☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » די לעגאלע קאמף איבער מציצה בפה אין נ.י. סיטי

די לעגאלע קאמף איבער מציצה בפה אין נ.י. סיטי

143 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1915
בלאט: 1 2 3

יידל » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 9:19 pm

· #79133
1-0 די העלטה דעפארטמענט.

היימישער ליטוואק » פרייטאג יאנואר 11, 2013 12:05 am

· #79170
[ציטאט אראפגענומען]

דא האט איר דעם גוטן לינק דער פסק

יאיר » פרייטאג יאנואר 11, 2013 12:17 am

· #79171
די ריכטערין האט אפגעווארפן אלע קלאגעס, איינס ביי איינס. ועל כולם שרייבט זי אין קלארע ווערטער:
There is ample medical evidence that direct oral
suction places infants at a serious risk of herpes infection

היימישער ליטוואק » פרייטאג יאנואר 11, 2013 12:27 am

· #79175
איצט דורכגעלייענט. זי שרייבט זייער צו דער זאך, על אף אביסל צו לאנג. די פליינטיפס זאלן מיר מוחל זיין, אבער זייערע טענות זענען דאך ממש לעכערליך.

יאיר » פרייטאג יאנואר 11, 2013 12:55 am

· #79181
בלייבט נאר איבער צו חוקר זיין אויב מיר וועלן יעצט איינזען אז מיר לעבן נישט אויף אן אינזל, אדער מען וועט ווייטער גיין מיט'ן קאפ אין וואנט און דרוקן גרויסע פלאקאטן אז יהדות החרדית בסכנה נוראה.

יידל » פרייטאג יאנואר 11, 2013 10:20 am

· #79208
די ניו יארק טיימס באריכט איבער דעם פסק
<a class="postlink" href="http://www.nytimes.com/2013/01/11/nyregion/parental-consent-rule-may-proceed-for-a-circumcision-ritual-a-judge-says.html?_r=1&">http://www.nytimes.com/2013/01/11/nyreg ... html?_r=1&</a>

איחוד פעלד » פרייטאג יאנואר 11, 2013 10:40 am

· #79210
בלייבט איבער יעצט די גרויסע שאלה וואס גייען די מוהלים טוהן?

ווען גייט די זאך אריין אין עפעקט?

עס איז דא אזעלכע וואס טענה'ן אז מען טאר נישט אינטערשרייבען דעם צעטל, ווייל עס איז כפירה וכו'.

אויב איך בין א מוהל, וואלט איך נישט אנגענומען א ברית ווען דער טאטע שרייבט נישט אינטער. מיט איין תנאי וואלט איך יא אנגענומען, אז דער טאטע טרעפט א צווייטער מוצץ.

לכאורה איז דאס א שטארקע שלייףלאך (loophole) אין די געזעץ, ד.ה. די געזעץ פארלאנגט קלאר אז א מוהל דארף האבען קאנסענט פין די עלטערען, ווי איז אבער טאמער ווערט איינער א מוצץ, דאס הייסט אז ער מאכט נישט די ברית, ער מאכט נאר מציצה, דארף ער דאך נישט קיין שום אונטערשריפט.

דא איז די לשון פין די געזעץ.

section 181.21 prohibits any person from
performing a circumcision that involves direct oral suction
without first obtaining the written consent of one of the
infant’s parents.


איז דאך געדרינגען אביסעל אהער און אהין, אז דער מוהל וואס מאכט דער ברית, דער סערקאמסיזשען, ער מוז האבען קאנסענט אויב עס "אינוואלווד" מציצה בפה.

מען קען זאגען אז אויב א צווייטער מאכט עס, טוט עס אינוואלווען, און מען קען זאגען, מה לי ולו, איך מאך מיר מיין חיתוך ופריעה, און א צווייטער מאכט דער מציצה.

ווי אזוי זאל זיין די געזעץ אויב דער מוהל מאכט נישט דער ברית, דער טאטע טוט שניידען אליין, פריעה מאכט דער מוהל, אויף פאל מאכט דאך קיינער נישט א סערקאמסיזשען, ווייל עס איז צוטיילט, אויף דעם פאל דארף מען דאך בכלל נישט קיין קאנסענט.

די אלע שלייף לעכער זענען וויכטיג, און לכאורה וועט מען נאך אויף קומען מיט בעסערע.

קרעקער » פרייטאג יאנואר 11, 2013 10:56 am

· #79214
זאל אויפקומען א נייע פאך פון א מוצץ
סוועט זיין דע מוהל דע קוואטער דע סנדק און דער מוצץ
והכל על מקומו בשללום

געפילטע פיש » פרייטאג יאנואר 11, 2013 11:08 am

· #79218
די חשובע מו"ץ שליט"א איז מכובד מיט מציצה, הגאון ראש הישיבה שליט"א איז מכובד מיט קריאת הקאנצענט פארם...

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 11, 2013 11:32 am

· #79225
בד"וו, אז מ'רעדט שוין. וויאזוי שרייבט מען ארויס "מצב"פ"?
מציצה בפה. אדער - לויט ווי ס'הערט זיך אויף כל מבסר "מציצה בפעי"?

היימישער ליטוואק » פרייטאג יאנואר 11, 2013 11:44 am

· #79233
איחוד פעלד
בלייבט איבער יעצט די גרויסע שאלה וואס גייען די מוהלים טוהן?

ווען גייט די זאך אריין אין עפעקט?

עס איז דא אזעלכע וואס טענה'ן אז מען טאר נישט אינטערשרייבען דעם צעטל, ווייל עס איז כפירה וכו'.

אויב איך בין א מוהל, וואלט איך נישט אנגענומען א ברית ווען דער טאטע שרייבט נישט אינטער. מיט איין תנאי וואלט איך יא אנגענומען, אז דער טאטע טרעפט א צווייטער מוצץ.

לכאורה איז דאס א שטארקע שלייףלאך (loophole) אין די געזעץ, ד.ה. די געזעץ פארלאנגט קלאר אז א מוהל דארף האבען קאנסענט פין די עלטערען, ווי איז אבער טאמער ווערט איינער א מוצץ, דאס הייסט אז ער מאכט נישט די ברית, ער מאכט נאר מציצה, דארף ער דאך נישט קיין שום אונטערשריפט.

דא איז די לשון פין די געזעץ.

section 181.21 prohibits any person from
performing a circumcision that involves direct oral suction
without first obtaining the written consent of one of the
infant’s parents.


איז דאך געדרינגען אביסעל אהער און אהין, אז דער מוהל וואס מאכט דער ברית, דער סערקאמסיזשען, ער מוז האבען קאנסענט אויב עס "אינוואלווד" מציצה בפה.

מען קען זאגען אז אויב א צווייטער מאכט עס, טוט עס אינוואלווען, און מען קען זאגען, מה לי ולו, איך מאך מיר מיין חיתוך ופריעה, און א צווייטער מאכט דער מציצה.

ווי אזוי זאל זיין די געזעץ אויב דער מוהל מאכט נישט דער ברית, דער טאטע טוט שניידען אליין, פריעה מאכט דער מוהל, אויף פאל מאכט דאך קיינער נישט א סערקאמסיזשען, ווייל עס איז צוטיילט, אויף דעם פאל דארף מען דאך בכלל נישט קיין קאנסענט.

