☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

"עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

341 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #19
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

הירשל ציג » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 11:22 am

· #161197
הצלה מאן
עס איז מיר א פלא אז דו אזויגעריפענע חסידישע פרויען וואס גייען בכלל נישט קיין דיקע שטרימפ איז גייען על פי רוב מיט ציגעפאסטע קליידער, גייט זיי אזוי שטארק אן אויב עס מאכט זיך ביי זיי איינס פון הונדערט אז מען העלפט זיי ארויס מיט א עקעלהאפטיגע פראצעדור, וואס מאכט פארגיין דעים אפעטיט פון זיך פרוכטבארן פאר כאטש איין חודש, אז זיי האבן געמיזט נעמען דו מכה אשר לא כתוב אין דו האנט אריין, קיק ווי זיי זיכען אטענטשן סאך מער ווי מענער, אפשר איז מיר איינער מסביר פארוואס מיזן זיי ביים מסיבה ארים גיין מיטן ווייסן חאלאט א שטייגער ווי מיטער טוריזה, אפשר וועט איינער דארטן זיך זעצען אויפן געבורטשטיין.

ס'איז מיר נישט קיין פלא ווי דו רעדסט, ווייל איך ווייס אז אין אסאך קרייזען איז די "מיינדסעט" אז א פרוי וואס גייט נישט מיט דיקע שטרומפפע איז אוטומאטיש א ז**ה, און מ'קען מיט איר טוהן וואס נאר מ'וויל, ווייל זעה נאר ווי זי גייט אנגעטוהן

און ביסיידס, איך זעה נישט קיין אויסגעלאסענע קליידער בכלל

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 11:25 am

· #161198
מסתמא אין מאנטריאל וואלטן די רבנים יא מסכים געווען...

געפילטע פיש » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 11:50 am

· #161202
הצלה מאן, דריי נישט קיין קאפ, דיינע רבנים לאזן נישט? וואס שטעלסטו אונטער פיסלעך פאר זיי? און וואס פונקטליך איז קעגן הלכה?
און דערצייל מיר נישט קיין מעשיות וועגן צוויי מעמבערס, בעיני ראיתי ביי א געבורטס קאל, בכלל נישט קיין ערענסטע, זענען אנגעקומען אכט (8!) מעמבערס.

איך נעם נישט אוועק פון וואס ענק טוען, אבער דערצייל מיר נישט קיין מעשיות אז אלע מעמבערס מיינען לויטער לשם שמיים, לשם שמיים לייגט קיינער נישט אריין צען טויזענט דאלער אין לייטס, און הצלה וואלט נישט געדארפט מאכן אז די ערשטע האלבע יאר צו וואס טאר מען נישט נעמען קיין שבת קאללס.

הצלה מאן » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 1:14 pm

· #161224
געפילטע פיש
הצלה מאן, דריי נישט קיין קאפ, דיינע רבנים לאזן נישט? וואס שטעלסטו אונטער פיסלעך פאר זיי? און וואס פונקטליך איז קעגן הלכה?
און דערצייל מיר נישט קיין מעשיות וועגן צוויי מעמבערס, בעיני ראיתי ביי א געבורטס קאל, בכלל נישט קיין ערענסטע, זענען אנגעקומען אכט (8!) מעמבערס.

איך נעם נישט אוועק פון וואס ענק טוען, אבער דערצייל מיר נישט קיין מעשיות אז אלע מעמבערס מיינען לויטער לשם שמיים, לשם שמיים לייגט קיינער נישט אריין צען טויזענט דאלער אין לייטס, און הצלה וואלט נישט געדארפט מאכן אז די ערשטע האלבע יאר צו וואס טאר מען נישט נעמען קיין שבת קאללס.

זיי זענען נישט מיינע רבנים, דו זענען לאקאלע רבנים פון יעדע געיגנט,

איך קען נישט אפווענדען דיין אינדעווידיאלע מעשות, אבער איך בין נישט נעכטען אריין און הצלה, איך ווייס פאר א פאקט אז מיר זענען זייער איידל ווען עס קימט צו אזעלכע ענינים, מיר זענען זייער ממעט מיט מעמבערס ממש ביז מינימום, אזוי אויך לאזן מיר נישט צו קיין טרענירער צו לערנען זיך אויף אזעלכע פעלער בשום אופן.

ווען עס קימט שבת ויום טוב לאזן מירר נישט מעמבערס וואס זענען נאך נישט קיין פילשטענדיגע פערסט רעספאנדארס לויפן שבת, דעריבער מעיג מען נישט גיין דו ערשטע האלב יאר, ווייל בערך אזוי לאנג נעמט פאר א נייע מעמבער צו ווערן א פולשטענדיגע מיטגלידער, און פערסט רעספאנדער.

צו מיר זענען פולקאם לשם שמים צו נישט, דעיס איז נישט פאר אינז דן צו זיין, נאר ווען מיר וועלן אנקימען דארט וועלן מיר געוואויר ווערן, אגב דו ביזט א הינדירט פראצענטיגער לשם שמים איד, איך האב קיינמול נישט געזאגט אז מיר זענען, ועוד לייץ און סייערין מאכט נישט ווייניגער לשם שמים אדער מער, נישט דעיס איז דער שם שמים מעסטער, רחמנה ליפא באה

לעמיל » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 1:35 pm

· #161228
הצלה מאן
מיר זענען זייער ממעט מיט מעמבערס ממש ביז מינימום, אזוי אויך לאזן מיר נישט צו קיין טרענירער צו לערנען זיך אויף אזעלכע פעלער בשום אופן.

פארוואס טאקע? פארוואס קען און א"י זיין אפאר הינדרעט מעמבערס און דא מאכט מען א מצב מיט יעדע מעמבער וואס מ'נעמט אן?

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 1:45 pm

· #161230
[ציטאט אראפגענומען]

ווי זעהסטו אז מען לערנט זיך?
מיר קוקט עס אויס ווי זיי קלינען אויף די פלאר.

הצלה מאן » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 2:33 pm

· #161237
לעמיל
הצלה מאן
מיר זענען זייער ממעט מיט מעמבערס ממש ביז מינימום, אזוי אויך לאזן מיר נישט צו קיין טרענירער צו לערנען זיך אויף אזעלכע פעלער בשום אופן.

פארוואס טאקע? פארוואס קען און א"י זיין אפאר הינדרעט מעמבערס און דא מאכט מען א מצב מיט יעדע מעמבער וואס מ'נעמט אן?

מיין ווארט אז מען איז ממעט איז געוועין געצילט ווען מען קימט צו אן עמערדזענסי וואס פארמישט פרויען ביי געבורט, און דזענעראל זענען מיר נישט ממעט אריין נעמען נאר וועפיל מען ברויך.

