☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קאווע שטיבל אין די אויגן פונעם עולם

קאווע שטיבל אין די אויגן פונעם עולם

164 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2091
בלאט: 1 2 3 4

העלא » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 8:48 am

· #52502
די גמרא זאגט: היכי דמי אפיקורס האומר מאי אהני לן רבנן,

איינער וואס לייקנט אין תורה של בעל פה הייסט אויך אפיקורס.

עס איז ליידער דא זייער אסאך אין קאווע שטיבל וואס זאגן זאכן קעגן וויאזוי עס איז אנגענומען ביי אלע פוסקים, ראשוונים ואחרונים,

נאר אזויווי "אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו" און איך קען נישט די שרייבערס פערזענליך רוף איך זיי נאך נישט אהן אפיקורסים

לעיקוואד » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 8:54 am

· #52503
העלא
די גמרא זאגט: היכי דמי אפיקורס האומר מאי אהני לן רבנן,

איינער וואס לייקנט אין תורה של בעל פה הייסט אויך אפיקורס.

עס איז ליידער זיי זייער אסאך אין קאווע שטיבל וואס זאגן זאכן קעגן וויזוי עס איז אנגענומען ביי אלע פוסקים, ראשונונים ואחרונים,

נאר אזויווי "אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו" און איך קען נישט די שרייבערס פערזענליך רופ איך זיי נאך נישט אהן אפיקורסים

איז קלאר אין אלע מפרשים אז דער מאי אהני לן רבנן אדער מבזה חברו בפני ת"ח וכו' איז נישט דער אפיקורס וואס אויף אים איז די דין מורידין ולא מעלין ואין דינו כישראל וכו'. ס'נאר א שם המושאל לחומר הענין. ריכטיג אן אפיקורס איז נאר דער וואס איז כופר אין איינע פון די י"ג עיקרים.

איך וייס נישט פון עפעס וואס מ'האט געשריבן דא וואס זאל זיין אנטקעגן אלע פוקסים ראשונים ואחרונים. אדרבה, ווייז א משל פאר אזא זאך.

פריינדליך » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 9:23 am

· #52506
העלא
די גמרא זאגט: היכי דמי אפיקורס האומר מאי אהני לן רבנן,
איינער וואס לייקנט אין תורה של בעל פה הייסט אויך אפיקורס.

עס איז ליידער זיי זייער אסאך אין קאווע שטיבל וואס זאגן זאכן קעגן וויזוי עס איז אנגענומען ביי אלע פוסקים, ראשונונים ואחרונים,

נאר אזויווי "אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו" און איך קען נישט די שרייבערס פערזענליך רופ איך זיי נאך נישט אהן אפיקורסים

איך וויל נישט אריינרעדן דא, איך וויל דיר נאר זאגען איין פוינט,

די שרייבער וועם די האסט אזוי מורא צי טשעפען זענענן נישט אזוי איידל ווען זיי שרייבען, זיי זענענן היבש פראוואקעטיוו און אגרעסיוו און זיי רעכענן זיך נישט מיט די געפילען פון היראים לדבר השם,

דיין צוריקהאלט זיי אנציריפען ביים נאמען צילוב איידלקייט און זיך רעכענענן מיט א צווייטען איז נישט און פלאטץ,

לעיקוואד » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 9:34 am

· #52508
פריינדליך

מיינטס צו זאגן לפי די מצווה פון "ער האט מיר געגעבן א באקסט מעג/דארף איך עם צוריקבאקסען"?

לאדיך אפ » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 9:42 am

· #52509
העלא

עס איז ליידער זיי זייער אסאך אין קאווע שטיבל וואס זאגן זאכן קעגן וויזוי עס איז אנגענומען ביי אלע פוסקים, ראשונונים ואחרונים,

show me one nik in kave shtiebel who wrote something that goes against what's accepted by ALL rishonim and achromin.
I can't think of one, and you know "zier asach"!

Telephone asked about a nik that wrote kefira but it was erased, how many time can that nik do this until kave shtiebel should block him. It's a good question, and maybe kave shtiebel should implement a policy regarding such niks. But I have a question to Telephone: On how many niks did you complain in ishis to a menahel? I suspect that you never spoke with a menahel in ishis about your concerns, please correct me if I'm wrong.

העלא » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 9:49 am

· #52510
אקעי צום באפעל, איך וועל אי"ה איבערקוקן ווען כ'וועל האבן געדולד.

גוטזאגער » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 9:53 am

· #52512
ניין, איך וועל זאגן וואס, פריינדליך האט זייער צוגעטראפן צו וואס איך וויל שוין לאנג זאגן אז דו טענה'סט אז עס דארף זיין א "פעיר געים" און יעדער מעג זאגן זיין מיינונג, פארוואס רייסטו יענעם אונטער אז יענער איז אין א באקס וגו', אז איך דארף מחשיב זיין א צווייטענס דעה וואס איז אנדערש וויאזוי איך בין אויפגעוואקסן, פ"וו ביזטו נישט מחשיב מיין דעה? און אויב דו פארשטייסט די פוינט וואס איך ברענג ארויס א זאך נו נעם נישט קיין צד און איך פארלאנג נישט אז מען זאל אננעמען מיין דעה, נאר אז די זלזול וליצנות חברים, רבנים, חז"ל זאל זיך סטאפן, דעטס אלל.

villager » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 10:54 am

· #52535
איחוד פעלד
דער פינטל פון די שאלה אין דעם אשכול איז: וואס איז די גדר פון כפירה.

עס זעהט אויס ווי א גרופע מענטשן (און אזוי האלטן די מנהלים פין אייוועלט אויך), אז ווען איינער האלט אנדערש ווי מען לערנט אויס אין חדר, איז עס כפירה. לעומת זה האלטן אנדערע אז כפירה איז נאר ווען מען האלט פארקערט פון די י"ג עיקרים, אדער פארקערט פון א הלכה פון חז"ל וכדומה.

איך האלט אז די עיקר פראבלעם דא זענען די ניקים מיט אן אגענדע. (און ניין איך מיין נישט לעיקוואד... אפי' מיר האבן זיך שוין אסאך געהרגט ביי די קעפ איז עס אבער בבחינת את והב בסופה...)

