ביז נעקסטע יאר וועל איך מן הסתם אויך נישט זיין ביים קאמפיוטער מילא וועל איך וואונטשען תשע"ג זאל זיין אלע ברכות א גוטע,געבענטשטע,געלונגענע,געוואלדיגע,געהאלפענע,גרינגע,גאלדענע,געהויבענע,געזונטע,יארע
א גוט געבענטשט, זיס, לעכטיג, פרייליך, געשמאקע, יאר ברידערלך! היפטור מחבירו אל יפטור אלא מתוך דבר הלכה. היות איך וועל די קומענדיגע שטיקל צייט ווי עס קוקט אויס נישט האבן צו פיל צייט זיך צו דרייען דא, וויל איך נאר איבער געבן א קורצע פסק דין וואס איך האב נארוואס געהערט פונעם דיין שליט״א ביי של״ס; איינער וואס האט משום איזה סיבה נישט קיין ראש הכבש אדער ראש הדג ר״ה ביינאכט, קען ער אויך יוצא זיין די מצוה מיט א ראש הכולל אדער א ראש ישיבה... די עיקר אידן געדענקט זייטס פרייליך! תן חיוך! ״וגילו ברעדה״ דער ״וגילו״ איז פאר דעם ״ברעדה״, זעט אויס אז דאס שמייכל דארף פארנעמען דעם אויבן אן פאר דעם אנגעצויגנקייט.
א גוט געבענטשט, זיס, לעכטיג, פרייליך, געשמאקע, יאר ברידערלך! היפטור מחבירו אל יפטור אלא מתוך דבר הלכה. היות איך וועל די קומענדיגע שטיקל צייט ווי עס קוקט אויס נישט האבן צו פיל צייט זיך צו דרייען דא, וויל איך נאר איבער געבן א קורצע פסק דין וואס איך האב נארוואס געהערט פונעם דיין שליט״א ביי של״ס; איינער וואס האט משום איזה סיבה נישט קיין ראש הכבש אדער ראש הדג ר״ה ביינאכט, קען ער אויך יוצא זיין די מצוה מיט א ראש הכולל אדער א ראש ישיבה... די עיקר אידן געדענקט זייטס פרייליך! תן חיוך! ״וגילו ברעדה״ דער ״וגילו״ איז פאר דעם ״ברעדה״, זעט אויס אז דאס שמייכל דארף פארנעמען דעם אויבן אן פאר דעם אנגעצויגנקייט.
הא הא האסט מיר דערמאנט א גוטס ביים שיעור פון הרה"ג ר' אפרים שמעון לייכטאג בנוגע די ראש דג אדער ראש כבש, האט ר' ליפא שטויבער אריינגעפערעגט צי מען קען יוצא זיין מיט א קאפ קעיק...
זיי מיר געזונט ר' משה געציל איך וואלט געקענט ביישטיין צו לערנען אביסל נטעי ההרים אויף כרפות שלאגן, סוכות בויען וכו'
ווינטש איך אויך פון די טיפקייט פון מיין הארץ, א זיס לעכטיג יאר, ברוחניות ובגשמיות, פאר אלע אונזערע טייערע חברים דא, און גאנץ כלל ישראל, פרנסה בריוח, נחת דקדושה, מיטן ריכטיגן דעת און אמונה שלימה, הרחבת הדעת, און מיט אהבה ואחוה ושלום ורעות, מיר זאלן אינאיינעם מקבל זיין פני משיח צדקינו, אמן.
שנה טובה ומתוקה, האבעך אמאל געזעהן אין די שיחות פון ליבאוויטשער רבי'ן, אז וואס איז מען מוסיף מיט דעם "מתוקה", זאגט ער אז טובה אליין קען אסאך מאל נישט טויגן ווייל עס קען מיינען גם זו ל"טובה", דעריבער בעטן מיר זאל זיין "מתוקה" מ'זאל מרגיש זיין א מתיקות,
א גמר חתימה טובה פאר אלע טייערע חברים און פאר די חשוב'ע הנהלה, כל אחד בשמו הטוב יבורך, עס זאל קומען א פיין לעכטיג געשמאקע יאר אויף אלע אידן. א גרינגען תענית!
הריני מוחל לכל מי שהכעיס והקניט אותי או שחטא כנגדי בין באישית, בין בתגובות, ובין בלייקס, בין מלפני הפרגוד ובין מאחורי הפרגוד, בין בניקי ובין בכבודי, בין בכל אשר לי, בין במחשבה ובין בדיבור ובין בכתובה, בין בשוגג ובין במזיד, בין באונס ובין ברצון, בין בניק זה ובין בניק אחר, בין בפארום זה ובין בפארום אחר, לכל ניק שהוא, ולא יענש שום אדם בסיבתי, יהי רצון וכו'
איך בעט ענק אלע איבער און איך האף ענק וועלן מיר אויך מוחל זיין, אויב כאב איינעם מצער געווען און ער האט אויף מיר א שווער הארץ זאל ער מיר ביטע מודיע זיין אין אישית ASAP.
