☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

"עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

341 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #19
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

קורקלענד » מיטוואך אפריל 7, 2021 11:40 pm

· #469427
He was so MEAN!

moneyminded » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 1:20 am

· #469436
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
קורקלענד
He was so MEAN!
This should be fun as they come home to cry to thier husbend... B2... took my pt away he was so mean... [emoji22][emoji22][emoji22]

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

אישתישבי » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 8:23 am

· #469440
דאס ווייזט אז הצלה איז אינטערעסירט מיט זייערע אגענדעס אפילו אויף דער חשבון פין א פאציענט.

און דער מסקנה איז, אז זיי דארפען אביסל קאמפעטישן.

קורקלענד » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 8:59 am

· #469444
אישתישבי
דאס ווייזט אז הצלה איז אינטערעסירט מיט זייערע אגענדעס אפילו אויף דער חשבון פין א פאציענט.

און דער מסקנה איז, אז זיי דארפען אביסל קאמפעטישן.

פון וואנעט ווייסט איר וואס דער פאציענט האט געוואלט?

בת קול » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 9:43 am

· #469449
קורקלענד
אישתישבי
דאס ווייזט אז הצלה איז אינטערעסירט מיט זייערע אגענדעס אפילו אויף דער חשבון פין א פאציענט.

און דער מסקנה איז, אז זיי דארפען אביסל קאמפעטישן.

פון וואנעט ווייסט איר וואס דער פאציענט האט געוואלט?



זיכער נישט אזא scenario.
I guarantee אז זי גייט נישט רעקאמענדירן הצלה נאך אזא מעשה.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 9:48 am

· #469450
קורקלענד

פון וואנעט ווייסט איר וואס דער פאציענט האט געוואלט?

פון וואנעט ווייסט איר אז טראמפ האט פארלוירן די 2021 פרעזידענטליכע וואלן?

#נארפאקטן

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 2:03 pm

· #469480
כרם זית
זייער א שיינע ווערטעל. אבער די פאקט איז אז הצלה האט א ריספאנד צייט פון צוויי מינוט, אפגעזען שייטל צי ליפסטיק. אפשר טאקע פלעדבוש וואו עס וואוינען נישט אסאך ב"פ הצלה לייט זענען זיי אנגעקומען פארדעם.

די פאקט איז אויך אז הצלה׳ס קעגנערשאפט צו עזרת נשים איז נישט באזירט אויף פאקטן (פלעטבוש הצלה לאזט יא אריין פרויען?), ועיין כאן.

קורקלענד » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 2:21 pm

· #469482
רביה''ק זי''ע
כרם זית
זייער א שיינע ווערטעל. אבער די פאקט איז אז הצלה האט א ריספאנד צייט פון צוויי מינוט, אפגעזען שייטל צי ליפסטיק. אפשר טאקע פלעדבוש וואו עס וואוינען נישט אסאך ב"פ הצלה לייט זענען זיי אנגעקומען פארדעם.

די פאקט איז אויך אז הצלה׳ס קעגנערשאפט צו עזרת נשים איז נישט באזירט אויף פאקטן (פלעטבוש הצלה לאזט יא אריין פרויען?), ועיין כאן.

איר ווייסט אז ס'האט נישט מיט פאקטן? אדער איר שטעלט זיך פאר?

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 2:26 pm

· #469485
איך ווייס אז איך שטעל מיך פאר אז איך ווייס..

מפיל קינד » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 2:42 pm

· #469491
מעגליך אז ס'דא פאקטן אינוואלווד, אבער הצלה וואלט פונקט אזוי געקעמפט קעגן זיי אן פאקטן אויך...

cictim » דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 11:39 am

· #480098
<a class="postlink" href="https://www.theyeshivaworld.com/news/featured/2001095/pashkvillim-decry-united-hatzalahs-use-of-women-emts-eli-beer-we-are-proud-of-our-women.html">https://www.theyeshivaworld.com/news/fe ... women.html</a>

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 22, 2021 12:42 am

· #480239
סיקטים: די איינוואוינערס פון רמת בית שמש זענען סתם בהמות (און חיות). פאר אראפרייסן די..."רבני הסרוגים"...! זיי זענען מרבה שנאת חינם און מאכן אן א גרויסן חילול ה' מיט זייער (ווילדע) אויפפיהרונג...!

פאליטיקאנט » דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 1:06 am

· #486096
די צענטראלע חברה הצלה פון ניו יארק סיטי האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע אין געריכט קעגן חברה הצלה ד'פאלם ביעטש פלארידא, אויף טרעידמארק קאפירייט פארלעצונגען פון די ווארט "הצלה", צוליב וואס זיי האבן פרויען וואלונטירן....
📎 Hatzala Lawsuit.pdf

שמעון וואלף » דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 2:02 am

· #486102
איך האב געליינט אמאל אז אין וואשינגטאן הייטס און ריווערדעיל זענען דא פרויען וואלונטירן אין הצלה. טאמער דאס איז ריכטיג איז לכאורה די לאו סאוט וועגן עפעס אנדערש.