וא"ת, ממ"נ איז די שמועס אויסגעהאלטן וואס א חילוק ווער ער פרעגט, ווער עס ענטפערט? פארוואס זאלן געוויסע ניקס יא קענען עפעס רעדן און געוויסע נישט? די תירוץ איז, דא איז א "קאווע שטיבל: א רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען" , אין פארגלייך צו א מאנהעטן סטארבאקס וואלט איך זיי -די ניקס- פארגליכן ווי דער היימלאזער מאן וואס קומט קויפן א קאווע מיט זיין ריזיגן צו-ווילדעוועטן קינג שעפערד הינט, צום ערשט וועלן די בעל בתים גארנישט זאגן, צום צווייטן מאל וועט מען אים בעטן ארויסצוגיין, דערנאך וועט מען אויפהענגען א סיין no pets allowed' און נעקסט איז שוין די ארבעט פונעם שעריף, איי יעדער נארמאלער מענטש האט נישט קיין פראבלעם מיט א שעפערד הינט? אסאך האבן עס מסתמא אליינס אינדערהיים? אבער אלעס פיין אינדרויסן, אין א סטארבאקס איז נישט דאס פלאץ פאר זיי.

די ניקס מיט אן אגענדע זענען דא לקנתר, ווי דער פאקט באווייזט אז די אלע נושרים פארגעסן נישט אזוי שנעל זייער אפשטאם, זיי זענען אייביג פול מיט כלומר'שטע רחמנות געפילן (ליין: גילטי קאונטשעס) און זוכן זיך צו לאזן הערן ביי יעדער געלעגהייט, נו די אינטערנעט איז זייער גרויס, אנעפייעס האט גענוג פלאץ פאר יעדן, פארוואס זאלן זיי דוקא אהערקומען שטערן די מנוחה? א תגובה וואס מען האט פארמעקט צוליב כפירה דארף דער ניק ליידן די קאנסעקווענסעס, פארמעקן אליינס איז ווייט נישט גענוג! מיר קומען דא אהער זיך אויסגעבן אין א געשמאקע איינגענעמע אטמאספער, נישט צו ווערן געשטערט מיט מענטשן מיט אן אגענדע.

באמת איז נישטא קיין סאך וואס די הנהלה קען טהון, מיר ווייסן דאס, זיי זענען פונקט אזעלכע וויקטים'ס ווי די איבעריגע מעמבער'ס, אבער מיר וואלטן געוואלט וויסן אז די הנהלה טוט די מאקסימום וואס שייך אונז צו פראטעקטן (אחוץ מעקן), צו זאל עס זיין ווארענען, חסימה, בלאקן אייפי, עטליכע וואכן צוריק האב איך געבעטן באישית דעם מנהל איבערצוטראכטן די פארשלאג פון חברינו מר נולד מאוחר צו עפענען א מאחורי הפרגוד אויך פאר עניני אמונה וואס אחוץ די אלע מעלות וואס נולד רעכנט דארט אויס האט עס נאך א מעלה אקעגן טראללער'ס מיט אן אגענדע, ווייל אויב וועט עס נישט זיין אזוי גרינג צו שרייבן דארט, און אז זיי וועלן וויסן אז זייערע תגובות ווערן נישט געליינט דורך אזא גרויסע עולם וועט עס זיי אביסל צוריקהאלטן האפענטליך, ביזדערווייל ווארט איך נאך צו הערן א תשובה דורך די הנהלה, אבער ווי געזאגט די ניקים זענען דאס דער קי פראבלעם.

זר זהב » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 10:59 am

· #52538
א "לייק" פאר דיין (און פאר נולד מאחור) לעצטן פארשלאג.

איחוד פעלד » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 10:59 am

· #52539
מען זאגט נישט אז דער וואס שרייבט דא איז אין א באקס, מען זאגט אז דער וואס האט מורא אז דא איז אפיקורסות איז ווייל ער זעהט זאכען ארויס פין זיין באקס.

ר' העלא זאגט א זאך וואס איז באמת פארקערט ווי די פאקט.

קיינער שרייבט נישט דא פארקערט פין אלע ראשונים און אחרונים. אפשר מיינט ער פארקערט ווי עס איז אנגענומען ביי רוב חרדים היינט, אבער זיי זענען נישט ראשונים אדער אחרונים.

איך וויל נאר ארויסברענגען א משל.
ווען מען רעדט פין די עלטער פין די וועלט.
אין חדר האלט מען אין איין זאגען אז "גלייבען" אין דייניסארס איז כפירה, ווייל די וועלט שטייט נאר זעקס טויזענט יאר.
למעשה איז נישט אזוי. אוודאי וועלען כופרים האלטען אז דייניסארס איז פאקט, אבער נישט יעדער וואס האלט פין דייניסארס איז א כופר.

ווען איינער וואס איז נישט געוואינט צו טראכטען ארויס פין די באקס הערט דאס, ווערט ער אביסעל צושאקעלט, היתכן? איז דא אפיקורסים וואס שרייבען דא?

און די תירוץ צו אים איז פשוט, ווערט נישט צופידעלט, אסאך זאכען וואס דיין רבי האט געזאגט אין חדר זענען שער ושקר, למשל אז ווען מען עסט שטייעדיג באקומט מען גראבע פיס, און אז טאמער מען רעדט איבער די מאס ווערט מען שטום, און אלע מינע אויף געבלאזענע ליגענטס וואס צומאל זענען זיי שקרים קדושים, וואס עס פעלט אפשר אויס פאר די חינוך פין די קינדער זיי איינצורעדען די נארישקייטען (דאס איז א באזונדערע שמועס), אבער צו דען וועט איינער זאגען אז ווען מען לאכט פין די נארישקייטען ווערט מען אן אפיקורס?
ומינה תדין צו זאכען וואס זעהן אויס צו זיין מעיקרי הדת, וואס באמת זענען זיי נישט, זענען צומאל זאכען וואס מחמת די גרינגקייט וואס די הנחה פין די שיטה ברענגט וואס האט גורם געווען אז דאס זאלען ווערען די אנגענומענע שיטה ביי רוב מענטשען, אבער עס איז נישט בכלל די אמת, אדער וואס מען מוז געלייבען אלס איינס פין די עיקרי אמונה.

א ביישפיל איז דער זעקס טויזענט יאר וואס די וועלט שטייט, וואס איז בכלל נישט פין די עיקרי הדת, גדולים וטובים האבען געהאלטען אנדרעש מחמת כמה סיבות, און לאו דוקא שלעכטע.
און כדי מען זאל פארשטיין דארף מען ארויס ברענגען נאך א נקודה.
דער מאמין רעדט זיך איין אז ווען ער שרייט "כופר אפיקורס" אויף איינער וואס זאגט אז די וועלט איז עלטער ווי זעקס טויזענט יאר, איז ער מחזק אידישקייט, למעשה איז ער זיך טועה, ער טוט אויף דאס פארקערטע. פארוואס?

