסיע אן שרייען כפירה ומינות אויף זאכליכע רייד דא איז מען משיב חכם כחכמתו און כסיל כאולתו.


דאס האבען משכילים אויך געזאגט אין זענען למעשה האבען זיי זיך אויסגעשפיגן פין כלל ישראל

די משכילים זענען געקומען לכתחילה מיט'ן ציל אויסצורייסן אידישקייט דורך כפירה בה' ותורתו און אפשפעטן פון א יעדע מצווה. אונזער ציל, להבדיל איז פונקט דאס פארקערטע. להורות לעם ה' את דרכי ה'. א יעדער אביעקטיווער מענטש וואס האט נישט קיין נגיעות צו אונטערברענגען זאכן וואס זענען דא לתועלת הרבים מוז מודה זיין אז דא אין קאווע שטיבל איז נישט פארהאן אפילו איין ווארט פון כפירה אדער ליצנות פון אידישקייט.

נולד מאוחר » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:48 am

· #51932
וויליגער דרך אגב א גוטער לימוד פאר דיין שוואגערס אלע ערשטע האנטיגע יענעטע ידעות.
ער איד מסתם אזא אלצ ווייסער.

לעיקוואד » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:54 am

· #51938
איך מיין מזאל נישט איבעררייסן. אונזער [עכ"פ מיין] ציל איז נישט "להורות לעם דרכי ה'", אדער צו מאכן סיי וועלכער מהפכה אין יידושקייט, נישט צו רעכטס און נישט צו לינקס. מיר זוכן נישט אויפקלערן קיינעם אדער מאכן קיינעם א חסיד פון דער אדער יענער שיטה.
אונזער מטרה איז פשוט צו פארברענגן און דורכשמועסן נושאים אויף אן אינטעליגענטישן שטייגער נישט מיט כל מיני שטותים וואס ממוז אמאל הערן אין גאס אדער אין אמת'ן קאווע שטיבל. אוודאי לערנט זיך יעדער איינער פונם צוייטער כל מיני ידיעות און מיינונגען, פונקט ווי ביי יעדער שמועס צווישן צוויי ערוואקסענע מענטשן. וכשם שאין וכו'.

טעפל » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 5:12 am

· #51954
קעגו אייוועלט זעהט דא אויס אפשר כפירהדיג אזוי ווי דיין שוואגער זאגט ביז מ'קומט אריין זעהט מען אז ס'איז נישט אזוי כפירהדיג.

איך אויך » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 9:09 am

· #51964
villager
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב שוין לאנג געוואלט וויסן וואס איז די הנהלה'ס גדר אויף כפירה און אויף נישט אידישלעך. ייש"כ.

גוטזאגער » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:57 pm

· #52028
villager
דעם סוכות זאגט מיין שוואגער ביים טיש אז ס'דא א סייט קאווע שטיבל ווי מענער און פרויען שרייבן בתערובות רח"ל און זיי האבן אויך א באהאלטענע סייט ווי מרעדט אפן קעגן גאט און די תורה... און נאר איינער וואס שרייבט 75 אפיקורסישע תגובות קען ווערן א מעמבער דארט... אויפן שאלה צו ער איז שוין דארט געווען זאגט ער ניין אבער ער האט עס געהערט פון א מקור ראשון..

ס'דערמאנט פון די ווערטל אז רבנים האבן ארויסגעגעבן אן איסור אויף די וומס"ב-ב"פ באס, ווייל מענער און פרויען טאנצן דארטן צוזאמען..

טעלעפאן » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 4:20 pm

· #52187
ס'׳איז דא א וועג וויאזוי צו פרעגן שאלות. א גרויסער פראצענט שאלות ווערט דא געפרעגט אויבער'חכמ'דיג,

איך האב שוין פארגעשלאגן אין אישי אז דער סייט זאל האבן תקנות פון א רב וואס שעמט זיך נישט מתיר צו זיין אזא זאך, אפילו מאדערן-ארטאדאקס, כל זמן ער איז מיט תורת משה, און דאס זאלן זיין די גדרים וסייגים פאר די סייט.

און צום לעצט, דארף יעדער פאר זיך טראכטן צו דאס וואס ער שרייבט/דיסקוסירט ברענגט אים נענטער צום אויבערשטן אדער פארקערט.

