☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » וועלכע Apps נוצט איר דאס מערסטע?

וועלכע Apps נוצט איר דאס מערסטע?

126 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #178
בלאט: 1 2 3

געפילטע פיש » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2013 12:21 pm

· #166466
קענסט עטעטשען יעדע מין פייל, נאר נישט פון די Gmail עפפ, נאר דורך גיין צו די פייל אליינס, אין עני פייל עקפלארער עפפ, און שעיר'ן פון דארט.

נולד מאוחר » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2013 3:23 pm

· #166502
יא שמעקי דאס האב איך געמיינט. ווען דריקסט שעיר רין עני פייל וועסטו באקומען אלע דיינע שעירינג אפציעס.
דארט איז אויך דא gmail

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2013 3:37 pm

· #166504
אהא. איך האב גערעדט פון אינסייד די דזשימעיל עפפ.
א דאנק אייך אלע.

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 5:36 pm

· #167525
מזל טוב. ענדליך האט גוגל אליינס צוגעלייגט דעם פיעטשור אין זייער אפדעיטעד עפפ, אצינד קען מען שוין אטעטשן פון אינווייניג דעם GMAIL עפפ אלע סארטן פיילס.

<a class="postlink" href="http://www.phonescoop.com/articles/article.php?a=13318">http://www.phonescoop.com/articles/article.php?a=13318</a>

שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:27 pm

· #186664
עס זענען פאראן אסאך עפפס צו מענעדזשן פיילס אויפן ענדרויד, אבער איך מיין אז דאס (מעמארי זאון) שטייגט איבער אלע

<a class="postlink" href="https://play.google.com/store/apps/details?id=com.sandisk.mz&hl=en">https://play.google.com/store/apps/deta ... k.mz&hl=en</a>

גדעון » דינסטאג פעברואר 25, 2014 10:45 pm

· #186746
[ציטאט אראפגענומען]


<a class="postlink" href="https://play.google.com/store/apps/details?id=com.icechen1.wordlookup">https://play.google.com/store/apps/deta ... wordlookup</a>

נולד מאוחר » מיטוואך פעברואר 26, 2014 12:47 am

· #186781
כמיין אז סאיז שנעלער צי הלייטען א ווארט און סעלעקטען web search ווי איידער ניצען די עפפ.
די עפפ דארף מען דריקען די שעיר קנעפעל און דאן ס'לעקטען די עפפ.

נולד מאוחר » זונטאג מערץ 9, 2014 12:50 pm

· #189553
איז דא עפפ פאר דעם?
איינער בארגט מיין פאן זאל איך קענען פארשפארן אלעס חוץ מאכו פאן קאלס?
כרעד פון ענדרויד.

געפילטע פיש » זונטאג מערץ 9, 2014 1:07 pm

· #189558
Install
simple dialer widget,
and place it on your lock screen.

געפילטע פיש » זונטאג מערץ 9, 2014 1:26 pm

· #189566
אויב האסטו קיט-קעט דארפסטו ערשט ערמעגליכן דעם אפציע אין סעקיוריטי סעטטינגס, Enable widgets.
דערנאך פונעם לאק סקרין ברויך מען דרוקן אויפן פלוס (געוואנדען אין דיין לאק סקרין אנשטעלונגען, דארף מען צומאל סווייפן רעכטס אדער לינקס) און אויסוועלן די סימפל דיילער ווידזשעט.

נולד מאוחר » זונטאג מערץ 9, 2014 3:06 pm

· #189595
געפילטע, אין די דיסקריפשען פון די עפפ שטייט אז מקעו עס נאר טון מיט 4.2 kitkat.
נולד מאוחר האט נאך 4.1.2 זשעליבין. וואס טוט מען?

געפילטע פיש » זונטאג מערץ 9, 2014 3:11 pm

· #189598
ס'דא נאך ענליכע עפפס, זוך פאר lock screen dialer widget אדער סתם dialer widgets, און זע אויב דו קענסט עס ארויפלייגן אויף דיין לאק סקרין.

אפשר איז שוין צייט אפצודעיטן צו 4.2?

נולד מאוחר » זונטאג מערץ 9, 2014 4:43 pm

· #189656
נו אדרבה וויאזוי קען איך אפדעיטן?
ווען כגיי צי סיסטעם אפדעט זאגט ער מיר אז כבין אפטודעיט.

געפילטע פיש » זונטאג מערץ 9, 2014 5:06 pm

· #189664
וועלכע פאון?