דער מאמין האט זיך שוין זיינע תירוצים אויף די קשיות אין דעם ענין. אמאהל האט ער אויך ספיקות, אבער ער גיט זיך אן עצה, און איז מיישב די קשיות בדרך דוחק וכו'. דער אנדערע וואס האט מחליט געוועהן אז דאס איז נישט אזוי, איז עס נישט מחמת כפירה וואס ער איז אזוי מחליט. אדרבה, פונקט פארקערט, ער טוט עס ווייל ער וויל מציל זיין זיין אמונה, ער וויל קענען גלייבען אין אידישקייט, ביי אים אין קאפ, טאמער זאל ער וויסען אז כדי צו זיין א איד מוז ער גלייבען אז די וועלט איז זעקס טויזענט יאר, וואלט ער טאקע געווארען אן אפיקורס, און מי יודע וואס נאך ער איז מסוגל אנצוטוהן מחמת דער הנחה.
אשר על כן, קומען מיר צו צוויי הנחות.
ראשית, אפילו דער מאמין זאל זיין גערעכט אז מען ווערט אן אפיקורס אויף זיינע "אנגענומענע שיטות" דארף ער עס נישט זאגען, בעסער איז אז מען לאזט יענעם מיינען אז ער איז מאמין.
שנית, ביסט נישט גערעכט, מען ווערט נישט אן אפיקורס מיט דעם.

העלא » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:02 pm

· #52592
דאס אז די וועלט שטייט 6000 יאר איז א גמרא אין כמה מקומות אין ש"ס די זוהר זאגט אויך אזוי,

ווען איינער לייקנט אין חז"ל הייסט ער א כופר,

טעלעפאן » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:15 pm

· #52596
לאדיך אפ
העלא

עס איז ליידער זיי זייער אסאך אין קאווע שטיבל וואס זאגן זאכן קעגן וויזוי עס איז אנגענומען ביי אלע פוסקים, ראשונונים ואחרונים,

show me one nik in kave shtiebel who wrote something that goes against what's accepted by ALL rishonim and achromin.
I can't think of one, and you know "zier asach"!

Telephone asked about a nik that wrote kefira but it was erased, how many time can that nik do this until kave shtiebel should block him. It's a good question, and maybe kave shtiebel should implement a policy regarding such niks. But I have a question to Telephone: On how many niks did you complain in ishis to a menahel? I suspect that you never spoke with a menahel in ishis about your concerns, please correct me if I'm wrong.

איך האב נישט געזעהן אפילו פאר א הוה אמינא דאס צו דיסקוסירן וויבאלד אזא פאליסי ווערט ביזדערווייל בכלל נישט אין באטראכט דא אין קאווע שטיבל. און בכלל, פארמאכן א ניק וואס האט שוין אזויפיל בייגעשטייערט צו קאווע שטיבל איז עפעס וואס איך קען נישט זעהן די הנהלה זאל אפילו טראכטן פון. אבער אויב גבאי שני זאגט אז אזוינס קען קומען אין באטראכט וועל מיר אריינגיין אין דעם נושא

אין א זייטיגן נאטיץ, איך זעה דא זענען דא תמימות׳דיגע (?) ניקים וואס פרעגן וואו די כפירה איז. געוויסע ניקים האבן נאך נישט מגיב געווען אין דעם דאזיגן - היציגן - אשכול פאר א סיבה

געפילטע פיש » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:18 pm

· #52600
העלא
דאס אז די וועלט שטייט 6000 יאר איז א גמרא אין כמה מקומות אין ש"ס די זוהר זאגט אויך אזוי,

ווען איינער לייקנט אין חז"ל הייסט ער א כופר,

וויפול מאל קען מען איבערקייען די זעלבע טענות? די אלע ראשונים וואס קריגן זיך מיט דיר זענען אויך געווען כופרים?

בן תמליון » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 1:44 pm

· #52656
קופערניקעס נאגלט עס. היטלעך אראפ פאר איהם.

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 1:50 pm

· #52663
מיין היטל איז אראפגעפלויגן אינמיטן לייענען...
אפגעזעהן צי ער איז גערעכט, איז דער שפראך עפעס ספעציעל אויסטערליש!
זיך צו פאסמאקעווען!

א זייטיגע הערה: האסטו באמערקט אז אנהויבנדיג דיין תגובה, שרייבסטו "כך קיבלתי מאבותי ורבותי"?
איז קבלת ומסורת האבות יא אן ארטיקל ביי דיר?......

איך אויך » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 2:04 pm

· #52670
אנאנים, ברענגסט זייער פיין ארויס דיין פוינט אבער דו מאכסט עס זייער שווארץ און ווייס אז אדער איז מען א יושב אור אדער א יושב חושך (יעדער איינער לויט זיין הגדרה פון די צוויי טערמינען), דו ביסט דיך מתעלם פון די ריזיגע גרעי עריע אינדערמיט די גאלדענע מידל וועג.

גוטזאגער » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 2:09 pm

· #52673
סאיז גרעי אדער גאלד מאך אפ

עסן עסט'זיך » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 2:14 pm

· #52675
קופערניקוס האט א פויינט אז מען דארף א גאנצע לעבין זיכן די אמת, אבער מיר לעבין נישט געניג לאנג און מען מיז זיך האלטן צו א געוויסע פרעים פון אמונה פשיטה אן אייגינע חקירה ומחשבה

איך אויך » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 2:24 pm

· #52682
יעצט רעדסטו פון א צווייטע פוינט אינגאנצען, טאקע וויכטיג אבער האט נישט קיין שייכות מיטן נושא האשכול.

אבער אז דו פרעגסט, איז אזוי, איך בין נישט קיין חסיד פון לעבן א באהאלטענע לעבן, אויב מעג מען עפעס טוהן דאן מעג עס זיין בפרהסיא און אויב נישט איז עס פונקט אזוי אסור בחדרי חדרים.

