☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » א הצעה: א נייער אפטיילונג פאר פערענטיג

א הצעה: א נייער אפטיילונג פאר פערענטיג

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1981

וחלופיהן » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2012 11:09 pm

· #48641
א הצעה: א נייער אפטיילונג פאר פערענטיג
היות אז ליידער איז פערענטינג ביי אונז גאר א נאך געלאזטע זאך ופוק חזי מאי עמא דבר, זייער א סאך פון אונז האבן געזען גאר נעגאטיוו ביי אונזערע אייגענע עלטערן און כ"ש ביי אונזערע מלמדים, ממילא בין איך מציע א סעקשן פאר דער נושא אליין. ווי עלטערע קענען געבן עצות אדער מען קען זיי אפווענדען און ווי יינגערע קענען פרעגן אדער אליין געבן עצות איבער וואס די עלטערע טויגן נישט. פון דער דיבאטע וועלן האפנטלעך אונזער קינדער זיין די עיקר פארדינער.

שטימט איר צו?

ידען » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2012 11:12 pm

· #48643
דערווייל איז גוט די אחיעזר אפטיילונג.

וחלופיהן » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2012 11:40 pm

· #48647
וואס הייסט דערווייל? און ווען וועט זיך עס טוישן? האלטסט אז קינדער געהערן מיט עצות איבער קאמפיוטער וויירוסעס?

וחלופיהן » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2012 11:49 pm

· #48652
אויסער דעם דארפן די דעבאטעס לאו דווקא זיין בנוסח הילף און טיפס פארן דא און יעצט נאר עס מעג אויך זיין אויף דורכצורעדן ברייטערע פרינציפן. קוואליטי טיים, שלאגן, פארהערן וכל מיני פורעניות.

villager » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2012 11:54 pm

· #48658
מסתמא מיינט ידען אז ווילאנג עס האט נישט קיין סאך אשכולות קען מען נאכנישט עפענען א נייע אפטיילונג פאר דעם.

נולד מאוחר » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 2:30 am

· #48674
איך וואלט מייעץ געווען א באזונדערע אשכול פאר זאכן וואס גרעניצן זיך מיט אמונה/כפירה.
יעדן צווייטן טאג רוקט זיך אריין אין שטיבל איינער וואס האט קשיות/תירוצים. ס'הייבט זיך אן א געמעקאכטס, געשעלטאכטס, וכו'.
ס'דא וואס טענה'ן מ'דארף יענעם ענטפערן, מדארף דיעלן מיטן פראבלעם.
ס'דא וואס זאגן ס'איז בל יראה דא, מ'ווערט סתם אנגעשטעקט, וואס דארף איך ליינען יענעמס קשיות, דער רמב''ם שרייבט מען טאר זיך נישט טענה'ן מיט א מין וכו' וכו'.

אז מיר האבן א באזונדערע אשכול איז אזוי, ווער ס'האט א היתר פון א רב צו עוסק זיין אין דע מה שתשיב,
אדער ווער עס פילט גענוג שטארק אז עס וועט אים נישט שאטן, נאר אזא איינער זאל באזוכען די אשכול.
א געדאנק ווי צימעס, ווער ס'עקעלט זיך פון לשון הרע רכילות וכדו' באזוכט נישט דארט.

אוודאי זאל מען אנפרעגן א פארשטענדליכע תלמיד חכם פאר מ'שטעלט אוועק אזא קריטישע מסוכנ'דיגע זאך.
דאכט זיך אז דא אין שטיבעל באזוכט א דיין, אויב איז ער א ריכטיגע דיין אפשר קען ער פסק'נען.

פארשייט זיך אז אינעם דע מה שתשיב אפטיילונג זאל אויך זיין שטרענגע תקנות אזוי ווי מאחורי צימעס וכו'.
ס'האט נאך א אויפטו, למשל אין שאול'י דיבעט מיט רב אוועריק האט איינער געלינקט א דיבעט פון קריסטאפער היטשנס מיט רב...
פארוואס זאל איינער וואס האלט זיך אפגעהיטן פון כפירה דארפן הערן ביידע צדדים.
די זעלבע איז אין קונסט איז דא א ניגון אימעדזשען, די ניגון האט א ליין פון כפירה.
אזוי וועט זיין א מקום פאר אלע די סארט שרייבעריי.

villager » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 2:38 am

· #48675
can't agree more

וחלופיהן » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 8:08 am

· #48681
אז מען וויל דא האבן אפטיילונגן מיט הכשירים קען מען שליסן דעם קראם. עס איז שוין דא תורה און מחשבה און ווי געהער די זאכן אז נישט אין מחשבה? אבער סייווי איז דאס נישט א סתירה צו מיין בקשה.