און פרעגן אויף תלמידי הבעש"ט וכדו' איז קלאר א מורא'דיגע קרירות און נישט "סתם געפרעגט".

טעלעפאן » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 4:23 pm

· #52188
און דאס אז איי-וועלט איז א פראבלעם
Two wrongs doesn't make one right

שוין צייט זיך צו נעמען אין די האנט

דא איז פונקט אזוי טעראר זייטס נישט ברוגז

דא דרייען זיך ניקים וואס זענען א קלארער פראבלעם פאר אידישקייט

איך אויך » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 4:28 pm

· #52190
טעלעפאן

דא דרייען זיך ניקים וואס זענען א קלארער פראבלעם פאר אידישקייט

גערעכט, איך ווייס פאר א פאקט אז די כופרים האבן פארטריבן עטליכע פון שרייבן דא. האפענטליך וועלען די חברה וואס מיינען נעבעך אז זיי זענען קיהל איינזעהן אז די גיהנום איז גענוג הייס פאר זיי אויך.

villager » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 5:25 pm

· #52214
די שאלה איז וואס יא, לאמיר זאגן אז איינער עפענט גאנץ א נייע php פארום, ווי וואלט מען געלייגט די גדר? וואס איז די מיטל-וועג צווישן אייוועלט און קאווע שטיבל?

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 5:29 pm

· #52215
טעלעפאן
ס'׳איז דא א וועג וויאזוי צו פרעגן שאלות. א גרויסער פראצענט שאלות ווערט דא געפרעגט אויבער'חכמ'דיג,

איך האב שוין פארגעשלאגן אין אישי אז דער סייט זאל האבן תקנות פון א רב וואס שעמט זיך נישט מתיר צו זיין אזא זאך, אפילו מאדערן-ארטאדאקס, כל זמן ער איז מיט תורת משה, און דאס זאלן זיין די גדרים וסייגים פאר די סייט.

און צום לעצט, דארף יעדער פאר זיך טראכטן צו דאס וואס ער שרייבט/דיסקוסירט ברענגט אים נענטער צום אויבערשטן אדער פארקערט.

און פרעגן אויף תלמידי הבעש"ט וכדו' איז קלאר א מורא'דיגע קרירות און נישט "סתם געפרעגט".

👍
אבער וועלכער ארטאדאקסישער רב פון יענע סארט קען לייענען אזא היימישן אידיש, און ווער וועט אים באצאלן?

טעלעפאן » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 5:45 pm

· #52224
עטליכע אישית קאנפירמען און קאמפלימענטן וואס איך האב דא געשריבן

ס׳איז צום האפן אז די מנהלים וועלן זיך אויפוועקן

טעלעפאן » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 5:50 pm

· #52227
זר זהב
טעלעפאן
ס'׳איז דא א וועג וויאזוי צו פרעגן שאלות. א גרויסער פראצענט שאלות ווערט דא געפרעגט אויבער'חכמ'דיג,

איך האב שוין פארגעשלאגן אין אישי אז דער סייט זאל האבן תקנות פון א רב וואס שעמט זיך נישט מתיר צו זיין אזא זאך, אפילו מאדערן-ארטאדאקס, כל זמן ער איז מיט תורת משה, און דאס זאלן זיין די גדרים וסייגים פאר די סייט.

און צום לעצט, דארף יעדער פאר זיך טראכטן צו דאס וואס ער שרייבט/דיסקוסירט ברענגט אים נענטער צום אויבערשטן אדער פארקערט.

און פרעגן אויף תלמידי הבעש"ט וכדו' איז קלאר א מורא'דיגע קרירות און נישט "סתם געפרעגט".

👍
אבער וועלכער ארטאדאקסישער רב פון יענע סארט קען לייענען אזא היימישן אידיש, און ווער וועט אים באצאלן?