און ארץ ישראל איז פשוט און פראסט הפקר וועלט ווען עס קימט צו הצלה בכלל, איך האב אמאל געהאט א לאנגע שמיעס מיט אינע פון דו שוויצערס דארט, ער האט מיר דאס מגלה געוועין, דארט איז דא זערא קאנטראל און עס קימט כסדר צו חרפות און בישות.

איך בין נישט פערזעינלעך באקאנט זייער פראצעדור, אויב עס איז בכלל דא ממילא וועל איך נישט רעדן וועיגן זיי.

אפטעמיסט » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 3:45 pm

· #161248
הצלה מאן
לכבוד מר. @אפטעמיסט

ווי איך זעי און דיינע טענות, האסטו א גאנץ טיץ מיט טענות, נישט נאר איין טענה, און אלע טענות נישט קיין חיליק פון וועלכע ריכטינג עס איז געאנגעלט, קימט עס ציריק צו איין זאך, אז עזרת נשים איז א מאסט, וואס יעדע בר דעת אפילו א גוי פארשטייט, עס איז מיר באמת א פלא פון ווי נעמסטו דו אינפארמאציא, ווער אינפארמירט דיך מיט אזעלכע נערישע פאקטן, ווי זעיסטו אז און דו וועלט פון עמערדזענסי מעדעצין איז דא א עקסטרע פרויען אפטיילינג, חוץ און נו סקווער.

דו הייבסט אן מיט אן א שיעור טענות אויף הצלה, כאילו עס איז דיר וואויל באקאנט ווי אזוי הצלה ארבייט, אבער פון וואס איך נעם ארויס פון דיינע ווערטער איז א כלומערשטע ווייטאג פון א וואנעבי, וואס איז לכאורה אויך פאר דיר א ידיד נאמן, און דיין הארץ ווייטאגט אז מען נעמט אים נישט אריין.

איך וועל פראבירן ענטפערן, איך וועל נישט אראפ ברעינגען דיך מיט דיינס א חבר, איך וועל נאר אביסל זאגען וואס דא טיט זיך אינעם ארגענעזאציא, איך וועל זיך נישט אריין לאזן מיט דיר און קיין טענות, ווייל איך גלייב אז נאך אלעם וועסטו ממילא בלייבן מיט דיין חבר'ס ווייטאג, דו זאגסט פון איין זייט פון דיין מאל אז עס ריקען זיך אן ציפיל טינקעלע פענסטער, אבער א שירה דערוף שימפסטו אז מען נעמט נישט אריין דיין ידיד נאמן און ער בליטיגט.

פארשטיי גיט מען קען נישט אריין נעמען וועים און וויפיל עס לאזט זיך, יעדע מעמעבער ברויך טרענירינג, א עינא פקיחה, עקוויפמענט, מען מיז וואטשען און באלענסירן אז איין מעמבער זאל נישט טרעיטן אויפן אנדערען, אז מען ברויך אריין נעמען מעמבערס נעמט מען, אין וויליאמסבורג האט מען אריין גענימען צעין מעמבערס אויפ אמאל, האסט עס נישט געוויסט אדער האסט דיך געמאכט כאילו לא ידע, אויך האסטו אפשר א אהנינג פון וויפיל אפליקאציא'ס מען האט זיי אויסדערוועילט, צו האסטו א אהנינג וויפיל אפליקירענדע זענען נישט עוועילעבל בכלל אדער נאר ביינאכט, אדער גאר נאר שבת ויום טוב, וויפיל פון זיי זענען בכלל פאסיג פאר הצלה, דו פארשטייסט אפשר פארוואס הצלה זאל אריין נעמען איינער וואס ארבייט און מענהעטן ביז זיבענע, און א צייט וואס עס איז דא אנדערע וואס זענען זייערע אייגענע בעל הבתים און ארבייטן און וויליאמסבורג, דעיס איז עפעס א וואן דזשאב פיטס אלל, מען ברויך שוקל זיין יעדע מעמבער, דערנאך ווען ער איז שוין אינעוויניג, איז זייער שווער פטור צו ווערן אויב טויג ער נישט, זיי האבן זיך שוין אפגעבריט און דו פעסט, זיי ציטערן געפערלעך איידער זיי נעמען איינעם אריין.

שנית, דיין טענה אז עס ריקן זיך אן אויף יעדע בויך וויי טינקעלע פענסטער, דעיס איז א גיזמא און א פיינעם פייל געצילט אין מענטשען וואס לאזן איבער וואס זיי האלטען אינמיטן טיען און קימען העלפען א איד, איך וויל דיר נאר פרעיגן א קלאץ קשיא, פון וואנעט ווייסטו וואס און היים האט זיך געטיען, ווער האט דיר געזאגט, פארוואס ביזטו געניג נעריש צו גלייבן אלעס וואס מען פארקויפט דיר, אולי האט איינער געהאט א סיזשער, אדער א העמערידש, און דו שוטה פרעיגסט וואס גייט פאר, און מען באבעלט דיר איין אז איינעם'ס בויך טיט וויי, און דו האסט טענות, דו ווייסט נישט אז מען זאגט נישט אויס וואס מען האט קיינמאל.

עס איז דא א סטענדערד וועיג ווי אזוי מען קימט אן צו א קאל אלעמאל, עס קימען צוויי צים צענע און איינער פאר א באס, אויב איז דא איינער א נייע מעמבער און טרעינינג איז דא איין עקסטרע מעמבער, אויב איז דו מצב ערענסט און דער ביעלעס קטן'ט אינעם הויזן דאן ריפט ער פאראמעדיקס, קימען צוויי פאראמעדיקס צים צענע, עס קיקט אויס אסאך, אבער אזוי איז דער סיסטעים, עס איז א שטייגער ווי לא פליג, אזוי ארבייט אויך דו ניין עלעווען, חוץ אז זיי דרייון אליין דאס מיינט אז און אמבעלאנס איז דא איין טעק און דו בעק מיטן פאציענט, וואס קען אמאל זיין פאטאל, פארשטאנען, אוודאי נישט איך האב נישט פארלאנגט אז דו גייסט אראפ לייגען דאס געווער.

