קוקטס ווער האט תשובה געטון און געלייקט דעם לעצטן הודעה.. עטץ גלייבטס עס?
ווינטשען: א גוט געבענטשט יאר !
81 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1906
בלאט: 1 2
לכל ידידי ומכירי,
חברי השטיבל,
אל שארית בית ישראל,
אל פליטת בית סופריהם,
אל כל העמים עלי אדמות,
ועם האנושי בכלל,
תתברכו מלוא חפנים בברכת:
אגג״י
ובעיקר, כתיבה וחתימה טובה.
ידידכם,
קא״ק
חברי השטיבל,
אל שארית בית ישראל,
אל פליטת בית סופריהם,
אל כל העמים עלי אדמות,
ועם האנושי בכלל,
תתברכו מלוא חפנים בברכת:
אגג״י
ובעיקר, כתיבה וחתימה טובה.
ידידכם,
קא״ק
טעפלדי טעפל איז זיך מצרף וואונטשען פארן גאנצען עולם א זיס געבענטשט יאהר!!! מיט אלעם גוטן.
גם אני מצטרף! נאר גוט'ס!!
קינד_אן_קייטלכל ידידי ומכירי,
חברי השטיבל,
אל שארית בית ישראל,
אל פליטת בית סופריהם,
אל כל העמים עלי אדמות,
ועם האנושי בכלל,
תתברכו מלוא חפנים בברכת:
אגג״י
ובעיקר, כתיבה וחתימה טובה.
ידידכם,
קא״ק
געפעלט מיר דיין חתימה...
איך האב מיך אזוי מתבונן געווען, עס איז דא אזא מנהג בעיקר ביי די נשים צדקניות, ווי אויך ביי די גברים וואס האבן א נשמתא דנוקבא, און זיי זענען זייער עמאציאנעל, אנצוקאלן די גאנצע שטאט צו ווינטשען שאנע טובע, גוט געבענשטעיאר.... וכו' וכו'
מען וויל זיך אראפלייגען דאס מיד זעקל ביינער ערב ר''ה אויף שעה צוויי... און דער פארשאלטענער טעלעפאן הערט נישט אויף צו טעראזירן די מענטשהייט... האלא? יא! דא רעדט דיין ניס חנה ביילא... די געדענקטסט ווער איך בין?
יא... די ביזט ברוך'ס טאכטער? ניין! משה שמעון'ס! אה.... נא וואס קען איך טאן פאר דיר? גארנישט איך האב סתם געוואלט ווינטשען א גוט יאר.... און???????? בום! דער טרייבל איז טויט... מען מורמעלט זיך אונטער א קללה... און מען דרייט זיך אויף די אנדערע זייט... קוים די אויגן פארקלעבן זיך ווידער... בום.... דער טעלעפאן פייפט שוין ווייטער וחוזר חלולה..... א פחד....
מה לנו לצרה הזאת? דער מנהג גייט מיר עפעס נישט אין קאפ אריין, דער אייבישטער האט באשאפן די וועלט, און ער פירט דער וועלט עדי לקשושותא... ער איז בורא ומנהיג לכל הבראים, און פירט דער וועלט ווי אזוי ער וויל, כחומר ביד היוצר, כאבן כיד המסתת, כגרזן ביד החרש, כהגה ביד המלח, כזכוכית ביד המזגג, כירועה ביד הרוקם, ככסף ביד הצורף, אזוי ווי מען זאג יוה''כ אויף דערנאכט.
און ער שרייבט אן יעדען ר''ה, ווי אזוי דער נייער יאר זאל דירך גיין, אלזא וואס טוהען אויף די אלע ווינטשערייען? דאס איז עפעס משנה? קען עס דען העלפן? עס איז דאך אלעס געוואנדן אין די מעשים פונעם מענטש? אם ישוב מיד תקבלו.. און אויב נישט ח''ו..... וואס קימט דא אריין די ברכה פון די באבע די צדיקות? און די מומע יענטע נעני? אדער די ווארימע ברכה פון די לייטזעליגען שוויגער זאל לעבן ווי לאנג זי וויל, וואס זיכט נאר א גאנץ יאר צו מאכן דאס לעבן וואס מער ביטער?