דו כאפסט נישט. די קאווע שטיבל לייענער און גבאים דארפן לייענען די תקנות, זאל זיין אפילו אין ענגליש
ער דארף נישט איבער קוקן. די תקנות פון דעם מקום זאל זיין געבעיסט אויף זיינע תקנות

קלאר » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 5:51 pm

· #52228
טעלעפאן
און דאס אז איי-וועלט איז א פראבלעם
Two wrongs doesn't make one right

שוין צייט זיך צו נעמען אין די האנט

דא איז פונקט אזוי טעראר זייטס נישט ברוגז

דא דרייען זיך ניקים וואס זענען א קלארער פראבלעם פאר אידישקייט


גוט ארויסגעברענגט.

a1b2 » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 5:54 pm

· #52229
.

villager » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 5:56 pm

· #52230
a1b2

וואס איז די היסטארי פין דעי
קאווע שטיבל ווער האט עס געפענט
איינער אליין?


ס'האט זיך פון זיך אליינס געפענט, דאס איז א חלק פון עוואלוציע, פאר נישט לאנג צוריק איז קאווע שטיבל געווען א קרעטשמע, סייענטיסטן עקספעקטן עס צו ווערן א פאליש בקרוב.

לעיקוואד » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 6:31 pm

· #52255
צו אלע מתנגדים און כופרים פאנגער:
אנשטאט רעדן באופן כללי ארום און ארום, אפשר געט איר א משל וואסארא ענין איז דא א ענין פון כפירה אדער צו אויבער חכמ'יש.
רעדן אזוי אין דער לופט האט דאך נישט קיין פשט.
און איך בין חושש אז ווען מוועט זעהן די משל וועט זיין קלאר פאר יעדער פון וואס איר רעדט.

לעיקוואד » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 6:44 pm

· #52257
ווי הרב סליפקין [א אורטודוקסישער רב] שרייבט, די אלע וואס טענהן, אודאי מעג מען פרעגן, סווענט זיך נאר וויאזוי. געווענטליך איז דאס א שיינע וועג פון זאגן אז מטאר נישט באמת פרעגן בכלל, וואס טעהנ'ן דאס ליידן נישט פרעגן שאלות בכלל, נאר ספאסט זיינ נישט אזוי צו זאגן, זאגן זיי אז סווענט זיך וויאזוי וכו'.
אויב איז איינער ערנסט מיט די טענה. זאל ער: 1- געבן א משל פון א שאלה וואס איז נישט ריכטיג געשריבען.
2- מסברי זיין פארוואס דער נוסח איז נישט גוט.
3- מציע זיין וואס די ריכטיגע נוסח וואלט געווען.
4- מסביר זיין פארוואס דער שינוי איז וויכטיג.
אם ארבע אלה לא יעשה, איז א סימן אז דער השערה הנ"ל איז גערעכט.

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 6:46 pm

· #52258
[ציטאט אראפגענומען]

אזוי? ער האט דאך גאר אנדערע כללים נישט אין איינקלאנג מיט די אדמיניסטראציע?!?!

טעלעפאן » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 7:16 pm

· #52270
די וואס שיקן אין אישית שעמען זיך צו רעדן אפן, פאר (כמעט) די זעלבע סיבה פארוואס זיי אידענטיפיצירן זיך נישט דא מיט זייערע עכטע נעמען. עכ״פ איך בין נישט זייער לויער און איך גיי מיך נישט איינ׳טענה׳ן מיט זיי יא - אדער נישט - צו שרייבן.

זר זהב האט ארויפגעברענגט א ריכטיגע קשיא און דאס איז אלץ געווען מיין פארשלאג און דאס איז אויך דער ענטפער צו זיין קושיא: דער פלאץ זאל זיך אויפהאלטן אויף גיידליינס פון א ארטאדאקסישער רב, וואס זיינע גיידליינס זאל יעדער קאווע שטיבל שרייבער - און לייענער צוגלייך - קענען זעהן צו יעדער צייט. דאס וועט אויפטאן דאס פאלגענדע; איינס, אז א יונגערמאן וואס קומט אהער און דער רב המכשיר געפעלט אים נישט זאל גלייך גיין ווייטער, ער זאל גלייך וויסן ׳מיט וועמען מען האנדעלט דא׳. צוויי, עס זאל קיינמאל נישט דארפן צוקומען צו אזעלכע -און ענליכע - אשכולות מיט איבעריגע טענה׳רייען. די קאווע שטיבל גרעניצן זאלן זיין קלאר.