איך בין באקאנט אין מיין געזעמל אלס אפען מיינדען און מענטשען פרעגן מיר זאכן וואס זיי ווייסען אז ערגעץ אנדערש וועט מען זיי נישט וויסען צו ענטפערן אדער געבן נישט ריכטיגע אינפארמאציע, איך זאג נישט עס איז אייביג סמוטה סעילינג אבער ווער עס קען מיך ווייסט אז דאס בין איך און אזוי וויל איך לעבן מיין לעבן.

villager » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 2:37 pm

· #52691
קופערניקוס צו אלעם בין איך מסכים אבער מיט דעם הרגס'טו אלעס אפ:

אבער איבער די פלאן אז ענינים פון געטליכקייט, חז"ל, בריאת העולם, אמונת חכמים, אהבת החכמה וכדומה זאל זיין אין א מאחורי הפרגוד - הרחק מן הכיעור אשכול? איז עיקרי הדת א טאבו איבער וואס מיר טארן נישט רעדן אזוי ווי עניני משגל? היש לך חילול הקודש גדול מזה?

קודם כל די סיבה פארוואס עניני משגל איז באהאלטן איז וועגן צניעות נישט וועגן הרחק מן הכיעור, סנישט שיין חושד צו זיין אלע מעמבערס און מנהלים אלס עוסקים בכיעור אפילו עס איז באהאלטן, מען טוט עס באהאלטן וועגן סאיז פון די דברים שהצניעות יפה להן, און אקוראט די זעלבע שטייט אויף עניני אמונה אין משנה חגיגה און עס ווערט געפקנ'ט להלכה "אין דורשין בעריות בשלשה ולא במעשה בראשית בשניים ולא במרכבה ביחיד, אלא אם כן הי' חכם ומבין מדעתו", די טעם איז פשוט ווייל נישט יעדער איז מסוגל צו טראכטן טיף און וועלן אויספירן מסקנות קעגן אמונה.

אבער בכלל פארשטיי איך נישט, אז דו פייטסט קעגן עס אוועקפירן אין א פארום ווייזטו אז דיין ציל איז נישט סתם צו עסן קוגל צווישן חברים נאר אריינצווינגען דיין קוגל אין זייער מויל! דאס איז זיכער אז ס'דא וואס ווילן עס נישט, פארוואס זאלסטו נישט וועלן רעספעקטירן זייער ווילן? קיינער זאגט דאך נישט אז סזאל אינגאנצן נישט זיין נאר פשוט אז סזאל נישט זיין דא אין פובליק, סדא וואס ווילן נאכגיין זייער טאטנס אמונה בלינדערהייט, פארוואס מוזטו דוקא זיי אויפקלערן?

איך בין אויך פון די וואס זענען אויפגעקלערט, יא אין בית המדרש קען איך רעדן פון ארוני זאלי, אבער אין פרייוועט לייף בין איך אפן אין אלעס, קענסט זיכער זיין אז מיינע ביכער אינדערהיים האב איך נישט געקויפט אין קרית יואל ספרים סטאר, ס'באדערט מיר אויך אסאך מאל קשיות וואס איך גלייב אז דא וואלטן עס מיינע חברים געקענט ענטפערן אבער איך האלט מיר צוריק ווייל פ"וו אנדערע אויפרעגן? זענען זיי נישט פונקט אזוי בארעכטיגט צו רוימען אין קאווע שטיבל רואיגערהייט?

נאכאמאל מען זאגט נישט אינגאנצן נישט, נאר אלעס אויף א מיטל וועג, ס'זאל נישט זיין אין פובליק.

אגב, אין מיין אריגינעלע פלאן וואס איך האב געשריבן צום מנהל האב איך געבעטן אז ליינען זאל יעדער קענען - אויף די אייגענע אחריות כמובן-, אבער שרייבן זאל מען נאר קענען נאך 75 זאכליכע תגובות, כדי צו פארמיידן די וואס זענען דא מיט א אגענדע כנ"ל.

Maxwell » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 2:59 pm

· #52705
I haven’t written in a while, but I have been reading this amazing forum all along. I am shocked by the declarations of people pledging “open-mindedness,” while condemning the very first public forum that demonstrated that tolerance and pluralism is indeed possible, even if only within the confines of Orthodoxy.

If it is an echo-chamber you are looking for, heck, you've got that elsewhere – in the Charedi printed media and in certain forums on the web. If you've chosen to come here, you obviously value other people’s ideas and beliefs, so how can you so brazenly declare valid Orthodox opinions as heretical?!

Will there ever come a time when you guys will realize that censorship is a thing of the past? When will you, Internet-browsing Chasidim, comprehend the immense power of this epoch's flow of free information? Listen, my friends, we live in a world where restrictions on mind and word will only backfire!

I recently spoke a very intelligent (and very young) Chasidic yungerman who was doubting the truth of Torah and the existence of God, and was about to leave his wife and child for a life of secularism. He said that his perception of people who really believe in God was that of close-mindedness, ignorance and ultimate naïvety. He had no idea that many intelligent people have a deep unyielding belief in God, and that their faith is accompanied with knowledge, intelligence, and the ability to dissect Torah and faith, understanding what really matters, and finding their own niche in the world of Torah and yiras shomayim. He got to realize this fact here in Kave Shtiebel! He said that here he read from highly intelligent people, Chasidic yungeleit with great knowledge in Jewish thought and science, he identified their understanding of questions in faith, he realized their intelligence, wit, principled writing style, and above all – their deep faith in God and Judaism. This renewed his hope for a life where belief in God is not a mere restriction imposed by “inderheim”-loving ignoramuses, but a deep, passionate faith, emerging from the collaboration of heart and mind.

I hope you guys will understand that the future is in the hands of those who embrace information with grace and dignity. Those with the temerity to assert that the Jewish future will shine only under the aegis of a narrow Charedi censorship, are ultimately destined to fail.

בן תמליון » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 3:07 pm

· #52712
גוט געזאגט. און ס'איז דערפרישנד צו זען א פערפעקטן ענגליש שרייבער בתוכינו.

גוטזאגער » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 6:24 pm

· #52835
נעווער מיינדס.

לאדיך אפ » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 6:49 pm

· #52839
וואס האט נוצן די ווארט גאט מיט יראת שמים?

sunbar » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 7:02 pm

· #52841
Maxwell
I haven’t written in a while, but I have been reading this amazing forum all along. I am shocked by the declarations of people pledging “open-mindedness,” while condemning the very first public forum that demonstrated that tolerance and pluralism is indeed possible, even if only within the confines of Orthodoxy.

If it is an echo-chamber you are looking for, heck, you've got that elsewhere – in the Charedi printed media and in certain forums on the web. If you've chosen to come here, you obviously value other people’s ideas and beliefs, so how can you so brazenly declare valid Orthodox opinions as heretical?!

