☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » די לעגאלע קאמף איבער מציצה בפה אין נ.י. סיטי

די לעגאלע קאמף איבער מציצה בפה אין נ.י. סיטי

143 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1915
בלאט: 1 2 3

יידל » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 10:54 am

· #46645
די לעגאלע קאמף איבער מציצה בפה אין נ.י. סיטי
וואו באקאנט איז נעכטן געקומען צום אפשטימונג אין די העלט דיפארטמענט אף ניו יארק סיטי א רעזעלוציע איבער מציצה בפה וואס לויטעט אז מוהלים וואס ווילן דורכפירן מציצה בפה מוזן אינפארמירן די עלטערן אז לויט די העלט דיפארטמענט האט די פראצעדור א מעגליכע ריזיקע צו ווערן אנגעשטעקט מיט הוירפיס (HSV-1), און די עלטערן מוזן אונטערשרייבן א קאנסענט פארם אז דער מוהל האט זיי טאקע געלאזט וויסן די אנגעבליכע ריזיקעס און אז זיי טוען באוואוסטזיניגערהייט מסכים זיין אז דער מוהל זאל דורכפירן מציצה בפה.

קודם לאמיר א קוק טון אויף די דעטאלן פון דעם געזעץ.

צווישן די היימישע ציבור זענען דא אסאך "פיער מאנגערערס", מענטשן וועלכע האבן ליב אנציווארפן שרעק אויף אנדערע צוליב זייערע פאליטישע חשבונות אדער אנדערע חשבונות, א ביישפיל איז דאס וואס איינער האט געשריבן אז מען וועט קענען נוצן דעם צעטל אלס באווייז אין קארט אז די עלטערן זענען טשיילד עביוזערס, בכלל נישט נעמענדיג און באטראכט אז די צעטל גייט נישט די שטאט האלטן נאר דער מוהל, און אזוי אויך אז די פראצעדור ווערט קלאר ווייטער ערלויבט און ס'דערפאר בכלל נישט מעגליך אנצוקלאגן אויף עפעס וואס מ'מעג טון, נאך א ביישפיל פון א פיער מאנגערער איז הרב העלער מיט זיין אינטערוויו אויף קול מבשר.

די פשוט'ע אמת איז אבער אזוי ווי כ'האב שוין אנגעמערקט דא אז די לעטטער אף קאנסענט איז א קאפ-וויי פאר די מוהלים און נישט פאר די עלטערן. עלטערן ווערן ווייטער ערלויבט צו נעמען וועלכע מוהל זיי ווילן אפילו אויב דער מוהל מאכט מציצה בפה. עס איז נאר דעם מוהל'ס קאפ-וויי צו זאגן די עלטערן איבער די ריזיקעס און מאכן די עלטערן אונטערשרייבן. אויב זאגט נישט דער מוהל איבער די ריזיקעס און גיבט נישט די צעטל האט ער געבראכן דעם געזעץ און נישט די עלטערן. אזוי אויך, אויב דער מוהל גיבט דעם צעטל און די עלטערן ווילן נישט אונטערשרייבן, דאן טאר לעגאל דער מוהל נישט מאכן מציצה בפה, היות ער האט נישט באקומען הסכמת ההורים. אויב וועט ער יא מאכן מציצה בפה האט ווידער דער מוהל געבראכן דעם געזעץ און נישט די עלטערן.

וואס איז די שטראף פאר די מוהלים וואס פארלעצן די געזעץ? לויט דר. דזשעי ווארמא, אזוי ווי עס איז באריכטעט געווארן אין די ניו יארק טיימס, איז נישט דא קיין מענדעטארי שטראף, נאר די שטראף וועט זיין אדער א ווארענונגס בריוו, אדער א געלט קנס. אזוי אויך זאגט דר. ווארמא וועט מען נישט דורכפירן אבלאוועס אויף בתי מדרשים כדי צו זען אויב מ'האלט איין די געזעץ, נאר אויב וועט קומען א הוירפיס קרענק אין שפיטאל און מ'וועט בעטן דעם לעטער אף קאנסענט פונעם מוהל און ס'וועט זיך ארויסשטעלן אז דער מוהל האט נישט געגעבן קיין צעטל אונטערצושרייבן, וועט מען אים אנקלאגן און שטראפן מיט א ווארענונגס בריוו אדער געלט קנס. פערזענליך פארשטיי איך נישט וויאזוי זיי וועלן אזא זאך קענען אינפארסירן, אין צייט וואס: די עלטערן קענען זאגן אז זיי האבן געמאכט מציצה בכלי, דער מוהל קען זאגן אז ער האט יא געגעבן א צעטל אונטערצושרייבן און מ'האט פשוט פארלוירן דעם צעטל (פארשטייט זיך אז די עלטערן וועלן קאלעבארירן), דער מוהל קען שנעל אפירברענגן א צעטל אויף וואס די עלטערן וועלן דעמאלטס אונטערשרייבן, א.א.וו. אופנים וויאזוי די שטאט קען טאפן א וואנט מיט דעם געזעץ.

יעצט צום לעגאלן קאמף. וואו באקאנט און וואו געמאלדן אין די נייעס אגענטורן, גרייטן זיך די התאחדות הרבנים און אגודת ישראל ד'אמעריקא אריינצוגעבן א לאו-סוט אנטקעגן די סיטי איבער דעם געזעץ. די קאמף פארשפרעכט צו זיין העכסט אינטערעסאנט צוליב די הייסע טאפיק פון "פרייהייט פון רעליגיע" און "פרייהייט פון רעדע", און עס האט די פאטענציאל אנצוקומען צום סופרים קארט פון די פאראייניגטע שטאטן.

וואס גייט זיין די לאו-סוט? כשאני לעצמי האב איך נישט פארשטאנען וועלכע פרייהייט די שטאט פארלעצט דא. די שטאט האט דאך נישט גע'אסר'ט מציצה בפה, זיי פארלאנגן דאך נאר א לעטער אף קאנסענט, וואס איז שייך צו טענה'ן אז דאס פארלעצט פרידאם אף רילידזשען? לאמיר ציטירן די ווערטער פון לכתחילה אריבער אין אייוועלט.

[quote="לכתחילה אריבער"]דאס איז די קעיס:

די געזעץ וואס די רעגירונג האט היינט איינגעפירט טוט ווייעלעטן צוויי פאנדמענטאלע פרייהייטן וואס יעדער אמעריקאנער האט. איינס "פרידעם אוו רילידזשען" און די צווייטע "פרידעם אוו ספיטש".

ביידע פרידעמ'ס גייען צוויי וועגן.

ביי "רעליגיע": 1) די רעגירונג קען נישט צווינגען א מענטש צו פאלגען א געוויסע רעליגיע, אדער רעליגיע בכלל, 2) זי קען נישט אפהאלטען א מענטש פון פאלגען די רעליגיע וואס אים שמעקט.

ביי "ספיטש" איז די זעלבע, 1) זי קען נישט פארשטאפן די מיילער פון די בירגער, אפהאלטען פון זאגן זייערע מיינונגען, 2) זי קען נישט צווינגען פאר די בירגער צו זאגן זאכען וואס שמעקט זיי נישט.

דאס הייסט ביי ביידע איז דא א "לימיט" אויף די רעגירונג, בקום ועשה, און בשב ואל תעשה.

דא מיט די געזעץ איז זי עובר ביי ביידע "פרייהייטען" איין חלק פון די פרייהייט.

ביי רעליגיע, וויל זי מיר אפהאלטען פון מקיים זיין, וואס מיינע רבנים זאגן אז דאס זענען מיינט רעליגעזע פארפליכטונגען, איי יעדער בר בי חד יומא פארשטייט, אז א מוסלעמענער קען נישט זאגן אז "מיין רעליגיע הייסט הארגענען מענטשען", ווייל די "פרייהייט פון רעליגיע" גייט נאר אזוי ווייט, און אויב איז עס א סכנה פאר אנדערע, קען מען עס נישט צולאזען.

איז שלשה תשובת בדבר:

1) המוציא מחברו עליו הראיה, אז דו ווילסט אז איך זאל גיין קעגן מיין רעליגיע, ווייל עס איז א סכנה פאר אנדערע, נא ווייז אויף אז עס איז טאקע א סכנה! און דא איז לויט ווי די רבנים, לויער'ס און דאקטוירים זאגן, איז בכלל נישט דא קיין קראנטע זאכן אנצווייזען אז עס איז א סכנה.