די אלע שלייף לעכער זענען וויכטיג, און לכאורה וועט מען נאך אויף קומען מיט בעסערע.

באמת גוואלדיגע איידיע! 👍 איך בין אפילו נישט זיכער, באמת ג'רעדט, אז די לאיערס האבן ג'טראכט פון דעם. עס איס א מצוה לפרסם (אויב מצב"פ איז א מצוה...).
למעשה, איז דא איין פראבלעם, אז די וואלידיטי פון דעם "שלייפלאך" ( 😂 ) וועט נאר נתברר ווערן דערנאך וואס א מוהל וועט ג'קלאגט ווערן, און דאס טענה'ן אין קאורט. איך בין נישט זיכער אז צופיל מוהלים וועלן גרייט זיין צו ווערן די נחשון'ס און דאס אויספרובירן. עספעשלי, ווען באלד נאך אזא רולינג, און אפילו בלויז נאך אזא ארגומענט אין קאורט, וועט די שטאט באהערדע טוישן די ווערטער פון דעם געזעץ.

boxcover » פרייטאג יאנואר 11, 2013 2:25 pm

· #79263
איחוד פעלד
ען קען זאגען, מה לי ולו, איך מאך מיר מיין חיתוך ופריעה, און א צווייטער מאכט דער מציצה.

אבער באמערק אביסל שפעטער ווי סטייט די פאלגענדע:
contact between the mouth of a person performing or assisting in the performance of a circumcision

כ'מיין אז ס'וועט אויספעלען מער גאטס ווי נחשון (לאו דוקא)

משולם טענענבוים » פרייטאג יאנואר 11, 2013 3:53 pm

· #79286
קעגען די דאזיגע וואס מישען אויס, אין זיי פרייען זיך מיט דעם פסק נאר ווייל זיי האבען געוויסע טענות אויף די חלק כלל ישראל וואס מען ריפט אן היימישע, אין פארדעם זענען זיי גרייט זיך צי שטעלען אויף די זייט פין אונדזערע פיינט וואס ווילען אריינשטעכען זייערע פארסמ'טע נעגעל אין איינע פין די יסודות הדת,

קעגען די דאזיגע זאג איך, ענק זענען נישט אינטערעסירט צי בעסער מאכען כלל ישראל'ס שוועריקייטען, ענק זענען אונזערע שנאים פין אינווייניג וואס דאס איז נאך ערגער ווי די שנאים ווי אינדרויסען אזוי ווי היטלער אין המן, שעמט'ס ענק, ענק וואלטען געדארפט האבען מער שכל צי פארשטיין וואס דא טוט זיך, נאר שנאה מקלקלת השורה.......

איחוד פעלד » מוצ"ש יאנואר 12, 2013 10:10 pm

· #79316
דער אמת אז מען דארף זעהן דער לשון פין דער געזעץ אליין.

וואס גענוי שטייט דארט, ווער קען אפיר ברענגען דער נוסח?

boxcover » מוצ"ש יאנואר 12, 2013 10:37 pm

· #79320
Health Code provision, §181.21
איחוד פעלד
דער אמת אז מען דארף זעהן דער לשון פין דער געזעץ אליין.

וואס גענוי שטייט דארט, ווער קען אפיר ברענגען דער נוסח?


די לשון

איחוד פעלד » מוצ"ש יאנואר 12, 2013 11:27 pm

· #79338
boxcover
איחוד פעלד
דער אמת אז מען דארף זעהן דער לשון פין דער געזעץ אליין.

וואס גענוי שטייט דארט, ווער קען אפיר ברענגען דער נוסח?


די לשון


יישר כח.

שטייט דארט אזוי

and indicates that the consent must be obtained by the person performing the circumcision whenever direct oral suction is performed regardless of whether this person performs direct oral suction himself or it is done by another person assisting him.

דאס איז נישט א חלק פין דער געזעץ, אבער זיי לערנען אזוי פשט אין די געזעץ.

ממילא איז דאך פשט אז ווען דער מוצץ איז זיין אסיסטענט איז עס דער אויפגאבע פין דער מוהל צו האבען דער קאנסענט פארם. ווי איז אבער טאמער דער מוצץ ווערט באשטעלט דורכען פאטער, און ווען דער מוהל שרייט על המילה, און שניידט און רייסט, און דערנאך שטיפט אים דער מוצץ אוועק און מאכט זיין מציצה, ווי קען מען מחייב זיין דער מוהל צו באקומען א קאנסענט פארם, ער האט דאך נישט געוויסט פין מציצה בפה. ער האט נישט פלאנירט צו מאכען מציצה בפה.

און דאס איז זיכער אז אויב דער מוהל איז נאר דער באנדאזשירער און שטעלט דער מעסער וכו', קען מען דען מחייב זיין א מוהל צו באקומען א קאנסענט פארם?

אלזא וואס וועט דא אויספעלען איז נאר אביסעל עדיוקעישען אז יעדער זאל פארשטיין דער געזעץ, וואס מען טוט דערוועגען וכו'.

אזוי וועט אויסזעהן א טיפיקעל שמועס צווישען א טאטע און א מוהל.

טאטע. ר' פלוני, איך וואלט אייך געוואלט מכבד זיין מיט זיין דער מוהל פאר מיין געבוירענעם.

מוהל. מז"ט מז"ט. אסאך נחת. אוודאי אוודאי וועל איך זיין מוהל. בתשואות חן.

מוהל. אבער איך וויל איך זאגען אז איך מאך נישט קיין מציצה. נאר מילה.

טאטע. פארוואס?

מוהל. פאר געזעצליכע סיבות. איך זאג נישט איר זאלט נישט מאכען קיין מציצה, איך וועל עס אבער נישט קענען טוהן.

טאטע. איז וואס זאל איך טוהן?

מוהל. דא האט איר אפאר נומערען פין מוצצים, איר קענט זיי רופען באשטעלען.

טאטע. יישר כח.

דער מוהל טוט נישט גארנישט ראנג, דער מוצץ מעג עס טוהן, דער מוהל מעג מל'ן אהן א קאנסענט פאפיר, און דער סיטי קען גיין פייפען.

נולד מאוחר » זונטאג יאנואר 13, 2013 12:31 am

· #79354
פארוואס טאקע האבן זיי נישט געמאכט די געזעץ אויף דער וואס סאקט?
כ'פארשטיי אז געווענדליך איז עס די מוהל .אבער דאס איז דאך געמאכט דורך עקספיריענס לויערס .פארוואס האבן זיי נישט געשריבן ,דער וואס איז מוצץ דער איז ריספאנסיבל פארן קאנסענט?

איחוד פעלד » זונטאג יאנואר 13, 2013 7:49 am

· #79419
ווי איך פארשטיי האבען זיי זיך מעיקרא געמיטשעט מיט דער פאקט אז עס איז נישט דא קיין רעגולאציע לגבי מילה אליין אז עס מוז געטוהן ווערען דורך א פראפעסיאנאל, נאר יעדער קען מל זיין, יעדער שמויגער.

אבער געשריבען דער געזעץ האבען זיי מיט דער הנחה אז א ברית ווערט געטוהן דורך א מוהל וואס כלומרשט נעמט ער אחריות אויף די מילה, און ער וועט מאכען זיכער אז אלץ ווערט געמאכט אקקארדינגלי.