פליקער » זונטאג מערץ 9, 2014 5:36 pm

· #189671
לכאורה איז דראפ באקס די בעסטע עפפ, עס איז שטארק פארלעסלעך, פאקט איין גוגל דרייו,
קעם סקענער אויך א דעלישס עפ, עס קלארט אויס א בילד ווי א געהעריגע סקעננער

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 9, 2014 6:28 pm

· #189697
ביטע נישט שיסן סטעיטמענטס אן מסביר'ן, אזוי אז די קליינקעפיגע צווישן אונז זאלן קענען מיטהאלטן.
פליעז עקספלעין פארוואס דראפ-באקס איז מער פארלעסליך און פאקט איין גוגל דרייוו.

פליקער » זונטאג מערץ 9, 2014 6:42 pm

· #189704
ווייל די פאקט איז אז איך האב זיך פארלאזט אויף גוגל דריוו פאר זייער א לאנגע צייט, און ליידער ווען איך האב געברויכט פייל איז צי מיין באדוירען אנדעקט געווארן אז עס סינקט נישט הינדערט פראצענט נאר זיבעציג פראצענט, מה שאין כן דראפ באקס האב איך נאך קיין מאל נישט געכאפט ביי קיין פראבלעים, קנאק אויף האלץ.

אויך די שערן פראצעס שיקן לינקס איז זייער פריינטלעך, ווי גוגל דרייו מאכט פראבלעימען

אויך זייער א וויכטיגע פינקציע ווי גוגל דרייו זייגט, אז אלץ פריוון זיי אריין שטעקן דעים נאז, און עפענען די פיילס אויף זייער פראגראמען וואס איז זייער פעילערהאפטיג, און שווער צי פארעכטן, איינמאל זיי האבן אריין געביסן אין מיר.

פליקער » מאנטאג מערץ 10, 2014 1:16 am

· #189775
מען קען רעדן פון נאך עפפס וואס איך קלער דער עולם קען האבן דערפין ניצן

סקיטש skitch

איז גאנץ א זיסע עפפ, עס נעמט א בילד פינעם געלערי, און מען קען דערויף שרייבן געוויסע נאטיצען, למשל איינער וויל לייגען א געוויסע לצנות'ל אויף א בילד, קען מען דאס מאכן זייער גרינג מיט די עפפ, און גלייך שיקן ווייטער אויף וואטסעפ, א שאד נישט צי האבן, עס איז פריי פון אפצאל, און מען קען אויסזעין זייער פראפעסיאנאל, מיט פיילן וואס מען קען לייגען און אויסציען ווי לאנג מען וויל די פייל זאל זיין, אויך די טעקט קען מען לייגען אלע קאלירן, עטליכע הויעכן, מען קען עס ארים נעמען מיט א גרעינעץ, בקיצור א זיס שטיקל עפפ.


קרעדיט קארמא credit karma

א קליין נערישער עפפ, מען ברויך אריין לייגען געוויסע פריוואטע אינפארמאציע, און עס האלט און איין שפייען קרעדיט ריפארטס, עס לאקערט אויף יעדע קאנטע וואס מען פארמאגט, אויך שיקן זיי אימלעך אויב גייט דורך א שטיקל צייט אפשניט וואס מען האט נישט געפארשט דעים קרעדיט ריפארט, מיט א מוסר פארציע הלמאי איך האב נישט קיין נייגער אויף מיין קרעדיט ריפארט, למעשה אויב ברויך מען עס הרי טוב, אינטערעסאנט פאר עטליכע מאל, דערנאך וועפט עס אויס, מען קען עס אלע מאל דיליטן.

טשעק check

א אינטערעסאנטע עפפ, עס ארבייט אויך מיט פריוואטע באנק אינפארמאציא, עס ארבייט ווי א באנק עפפ, א שטייגער ווי טשעיס עפפ, אבער עס האלט חשבון אויף אלע דיפאזעטס, וועלכע ביל עס ווערט פעליג, וועלכע דיפאזיט איז אריין געקימען, מען קען אויך באצאלען בילס אויף די עפפ, זייער גרינג, איך גלייב אז עס וועלן זיין וואס וועלן הנאה האבן דערפין, איך למעשה האב דערפין נישט הנאה, איך ווער צימישט, ווייל עס נאדזשעט מיך זייער, צעינליגע אימעילס, נאטעפעקאציאס, אויך אויפן עפפ דרייט עס א קאפ, אלעס מיט די זעלבע אינפא, אז א ביל ווערט פעליג, אדער אז א טשעק איז דורך אדער נישט דורך.