צום שלוס, איך גלייך צו טראכטן אפן, אפילו ״טא די עדזש״, אבער נאכאמאל, נישט מיינע גדרים דארפן דא אנגענומען ווערן. א רב-דיין, א דעת תורה דארף לפיע״ד דאס קלאר שטעלן. ״גרעניצן פון ארטאדאקסיע״ איז א זייער צענטראלער און ברייטער גרעניץ מיט אנדערע גדרים וסייגים ביי יעדן צווייטן..

אני הקטן טעלעפאן בין גרייט צו ארבעטן פארשאפן א רב אויב מען וויל. איך בין אויך גרייט צו ווערן אן אחראי נאכן איבערשמועסן מיט מיין פריוואטער מורה דרך און האבן זיין הוראה אויף מיין ארבעט, אויב וועט אויפקומען א שאלה.

sunbar » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 7:20 pm

· #52272
יישר כח "טעלעפאן" פארן פרובירן בעסער צו מאכן אונזערע וועלט. איך טראכט יעצט פון ווערן א רב...

טעלעפאן » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 7:20 pm

· #52273
לגבי אנצייגן וואס ס׳שטערט, עס איז מער איבער די ניקים ווי איבער די תגובות, און איך האב געוואוסט - ווי פארשטענדליך - אז מיטן דערמאנען ניקים וועט מיין תגובה תיכף פארלוירן גיין.

לעיקוואד » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 7:26 pm

· #52276
איך קלער אויך מזאל פרעגן פאר דער רב וואס איז די דין פון תגובות וואס שטיצן קלאר אקטן פון רציחה, ווי למשל מנשה'ס תגובות אין די סקווערע אשכולות. צו מעג דאס זיין אין א יידושער פורום וואס גלייבט אין די תורה ווי סשטייט לא תרצח.
אויך וואס איז די דין פון די וואס ווילן רחמנא ליצלן אריינברענגן דא קריסטליכע רעיונות, ווי למשל די געדאנק אז סדא אזא זאך א פויפסט/רבי וואס כל התורה כולה איז תלוי נאר וואס ער מאכט אפ, און לכבודו איז מותר כל עבירות בתורה, אדער אנדערע נוצרישע געדאנקן.

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 7:27 pm

· #52277
איך מיין (אויב געדענקעך גוט) האט די תגובה פארשיקט איינע פון אונזערע שרייבער, און ער שרייבט היינט גאר אסאך נאר אויף איי וועלט. איך נעם לאו דווקא א שטעלונג, די שאלה איז נאר צי ס'האט זיך געלוינט!!

לעיקוואד » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 7:29 pm

· #52278
טעלעפאן
לגבי אנצייגן וואס ס׳שטערט, עס איז מער איבער די ניקים ווי איבער די תגובות, און איך האב געוואוסט - ווי פארשטענדליך - אז מיטן דערמאנען ניקים וועט מיין תגובה תיכף פארלוירן גיין.

האסטו דאך יעצט אליין קלאר חוזק געמאכט אינגאנצן פון זיך אליין. וואס הייסט סאיז איבער די ניקים? פראסט און פשוט געוויסע ניקים ליידסטו נישט [אפשר מיר אינקלודעד] וייל זיי גלייבן נישט פונקט ווי דיר, און דו ווילסט זיי ארויסווארפן פון דא לקיים מנהג העתיק של שייגעץ ארויס.
איך מיין אז דו האסט יעצט פארלוירן אלא שאנסן איינער זאל דיר נעמן ערנסט.
סיידן דו וועסט נעמן א ניק און וייזן וואסארא טענות דו האסט אויף עם. איך וואלאנטיר.

איך אויך » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 7:34 pm

· #52280
למען האמת האב איך דא געוואלט שרייבען אז איך וויל נאכגיין די טריט פון א חבר מיינער וואס האט פארלאזט ק"ש וועגן די סיבות, אבער עס דרייט זיך א וועלט און ביזדערווייל בין איך דא וועל איך אויסנוטצען דעם אשכול אויסצושמועסן את אשר על ליבי.

יעדער פון אונז עפרישיעט די כוחות וואס מען לייגט אריין אונז צוצושטעלן דאס פלאץ אויפן בעסטן אופן, און זיכער וויל קיינער נישט קיין רעכטע צענזור נוסח אייוועלט אבער -און דא קומט א גרויסע אבער- דער גבול קען נישט זיין אינגאנצן לינקס, מען קען נאר אזויפיל איבערציען דעם שטריק פאר עס צורייסט זיך.