איך רעד פון פערענטינג וואס איך שטעל מיך פאר אז א גרויסער חלק, אז נישט רוב, חבירים זענען אין דעם עוסק ערב ובוקר (וצהרים אז מען שיקט זיי אהיים) איז א גלייכער זאך עס זאל זיין וואו זיך אויסצושמעסן. אז דער פארלאנג איז נישט דא איז לאמער שאפן א דימאנד מיט דיבאטעס וואו זה בונה וזה סותר. איך זע גארמאטיק איז נישט צו אקטיוו און עס האט זיך א באזונדערע חלק איז פארוואס נישט דאס. וואס זאגן די גבאים?

וחלופיהן » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 8:13 am

· #48682
עס איז אויך א מכת מדינה וואס יעדער ווייסט אז רבים חללים הפילה. זייער אסאך פון די וואס פארלאזן אונז רעדן זיך אפ אויף זייערע עלטערן און רביס. איז עס דאך אן ענין צו האבן וואו מען קען רעדן פון עניני חינוך אפן און נישט פארצומט ווי אין די צייטונגן. רופט עס חנוך לנער און מען קען רעדן פאר מלמדים, מגידי שיעורים, ווי אויך טאטעס און מאמעס למען לא נגע לריק ולא נלד לבהלה.

ברוין » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 8:46 am

· #48683
איך בין קעגן דעם פלאן. דאס מיינט א טויט קלאפ פאר אלע פארום'ס

וחלופיהן » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 9:25 am

· #48684
ברוין, איך פארשטיי נישט. וויאזוי וועט מיין פלאן פוגע זיין אין אנדערע פארומס?

געפילטע פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 9:40 am

· #48685
וחלופיהן, הייב אן ארויספאקן, עפען אשכולות אויף ענינים וואס זענען דיר נוגע, און אז ס'וועט זיין גענוג אשכולות אויפ'ן נושא וועט מען זיכער עפענען א באזונדערע פארום פאר דעם.

וחלופיהן » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 10:22 am

· #48692
גוד איידיא. טאנקס!

גאלד » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 12:53 pm

· #48722
איך שטים מיט "געפילטע"

מ'הייבט נישט צו עפענען א שמועס איבער א געוויסע נושא מיט "אפטיילונגען", לא זו הדרך,

נעם דיך שרייבן, וואס ליגט דיר אויפן הארץ, engage און stimulate די ליינער, אז מ'וועט זעהן אז ס'דא א דימענד וועט שוין ווערן א "אפטיילונג",

אבער ביטע הייב נישט אן מיט קיין "אפטיילונגען" פליז,

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 1:07 pm

· #48728
איך האב שוין גראדע א לענגערע צייט אין פלאן צו עפענען א אשכול בעניני חינוך.
איך וואלט עס געוואלט גראדע עפענען אין מאחורי, כדי נאר עלטערע פארשטענדליכע זאלן האבן צוטריט דערצו.
באט, אדרבה, הייבט אן שרייבן. ס'איז דא אסאך וואס דן צו זיין!

נולד מאוחר » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 6:34 pm

· #48873
וחלופיהן
אז מען וויל דא האבן אפטיילונגן מיט הכשירים קען מען שליסן דעם קראם. עס איז שוין דא תורה און מחשבה און ווי געהער די זאכן אז נישט אין מחשבה? אבער סייווי איז דאס נישט א סתירה צו מיין בקשה.


אנטשולדיג כהאב אריינגעשריבן אין די אשכול. כוואלט געדארפט עפענען אן אשכול באזינדער.
כהאב געבעטן די הנהלה עס אפטיילן.