לגבי דיין טענה וועיגן עזרת נשים, וואס דער אינדעווידיאלער מעמבער וויל און האלט איז נישט נוגע, מיר האבן א וועד הרבנים זינט דעים טאג פון אינזער גרינדינג, עס איז נאך קיין מאל דורך זיי נישט אפראווט געווארן, זיי האלטן נישט דערפין, און נישט ווייל זיי זענען נישט קעיפעבל, נאר ווייל עס איז קעיגן דו הלכה, פאר דו וואס קענען אינזער הלוך ילך, פאר דו רבנים וואס האלטן מיט פינדע נאנט אינזערע טעיגליכע שאלות, פאר דו איז עס קלאר שוין פאר דרייסיג יאר אז מען טאר נישט האבן א עקסטרע פרויען אפטיילינג וואס זאל ארבייטן האנט ביי האנט מיט דו מענער אפטיילינג, צו זאגן אז עס איז נישט צישטאנד געקימען וועיגן נערישע סיבות איז זייער נעריש, און א צייט ווען וועלט איז געוועין וועלט, און א צייט וואס רבנים זענען געוועין בתוקפו, און א צייט וואס עס איז געוועין סאטמער רבי פאפא רב קאשויער רב וואודעסלאווער רב שארמרשע רב צעילעמער רב וויזניצער רבי ועוד, וואס האבן זיך נישט געפארכטן פון קיינעם, וואס האבן לוחם געוועין קעיגן יעדע פירצא, קימט א אפטעמיסט און פארשטייט אז דעיס איז נערישע סיבות ווייל והא ראיה מען האט נישט אריין גענימן זיינס א ידיד נאמן, און ווייל פאר בויך ווי קימט מען מיט טינקעלע פענסטערס, און רחי פרייער מיט אירע יניט'ס פארשטייען בעסער, און אז אויך גויעם פארשטייען, גיב מיר א ברעך.

דו רייסט מיר אראפ על לא עול בכפי מיט נארישע טענות און דברי דופי. דו אטאקירסט מיר אזש איך וואונדער מיך פארוואס דו ביסט א מיטגליד אין ״הצלה״, לדעתי באלאנגט איר אין די ״חברה שומרים״ (נישט אז איך מאך זיי ח״ו אוועק, איך קלער נאר אז אטאקירן, באוואשען און זיך אמפערן איז מעגליך א פאך וואס פאסט פאר אייך). איך וועל איצט זיך פארענטפערן על ראשון ראשון, ועל אחרון אחרון.

א) דו מישט אויס צוויי באזינדערע פונקטן. איך האב געשריבען, אז א יעדע גוי פארשטייט אז ביי געוויסע נויט פעלער פאסט מער, און איז מאראליש אז ווייבער זאלן זיך אפגעבן מיט ווייבער, וואס דאס איז הונדערט פראצענט גערעכט. דו האסט נאר אויגעמישט הודו מיט כוש ווען האסט גענטפערט ״וואו זעהט מען אין די וועלט פון מעדעצין אז עס זאל זײַן באזינדערע פרויען אפטיילונגען״. ביסט גערעכט, אין די גאנצע וועלט פעלט טאקע נישט אויס קיין באזינדערע פרויען אפטיילונג ווייל פרויען ארבעטן אינאיינעם מיט מענער, סיי אין די שטאטישע אי עם עס און סיי אין אלע שפיטעלער; אבער אויב וויל נישט ״הצלה״ אריין נעמען פרויען אין דינסט איז נישט דא קיין צווייטע ברירה נאר עפענען א זעלבסטשטענדיגע ״עזרת נשים״.
ב) רוב פון דיין תגובה איז געווידמעט צו ארויסברענגען ווי ווייניג איך ווייס איבער הצלה און דו באשולדיגסט מיר פארן מכלומרשט חוזק מאכן פון מעמבערס וואס קומען אן, אין די מאסען, צו א רוף איבער בויך וויי. זייט אזוי גוט און ליינט איבער וואס איך האב געשריבען וועט איר זעהן פונקט קאפויער. איך האב געשריבען אז איך ״פארשטיי״ וואס ליגט אונטער ״נישט״ אנעמען יעדעם איינעם אין הצלה, ווייל עס פעלט נישט צו איבערפלייצען הצלה מיט איבריגע מיטגלידער, וואס קען ״צוברענגען״ אז יעדע נארישע רוף וועט ציען צענדליגע מעמבערס. דאס האב איך געשריבען.
ג) ביטע ערקלער מיר וועלכע הלכה׳דיגע פראבלעם דו זעהסט דא. לדעתי הקלושה איז דאס פונקט פארקערט. און דו ווייסט דאס אליינס.

אפטעמיסט » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 12:01 am

· #161384
פאר די וואס ווייסען נישט: עס גייט ארויס קומען א מאווי, אדער בעסער געזאגט א דאקיומענטרי, איבער "עזרת נשים", געכאפט און פראדאצירט דורך איינע פון די גאר גרויסע אמעריקאנע מאווי פראדאצירער. דערווייל איז מען נאך פארנומען פילמען און צוזאמשטעלן, און מען שאצט אז עס וועט ארויסקומען אפאר חדשים נאך "עזרת נשים" וועט געהעריג אנהייבען פונקציאנירן און אריין גיין אין שוואונג.

פאריז » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 12:05 pm

· #161435
אפטעמיסט
לויט א קוואל אינערהאלב "עזרת נשים " זענען אין בארא פארק אליין דא בערך דריי-פיר אזוינע קאלס פער וואך! דאס איז אחוץ די הילפס רופן וואס קומען נישט אן צו די אידישע "חברה הצלה" פון ווייבער וואס רופן ענדערש די שטאטישע אמבולאנס מחמת סיבות פשוטות און וועלן אצינד קענען ניצען "עזרת נשים".

דאס איז זייער אסאך קאלס, איז עפעס ערענסט ראנג מיט אונזערע פרויען אז עס איז דא אזוי סאך קאלס דערפון?

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 12:30 pm

· #161441
מיימאנעדיס אין בארא פארק דעליווערט א יאר לויטן ניו יארק טיימס 8000 קינדער א יאר. יעצט לאמיר שאצן אז בערך 2 דריטל זענען אידן פונעם געגענט, קומט אויס איבער 5000 בעביס א יאר. 5000 בעביס א יאר קומט אויס 96 בעביס א וואך, פון 96 בעביס א וואך קען זיין בערך דריי-פיר אזוינע קאלס א וואך.

smart » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 7:14 pm

· #161908
רויטע וואנצעס
מיימאנעדיס אין בארא פארק דעליווערט א יאר לויטן ניו יארק טיימס 8000 קינדער א יאר. יעצט לאמיר שאצן אז בערך 2 דריטל זענען אידן פונעם געגענט, קומט אויס איבער 5000 בעביס א יאר. 5000 בעביס א יאר קומט אויס 96 בעביס א וואך, פון 96 בעביס א וואך קען זיין בערך דריי-פיר אזוינע קאלס א וואך.

ואו לויט דעע חשבון מיינט אז אין 20 יאר ארום וועט זיין 2500 חתונות א יאר אין ב פ אליין?

BAL TSHIVA » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 7:34 pm

· #161914
רויטע וואנצעס
מיימאנעדיס אין בארא פארק דעליווערט א יאר לויטן ניו יארק טיימס 8000 קינדער א יאר. יעצט לאמיר שאצן אז בערך 2 דריטל זענען אידן פונעם געגענט, קומט אויס איבער 5000 בעביס א יאר. 5000 בעביס א יאר קומט אויס 96 בעביס א וואך, פון 96 בעביס א וואך קען זיין בערך דריי-פיר אזוינע קאלס א וואך.