אנגעפאנגן האט זיך עס פון חוזק מאכן פון היינטיגע רבי'ס/רבנים און זייערע גבאים, פיין און וואויל ווער ענדשויט נישט אביסל אינטערטעינמענט אויפן חשבון פון די רעבעלעך. פון דארט איז עס געגאנגען צו אמאליגע אנערקענטע גדולים (כדוגמת הגה"ק ר' יהונתן אייבעשיטץ זצוק"ל וואס איז אנערקענט אלס איינע פון די סאמע גרעסטע גאונים וקדושים קומט זיך א אפגעריסענער ראצער און זאגט ער איז גאר געווען א שבתי צבי'ניק) אויף וועם מען מעג דא רעדן כל דבר אסור.

פון דארט פארט די באן ווייטער און די נעקסטע סטאפ איז חז"ל הקדושים אונזערע תנאים ואמוראים ובעלי המדרשים עס איז א אפטע ערשיינונג צו ליינען דא איבער און איבער ככלב השב אל קיאו ווי אומוויסענד און באגרעניצט חכמינו ז"ל זענן באמת געווען. די טעמע און מעטאדע טוישט זיך כסדר אבער דער תכלית הנרצה בלייבט די זעלבע, אז אנשטאט וואס אונז אלע דא זענן אויפגעוואקסן אז כל דבריהם קדושים וטהורים וואס מיר האבן נישט קיין השגה כל שהוא בגודל קדושת די סאמע קלענסטע אמורא ערלויבט מען זיך דא מללגלג צו זיין אויף זיי מיט פארשידענע אויסדרייען און פשט'לך אבער הצד השוה שבהן אז דרכם להזיק און עס ברענגט אריין א קרירות בלב.

ביז עס איז צוגעקומען צו א מצב אז א אפענע כופר און עטאיסט פילט זיך דא באקוועם צו ערקלערן (דורך שרייבען און דורך לינקען צו זייערע וועבזייטלעך) אז יא עטץ אלע לעבט און א גרויסע טעות און באמת איז נישט דא קיין באשעפער המולך על כל העולם כולו, שומו שמים! ווען איך האב ליידער געזעהן יענעם געשרייבעכטץ האב איך געהאט א ערנסטע ספק צו מען איז נישט מחויב צו רייסן קריעה. אמת, די הנהלה קען טענה'ן אז נישט מיר שרייבען אזעלכעס און די באריכטען ווערן גענומען ערנסט אבער ווי האט יענער רב געזאגט פארן שופט? אויף מיר און דיר פארציילט מען נישט אזעלכע מעשיות... ואידך פירושא זיל גמור.

לעיקוואד » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 7:36 pm

· #52283
זר זהב
איך מיין (אויב געדענקעך גוט) האט די תגובה פארשיקט איינע פון אונזערע שרייבער, און ער שרייבט היינט גאר אסאך נאר אויף איי וועלט. איך נעם לאו דווקא א שטעלונג, די שאלה איז נאר צי ס'האט זיך געלוינט!!

אין דער תגובה איז נישטא קיין שום צד ספק פון כפירה אדער אפיקורסות. בפרט אז סך הכל איז דאס א שאלה/חקירה וואס מדארף טראכטן דערוועגן און ענטפערן.
נאר סדא מענטשען וואס זענען נישט באקוועם בכלל טראכטן ערנסטע השקפה שאלות, זיי האבן בעסער ליב נאכזאגן די השקפה ארטיקלן פון דער ייד.
לגבי אזעלכע זאכן האלט איך אז דער עולם דארף דא מחליט זיין צו ווילן זיי דן זיין ערנסט אין אזעלכע אמונה/השקפה שאלות אדער נישט. און ווי וייט מוויל גיין אין דעם. אויב יא, זאל דאס זיין קלאר אזוי אז דער וואס דאס פארטרייבט זאל מלכתחילה וויסן אז דא איז נישט זיין פלאץ. און זאל נישט שרייען כופר נאר זאל זאגן איך האב נישט ליב הערן אזעלכע נושאים.
אדער זאל זיין א עקסטערע אפטיילונג פאר דעם ווי מהאט שוין לאנג מציע געווען.