לעיקוואד » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 8:57 pm

· #48895
נולד מאוחר
איך וואלט מייעץ געווען א באזונדערע אשכול פאר זאכן וואס גרעניצן זיך מיט אמונה/כפירה.
יעדן צווייטן טאג רוקט זיך אריין אין שטיבל איינער וואס האט קשיות/תירוצים. ס'הייבט זיך אן א געמעקאכטס, געשעלטאכטס, וכו'.
ס'דא וואס טענה'ן מ'דארף יענעם ענטפערן, מדארף דיעלן מיטן פראבלעם.
ס'דא וואס זאגן ס'איז בל יראה דא, מ'ווערט סתם אנגעשטעקט, וואס דארף איך ליינען יענעמס קשיות, דער רמב''ם שרייבט מען טאר זיך נישט טענה'ן מיט א מין וכו' וכו'.

אז מיר האבן א באזונדערע אשכול איז אזוי, ווער ס'האט א היתר פון א רב צו עוסק זיין אין דע מה שתשיב,
אדער ווער עס פילט גענוג שטארק אז עס וועט אים נישט שאטן, נאר אזא איינער זאל באזוכען די אשכול.
א געדאנק ווי צימעס, ווער ס'עקעלט זיך פון לשון הרע רכילות וכדו' באזוכט נישט דארט.

אוודאי זאל מען אנפרעגן א פארשטענדליכע תלמיד חכם פאר מ'שטעלט אוועק אזא קריטישע מסוכנ'דיגע זאך.
דאכט זיך אז דא אין שטיבעל באזוכט א דיין, אויב איז ער א ריכטיגע דיין אפשר קען ער פסק'נען.

פארשייט זיך אז אינעם דע מה שתשיב אפטיילונג זאל אויך זיין שטרענגע תקנות אזוי ווי מאחורי צימעס וכו'.
ס'האט נאך א אויפטו, למשל אין שאול'י דיבעט מיט רב אוועריק האט איינער געלינקט א דיבעט פון קריסטאפער היטשנס מיט רב...
פארוואס זאל איינער וואס האלט זיך אפגעהיטן פון כפירה דארפן הערן ביידע צדדים.
די זעלבע איז אין קונסט איז דא א ניגון אימעדזשען, די ניגון האט א ליין פון כפירה.
אזוי וועט זיין א מקום פאר אלע די סארט שרייבעריי.


עצור כאן חושבים
ווער סוויל שמועסען עניני אמונה קען גיין דארט, ווער הייסט עס זאל זיין דא [די לנו בעצכח אחד]

סתם זאכען וואס האבען א שמעק פון כפירה ווי דער ניגון הנ"ל איז אן עקסטערע שאלה צו מזאל עס ברענגען דא אדער נישט. אבער לכאורה עפענען אן עקסטערע פלאץ פאר דעם איז נישט קיין לעונג פאר די נושא.

villager » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 9:32 pm

· #48899
אויב עצוכ"ח האב מיר שוין בח"ח אנשטאט קאווע שטיבל, מ'רעדט דאך ס'זאל זיין אויפ'ן היימישן אידיש.

איך האלט גראדע פון אזא פארום, ס'דא אזויפיל ענינים אדורצונעמען, די גרעסטע פראבלעם מיט אזא פארום וועט זיין די אנשיקעניש פון די אלע נושרים וואס האבן אזוי שטארק רחמנות אויף אונז, די חברה זענען נארמאל נישט דא צו פרעגן אדער צו דערגיין דעם אמת נאר זיי ווילן פרעגן לשם פרעגן, און וויבאלד ס'איז אנאנים קענען זיי זיך מתלבש זיין בלבוש מבקש און אנזייען א חורבן, און כידוע איז אמונה זייער א וואלנערעבל פלאץ צו פארדרייען דעם מענטשן וואס ווייסט נישט וואס אמונה מיינט.

לעיקוואד » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 10:16 pm

· #48910
villager
אויב עצוכ"ח האב מיר שוין בח"ח אנשטאט קאווע שטיבל, מ'רעדט דאך ס'זאל זיין אויפ'ן היימישן אידיש.