Will there ever come a time when you guys will realize that censorship is a thing of the past? When will you, Internet-browsing Chasidim, comprehend the immense power of this epoch's flow of free information? Listen, my friends, we live in a world where restrictions on mind and word will only backfire!

I recently spoke a very intelligent (and very young) Chasidic yungerman who was doubting the truth of Torah and the existence of God, and was about to leave his wife and child for a life of secularism. He said that his perception of people who really believe in God was that of close-mindedness, ignorance and ultimate naïvety. He had no idea that many intelligent people have a deep unyielding belief in God, and that their faith is accompanied with knowledge, intelligence, and the ability to dissect Torah and faith, understanding what really matters, and finding their own niche in the world of Torah and yiras shomayim. He got to realize this fact here in Kave Shtiebel! He said that here he read from highly intelligent people, Chasidic yungeleit with great knowledge in Jewish thought and science, he identified their understanding of questions in faith, he realized their intelligence, wit, principled writing style, and above all – their deep faith in God and Judaism. This renewed his hope for a life where belief in God is not a mere restriction imposed by “inderheim”-loving ignoramuses, but a deep, passionate faith, emerging from the collaboration of heart and mind.

I hope you guys will understand that the future is in the hands of those who embrace information with grace and dignity. Those with the temerity to assert that the Jewish future will shine only under the aegis of a narrow Charedi censorship, are ultimately destined to fail.

יישר כח! שטארק געזאגט!

לעיקוואד » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 9:29 pm

· #52871
מער ווייניגער וואס ס'דא צו זאגן האט מען שוין דא געזאגט און ארומגערעדט. א יש"כ אלע חשוב'ע שרייבערס.

איז וואס בלייבט? איך וועל פרובירן מסכם זיין היוצא לנו מכל זה.

א - אפן וועט דא אלץ זיין מער ווי אנדערע פלעצער, און אוודאי מער ווי פלעצער ווי דער ויואל משה איז מקובל כהלכה למשה מסיני. ווער ס'האט דאס נישט ליב איז טא בעד, ער קען שרייבן אויף אייוועלט. [אגב איז אינטרעסאנט ווי "איך אויך" שרייבט כסדר "איך בין אפען מיינדעד" כאילו ער איז עפעס מוכיח מיט דעם, וי"ל ע"ז כמה הסברים ואכמ"ל] .

ב - וואס איז די גבול פון די אפענקייט? האבן אונז די מנהלים קלאר געמאכט אז אלעס מוז זיין אין די ראמען פון ארטאדאקסישער יודנטום. פארשטייט זיך ס'קען זיין וויכוחים וואס איז טאקע די גרעניץ, איז אבער די הנחה פון די אלע וויכוחים אז וואס דער גרעניץ זאל נאר זיין טאר מען עס נישט אריבערגיין, ממילא איז דאס אלץ אין גרעניץ.

ג - עניני אמונה ויסודות הדת, איז נאכאלץ א ספק צווישן דעם עולם וויפיל ס'לוינט זיך אלס צו רעדן אפן. איך וועל פרובירן מסכם זיין די נקודות פון דער וויכוח-

ד - מ'דארף געדענקען אז ס'זענען טאקע דא בפירושע הלכות, עכ"פ הנהגות פון אמת'ע גדולי ישראל אלע דורות, דער רמב"ם און דער אב"ע אינקלודעד, אז ס'דא א חילוק פון וואס מ'מעג רעדן ברבים אין די נושאים און וואס מ'רעדט פריוואט. הגם אין הלכה לאזט זיך דינגען ארום דעם אסאך, איז קלאר אז עפעס א חילוק מוז זיין בפועל. איך מיין אז אפילו די אפענסטע חברים דא וואלטן נישט אדורכגעלאזט אז א קעפל פון א אשכול זאל הייסן "איז דא א גאט אדער איז ריצרד דוקינס גערעכט?"

ה - מצד שני האט לכאורה קופערניקוס א שטארקע פוינט. די אוועק-ווישן וואס סד'א ביי אונז באופן כללי אויף די נושאים איז א שרעקליכע חילול ה'. מיר האבן שוין פארלוירן נישט איינעם און נישט צוויי וועגן די נארישע געפרעדיגטע א"ג תמימות ואמונה פשוטה. וביודעי ומכירי קאמינא. די מיינדסעט וואס סאיז דא אז א שאלה איז טרייף, און ווער ס'פרעגט, כל שכן אז ער קומט צו א מסקנא אנדערש ווי מ'לערנט אין חדר, איז אן אפיקורס, טאר נישט זיין, נישט ברבים און נישט ביחיד.

ו - להבנתי איז וויאזוי מ'וועט טוהן וועט מען קענען דעפענדן הלכה'דיג און השקפה'דיג, איז די עיקר תלוי אין די באקוועמליכקייט פון עולם. [קען זיין אז אויף דעם איז טאקע תלוי די הלכה] אויב רוב עולם דא איז נישט באקוועם צו הערן דער ווארט עוואלוציע, איז דארף יעדער שמועס וואס האט מיט דעם זיין לכה"פ אין א עקסטערע פורום געאייגנט פאר אזעלכע זאכן. [באהאלטן דארף עס אפשר נישט זיין, בכלל איז צו באהאלטן א זאך אויפן אינטערנעט, ווען אין אינטערנעט איז פאראן פיל ערגערס מכל הצדדים, א געלעכטער. די נפק"מ כאפט אפשר נאר כלפי אזעלכע וואס האבן פילטערס וואס לאזן נישט אדורך נאר אידישע סייטס], אויב רוב עולם איז גענוג מעטשור און ס'שטערט זיי נישט, קען עס בלייבן אזוי.

ז - ס'קען אויך זיין מ'זאל אפמאכן א חילוק, למשל סייענס מיט עוואלוציע רעדט מען יא און בייבל קריטיק נישט [אדער נאר עקסטער] וכדו', לויט ווי דער עולם פילט ס'דארף זיין.

ח - נאך א ענין וואס מ'האט ארויסגעברענגט דא איז, מה דינם פון אזעלכע ניקס וואס שרייבן - אדער האבן געשריבן - אמאל אפן אפיקורסות, מ'קען פארשטיין אז מיט אזא ניק איז נישט כדאי צו האנדלען עניני אמונה. איך פערזענליך וואלט געטראכט אז כל זמן ער רעדט צו די זאך פארוואס זאל מען נישט רעדן מיט עם, אפילו בנושאי אמונה, כל זמן ער האקט נישט סתם כפירה. אדרבה אפשר וועט עס העלפן. ויש חולקים בדבר.

