לעיקוואד, מאך דיר נישט טאמעוואטע ביטע. רובו דרובו פון אונז זענען מער פון בלויז 'אני מאמין' אידן, מיר זענען אויפגעוואקסן אין היימישע ערליכע שטיבער מיט אומנת צדיקים (נישט דווקא היינטיגע) און אמונת חכמים. רוב פון אונז טוען נישט אלעס וואס אונזערע עלטערן האבן געוואלט, מ'איז נישט מקפיד אויף ממש יעדע פרומקייט זייערע, אבער מיט די בעיסיקס וויל מען זיך האלטן. אויב ווילסטע עפענען א סייט פאר בלויז אני מאמין אידן גאו אהעד, אבער רוב שרייבערס דא וועלן זיך נישט אויפסיינען דארט.
קאווע שטיבל אין די אויגן פונעם עולם
164 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2091
לעיקוואד
אויך וואס איז די דין פון די וואס ווילן רחמנא ליצלן אריינברענגן דא קריסטליכע רעיונות, ווי למשל די געדאנק אז סדא אזא זאך א פויפסט/רבי וואס כל התורה כולה איז תלוי נאר וואס ער מאכט אפ, און לכבודו איז מותר כל עבירות בתורה, אדער אנדערע נוצרישע געדאנקן.
אויב מעג איך זאגן ברבים איז דעי תגובה א פערפעקט עקזעמפל איבער וואס עס טויג נישט.
עס האט זיך טאקע געגאסן דא לעצטענס אין געוועסע אשכולות ריינע קריסטליכע רעיונות און מען ציטירט דא שטיקר מעטיו און ברית החדשה! מיט א געוואלדיגע ערנסטקייט, און דו אליינס ביזט דן בשיטת יאשקע!
עס איז פיור עקל און גרויל אבער האסט נישט געטראפען א בעסערע דוגמה פון קריסטליכע געשרייבעכטץ אויף ק"ש נאר משווה זיין א רבי צום פויבסט. נעבעך.
לעיקוואד, איך זיך דיר נישט צו אטיקירן ברבים און די קענסט מיר נישט, אבער גלייב מיר איך בין היבש אפען מיינדעד און ווייט פון א מצומצם און איך זאג דיר אז דו שפילסט דיך מיט פייער. לא זו הדרך.
זר זהבלעיקוואד, מאך דיר נישט טאמעוואטע ביטע. רובו דרובו פון אונז זענען מער פון בלויז 'אני מאמין' אידן, מיר זענען אויפגעוואקסן אין היימישע ערליכע שטיבער מיט אומנת צדיקים (נישט דווקא היינטיגע) און אמונת חכמים. רוב פון אונז טוען נישט אלעס וואס אונזערע עלטערן האבן געוואלט, מ'איז נישט מקפיד אויף ממש יעדע פרומקייט זייערע, אבער מיט די בעיסיקס וויל מען זיך האלטן. אויב ווילסטע עפענען א סייט פאר בלויז אני מאמין אידן גאו אהעד, אבער רוב שרייבערס דא וועלן זיך נישט אויפסיינען דארט.
צו דער סייט שרייבט מען זיך אריין וייל משערט איין בעקגראונד און קולטור. וואס איז טאקע כולל אסאך מער פון אני מאמין.
אבער אויב וויל דער עולם רעדן דא ביזן אני מאמין איז דאס נישט קיין שום פראבלעם הלכהדיג און יידושליך.
כבר כתבתי איך בין מסכים דא זאל מען איינפירן גדרי תשע"ג. תלוי בדעת הקהל.
[נאר סדא א גרויסע פראבלעם אז אנדערש ווי אני מאמין האט תשע"ג כמעט נישט קיין שום קלארע גדר און ווער סוויל קען שרייען כופר אויף כמעט וואס ער וויל און דאס ווערט די היינטיגע גדר.]
אויב וויל מע מאכן א גדר ביז וועלכע יאר זענען אלע געווען צדיקים קדושים וטהורים [למשל תשל"ט] בין איך אויך מסכים, סזאל נא זיין קלאר אפגעמאכט נישט יעדער קנאי יעדער טאג מיא א נייע פירצה.
איך אויךלעיקוואד
אויך וואס איז די דין פון די וואס ווילן רחמנא ליצלן אריינברענגן דא קריסטליכע רעיונות, ווי למשל די געדאנק אז סדא אזא זאך א פויפסט/רבי וואס כל התורה כולה איז תלוי נאר וואס ער מאכט אפ, און לכבודו איז מותר כל עבירות בתורה, אדער אנדערע נוצרישע געדאנקן.
אויב מעג איך זאגן ברבים איז דעי תגובה א פערפעקט עקזעמפל איבער וואס עס טויג נישט.
עס האט זיך טאקע געגאסן דא לעצטענס אין געוועסע אשכולות ריינע קריסטליכע רעיונות און מען ציטירט דא שטיקר מעטיו און ברית החדשה! מיט א געוואלדיגע ערנסטקייט, און דו אליינס ביזט דן בשיטת יאשקע!
עס איז פיור עקל און גרויל אבער האסט נישט געטראפען א בעסערע דוגמה פון קריסטליכע געשרייבעכטץ אויף ק"ש נאר משווה זיין א רבי צום פויבסט. נעבעך.
לעיקוואד, איך זיך דיר נישט צו אטיקירן ברבים און די קענסט מיר נישט, אבער גלייב מיר איך בין היבש אפען מיינדעד און ווייט פון א מצומצם און איך זאג דיר אז דו שפילסט דיך מיט פייער. לא זו הדרך.
ווי האסטו געטראפן אז מטאר נישט דן זיין אין יאשקעס רעיונות? קיינער נעמט עם נישט דא ערנסט [וויפיל איך וייס..], סאיז סתם א אינטעלעקטואלע שפיל וועגן א שטיקל ברית החדשה. [אויב האלטסטו סנישט אויסגעהאטן הלכהדיג בין איך גרייט דן זיין אין דעם אויב דינו למחיקה. אבער ביי אייך וועט אזא דיון אויך הייסן געשפילט מיט פיער]
משא"כ איינער וואס פרעדיגט ממש הלכה למעשה קריסטליכע רעיונות איז דאס דאך א הריסה בדת משה.
קוק אהער איך זעה דו כאפסט נישט אויפן ווינק וועל איך דיר זאגן אפען, דו לעיקוואד (צוזאמן מיט נאך אפאר אנדערע שרייבער) ביסט א גרויס חלק פון וואס איז ראנג מיט ק"ש, עס זעהט נישט אויס ווי דו ביסט גרייט מקבל צו זיין סאו עמער עס לאזען ביי דעם.