2) עס מוז זיין א "זאכליכע" סכנה אין די זאך, למשל אין קירכע געט מען צו טרינקען פאר אלע משתתפים פון די זעלבע בעכער פונעם גלח, עס איז א חלק פון די צערעמאניע, און יעדער פארשטייט, אז עס איז א געוויסע סכנה אז איינער זאל איבערגעבן פארן צווייטען דזשורמס, באקטעריע וכדו' (אין פאקט איז עס סאך מער סכנה פון מציצה, ווייל עס איז בכלל נישט סטערעל), אבער די שטאט וועט נישט גיין אסר'ן אזא זאך, ווייל די סכנה איז זייער מינעמאל. פונקט ווי זי וועט נישט אסר'ן דרייווען, און פארן מיט א בייק. נא ביי מציצה, אפי' לויט ווי זיי זאגן, איז די סכנה א "זייער מינעמאלע", און אז עס איז "מינעמאלע סכנה" קעגן "רעליגיע", איז רעליגיע שטערקער.

3) אפי' לאמיר זאגען אז עס איז יא א שטארקע סכבה, אדער אז די רעגירונג קען אריינרעדן אפי' ביי א קלענערע סכנה, דאס איז אלס אויב די פעולה וואס די רעגירונג טוט, אדער פארלאגט, וועט העלפן פארמיידען די סכנה, איז דא ביי מציצה, מיט דעם וואס מען וועט אינטער שרייבן א צעטל, טוסטו בכלל נישט העלפן קעגן די סכנה! סך הכל האפסטו אז מענטשען וועלן זיך דעשרעקען, אבער דיינע פעולת טיען נישט פארמאדען דעם עצם פראבלעם, און אז מיינע רבנים זאגן אז איך טאר לויט מיין רעליגיע נישט אינטערשרייבן, איז דיין פארלאנג, זיכער נישט שטערקער פון רעליגיע.

(און אגב, דאס איז פארוואס אונזערע עסקנים האבן אזוי שטארק פארלאנגט - קעגן די ווילן פון די אגודה - אז די רבנים זאלן שרייבן אז מען טאר נישט פאלגען די שטאט אין אזא פאל, צו שטערקער מאכן אונזערע שאנסען אין געריכט)

דאס איז בנוגע "פרידעם אוו רילידזשען", איז זי עובר אויפן אויבנדערמאנטען חלק נומער צוויי פונעם פרייהייט.

בנוגע "פרידעם אוו ספיטש", איז אזוי:

די רעגירונג קען געזינטערהייט האלטן אז עס איז א סכנה, און זי קען געזינטערהייט ארום גיין מאכן גרויסע פראפעגאנדע, לייגען גרויסע שילדן און פלאקאטען צו פראקלאמירן זייער מיינונג אז "דבר פלוני איז א סכנה, שטייט ווייט דערפון", אבער זי האט נישט קיין רעכט צו "ניצן" אנדערע וואס זענען נישט מסכים, אויף איר "פראפעגאנדע".

דהיינו? יעצט נישט לאנג, האט די רעגירונג פארלוירן אויף א געזעץ וואס האט געצווינגען פאר "ציגארעטן קאמפאניס" צו לייגן שרעקעדיגע בילדער אויף די פושקעס צוגערעטן, די געריכט האט געזאגט אז די רעגירונג "האט נישט קיין רעכט צו ניצן א צווייטען - אין דעם פאל די קאמפאני - פאר זייער קאמפיין, דאס איז קעגן די "פרידעם אוו ספיטש" וואס זאגט אז דו קענסט נישט צווינגען די בירגער צו זאגן עפעס וואס זיי שמעקט נישט.

און ביי אונז - ביי מציצה - איז עס נאך ערגער פאר צוויי סיבות, איינס ווייל עס איז פרייוואטע מענטשען - מוהלים - וואס האבן מער רעכטען ווי פאבליק קאמפאניס, און צווייטענ'ס ווייל רייכענען איז הכל מודים אז עס שאדט, משא"כ דא שריי איך חי וקים אז עס איז בכלל נישט קיין סכנה!!

קומט אויס אז אויף "פרידעם אוו ספיטש", איז זי אויך עובר אויפן אויבנדערמאנטען חלק נומער צוויי פונעם פרייהייט. [/quote]

לכתחילה טענה'ט אז עס פארלעצט די פרייהייט פון רעליגע ווייל עס האלט צוריק פון איינהאלטן רעליעגעזע פארפליכטונגען. דאס איז אבער נישט אמת, ווייל די רעגירונג ערלויבט ווייטער צו איינהאלטן דיינע רעליעגעזע פארפליכטונגען (נעמליך, מציצה בפה), זיי פארלאנגן נאר פונעם מוהל א לעטער אף קאנסענט. און דערפאר זענען לכתחילה'ס דריי "תשובות בדבר" נישט גילטיג. ווייל היות די לעטער אף קאנסענט פארלעצט נישט קיינעם'ס רעליעגעזע פרייהייט, דארף די רעגירונג נישט אויפווייזן אז עס איז סכנה, עס איז גענוג אז די העלט דעפארטמענט האלט אזוי באזירט אויף שטודיעס. די זעלבע זאך איז מיט די טענה איבער "זאכליכע סכנה", דאס איז נאר ווען די רעגירונג וויל דאס פארבאטן אבער היות זיי ווילן נאר א בריוו איז דאס לכאורה נישט גילטיג, ווי געשריבן. און די דריטע טענה פארשטיי איך בכלל נישט, עס איז דאך פונקט פארקערט פון וואס לכתחילה שרייבט! לעולם וואלט ווען די רעגירונג געוואלט גענצליך פארבאטן מציצה בפה צוליב די סכנה. די רעגירונג טוט עס אבער נישט, טאקע וויבאלד זיי ווילן נישט פארלעצן די פרייהייט פון רעליגיע און דערפאר זענען זיי געצווינגן צו נעמען די שוואכסטע שריט וואס איז מעגליך אנטקעגן מציצה בפה! איך זע נישט וויאזוי מ'קען דאס פארוואנדלן אין א טענה אנטקעגן די סיטי.

דאס איז אלעס אויב די שמועס איז איבער אונטערשרייבן דעם לעטער אף קאנסענט, עפעס וואס פארלעצט לכאורה נישט רעליעגעזע פרייהייט. לכתחילה אבער האט אזוי כמשיח לפי תומו דערמאנט אין זיין דריטע פונקט אז די עצם אונטערשרייבן איז אנטקעגן די רעליגיע. איך זע נישט וויאזוי מ'וועט קענען אויפווייזן אזא זאך אין געריכט, נאכדערצו ווען די רעגירונג פארלאנגט נישט די אונטערשרייבן גופא, די רעגירונג פארלאנג פון די מוהלים צו ווייזן א בריוו וואס די עלטערן האבן די אפציע יא אדער נישט עס אונטערצושרייבן. מ'קען טאקע טענה'ן אז די רעגירונג'ס פארלאנג פאר קאנסענט פארמס פארלעצט בעקיפין די עלטערן'ס פרייהייט פון רעליגיע וויבאלד די עלטערן וואס ווילן צוליב זייער רעליגיע מקיים זיין מציצה בפה וועלן נישט קענען זייענדיג געבינדן דורך זייער רעליגיע נישט אונטערצושרייבן דעם קאנסענט פארם.

אבער ווי געזאגט, איך זע נישט וויאזוי מ'קען אויפווייזן אין געריכט אז אונטערשרייבן אויף א צעטל וואס לויט די העלט דיפארטמענט שטייט דארט פשוט'ע פאקטן, איז אנטקעגן די רעליגיע. לאמיר אבער אננעמען אז יא, און מ'וועט אויפווייזן דעם פרט אז אונטערשרייבן איז אנטקעגן די רעליגיע, קען מען זיך אבער נאך אלץ דינגן אויף לכתחילה'ס צוויי פונקטן. נומער א' איז אז די שטאט האט עס נישט אויפגעוויזן ווי די דאקטוירים און לויערס טענה'ן. די פראבלעם איז נאר אז די ברייטע מאיאריטעט פון אינפענקשאס דיזיזעס מומחים שטיצן דעם געזעץ, און אפילו אזעלכע ווי דר. קענעט גלאסבערג וואס זאגן אז זיי זענען נישט קאנווינסד אז עס איז דא א ערנסטע ריזיקע דערביי, זאגן אבער אויך אז מעדעציניש איז עס נישט אויסגעהאלטן. דער איינציגסטער וואס האלט אז עס איז מעדעציניש אויסגעהאלטן איז דר. דניאל בערמאן וועלכער האט געשריבן אן ארטיקל איבער די לעכער פונעם פידיאטריקס שטודיע און טענה'ט אז עס איז אוממעגליך אז מציצה בפה זאל גורם זיין הוירפיס. אבער דר. בערמאן האט נישט פובליצירט זיין ארטיקל אין א פיר-ריוויוד דזשורנאל, א פאקט וואס וועט לכאורה זיכער הייבן ברעמען של ספק אין קארט, און העיקר: דר. בערמאן האט א נגיעה, ער איז אן ארטאדאקסישער איד. דאס וועט די סיטי בלי ספק טענה'ן אז קיין איין נישט ארטאדאקסישער דאקטער וועט זאגן אז מ'קען מעדעציניש ערלויבן מציצה בפה!