נולד מאוחר » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 11:00 pm

· #52883
אפשר איז קאווע שטיבעל נאך נישט גענוג אלט כדי מיר זאלן האבן א ריכטיגע בליק ווי אזוי מ'זאל זיך נוהג זיין לגבי די אפנקייט.
אפנקייט און ברייטקייט איז צי א פונדעמענטל פרט פון קאווע שטיבל אז מ'זאל שוין מאכן טשענדזשעס.
ס'נאך דא הונדערטער און טויזנטער מענטשן וואס וואלטן דא הנאה געהאט, מ'דארף זיי געבן א טשענס אנצוקומען אהער.
לאמיר מאכן נאך א מיטינג אין א פאר חדשים ארום און זען וואס טוט זיך. וויפיל בעלי תשובה קאווע האט געמאכט און וויפיל כופרים רח"ל.

יואליש » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 2:48 am

· #52938
פארוואס זאלסטו נישט וועלן רעספעקטירן זייער ווילן?

פארוואס טאקע?

פארוואס זאל מען נישט צופרידנשטעלן די וועלכע זענען נעבעך אזוי שוואך מיט זיך אז זייער גאנצע ארום מוז שטענדיג זיין אויף שפילקעס צו מ'האט נישט פערצופאל אפענדעד דאס עמפינדליך קינד?

פארוואס זאלן מיר נישט טאלערירן די וואס ווייסן נישט וויאזוי צו טאלערירן?

דולה ומשקה » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 11:11 am

· #52989
דולה ומשקה האט נאך נישט אנטייל גענומען אין דעם נושא, וואס לדעתו פון דולה ומשקה איז עס א שאד דער צייט.
ווייל יעדער האט א אנדערע מיינוג וואס מיינט כפירה, ווייל איך לאך פון א געוויסע מנהג, ביי א אנדערע האט מען זיך מוסר נפש געוועהן דערויף.
קען איך נישט שרייבען ווייל איינער האט א שוואכקייט? כגון א שיעור אין ויואל משה אין דער גור'ע שטיבל. אדער שיעור בספרי הרב קוק אין דעעש בית המדרש.

berlbalaguleh » מוצ"ש אקטאבער 20, 2012 11:21 pm

· #53564
גוטזאגער
סאיז גרעי אדער גאלד מאך אפ

ס'איז גאלד קאווערעד מיט גרעי.

berlbalaguleh » מוצ"ש אקטאבער 20, 2012 11:27 pm

· #53569
דולה ומשקה
דולה ומשקה האט נאך נישט אנטייל גענומען אין דעם נושא, וואס לדעתו פון דולה ומשקה איז עס א שאד דער צייט.
ווייל יעדער האט א אנדערע מיינוג וואס מיינט כפירה, ווייל איך לאך פון א געוויסע מנהג, ביי א אנדערע האט מען זיך מוסר נפש געוועהן דערויף.
קען איך נישט שרייבען ווייל איינער האט א שוואכקייט? כגון א שיעור אין ויואל משה אין דער גור'ע שטיבל. אדער שיעור בספרי הרב קוק אין דעעש בית המדרש.

אדער לערנען דף היומי אין סאטמאר ביה"מ (ר"ל.) יש אומרים וויאזוי איז מעגליך איינער זאל עובר זיין אלע דרייא הארבסטע עבירות אויף איינמאל ?. דורך לערנען דף היומי ביים כותל אויף עברית. 🙄

געפילטע פיש » מוצ"ש אקטאבער 20, 2012 11:34 pm

· #53576
berlbalaguleh
גוטזאגער
סאיז גרעי אדער גאלד מאך אפ

ס'איז גאלד קאווערעד מיט גרעי.

אדער פופציג שאטאנעס פון גרעי.

לאדיך אפ » מוצ"ש אקטאבער 20, 2012 11:38 pm

· #53577
berlbalaguleh
דולה ומשקה
דולה ומשקה האט נאך נישט אנטייל גענומען אין דעם נושא, וואס לדעתו פון דולה ומשקה איז עס א שאד דער צייט.
ווייל יעדער האט א אנדערע מיינוג וואס מיינט כפירה, ווייל איך לאך פון א געוויסע מנהג, ביי א אנדערע האט מען זיך מוסר נפש געוועהן דערויף.
קען איך נישט שרייבען ווייל איינער האט א שוואכקייט? כגון א שיעור אין ויואל משה אין דער גור'ע שטיבל. אדער שיעור בספרי הרב קוק אין דעעש בית המדרש.

אדער לערנען דף היומי אין סאטמאר ביה"מ (ר"ל.) יש אומרים וויאזוי איז מעגליך איינער זאל עובר זיין אלע דרייא הארבסטע עבירות אויף איינמאל ?. דורך לערנען דף היומי ביים כותל אויף עברית. 🙄

האסט פארגעסן צוצולייגן א פערדע עבירה: אין א ארטסקראל.

איך אויך » מוצ"ש אקטאבער 20, 2012 11:40 pm

· #53581
וואס זאל מען טוהן אז דער ווערטל איז עלטער ווי די ארטסקראל גמרות. ב"ה היינט איז אכשר דרא און מען קען שוין עובר זיין 4 עבירות בהעלם אחת.

ד"א, דאכט זיך עס איז נישט דא א ווארט פערדע, ריכטיג וואלט געווען פערטע.

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 21, 2012 12:03 am

· #53587
געפילטע פיש
berlbalaguleh
גוטזאגער
סאיז גרעי אדער גאלד מאך אפ

ס'איז גאלד קאווערעד מיט גרעי.

אדער פופציג שאטאנעס פון גרעי.

יש לומר. ס'איז נישט קיין סתירה צו דעם וואס איך האב געשריבן.

נולד מאוחר » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 3:42 am

· #72047
ס'האט אמאל געשריבן דא איינער yisrol otd - יעקב אבן ווייסט איינער וואס האט פאסירט מיט זיין בלאג? האט מען מקיים געווען וכל המינים כרגע יאבדו?

קאנצעפט » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 6:35 am

· #72050
לעיקוואד
איך אויך
פשעטלעך אהער פשעטלעך אהין, אזא איינעם וואס זיין האנט ציטערט נישט ביים שרייבען "גראדע האלט איך טאקע אז די חומש איז געשריבען גיווארן דורך מענטשען" עפ"ל, פעלט טאקע דער בעיסיק געפילן צו פארשטיין אז פאר ברית החדשה/מעטיו זאל ער זיך טרעפען ערגעץ בעסערס ווי צו דיסקוסירן.