לעיקוואד » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 7:37 pm

· #52284
איך אויך

ביז עס איז צוגעקומען צו א מצב אז א אפענע כופר און עטאיסט פילט זיך דא באקוועם צו ערקלערן (דורך שרייבען און דורך לינקען צו זייערע וועבזייטלעך) אז יא עטץ אלע לעבט און א גרויסע טעות און באמת איז נישט דא קיין באשעפער המולך על כל העולם כולו, שומו שמים! ווען איך האב ליידער געזעהן יענעם געשרייבעכטץ האב איך געהאט א ערנסטע ספק צו מען איז נישט מחויב צו רייסן קריעה. אמת, די הנהלה קען טענה'ן אז נישט מיר שרייבען אזעלכעס און די באריכטען ווערן גענומען ערנסט אבער ווי האט יענער רב געזאגט פארן שופט? אויף מיר און דיר פארציילט מען נישט אזעלכע מעשיות... ואידך פירושא זיל גמור.

יענער הודעה האט מען דאך אויסגעמעקט טאקע.

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 7:38 pm

· #52285
לעיקוואד
זר זהב
איך מיין (אויב געדענקעך גוט) האט די תגובה פארשיקט איינע פון אונזערע שרייבער, און ער שרייבט היינט גאר אסאך נאר אויף איי וועלט. איך נעם לאו דווקא א שטעלונג, די שאלה איז נאר צי ס'האט זיך געלוינט!!

אין דער תגובה איז נישטא קיין שום צד ספק פון כפירה אדער אפיקורסות.

משא”כ די הומאניסטישע עטיק שטעלט דעם מענטש אויפן שפיץ, אז ס’איז אוממאראליש צו באגיין א געויסע אקט איז עס אוממאראליש נישט קיין חילוק וואס א גאט האלט


די ווערטער טויגן נישט, סארי.

sunbar » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 7:40 pm

· #52287
איך אויך
למען האמת האב איך דא געוואלט שרייבען אז איך וויל נאכגיין די טריט פון א חבר מיינער וואס האט פארלאזט ק"ש וועגן די סיבות און זיך אפטיילן מאנשים הרשעים האלו, אבער עס דרייט זיך א וועלט און ביזדערווייל בין איך דא וועל איך אויסנוטצען דעם אשכול אויסצושמועסן את אשר על ליבי.

יעדער פון אונז עפרישיעט די כוחות וואס מען לייגט אריין אונז צוצושטעלן דאס פלאץ אויפן בעסטן אופן, און זיכער וויל קיינער נישט קיין רעכטע צענזור נוסח אייוועלט אבער -און דא קומט א גרויסע אבער- דער גבול קען נישט זיין אינגאנצן לינקס, מען קען נאר אזויפיל איבערציען דעם שטריק פאר עס צורייסט זיך.

אנגעפאנגן האט זיך עס פון חוזק מאכן פון היינטיגע רבי'ס/רבנים און זייערע גבאים, פיין און וואויל ווער ענדשויט נישט אביסל אינטערטעינמענט אויפן חשבון פון די רעבעלעך. פון דארט איז עס געגאנגען צו אמאליגע אנערקענטע גדולים (כדוגמת הגה"ק ר' יהונתן אייבעשיטץ זצוק"ל וואס איז אלס איינע פון די סאמע גרעסטע גאונים וקדושים קומט זיך א אפגעריסענער ראצער און זאגט ער איז גאר געווען א שבתי צבי'ניק) אויף וועם מען מעג דא רעדן כל דבר אסור.

פון דארט פארט די באן ווייטער און די נעקסטע סטאפ איז חז"ל הקדושים אונזערע תנאים ואמוראים ובעלי המדרשים עס איז א אפטע ערשיינונג צו ליינען דא איבער און איבער ככלב השב אל קיאו ווי אומוויסענד און באגרעניצט חכמינו ז"ל זענן באמת געווען. די טעמע און מעטאדע טוישט זיך כסדר אבער דער תכלית הנרצה בלייבט די זעלבע, אז אנשטאט וואס אונז אלע דא זענן אויפגעוואקסן אז כל דבריהם קדושים וטהורים וואס מיר האבן נישט קיין השגה כל שהוא בגודל קדושת די סאמע קלענסטע אמורא ערלויבט מען זיך דא מללגלג צו זיין אויף זיי מיט פארשידענע אויסדרייען און פשט'לך אבער הצד השוה שבהן אז דרכם להזיק און עס ברענגט אריין א קרירות בלב.