ממילא שרייבען זיי כאילו אז דער "מוהל" האט אן אויפגאבע צו האבען א פארם אפילו טאמער האט "ער" דער מוהל איינער וואס העלפט אים, מאכען דער מציצה.

דאס אבער אז דער מוהל איז נישט מער ווי א מילה שניידער און דער טאטע איז דער מכבד איז זיי נישט איינגעפאלען.

זיי וואלטען באדארפט מאכען א געזעץ אז. עלטערען טארען נישט מאכען מציצה בפה נאר טאמער xxx,אבער דאס קענען זיי נישט ווייל זיי שפילען דאך אז די עלטערען זענען נישט אינפארמירט, און די שולד ליגט ביי די שלעכטע מוהלים.

בכלל מאכען א געזעץ קעגען א קאמיונעטי שמעקט נישט גוט אין דעם פרייען אמעריקא, האבען זיי דערפאר געמוזט שפילען אז דער געזעץ איז קעגען מוהלים.

היימישער ליטוואק » זונטאג יאנואר 13, 2013 9:39 am

· #79424
ווייסט איינער דער עונש אויב מען איז עובר אויף דעם געזעץ?

לאדיך אפ » זונטאג יאנואר 13, 2013 10:54 am

· #79439
יידל האט געשריבן די עונש אין די ערשטע תגובה אין דעם אשכול.

יתרו » זונטאג יאנואר 13, 2013 9:32 pm

· #79664
קען איינער דא מיטטיילן זיין עקספיריענס מיטן אינטערשרייבן דעם צעטיל.
אדער האט דא דער עולם נישט קיין קינדער ?

יאיר » זונטאג יאנואר 13, 2013 9:37 pm

· #79668
יתרו, דו האסט דאך אליין עקספיריענס. לויט ווי איך געדענק האט מען ביי דיינע אייניקלעך פשוט אפגעסלייסט מיט א שארפער שמוציגער שטיין פון מדבר סיני, די עגיפטישע רעגירונג האט נישט פארלאנגט קיין קאנסענט פארם דערפאר? אדער האט מען זיך אויסגעלאכט פון די א. ג. שטודיעס וואס ווייזן אז שטיינער ברענגן דזשערמס.

יתרו » זונטאג יאנואר 13, 2013 9:41 pm

· #79672
[ציטאט אראפגענומען]

סאררי איך האב געמיינט אז מען דארף שוין,
סאו ווען פאנגט זיך עס אן ?

יאיר » פרייטאג פעברואר 1, 2013 2:18 pm

· #84148
[ציטאט אראפגענומען]

פארוואס גייען זיי נישט גלייך צו צו דעם עצם משפט, אנשטאט צו אפיעלן דעם פסק אז מ'גיבט נישט קיין סטעי?

נייגעריגער » מיטוואך אפריל 3, 2013 3:52 pm

· #100963
דער "דזשואיש וויק" באריכטעט איבער נאך א פאל ווי מציצה בפה האט אנגעבליך געשפילט א ראלע אין גורם זיין הערפיס פאר א קינד. דאס איז דער ארטיקל:

Health Department: Child Infected From Bris That Defied Conset Rule
The mother of an infant who contracted herpes following a bris with direct oral suction last month denied receiving the required consent form from the mohel, whose name both parents refused to disclose to the New York City Department of Health, The Jewish Week has learned.

A rule requiring parents to give informed consent before a bris involving direct oral suction, or metzitzah b’peh, went into effect in New York City in January.

According to the city’s health department, the infant “developed vesicular lesions (small, saclike bodies) on the scrotum in the weeks after ritual circumcision” and the Herpes Simplex Virus 1 and “was isolated from lesions.” According to a health department spokesperson, the parents say they never received the requisite consent form from the mohel.

In this case — the second reported in the last three months — the infant developed a fever “seven days after circumcision and vesicular lesions the following day.” The infant had what is known as disseminated herpes infection, meaning it has spread throughout the body, but survived.

According to a spokesperson for the health department, no legal action is being taken despite the absence of a consent form.

A coalition of Orthodox groups is suing in federal court to have the consent decree, approved unanimously by the city’s Board of Health in September declared invalid on grounds that it interferes with religious practice. A motion to stay the requirement while the case is litigated was initially approved but later denied.

נייגעריגער » מיטוואך אפריל 3, 2013 3:59 pm

· #100966
און אז איך רעד שוין דא פון מציצה בפה: וואונדער איך מיך וואס גייט טאקע פאר אין דער הינזיכט?!
ע"פ - און ווי עס ווייזט אויס פון דעם באריכט - איז שוין דער געזעץ אז מ'מוז אונטערשרייבן א קאנסענט פארעם אין פולען קראפט! איז וואס טוען אחינו בני ישראל פון די סיטי? מ'שרייבט אונטער? אדער מ'ברעכט זיך בשום אופן נישט אזויווי מ'האט גערעדט אז מ'גייט טוהן?!!!

ישמעאל הכהן » מיטוואך יאנואר 14, 2015 4:25 pm

· #247939
<a class="postlink" href="http://mobile.nytimes.com/2015/01/15/nyregion/mayor-de-blasio-and-rabbis-near-accord-on-new-circumcision-rule.html?_r=0">http://mobile.nytimes.com/2015/01/15/ny ... .html?_r=0</a>

שעפטל » דינסטאג פעברואר 24, 2015 5:42 pm

· #255680
ברעיקינג!!!!!! מעיאר דיבלאזיא יר"ה האט אראפגענומען די רעגולאציע פון אויף מציצה בפה

ק/פ 😉

בן נריהו » דינסטאג פעברואר 24, 2015 5:47 pm

· #255682
שעפטל
ברעיקינג!!!!!! מעיאר דיבלאזיא יר"ה האט אראפגענומען די רעגולאציע פון אויף מציצה בפה

ק/פ 😉

קאנצעסיעס - זענען געוועהן? נאכגיבען עפעס - האט מען געמוזט?

יונה כהן » מאנטאג מערץ 9, 2015 12:40 pm

· #257602
אינטערוויו - הרב חיים דוד צוויבל איבער דער מציצה בפה אָפּמ
מערערע דרונגענדע מיטינגס פון דריי ארגענעזאציעס בשותפות -התאחדות\סאטמאר, אגודת ישראל, און חב"ד- מיט זייערע לויערס, וואס זענען געווען די אָנקלאגער אין פעדעראלע קאורט קעגען די מציצה בפה רעגולאציע פון דער סיטי, זענען פארגעקומען אין דער קאנפערענס רום אין דער הויפט קווארטיר פון אגודת ישראל, וואס האט געדינט אלס אכסניא של המערכה הנ"ל.

אין א גאר אינטערסאנטער אינטערוויו, איז הרב חיים דוד צוויבל דער פירער פון אגו"י, מסביר בטיב טעם, דעם גאנצען השתשלות הדברים איבער מציצה בפה וואס ציעט זיך שוין יארן לאנג. און וויאזוי מ'איז אָן געקומען צום דעם היסטארישער אפמאך.