לכתחילה'ס צווייטע טענה וועגן זאכליכע סכנה איז נישט אמת פשוט ווייל לויט די סיטי איז די ריזיקע איינס פון 4000 צו ווערן אנגעשטעקט, און ביי איבער האלב פון די פעלער וואס די שטודיע ברענגט איז עס געווען אדער פאטאל אדער ערנסטע מוח-דעמעדזש, לכאורה א גענוג "זאכליכע" סכנה. די טענה אז אנדערע סכנות וואס זענען פונקט אזוי זאכליך איז לעכערליך. די אלע זאכן זענען עפעס וואס מענטשן טוען פאר זיך, נישט פאר זייערע קינדער. נעמען א ריזיקע פאר א צווייטן איז פיל שטרענגער, כמובן. אגב, די ספעציפישע דוגמא וואס לכתחילה ברענגט איז סתם שקר, עיין בדבריו הקילורין של יאנקל.

בונגע פרידאם אף ספיטש איז יא דא אן ערנסטע טענה. די סיטי קען אבער ענטפערן ווי ירוחם אין אייוועלט שרייבט דא אז זיי פארלאנגן נישט פון די מוהלים צו זאגן אז עס איז א סכנה, נאר אז די העלט דיפארטמענט האלט אז עס איז א סכנה וואס דאס איז דאך עפעס וואס איז אמת. און אויף ווי ווייט די סיטי וועט - ווי אויבן דערמאנט - קענען אויפווייזן אין געריכט אז די ברייטע קאנצענזוס האלט אז עס איז א ריזיקע אדער לכה"פ איז עס נישט מעדעציניש אויסגעהאלטן, קען די רעגירונג יא צווינגן די מוהלים עס צו זאגן, טאקע פונקט ווי זיי האבן געצווינגן די ציגארעטל פירמעס ארויפצולייגן די ווארענונגען אויף די פישקעס טראץ די אלע קאנטער-שטודיעס וואס די טאבעקא פירמעס האבן פרובירט צו ברענגן. לגבי די בילדער איז דאך שוין א צווייטע מעשה, ווייל בילדער איז נישט קיין לאגישער ווארענונג, עס איז בלויז אן עמציאנאלער אנשרעקעניש, וואס דאס זענען דאך די קאמפעניס נישט מחוייב צו טון. משא"כ דער קאנסענט פארם האט לכאורה די זעלבע דין ווי די געשריבענע ווארענונג אויף די ציגארעטלעך פישקעס.

איך פארשטיי אז מ'קען זיך אויף אלעס טענה'ן ארויף און אראפ, מ'קען אבער נישט פארגעסן אז נישט מיר דארפן זיין קאנווינסד און די טענות קעגן די סיטי, נאר דער דזשאדש וועט דארפן ווערן קאנווינסד. און לדעתי איז דא א היבש-שוואכע קעיס פון א דזשאדזש'ס שטאנדפונקט, עכ"פ אין די חלק פון פרידאם אף רעליגיע.

לעמיל » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 11:10 am

· #46653
יידל איך קען נישט גלייבען אז אזא ידען ווי דיר זאל אזוי רעדען 🙄

יידל » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 11:25 am

· #46657
לעמיל
יידל איך קען נישט גלייבען אז אזא ידען ווי דיר זאל אזוי רעדען 🙄

וויאזוי? איך זאג דאך נישט זאכן וואס איך האלט, איך זאג זאכן וואס די סיטי גייט טענה'ן אין קאורט. האסט שוין אמאל געהערט פון א טייוול'ס אדוואקאט?

געפילטע פיש » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 11:33 am

· #46658
לעמיל
יידל איך קען נישט גלייבען אז אזא ידען ווי דיר זאל אזוי רעדען 🙄

גלייב נישט.

אךשמח » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 11:37 am

· #46659
לעמיל
יידל איך קען נישט גלייבען אז אזא ידען ווי דיר זאל אזוי רעדען 🙄

פון דיינע ווערטער שיינט אז דו ווייסט עפעס וואס איז פארהוילן פון יידל. סתם געבן א קלאפ אוועק א צווייטן, איז נישט שיין, איידל, און פאסט נישט פאר אזא חכם ווי דיר.

איך האב נאכנישט געליינט דעם ארטיקל פון יידל'ן, אבער חזקה על חברינו אז ער טוט גוט דורך זיינע ווערטער פארן ארויפשטעלן פארן ציבור. און אויב האסט עפעס צו רעאגירן און קאמענטירן, אויפווייזן, און איבערווייזן אנדערש, איז יידל גרייט צו הערן.

לאדיך אפ » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 12:15 pm

· #46664
יידל האסט פארגעסן צו שרייבן אז אידן בכל מקומות מושבותם זענען טאקע מתפלל אז די קאורט קעיס זאל מצליח זיין און אויך אז דער עולם איז עקספעקטעד צו מנדב זיין גרויסע סכומים פאר וועד משמרת הברית ווייל די לעגאלע קאסטן זענען אסטראנאמיש.

a1b2 » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 12:26 pm

· #46666
שיטה וואס זאגסטי?

שמעקעדיג » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 12:44 pm

· #46668
a1b2
שיטה וואס זאגסטו?


ווייסט נאך נישט?

היסטאריקער » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 1:19 pm

· #46677
אפדעיט איבער די מערכה פאר מציצה בפה
1) הרב גדלי' וויינבערגער הי"ו מראשי אגות ישראל באמעריקא איבערצורעדן צו די נויטיגע ווייטער'דיגער שריט וואס אונטערצונעמען נאך ווי די שטאטישע בעאמטע פון ניו יארק סיטי האבן זיך ליידער נעכטן פארמאסטן אונטערצונעמען שריט און איינצוימען דאס קיום מצות ברית מילה כהלכתה.


2) היינט איז געווען א מיטונג פון די ראשי אגודת ישראל מיט ראשי קיט״ל ( צד מהר״א) וויאזוי צו גיין פאראויס מיט די ליגעל קעיס
ובשם הד׳ נעשה ונצליח

יידל » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 2:04 pm

· #46686
איינער האט מיר געשיקט אין אישית א לינק צו לכתחילה'ס פאלגענדע ווערטער:
[quote="לכתחילה אריבער"]
געלעגער
ענדליך הערט מען א זאכליכע טענה. לאמיר עס נאר קלארער פארשטיין. מיר זאגן אין קלארע ווערטער אז דאס עצם אינטערשרייבן א צעטל איז קעגן מיין רעליגיע! דאס איז א כאפ!
יעצט א שאלה, איז דא ערגעץ וואו מיר דארפן אויפווייזן פאר די באערדע וואו אין אונזער רעליגיע דאס שטייט?