ביז עס איז צוגעקומען צו א מצב אז א אפענע כופר און עטאיסט פילט זיך דא באקוועם צו ערקלערן (דורך שרייבען און דורך לינקען צו זייערע וועבזייטלעך) אז יא עטץ אלע לעבט און א גרויסע טעות און באמת איז נישט דא קיין באשעפער המולך על כל העולם כולו, שומו שמים! ווען איך האב ליידער געזעהן יענעם געשרייבעכטץ האב איך געהאט א ערנסטע ספק צו מען איז נישט מחויב צו רייסן קריעה. אמת, די הנהלה קען טענה'ן אז נישט מיר שרייבען אזעלכעס און די באריכטען ווערן גענומען ערנסט אבער ווי האט יענער רב געזאגט פארן שופט? אויף מיר און דיר פארציילט מען נישט אזעלכע מעשיות... ואידך פירושא זיל גמור.



די ביסט מער נישט גערעכט. ביז א קורצע צייט צוריק איז עס אפשר אזוי געווען. לעצטנס איז עס נישט אזוי...

לעיקוואד » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 7:41 pm

· #52289
זר זהב
לעיקוואד
זר זהב
איך מיין (אויב געדענקעך גוט) האט די תגובה פארשיקט איינע פון אונזערע שרייבער, און ער שרייבט היינט גאר אסאך נאר אויף איי וועלט. איך נעם לאו דווקא א שטעלונג, די שאלה איז נאר צי ס'האט זיך געלוינט!!

אין דער תגובה איז נישטא קיין שום צד ספק פון כפירה אדער אפיקורסות.

משא”כ די הומאניסטישע עטיק שטעלט דעם מענטש אויפן שפיץ, אז ס’איז אוממאראליש צו באגיין א געויסע אקט איז עס אוממאראליש נישט קיין חילוק וואס א גאט האלט


די ווערטער טויגן נישט, סארי.

דו דארפסט עס נישט ליב האבן אבער סך הכל זאגט ער די אמת. קענסט זאגן אז דיר גייט טאקע נישט אן די הומאנישע עטיק. אבער דאס איז דאך דער פאקט, און ארום די שאלה האט דאך גערעדט יענער גאנצע אשכול.

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 7:42 pm

· #52291
פארוואס איז דאס דער פאקט? א ריכטיגער מאמין בה' וועט נישט זאגן אז ה' איז אוממאראליש.

לעיקוואד » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 7:45 pm

· #52292
איך אויך
למען האמת האב איך דא געוואלט שרייבען אז איך וויל נאכגיין די טריט פון א חבר מיינער וואס האט פארלאזט ק"ש וועגן די סיבות און זיך אפטיילן מאנשים הרשעים האלו, אבער עס דרייט זיך א וועלט און ביזדערווייל בין איך דא וועל איך אויסנוטצען דעם אשכול אויסצושמועסן את אשר על ליבי.

יעדער פון אונז עפרישיעט די כוחות וואס מען לייגט אריין אונז צוצושטעלן דאס פלאץ אויפן בעסטן אופן, און זיכער וויל קיינער נישט קיין רעכטע צענזור נוסח אייוועלט אבער -און דא קומט א גרויסע אבער- דער גבול קען נישט זיין אינגאנצן לינקס, מען קען נאר אזויפיל איבערציען דעם שטריק פאר עס צורייסט זיך.

אנגעפאנגן האט זיך עס פון חוזק מאכן פון היינטיגע רבי'ס/רבנים און זייערע גבאים, פיין און וואויל ווער ענדשויט נישט אביסל אינטערטעינמענט אויפן חשבון פון די רעבעלעך. פון דארט איז עס געגאנגען צו אמאליגע אנערקענטע גדולים (כדוגמת הגה"ק ר' יהונתן אייבעשיטץ זצוק"ל וואס איז אנערקענט אלס איינע פון די סאמע גרעסטע גאונים וקדושים קומט זיך א אפגעריסענער ראצער און זאגט ער איז גאר געווען א שבתי צבי'ניק) אויף וועם מען מעג דא רעדן כל דבר אסור.