מ'קען דאונלאָדען (3.5 mb) אדער צוהערן דעם אינטערוויו דורך קליקען דא



א סעלעקציע פון בילדער פון איינע פון די מערערע מיטינגס אין אגודת ישראל הויפט קווארטיר איבער מציצה בפה

שמערל » מאנטאג מערץ 9, 2015 4:40 pm

· #257641
ר' יונה. א יישר כח פאר אייער אינפארמאטיווע אינטערוויו, כ'גלייב אז אויף קול מבשר וועט איר עס נישט קענען אויסליפטערן... אבער למעשה בין איך געבליבן מיט פילע אומקלארקייטן אפשר נאכמער צומישט ווי פארדעם, איז אפשר קענט איר זיי ביטע אויסקלארן אדער אולי אין מגלין אלא לצנועין?

קודם זעה איך איז דא א שטיקל מחלוקת צווישן אייך אין הרב צוויבל איבער וואס איז די שטעלע פון די חרידישע רבנים, איז מציצה בפה א סכנה אדער נישט? איז עס עפעס וואס זיי האבן לעצטנס געטוישט זייער מיינונג?

און אויב איז עס יא א סכנה, האלטן זיי אז אעפ"כ איז מען מחיוב דערין? איז מציצה הארבער ווי די עצם מצוות מילה וואס מען איז פטור בשעת סכנה כגון ישראל מ' שנה במדבר?

אויב איז עס נישט קיין סכנה, דאן פארוואס וועט עס א מוהל מיט הערפיס נישט טארן מאכן? נאר נאכדעם וואס א קינד גייט שטארבן גייט עס ווערן א סכנה?

אויף וואס פונקטליך איז דא געווען די מערכה די אלע יארן אויף וואס מען האט יעדן מחייב געווען מיט הינדערט דאללאר, האט זיך נישט די גאנצע מערכה אנגעהויבן מיט א מוהל פישער פון מאנסי וואס די רעגירונג האט אים געוואלט הייסן אויפהערן צו מאכן מציצה בפה, און אונזערע רבנים וגעניטע עסקנים האבן לוחם געווען דערגעגן בכל תוקף? הייסט למעשה האלטן מיר ביי אלף אז די רבנים זענען מודה אז א מוהל מיט הערפיס טאר נישט מאכן מציצה? נו אויף וואס האט מען זיך דא געשלאפן און געספענדט מיליאנען?
און פלאנען די רבנים צוריק צוצאלן דאס געלט כדין דיין שטעה , אדער לכה"פ זיך צו אנטשולדיגען? האבן זיי שוין געפייערט זייערע אלטע ראטגעבער און פלאנירן כאטש וויאזוי צו באהאנדלען די נעקסטע גזירה אויף א בעסערע קלוגערע וועג, אדער אלעס בלייבט דערווייל ביים אלטן?

וואס זענען למעשה די גענויע פרטים פינעם יעצטיגען דיעל, אין פאל פין א פרישע הערפיס פאל, ווער פונקטליך גייט אינפארסירן אז דער מוהל זאל מער נישט מוצץ זיין, די רעגירונג גייט האבן א אויפזיכט דערויף? אדער נאר די רבנים גייען קעיר נעמען, און וואס פונקטליך גייען די רבנים טוהן פאר א מכובעדיגער מוהל וואס וועט נישט מציית זיין, פלאנען זיי ערנסט צו נעמען שטרענגערע שריט פאר אזא איינעם ווי פאר א מוצץ ילדים גדולים?

ועל כולם, אויף ווי לאנג האלט מען גייט מען אנגיין מיט אזא דיעל, אויב וועלן יעדעס יאר זיין א צוויי דריי אזעלכע פעלער, איז דא איין רעכטדענקיגער מענטש וואס האלט אז די רעגירונג גייט זיך באגנוגענען מיט בלויז מעביר זיין דעם מוהל? גייט טאקע פון היינט און ווייטער זיין דער שטראף פון א מערדער, אז מען נעמט אוועק זיין גאן?

נאך איין שאלה, רב צוויבל דריקט זיך אויס אינדערמיט אז די רעגירונגס זיך אריינמישן קען נאך גורם זיין צו ערגערע גזירות, ווי למשל אז א ברית ברויך זיין אין שפיטאל דורך א דאקטאר. איז דער דאזיגער חשש הארבער ווי דער גזירה אויף מציצה וואס איז כאטש אריינגעטייטשט אין א גמרא? פארוואס טאקע זאל א ברית נישט ווערן דורכגעפירט אין א סטעריליזירטער שטוב מיט א געלערנטער דאקטאר, מיט וואס איז אזא געדאנק זיך מתנגד צום ארטאדאקסישער הלכה?

יונה כהן » דינסטאג מערץ 10, 2015 6:33 pm

· #257816
מענה
שמערל
ר' יונה. א יישר כח פאר אייער אינפארמאטיווע אינטערוויו, כ'גלייב אז אויף קול מבשר וועט איר עס נישט קענען אויסליפטערן... אבער למעשה בין איך געבליבן מיט פילע אומקלארקייטן אפשר נאכמער צומישט ווי פארדעם, איז אפשר קענט איר זיי ביטע אויסקלארן אדער אולי אין מגלין אלא לצנועין?


ס'איז נישט קיין סוד אז איך בין איינגעשטעלט אין די מידיא דעפארטמענט פון אגו"י, פאר מיר איז דאס נישט סתם א שטעלע איך בין שוין אויף די ועד הנהלה פון אגו"י איבער 30 יאר. און דער אינטערוויו איז נאך א חלק פון מיין ארבייט צו פארשפרייטן ידיעות איבער ענינים וואס אגו"י איז אריין געטוהן.

שמערל

קודם זעה איך איז דא א שטיקל מחלוקת צווישן אייך אין הרב צוויבל איבער וואס איז די שטעלע פון די חרידישע רבנים, איז מציצה בפה א סכנה אדער נישט? איז עס עפעס וואס זיי האבן לעצטנס געטוישט זייער מיינונג?

און אויב איז עס יא א סכנה, האלטן זיי אז אעפ"כ איז מען מחיוב דערין? איז מציצה הארבער ווי די עצם מצוות מילה וואס מען איז פטור בשעת סכנה כגון ישראל מ' שנה במדבר?

אויב איז עס נישט קיין סכנה, דאן פארוואס וועט עס א מוהל מיט הערפיס נישט טארן מאכן? נאר נאכדעם וואס א קינד גייט שטארבן גייט עס ווערן א סכנה?


ניין, איך האב נישט קיין שום שטעלע אנדערש ווי הרב צוויבל, (אלס ווארטזאגער בין איך זייער זהיר נישט אריין צו מישען מיינע פריוואטע דיעות) אבער די "פּלעינטיפס" דהיינו די תובעים האבען בפירוש גע'טענה'ט אין קאורט אז עס איז נישט דא קיין שום הוכחה ביי קיין איין איינציג פאל ווי דער מוהל איז געוועהן דער זיכערער גורם פון הערפיס אין א קינד וואס איז גאווערען דיאגנאזד מיט הערפיס נאך א ברית מיט מצב"פ, אויב איר האט זיך גוט צוגעהערט צום אינטערוויו וואלט איר דאס קלאר געדארפט הערען. אויך אין דער אינטערוויו טיט הרב צוויבל באצייכענען דער מצב אין ראקלאנד קאונטי ווי מ'האט שוין געמאכט מבורר'דיגע (DNA) טעסטס און מ'האט געטראפען קלאר אז דאס קינד האט באקומען הערפיס "נישט" פונעם מוהל. דורכאויס דער גאנצער מערכה האבען די פּראָ-מצב"פּ גע'טענה'ט, אדרבה, זאל מען מאכען DNA טעסטס אין במשך כל הזמן האט זיך ניו יארק סיטי גע'עקש'נט אז epidemiology איז גענוג הוכחה. און אויף דעם איז געווען דער סלע המחלוקה מיט די סיטי.