איך האלט גראדע פון אזא פארום, ס'דא אזויפיל ענינים אדורצונעמען, די גרעסטע פראבלעם מיט אזא פארום וועט זיין די אנשיקעניש פון די אלע נושרים וואס האבן אזוי שטארק רחמנות אויף אונז, די חברה זענען נארמאל נישט דא צו פרעגן אדער צו דערגיין דעם אמת נאר זיי ווילן פרעגן לשם פרעגן, און וויבאלד ס'איז אנאנים קענען זיי זיך מתלבש זיין בלבוש מבקש און אנזייען א חורבן, און כידוע איז אמונה זייער א וואלנערעבל פלאץ צו פארדרייען דעם מענטשן וואס ווייסט נישט וואס אמונהמיינט.

אמאל איז געווען עצכח אויף יידוש
נו נניח אז ספעלט אויס, האט איר אפשר א לעזונג פאר די פראבלעם. אויך עצכח ליידט אסאך פון דאס, און זיי האלטן נישט ביים מונע זיין די פראבלעם.
איך קלער אפשר וואלט ענדערש געווען סזאל זיין א סייט מיט מאמרים גרייט בעניני אמונה אויף יידיש, וואס מוועט קענען פרעגן שאלות פאר די כותב/ים וואס וועלן זיין גרייט צו ענטפערן פאר ווער סאינטרעסירט זיך באמת. א פארום וואס וועט בהכרח זיין נאר וויכוחים איז לענ"ד יצא שכרו בהפסדו מיטן עצם געדאנק אז סשטעלט זיך אוועק אלץ א דעבאטע גלייך אויף גלייך, אפילו זאל דער מקשה זיין א מאמין וואס האט סך הכל א קשיא.

villager » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 10:49 pm

· #48924
לעיקוואד

אמאל איז געווען עצכח אויף יידוש
נו נניח אז ספעלט אויס, האט איר אפשר א לעזונג פאר די פראבלעם. אויך עצכח ליידט אסאך פון דאס, און זיי האלטן נישט ביים מונע זיין די פראבלעם.
איך קלער אפשר וואלט ענדערש געווען סזאל זיין א סייט מיט מאמרים גרייט בעניני אמונה אויף יידיש, וואס מוועט קענען פרעגן שאלות פאר די כותב/ים וואס וועלן זיין גרייט צו ענטפערן פאר ווער סאינטרעסירט זיך באמת. א פארום וואס וועט בהכרח זיין נאר וויכוחים איז לענ"ד יצא שכרו בהפסדו מיטן עצם געדאנק אז סשטעלט זיך אוועק אלץ א דעבאטע גלייך אויף גלייך, אפילו זאל דער מקשה זיין א מאמין וואס האט סך הכל א קשיא.


גערעכט, מען זעהט אפילו יעצט ווען ס'נאך נישטא קיין עקסטערע אפטיילונג פאר דת ואמונה ליידט מען שוין פון די חברה, כש"כ דעמאלטס.
דיין עצה פון א עקסטערע סייט איז אויך געוואלדיג, אין קעיס ס'עפנט זיך אזא סייט בין איך גרייט אי"ה איבער צו טייטשן מאמרים פון עברית אדער ענגליש, דיעלן מיט שואלים לאז איך פאר אנדערע מיט מער עקספיריענס.

נולד מאוחר » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 11:43 pm

· #48937
פארוואס נישט 100 זאכלעכע תגובת אדער מער אפי'
אזוי ווי מאחורי הפרגוד?
נאכמאל תקנות זאל זיין שטרענגע.
אויב מיר דא קענען עס נישט הענדלען זאל קיינער נישט פארדרייען די קאפ מער דא אין שטיבעל, איבער די סיסטעם,רבנים פארמאכטקייט וכו.
ווען סקומט צי אונז זעמיר גארנישט בעסער, אבער האקן אויף יענעם אוודאי.

לעיקוואד » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 12:19 am

· #48942
נולד מאוחר
פארוואס נישט 100 זאכלעכע תגובת אדער מער אפי'
אזוי ווי מאחורי הפרגוד?
נאכמאל תקנות זאל זיין שטרענגע.
אויב מיר דא קענען עס נישט הענדלען זאל קיינער נישט פארדרייען די קאפ מער דא אין שטיבעל, איבער די סיסטעם,רבנים פארמאכטקייט וכו.
ווען סקומט צי אונז זעמיר גארנישט בעסער, אבער האקן אויף יענעם אוודאי.