די מוהלים און די מענטשען זאגן אז די רבנים הייסן, און די רבנים דארפן נישט געבן קיין דין וחשבון, זיי זענען די אוטארעטעט צו זאגן וואז די רעליגיע איז, און די רעגירונג קען זיך מיט דעם נישט טענה'ן.[/quote]
איך מיין אז דאס איז נישט אמת, ווייל מיט אזא חשבון קען מען דאך אפפרעגן יעדע איינציגסטע געזעץ אין די בוך. קען דען זיין אזא זאך אז מ'ברענגט א קול קורא אז מ'טאר נישט צאלן שטייערן ע"פ תורה אדער אז מ'מוז פארקירן די קארן אומלעגאל, אדער סיי וואספארא אנדערע געזעץ, און די קאורט זאל דאס אננעמען?!
לכאורה וועט מען אין קאורט אויך דארפן ערקלערן פארוואס די רבנים האלטן אז אונטערשרייבן א שטאטישע צעטל איז אנטקעגן די רעליגיע. וואס וועט מען מסביר זיין? איך נעם אן אז די בעסטע הסבר איז אז אויב שרייבט מען אונטער אויף אזא צעטל פארשעמט מען ברית מילה מיטן מוציא לעז זיין אז עס איז א סכנה. די הסבר איז אבער נאר גילטיג אויב דארף מען אונטערשרייבן אז מציצה בפה קען ברענגן א סכנה. למעשה אבער איז די אונטערשריפט נישט אויפן א.ג. פאקט אז מצב"פ ברענגט א סכנה, נאר מ'שרייבט אונטער אז דער מוהל האט געזאגט אז די העלט דיפארטמענט האלט אז עס איז א סכנה. און דאס (אונטערשרייבן אז דער מוהל האט געזאגט אז די העלט דיפארטעמנט האלט אז עס איז א סכנה) איז דאך נישט אנטקעגן די רעליגיע אפילו לשיטת החרדים! נישט נאר דאס, נאר די סיטי קען פשוט ברענגן דעם פאמפלעט וואס מ'האט פארשפרייט פאר צוויי וואכן צוריק אין די בתי מדרשים מטעם וועד משמרת הברית וואו עס שטייט קלאר אז די סיבה פארוואס מ'טאר נישט אונטערשרייבן איז כדי די רעגירונג זאל נישט קענען אריינשטעקן א יד אין מילה, אויסדרוקלעך נישט קיין רעליעגעזע טענה.
אפילו אויב מ'וועט יא מצליח זיין צו ברענגן א גוטן הסבר פארוואס אונטערשרייבן איז א סתירה מיט רעליגיע, וועט די קאורט לכאורה קאנסולטירן א מומחה צו ארטאדאקסיע, עפעס אזוי ווי אנערקענטער ארטאדאקסישער רב (אנערקענט ביי די רעגירונג) אויב עס איז טאקע דא א פראבלעם לויטן אידישן געזעץ מיטן אונטערשרייבן דעם קאנסענט פארם, און דאן וועט עס לכאורה צופאלן, אחוץ אז די קאורט וועט רופן אלס מומחה צו ארטאדאקסיע מהר"א ט"ב, אדער אויב מ'וועט טענה'ן אז מיר זענען אן אנדער דינאמינאציע פון יענער רב.

יידל » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 2:48 pm

· #46694
עס איז וויכטיג אז ווען מ'איז דאן איבער די לעגאליטעט פון דעם געזעץ, זאל מען האבן די ווערטער פונעם געזעץ צום האנט. אט איז ארטיקל 181 פון ניו יארק סיטי העלט קאוד (מקור):

(b) Written informed consent required. A person may not perform a circumcision that involves direct oral suction on a child under one year of age without obtaining, prior to the circumcision, the written informed consent of a parent or legal guardian of the child who is being circumcised in a form approved or provided by the Department. The written informed consent must include notice that direct oral suction exposes the infant to the risk of transmission of herpes simplex virus infection and other infectious diseases.
(c) Retention of consent forms. The person performing the circumcision must give the parent or legal guardian a copy of the signed consent form and retain the original for one year from the date of the circumcision, making it available for inspection if requested by the Department.
Notes: §181.21 was added to Article 181 by resolution adopted XXX to require that persons who perform circumcisions on children under one year of age that involve the application of direct oral suction obtain the written informed consent of a parent and warn of the risks of infection posed by direct oral suction prior to performance of the circumcision.

יידל » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 3:39 pm

· #46907
אין אן אלטן פארווערטס ארטיקל פון אוגוסט 28, האבן זיי אנגעפרעגט דר. שרה בארינגער גארדאן איבער דעם לעגאליטעט פון דעם געזעץ. זי ענטפערט "ווען מעדעצין און רעליגיע קאנפליקטן, וועט די שטאט זיך זארגן צו היטן אויף די קינדער". למעשה איז אבער א היסטאריען און נישט קיין מומחה אין געזעץ.

יידל » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 11:14 am

· #47037
א וואך, צוויי צוריק האט די דזשואיש וויק רעפארטעד אז זיי האבן פארשאפט אן אימעיל פון אגודת ישראל ווי זיי זוכן אן אדוואקאטן פירמע וואס זאל ארבעטן בחנם אדער פאר א גאר רעדוצירטע פרייז. הארט פאר יו"ט אבער האט די חסידישע התאחדות הרבנים אינאיינעם מיט UJO זיך פארבינדען מיט אגודת ישראל (לויט טייל באריכטן זענען חב"ד ארגעניזאציעס אויך אינוואלווד דערין) און האבן פארשפראכן צאם צונעמען איבער א מיליאן דאללער כדי מען זאל קענען אויפנעמען א פראמינענטן אדוואקאטן פירמע.

פיינע קאווע » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 3:04 pm

· #47105
ujo האט זיך נישט געוואנדען צו באצאלען די קאסטן
די מעשה איז געווען אז די ראשי אגודה זענען געווען ביי אדמו"ר מהר"א מסאטמאר פאריגע וואך אין באראפארק און געבעטען אז מען זאל צוזאם ארבייטן אין קארט קעגען די בלומבערג אדמיניסטראציע, די לויערס זענען איבער א מיליאן דאללאר. אדמו'ר מסאטמאר האט גערעדט דערפון מיט נאך רבנים. איין רב אין וויליאמסבורג האט געטענהט אז מען טאר זיך נישט צוזאם שטעלן מיט די אגודה האט אים אדמו"ר מסאטמאר געזאגט אז אויב מען האט געמעגט גיין מיט זיי צום כינוס כלל ישראל פארוואס זאל מען נישט זיי העלפן שאפן געלט. לבסוף האבן די התאחדות הרבנים באשטאנען און מען האט פארשפראכן הילף. יעדע קהלה האט געזאלט שיקן א דעלעגאציע צו א מיטינג פאריגע וואך אין דעקאריעם. סאטמאר מהר"א האט געשיקט ר' שמואל ווידער און ג שלעזינגער. ווען נידערמאן האט זיי געזעהן דארט האט ער אנגעהויבן פארפירן אז ווידער קען נישט פארטרעטען די קהלה ער איז א צייטונג שרייבער. האבן אים די חברי האגודה געפרעגט און וואס ביזטו האט נידערמאן גענטפערט א עסקן. האט מען זיי ביידע ארויסגעשיקט. גם לי גם לך לא יהי'

NAVY SEAL » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 3:25 pm

· #47111
פיינע קאווע
ujo האט זיך נישט געוואנדען צו באצאלען די קאסטן
די מעשה איז געווען אז די ראשי אגודה זענען געווען ביי אדמו"ר מהר"א מסאטמאר פאריגע וואך אין באראפארק און געבעטען אז מען זאל צוזאם ארבייטן אין קארט קעגען די בלומבערג אדמיניסטראציע, די לויערס זענען איבער א מיליאן דאללאר. אדמו'ר מסאטמאר האט גערעדט דערפון מיט נאך רבנים. איין רב אין וויליאמסבורג האט געטענהט אז מען טאר זיך נישט צוזאם שטעלן מיט די אגודה האט אים אדמו"ר מסאטמאר געזאגט אז אויב מען האט געמעגט גיין מיט זיי צום כינוס כלל ישראל פארוואס זאל מען נישט זיי העלפן שאפן געלט. לבסוף האבן די התאחדות הרבנים באשטאנען און מען האט פארשפראכן הילף. יעדע קהלה האט געזאלט שיקן א דעלעגאציע צו א מיטינג פאריגע וואך אין דעקאריעם. סאטמאר מהר"א האט געשיקט ר' שמואל ווידער און ג שלעזינגער. ווען נידערמאן האט זיי געזעהן דארט האט ער אנגעהויבן פארפירן אז ווידער קען נישט פארטרעטען די קהלה ער איז א צייטונג שרייבער. האבן אים די חברי האגודה געפרעגט און וואס ביזטו האט נידערמאן גענטפערט א עסקן. האט מען זיי ביידע ארויסגעשיקט. גם לי גם לך לא יהי'


קוקט אויס אז דו האסט נישט גוט מתפלל געווען ביים דוכנען דעם רבונו של עולם חלום חלמתי.

אוי טאטי » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 3:29 pm

· #47112
מען האט קיינעם נישט ארויסגעווארפן, רעד נישט קיין שטותים!, ר׳ מ.ד האט ארויסגעוואקט ממש ביים סוף פון די אסיפה, ווען די אנדערע צוויי האבן אריינשפאצירט, מאך עס נישט כאילו עס איז געווען א פייט!.
ר׳ מ.ד האט זיך אונטערגענומען א מיליאן דאלער, און די אנדערע זייט האט זיך אויך אונטערגענומען עפעס, איך ווייס נישט קיין נומבער.