מונטסורי » דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 8:04 am

· #486108
כ׳בין ווייט נישט קיין עקספערט אין טרעידמארקס נאר כמדומה לי אז ס׳גרינג צו טזשעלענדזשען די טרעידמארק פאר א ווארט וואס האט א מיינונג, כלומר הצלה מיינט ראטעווען אלזא קענסטו עס נישט טרעידמארקען אז ס׳איז דיין ווארט, עפעס אזוי, אפשר איז דא איינער וואס קען די נושא בעסער און קען אריינקומען קלאר (די סימבאל איז אוודאי הארבער).

nespresso » דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 10:07 am

· #486114
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
שמעון וואלף
איך האב געליינט אמאל אז אין וואשינגטאן הייטס און ריווערדעיל זענען דא פרויען וואלונטירן אין הצלה. טאמער דאס איז ריכטיג איז לכאורה די לאו סאוט וועגן עפעס אנדערש.
דארפסט נישט גיין אזוי ווייט סקווירא האט פרויען

היכי דמי » דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 10:18 am

· #486115
איך קען מיר נישט אויס אין די געזעצן, אבער איז שייך בכלל צו טרעידמארקן אזא ווארט ווי הצלה? עס איז נישט א קאמפעני נאמען, עס איז א מציאות. קען מען טרעידמארקן אזעלכע ווערטער ווי "פאליס" "ראטעווע" "פייער"? איך האב א פילינג אז די לאו סוט גייט גיין סאוט, און עס גייט נאר קאסטן פאר די ציבור די ריזיגע געלטער פון זייער לאיערס.

בת קול » דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 12:04 pm

· #486125
און דארט לייגן זיי קהל'ס געלט. זייער שיין.

איך פארשטיי נישט פארוואס בארא פארק פאנד זיי נאך.

ערשט פארשווענדן זיי טייערע געלטער צו האקן אויף עזרת נשים און יעצט דאס.

מען געבט זיי נישט צדקה צו זיין אין פאליטיק.

צעיר בישראל » דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 2:23 pm

· #486136
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
בת קול
און דארט לייגן זיי קהל'ס געלט. זייער שיין.

איך פארשטיי נישט פארוואס בארא פארק פאנד זיי נאך.

ערשט פארשווענדן זיי טייערע געלטער צו האקן אויף עזרת נשים און יעצט דאס.

מען געבט זיי נישט צדקה צו זיין אין פאליטיק.
ארויסגעכאפט מיינע ווערטער, אנקלאגן אין געריכט קאסט געלט, כהאב געמיינט אז זיי גייען נאך געלט ביים ציבור, מעג מען אזוינס טוהן מיט ממון הקדש???

סעגאל » מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 9:26 am

· #486446
עניוועי דאס טיען אלע מוסדות און קהילות מיט די געלט וואס מען גיט זיי.

מונטסורי » מאנטאג מאי 30, 2022 7:14 am

· #501211
https://nypost.com/2022/05/29/hatzalah-suing-florida-based-jewish-ambulance-service-that-employs-women

טו בי פעיר, ס׳איז נישט קלאר וואס די סיבה פון די אגרעסיעס זענען, אין די אנקלאגע ווערט נישט דערמאנט די אישו פון די פרויען וואלונטירן, בלויז די טרעידמארק נושא. עס קען זיין אז דער פלארידא גרינדער דערמאנט די פרויען אישו בלויז צו באקומען א העדליין.

אזוי צו אזוי, די אגרעסיעס פון מצד די ניו יארק הצלה איז ממש גרויליג, זיי וואלטען זיך אמווייניגסטענס געדארפט ערקלערן פאר די ציבור וועם זיי סערווירן און פון וועם זיי פאנדרעיזן.

או אינו » מאנטאג מאי 30, 2022 10:05 am

· #501218
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
זינט הצלה בילט אינשורענס האסט זיי מער נישט קיין דעלי קאסטען וואס ברויך ווערן פינאנצירט פין דרויסען - קאפיטעל עקספענדיטאר ווי אמבולנסען אין מאשינערי ווייס איך נישט.
עס איז נאר א פראגע פין צייט ביז הצלה וועט ווערן א פול פראפיטבל געשעפט.
דאס איז די בעסטע תירץ פארוואס משלאגט זיך אזוי מיט עזרת נשים אין די נייע פלארידע הצלה ארגעניזאציע.