The Schwartz group has a office in Williamsburg and delivers in Maimonides some are willi baby's

BAL TSHIVA » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 7:36 pm

· #161915
smart
רויטע וואנצעס
מיימאנעדיס אין בארא פארק דעליווערט א יאר לויטן ניו יארק טיימס 8000 קינדער א יאר. יעצט לאמיר שאצן אז בערך 2 דריטל זענען אידן פונעם געגענט, קומט אויס איבער 5000 בעביס א יאר. 5000 בעביס א יאר קומט אויס 96 בעביס א וואך, פון 96 בעביס א וואך קען זיין בערך דריי-פיר אזוינע קאלס א וואך.

ואו לויט דעע חשבון מיינט אז אין 20 יאר ארום וועט זיין 2500 חתונות א יאר אין ב פ אליין?

Some are from willi

משולם שטיינפעלד » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 3:40 am

· #161938
אבער פון בארא פארק זענען דא וואס האבן די בעיביס אין מאנהעטען, סטעטען איילענד, בית ישראל וכדומה, סאו די חשבונות גראדן זיך אויס

מאטי » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 9:00 am

· #161941
צוריק צום נושא, לדעתי האט הצלה יא א געפערליכע עגא, לגבי ארייננעמען פרישע מעמבערס, דאס אז זיי האבן לעצטענס אנגענומען 10 מעמבערס דאס קומט טאקע נאך יארן וואס קיינער (חוץ קינדער און איידעמער פון אלטע מעמבערס) איז געווארן אנגענומען .

אין ניי וויליאמסבורג איז דא א קלארער מאנגעל אין מעמבערס ואין פוצה. טראכטס אריין פאר די לעצטע 7 יאר האבן זיי נישט געטראפן קיין פאסיגע מעמבערס נאר 10 אויסדערוועלטע יונגעלייט ? קאם אן! איך קען נישט זאגן אויף. זיכער אבער איך שמעק קאראפציע.

וועט איר דאך פרעגן אבער הצלה ראטעוועט מענטשן יעדע רגע ווי קען מען רעדן אויף זיי? יא יא אבער אויב איז דא מענטשן וואס זענען אויך רעדי צו העלפן נאר וועגן פאליטישע חשבונות נעמט מען אים נישט אן, איז הצלה אחריות פאר נישט וועלן העלפן און גאר שטערן הילף ווען מ'דארף, פונקט אזוי. זאלן זיי עפענען די ביכער פאר א דריטע אומפארטייאישע פארטי און זאלן זיי מאכן א ריפארט צו דער וועג פון אננעמען נייע מעמבערס איז בסדר.

ס'איז זייער גרינג צו זיצן אונטער פארמאכטע טירן און ארויסלייגן א הצלה ניק און אראפרייסן קריטיקירער.
הצלה געהערט צום ציבור ! נישט צו אפאר אלטע איינגעגעסענע מעמבערס.

הצלה מאן » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 12:19 pm

· #161974
אויך איז זייער גרינג און לייכטזיניג, צו זיצן אינטער א פארמאכטע ניק און גיסן פעך און שוועיבל אויף הצלה,

אויף בקיצור נמרץ צו ענפערן אויף דיר און דיר ווייזען ווי אימווינסענד דו ביזט, וועסטו זיך אליינס איבערצייגן אז עס פליסט ביי דיר האס אנטקעיגן א ארגענעזאציא וואס האט דיר געטיען בלויז גיט'ס און קיינמאל קיין שלעכץ

איך וועל קודם אויסרעכענען וויפיל מעמבערס וואוינען פון וואלאבאט אויף ארויף מינימום 26 מעמבערס וואס קימען מיר ארויף אויפן זיכרון וואס זענען פון ניי וויליאמסבורג.

עס איז נישט געוועין קיין מאל קיין מאנגעל מיט מעמבערס אויף יענע זייט, וואס איז יא געוועין א צרה איז אז אינזערע אמבולאנסען זענען געוועין סטאנציאנירט אין אלט וויליאמסבורג, און דעיס האט געמאכט אז עס זאל נעמען א לאנגע צייט אנציקימען און ניי וויליאמסבורג און צייטן וואס עס איז דא טרעפיק, און דו באערדע האבן גענימען דעים פראבלעים זייער ערענסט און אויפגעבויעט א שפאגל נייעם גאראדש און ניי וויליאמסבורג וואס דינט שוין א יאר צוויי, דו עגאיסטישע בעל הבתים פון הצלה ווי דו ריפסט זיי אן, זענען אריין געטאנצען און דו גרויסארטיגע פאריעקט אן וויסן ווי אזוי מען גייט דאס בויען, זיי האבן מיט דו שריט אפגעראטעוועט צעינליגע אידישע נפשות.

דיין קלאגע אז זיי האבן נישט אריין גענימען קיין נייע מעמבערס פאר זיבן יאר איז הויל שקר, ווייל איך צייל אכצען מעמבערס וואס זיי האבען אריין גענימען, איידער דו איצטיגע צעין, אלזא אויב ביזטו נישט קיין האן זיי מפייס דו ארגענעזאציא.

ווען איך רעד פון באערדע מיין איך זינט דו איצטיגע רעזשים איז און אמט דאס איז בערך זעקס ביז זיבן יאר באשטייט פון יום טוס מאליק, ישעיה בערנאט, ישראל וויינגארטן.

מעמבערס פון וואלאבאט און ארויף ביז דיקאלב זענען נאר וואס איך געדעינק און דו שנעליקייט, עס זענען מסתם דא מער, איך גיי נאר אויסרעכענען זייערע ציפערן.
39
104
43
56
304
316
110
112
12
65
67
63
52
35
57
61
62
24
69
81
93
107
111
123
F233
B71

קען זיי איך מאך א טעות מיט איינעם צוויי אבער עס איז ב"ה דא געניג און נאך, קיין מאל נישט קיין מאנגל, איך וועל איצט אויסרעכענען דו מעמבערס וואס זענען אריין גענימען געווארן דורך דו איצטיגע קארדינעיטארס, עס זענען לכאורה דא מער אבער איך קען נישט אלע, און אויך און דו שנעליקייט האב איך זיכער אויסגעלאזט.
103
104
105
106
107
93
94
123
121
122
116
174
316
304
112
113
115
117

גאנצל » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 3:06 pm

· #162029
moti107
צוריק צום נושא, לדעתי האט הצלה יא א געפערליכע עגא, לגבי ארייננעמען פרישע מעמבערס, דאס אז זיי האבן לעצטענס אנגענומען 10 מעמבערס דאס קומט טאקע נאך יארן וואס קיינער (חוץ קינדער און איידעמער פון אלטע מעמבערס) איז געווארן אנגענומען .

איים סארי זיי האבן אינמיטן אויך אנגענומען 3 wana be's .....