איך מיין אז ביי רוב פון אונז דא ברענגט דאס ארויס אפשיי און עקל און לדעתי מעג מען דאס נישט צולאזן.

אלטס דער וואס האט געשריבן דער שורה אן מיין האנט זאל ציטערן בכלל, בעט איך דער וואס איז מוחה דערויף זאל קודם מוחל זיין איבערליינען און פארשטיין וואס סשטייט דארט.
כהאב געשריבען זייער קלאר אז משה רבינו [א מענטש, לויט מיין אינפארמאציע], האט געשריבען די תורה בנבואה.
וואס איז דא עפ"ל?
זעהט אויס יאיר איז גערעכט, ווען משרייבט פאר אזא עולם וועט אלעמאל זיין אזעלכע וואס זענען נישט גענוג קלוג צו פארשטיין פון וואס פונקטליך מרעדט און וועלן תולה זיין תניא בדלא תניא . פארדעם טאקע קלער איך אז עניני אמונה דארף זיין לכה"פ אפגעטיילט.

כבוד הרב לעיקוואוד, אלס א שטארקער מעריך אויף דיינע דברי חכמה ובקיאות, וואלט איך געוואלט פרעגן מיטן פולסטן רעספעקט קלארער. וויאזוי פארענטפערסטו די דאזיגע ווערטער וואס דו האסט געשריבן (כהאב נישט געטראפן די אריגינעלע) ווייל ווי שטארק ארויס פון קאנטעקסט עס זאל נאר זיין זע איך נישט די פשט פון עס שרייבן... נאכדעצו מיט די ווערטער ״איך האלט״ (וואס קען געבן אנצודייטן אז דו באציסט זיך נישט צו די מאמר חזל אז משה כתבם בנבואה, נאר גיבסט אנצוהערן אן אייגענער מיינונג) עס איז ווי זאגן ״איך האלט אז דו תורה איז געשריבן דורך א פעדער... אוודאי איז עס געשריבן דורך א פעדער... די שאלה איז ווער האט מאנעווירט דעם פעדער, און לענייננו איז דאס קוב״ה.

(דאס איז חוץ וואס דער רמב״ם אין פיהמ״ש פ׳ חלק וואו ער ברענגט אראפ די 13 אני מאמין׳ס באריכות, שרייבט ביים יסוד השמיני: היות התורה מן השמים וכו׳ שהיא כולה מפי הגבורה וכו׳ וכי הוא היה כמו סופר שקוראין לו והוא כותב וכו׳ וזה שאומר שכמו אלה הפסוקים והסיפורים משה ספרם מדעתו הנה הוא אצל חכמינו מגלה פנים יותר מכל הכופרים וכו׳ דאס איז גראדע נישט קיין קשיא אויף דיר, נאר מער אויפן אבן עזרא וואס מהאט צודעברענגט. שווער צו פארשטיין. אחוץ אויב ער מיינט צו זאגן א צווייטער - חוץ משרע״ה - האט געשריבן די אנגעגעבענע פסוקים, מפי הגבורה)

לעיקוואד » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 7:17 am

· #72051
קאנצעפט

מהאט דאס שוין ארומגערעדט למעלה דאכצימיר אין דעם אשכול וכולם הודו ואמרו שהיה בזה פשוט חוסר הבנה.
פשוט אז משה רבינו האט געשריבען די תורה מיט זייין פעדער, נישט דער אייבישטער האט גערוקט דער פעדער. ער האט געשריבען דאס וואס ער האט מקבל געווען בנבואה פון השי"ת.
מער בפרטיות, און וועגן דער אב"ע, אין כאן המקום להאריך, אבער דאס וואס איך האב געשריבען איז פשוט און בכלל נישט שווער, נאר אויב נעמט מען אינגאנצן ארויס פון קאנטעקסט און פשט.
די סיבה פון דאס שרייבען איז פשוט שרייבען די פאקט, אז דער תורה איז געשריבען געווארען דורך א מענטש. לאפוקי אנדערע וואס מרוב התלהבות בקדושת התורה מתבלבים כאילו ה' אליין האט עס געשריבען.
אויב דאס מאכט א נפק"מ , בפרט ביי נבואת משה, ברויך מען שטארק מעיין זיין, ויש בזה הרבה להאריך אלא שאכהמ"ל. עכ"פ אויף דער פאקט אז משה האט עס געשריבען מיט זיין פעדער אין חולק.

ידען » מיטוואך סעפטעמבער 4, 2013 1:31 am

· #147961
קאווע שטיבל מאבמענט..

סע מיז זיין א גרויסע מענטש ווייל ער זאגט עס פאבליקלי אין facebook..
📎 image.jpg

לאליפאפ » מוצ"ש סעפטעמבער 7, 2013 8:44 pm

· #148119
שלמי ערליך איז ארויס קעגן ק״ש?? דעיס איז ערנסט?

רויטע וואנצעס » מוצ"ש סעפטעמבער 7, 2013 9:29 pm

· #148123
זעה די בילדער אויף זיין פעיסבוק, וועסט שוין אלעס פארשטיין. ודוק.

דולה ומשקה » מוצ"ש סעפטעמבער 7, 2013 10:04 pm

· #148131
רבי חיים יהושע האלבערשטאם אב"ד סאטמאר מאנסי האלט אז אייוועלט איז אויך אסור בתכלית האיסור בלי שום שאלות וספיקות, איז למאי נפק"מ וואס דער טעם האיסור איז, ביידע זענען דער זעלבע אסור, עכ"פ לשיטתו.

לאליפאפ » מוצ"ש סעפטעמבער 7, 2013 10:17 pm

· #148134
סאיז אינטערעסאנט ווייל ערליך איז זייער אפן

ידען » מוצ"ש סעפטעמבער 7, 2013 10:48 pm

· #148139
דולה ומשקה
רבי חיים יהושע האלבערשטאם אב"ד סאטמאר מאנסי האלט אז אייוועלט איז אויך אסור בתכלית האיסור בלי שום שאלות וספיקות, איז למאי נפק"מ וואס דער טעם האיסור איז, ביידע זענען דער זעלבע אסור, עכ"פ לשיטתו.

ער האט גערעט וועגען אייוועלט?