האלט איר טאקע נישט אז ס'דא עפעס א ממוצע צווישען פריי האנדלען און דעבאטירן אלעס ביז צו גאט עקזעסטירט צו נישט, א שטייגער ווי עצכ"ח, און צווישען ענדלאזע פארמאכטקייט און חרמות ואיסורים אויף יעדער שטות.
סך הכל טענה'ט מען דא אז מ'וויל אביסל מער אפענקייט און נארמאלקייט, אבער צו ווילט איר באמת גיין ביזן סוף מיט דעם?

villager » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 12:30 am

· #48946
וואס איז אפילו די פארגלייך צווישן אמונה באלוקים און להבדיל אלף הבדלות אמונה ברבי'ס ובסיסטעם'ס?

נולד מאוחר » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 12:31 am

· #48948
לעיקוואד
נולד מאוחר
פארוואס נישט 100 זאכלעכע תגובת אדער מער אפי'
אזוי ווי מאחורי הפרגוד?
נאכמאל תקנות זאל זיין שטרענגע.
אויב מיר דא קענען עס נישט הענדלען זאל קיינער נישט פארדרייען די קאפ מער דא אין שטיבעל, איבער די סיסטעם,רבנים פארמאכטקייט וכו.
ווען סקומט צי אונז זעמיר גארנישט בעסער, אבער האקן אויף יענעם אוודאי.

האלט איר טאקע נישט אז ס'דא עפעס א ממוצע צווישען פריי האנדלען און דעבאטירן אלעס ביז צו גאט עקזעסטירט צו נישט, א שטייגער ווי עצכ"ח, און צווישען ענדלאזע פארמאכטקייט און חרמות ואיסורים אויף יעדער שטות.
סך הכל טענה'ט מען דא אז מ'וויל אביסל מער אפענקייט און נארמאלקייט, אבער צו ווילט איר באמת גיין ביזן סוף מיט דעם?

אבסעלאטלי נישט איך זאג דאך סזאל זיין תקנות וואס יא און וואס נישט.
מיין נקידה איז 1)סזאל זיין אפגעטיילט אז ווער סהאט א פאאבלעם מיטן א שטיקעל אבן עזרא זאל נישט מאכן קיין קולת נאר וויסען אז דו אשכול באלאנגט נישט פאר עם, און אטאמאטיש וועט מען קענען זיין זייער אפען דארט.

נולד מאוחר » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 12:33 am

· #48949
villager
וואס איז אפילו די פארגלייך צווישן אמונה באלוקים און להבדיל אלף הבדלות אמונה ברבי'ס ובסיסטעם'ס?

קענסט נישט די טענה, מ'דארף לערנען אמונה, מ'מוז לאזן פרעגן קשיות, מ'קען שוין נישט פאשן אונטער די קארפעט.

לעיקוואד » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 12:44 am

· #48954
איך בין גערן מסכים, די שאלה איז נאר נאכאלץ די פראבלעמן וואס מהאט דא גערעדט. סאיז זייער שווער צו מאכן א פובליק פורום וואס וועט מוזען מצד אחד האנדלן די ערנסטע נושאים וייל אויב נישט איז דאך סתם א שפיל, אזויווי לערנען ויואל משה אדער אמונה ובטחון חזון איש פאר חיזוק אין אמונה, און מצד שני זאל נישט וערן א פלאץ ווי די גאנצע אמונה איז א לויזע זאך וואס מדעבאטירט ארום דעם כאילו סאיז א שאלה וועלכע פון די ברודער דארפן זיין רבי. איך וייס נישט אויב תקנות קענען העלפן פאר אזא זאך. די רגע סאיז א פובליק אנונימער פלאץ איז זייער שווער צו האלטן סיי די ערך און סיי די קאנטראל, אפגעזעהן די מהותדיגער פראבלעם לענ"ד פון ארויסשטען די אמונה אפן אויף א צורה פון דעבאטעס ויי ביידע זייטן שטייען לפנים אייניג. לדעתי איז די בעסטע האנדלן אזעלכע זאכן פריוואט כל חד לפום שיעורא דיליה. ווער סאיז אינטרעסירט עוסק זיין אין אזעלכע נושאים קען זיך פארבינדען מיט מיר אין אישי איך בין גרייט צו רעדן אפן עד הסוף, אבער אין פאבליק איז געווענטליך קרוב להפסד ורחוק משכר.

villager » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 12:50 am

· #48960
נולד מאוחר
villager
וואס איז אפילו די פארגלייך צווישן אמונה באלוקים און להבדיל אלף הבדלות אמונה ברבי'ס ובסיסטעם'ס?