שרייבער » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 3:32 pm

· #162045
אפטעמיסט
איך האב געשריבען, אז א יעדע גוי פארשטייט אז ביי געוויסע נויט פעלער פאסט מער, און איז מאראליש אז ווייבער זאלן זיך אפגעבן מיט ווייבער, וואס דאס איז הונדערט פראצענט גערעכט.

איך האלט דא אזוי מיט די טענה'רייען, איך נעם נישט קיין שטעלונג, איך בין נישט קיין הצלה מעמבער און אויך נישט קיין וואנא בי (אלס אינגל האב איך געוואלט זיין...) אבער "אפטעמיסט" טייערע, איך האב מורא אז אויף דיינע ווערטער וואס דו האסט דא געשריבן קען מען זאגן, אם חכמה יש כאן זקנה אין כאן, דו ביסט מן הסתם א שנה ראשונה אינגערמאן אויב דאס יא, זינט ווען איז ביי א גוי מער מאראליש ביי געוויסע נויט פעלער אז פרויען ארבעטן מיט פרויען? וויפיל מענער OB זענען דא? וויפיל מענער OB שומרי תורה ומצות זענען דא?, אין וועלכע פלאנעט לעבסטו? ס'איז דא מענער OB וואס זענען לכתחלה דאקטורים, נישט נאר בדיעבד אין א נויט פאל.

ראש הישיבה » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 5:51 pm

· #162096
שרייבער

פון new york times
Though men still dominate the field -- about 64 percent of the doctors practicing obstetrics and gynecology are male -- most of the doctors now training in the specialty are women. This year, women have filled 70.3 percent of the nation's ob-gyn residencies, compared with slightly less than half 10 years ago. And the shift is apparently intensifying.

''From what I hear, most program directors found that that 80 to 90 percent of their residency applicants this year are females,'' said Dr. John Musich, chairman of the Council on Resident Education in Obstetrics and Gynecology. ''It's a huge issue for male medical students. We can't force patients to see a particular gender, and there are women who feel that women are more sensitive as physicians to female complaints than men might be. It's reality, and we have to deal with it.''

אפטעמיסט » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 5:56 pm

· #162098
סאונעגרעפערס זענען געווענליך פרויען; די נורסעס וואס העלפן ביים דעליווערי זענען על פי רוב אויך פרויען, און אפילו אין די פאליציי דיפערטמענט ווען מען דארף מאכן א 'סוירטש' אויף א פרוי סוספעקט ווערט עס לכתחלה געמאכט דורך א פרוי אפיציר'טע.
שרייבער טייערער, יכול להיות אז ביסט א געלונגען שרייבער, אבער ביטע, ווייסט פאר איר רעד. טענק יו.

אפטעמיסט » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 8:23 pm

· #162121
עס דארף ארויסגעברענט ווערן, אז אין קיים שום פאל האט 'עזרת נשים' נישט פראבירט אונטערצורייסן 'הצלה'. אדרבה, זיי האבן געטוען כל שביכלתם צו גיין צוזאמען מיט זיי און ארבעטן האנט ביי האנט. ווי באטאנט פריער, וויל איך נישט און איך וועל ח"ו נישט אראפרייסן די געטרייע מסירת נפש ארגינאזאציע 'הצלה', אבער עס קען נישט געלייקענט ווערן אז דא איז געטוען געווארן אן אומריכטיגע זאך.

הצלה מאן » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 8:51 pm

· #162124
כה אמר אפטעמיסט, דער אלס ווייסער, ווי באטאנט פריער, לויט ווי מיר האבן זיך שוין אלע איבערצייגט, פאר זיכער, וועט דאך אוודאי קיינער מיר נישט לייקענען, און אזוי ווי קיינער טאר נישט לייקענן, איז דאך הכל מודים, און אז הכל מודים, קען דאך נישט געלייקנט ווערן, און אז קיינער לייקענט נישט איז דאך פשוט קלאר אז הצלה האט געטיען א אימריכטיגע זאך.

שרייבער » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 9:17 pm

· #162131
אפטעמיסט
סאונעגרעפערס זענען געווענליך פרויען; די נורסעס וואס העלפן ביים דעליווערי זענען על פי רוב אויך פרויען, און אפילו אין די פאליציי דיפערטמענט ווען מען דארף מאכן א 'סוירטש' אויף א פרוי סוספעקט ווערט עס לכתחלה געמאכט דורך א פרוי אפיציר'טע.
שרייבער טייערער, יכול להיות אז ביסט א געלונגען שרייבער, אבער ביטע, ווייסט פאר איר רעד. טענק יו.

וואס מען טוט ביי די פאליציי ווייס איך נישט ווייל איך בין נאכנישט דארט געווען ב"ה
און דו רעדסט ווער ס'העלפט ביים דילעווערי, און ווער איז דער דעליווערי בוי אליין? א מאן!, איך ווייס באמת נישט אויף וועלכע פלאנעט דו לעבסט, אבער איך האב ב"ה א שטוב מיט קינדערלעך קיעה"ר, איך בין שוין געווען ביי גראופ דאקטורים, און ביי דאקטורים וואס זענען אליין, אייביג איז דער הויפט געווען א מאן, און רוב מאל האט די דעליווערי געמאכט א מאן, ווי קומט אריין העלפערס דא? סאום האו זענען די ניורסעס אין שפיטאל פרויען פארדעם זענען די העלפערס פרויען, והוא הדין ווען מען דארף הילף פאר א קראנקע מאן אין שפיטאל זענען געווענליך אויך די העלפערס פרויען

אפטעמיסט » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 9:36 pm

· #162135
הצלה מאן
כה אמר אפטעמיסט, דער אלס ווייסער, ווי באטאנט פריער, לויט ווי מיר האבן זיך שוין אלע איבערצייגט, פאר זיכער, וועט דאך אוודאי קיינער מיר נישט לייקענען, און אזוי ווי קיינער טאר נישט לייקענן, איז דאך הכל מודים, און אז הכל מודים, קען דאך נישט געלייקנט ווערן, און אז קיינער לייקענט נישט איז דאך פשוט קלאר אז הצלה האט געטיען א אימריכטיגע זאך.

פריער האב איך אייך ג'עצה'ט צו ווערן א 'שומרים' מעמבער, איצטער קלער איך אז איר באלאנגט מער אין די 'מקימי' סקוואד. אייער חוש ההומור איז נישט אוועקצומאכן.

אפטעמיסט » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 9:43 pm

· #162136
שרייבער
אפטעמיסט
סאונעגרעפערס זענען געווענליך פרויען; די נורסעס וואס העלפן ביים דעליווערי זענען על פי רוב אויך פרויען, און אפילו אין די פאליציי דיפערטמענט ווען מען דארף מאכן א 'סוירטש' אויף א פרוי סוספעקט ווערט עס לכתחלה געמאכט דורך א פרוי אפיציר'טע.
שרייבער טייערער, יכול להיות אז ביסט א געלונגען שרייבער, אבער ביטע, ווייסט פאר איר רעד. טענק יו.