פרנס החודש » מאנטאג מאי 30, 2022 11:15 am

· #501224
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
זיי מאכן שוין יעצט ריזיגע געלטער, פונקט ווי for-profit אמבולאנס קאמפאניס. איך האב וואלונטירט ביי אן אלגעמיינע אמבולאנס קאמפאני פאר א תקופה, עס איז דא אסאך געלט דארט ( נישט ווייניגער ווי נורסינג היימען..)

פרנס החודש » מאנטאג מאי 30, 2022 11:16 am

· #501225
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
זיי מאכן גאר מער געלט, ווייל זיי האבן נישט די פעיראל עקספענס

אונטער חכם » מאנטאג מאי 30, 2022 11:21 am

· #501227
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
מונטסורי
https://nypost.com/2022/05/29/hatzalah-suing-florida-based-jewish-ambulance-service-that-employs-women

טו בי פעיר, ס׳איז נישט קלאר וואס די סיבה פון די אגרעסיעס זענען, אין די אנקלאגע ווערט נישט דערמאנט די אישו פון די פרויען וואלונטירן, בלויז די טרעידמארק נושא. עס קען זיין אז דער פלארידא גרינדער דערמאנט די פרויען אישו בלויז צו באקומען א העדליין.

אזוי צו אזוי, די אגרעסיעס פון מצד די ניו יארק הצלה איז ממש גרויליג, זיי וואלטען זיך אמווייניגסטענס געדארפט ערקלערן פאר די ציבור וועם זיי סערווירן און פון וועם זיי פאנדרעיזן.
הצלה טענה'ט אין די לאוסוט אז זיי האבן א אייגענע ארגאניזאציע דארט אין סאוט פלארידע, די פאוסט דערמאנט עס אינגאנצן נישט, טיפיקעל נ''י פאוסט.

עס איז נאר א נארישקייט פון הצלה נישט צו ריספאנדן, ווארשיינליך סתם אלד סטייל חרדישע מענטאליטעט.

היכי דמי » מאנטאג מאי 30, 2022 1:18 pm

· #501242
שטייט אז די קעיס האט שוין אפגעקאסט פאר הצלה $150,000.

ווייס איך שוין פארוואס מען דארף א הצלה טאן

פרנס החודש » מאנטאג מאי 30, 2022 7:30 pm

· #501290
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
nespresso
שמעון וואלף
איך האב געליינט אמאל אז אין וואשינגטאן הייטס און ריווערדעיל זענען דא פרויען וואלונטירן אין הצלה. טאמער דאס איז ריכטיג איז לכאורה די לאו סאוט וועגן עפעס אנדערש.
דארפסט נישט גיין אזוי ווייט סקווירא האט פרויען
און זיי ווערן געפירט דורך פרעמדע מענער ווייל זיי מעגן דאך נישט דרייוון.

מרדכי מרדכי » פרייטאג יולי 22, 2022 1:24 pm

· #504814
זייער א שיינע און גלייכע זאך אבער איז עס נאר פאר הצלה אדער אלע פירסט ריספאנדערס ווי למשל עזרת נשים?
📎 IMG_20220722_132103_234.jpg

היסטאריע » פרייטאג יולי 22, 2022 7:11 pm

· #504842
מרדכי מרדכי
זייער א שיינע און גלייכע זאך אבער איז עס נאר פאר הצלה אדער אלע פירסט ריספאנדערס ווי למשל עזרת נשים?
that the owner
or operator of a first response emergency vehicle involved in exceeding
the speed limit, running a red light, or driving in a bus lane, shall
not be liable for monetary penalties if they provide evidence that at
the time of the infraction, the vehicle was involved in a medical emer-
gency call and that the operator of the vehicle is a medically-trained
first responder.
נישט נאר הצלה.
אבער דער שאלה איז אויב די עזרת נשים זענען מעדיקלי טריינד.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 24, 2022 1:01 pm

· #504889
היסטאריע: אלע זענען (זיכער) מעדיקלי טרעינ'ד. איך קען פערזענליך עטליכע מעמבערס פון עזרת נשים וועלכע זענען רעדזשיסטער'ד נוירסעס...!

איינע איז מרס. ג. זי פלעגט א סאך מאל גיין מיט איהר מאן אויף קאללס...!

מרדכי מרדכי » זונטאג יולי 24, 2022 7:35 pm

· #504918
היסטאריע
מרדכי מרדכי
זייער א שיינע און גלייכע זאך אבער איז עס נאר פאר הצלה אדער אלע פירסט ריספאנדערס ווי למשל עזרת נשים?
that the owner
or operator of a first response emergency vehicle involved in exceeding
the speed limit, running a red light, or driving in a bus lane, shall
not be liable for monetary penalties if they provide evidence that at
the time of the infraction, the vehicle was involved in a medical emer-
gency call and that the operator of the vehicle is a medically-trained
first responder.
נישט נאר הצלה.
אבער דער שאלה איז אויב די עזרת נשים זענען מעדיקלי טריינד.
פארוואס זאלסעו אפילו טראכטן אז זיי זענען נישט מעדיקלי טרעינד?
איך קען פרעגן די זעלבע אויף הצלה איז איעדע מעמבער מעדיקלי טרעינד?