אויב האסטו נישט די מינימאלע אידישע רגישות צו פארשטיין אז דא איז נישט א קלויסטער און פארשמייליגטע ברית החדשה האט עבסלוט נישט קיין פלאץ דא איז אשאד יעדעס איבריג ווארט.
אויב האסטו נישט די מינימאלע אידישע רגישות צו פארשטיין אז דא איז נישט א קלויסטער און פארשמייליגטע ברית החדשה האט עבסלוט נישט קיין פלאץ דא איז אשאד יעדעס איבריג ווארט.
איך אויךקוק אהער איך זעה דו כאפסט נישט אויפן ווינק וועל איך דיר זאגן אפען, דו לעיקוואד (צוזאמן מיט נאך אפאר אנדערע שרייבער) ביסט א גרויס חלק פון וואס איז ראנג מיט ק"ש, עס זעהט נישט אויס ווי דו ביסט גרייט מקבל צו זיין סאו עמער עס לאזען ביי דעם.
אויב האסטו נישט די מינימאלע אידישע רגישות צו פארשטיין אז דא איז נישט א קלויסטער און פארשמייליגטע ברית החדשה האט עבסלוט נישט קיין פלאץ דא איז אשאד יעדעס איבריג ווארט.
איך פארשטיי זייער גראד און איך האב זיך אפילו וואלאנטירט מזאל מיר נעמן אויפן פארהער דן זיין פונקטליך וואס איך שרייב וואס איז נישט איינשטימיג מיט דת משה וישראל.
דערווייל האב איך נאר געזעהן כללותדיגער באשולדיגן און געשרייעכץ אן אז קיינער זאל זיין גרייט ערנסט שמועסן און דן זיין איבער גארנישט.
כבר כתבתי כמ"פ מזאל קלאר מחליט זיין וואס די גדרים זענען, נישט סתם שרייען כופר שייגעץ.
אויב רעדסטו פון געפילן סארי אבער יעדער האט אנדערע געפילן. די גדר קען נישט זיין וואס איז ביי דיר א פשוטער יידושער געפיל ווייל דאס האט דאך נישט קיין גדר.
ברענג א הלכה אדער א פסק צו ממעג דן זיין אין בריה"ח אויף דעם אופן וועלן מיר זעהן.
"הרגשה" ווערט נאר דערמאנט אין איין פלאץ אין שו"ע. וד"ל.
לאמיר פרובירן געבן מיינע ארימע צוויי סענט. איך קלער אז עס זענען דא מערערע שאלות איבער וואס מען איז דן אין קאווע שטיבל, וואס זענען באמת נישט פאסיג פאר א מקום ציבור. דא געפינען זיך קע"ה טויזנטער ליינער און שרייבער, שטעלט אייך פאר דער רב זאל זיך אויפשטעלן געבן א שבת שובה דרשה פאר טויזנט אידן איבער דעם ענין צו גאט און מאראל זענען צוויי זאכן אדער איין זאך. דער ענין כשלעצמו איז נישט קיין פראבלעם לענ"ד, אבער ווען טויזנטער אידן הערן עס, אלע סארטן מיני מענטשן, שוואכע כאראקטערס, אזעלכע וואס זענען נישט גענוג קלוג מבחין צו זיין וואס די נקודה איז, וכדו', איז דאס שוין יא א פראבלעם.
וואס איז די עצה?
באמת וואלט זיך די פאר קלוגע אידן וואס פארשטייען דערצו געדארפט דורכשמועסן צווישן זיך אין בית המדרש, עס מעג אפילו זיין אויפ'ן מזרח וואנט, און אז מען האט אן ערנסטע שאלה גייט מען צום רב פרעגן. אבער וואס זאל מען טון אז אין אונזערע קהילות וועט מען פאר אזא שאלה אין בעסטן פאל באקומען א "דער רמב"ם איז נאך געווען אזוי קלוג ווי דיר" און אין ערגסטן פאל ארויסווארפן די קינדער פון די מוסדות. אפילו אידן צווישן זיך האבן מורא. איך קען זיך גערן שרייבן וואס איך וויל דא, אבער טרעפט מיר נאר אין אמת'ן קאווע שטיבל. דארט בין איך א חסיד שוטה וואס וויל נישט פארשטיין גארנישט, ווייל איך בין א נאר און איך גלייב, צוליב פארשטענדליכע סיבות. דעריבער איז נישטא קיין ברירה און מען מוז זיך אויסשמועסן אביסל אויף דעם ווירטואלן קאווע שטיבל און מאכן לייכטער אויפ'ן הארצן.
אלזא דער חוב ליגט אויף די רבני ועיני העדה צו מתקן זיין דעם ענין. ווילאנג דאס וועט נישט געטוישט ווערן וועט אונזער קאווע שטיבל בליען אין איר שענסטן פראכט.

ביז ווילאנג די רמב''ם רלב''ג אבן עזרא ווערן נישט אפציעל ארויס געווארפען פוןנדי קאטעגעריא ארטעדאקס, האבן איך א פראבלעם מיט די שטיבל'ס גדר. ''אז אלעס וואס איז אנגענימען אלץ ארטעדאקס מעג מען שרייבען''
נולד מאוחרביז ווילאנג די רמב''ם רלב''ג אבן עזרא ווערן נישט אפציעל ארויס געווארפען פוןנדי קאטעגעריא ארטעדאקס, האבן איך א פראבלעם מיט די שטיבל'ס גדר. ''אז אלעס וואס איז אנגענימען אלץ ארטעדאקס מעג מען שרייבען''
שארף אווי אייביג 👍
[ציטאט אראפגענומען]
אויף דעם קען איך מעיד זיין, איך האב שוין עטליכע מאל באריכטעט הודעות און די הנהלה האט קער גענומען אין די נעקסטע שעות, אבער איך וואלט געוואלט הערן פון די הנהלה צו נאכדעם וואס א ניק שרייבט כפירה וואס טוט די הנהלה מיט'ן ניק כדי צו פארמיידן ווייטערדיגע פראבלעמען, צו:
מען טוט גארנישט,
מען ווארנט,
מען איז חוסם,
מען בלאקט אייפי,
ייש"כ.
די אויגן פונעם עולם? הו קעירס?