וואס מען טוט ביי די פאליציי ווייס איך נישט ווייל איך בין נאכנישט דארט געווען ב"ה
און דו רעדסט ווער ס'העלפט ביים דילעווערי, און ווער איז דער דעליווערי בוי אליין? א מאן!, איך ווייס באמת נישט אויף וועלכע פלאנעט דו לעבסט, אבער איך האב ב"ה א שטוב מיט קינדערלעך קיעה"ר, איך בין שוין געווען ביי גראופ דאקטורים, און ביי דאקטורים וואס זענען אליין, אייביג איז דער הויפט געווען א מאן, און רוב מאל האט די דעליווערי געמאכט א מאן, ווי קומט אריין העלפערס דא? סאום האו זענען די ניורסעס אין שפיטאל פרויען פארדעם זענען די העלפערס פרויען, והוא הדין ווען מען דארף הילף פאר א קראנקע מאן אין שפיטאל זענען געווענליך אויך די העלפערס פרויען

אלע פרויען וואס זענען צוגעקומען צו הצלה'ס הילף ביי אזא אינצידענט זענען טאקע מודה ווי געשמאק און בא'טעם'ט סאיז צו האבן דעם 'נעקסט דאר נעיבאר' און חסידישן פראמעדיק ביים זייט. ווער דען אויב נישט די פרויען האבן לאבירט פאר 'עזרת נשים'? איך פארשטיי דער ווייטאג, אבער יוסטיץ און נארמאלקייט האט געזיגט.

גאנצל » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 9:47 pm

· #162137
אפטעמיסט
הצלה מאן
כה אמר אפטעמיסט, דער אלס ווייסער, ווי באטאנט פריער, לויט ווי מיר האבן זיך שוין אלע איבערצייגט, פאר זיכער, וועט דאך אוודאי קיינער מיר נישט לייקענען, און אזוי ווי קיינער טאר נישט לייקענן, איז דאך הכל מודים, און אז הכל מודים, קען דאך נישט געלייקנט ווערן, און אז קיינער לייקענט נישט איז דאך פשוט קלאר אז הצלה האט געטיען א אימריכטיגע זאך.

פריער האב איך אייך ג'עצה'ט צו ווערן א 'שומרים' מעמבער, איצטער קלער איך אז איר באלאנגט מער אין די 'מקימי' סקוואד. אייער חוש ההומור איז נישט אוועקצומאכן.

הכל מודים און קיינער קען נישט לייקענען אז הצלה מאן האט גאנץ פיין תגובה'ט פאר אייך....

אפטעמיסט » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 12:26 am

· #162167
כהאב גראדע געוואלט רופן הצלה פאר @הצלה מאן ווען ער איז פלוצים שטיל געווארן און מיר נישט גענטפערט נאכן אים אפווענדן אויף בלעטל נומער דריי, כהאב ערנסט מורא געהאט אז עפעס אומגליקליך האט פאסירט מיט אים. אבער ווי עס שיינט איז די שתיקה געוועהן א תוצאה פון פשוט נישט האבן וואס צו ענטפערן און דערווייל לעבט ער און לאכט און פראבירט צו ארבעטן אויף א צווייטען פראנט, דאס מאל מיטן כח הליצנות. כה לחי, הצלה מאן!

שרייבער » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 8:06 am

· #162186
אפטעמיסט
שרייבער
אפטעמיסט
סאונעגרעפערס זענען געווענליך פרויען; די נורסעס וואס העלפן ביים דעליווערי זענען על פי רוב אויך פרויען, און אפילו אין די פאליציי דיפערטמענט ווען מען דארף מאכן א 'סוירטש' אויף א פרוי סוספעקט ווערט עס לכתחלה געמאכט דורך א פרוי אפיציר'טע.
שרייבער טייערער, יכול להיות אז ביסט א געלונגען שרייבער, אבער ביטע, ווייסט פאר איר רעד. טענק יו.

וואס מען טוט ביי די פאליציי ווייס איך נישט ווייל איך בין נאכנישט דארט געווען ב"ה
און דו רעדסט ווער ס'העלפט ביים דילעווערי, און ווער איז דער דעליווערי בוי אליין? א מאן!, איך ווייס באמת נישט אויף וועלכע פלאנעט דו לעבסט, אבער איך האב ב"ה א שטוב מיט קינדערלעך קיעה"ר, איך בין שוין געווען ביי גראופ דאקטורים, און ביי דאקטורים וואס זענען אליין, אייביג איז דער הויפט געווען א מאן, און רוב מאל האט די דעליווערי געמאכט א מאן, ווי קומט אריין העלפערס דא? סאום האו זענען די ניורסעס אין שפיטאל פרויען פארדעם זענען די העלפערס פרויען, והוא הדין ווען מען דארף הילף פאר א קראנקע מאן אין שפיטאל זענען געווענליך אויך די העלפערס פרויען

אלע פרויען וואס זענען צוגעקומען צו הצלה'ס הילף ביי אזא אינצידענט זענען טאקע מודה ווי געשמאק און בא'טעם'ט סאיז צו האבן דעם 'נעקסט דאר נעיבאר' און חסידישן פראמעדיק ביים זייט. ווער דען אויב נישט די פרויען האבן לאבירט פאר 'עזרת נשים'? איך פארשטיי דער ווייטאג, אבער יוסטיץ און נארמאלקייט האט געזיגט.

איך האב נישט געזאגט אז ס'איז געשמאק צו האבן דעם נעקסט דאר נעיבאר פאר א דעליווערי בוי, ס'איז נישט געשמאק בכלל צו האבן דעם קינד אינדערהיים אפילו מיט א פרויען הצלה אויך נישט, איך האב סך הכל מגיב געווען אויף דיין תגובה אז אין די גוי'אישע וועלט איז עס אויך א פארשטענדליכע און מאראלישע זאך

קאווע טרינקער » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 8:38 am

· #162188
smart
רויטע וואנצעס
מיימאנעדיס אין בארא פארק דעליווערט א יאר לויטן ניו יארק טיימס 8000 קינדער א יאר. יעצט לאמיר שאצן אז בערך 2 דריטל זענען אידן פונעם געגענט, קומט אויס איבער 5000 בעביס א יאר. 5000 בעביס א יאר קומט אויס 96 בעביס א וואך, פון 96 בעביס א וואך קען זיין בערך דריי-פיר אזוינע קאלס א וואך.

ואו לויט דעע חשבון מיינט אז אין 20 יאר ארום וועט זיין 2500 חתונות א יאר אין ב פ אליין?

און 20 יאר ארום וועט געבוירן ווערן און חתונה האבן אינעם זעלבען שטאט, נישט זיין געבינדען, אי"ה.