דאקיוסיין אינק docusign Ink

בערך ווי סקיטש, אבער עס איז דייקו געווידמעט אויף אינטערשריפטן, למשל איך קריג א פידיעף פון א קאנטראקט פון א צעין פעמעלי הויז, וואס איך ברויך שנעל אינטערשרייבן, איידער מיין שכן כאפט מיך אויס, און א צייט וואס איך ווייק זיך אויפן אטלאנטיק אקעיונעס, קען איך אינטערשרייבן אויפן עפפ, די זעלבע זאך איז אויך אויב איך קריג א אפליקעישן פאר א גמ"ח הלוואה בשעת איך ווייק זיך אין א מקוה, אין איך ברויך עס שנעל אינטערשרייבן, איז די זעלבע זאך אז מען שרייבט אינטער און מען שיקט עס גלייך צים לויער אדער צים ערב.

אזוי קען מען דורך גיין נאך אסאך עפפס וואס איך גלייך אדער נישט, פארשטייט זיך אז מען באצאלט נישט פאר די אלע עפפס, ווי אזוי איינער מאכט פרנסה פון אזעלכע עפפס ווייסט איין באשעפער, איך האב מורא אז עס קומט פון די אלע אינפארמאציע וואס זיי פלינדערן ארויס פון מיין טעלעפאן, גיי ווייס וואס פארא שווארץ יאר מיר לאזן זיי נעמען ווען מיר לאדענען אראפ די עפפ.

פליקער » מאנטאג מערץ 10, 2014 4:36 pm

· #189890
פאקס פיי foxfi

די עפפ איז דייקו יא א באצאלטע עפפ, עס איז א אפשפרינג פון פידיעי.נעט פאר ווער עס געדעינקט, די סאלאציא וואס דעיס פראווייעדעט איז פשוט, עס גיבט א ווייפיי ספאט, איך גלייך זייער דעים עפפ, איך בין געבינדען צי ווערייזאן מיט קייטן, צי קריגען א טעדער דורך זיי קאסט א צוואנציגער פער חודש, אבער מיטן עפפ וואס קאסט זיבן דולר, שליסל איך אויף דעים קייט, און איך ווייפיי פאר חינם, א נקמה אין די גנבים איז ווערט, על כן ווער עס פארמאגט נאך די אנלימיטעד אינטערנעט דעיטע פלאן פון ווערייזאן ווי איך, ווערט שטארק אויפגעפאדערט זיך נוקם זיין אינזע, און לאזן אפען די ווייפיי ספאט און אויסריפן כל דיכפין יתי וייגלוש, אגב מען ברויך נישט רוטן קיין פאהן, כמו שהוא איז עס גיט, הגם איך האב קיין אהנינג נישט איבער געראטעכץ, איך בלאבעל נאר נאך.

לאג מי אין logmein

די עפפ ראטעוועט אפ מיין זעיל, איך ניץ עס כסדר, איך פארמאג די עפפ אויף יעדע דעווייס וואס איך האב, הגם עס קאסט אפ א פארמעיגן פון קנאפע פערציג טולער, איז עס מיר ווערט יעדע ניקל, (ווער ניצט נאך פעניס), עס איז זייער שנעל, טיט די ארבייט, זייער סעקיור, ווידעראים די אנדערע רימאט אדמינ'ס, זענען שווער צי מסדר זיין, אבער אויב ברויך מען נאר אריין לאגן צי איין איינצעלנע קאמפיוטער דאן ברויך מען נישט די עפ, מען קען זיך באגיין מיט בחינם'דיגע רימאט עפפס, אויב איז מען אביסל טעקניקל.

נעטפליקס netflix

וואס איז דאס...

קאשער דזשיפיעס

אוי איז דעיס א דעלישעס עפפ, פאר די וואס טרעוולען, עס האט מיר שוין ארויס געהאלפן אזוי פיל מאל, אז ממש איך שפיר גיט צי זיין א איד, די עפפ העלפט טרעפן א מנין כשר'ס אויך א מקוה, עס ארבייט מיט די דזשיפיעס נעטווארק, עס גיבט דירעקשאן'ס אנציקימען אהין, האט נאך עטליכע פראבלעימען, ווי למשל אויב וויל אויסחבשון'ען ווי איך גיי עסען און פלארידע ווען איך בין נאך אינדערהיים, איז עס א פראבלעים, אבער אויב בין איך שוין אין פלארידע אדער סיי וועלכע פלאץ אויפן כדיר וועט עס מיר געיבן די אפשוינים לויט די ווייטקייט, אויך די וועפסייטס, און נאך אינפארמאציע ווי ווען די מנינים שטעלן זיך און נאך, סיפלי א מחייה.