פון דארט פארט די באן ווייטער און די נעקסטע סטאפ איז חז"ל הקדושים אונזערע תנאים ואמוראים ובעלי המדרשים עס איז א אפטע ערשיינונג צו ליינען דא איבער און איבער ככלב השב אל קיאו ווי אומוויסענד און באגרעניצט חכמינו ז"ל זענן באמת געווען. די טעמע און מעטאדע טוישט זיך כסדר אבער דער תכלית הנרצה בלייבט די זעלבע, אז אנשטאט וואס אונז אלע דא זענן אויפגעוואקסן אז כל דבריהם קדושים וטהורים וואס מיר האבן נישט קיין השגה כל שהוא בגודל קדושת די סאמע קלענסטע אמורא ערלויבט מען זיך דא מללגלג צו זיין אויף זיי מיט פארשידענע אויסדרייען און פשט'לך אבער הצד השוה שבהן אז דרכם להזיק און עס ברענגט אריין א קרירות בלב.

ביז עס איז צוגעקומען צו א מצב אז א אפענע כופר און עטאיסט פילט זיך דא באקוועם צו ערקלערן (דורך שרייבען און דורך לינקען צו זייערע וועבזייטלעך) אז יא עטץ אלע לעבט און א גרויסע טעות און באמת איז נישט דא קיין באשעפער המולך על כל העולם כולו, שומו שמים! ווען איך האב ליידער געזעהן יענעם געשרייבעכטץ האב איך געהאט א ערנסטע ספק צו מען איז נישט מחויב צו רייסן קריעה. אמת, די הנהלה קען טענה'ן אז נישט מיר שרייבען אזעלכעס און די באריכטען ווערן גענומען ערנסט אבער ווי האט יענער רב געזאגט פארן שופט? אויף מיר און דיר פארציילט מען נישט אזעלכע מעשיות... ואידך פירושא זיל גמור.

תכלית, איך האב געטשעקט די י"ג עיקרים, און איך האב נישט געזעהן דארט א חיוב צו גלייבן אז די רביס זענען הייליג, אדער צו ר"ר יהונתן איז יא אדער נישט געווען א שבתאי, אדער אפילו צו חז"ל האבן זיך געקענט טועה זיין [אויב ווילסטו איז דא א טאץ מקורות פאר דאס אלעם אין ראשונים ואחרונים]
איז כפירה און רשעות איז דאס אוודאי נישט. און דאס איז לגמרי אין די ראמען פון יידושקייט צו שמועסן קלאר אטן אפען די אלע שאלות. אויב האסטו עס נישט ליב, איז דאס דיין באקוועמקייט. לייג מיר עס נישט ארויף אויף די תורה.
דער עולם קען דא מחליט זיין צו די גדרים פון סייט זאלן זיין תורת משה אדער גדרי וויליאמסבורג תשע"ג. ביידע האבן רעכט,אבער קיינער איז נישט קיין כופר אדער רשע פארן נישט האלטן גדרי תשע"ג.

לעיקוואד » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 7:48 pm

· #52294
זר זהב
פארוואס איז דאס דער פאקט? א ריכטיגער מאמין בה' וועט נישט זאגן אז ה' איז אוממאראליש.

מקען נישט דא איבערחזרן יענע גאנצע שמועס.
אבער אויב מאראליש הייסט וואס מענטשען פארשטיין פאר מאראליש.
און גאט טוט זאכן וואס זענען נישט מאראליש לפי הבנתנו.
קומט אויס אז גאט מיט מאראליש זענען צויי זאכן.
קענסט זאגן אז גאט פארשטייט בעסער וכו'. אבער דאן רעדן מיר שוין נישט פון מאראל נאר פון רעליגיע.
דאס איז א אנגענומענער פאקט ביי אלע וואס טוהן אין די נושא ערנסט. וואס מטוהט וועגן דעם איז אז צוייטע שאלה, מקען אבער נישט מכחיש זיין די מציאות.
בלאט: 1 2 3 4