יידל » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 3:35 pm

· #47114
מ'דארף זאפארט עפענען א אשכול אין צימעס "ווער האט ארויסגעווארפן וועמען פון די מצב"פ מיטינג מיט די אגודה, און וויפיל דאלער גייט יעדע צד אריינברענגן". פארוואס דארף די אשכול ווערן א פאליטישע אשכול?

NAVY SEAL » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 4:19 pm

· #47127
ווייל פיינע קאווע האט אזוי געחלומט.

זר זהב » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 4:28 pm

· #47129
פיינע קאווע
האט אים אדמו"ר מסאטמאר געזאגט אז אויב מען האט געמעגט גיין מיט זיי צום כינוס כלל ישראל פארוואס זאל מען נישט זיי העלפן שאפן געלט.הי'

מ'האט געמעגט? כאגעמיינט אז מהר"א איז געווען דערקעגן. ער האט געטשעינדזשט מיינד?

זר זהב » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 6:16 pm

· #47181
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=608217#p608217">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 17#p608217</a>

דבילה » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 7:26 pm

· #47200
געהערט פון א מקור ראשון, די וועד אגודת המוצצים האט קרוב צו צוויי מיליאן דאלער פאר'ן קאמפיין אויף מציצה בפה. פלאי פלאות!

פערינא » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 9:21 pm

· #47220
ביי עופר ביטון'ס ארעינמענט די אנדערע טאג, פארציילט מיר מיין חבר וואס געווען ביי די קאורט קעיס, האט זיך די לויער פאר די דיפענדאנט ארים געריסען מיטען פראסעקיוטאר - פארשטייט זיך, ער האט אגאנצען צייט געזאגט, with all the respect to the government- וועגן די בעיל פעקעדזש, די גאווערמענט האלט אז זיינע ערבים זענען יענע פויגלעך, ערבך ערבא צריך

הכלל די פראסקיוטאר האט געבעטען נאך איין וואך צי אינוועסטיגעטען די זאך ווייטער פאר ער דיסייד אויב ער גייט עס טזשעלענדזשען ווייטער

רופט זיך אן די לויער, יור האנאר, עס איז פערטיג מיט די קינצען, א פורסט טיים דיפענדאנט, ער איז ע'סומד אינעסאנט, איך וויל א דעסיזשען ע. ס. ע. פ, יעצט, און די אינטערעסע פון יוסטיץ

דער האנאר האט אים שיינערהייט געגעבן לסבר את האוזן, הערט דיך איין מיין פריינט, אויב ווילסטו געב איך א רולינג יעצט, די גאווערמענט האלט אז די איד איז א פלייט ריסק, איך הער וואס די זאגסט, אבער אפשר דארף געבען די גאווערמענט די בענעפיט אוו די דאוט אויב ער האט עס נאך נישט אויסגעטשעיקט געהעריג?? ביזט זיכער אז די ווילסט א רולינג?? זאגט ער יא.. הינדרעד פערסענט זיכער? ווילסט איך זאל מאכען א ליגעיל פיינדונג?

Legal finding,

המממ, דאס איז א טריקי ווארט,


אויב וועלען די יושבי גיא וצלמוות גיין פאר א שופט און דער שופט וועט מאכען א ליגעל פיינדינג אז דער מציצה בפה שמעקט מיט סכנות נפשות וואס וועט מען דעמאלס שרייען? וועלען זיי עס אקצעפטירען?

NAVY SEAL » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 10:00 am

· #47359
שיטה,וואס גייסטו טון אויב די קאורט גייט פסקנען לטובת מציצה בפה? דו גייסט עס אפיעלן? אדער דו גייסט זיך רייסן קריעה, אדער פאסטן, אדער זאגן איכה?

לעמיל » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 10:10 am

· #47363
NAVY SEAL
שיטה,וואס גייסטו טון אויב די קאורט גייט פסקנען לטובת מציצה בפה? דו גייסט עס אפיעלן? אדער דו גייסט זיך רייסן קריעה, אדער פאסטן, אדער זאגן איכה?

אלעס וואס דו האסט אויסגערעכענט...

דבילה » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 1:47 am

· #48047
אין נאמען פון א גרויסן לאויער האביך געהערט נאך א סברא פארוואס די "לעגאלע קאמפ" קעגן מב"פ איז אזוין נארישן ארטיקל. ביזדערווייל האט די סיטי נישט גענוק קראנטע באווייזן קעגן מב"פ און נוצן נאר די "הסתברות" וואס די סי.די.סי באשרייבט. אויב ווערט די סיטי אריינגעשלעפט אין אן ערענסטן משפט אין די נושא האבן זיי די ברירה אריין צו ווארפן היבש מער געלט אין די זייט פון חאקרענען און אויף ווייזן וויפול מב"פ טוט באמת שאטן, און ערשט דאן וועט די סיטי האבן די יכולת צו אסר'ן מב"פ מכל וכל. ע"כ דברי יענעם לאויער.

אבער אני הקטן האלט אז די אלע טענות זענען בכלל נישט קיין סיבה פאר די עסקנים זיך צו קימערן. אסאך וויכטיגער איז זיך צו שלאגן קעגן מב"פ ווי אויב די סוף פסוק בלייבט מער אדער ווייניגער גינסטיג פאר מב"פ. און אויב זאל די סיטי אסר'ן אינגאנצן מב"פ איז אויך נישט געפערליך. ערשט דעמאלטס 'עלען מיר אלע האבן אויף צו וואס צו מאכן נאך גרויסע כינוסים און שרייען 'סארא רשעים, און אלץ האט זיך אננעהויבן פון מייקעל בלומבערג שר"י מיט די מב"פ חתימות צעטלעך.

דבילה » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 1:53 am

· #48050
[ציטאט אראפגענומען]


דער פארגלייך צו די מארמאנען איז אפשר פון די שוואכערע השוואות אין דעם ארטיקל. די באפעלקערונג אין אמעריקא האט אין יענע תקופה בכלל געהאט אן ערענסטע שרעק פון די מארמאנען, עטוואס ענליכס צו די פחד פונ'ם דאראג'ע רבי שליט"א פאר 15 יאר צוריק, און מ'האט זיי געזוכט צו באגראבן אויף יעדן מעגליכן אופן. דער חרד'ישע איד האט לכאורה נישט דעם זעלביגן מכובד'יגן מעמד ווי די מארמאנען פאר 150 יאר צוריק. אדער אפשר איז מב"פ גענוק מאדנע ביים גוי יא צו אנשרעקן די אמעריקאנע באפעלקערונג כמעט ווי פון די מארמאנען. גיי ווייס. נאר צייט איז א תשובה אויף די ספיקות.

געפילטע פיש » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 3:03 am

· #48069
אויף דערווייל האט דער חרדי'שע איד נאכנישט דעם סטאטוס, אבער אויב וועלן מיר ווייזן פאר די וועלט אז מיר לייגן טראדיציע העכער דאס וואוילזיין פון אונזערע קינדער, קען זיך דאס אלעס טשעינדזשען.

יידל » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 1:32 pm

· #48148
עס איז כדאי צו שטעלן אין קעגנזאץ שפירא'ס ארגומענטן מיט אבי שיק'ס ארגומענטן. אבי שיק, אויך אן ארטאדאקסישער לויער, האט געשריבן אן ארטיקל פאר די דעילי ניוז מיטן קעפל "לאזט מילה ריטואל געמאכט" ווי ער טענה'ט אז די סיטי גייט פארלירן אין געריכט. דער ארטיקל איז אויך איבערגעזעצט געווארן אין "די צייטונג" אינעם רובריק "וואס אנדערע זאגן".
שיק פאנגט אן זיין ארטיקל מיטן הקדמה אז "אנדערע, אבער בעיקר דר. דניאל בערמאן" האלטן אז די סיטי'ס שטודיעס זענען פעלערהאפטיג. ער טענה'ט אויך אז א קאנסענט פארם וועט גארנישט אויפטון. די וואס האבן ביז יעצט נישט געמאכט קיין מצב"פ וועלן ווייטער נישט מאכן, און די חסידים וואס האלטן אז מצב"פ איז א חיוב גמור וועלן זיך נישט שרעקן פון א קאנסענט פארם. דערפאר, טענה'ט שיק, איז א קאנסענט פארם ארויסגעווארפן צייט.