דער ווארט 'סכנה' איז פראבלעמאטיש אין נישט א פונקטליכער איבערזעצונג פון risk. א סייענטיסט קען טענה'ען אז א יעדער ריר וואס א מענטש טיט איז פארהאנען א מאָס ריסק, מ'דארף נישט גיין ווייטער פון ברית מילה זעלבסט. קען דען איינער טענה'ען אז עס איז נישט דא קיין שום טראָפּ ריסק אין עצם ברית מילה זעלבסט? אדער צו גיין נעבען א וואנט פון ציגל?? נאר וואס דען, עס איז אלעמאל פארהאנן א מאס וואס רופט זיך reasonable or acceptable risk פאר דעם לאזען עלטערען זייערע קינדער שפילען מיט roller blades אדער קריכען אויף ביימער וכו'. כאטש מ'קען טענה'ען אז עס איז דא "בלשונינו" א סכנה אין דעם. פארשטייט זיך אז הלכה האט לכאורה (איך בין נישט קיין פוסק) שטרענגערע אופנים ווי אזוי צו מעסטען סכנה. און אין דער סוגי' פון מפקחין את הגל ביום הכיפורים אפילו אויף א ספק ספיקא בן בנו של ספק ספיקא אז אפשר איז דא א איד אונטער דעם גל וואס קען לעבען אפילו שעה אחת. מוז מען איבער לאזען די שאלה פאר פוסקים וויפול ריסק איז מותר ביי מצב"פּ און וויפול נישט

אבער ווען עס קומט צו דער געזעץ איז נישט ריכטיג צו באצאמען די רעכט פון רעליגעזע מער ווי מען באצוימט אנדערע נארמאלע אקטיוויטיז וזה פשוט!

און איך באמערק אז מתנגדי מציצה בפה טאנצען פון הלכה צום געזעץ וחוזר חלילה כפי העולה על רוחם, אויב די קנה המידה איז ווי אזוי עס איז דער נארמאלע שטייגער פון לעבען אין אמעריקע, דאן דארף מען בלייבן ביי דעם זעלבן קני המידה לאורך הויכוח. און לפי זה לכאורה, אויב אולי ואולי לבסוף וועט זיך טרעפען א מוהל וואס מ'וועט יא טרעפען ביי אים א DNA קשר צו הערפיס פון קינד' קען אפשר זיין אז עס וועט זיין גענוג צו שטעלען דעם מוהל אין דער זייט. צו דאס איז גענוג לפי הלכה? דאס דארף מען איבערלאזען צו פוסקי זמננו. אבער אונזערע עקספערטען טענה'ען אז דאס וועט נישט פאסירן, אזוי ווי די געוויסע צאל טעסטס אין ראקלאנד קאונטי האט שוין באוויזען אז אין פעלער ווי ניו יארק סיטי וואלט יא געמאכט א קשר איז נישט געווען קיין DNA match.

שמערל

אויף וואס פונקטליך איז דא געווען די מערכה די אלע יארן אויף וואס מען האט יעדן מחייב געווען מיט הינדערט דאללאר, האט זיך נישט די גאנצע מערכה אנגעהויבן מיט א מוהל פישער פון מאנסי וואס די רעגירונג האט אים געוואלט הייסן אויפהערן צו מאכן מציצה בפה, און אונזערע רבנים וגעניטע עסקנים האבן לוחם געווען דערגעגן בכל תוקף? הייסט למעשה האלטן מיר ביי אלף אז די רבנים זענען מודה אז א מוהל מיט הערפיס טאר נישט מאכן מציצה? נו אויף וואס האט מען זיך דא געשלאפן און געספענדט מיליאנען?
און פלאנען די רבנים צוריק צוצאלן דאס געלט כדין דיין שטעה , אדער לכה"פ זיך צו אנטשולדיגען? האבן זיי שוין געפייערט זייערע אלטע ראטגעבער און פלאנירן כאטש וויאזוי צו באהאנדלען די נעקסטע גזירה אויף א בעסערע קלוגערע וועג, אדער אלעס בלייבט דערווייל ביים אלטן?


איך וויל דא נישט איצט איבערגיין די מערכה מיט דעם אויבענדערמאנטער מוהל, נאר אזוי פיל קען איך מיר ערלויבען, אז די וואס האבען געוואלט שוצען די רעכטען פונעם מוהל האבען זיך נישט שואל עצה געווען מיט אגו"יּ, עכ"פ נישט ביים סוף פון יענע מערכה. מיר לאזען איבער צו די פארשער פון היסטוריע, געוואר צו ווערען וואס די תוצאות פון די עסקנים פון יענער מערכה האבען געברענגט, וד"ל.

שמערל

וואס זענען למעשה די גענויע פרטים פינעם יעצטיגען דיעל, אין פאל פין א פרישע הערפיס פאל, ווער פונקטליך גייט אינפארסירן אז דער מוהל זאל מער נישט מוצץ זיין, די רעגירונג גייט האבן א אויפזיכט דערויף? אדער נאר די רבנים גייען קעיר נעמען, און וואס פונקטליך גייען די רבנים טוהן פאר א מכובעדיגער מוהל וואס וועט נישט מציית זיין, פלאנען זיי ערנסט צו נעמען שטרענגערע שריט פאר אזא איינעם ווי פאר א מוצץ ילדים גדולים?

ועל כולם, אויף ווי לאנג האלט מען גייט מען אנגיין מיט אזא דיעל, אויב וועלן יעדעס יאר זיין א צוויי דריי אזעלכע פעלער, איז דא איין רעכטדענקיגער מענטש וואס האלט אז די רעגירונג גייט זיך באגנוגענען מיט בלויז מעביר זיין דעם מוהל? גייט טאקע פון היינט און ווייטער זיין דער שטראף פון א מערדער, אז מען נעמט אוועק זיין גאן?


איך וועל מיך נישט מיחס זיין צו דעם סארקאסטישער טאן פון דער נוסח, אבער דאך מוז מען רעאגירען אויף דער ערנסטע תוכן פון די שאלה. די טעכנישע פרטים זענען נאך נישט אויסגעארבעט אבער פארשטייט זיך אז א מוהל וואס מ'האט באזייטיקט וועט לכאורה זיין א רעקארד פון דעם און פאָבליק, און איך פארשטיי אז די תובעים נעמען זיך אונטער צו אינפארמירען דעם ציבור פון אזא מוהל. עס זענען נאך נישט פארהאן קיין פרטי כל פונעם סדר הדברים.