אבער ווי נאר איך האב אנגעהאנקערט אינעם טור וואס ברענגט אראפ דעם דאזיגער גמרא: אמר אביי השתא דאמרת סימנא מילתא היא, יהא רגיל איניש למיכל ריש שתא: קרא ורוביא, כרתי, סילקא ותמרי". בתרגום: לאחר שאמרת שיש ענין בסימנים , יהא אדם רגיל לאכול בראש השנה דלעת ורוביא, כרתי, סילקא ותמרים. אז א סימן איז א א זאך האב איך אביסל פארשטאנען דעם מנהג, מען פירט דירך די אלע ווינטשערייען אלס אזא סימן.. דהיינו ווען איינער בייסט אריין אינעם קאפ פון שעפסעל ווער ער דען ווערן א ראש? אויב טוהט ער נישט קיין תשיבה וועט ער גיין אין דער ערד אריין! נאר וואס דען? עס איז אזא סימן... דאס זעלביגע מיט די ווינטשערייען... עס העלפט א מכה... נאר וואס דען? אזא סימן....
שוין זאל זיין א סימן.... סימנא מילתא היא

קאך_לעפלאון ער שרייבט אן יעדען ר''ה, ווי אזוי דער נייער יאר זאל דירך גיין, אלזא וואס טוהען אויף די אלע ווינטשערייען? דאס איז עפעס משנה? קען עס דען העלפן? עס איז דאך אלעס געוואנדן אין די מעשים פונעם מענטש? אם ישוב מיד תקבלו.. און אויב נישט ח''ו..... וואס קימט דא אריין די ברכה פון די באבע די צדיקות? און די מומע יענטע נעני? אדער די ווארימע ברכה פון די לייטזעליגען שוויגער זאל לעבן ווי לאנג זי וויל, וואס זיכט נאר א גאנץ יאר צו מאכן דאס לעבן וואס מער ביטער?
אל תהי ברכת הדיוט קלה בעיניך.
אבער די ברכות ארבעטן אויך וויערלעס. ווער עס איז אין די גיסטע פון וואונטשן קען עס טוהן ביי זיך אינדערהיים, מען דארף נישט אנרופן יענעם משוגע מאכן. אויסער ווען עס רעדט זיך פון די באבע און זיידע וואס לעכצן אז איינער זאל זיך בכלל וויסענדיג מאכן פון זיי, קאלט מען זיי אן ווינטשן און מען כאפט אריין נאך א זכות צום יום הדין.
קאך לעפעל.
האסט אפשר פארגעסען פונ'ם מאמר " אל תהי ברכס כלה הדיוט בעיניך"
אז דע שניר קאלט דיך דיר אנצעווינטשען, נעם עס אן באהבה.
האסט אפשר פארגעסען פונ'ם מאמר " אל תהי ברכס כלה הדיוט בעיניך"
אז דע שניר קאלט דיך דיר אנצעווינטשען, נעם עס אן באהבה.
צו וואס וואונטשטו ר"ה ביינאכט לשנה טובה. אויב טוט יענער נישט תשובה גייט ער דאך אין ד'רערד אריין.
אפשר ליגט אין ברכות ווינטשעריי עפעס טיפער, די מטרה איז להרבות שלום ואחוה צווישן די מענטשהייט. אין ספרים שטייט אז די ענין פון א ברכה איז מעורר צו זיין חסדים, דורך דעם וואס דו ווינטשט יענעם איז עס מעורר אז מ'זאל אים אויך בענטשן פון אויבן.
שמעקעדיגצו וואס וואונטשטו ר"ה ביינאכט לשנה טובה. אויב טוט יענער נישט תשובה גייט ער דאך אין ד'רערד אריין.
שמעקעדיג: ייש"כ. איך האב שוין געהאלטן ביי אפשרייבן א תגובה צו דיין הודעה, ווען כ'האב באמערקט אז מ'האט מעך שוין מאק-דעם געוועין.
ליתר פרטים עיין ב"רויטע וואנצעס". עניוועי. אלע אידן זאללן האבן א גוט געבענטשט יאר און א גמר חתימה טובה. און ס'זאל זיין א שנת גאולה וישועה. אמן... 😂 😂 😂 🙄 🙄 😳 😮
א גוט יאר פאר אלע קאווע טרינקער. לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום.