אוי האביך פארפאסט. כ'געמיר א וועק אויף נאך דריי בלעטער ואני אנא אני בא... עלעך אנהייבן על ראשון ראשון. דער פותח האשכול הייבט אן געקינצעלט אזוי ווי שמעקעדיג ברענגט שוין ארויס, אבער דער עיקר, האט ער טיטולירט דעם אשכול "קאווע שטיבל אין די אויגן פונעם עולם". אויב זיך איך כבוד ביים עולם, ביניך נישט אויף ק"ש און אפילו נישט אויפ'ן הייליגן אייוועלט. ניטאמאל האביך אינטערנעט. דאס איז נאר לעצם הענין. אבער הלמאי נעמט דער הנהלה פון ק"ש אן אזוין באליידיגונג כאילו ווייל דער עולם קוקט אזוי צו אזוי 'עמיר טון אזוי צו אזוי. נישטא קיין שטערקערע צוריקגעשטאנענקייט פון דעם. רחילא בתר רחילא אזלא. דער ראש לשועלים וואס דרייט זיך שטענדיק צוריק קוקן וואס די חסידים זאגן.
אויב מעגיך זאגן מיין מיינונג איז דאס די עיקר משיכה פון ק"ש אז מ'דארף נישט קוקן איבער'ן אקסל צו מעגיך טראכטן וואס 'ך טראכט סייווי. אויף דעם און נאר אויף דעם איז באזירט ק"ש. וואס איז להלכה מותר קען מען זאגן אן א פחד און מורא פון וואס 'עט יענער זאגן. און נאכמער 'עלעך מיר וואגן צו זאגן אז אפילו דער פרומער שרייבער וואס שרייט דא "כפירה!!!" איז אויך נאר דא ווייל ער קען ליינען און שרייבן וואס ווילט און פילט זיך עם באמת, ווען נישט איז ער שוין לאנג נישט דא! און דאס וואס ער שרייט איז נאר צו בארואיגן זיין באוואוסטזיין היתכן ער האט אין בעסמעדרעדש באשייגעצט דעם לינקן דענקער און דא האט ער הנאה דערפין, שרייט ער אריין שא שא. און דאס אויף פארשטייט זיך מיט'ן צווייטן ניק, נישט דער זעלבע גלגול וואס האט עם סערווירט אין אייוועלט וואס מיט דעם האט ער דאך שוין געשוואוירן אז מער 'עט ער נישט שרייבן אין דעם "כפירה" סייט...
אלזא חברה, בארואיגט אייך און האט נישט קיין מורא! ה' עמנו! ווער ס'וויל זיין ניק זאל געפעלן אין די אויגן פון עולם, צו פאר שידוכים סיבות צו מ'זאל אהנעמען זיין קינדער אין די מוסדות, קען רואיג עפענען נאך א ניק און אריין שרייען דא אט אין דעם אשכול 'סארא רשעים און אפיקורסים מיר אלע זענען, און דערנאך קען ער ווייטער שרייבן מיט'ן געהעריגן ניק והכל יבוא על מקומו בשלום.

פשעטלעך אהער פשעטלעך אהין, אזא איינעם וואס זיין האנט ציטערט נישט ביים שרייבען "גראדע האלט איך טאקע אז די חומש איז געשריבען גיווארן דורך מענטשען" [קללות זענען נישט ערלויבט], פעלט טאקע דער בעיסיק געפילן צו פארשטיין אז פאר ברית החדשה/מעטיו זאל ער זיך טרעפען ערגעץ בעסערס ווי צו דיסקוסירן.
איך מיין אז ביי רוב פון אונז דא ברענגט דאס ארויס אפשיי און עקל און לדעתי מעג מען דאס נישט צולאזן.
איך מיין אז ביי רוב פון אונז דא ברענגט דאס ארויס אפשיי און עקל און לדעתי מעג מען דאס נישט צולאזן.
איך אויךפשעטלעך אהער פשעטלעך אהין, אזא איינעם וואס זיין האנט ציטערט נישט ביים שרייבען "גראדע האלט איך טאקע אז די חומש איז געשריבען גיווארן דורך מענטשען" עפ"ל, פעלט טאקע דער בעיסיק געפילן צו פארשטיין אז פאר ברית החדשה/מעטיו זאל ער זיך טרעפען ערגעץ בעסערס ווי צו דיסקוסירן.
איך מיין אז ביי רוב פון אונז דא ברענגט דאס ארויס אפשיי און עקל און לדעתי מעג מען דאס נישט צולאזן.
אלטס דער וואס האט געשריבן דער שורה אן מיין האנט זאל ציטערן בכלל, בעט איך דער וואס איז מוחה דערויף זאל קודם מוחל זיין איבערליינען און פארשטיין וואס סשטייט דארט.
כהאב געשריבען זייער קלאר אז משה רבינו [א מענטש, לויט מיין אינפארמאציע], האט געשריבען די תורה בנבואה.
וואס איז דא עפ"ל?
זעהט אויס יאיר איז גערעכט, ווען משרייבט פאר אזא עולם וועט אלעמאל זיין אזעלכע וואס זענען נישט גענוג קלוג צו פארשטיין פון וואס פונקטליך מרעדט און וועלן תולה זיין תניא בדלא תניא . פארדעם טאקע קלער איך אז עניני אמונה דארף זיין לכה"פ אפגעטיילט.
לעיקוואד כ'זעה נאכנישט ווי דיין אמונה זאל זיין אזוי אויסגעקאכט אז דו ביסט א גאנצן צייט ביזי אז דו ביסט דער וואס קען יא רעדן אין די ענינים. אויב איינער זאגט אז דו ביסט ראנג מיינט דאס אז ער קען עס נישט דערהייבן? דו האסט שוין דורכגעלערנט אזויפיל ספרים אז דו ביסט אזוי זיכער מיט דיר?
אברעמעללעיקוואד כ'זעה נאכנישט ווי דיין אמונה זאל זיין אזוי אויסגעקאכט אז דו ביסט א גאנצן צייט ביזי אז דו ביסט דער וואס קען יא רעדן אין די ענינים. אויב איינער זאגט אז דו ביסט ראנג מיינט דאס אז ער קען עס נישט דערהייבן? דו האסט שוין דורכגעלערנט אזויפיל ספרים אז דו ביסט אזוי זיכער מיט דיר?
כזעה נאכנישט אין די הודעה עפעס א טענה וואס איך זאל דארפן אדער קענען בכלל ענטפערן. סתם שימפעריי און געשרייעריי.