שמערל

נאך איין שאלה, רב צוויבל דריקט זיך אויס אינדערמיט אז די רעגירונגס זיך אריינמישן קען נאך גורם זיין צו ערגערע גזירות, ווי למשל אז א ברית ברויך זיין אין שפיטאל דורך א דאקטאר. איז דער דאזיגער חשש הארבער ווי דער גזירה אויף מציצה וואס איז כאטש אריינגעטייטשט אין א גמרא? פארוואס טאקע זאל א ברית נישט ווערן דורכגעפירט אין א סטעריליזירטער שטוב מיט א געלערנטער דאקטאר, מיט וואס איז אזא געדאנק זיך מתנגד צום ארטאדאקסישער הלכה?


איר דארפט נעמען אין באטראכט אז דער פעדעראל קאורט האט גע'פסק'נט אז א יעדער רעגולעשען איבער סיי וואס פארא רעליגעזע אקט מוז אונטער גיין strict scrutny (שטערנגע אונטערזיכונג) לפי זיכרוני מיינט דאס אז די רעגירונג מוז איבערצייגען אז עס איז פארהאן אין דעם א צורך גדול, אז דער רעגולאציע איז נאר דאס מינימום וואס מ'דארף לפי הצורך גדול, און אז עס איז נישט דא קיין אנדערע לייכטערע וועג ווי אזוי צו דערגרייכן דעם ציל. לע"ד האט נאך קיין שום רעגירונג און לכאורה וועט קיין שום רעגירונג נישט קענען באווייזען אז מ'קען נישט פארזיכערען א קינד קעגען אינפעקציע, נאר אויב מ'מאכט דעם ברית אין א קליניק אדער שפיטאל וואס איז סטערעלייזד. ודי בזה לעת עתה

שמערל » דינסטאג מערץ 10, 2015 10:18 pm

· #257848
א גרויסער יישר כח פאר אוועקגעבן פון אייער צייט און אזוי פראפעסיאנאל אדרעסירן מיינע פראגעס, רוב דערפון האט איר שיין פארענטפערט, אבער נאכאלטס בלייבט מיר פארשידענע אומקלארקייטן.

אבער קודם לאמיר קלאר מאכן אז איך האב בכלל נישט אדרעסירט דעם לעגאלן שטאנדפונקט פון די רעגירונג, וואס מיט דעם בין איך מסכים מיט אייך הינדערט פראצענט אז דאס איז א פארלעצונג און באצוימונג אין רעליגיעזע פרייהייט, מיינע שאלות זענען נאר געווען געצילט אויף די רבנים'ס שטעלע צו זיי האלטן יא סכנה אדער נישט.
ווי אויך האב איך געוואלט בעסער פארשטיין דעם יעצטיגן דיעל, ווייל ווי איך גלייב פארשטייט איר אויך אז די אישו דא איז נישט נאר יא געזעצליך נישט געזעצליך, אויב וועט די דעת הקהל בניו יארק זיין קעגן מציצה בפה, העט די געזעץ זיין פאר אונז גאנץ א קנאפער ישועה, געזעצן וועלן ענדערש ווערן אויסגעטייטשט ווי דער דעת הקהל, אדער גאר קענען זיי עס טוישן. און אויב נישט ביי מציצה בפה, העט עס זיין ביי עפעס אנדערש, איך קוק אן די גזירה ווי עפעס וואס באדרועט די גאנצע חרידישע אידישקייט אין אמעריקע, נישט נאר מציצה. און וועגן דעם האב איך געפרעגט וואס איז דא דער פלאן, אויב גייט מציצה ווערן נתברר אלס א סכנה, זעה איך נישט קיין וועג ארויס, בפרט נאכדעם וואס די רבנים האבן שוין מסכים געווען אז על הצד הזה, טאר עס אזא מוהל נישט מאכן.


ר' יונה כהן
אויב אולי ואולי לבסוף וועט זיך טרעפען א מוהל וואס מ'וועט יא טרעפען ביי אים א DNA קשר צו הערפיס פון קינד' קען אפשר זיין אז עס וועט זיין גענוג צו שטעלען דעם מוהל אין דער זייט. צו דאס איז גענוג לפי הלכה? דאס דארף מען איבערלאזען צו פוסקי זמננו. אבער אונזערע עקספערטען טענה'ען אז דאס וועט נישט פאסירן

אפשר זענט איר זיך בעסער מסביר, וואס איז די אפשר, איז דאס נישט א זעכערער חלק פונם הסכם אז אזא מוהל קען מער נישט זיין?
ווי אויך וואס איז די מיינונג פון עקספערטן אז דאס גייט קיינמאל פאסירן, איז דא בכלל א עקספערט וואס האלט אז דעס קען מען נישט איבערכאפן פון א מוהל? אפשר מכח סגילת המצוה?

בנוגע הפרשה במאנסי וואס איר לייגט אראפ אז עס האט נישט געהאט מיט אגודת ישראל, איך האף אז איר פארשטייט אז דער אידישקייט מיט וואס רוב פרא מציצה אידענטיפיצירן זיך האט מער מיט יענע ראדני רבנים ווי מיט צוויבל. אגודת ישראל האט יעצט פונקט גוט געדינט פאר זייערע אינטרעסן צו האבן שענערן פנים אין די גאס. אבער למעשה פארשטייט גאנץ גוט אז די רבנישע אויטאריטעט פארבלייבט לעת עתה ביי בלום וכת דיליה.

און בנוגע מיין פראגע איבער מאכן א ברית אין שפיטאל, אודאי קען די רעגירונג נישט קאנטראלירן רעליגיע, אבער מיין עצם פראגע איז געווען צו האט עס בכלל א שייכות מיט רעליגיע? איז דען בכלל דא א הלכה וואס פארבאט צו מאכן א ברית דורך א דאקטאר לויט די היינטיגע היגיענעישע סטאנדארטן אין א שפיטאל? פארוואס זאל עס זיין אנדערש ווי שחיטה וואס די סטאנדארטן אויף ריינקייט, און ספעציעלע קליידונג איז בכלל נישט עפעס וואס ווערט באטראכט ווי אנטי רעליגיעז, נאר ענדערש ווי געזעצן וואס זענען געמאכט געווארן לטובתנו.

און לאמיר קלארשטעלן, איך בין נישט קעגן מציצה בפה, לדעתי איז עס עפעס וואס אפילו לו יציור אז עס איז נישט קיין עצם מצוה ממש, איז עס א גאר וויכטיגער חלק פון אונזער חרידישע מסורה ווי נישט עסן מאשין מצה, שטריימל וכו', אן אטאקע אויף מציצה איז א אטאקע אויף די גאנצע יהדות החרדית און מיר דארפן עס באקעמפן מיט אלע מיטלן, מיין פראבלעם איז נאר אז כ'בין כמעט איבערצייגט אז די רבנים וואס פירן די מערכה, הייבן נישט אן צו באגרייפן די סכנה, און האבן נישט קיין השגה וויאזוי עס צו באקעמפן (כ'האב איינמאל געהערט ר' מ. ד. נ. פריוואט מסביר זיין פאר איינעם וואס הערפיס איז, דעטאלן זענען איבעריג) , זיי זענען געוואוינט צו נוצן זייערע כלי תכסיסים קעגן די ציונים, אבער דארט האבן זיי א בענעפיט אז זיי האבן א בפירוש'ע הוראה אז מען דארף טוהן נישט אויפטוהן. דא איז סיריעס ביזנעס אויב גייט מען נישט טוהן עפעס ערנסט, העט נישט העלפן קיין פודינו ומצילנו, ולה' הישועה.