Re: ווינטשען: א גוט געבענטשט יאר !
גם אני רוצה לברך את כל חברי וידידי מחדר הקפה , שתתברכו בכתיבה וחתימה טובה , שנה טובה ומבורכת בכל הענינים ברוחניות ובגשמיות ,
און אי״ה צום נייעם יאר צום ווידערזען מיט א פרישקייט !!!
און אי״ה צום נייעם יאר צום ווידערזען מיט א פרישקייט !!!
הערטס אויף צו ווינטשען, שמעקעדיג גייט באלד צוברעכן זיין קאמפיוטער, און ענדליך אראפפלאשן זיין טעלעפאן כתקנת המוסדות.
Re: ווינטשען: א גוט געבענטשט יאר !
נאר די נאכגעמאכטע האט ער נישט ליב מיינס איז אריגענאל !!!
Re: ווינטשען: א גוט געבענטשט יאר !
רויטע וואס איז מיט דיין ברכה ?
Re: ווינטשען: א גוט געבענטשט יאר !
איך האב אלטע אידישע ליכט, אויך גיט?
Re: ווינטשען: א גוט געבענטשט יאר !
פאר קאווע שטיבל אליינס קומט זיך אויך א ברכה נאך אזא שווערע יאר ,
אלע דיינע פארבלאזשענע חברים וואס זענען געגאנגען פאשען צו פרעמדע פעלדער זאלן זיך צו דיר צוריקקערן ,
און אלע וואס זענען געבליבען זאלן נישט פארבלאנזשען און זאלן האבן גענוג צייט צו שרייבען ,
און עס זאלן זיך איינשרייבען צו דיר נאך געשמאקע שרייבער. אכי״ר

@ירא שמים האט מיר דערמאנט אז איך האב נאכנישט א ברכה געגעבן. אלזא, צוליב מצוה לשמוע לדברי אויבער חכמים, וויל איך וואונטשען מיינע טייערע ליבע חברים, אז די קומענדיגע יאר זאל זיין א שנת תגובה, שנת הודעה און שנת קאווע שטיבלאי. די לעבעדיגע זאלן ווייטער שרייבן, און די טויטע (דא זאל מען אינזינען האבן די שמות הקדושים כוכ"ב אפטעמיס"ט לעיקווא"ד נהור"א נפיש"א מאט"י געפילט"ע פי"ש פארווא"ס מש"ה געצי"ל מצטמ"ק ויפ"ה קופערניקו"ס וכו') זאלן לעבדיג ווערן. אלע נודניקים זאלן נתהפך ווערן צו ידידים, און אלע טראלערס זאלן אויסגעריסן ווערן.
גוט יאר קאווע שטיבל
נעקסטע יאר גיי איך נישט אריין אין שיל ביז כאב גערעט מיט יעדעם אין קאווע שטיבל
נעקסטע יאר גיי איך נישט אריין אין שיל ביז כאב גערעט מיט יעדעם אין קאווע שטיבל
ווינטשען: א גוט געבענטשט יאר !
Wow מיינע און רויטע וואנצעס ברכות הייבן אהן מקוים צו ווערן !!! לאמיר האפן אויף ווייטער
א גוט וואך און א גוט יאר מזאל האבן אויסגעבעטן אלס גוטס !
א גוט וואך און א גוט יאר מזאל האבן אויסגעבעטן אלס גוטס !
א זיס לעכטיג יאר מיינע גיטע פריינד
8644373_7815777.m4a
כ'האב שוין נישט קיין געדולדט צו ווארטן ביז חמישה עשר באב, און כ'וויל שוין אנהייבן וואונטשן לשנה טובה, מיט בילדער און נוטריקין אויף ת'ש'פ'א'
רבותי כאפטס נישט קיין טשילס... גם זה יעבור.... חחחח
Re: ווינטשען: א גוט געבענטשט יאר !
ת׳הא ש׳נת פ׳עדעמיק א׳ווער
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
אז איר האט א שיינעם לשנה טובה קארטל, לייגט עס ארויף
תהא שׂובע אלף פעמים
תהא שנת פאלטשע אידישקייט?
לאמיר אויסניצן די טעג איינצורייסן!
לאמיר אויסניצן די טעג איינצורייסן!
בלאט: 1 2