ווער רעדט פון זיין אויסגעקאכט אדער נישט. ווילסט א רשימה פון ספרים וואס איך האב געלערנט אדער נישט געלערנט?
דערווייל האט קיינער נאכנישט געטעהנט אז איך בין ראנג, נאר גענומען א שורה וואס כהאב געשריבן ארויס פון קאנטעקסט [ע"ד "ועבדתם אלהים אחרים"] און געשימפט.
איך זאג נישט אז איך קען רעדן א צוייטער נישט. סנישט קיין שאלה פון הלכה נאר באקוועמליכקייט. איך בין באקוועם מיט דעם, יא. אנדערע נישט.
איך חזר נאכאמאל, לדעתי דארף דאס זיין לכה"פ עקסטער. אויב סרירט אן שאלות פון יסודי הדת ממש. [נישט א"ג יסודי הדת]
איך אויךפשעטלעך אהער פשעטלעך אהין, אזא איינעם וואס זיין האנט ציטערט נישט ביים שרייבען "גראדע האלט איך טאקע אז די חומש איז געשריבען גיווארן דורך מענטשען" עפ"ל, פעלט טאקע דער בעיסיק געפילן צו פארשטיין אז פאר ברית החדשה/מעטיו זאל ער זיך טרעפען ערגעץ בעסערס ווי צו דיסקוסירן.
איך מיין אז ביי רוב פון אונז דא ברענגט דאס ארויס אפשיי און עקל און לדעתי מעג מען דאס נישט צולאזן.
איך ווארט אז "איך אויך" זאל זיך איבערבעטן אויף דער קללה וואס ער האט מיר דא מזכה געווען מיט.
סיידן ער וועט אויפוייזן אז וואס איך האב געשריבן איז ראוי פאר אזא קללה.
אזוי קען מען נישט אנגיין. שעלטן שרייבערס דא אין שטיבל אן קיין בארעכטיגקייט.
איינער האט מיר געבעטן אין אישי ארויפצושטעלן דעם תגובה, בעילום שמו:
הרוצה בעילום שמואן נעמען א שטעלונג, איז זייער פארשטענדליך אז אידישקייט האט זייער אסאך דרכים און מנהגים, און פונקט ווי דער שוואכערע סארט איד האט געוויסע מנהגים וואס ער וועט זיך זייער שטארק האלטן דערצו, האט דער פרומערע מער מנהגים וואס ער האלט איין.
די זעלבע איז פאראן ניקס וואס זיי דערהייבן צו רעדן מער אפן און קענען הערן א אנדערע מיינונג, בעסער געזאגט: זיי פילן אפילו נישט ווי זיי דארפן עפעס דערהייבן, ס'איז א נארמאלע סאבדזשעקט ביי זיי, לעומת זה איז פאראן א ניק וואס ער האט נישט קיין אנונג וויזוי מ'עסט אזעלכע שמועסן, דאס מיינט נישט אז ער איז אין א באקס מער ווי יענעם, נאר די אלע זאכן זענען אים חידושים, און ער קען עס נישט הערן גלייך פון איינעם וואס ווייסט נישט וויאזוי עס מסביר צו זיין פאר איינעם וואס האט עס נאך קייינמאל נישט געהערט. און אסאך מאל דארף טאעק נישט יעדער אלעס וויסן, וויפיל פראצענט ביי אידן האבן זענען געווען למדנים צו ידענים, מ'האט אלץ געוויסט אז מ'גייט מיט תמימות.
אידישקייט איז בכלל נישט געמאכט פאר יעדן עיקוואל. און אויב איינער מיינט אז ער איז אפען-מיינדעד און ער פילט זיך רואיג צו פארברענגן אויף קאווע שטיבל, איז אויב האט ער אביסל שכל און ער פארשטייט גלייך אז דאס איז בכלל נישט וואס ער זוכט גייט ער ווייטער אדער לערנט ער זיך צו מיט די צייט. אויב אבער איז ער סתם זיך דא צו פילן קיל, און נוצט עס ווי א באקס וואס מ'שרייט אריין.. זאל ער מיר זייער אנטשולדיגן דאס קומט בכלל נישט פון חכמה..
בקיצור, ס'נישט מעגליך אויסצושמועסן אידישקייט מיט יעדעם אייניג, און דאס איז אויך די חורבן פון אינטערנעט ס'ברענגט יעדעם צוזאם, דער וויליאמסבורגער האט אנדערע מנהגים, און פאר אים איז דאס זיין אידישקייט, לא ראוי זה כראוי זה, און אויב קומט מען מיט די תירוץ הלכה מיט השקפה זייט וויסן אז השקפה איז נישט א בדיעבד, נאר פאר יעדעם מיינט השקפה עפעס אנדערש, מ'מעג טאקע וויסן ווי איין ווי אויס, אבער אידישקייט איז נישט געמאכט צו זיין ווארלווייד.
אויב ווילסטו דוקא וויסן אן עקזעמפל וואס מיינט פארפירן א צווייטן און מ'קומט נאך מיט די תורה, גיב א בליק אויף די תגובה <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/51684">viewtopic.php?p=51684#p51684</a><!-- l -->
די תירוץ צו מ'מעג להלכה צו נישט איז געמאכט פאר א דיין אדער עני מורה דרך צו וויסן, נישט פאר א אפתוח שלא נפרחו וואס קען קוים א מסכת צוויי און ער האט שוין גאנצע מיינונגען אין אידישקייט, פונקט ווי דו פארשטייסט אז ביי סייענס דארפסטו צוהערן אן פארשטיין צו די וואס האבן דורכגעטוהן די נושא, די זעלבע און פי כמה איז מיט אידישקייט.
שמעקעדיגאיינער האט מיר געבעטן אין אישי ארויפצושטעלן דעם תגובה, בעילום שמו:הרוצה בעילום שמואן נעמען א שטעלונג, איז זייער פארשטענדליך אז אידישקייט האט זייער אסאך דרכים און מנהגים, און פונקט ווי דער שוואכערע סארט איד האט געוויסע מנהגים וואס ער וועט זיך זייער שטארק האלטן דערצו, האט דער פרומערע מער מנהגים וואס ער האלט איין.