Kool man » מיטוואך מערץ 11, 2015 11:42 am

· #257938
לידיעתך, די "מנהג" אדער "מסורה" פון מציצה בפה [לפי דבריך] ווערט געברענגט אין טורי זהב הלכות ר"ה..

יונה כהן » מיטוואך מערץ 11, 2015 3:43 pm

· #258036
מענה
שמערל
... איך האף אז איר פארשטייט אז דער אידישקייט מיט וואס רוב פרא מציצה אידענטיפיצירן זיך האט מער מיט יענע ראדני רבנים ווי מיט צוויבל. אגודת ישראל האט יעצט פונקט גוט געדינט פאר זייערע אינטרעסן צו האבן שענערן פנים אין די גאס. אבער למעשה פארשטייט גאנץ גוט אז די רבנישע אויטאריטעט פארבלייבט לעת עתה ביי בלום וכת דיליה.


אייער 'האף' אין אייער באפעל אז איך זאל "למעשה פארשטיין" קען איך נישט נאכפאלגען ווייל עס איז נישט דער מציאות.

ס'קען אפשר זיין אז דער גרעסטער חסיד'ישער קהילה געפינט זיך אין די "ראדני" (אדער האָפּער) ק"ק ה' עליהם יחי' וכן ירבו, אבער צו טענה'ען אז זיי זענען דאס רוב וואס מאכען מציצה בפה איז א ווילדע השערה. דאס איז פונקט ווי להבדיל (אלף אלפי הבדלות) איינער זאל טענה'ען אז רוב קריסטן אין אמעריקע זענען קאטאליקן צוליב דעם וואז זיי זענען די גרעסטע קריסטליכע קירכע.

אין הכי נמי אז א באדייטענדע חלק פון די קהילות וואס זענען נאנט צו אגו"יּ מאכען נישט מצב"פּ בכלל אדער רק ע"י כלי, איז אבער פארהאן א ריזיגע ציבור בני תורה, און אויך די הויפען פון גער, בעלז, וויזניץ, קלויזענבורג, סקווער באיאן וכו' און אלפי אלפים סתם יודען חרדים לדבר ה' וואס מאכן מצב"פ כפי המסורה און זיי קוקען דוקא ארויף אויף אגודת ישראל פאר פירערשאפט אין דער פרשה. (און כ"כ אנשי חב"ד ווארטען אויך נישט פאר ק"ק "ראדני")

איך ווייס דאס ווייל איך האב געהאט די זכי' צו באגלייטען "הרב" צוויבל ווען ער האט באזוכט גודלי ישראל און זיי געגעבען א פערזענליכע באריכט איבער'ן מצב מיט מצב"פ. און דער כבוד והערצה והתיעצות וואס הרב צוויבל האט באקומען איז געווען גאר גרויס. צב"ש ווען הרב צוויבל מיט א משלחת פון אגו"י האט באזוכט כ"ק מרן אדמור מוויזניץ שליט"א אין מאנסי פאר ראש השנה (אין דער רבי שליט"א איז דאן געווען גאר שוואך ה' יאריך ימיו) צוזאמען מיט בנו הרב אב"ד שליט"א (מוהל מומחה ועומד בקשר עם הרב צוויבל כל הזמן) האט דער רבי איבער געחזרט מערערע מאל מיט גרויס התרגשות "אשריכם אשריכם" און האט אפילו עטליכע פון אונז געקושט אין שטערן וגם אני הקטן זכיתי לחיבה יתירה זו מכ"ק, אלס נאר צוליב די בשורה איבער די מצב פון מצב"פ. פארשטייט זיך אז אגודת ישראל שטייט אין נאנטען קאנטאקט מיט'ן רבי'ן בכל המערכה. און אזוי אויך מיט אלע גדולי ישראל. ולהוי ידוע לך אז אפילו פארשידענע קהילות וואס ס'קען זיך איינעם דאכטען אז זיי זענען פון די מחנה פון התאחדות האבען זיך צוגעשטעלט און געוואלט הערן דוקא וואס הרב צוויבל איז מייעץ ודי לחכימא גם בזה.

יאיר » מיטוואך מערץ 11, 2015 9:08 pm

· #258108
שמערל'ס פוינט איז אז דאס פארטיידיגן מציצה בפה און ארויסגיין אין א לעגאלע קאמף, בפרט אז עס האט זיך נאר געהאנדלט איבער א קאנסענט, קומט ממקורו נישט פון אגודת ישראל. זיי האבן זיך בלויז ארויפגעכאפט אויפ'ן וואגן ווען זייי האבן נישט געהאט קיין ברירה.
א שטיק צייט צוריק האב איך געליינט אין דער "מאמענט" אן אינטערוויו מיט ר' אברהם קאהן, וועלכער זאגט דארט אויס די סודות פון חדר, אז אגודה אהאט אים גענצליך איגנארירט אין אנהויב ווען ער האט פארפירט צו זיי איבער דעם קאנסענט. כאטש איך שטעל מיך פאר אז איר, אלס זייער ווארטזאגער, וועט דאס פארלייקענען.
און נאכאמאל, א דאנק פאר'ן אדרעסירן די פראגעס אונטער אייער פערזענליכער אידענטיטעט און מיט א פאכמאנישקייט אויף דער אינטערנעט - א זעלטנהייט, אדער בעסער געזאגט אומעקזיסטירנדע, פענאמענען אין דער חרדי'שער וועלט. איך קוק ארויס איר זאלט אדרעסירן די איבריגע הערות וואס שמערל האט אנגעמערקט אין זיין לעצטע תגובה.

שמערל » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 1:33 am

· #258217
ניין, מיין פוינט איז אז אגודת ישראל קען נאר שטיין אין שפיץ פון די מערכה נאר ווילאנג זי איז פולשטענדיג אין די אינטערעסן פון די התאחדות רבנים, לו יציור אז די מער עקסטרעמע וועלן נישט זיין פון עפעס צופרידן, איז אגודת ישראל'ס מיינונג ווערט זיראו, ווייל אגודת ישראל פארטרעט היינט נישט קיין שום חרידישן איד, אפילו די וואס איר האט אויסגערעכנט, אגו"י איז נישט מער ווי א שיינער טיטל ווערט פאר פ.ר.
(פערצופאל דא זענט איר יא עפעס גערעכט, ווייל ווי איך פארשטיי פון הונטער די קויליסן האט מען זיך דא געבראכן פון די עקשנות, און איינגעגאנגען אויף די קאנצענסיעס וואס צוויבל האט פארגעשלאגן, אבער דאס גופא האלט איך נאך אייך אינמיטן אויספרעגן, וואס האט זיך דא געטוישט, און איר ענטפערט טאקע זייער פאכמאניש און פאליטיש, אבער איך טאפ ווייטער א וואנט...)
וואס איז אבער ביי מיר ברור, איז אז די אלע הסכמים וועט נאר זיין גילטיג אויפן פאפיר, פשוט א מיטל וויאזוי די סיטי זאל אראפקריכן פון אונז, לפחות אויף א וויילע. וויאזוי אזא זאך זאל זיך אויסארבעטען אויפן לענגערן טערמין, בלייבט ביי מיר א מיסטעריע.