ער רעדט זיך אויך אפ אז די קאנסענט צעטל פרובירט צו בייאיינפלוסן עלטערן נאכצופאלגן די רבנים וואס ערלויבן צו מאכן מציצה בפה בהפסק כלי. שיק שרייבט אויף דעם "אפגעזען פון מיין אייגענע מיינונג, וויל איך נישט די רעגירונג זאל אדוואקאטירן איין אפטייטש פונעם אידישן הלכה [איבער א צווייטע]". שפירא מאכט אוועק דעם טענה, און שרייבט אז היות די רעגולאציע איז חל אויף סיי ווער ס'וויל מאכן מציצה בפה, אפגעזען צו יענער איז א דאקטער, א סעקולארער מוהל, אדער א רעליגיעזע מוהל, דערפאר ווערט עס נישט גערעכנט אלס א רעגולאציע וואס קומט צוימען רעליגיע.

איך בין נישט אזוי זיכער אז שפירא איז גערעכט מיט דעם. נאך אלעם, האט די סיטי אין זייער בראשור וואס זיי פארטיילן אין די שפיטעלער פאר אולטרא-ארטאדאקסישע עלטערן קלאר ארויסגעשריבן אז "עס זענען דא מוהלים אין די רעליגיעזער קהילה, וואס מאכן מציצה בפה", אנגעבנדיג אז עס איז קלאר אז דער פראקטיק איז אן אויסשליסליכער רעליגיעזער פראקטיק. מיר וועט אבער זיין אינטערעסאנט צו זען די אגודה'ס לויערס נוצן דעם טענה, ווייל די גמרא זאגט דאך קלאר אז מציצה בפה איז לרפואה, און אויב וועט מען טענה'ן אז דאס איז א רעליגיעזע פראקטיק און נישט קיין מעדעצינישע פראקטיק וועט מען זיך דאך דירעקט סותר זיין מיט די גמרא, א פאראדאכסאלישער איראניע.

שיק'ס צווייטער און עיקר טענה פארוואס די סיטי וועט פארלירן איז אזוי ווי לכתחילה אריבער האט געשריבן, פרידאם אף ספיטש. דאס הייסט אז די שטאט קען נישט מחייב זיין איינעם צו זאגן עפעס וואס ער האלט נישט דערביי (מען דארף נעמען אין אכט אז פרידאם אף ספיטש האט נישט מיט רעליגיע, מ'קען נישט צווינגן א מענטש צו זאגן סיי וואס אפגעזען וואס די סיבה פארוואס ער וויל עס נישט זאגן איז). שיק ברענגט א ראיה, ווי אויבן דערמאנט, פון די בילדער וואס מ'האט געוואלט מחייב זיין די טאבאקא פירמעס צו לייגן. איך האב שוין גע'טענה'ט אז אין הנידון דומה לראיה ווייל די בילדער אפעלירן צו געפיל, און די שטאט קען נאר מחייב זיין צו זאגן פאקטן. שפירא ברענגט צוויי פרעצעדענטן וואס אגודה קען טענה'ן. איינס איז א סופרים קאורט קעיס ווי א געוויסע רעליגיעזע סעקטע פון ניו העמפשיר האט זיך אנטזאגט פון ארויפלייגן די סטעיט'ס לייסענס פלעיטס אויף זייערע קארן, וויבאלד די פלעיטס האבן פארמאגט די ווערטער "לעב פריי אדער שטארב", א פראזע וועלכע זיי האבן גע'טענה'ט לויפט קעגן זייערע רעליגיעזע פילאזאפיע. די רעליגיעזע סעקטע האט גענומען ניו העמפשיר אין געריכט און געוואונען. נאך א פאל איז געווען ווען די זעלבע סעקטע האט זיך אפגעזאגט פון צו זאגן די פלעדזש אף עלידזשענס צום אמעריקאנער פאן, און זיי האבן אויך געוואונען. שפירא טענה'ט אבער אז ביי די ביידע פעלער איז עס בלויז געווען א פילאזאפיע אדער א מיינונג וואס מ'האט זיי געוואלט מחייב זיין צו זאגן. אנדערש איז אבער אין א פאל ווי די שטאט פארלאנג נאר צו זאגן א טרוקענער פאקט, וואס אויב איז דא גענוג א וויכטיגע סיבה, צ.ב.ש. עס איז דא א שאנס פון באקומען הוירפיס, קען די שטאט יא צווינגן צו זאגן עפעס, פונקט ווי עס איז דער פאל ביי די ווארענונגן אויף די טאבאקא פראדוקטען.

שפירא ברענגט פעלער ווי די רעגירונג האט געהייסן דאקטוירם זאגן בעפאר עבארשענס, אז די ראטע פון סוסייד איז העכער ביי פרויען וואס גייען דורך עבארשענס. די פרא-טשויס ארגעניזאציע "פלענד פערענטהוד" האט אנגעקלאגט די רעגירונג אז דאס פארלעצט פרידאם אף ספיטש און פארלוירן, טאקע וויבאלד די שטאט האט נאר געהייסן זאגן טרוקענע פאקטן. אזוי אויך ברענגט שפירא א ראיה פון דעם געזעץ אז מ'מוז מודיע זיין איבער HIV בעפאר אינטימע באציאונגען. די קאורט האט גע'פסק'נט אז דאס פארלעצט נישט פרידאם אף ספיטש וויבאלד עס איז א פאקטואלע זאך וואס איז רעלעוואנט צום באשלוס פונעם מענטש מיט וועם מ'וויל האבן באציאונגען. אזוי אויך מצב"פ, די סי די סי'ס מעדעצינישע מיינונג אויף מצב"פ איז רעלעוואנט צום באשלוס פון די עלטערן צו מ'זאל עס טון אדער נישט. שפירא איז אויך שטארק מדייק די לשון פונעם פראפזירטע געזעץ נאטיץ, און טענה'ט אז ער זעט פון די אויסדרוק וואס די סיטי נוצט אז די סיטי איז גוט באוואוסטזיין צום לעגאלן בעקגראונד, און איז בכלל נישט געגאנגען קאפ אין וואנט פון א לעגאלן שטאנדפונקט.

צום סוף שרייבט שפירא דעם נקודה אז נישט נאר אויב מען וועט נישט קלאגן וועט עס בלייבן ביים קאנסענט פארם און ס'וועט זיך ענדיגן דא, נאר אויב וועט מען יא קלאגן, און די סיטי וועט געוואונען, וועט עס בעקפייערן וויבאלד עס וועט נאר צוגעבן קוראזש און זעלבסטזיכערקייט פאר די רעגירונג צו גיין א טריט ווייטער, זעענדיג אז זייערע רעגולאציעס זענען באשטעטיגט געווארן אין געריכט. ימים ידברו.

פערינא » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 1:51 pm

· #48158
דער שיק איז מער א געשעפטס מאן ווי לויער, מיט א מיקסד טרעק ראקארד ביי ביידע, און ער פארמעסט זיך שוואך מיט די הארווערד גרעדיואט שפירא
<a class="postlink" href="http://observer.com/2008/03/meet-avi-schick-new-yorks-new-steamroller/">http://observer.com/2008/03/meet-avi-sc ... eamroller/</a>

שאפירא'ס ליגאלע בריף און זיינע פאינטס איז בעסער דורך געארבייט און לייגט זיך בעסער אויפן דעת.

אין פראקטישקייט איז דא א סעיאינג אין די ליגעל פיעלד
"בעד פעקטס מעקס בעד לאו"

איי עם סארי אבער די פעקטס זענען זייער אימבאטעמט. מילד גערעדט.

אויב ווילסטע טעיסט פון די גוי'ס פאונט אוו וויוא אויף די טאפיק זעע די קאמענטס דא
<a class="postlink" href="http://m.youtube.com/#/watch?feature=youtu.be&v=xTxD6l-8ppw&desktop_uri=%2Fwatch%3Fv%3DxTxD6l-8ppw%26feature%3Dyoutu.be">http://m.youtube.com/#/watch?feature=yo ... 3Dyoutu.be</a>

יידל » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:04 pm

· #48167
יא איך האב אויך געטראכט אז שפירא האט מער עקספערטיז אין קאנסטיטושענעל געזעץ. שפירא איז א תלמיד מובהק פון נתן לעווין, און האט אפילו גע'טענה'ט צוזאמען מיט אים - און ערפאלגרייך געוואונען - אין די סופרים קאורט הירינג איבער די באקאנטע קעיס פון זיוואטאפסקי וו. קלינטאן (צו מ'קען שרייבן ירושלים, ישראל אינעם פאספארט). זע דא <a class="postlink" href="http://www.law.columbia.edu/media_inquiries/news_events/2011/november2011/zivotovsky-akiva-shapiro">http://www.law.columbia.edu/media_inqui ... va-shapiro</a>

villager » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:20 pm

· #48172
איך פארשטיי נישט איין זאך, אינעם גוי'ס אויג איז דאך דער גאנצער ברית מילה "אן א איינשלעפונג" א עביוז, אויך האט מען שוין ליידער אסאך מאל געהערט אז קינדער זענען געשטארבן מחמת מילה, איז פארוואס פארלייגט זיך די סיטי נאר אויף מציצה בפה? פארוואס הייסן זיי נישט לכה"פ סיינען אז ברית מילה אליינס איז מעגליך א סכנה און מעגליך קעגן די אינטערנאציאנאלע עטיק געזעצן?