די זעלבע איז פאראן ניקס וואס זיי דערהייבן צו רעדן מער אפן און קענען הערן א אנדערע מיינונג, בעסער געזאגט: זיי פילן אפילו נישט ווי זיי דארפן עפעס דערהייבן, ס'איז א נארמאלע סאבדזשעקט ביי זיי, לעומת זה איז פאראן א ניק וואס ער האט נישט קיין אנונג וויזוי מ'עסט אזעלכע שמועסן, דאס מיינט נישט אז ער איז אין א באקס מער ווי יענעם, נאר די אלע זאכן זענען אים חידושים, און ער קען עס נישט הערן גלייך פון איינעם וואס ווייסט נישט וויאזוי עס מסביר צו זיין פאר איינעם וואס האט עס נאך קייינמאל נישט געהערט. און אסאך מאל דארף טאעק נישט יעדער אלעס וויסן, וויפיל פראצענט ביי אידן האבן זענען געווען למדנים צו ידענים, מ'האט אלץ געוויסט אז מ'גייט מיט תמימות.
אידישקייט איז בכלל נישט געמאכט פאר יעדן עיקוואל. און אויב איינער מיינט אז ער איז אפען-מיינדעד און ער פילט זיך רואיג צו פארברענגן אויף קאווע שטיבל, איז אויב האט ער אביסל שכל און ער פארשטייט גלייך אז דאס איז בכלל נישט וואס ער זוכט גייט ער ווייטער אדער לערנט ער זיך צו מיט די צייט. אויב אבער איז ער סתם זיך דא צו פילן קיל, און נוצט עס ווי א באקס וואס מ'שרייט אריין.. זאל ער מיר זייער אנטשולדיגן דאס קומט בכלל נישט פון חכמה..
בקיצור, ס'נישט מעגליך אויסצושמועסן אידישקייט מיט יעדעם אייניג, און דאס איז אויך די חורבן פון אינטערנעט ס'ברענגט יעדעם צוזאם, דער וויליאמסבורגער האט אנדערע מנהגים, און פאר אים איז דאס זיין אידישקייט, לא ראוי זה כראוי זה, און אויב קומט מען מיט די תירוץ הלכה מיט השקפה זייט וויסן אז השקפה איז נישט א בדיעבד, נאר פאר יעדעם מיינט השקפה עפעס אנדערש, מ'מעג טאקע וויסן ווי איין ווי אויס, אבער אידישקייט איז נישט געמאכט צו זיין ווארלווייד.
אויב ווילסטו דוקא וויסן אן עקזעמפל וואס מיינט פארפירן א צווייטן און מ'קומט נאך מיט די תורה, גיב א בליק אויף די תגובה <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/51684">viewtopic.php?p=51684#p51684</a><!-- l -->
די תירוץ צו מ'מעג להלכה צו נישט איז געמאכט פאר א דיין אדער עני מורה דרך צו וויסן, נישט פאר א אפתוח שלא נפרחו וואס קען קוים א מסכת צוויי און ער האט שוין גאנצע מיינונגען אין אידישקייט, פונקט ווי דו פארשטייסט אז ביי סייענס דארפסטו צוהערן אן פארשטיין צו די וואס האבן דורכגעטוהן די נושא, די זעלבע און פי כמה איז מיט אידישקייט.
בקיצור סאיז א חיוב פאר יעדער צו בלייבן אין זיין באקס ווי ער איז פונקט געבוירן געווארן או סאיז ממש א חורבן אז מקומט זיך צונויף מיט אנדערע סארט יודען וואס זענען פונקט אזוי יראי שמים נאר זיי האבן אן אנדערע בליק אויף יידושקייאט.
און איך האב נאך בתמימותי געמיינט אז דאס איז גאר א גוטע זאך צו הערן אנדערע דעות און פארשטיין אז נישט איך בין דער איינציגסטער אויף דער וועלט..
דרך אגב, בין איך דא דער איינציגסטער צודרייטער מיט אזא קרומער קאפ, אז מיר זעהט אויס למשל אז אויב צענזור וואלט מען אסאך ענדערש געדארפט צענזארירן די שמועס
ווי סיי וועלכע תוכנדיגער שמועס איבער ב"ק אדער רעליגיע מיט מאראל.
ווי סיי וועלכע תוכנדיגער שמועס איבער ב"ק אדער רעליגיע מיט מאראל.
וועגן ברית החדשה: ר' אביגדור מיללער אין זיינע ספרים הערט נישט אויף קוואטן די ברית החדשה.
לאדיך אפוועגן ברית החדשה: ר' אביגדור מיללער אין זיינע ספרים הערט נישט אויף קוואטן די ברית החדשה.
גם ר"י עמדין מגין מאד על אותו האיש עם ראיות מבריה"ח. ראו כאן
לאדיך אפוועגן ברית החדשה: ר' אביגדור מיללער אין זיינע ספרים הערט נישט אויף קוואטן די ברית החדשה.
פארוואס טוט ער דאס?
וואס איז זיין כוונה דערביי?
איך אויךפשעטלעך אהער פשעטלעך אהין, אזא איינעם וואס זיין האנט ציטערט נישט ביים שרייבען "גראדע האלט איך טאקע אז די חומש איז געשריבען גיווארן דורך מענטשען" עפ"ל, פעלט טאקע דער בעיסיק געפילן צו פארשטיין אז פאר ברית החדשה/מעטיו זאל ער זיך טרעפען ערגעץ בעסערס ווי צו דיסקוסירן.
איך מיין אז ביי רוב פון אונז דא ברענגט דאס ארויס אפשיי און עקל און לדעתי מעג מען דאס נישט צולאזן.
איין זאך פארשטיי איך נישט. אויב ארויסשרייבן אן אפענע גמרא "הקב"ה אומר ומשה כותב בדיו" (בבא בתרא ט"ו) איז ווערד אן עפרא לפומיה, דאן בין איך זיכער אז פאר'ן ארויסשרייבן די ווארט "עוואלוציע" קומט זיך שאול תחתית און כף הכלע. אויב אזוי, פארוואס ביסטו אריין בכלל אין דעם אשכול? מען שרייבט דאך דארט אפיקורסות ומינות? די וואס האלטן זיך נישט ביים פארנעמען אין די ענינים זאלן נישט אריינטרעטן אין אזעלכע סארט אשכולות. און אויב וועסטו זאגן אז דו קענסט נישט זיין אויף אזא סייט וואס אזעלכע זאכן געפינען זיך דארט, דאן איז דער אינטערנעט בכלל נישט געמאכט פאר דיר, און איך זאג דאס מיט'ן פולסטן רעספעקט.