קענסט נשיט די טענה .מדארף לערנען אמונה ,ממיז לאזן פרעגען קשיות, מקען שוין נישט פאשען רינטכר די קארפעט.


ס'דא געוויסע בעיסיק זאכן אין אמונה וואס ווערט אנגערופן מעשה מרכבה ווי למשל מציאות הבורא און ידיעת הבורא וואס אויף דעם פסקנט דער רמב"ם אין דורשין במעשה מרכבה אלא באחד, און די טעם דערפון איז די עיקר, ווייל אין כל דעתן סובלתן, און אויב איינעם פעלט אביסל בינה וועט ער זייער שנעל ארויסגיין לתרבות רעה ל"ע, מילא דער מורה מוז שור מאכן אז דער תלמיד איז ראוי, טאקע נישט אלעס איז אין דעם כלל, אבער די אלע כופרים האבן א געשמאק דייקא אריינצופארן אהין מיט א ציל פון צומישן אנדערע, בקיצור קיין פארגלייך צו רבי'ס איז עס נישט, אבער אפשר קענען די מנהלים אויסארבעטן א דרך ממוצע וואס מ'מעג יא דעבאטירן און וואס נישט, איי ליוו איט פאר די פראס.

נולד מאוחר » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 1:04 am

· #48965
לעקוואד וויליגער
יעצט איז דאך אויך אזוי מקען שמוסען גאנץ אפען פון די נושאים סאיז נאר נישט קלאר אפגעזינדערט.
אניוועס לאמיר כהאב נאר געטראכט הויעך.

פערינא » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 1:07 am

· #48966
לעיקןואד מיט ווילעדזשער רעדן צווישען זיך וועגן אנדרייען א פוטש ביי אונז אין שטיבעל. העי, ס'איז דא אייוועלט פאר ענק. ווילסט צענזור גיי ווי די שווארצע פעפער וואקסט.

villager » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 1:15 am

· #48969
נולד מאוחר

יעצט איז דאך אויך אזוי מקען שמוסען גאנץ אפען פון די נושאים סאיז נאר נישט קלאר אפגעזינדערט.

טאקע וועגן דעם האלט איך אז א עקסטערע פארום וואלט יא גוט געווען, זייט איך בין דא האב איך מיר שוין אסאך מאל אנגעשטויסן און אשכולות ותגובות וואס מ'שמעקט דעם ציל פונעם מגיב איז כפירה אבער וויבאלד ער האט "נאר געפרעגט" קען מען דאך נישט מעקן... וואלט ווען געווען א עקסטערע פארום ווואלט דאס פארום אסאך שענער אויסגעזעהן בכלליות לענ"ד.

villager » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 1:19 am

· #48971
פערינא
לעיקןואד מיט ווילעדזשער רעדן צווישען זיך וועגן אנדרייען א פוטש ביי אונז אין שטיבעל. העי, ס'איז דא אייוועלט פאר ענק. ווילסט צענזור גיי ווי די שווארצע פעפער וואקסט.

ליין דעם שלום עליכם אשכול, דא איז אויך דא צענזור ווען ס'פעלט אויס, און קוק נאר וויפיל געמעקטע אשכולות דא איז שוין געווען, אדער פרעג באריסטא'ן.
איך זאג פאר דיר, ווילסט אפיקורסות גיי צום עזעאזל, דא איז נאר געמאכט פאר אזעלכע וואס ווילן זיין תורה טרייע אידן.

פערינא » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 1:28 am

· #48973
איך אפעלעדזשייז שוין, באותו מקום, איך האב דא יעדן ליב, איך דארשט יעדענס פאוסטס און חידושים באהבת קאווע. בלייבט דא, זיץ ביי אונז און רעד דיך אפ ווי איידער אוועק ציגיין פון אונז. איי עם סארי.

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 11:55 am

· #62966
איך האב געעפנט א נייע אשכול פון חינוך.
מען קען דא שרייבן אלע פערענטינג שאלות.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/2389">viewtopic.php?f=24&t=2389</a><!-- l -->