און וואס איז מיט עלטערן זאלן הייסן צוועלף יעריגע מיידלעך פאסטן יום כיפור? איז דאס נישט א סכנה? כאטש אז זיי קענען זייער שווער ענפארסן אזא פארבאט אבער פארוואס איז עס בכלל געזעצליך?

יידל » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:29 pm

· #48176
הייסן פאסטן? דו מיינסט, אזוי ווי "צווינגן" פאסטן? סיריעסלי? צו מיינסטו נישט אז אויב קומט א מיידל זאגן אז מ'האט איר געצוואונגען צו פאסטן גייען די עלטערן ווערן אנגעקלאגט פאר טשיילד עביוז?

villager » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:43 pm

· #48181
דעמאלס זאל מיט מציצה בפה אויך זיין אזוי, אויב א טאטע וועט קומען זאגן אז דער מוהל האט אים איבערגעגעבן הערפיס זאל מען אים באשטראפן.

דבילה » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 3:53 pm

· #48204
villager
דעמאלס זאל מיט מציצה בפה אויך זיין אזוי, אויב א טאטע וועט קומען זאגן אז דער מוהל האט אים איבערגעגעבן הערפיס זאל מען אים באשטראפן.


כ'האף אז פאר'ן טאטן 'עט ער נישט געבן עפעס איבריגס...

לענין, דאס איז דאך טאקע דער אויפטוה פון דעם קאנסענט צעטל. ס'פאטערט דעם מוהל מכל וכל. דער אבי הבן קען שוין נישט אנשטעלן א טענת תם. איי ווערט דאך שווער די קשיא, אויב טוט דער געזעץ למעשה באשיצן די מוהלים טו פארוואס זענען זיי טאקע די עיקר וואס פירן דער יעצטיגע מערכה דערגעגן? לכאורה זעט אויס אז די מוהלים זעען דערין א שאדן פאר'ן געשעפט. ביז היינט האט ער געקענט אריין כאפן דא און דארט עפעס א רייכע לאצי ערגעצווי אין די סובארבס און מאכן דערויף אן אפותיקי. יעצט אז דער סיטי מאכט אן אזא שטינק קוקט שוין דער געווענליכע האלבע נישט אפיליאירטע איד מיט צען אויגן אויף דעם חרדי'שן מוהל, און ער 'עט ענדערש נעמען א רעפארם\קאנסערוואטיוו, אדער מינימום א מאדערן ארטאדאקס מוהל ענדערש ווי דער מוהל מיט די גרויסע בארדע.

דבילה » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 3:59 pm

· #48205
villager
איך פארשטיי נישט איין זאך, אינעם גוי'ס אויג איז דאך דער גאנצער ברית מילה "אן א איינשלעפונג" א עביוז, אויך האט מען שוין ליידער אסאך מאל געהערט אז קינדער זענען געשטארבן מחמת מילה, איז פארוואס פארלייגט זיך די סיטי נאר אויף מציצה בפה? פארוואס הייסן זיי נישט לכה"פ סיינען אז ברית מילה אליינס איז מעגליך א סכנה און מעגליך קעגן די אינטערנאציאנאלע עטיק געזעצן?


ביי מב"פ איז דא א מעגליכע געזונט בענעפיט פון דעם קאנסענט פארם. לויט ווי מאנכע פון די עלטערן פון אנגעשטעקטע קינדער האבן מודיע געווען פאר די סיטי האבן זיי בכלל נישט געוואוסט אז דער מוהל וועט מאכן מב"פ און אויב וואלטן זיי יא געוואוסט וואלטן זיי אפשר גענומען די ברירה פון מציצה בכלי. דעריבער איז דא א שטארקע טענה מחייב צו זיין דעם מוהל פארצולייגן די אפציעס פאר ער טוט דאס. ביי מילה בכללות ווייסן דאך די עלטערן קלאר דעם סכנה מיט'ן מסכים זיין אויפ'ן ברית, טו פארוואס זאל ער פארלאנגן נאך אן איבריגע הודעה מיט א חתימה?

נולד מאוחר » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 8:46 pm

· #50448

זר זהב » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 8:17 pm

· #50773
כ'בין נישט אנגעקומען צו קויפן די צייטונגען, כ'האב אבער פונקט געזען א 'איד' אין שול און דורכגעבלעטערט אביסל. משה יודא דייטש ווידמעט זיין ארטיקל פאר די מציצה בפה קאנטראווערסיע, כ'בין זיכער אז ער שרייבט צום זאך, כעל צוריקומען ברענגן דא זיינע ארגומענטן. -- און אים קען מען נישט אוועקמאכן אלץ א פרומער כאניאקטער פילאפף אד"ג.

לאדיך אפ » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 8:29 pm

· #50774
האט דען איינער אוועק געמאכט סיי וועמענס ארגומענטס ווייל יענער איז א פרומער כאניאקטער פילאזוף אדג?

זר זהב » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 8:35 pm

· #50776
אזוי ליגט מיר אין קאפ

זר זהב » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 8:38 pm

· #50777
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/21680">viewtopic.php?p=21680#p21680</a><!-- l -->

הציץ ונפגע » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 9:39 pm

· #50792
טענו לו לאדיך אפ לזר זהב בחיטין והודו לו בשעורין? אין דעם צוגעצייכענטן לינק שרייבט יואליש אוואו פאלגענד

יואליש
מנשה פילאף טרומפייטערט אז א ריעל עסטעיט אדוואקאט האט אפגעווארפן די באריכטען פון די מעדעצינישע וועלט. די שאלה איז אויב הרב פילאף וואלט גענימען פערסקריפשאן מעדעצינען פון א טייטל אדוואקאט.
📎 loading=


אוואו זעסטו אין זיינע ווערטער אז ער מאכט אים אוועק "אלץ א פרומער כאניאקטער פילאפף"?

זר זהב » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 9:51 pm

· #50800
גערעכט, דיסריגארד...

הציץ ונפגע » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 9:53 pm

· #50802
און איצט, זייט מוחל און ברענגטזשע אראפ דעם ארטיקל דא...

זר זהב » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 9:54 pm

· #50806
כעל מארגן קויפן דעם איד, און כעל זעהן וואס מ'קען מאכן מיט'ן ארטיקל..

איחוד פעלד » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 10:39 pm

· #50832
[ציטאט אראפגענומען]


במ"ל האט זיך נישט באנוצט מיט די מויל, ער פלעגט סתם זיין א נוגע בדבר, אדער זעצען אויף'ן שויס ביים דרייווען.

איך אויך » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 11:57 pm

· #50887
האמיר א פרישען דעפענישן פאר נוגע בדבר...

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 14, 2012 2:05 am

· #50958
א פרישע? איך קען שוין דעם דעפינישאן פון אלס בחור... ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין...

יידל » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 4:04 pm

· #64888
יעצט אז ביידע צדדים – די קלעגער און די אנגעקלאגטע – האבן שוין אריינגעגעבן זייערע פאפירן צו די געריכט, איז צייט אביסל איבערצוקייען די טענות. די יסוד הדברים האט מען שוין געשמועסט אויבן, אבער אין די פאפירן זענען דא פילע אינטערעסאנטע איינצעלהייטן וועלכע ווארפן א ליכט אויף די שאנסן פון די צדדים און אויף די שטארקייט פון די טענות. לאמיר אנהייבן מיט די קלעגער'ס טענות.

די לויערס פאר די קלעגער זענען מייקעל א. קארווין, שי דבורעצקי, יעקב ראטה און טאד ר. דזשערעמיע, פון די פרעסטישזפולע אדוואקאטן פירמע "דזשאונס דעי". אט איז וואס זיי שרייבן:

זיי הייבן אן מיט די פשוט'ע טענה אז מציצה בפה איז אן אינטעגראלער חלק פון די מצות מילה וואס אידן האבן א רעליעגעזן פליכט צו דורכפירן. זיי ברענגן ארויס אז מוהלים זענען באוואוסטזיניג אז מצב"פ קען זיין א פראבלעם און דערפאר, אויב האבן זיי סימנים פון הוירפיס אין זייער מויל מל'ן זיי טאקע נישט, און אזוי אויך מינימיזירן זיי די צייט ווילאנג ס'נעמט מצב"פ – אינגאנצן איין סעקונדע – און בעפאר די ברית שווענקן זיי אויס זייער מויל מיט אנטיסעפטיק וואס פארמיידט די אריבערפירונג פון הוירפיס.