איך אויך
פון דארט פארט די באן ווייטער און די נעקסטע סטאפ איז חז"ל הקדושים אונזערע תנאים ואמוראים ובעלי המדרשים עס איז א אפטע ערשיינונג צו ליינען דא איבער און איבער ככלב השב אל קיאו ווי אומוויסענד און באגרעניצט חכמינו ז"ל זענן באמת געווען. די טעמע און מעטאדע טוישט זיך כסדר אבער דער תכלית הנרצה בלייבט די זעלבע, אז אנשטאט וואס אונז אלע דא זענן אויפגעוואקסן אז כל דבריהם קדושים וטהורים וואס מיר האבן נישט קיין השגה כל שהוא בגודל קדושת די סאמע קלענסטע אמורא ערלויבט מען זיך דא מללגלג צו זיין אויף זיי מיט פארשידענע אויסדרייען און פשט'לך אבער הצד השוה שבהן אז דרכם להזיק און עס ברענגט אריין א קרירות בלב.
here we have a typical example of someone refusing to think out of the box. sorry, but your place is not here. If the Shitos of Rev Sadiyeh Guen, the Rambam, the Ramban and so many more rishonim and achronim is not for you and it makes a keriris for you in yiddishkeit then it's your problem and I think you should follow your friends lead. Sorry, but the Rambam is not a pshetel, he says it outright that Chazal took their science from the goyim of their time. If you don't like that Rambam and people who go with this shita, then don't stay here, because here this shita will be tolerated, because the Rambam was holier than all of us combined. Farshtiest?
שמעקעדיגלאדיך אפוועגן ברית החדשה: ר' אביגדור מיללער אין זיינע ספרים הערט נישט אויף קוואטן די ברית החדשה.
פארוואס טוט ער דאס?
וואס איז זיין כוונה דערביי?
אמאל ווייל ער וויל האקן אויף זיי און אמאל ווייל ער וויל ברענגן א היסטארישע ראיה.
פאר איינער סיינט זיך אויף זאל ער פרעגן פון זיך די קושיא: קען איך טאלערעטן צו זיין אויף א סייט ווי געוויסע וועלן זאגן אויף הרב קוק "זצ'ל"? אויב נישט, סיין נישט אויף.
איבער די טענה פון די תורה ווער עס האט עס געשריבן, איז מסתמא נישט מער ווי א מיספארשטענדעניש.
די תורה איז שוין באשאפן געווארן נאך איידער בריאת העולם, כידוע מחז"ל.
נישט נאר דאס, נאר לויטן זוהר האט הקב"ה אריינגעקוקט דערין און אזוי באשאפן די וועלט.
(ד.ה. ער האט אריינגעקוקט אין זיין אייגענעם אינסטרוקציע בוכל, אביסל אומפארשטענדליך)
דאס אלעס איז געווען ברוחניות. די תורה איז נאך נישט געווען "בכתב", אויף א גשמיות'דיג שטיקל פארמעט.
אבער ווי יאיר האט שוין אויבן צוגעברענגט די גמרא אין ב"ב: "הקב"ה אומר ומשה כותב בדיו".
משה רבינו האט עס אפגעשריבן, גענוי ווי השי"ת האט אים געהייסן - חוץ פון די קליינע א' ביי ויקרא האט ער משנה געווען מחמת עניוות.
דער וואס זאגט אז עס איז געשריבן געווארן דורך א מענטש, מיינט צו זאגן "אפגעשריבן" אבער אודאי פון הקב"ה. יעדע קוץ ותג.
כן נראה בעיני, ויה"ר שיקויים הכתוב "ואת והב בסופה".

איך בין גאנץ זיכער אז ווען עטליכע פון די אידן דא וואלטן געלעבט מיט א צירקע אכט הונדערט יאר צוריק וואלטן זיי מיט א קאך אריינגעווארפן די ספרי הרמב"ם אין די העלישע פלאמען אויף די פאריזער גאסן.
חוץ די לעצטע 12 פסוקים וואס איז א מחלוקת אין ב"ב צו יהושע האט עס געשריבן אדער משה. און די אבן עזרא האט א ליסט מיט נאך אפאר פסוקים וואס זענען אויך בכלל די מחלוקה.
לעיקוואדגם ר"י עמדין מגין מאד על אותו האיש עם ראיות מבריה"ח. ראו כאן
אינטערעסאנט, איך האב נישט געוואוסט אז נאך איינער אויסער שמואלי בוטח האלט אזוי, ווערנדיג פארדאמט אפילו פון די מאדערנע קרייזן. נאכדערצו אזא גדול בישראל און מקנא לה'.
לאדיך אפחוץ די לעצטע 12 פסוקים וואס איז א מחלוקת אין ב"ב צו יהושע האט עס געשריבן אדער משה. און די אבן עזרא האט א ליסט מיט נאך אפאר פסוקים וואס זענען אויך בכלל די מחלוקה.
פאר דו רעדסט פונעם אבן עזרא מאך א דיסקלעמער אז ווער ס'קען עס נישט פארנעמען זאל ארויסגיין. ס'איז מיר געווען היפש שווער צו פארדייען. איך מיין אז ער אליין שרייבט עס ברמז און רופט עס אן סוד.
לאדיך אפחוץ די לעצטע 12 פסוקים וואס איז א מחלוקת אין ב"ב צו יהושע האט עס געשריבן אדער משה. און די אבן עזרא האט א ליסט מיט נאך אפאר פסוקים וואס זענען אויך בכלל די מחלוקה.
אז דער אבן עזרא אנפאנג דברים דערקלערט עס א סוד, איז מסתם בעסער עס צו לאזן א סוד. מעגליך ווייל ער האט מורא געהאט פון א עסיי, "אבן עזרא אין די אויגן פונעם עולם (גולם)."
הרוצה בעילום שמו
אויב ווילסטו דוקא וויסן אן עקזעמפל וואס מיינט פארפירן א צווייטן און מ'קומט נאך מיט די תורה, גיב א בליק אויף די תגובה <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/51684">viewtopic.php?p=51684#p51684</a><!-- l -->
די תירוץ צו מ'מעג להלכה צו נישט איז געמאכט פאר א דיין אדער עני מורה דרך צו וויסן, נישט פאר א אפתוח שלא נפרחו וואס קען קוים א מסכת צוויי און ער האט שוין גאנצע מיינונגען אין אידישקייט, פונקט ווי דו פארשטייסט אז ביי סייענס דארפסטו צוהערן אן פארשטיין צו די וואס האבן דורכגעטוהן די נושא, די זעלבע און פי כמה איז מיט אידישקייט.