ידען » מוצ"ש סעפטעמבער 7, 2013 10:49 pm

· #148140
לאליפאפ
סאיז אינטערעסאנט ווייל ערליך איז זייער אפן

מן הסתם האט מען נישט געלאזט איהם שרייבען אדער איהם געמעקט.

לאליפאפ » מוצ"ש סעפטעמבער 7, 2013 10:58 pm

· #148145
אויך נישט דעי טייפ

טאמבל סאס » מוצ"ש סעפטעמבער 7, 2013 11:46 pm

· #148151
איך שטיי און איך וואונדער מיר, הלמאי אייוועלט האט שטענדיג אזויפיהל באנוצער אריינגעסיינט און קאווע ווייניגער?
ביז איך כאפ מיר. די קאווע שטיבל מיטגלידער זענען אריינגעסיינט אין אייוועלט אויכעט. אבער די אייוועלט זענען בלויז דארט. נו אוודאי האבן זיי אזויפיהל באנוצער. אף על זייערע פערענומעראנטן און דינסטאג מיטוואך אשכול. גריסן, רמזים תשע"ד, און ענינים לחודש תשרי. אנעים זמירות מפתח, שנאפס צוויי געזונטע פראסקעס אשכול, נייעס פון חברת פעסטע שומרים, פרעסטווידזש, איבערבעטן פופצן מאל. מ'זעט נאך קרעמער'ס נאמען איבעראל ווי כאילו ער זאל זיין פעסט אין די הויזן נאך. אלעס ארויפגעברענגטע בויך קרעמפענישן. טרעיוואן מארטינ'ס געשיכטע דאמינירט דער ארענע שוין דעם לעצטן סענטשורי, און חזקיהו המלך'ס מיט אייניקל פון אהרן הכהן טאנצן ליהודים מיט פרישע אשכולות ווי יונגע אפרוחים.

דעם איך הער פאלט יעדן טאג ביי עפעס אן אנדערע תגובה נאמבער איינפאל, און א תורה'לעך ביים אריינבייסן אינעם תיקון. און געלעגער קרעיווט פאר עפעס נייעס. אבער אלעס וואס זאלץ וואסער שטעלט צו איז א ביטערע וויצל. ממי שאמרו מיט תהלים איד ווייקן זיך אין יעדן אשכול, און ידיד מאכט זיכער יעדעם צוווארפן א ביינדל, איינעם מער איינעם ווייניגער, כדי מ'זאל אים חלילה נישט אנטלויפן און לאזן הענגען מיט'ן דזעי נעט. שוועמל ווארט אויף ווען שאץ מאץ וועט אריינפאלן יעדע האלבע יאר, און פריי זיך קלעבט נישט אפ פון אנעים'ל ציענדיג אים ביי די פאלעס, ער קען קוים ווארטן מייקראסאפט, שמאטע, פליגל זאלן קומען ווי עקבי הצאן און מעקען ווי א טשערעדע. יאפין ברענגט עפעס אראפ, לכתחילה אריבער נעמט איבער, און מס"פ דינט ווי דער גשמד'טע איד וואס איז צוריקגעקומען נאך אלע מעשיות, ווייזן אז הכול הבלים. שוין אפגערעדט, דאס איז נישט קיין שאלה אז מ'קען זיין שטודירט און פליקן ציינער אפ' ווען מ'שרייט קעגן די טמאנ'ע בלאגס.

berlbalaguleh » מוצ"ש סעפטעמבער 7, 2013 11:50 pm

· #148152
איך האב נישט געזעען שלמה ערליכ'ס פעידזש אויף פעיסבוק. נאר פון זיין צורה הקדושה שיינט נישט ארויס די קדושה. ענדערש קדשה, מיט א ציי-ריי. והשנית. מעג ער זיך לערנען שרייבן (און ספעללן) אידיש. וכבר אמרו חז"ל "כל הפוסל במומו פוסל. א גמר וחתימה טובה פאר אללע אידן. 😂 🙄

קינות גירושין » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 12:02 am

· #148154
כקען שלמי ערליך זייער גוט, ער שרייבט נישט דא און כמעט וואס ער ליינט נישט דא, ער איז זייער א געשמאקער און ווייט פון א קדשה ווי בערל וויל זאגען, און יא זיין ספשעלטי איז נישט שרייבען אידיש, לענ״ד מיינט ער נישט צו ערנסט וואס ער האט דארט געשריבן, סאיז סטריקלי ביזנעס, ער איז זייער אפען און העלפט אסאך בחורים. 

טאמבל סאס » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 12:09 am

· #148157
ווען ער זאגט 'אויס ערליכע איד' מיינט ער 'גוי'? אדער 'שייגעץ'? 'משכיל'? אדער 'כופר'?
און פארוואס זאגט ער עס אין אזא לאנגע פראזע 'אויס ערליכע איד'? צוליבן 'הבהמה אשר אננו טהורה'? אדער פשוט ער וויל נישט געבן זיינע בחורים'לעך אפ' דער געדאנק אין קאפ אריין, אז עמיצער קען ווערן א גוי! מ'קען נישט חלילה אפפארן. דאס מערסטע וואס מ'קען ווערן איז 'אויס ערליכע איד'.
יא! לכאורה דאס איז עס!
ווייטער איז מיין שאלה אזוי: שפעטען אין ליצנות? מיינט ער שפעטען אין -- אזוי ווי 'בליצנות'? אדער שפעטען איינס, און 'אין ליצנות' צוויי? אדער גייט עס צוזאמען שפעטען אינאיינעם מיט ליצנות?
יעצט, וואס איז מיט די לעצטע פאר ענגלישע ווערטער? פארוואס איז נישט גוט אין אידיש? אזוי: דא האסטו, "כ'האב עס אפענערהייט געזאגט". אדער: "אט איז עס, כ'האב עס אפן געזאגט". ??
און בחור'ל לעבן, אויב לייענסטו דאס, זאלסטו וויסן מיר זענען נישט קיין שום מובמענט! מיר לאכן פון קיינעם נישט אפ. יעדער איז וועלקאם! יעדער איז ארויפגעקוקט! מיר זוכן קיינעם נישט ארויסצמובן פון ביזנעס. און אויב לייענסטו דא, זע חלילה ס'זאל נישט זיין מער ווי א שטיק צייט! בעסער ווייניגער אפילו פון א שטיק צייט, ווייל איינמאל ס'קומט אן צו א 'שטיק צייט' איז די מצב שוין פארלוירן. אוי ואבוי.... איי איי איי.
בלאט: 1 2 3 4