יונה כהן » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 2:43 pm

· #258276
מענה
שמערל
ניין, מיין פוינט איז אז אגודת ישראל קען נאר שטיין אין שפיץ פון די מערכה נאר ווילאנג זי איז פולשטענדיג אין די אינטערעסן פון די התאחדות רבנים, לו יציור אז די מער עקסטרעמע וועלן נישט זיין פון עפעס צופרידן, איז אגודת ישראל'ס מיינונג ווערט זיראו, ווייל אגודת ישראל פארטרעט היינט נישט קיין שום חרידישן איד, אפילו די וואס איר האט אויסגערעכנט, אגו"י איז נישט מער ווי א שיינער טיטל ווערט פאר פ.ר.


דאס וואס איר שרייבט איבער די "מער עקסטרעמע" איז נישט נוגע צו דעם עצם שליחות פון אגודת ישראל צו פארטייגיגען די רעכעטען פון רעליגעזע פראקטיצירער. און לגבי ענין זה איז נישט קיין נפקא מינה צו דער פערשוין אדער גרופּע וואס מ'פארטיידיגט איז עקסטרעמער צו נישט. אויב מ'קען פון אן עקסטרעמער צונעמען זיינע רעכטן דאן האט קיינער באמת נישט קיינע רעכטען.

צב"ש מיר קענען אלע מסכים זיין אז ביי רובא דרובא ארטאדאקסן בזמן הזה איז א שייטל דער אנגענומענער וועג פון צניעות, גאר ווייניג גייען בלויז מיט א טיכל. ויתכן אפשר איז דא מאנכע וואס רופען די וואס גייען בלויז מיט א טיכל "עקסטרעמע". דאך האט אגודת ישראל זיך אנגענומען עטליכע מאל אין קאורט פאר די רעכט פון נישט אפילו א איד! נאר גאר פון א מוסלעמענער צו גיין אין איר רעליגעזע טראגע. און אז א קאמפאני זאל נישט קענען צווינגען אן ארבייטער אויסצוטאן איר בגד צניעות. ס'איז סתם זאמד אין די אויגען, ארייין צו מישען צו אגודת ישראל איז, אדער איז נישט פאר דער מנהג פון מצב"פ און צו איז דער אדער יענע שיטה "עקסטרעם".

הרב צוויבל האט באטאנט אין דעם אינטערוויו, אז סיי אויב מצב"פּ איז א חיוב גמור, און סיי אויב מצב"פ במקום חשש ספק ספיקא של סכנה איז א חיוב, איז א שאלה דוקא פאר רבנים און פוסקים, ונהרא ונהרא ופשטי' יעדער זאל פרעגען זיין רב. אגודת ישראל'ס ראלע וועט ווייטער זיין צו זיין עומד על המשמר צו שוצן די רעכטען פון אלעמען אפילו די אזוי גערופענע "עקסטרעמע" בעזר השי"ת.

און דאס איז דער סיבה פארוואס איך האב נישט געענטפערט אויף א פאר פראגעס ווייל דער עצם שאלה צו מצב"פ איז וויכטיג און אונטער וועלכע אומשטענדען קען מען מוותר זיין, דאס איז פאר פוסקים און זיכער נישט פאר מיר.

איך וועל אויך נישט רעאגירען אויף די מאנסי מוהל פרשה (מער פון וואס איך האב שוין געשריבען), א פרשה מיט וואס איך בין געווען אינטימיש באקאנט, נאר אזויפול קען איך זאגען א סיי שמערל און סיי יאיר געבען נישט איבער גענוי דער פרשה פון דאן, און אויך נישט פון איצט. א קליינע ריאה פון גענויקייט, קען מען זען פון מיין ערשטער מענה לגבי דער מוהל אין מונסי, און וואס שמערל האט אריין-געלערנט אין מיינע ווערטער וז"ל "... איר לייגט אראפ אז עס האט נישט געהאט מיט אגודת ישראל" ולענ"ד קיינער ווער עס ליינט מיין תגובה קען טרעפען אפילו אזא משמעות. און דאס איז דאך ווערטער וואס איז פאר א יעדענס אויגען צו זען. איך בין נאך אלס ביי מיינעם אז עס איז בעסער פאר מיר דאס איבער צו לאזען פאר היסטאריקער. און ימים ידברו צו דער התנהגות פון געוויסע עסקנים ביי יענע פרשה האט א שייכות מיט דעם קלעם מיט וואס יהדות החרדית געפונט זיך איצט איבער מצב"פ אין ניו יארק עד היום.

אגב: אלס ווארטזאגער דארף איך לכאורה זיין צופרידען צו ליינען אז אגודה איז בלויז נישט מער ווי א גוטער פּי.אר. עס איז דאך מיין פאך און אויב מ'איז משבח א פאכמאן דארף ער דאך זיין צופרידען. פון איין זייט הער איך טאג אין נאכט פון קריטיקער אז אונזער פּי.אר. איז lousy, און דא איז דער טענה אז מיר זענען באמת גארניש מער ווי גוטע פּי.אר. 😂 פלאי פלאים

שמערל ביטע למען השם ולמען אחב"י החרדים זאגט נישט אויס פאר יעדעם דעם סוד אז מיר פארטרעטען באמת קיינעם . ווייל ווי לאנג פּאליטישענס אין שונאי החרדים אין ניו יארק קוקען אויף אונז כאילו מיר זענען The 800-pound gorilla that sits where it wants to קען מען איינרעדען דעם רעגירונג און פאליטישענס אז מ'זאל שטיצען אונזערע פארלאנגען לטובת ישיבות, לטובת שומרי תורה בכל מקום שהם... נא ונא בכל לשון של בקשה זאגט נישט אויס דעם אמת ודבר זה אין מגלין אלא לצנועין

מאטי » דאנערשטאג מאי 7, 2015 12:50 am

· #273119
די גאס שמועסט אז הרב מפאפא שליט"א האט זיך אפגעזאגט פון מוהלות צוליב א הערפיס קעיס.

לית דין בר נש » דאנערשטאג מאי 7, 2015 2:39 pm

· #273238
חלילה וחס עס גייט זיך נישט אויפהערן
איך בין נישט קיין מוהל אבער איך קען גוט מציצה בפה איך האב נישט קיין הערפיס איך בין גרייט מיטצוגיין מיט וועלכע מוהל עס וויל נאר ער זאל מל'ן און איך וועל מוצץ זיין
אלע מוהלים דא אין שטיבל קענען זיך פארבינדען מיט מיר אין אישי וועלכע טעג איך זאל זיין אוועילעבעל

שמערל » דאנערשטאג מאי 7, 2015 4:23 pm

· #273282

חאצקעל שניידער » מוצ"ש מאי 9, 2015 9:47 pm

· #273581
Re: די לעגאלע קאמף איבער מציצה בפה אין נ.י. סיטי
אפשר טוט ווער מיט מיר א חסד און זאל אזוי גוט זיין מיר זאגן וואס די אפמאך איז ?

ציבעלע-קיגל » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 11:53 am

· #347798
מאטי
די גאס שמועסט אז הרב מפאפא שליט"א האט זיך אפגעזאגט פון מוהלות צוליב א הערפיס קעיס.


דאס שטאמט דאכט זיך פון נחום
בלאט: 1 2 3