די לינק פוינט צו דולה ומשקה'ס תגובה אז חזקי' המלך איז מחויב געווארן מיתה ווייל ער האט געטוהן פעולות מונע צו זיין פון האבן קינדער מיט זיין ווייב, די מלכה.
איך שטעל מיך פאר אז הרוצה בעילום שמו האט געמיינט מיין תגובה דערויף אז חזקי' האט קיינמאל נישט חתונה געהאט און איז מחויב מיתה געווען ווייל ער האט זיך מונע געווען פון חתונה האבן, איך פארשטיי נאר נישט פונקטליך ווי די כפירה ליגט אין פאררעכטן איינעמס ידיעות אין נ"ך, אדער אפשר גאר ליגט די כפירה אין דעם אז איינער וואס קען הלכות בשר וחלב דארף נישט פרעגן קיין דיין יעדע מאל א מילכיג לעפל פאלט אריין אין א פליישיגע טאפ. נא, אז הב"ש איז נישט באקוועם מיט מיין זאגן אז איינער וואס האט דורכגעטוהן די הלכות פון ב"ק קען זיך אליין פסק'נען פונקט ווי אין יעדע אנדערע מקצוע אין די תורה, קאן איך עם נישט העלפן קיין סאך, נאר ער קען טוהן די זעלבע וואס איך טוה ווען איך שטויס מיך אן אין א אשכול אדער תגובה וואס געפעלט מיר נישט אדער איך בין נישט באקוועם דערמיט, איך לייען עס נישט און איך גיי ווייטער, אבער ארויפצווינגען מיין "קאמפארט רעינדזש" אויף יעדען? ווער האט מיר געגעבן די רעכט? און טאמער איז עס צו סאך פאר עם און ער פילט אז ס'שוואכט עם אפ די אמונה פשוטה, איז דאס פלאץ - און אפשר די גאנצע אינטערנעט - נישט פאר עם. פארפאלן, דא איז א פלאץ ווי מ'קען זאגן בנשימה אחת אויף סאטמערע רב און הרב קוק, זכר צדיק לברכה, טאמער איז עס נישט פאר אייער קישקעס, נעמט פעפטא ביזמאל.
און איך האב נאך דאס אלס פארגעזעהן אנהייב יאר
ת'הא ש'נת ע'ולם ג'ולם
ת'הא ש'נת ע'ולם ג'ולם
געפילטע פישפארפאלן, דא איז א פלאץ ווי מ'קען זאגן בנשימה אחת אויף סאטמערע רב און הרב קוק, זכר צדיק לברכה
ביזט זיכער אז ס'איז ארשיווע קארנער סאטמאר? 😛 😛
שמעקעדיגגעפילטע פישפארפאלן, דא איז א פלאץ ווי מ'קען זאגן בנשימה אחת אויף סאטמערע רב און הרב קוק, זכר צדיק לברכה
ביזט זיכער אז ס'איז ארשיווע קארנער סאטמאר? 😛 😛
און מען לאזט דיין קינדער בלייבן אין די מוסדות?
קען מען אויך דא זאגן אויף קוק ימ"ש? דעמאלטס איז עס פעיר געים.
אברעמעללעיקוואד כ'זעה נאכנישט ווי דיין אמונה זאל זיין אזוי אויסגעקאכט אז דו ביסט א גאנצן צייט ביזי אז דו ביסט דער וואס קען יא רעדן אין די ענינים. אויב איינער זאגט אז דו ביסט ראנג מיינט דאס אז ער קען עס נישט דערהייבן? דו האסט שוין דורכגעלערנט אזויפיל ספרים אז דו ביסט אזוי זיכער מיט דיר?
און אז לעקוואוד האט יא דורכגעלערענט כל התורה כולה, וועט ער דען יא שרייבן זיין מיינונג? חלילה. ווארום, לאמיר אלע שרייען אינאיינעם, דער רמב"ם איז נאך אזוי קליג געווען! (אבער חלילה מ'זאל ציטירן דא א שטיקל רמב"ם וואס מ'האט נישט אריינגעשטיקעלט פאר די יוגענט אין די יסודות'דיגע ספר כולל ענינים...)
[ציטאט אראפגענומען]
ניין! אויף סאטמארע רב האט קיינער דאס נישט גענוצט! אבער אויף קוק'ן יא, און נאך אין פארנט פון אסאך רבנים, און קיינער האט נישט מוחה געווען!
און אויב איך בין א חסיד פון יענער וואס האט אים אזוי גערופן, פארוואס זאל איך נישט דא מעגן אזוי שרייבן? איז עס פעיר? וואו איז מיין פלאטפארם?
זאגן אז קוק איז געווען קרום מעגסטו. קענסט אפילו זאגן אז לויט סאטמאר איז עס ער א כופר און א שייגעץ. אבער זאגן ימ"ש? פארוואס שעלטן?
זר, און אז מ'האט אמאל עס יא געניצט נישט געניצט, יא געשלאגן נישט געשלאגן, יא געצויגן בערד נישט געצויגן בערד, מאכסט א גאנצע תורה שלימה. וואס זאגט דיין שכל, ימ"ש איז א ציוויליזירטע גערעדאכץ?
זר זהבדו רעדסט פון פעיר געים, פעיר געים גייט ביידע וועגן.[ציטאט אראפגענומען]
ניין! אויף סאטמארע רב האט קיינער דאס נישט גענוצט! אבער אויף קוק'ן יא, און נאך אין פארנט פון אסאך רבנים, און קיינער האט נישט מוחה געווען!
און אויב איך בין א חסיד פון יענער וואס האט אים אזוי גערופן, פארוואס זאל איך נישט דא מעגן אזוי שרייבן? איז עס פעיר? וואו איז מיין פלאטפארם?
יואלישזר, און אז מ'האט אמאל עס יא געניצט נישט געניצט, יא געשלאגן נישט געשלאגן, יא געצויגן בערד נישט געצויגן בערד, מאכסט א גאנצע תורה שלימה. וואס זאגט דיין שכל, ימ"ש איז א ציוויליזירטע גערעדאכץ?
וואו קומט דא אריין ציוויליזאציע? איינער וואס האלט בשיטה אז ער איז א ימח שמוניק וועט נישט דולדן אז א צווייטער שרייבט אויף אים ''זכר צדיק לכרכה''. ביידע זענען אפענסיוו צו 2 אנדערע מענטשן.