די שטאט האט זיך אריינגעמישט אין דעם רעליעגעזן פליכט, און וויל אפהאלטן אידן פון אויספירן דעם חלק פון מצות מילה. די לויערס ברענגן ארויס אז פון די מידיא באריכטן האט מען קלאר געקענט אנזען אז די שטאט'ס רעגולאציע האט געטון צילעווען מצב"פ דירעקט.

די רעגירונג פארלאזט זיך אויף מעדעצינשע ראיות אז מצב"פ האט א ריזיקע, אבער עס איז דא גאר שוואכע ראיות אז דאס איז טאקע אזוי, און מ'דארף מער אינוועסטיגעיטן צו קענען וויסן אויב מצב"פ שטעלט טאקע דעם קינד אין א ריזיקע.

די פאפיר ברענגט ארויס אז לויט פיל רבנים איז מצב"פ די לכתחילה'דיגע וועג (proper way) צו גאר די איינציגסטע וועג וויאזוי צו מקיים זיין מצות מילה. זיי טענה'ן אז למעשה טוט מען שוין מצב"פ פאר טויזענטע יאר און גארנישט האט פאסירט. און זיי טענה'ן אז די מוהלים ווילן נישט אננעמען די רעגירונג'ס פארלאנג צו איבערגעבן פאר עלטערן'ס די רעגירונג'ס אפיניען אז מצב"פ איז א סכנה, ווייל זיי האלטן אז עס איז נישט קיין סכנה און וועט נאר אפהאלטן מענטשן פון מקיים זיין זייער רעליגיע כדבעי'.

פרידאם אף ספיטש פארלעצונג
נאך די הקדמה גייט מען צו צו די פלייש פון די טענות. קודם הייבן זיי אן מיט די טענה פון פרידאם אף ספיטש. א חלק פון פרידאם אף ספיטש איז אז די שטאט קען נאר פארשלאגן וואס צו זאגן, די שטאט קען אבער נישט צווינגען צו זאגן. און אויב די דעפארטמענט אף העלטה וויל עפעס מודיע זיין פאר די פובליק, זאלן זיי מוחל זיין דאס אליינס זאגן, און נישט נוצן מענטשן וואס זענען נישט מסכים צו די שטאט'ס מעסעדזש אז זיי זאלן עס מוזן זאגן. און מ'קען נישט ברענגן קיין ראיה פון דעם וואס דאקטוירים דארפן צומאל צו וויסן טאן פאר זייערע פאציענטן איבער די פאצעדורן וואס זיי גייען דורכגיין, ווייל א דאקטאר איז א לייסענסד פראקטעצירער וועלכער גיבט א קאמערציאלע סערוויס (דאס הייסט זיי בעטן געלט פאר זייער סערוויס), אבער א מוהל דארף בכלל נישט האבן קיין לייסענס, און מל'ט אין קאנטעקסט פון א רעליעגעזע סערוויס און בעט נישט קיין געלט אויף זיין סערוויס, איז ווי קען די שטאט פארלאנגען ער זאל איבערגעבן זייער עדווייס פאר די עלטערן?

אויף דעם אז די שטאט קען נישט צווינגן מענטשן צו זאגן עפעס וואס די מענטשן ווילן נישט זאגן, ברענגן זיי ראיות פון א פסק דין אז מ'קען נישט צווינגן קינדער אין שולע צו זאגן די פלעדזש אף עלידזשענס ווייל דארט שטייט "איין פאלק אונטער גאט", און נאך א פסק אז די שטאט ניו העמפשיר קען נישט הייסן מענטשן ארויפלייגן אויף זייערע קארן די סטעיט לייסענס פלעיט אויף וועלכע די סטעיט מאטטא "לעב פריי אדער שטארב" ערשיינט, ווען די מענטשן זענען נישט מסכים צו די פילאזאפיע.

דערנאך שרייבן זיי אז א געזעץ וואס טוט הייסן מענטשן זאגן עפעס, מוז דורכגיין גאר שטארקע סקרוטיני צו פארזיכערן אז דאס וואס די שטאט וויל מען זאל זאגן איז טאקע אמת און איז נישט קאנטראווערסיאל. דאס רופט זיך "סטריקט סקרוטיני". אויב טוט מען דא סקרוטינייזען וואס די שטאט וויל מ'זאל זאגן, זעט מען אז עס איז בכלל נישט פאקטועל, און עס איז נישט אומקאנטראווערסיאל.

קודם כל, די מעסעדזש וואס די שטאט וויל אז די מוהלים זאלן איבערגעבן – "מאך נישט מציצה בפה ווייל עס האט ריזיקעס" - איז נישט קיין "פאקט", נאר א עצה טובה. עס איז אלזא נישט פאקטועל.

צווייטענס, דריי דאקטוירים (דר. בערמאן, דר. ברויער און דר. פעדערגרין, ווי זיי ברענגן אין די עפידעוויטס) האלטן אז עס איז בכלל נישט קיין סכנה. עס איז אלזא נישט "אומקאנטראווערסיעל"

זיי ברענגן אויך ארויס אז די שטאט מוז נוצן א מהלך וואס טוט די ווייניגסטע פארלעצן די רעכטן פון מענטשן. אין דעם פאל, טענה'ן זיי, וואלט די מהלך וואס טוט די ווייניגסטע פארלעצן רעכטן געווען אז די שטאט זאל אליינס פובליצירן זייער מיינונג אז מצב"פ איז א סכנה און נישט נוצן מענטשן דאס צו טון פאר זיי.

פרידאם אף רעלידזשען פארלעצונג
דערנאך גייען זיי אריבער צום צוויטן טענה. די שטאט טוט פארלעצן פרייהייט פון רעליגיע, וויבאלד עס טוט פארשווערערן פאר מענטשן מקיים צו זיין די רעליעגעזע פליכט פון מצב"פ. ווען די דעפארטמענט אף העלטה וואלט ווען ארויסגעגעבן א אלגעמיינע רעגולאציע אויף אלע מיני דיזיסעס, מילא. אבער דא טוט דאך די דעפארטמענט אף העלטה צילעווען דירעקט נאר קעגן מצב"פ, דאס הייסט אז די גאנצע רעגולאציע איז אפצושטעלן א רעליעגעזע געפיראכטס, וואס באדייט אז די שטאט מישט זיך אריין דירעקט אין רעליעגעזע איינגעהייטן.

די לויערס זענען מדגיש אז עס איז נישט קיין נפק"מ וואס די כוונה פון די סיטי איז, און אפילו אויב זייער כוונה איז יא נאר מעדעציניש, און בכלל נישט אנטי-רעליגיעז, אבער וויבאלד דאס טוט דירעקט צילעווען א רעליעגעזע געפיראכטס איז עס אומקאנסטיטוציאנעל.

און דא חזר'ן זיי נאכאמאל איבער, אז למעשה נעמען דאך מענטשן ריזיקעס פאר זייערע קינדער טעגליך און די שטאט פארלאנגט בכלל נישט אז דאס זאל ווערן רעגולירט, און פונקט דא ווי עס איז דא גאר שוואכע ראיות אז דאס איז ריזיקאליש, טוט מען דאס רעגולירן?

ועוד, אויב וויל מען דא אפשטעלן מענטשן פון מאכן מצב"פ טוט די שטאט גארנישט אויף מיטן פארום, ווייל מענטשן וועלן סיי ווי ווייטער אנגיין מיטן טון זייער רעליעגעזע פליכטן, וויבאלד זיי ווייסן אויך אז מעדעציניש איז נישט דא פון וואס מורא צו האבן.

דא האט איר דעם מעמורענדום (קרעדיט הב"ש):
📎 Memorendum.pdf

די סיטי'ס ריספאנס וועט אי"ה נאכפאלגן.

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 4:19 pm

· #64896
יידל, א הארציגן דאנק פארן אראפברענגען שיין קלאר אין אידיש די טענות.

משולם טענענבוים » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 10:09 pm

· #67018
האלט איינער אז עס איז א צופאל ?! בלומבערג האט גענוג געלט עס צי ערלעידיגען, אבער ס'וועט מסתם נישט קיין סאך אויסמאכען אין קאורט ווייל ס'איז מסתם הוילע פראפעגאנדע, אין אין קאורט דארף מען פאקטען,
בלאט: 1 2 3