Hikind » מאנטאג יולי 25, 2022 8:12 am

· #504949
מור וקציעה
רוחי פרייער וואס האט געגרינדעט די הצלה עזרת נשים לויפט פאר זשאוזש, הנח להם למטורפים ויושבי בטל העומדים על המשמר אז זיי האלטען שוין זיכער טיעף אינמיטען צאמנעמען חתימות פון הר' לויפער/פיליפ/בלום קעגען איר.
ארטיקעל אין די צייטונג וועגען די סופּרים קארט עלעקשען


.
📎 Boro Park Supreme Court Elections.jpg

Hikind » מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 5:34 am

· #539501
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
גרויס עקזעסטאז האט געהרשט אינעם צימער ווען די קאפעליע האט אויסגעברכן מיט די סאטמאר זעקסטע הקפה ניגון לכבוד דעם איינשווערונג פונעם נייעם סופּרים קראט ריכטערין מרת. רחל פרייער

http://twitter.com/HQSatmar/status/1725346516330516814

אפטימיסטיש » דינסטאג אפריל 16, 2024 7:39 pm

· #559376
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
אצינד איז געקומען די רייע אויף חברה שומרים צו גיין פראגרעסיוו

אין ב"פ ווערט אין די יעצטיגע טעג געגרינדעט א חברה 'שומרות'...

חברה! לאמיר אויפעפענען די קראנען פון הומאר, און א פלייץ פון וויצן זאל זיך נעמען שפרודלען
📎 photo_4965621448974643077_y.jpg

אפטימיסטיש » דינסטאג אפריל 16, 2024 7:45 pm

· #559378
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
ס'פארט ארום אויף סאציאלע מידיא... נישט קלאר טאמער עס איז אמת, אדער נאר א דזשאוק, אבער געדענק! עזרת נשים האט זיך אויכעט אזוי אנגעהויבן

אוהב ספרים » דינסטאג אפריל 16, 2024 9:29 pm

· #559390
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
די וועבסייט אויף די צעטל איז פאלטש

תרמב » מיטוואך אפריל 17, 2024 9:34 am

· #559439
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
נאך א פרויען ארגעניזאציע האט גלייך נאכגעפאלגט...
📎 WhatsApp Image 2024-04-16 at 10.43.08 AM.jpeg

וואס זאגסטו » מיטוואך אפריל 17, 2024 3:57 pm

· #559489
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
no women can do the job a man does.

עמרם » מיטוואך אפריל 17, 2024 6:37 pm

· #559521
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
װען די פרויען וועלן געהעריג אנהייבן צו דרייוון, וועט אויספעלן צו האבן אייגענע חבירות וכו' מפני הצניעות
(ואפשר קען זיין אז דאס איז טאקע די סיבה פארוואס צי פארבאטן פרויען צו דרייוון, ווייל למעשה איז נאר דא חבירים/חביבם פון מענער)

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 17, 2024 11:29 pm

· #559557
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
וואס זאגסטו #
no women can do the job a man does.
קען מען דאס נוצן צו פארציילן פסח פאר די קינדער? ווי אין מצרים האבן די מצריים געטוישט דזשאב פון די מענער צו די פרויען, די פרויען האבן געמוזט טוישן רעדלעך, דרייוון טרעילארס און כאפן גנבים, און די מענער האבן געמוזט רייבן פאטעיטעס און דייפערן די זעקסלינגען....

אפטימיסטיש » מיטוואך אפריל 17, 2024 11:43 pm

· #559560
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
שמעקעדיג #
וואס זאגסטו #
no women can do the job a man does.
קען מען דאס נוצן צו פארציילן פסח פאר די קינדער? ווי אין מצרים האבן די מצריים געטוישט דזשאב פון די מענער צו די פרויען, די פרויען האבן געמוזט טוישן רעדלעך, דרייוון טרעילארס און כאפן גנבים, און די מענער האבן געמוזט רייבן פאטעיטעס און דייפערן די זעקסלינגען....
קיינמאל נישט געכאפט אז די מענער האבן ליטערעלי געדארפט פעמפערן די זעקסלינגען, דאס איז ריכטיג קישוי השעבוד, אצינד פארשטיי איך שוין פארוואס זיי האבן אריינגעבויעט די קינדער אין די ווענט... 😂
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7