זר זהביואלישזר, און אז מ'האט אמאל עס יא געניצט נישט געניצט, יא געשלאגן נישט געשלאגן, יא געצויגן בערד נישט געצויגן בערד, מאכסט א גאנצע תורה שלימה. וואס זאגט דיין שכל, ימ"ש איז א ציוויליזירטע גערעדאכץ?
וואו קומט דא אריין ציוויליזאציע? איינער וואס האלט בשיטה אז ער איז א ימח שמוניק וועט נישט דולדן אז א צווייטער שרייבט אויף אים ''זכר צדיק לכרכה''. ביידע זענען אפענסיוו צו 2 אנדערע מענטשן.
ווען מענטשן הערן אויף צו דולדן, און האבן אן מיט וואס ס'איז אפענסיוו, האמיר אן אטאקע אין בענגאזי.
קליגע מענטשן ווערן נישט באנומען ווייל איינער שענקט א טיטל אדער א קללה. ס'טאר בכלל נישט תופס מקום זיין אין א לאגישע דעבאטע.
דאן איז הדרא קושיא לדוכתא. אבער לאמיר עס לאזן אזוי.
זר זהבדאן איז הדרא קושיא לדוכתא. אבער לאמיר עס לאזן אזוי.
דאס איז דער ריינער אמת. נאר א צוויליזירטע אודיענץ איז די וועג ארויס. איינמאל דו האסט אפי' איין עמפינדיליכע פערזאן, און ער קען באשליסן גלייך נאך מודה אני וואס גייט אים היינט אפענדן, לא שבקת חיי לכל בריה. פאנאטישע געפילן איז א קילער.
יואלישפאנאטישע געפילן איז א קילער.
"קילער" אדער "קיללער"?
נאכן איבערלייענען וואס דער עולם זאגט, וויל איך ערקלערן לעניית דעתי עטליכע פונקטן. דער עולם זאל זיך ביטע נישט פארהוילן פון די שאלות נאר ענטפערן צום זאך.
ווי שוין דערמאנט, איך געדענק נישט ביי וועם, נאכדעם וואס איינער האט געשריבן "כפירה" און עס ווערט פארמעקט, איז גאנץ קלאר אז דער מענטש איז א כופר, לאמיר זאגן איינמאל האט ער געמאכט א טעות, אבער נאכן שרייבן עטליכע מאל אינדרויסן פון די "ארטאדאקסישע גרעניצן", פארוואס לאזט מען דעם ניק ווייטער דא בלייבן? און נאך מער! אויב עפנט ער א פרישער ניק און ער קען זיך איינהאלטן פון שרייבן כפירה, זייער גערן! אבער דער 'כפירה ניק' זאל נישט ווערן ערלויבט ווייטער צו שרייבן.
איך מוז אגריען צו די ניקים וואס טענה'ן אז ווען איינער 'פארשטייט' אנדערש ווי דאס געשריבענע ווארט, פאר אים איז נישט זיין פלאץ דא, ווי אויך דער וואס וויל בלייבן אין זיין באקס האט נישט וואס צו זוכן דא. אבער - עס דארף זיין קלארערע גיידליינס.
כן נראה לעניית דעתי.

טעלעפאןנאכן איבערלייענען וואס דער עולם זאגט, וויל איך ערקלערן לעניית דעתי עטליכע פונקטן. דער עולם זאל זיך ביטע נישט פארהוילן פון די שאלות נאר ענטפערן צום זאך
ווי שוין דערמאנט, איך געדענק נישט ביי וועם, נאכדעם וואס איינער האט געשריבן ״כפירה״ און עס ווערט פארמעקט, איז גאנץ קלאר אז דער מענטש איז א כופר, לאמיר זאגן איינמאל האט ער געמאכט א טעות, אבער נאכן שרייבן עטליכע מאל אינדרויסן פון די ״ארטאדאקסיע גרעניצן״, פארוואס לאזט מען דעם ניק ווייטער דא בלייבן? און נאך מער! אויב עפנט ער א פרישער ניק און ער קען זיך איינהאלטן פון שרייבן כפירה, זייער גערן! אבער דער ׳כפירה ניק׳ זאל נישט ווערן ערלויבט ווייטער צו שרייבן.
איך מוז אגריען צו די ניקים וואס טענה׳ן אז ווען איינער ׳פארשטייט׳ אנדערש ווי דאס געשריבענע ווארט, פאר אים איז נישט זיין פלאץ דא, ווי אויך דער וואס וויל בלייבן אין זיין באקס האט נישט וואס צו זוכן דא. אבער - עס דארף זיין קלארערע גיידליינס,
כן נראה לעניית דעתי
ווי האסטו גענומען דער הלכה אז מיט א ניק א כופר טאר מען נישט רעדן אויף סיי וועלכער נושא?
ביסט דאך מודה אז מיט דער מענטש אונטער דער ניק יא, און ער קען זיך עפענן א צוייטער ניק, איז וואס עפעס ווילסטו מזאל נישט טארן רעדן מיט דער ניק?
דער פינטל פון די שאלה אין דעם אשכול איז: וואס איז די גדר פון כפירה.
עס זעהט אויס ווי א גרופע מענטשן (און אזוי האלטן די מנהלים פין אייוועלט אויך), אז ווען איינער האלט אנדערש ווי מען לערנט אויס אין חדר, איז עס כפירה. לעומת זה האלטן אנדערע אז כפירה איז נאר ווען מען האלט פארקערט פון די י"ג עיקרים, אדער פארקערט פון א הלכה פון חז"ל וכדומה.
די אגדות פון חז"ל זענען א חלק פון די מחלוקת. אפילו די אגדות פון די תורה לויט מאנכע דא.
די נקודה פון די מחלוקת קען אויך זיין, ווען איינער האלט ווי איינער פון די ראשונים וואס זענען אנגענומען ביי אונז, אבער אין דעם ענין איז די אנגענומענע פסק נישט ווי דער ראשון, וועט ער זיין אן אפיקורס?
אני הקטן האלט אז נישט.
לעומת זה איך קען פארשטיין איינער וואס האלט אז נישט יעדער איז מסוגל צו פארשטיין, און שוואכע מוחות קענען צוקומען צו חששות אין די אמונה ווען זיי געפינען אויס אז וואס מען האט געלערנט אין חדר איז נישט קליער קאט, ממילא האלטן זיי אז אמאהל דארף מען ליגענט זאגן כדי צו ראטעווען די שוואכע מוחות.
וכל הלבבות דורש ה'.