א גמר חתימה טובה, א זיס לעכטיג יאר פאר אלע אידן בכל מקום ובכל מצב שהם, א גרינגע תענית און א איזי אויספאסטן, וה' ימלא משאלותינו במדה טובה וישועה ורחמים.
ראש מדינת אמעריקא וואונטש זייער ווארעם... ער זאגט ממש נאך וואס קאווע טרינקער שרייבט דא
וואס גאט וויל אז זיי זאלן אים שטיין צום האנט, כביכול, משלים צו זיין די בריאה. ארויסצוברענגן אירע כוחות, און אויסנוצען די חכמות אויף צו בעסער מאכן די וועלט.
לכבוד מיין וואטסעפפ חבר: שטייענדיג פאר יום כיפור וויל איך מיר איבערבעטן און אביסעל אויסשמועסן מיט דיר אונזער וואטסעפפ חברותה.
ווען די האסט שפאנירט אויף מיר און געזעהן אז איך בין "אנליין" האסטו מיר געשיקט וואטס אפ? איך האב דיר הערשט געענפערט נאך צוואנציג מינוט מן הסתם ביסטו געווען ברוגז ווייל איך בין דאך אנליין און איך ענפער נישט, אבער לאמיר דיר זאגן איך האב געהאלטען אינמיטען א העווי טשעט אויף א גרופ (מען האט דיסקאסט זייער וויכטיג עפעס וועמענס ווייב ספענט מער געלט..) איך האב נישט געפילט פאר וויכטיג אנצוהייבן א פרישע בארינג שמועס ( בערך אזוי: וואטס אפ? ב"ה האוו אר יא? גוד עני ניוס? נאטינג ספעשאלס און אזוי ווייטער די באטאמטע שמועסן...) אביסעל שפעטער ווען איך בין ווייטער געווען אנליין האב איך געהאלטען און מיטען קוקען א וואטסעפפ קליפ אדער האב איך סתם אזוי נישט געהאלטען ביים ענפערן, איך בין עפעס מחויב דיר גראד צו ריספאנדען? אבער איך טריי געווענדליך צו קוקען ביי די נאטעפיקעישאן'ס וואס בערך די טעקסט איז אויב איך וויל דיר יעצט נישט ענפערן טריי איך עס נישט צו עפענען אז די זאלסט מיינען אז איך בין ביזי...
אויך דארף איך דיר איבערבעטן אזוי ווי אונז זעמיר צוזאמען אויף צוויי גרופס און איך פאווערד צומאל א גוטס פון איין גרופ צו די אנדערע און עס מאכט דיר נערוועיז, אדער שיק איך ביי מיסטיעק איבער די זעלבע לאנגע מעסעדש אויף די זעלבע גרופ, ווער רעדט נאך אויב איך שיק די זעלבע קליפ און סנוצט דיר אויס צוועלעף מעגע בייטס דעטע.. אבער אפילו איך שיק נאר איינמאל א גוטס אויף איין גרופ שרייבסטו שוין "אלד דזאוק" ווייל די האסט עס שוין געזעהן צוויי שעה צוריק אויף דיין פעמעלי גרופ און די האסט עס נישט געפאווערד...
מהאלט שוין ווידער ביי א יאר גאנץ ניי, דאס בלעטעלע פון פאריאר געט מען א פארדריי, וואס איז געווען וועט זיך נישט טוישען סיי ווי סיי, תכלה שנה מיט אירע פראבלעמען און וויי, און פארן נייעם יאר לאמיר מאכען א געשריי, טאטע זיסע אונזער צובראכען הארץ פארשטיי, זיי אונז מוחל אויפן עבר און אונזערע זינד פארציי, הער אונזערע בקשות לתפילתינו שעה, שענק אונז א זיס יאר מיט כל מיני שפע מיניה וביה, געזונט פרנסה נחת און ברכות עד בלי די, א הארץ פול מיט שמחה בני חי ומזוני רויחי, ימלא ה' כל משאלותינו און שנת תשע״ה.
און אז איך בין שוין דערביי, וואונטש איך דא פאר אלע חביריי קאווע שטיבל איינוואוינער די אלטע און די ניי, צום ווידערזעהן איבערעס יאר... און פאר יעצט ביי...
אזויפיהל וויל איך נאך. וואנטשען מיינע ברודער דא. האסטס מיר אלע א גוט געבענטשט יאר, בעהטס ענק אויס אלץ גוט, די תפילות זאלן נתקבל ווערן ברחמים וברצון. איך האב ענק אין מיינד טעגליך. שטילע