ברסלבער » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 9:39 am

· #162195
משום איזה סיבה איז גרינגער פאר היימישע פרויען צו רעדן מיט א פרעמדער מאן א גוי ווי מיט א פרעמדער מאן א איד (עיין מאחורי). דאס איז סתם ביים רעדן ועאכו"כ ביים האבן א קינד.
איך ווייס פון א פרוי וואס האט זיך געשעמט ארויסצוגיין פון איר הויז פאר עטליכע חדשים נאכן האבן א קינד מיט הצלה, ווען צעהן מעמבערס האבן זיך אריינגערוקט ביי איר אין שטוב בעת מעשה. מען קען זאגן אז עס בלויז אן OCD פון די פרויען, אבער בכל אופן שאדט נישט זיך צו רעכענען אביסל מיט זייערע געפילן.

אפטעמיסט » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 11:11 am

· #162223
ווארט, ווארט! באלד קומט הצלה מאן און באוואשט דיך פון קאפ ביז פיס. בעסער שטיי אוועק פון דעם דיבאטע.

קאך_לעפל » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 11:41 am

· #162236
וואס זאגן די רבנים? די עיני העידה? דאס איז דאך א פשוטע הלכה שאילה,
וואו קימט דאס צו אונז קאווע שטיבל שטיפער אריין צורעדן און א ריינער הלכהדיגע שאילה?

קרעקער » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 1:56 pm

· #162261
און וואס זאגען די חשובע שרי העסקנים פיני רינגעל און שמחה בערנאט?
כמיין ווי קימט דא אריין רבנים? עלך פי הלכה איז א שאלה אז א פרוי זאל באהאנדעלט ווערען פון א פרוי? אויב עפעס פארקערט

איך אויך » מיטוואך מאי 28, 2014 2:07 pm

· #203211
ר' יצחק שלמה האפפמאן זאגט אז עס איז שוין א אלטע געדאנק.

אפטעמיסט » מיטוואך מאי 28, 2014 2:51 pm

· #203221
<a class="postlink" href="http://www.tabletmag.com/jewish-life-and-religion/173488/ezras-nashim-women-emts?utm_source=facebook&utm_medium=post&utm_content=OrthodoxWomenEMT&utm_campaign=May2014#undefined">http://www.tabletmag.com/jewish-life-an ... #undefined</a>

דער שכן » מאנטאג יוני 2, 2014 5:06 am

· #204049
הצלה מאן
עס איז מיר א פלא אז דו אזויגעריפענע חסידישע פרויען וואס גייען בכלל נישט קיין דיקע שטרימפ איז גייען על פי רוב מיט ציגעפאסטע קליידער, גייט זיי אזוי שטארק אן אויב עס מאכט זיך ביי זיי איינס פון הונדערט אז מען העלפט זיי ארויס מיט א עקעלהאפטיגע פראצעדור, וואס מאכט פארגיין דעים אפעטיט פון זיך פרוכטבארן פאר כאטש איין חודש, אז זיי האבן געמיזט נעמען דו מכה אשר לא כתוב אין דו האנט אריין, קיק ווי זיי זיכען אטענטשן סאך מער ווי מענער, אפשר איז מיר איינער מסביר פארוואס מיזן זיי ביים מסיבה ארים גיין מיטן ווייסן חאלאט א שטייגער ווי מיטער טוריזה, אפשר וועט איינער דארטן זיך זעצען אויפן געבורטשטיין.

ווען דו וועסט האבן א סיטואציע ווי דיין רבי'צען ווערט נבדק דורעך אפאר מענער (אפשר גאר עכטע גראבע יונגן) (יא! א הצלה מאן וואס איז זיך כמעט מוסר נפש צו העלפן אידען קען אין די זעלבע צייט זיין אן עקעלהאפטיגער פארשוין מיט שרעקליכע נידעריגע תאוות..) איז בודק דיין ווייב מיט עפעס א אויסרייד ווייל זיי האבען א גוטע געלעגענהייט (און אויב איז זי נאך אזא פרוי וואס איז בכלל נישט מיאוס און דו ווייסט עס גאנץ גוט) וועסטו שוין וויסן, שפירן און פארשטיין פון וואס מען רעדט דא.

אפשר ווילסטו נישט פארשטיין ווייל דו הצלה-מאן האסט א ווייב וואס איז נישט אזוי בא'טעם'ט און דו ביזט דער וואס האט ליעב צו זיין דער בודק אויף דעם אומשולדיגן מאן'ס ווייב און דעם אומבאהאלפענע אינגע פארלוירענע ווייבעלע. דער הצלה-מאן העלפט דאך! ממילא קען מען גארנישט זאגען!... און וויפיעל מאהל דארף מען בכלל נישט בודק זיין, און דער הצלה מאן ווייסט דאס גאנץ גוט! דער עלטערער פון די צוויי זאגט אז מען דארף, דער אינגערער מוז שוין מיטגיין דערמיט... ביזדערווייל זעהט מען אריינצושיקן דעם צומישטן אינגערמאנטשיקל צו גיין זיצן מיטן דרייווער פונעם אמבולאנס. ..

מרס פרייער טוט א געוואלדיגע גוטע זאך!

galitzyana » מאנטאג יוני 2, 2014 8:16 am

· #204059
Mrs Frier go ahead every body knows the thruth
We need brave people like you
Hatzulu is shivering in their pants
They are afraid
There is no reason why they were against this
The only reason I could say is because of bal k ny reasons

פאלשע פיש » מאנטאג יוני 2, 2014 9:26 am

· #204069
מיין ווייב האט דעליווערט אינזער ערשטע קינד אין אמבעלאנס. ווי נאר איך האב געזען אז די מצב טויג נישט האב איך געריפען מיינס א חבר א הצלה מעמבער (א יונגערמאן וואס טוט שוין שידוכים מיט די קינדער) איך האב דירעקט נישט געריפען הצלה אליינס, ער האט געריפען פאר בעקאפ און פאר א באס. ב״ה אלעס איז אדורך בשלום מיט צווי מעמבערס און איינער האט געדרייווט.

דער הצלה מאן וואונט א גאס אוועק פון מיר, און מיין וויב שעמט זיך נישט ארויסצוגיין אויפן גאס, און ניין, נישט איך און נישט מיין ווייב (זי איז דאס אויך מודה) וואלט נישט האבן אפאר פארלוירענע ווייבליך (ס׳איז א מציאות אז פרויען ווערן שנעלער פארלוירען ווי מענער) אין אזאנע אנגעצויגענע מינוטן זיך ספראווען מיט די מצב.

און דאס וואס דער שכן שרייבט אז מ׳שיקט די מאן אין פראנט, איז פשוט הלכה.

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 2, 2014 10:21 am

· #204086
פאלשע פיש
(ס׳איז א מציאות אז פרויען ווערן שנעלער פארלוירען ווי מענער אין אזוינע אנגעצויגענע מינוטן זיך ספראווען מיט די מצב.

איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די גאנצע נושא, אבער אויף דעם שטיקל וויל איך חולק זיין. דא רעדט מען דאך פון געלערנטע מענטשן, נישט קיין נפק"מ מענער אדער פרויען, קענען זיי באהאנדלען דעם מצב. אז איימיצער איז געטרעינט ווערט מען נישט פארלוירן. עס פעלט עפעס פרויען מילדות אין שפיטאל? עס זענען פאראן א געוואלד נשים מידווייפ'ס און מעולם לא שמענו אז זיי זאלן ווערן פארלוירן.

לית דין בר נש » מאנטאג יוני 2, 2014 10:29 am

· #204090
שמעקעדיג יא פרויען ווערן פארלוירן איך האב שוין מיטגעהאלטן ווי די מילדות איז ארויס געלאפן פון צימער אינמיטן דעליווערן פון פארלוירענקיייט
און מיין קינדערס Pediatrition האט מיין ווייב מיר פארציילט (איך האב עס נישט גיזעהן אליין) וואס איז שוין א קינדער דאקטער איבער דרייסיג יאר איז אויך אמאל ארויס געלאפן פון איר אפיס מיט קולי קולות ווייל עפעס איז גישעהן מיט א אינגל

דער שכן » מאנטאג יוני 2, 2014 11:18 am

· #204102
און דאס וואס דער שכן שרייבט אז מ׳שיקט די מאן אין פראנט, איז פשוט הלכה.

הלכה אז?... אההה ער אאא נישט זיין אינעם זעלבן באקס!.... הממממ. ....

אפטעמיסט » מאנטאג יוני 2, 2014 11:24 am

· #204104
פרעגט אייך נאך ביי די עלטערע אידן וויאזוי מען האט אויפגענומען די נייעס אז חרדי'שע אידן גרייטן זיך צו גרינדען א זעלבסטשטענדיגע הצלה ארגאניזאציע. גענוי ווי היינט ביי עזרת נשים, האט מען דאן אויך אפגע'חוזק'ט און זיך געשוואוירן אז ווען ס'וועט למעשה קומען צו א נויט-פאל וועט מען רופן די שטאטישע אמבולאנס און נישט די "נארישע חסיד'ישע בעלי דמיונות". ס'האט גענומען א שטיק צייט און דער עולם האט אנערקענט אז הצלה איז א געלונגענער געטרייער ארגאניזאציע, און איז גארנישט קיין קינדער שפיל. ס'האט גענומען צייט ביז זיי האבן געווינען די צוטרוי פונעם עולם, אבער ס'האט נישט געשפעטיגט צו קומען.

יעצט האלט מען פאר טויש. שוין יארן וואס היימישע פרויען באקלאגן זיך אויף די אומבאקוועמליכקייטן און בזיונות וואס זיי ליידן ווען ס'מאכט זיך א נויט-פאל במקומות המכוסים. א פרויען אפטיילונג אינערהאלב הצלה איז די מערסט פארשטענדליכער זאך וואס וואלט שוין לאנג איינגעפירט געווארן ווען נישט זינלאזע איגאסטישע סיבות, און מי בראש פראגעס. הצלה האט נישט מסכים געוועהן זיך צו זעצן צום טיש מיט רוחי פרייער, און האט נישט גע'חלומ'ט אז זי איז ביכולות ארויס צו ברענגען אזא קאמפליצירטע און פארצווייגטע קערפערשאפט מן הכח אל הפועל. אבער זי האט געוויזן אנדערש.

די שמאלקעפיגע און לעכערליכע איינרעדענישן אז היימישע פרויען זענען נישט ביכולות צו זיצן אויף אזעלכע פאזיציעס וועט ממילא צעטראסקעט ווערן ווי א זייפן בלאז אט אט. "עזרת נשים" איז א רעאליטעט וועדער יו לייק איט אור נאט.

קאווע טרינקער » מאנטאג יוני 2, 2014 11:31 am

· #204108
ס'איבריג זיך צו טענה'ן, יא וויכטיג נישט וויכטיג.
א פרוי וויל זיין א הצלה מעמבער. נקודה.
קיינער קען נישט אוועקנעמען אירע רעכטען.

שטילע אינגערמאן » מאנטאג יוני 2, 2014 12:26 pm

· #204138
שוין פארהאן א קליפ ווי די געטרייע עזרת נשים נעמען אריין א פרוי אין שפיטאל תיכף נאכן געבוירען א קינד.

Ben-Shishim » מאנטאג יוני 2, 2014 2:35 pm

· #204210
שטילע אינגערמאן
שוין פארהאן א קליפ ווי די געטרייע עזרת נשים נעמען אריין א פרוי אין שפיטאל תיכף נאכן געבוירען א קינד.

This is not nice of you, some woman are better drivers than you are.

Don't tell anyone but my wife has Live guard and EMT licence for many years now.

פאלשע פיש » מאנטאג יוני 2, 2014 2:44 pm

· #204217
דער שכן
און דאס וואס דער שכן שרייבט אז מ׳שיקט די מאן אין פראנט, איז פשוט הלכה.

הלכה אז?... אההה ער אאא נישט זיין אינעם זעלבן באקס!.... הממממ. ....

איך האב נישט פארשטאנען וואס דו זאגסט דא, אבער טריקען הלכה איז אסור צו קוקן במקומות המכוסים בזמן שאשתו נדה, א פרוי אין אזא מצב איז א נדה לכל הדיעות, און ס׳איז נישט מעליך נישט נכשל ווערן אין די ד׳ על ד׳ באקס פון אן אמבעלאנס ווען ס׳ווייב ליגט דארט אים ציגעגעקט.

yatzmachp » מאנטאג יוני 2, 2014 4:53 pm

· #204257
וואס איז דער פרבלעם? לאז זיי אנהייבן טוהן זייער ארבייט און מוול מיר זיך איבערצייגן.

יין שרף » מאנטאג יוני 2, 2014 7:01 pm

· #204278
ווער וויל דען זיין די ערשטע פאציענט פון זיי?
איר ווילט אפשר מנדב זיין אייער ווייב?

פאלשע פיש » מאנטאג יוני 2, 2014 8:14 pm

· #204297
יעדער איז דא וואויל גערעכט מיט די טענה אז פרויען זענען פונקט אזוי גוט ווי מענער אמער ס׳איז דא גענוג און נאך פרויען מידווייפס מיט דאקטוירים און נורסעס. אמת.

דאס איז אלעס גוט ווילאנג אלעס פארט, די מינוט עפעס גייט ארויס פון וועג, עפעס פאסירט אנדערש וואס שטייט אין די באק וואס מ׳האט איר געטרענט, מ׳דארף מאכן דיסישזענס וואס יעדע רגע שפילט א ראלע צווישן לעבען און טויט (אין אינזער פאל צוויי נפשות) וועלן זיי אויף קיין שום פאל האנדלען מיט די זעלבע שכל הישר ווי א מאן.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7