קיפ keep

דעיס איז א עפפ וואס גוגל האט ערלעידיגט פארן פאלקס באניץ, דעיס איז א קליגע מעמא פעד, למשל איך מאך א קליינע נאטיץ און עס ווילצעכמער א דערמאנינג מארגען נאכן קיגל, שטעלט מען איין די רעמיינדער און פינקט מארגן יענע באשטימטע צייט הייבט עס אן דערמאנען, אויך נאך א דערמאניג וועיג איז דורך פאזיציע, וואס די חלק גלייך איך, עס קען מיך דערמאנען אויף א באשטימטע פלאץ, למשל, ווען איך קים אן אהיים זאל איך דערמאנט ווערן אז איך ברויך געיבן עפעס פאר מיין אשת חיל, ווען איך קים אהיים דורך דשיפיעס ווער איך דערמאנט, למשל אויב איך קים אן און שיל ברויך איך ווערן דערמאנט אויסצילעשן דעים טעלעפן, ווער איך דערמאנט ווען דער דזשיעס שפירט די קדושה פינעם שיל.

אפיס קאלקיולעיטער office calculator

א גיטע עפפ וואס איך ניץ פאר א קאלקיולעיטאר, ווייל די דיפאלט קאלקיולעיטער איז שטארק זייגעריש, עס פעילט וויכטיגע פינקציעס, ווי פערצענט, אויך איז עס שרעקלעך בעיסיק, און די קאלקיולעיטאר שטעלט צי אזא דידיטאל פאפיר ווי אלע רעכענינגען שטעלן זיך איינס אינטערן אנדערען, אויך קען מען פאריכטען דעים טעות אויב האט מען געמאכט איינס, די פרייע ווערסיעס זענען אויך גיט אבער האט עדס נישקשה, איך האב א באצאלטע ווערסיע פאר בחינם אויף א וועיג לכאוירה איינער מיר געשיקט א לינק אויף א וועיג.

אז מען רעדט שוין פון קאלקיולעטארס איז מיר שווער, ווי אזוי קען זיין אז די אלע טעיפ קאלקיולעיטארס וואס קאסטען הינדערט ביז הינדערט פיפציג דולר, ריזיג גרויס און שווער, האט נישט קיין פארעכט קנעפעל, נאר אויב מען מאכט א טעות מיז מען איבער שרייבן אלע רעכענינגען, אלע בעינק ניצען עס, נישט קיין פשט, אז עס קאסט באלד ווי א קאמפיוטער, און איז קיין מאל נישט אויפגעוואקסען, זעיט אויס אז עס איז יא דא זאכן וואס ווערן קיין מאל נישט גרויס ווי איז דער מיילך, אפשר האט עס געליטען פון א וואקסין.

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 10, 2014 4:54 pm

· #189892
פליקערל זייער שיין
א חלק (אדער ענליכע) פון די עפפס האבעך שוין געמענשאנד אנהויב אשכול.
אבער 2 מאל איז שטארקער.

געפילטע פיש » מאנטאג מערץ 10, 2014 5:47 pm

· #189907
פליקער

לאג מי אין logmein

TeamViewer איז אויך זייער גוט, און האט אלע בעיסיק פיטשערס וואס LMI האט, און ס'איז בחינם.

פליקער

קאשער דזשיפיעס

ס'דא אפאר, וועלכע מיינסטו?
פליקער

קיפ keep

👍
נאך א מעלה איז אז ס'סינקט מיט די קאמפיוטער און אלע דיווייסעס.
פליקער

אפיס קאלקיולעיטער

פאר דעם נוץ איך גוגל. לייג אריין די אין גוגל די גאנצע קווערי און גוגל וועט אויסשפייען די ענטפער.

פליקער » מאנטאג מערץ 10, 2014 5:56 pm

· #189911
טים וויאער אויפן דעסק טאפ קימט נישט צי לאג מי אין ווייל עס פאדערט אלעמאל פעסווארדן, מיט באשטעיטיגעכצער פון ביידע צדדים, עינדלעך צי join.me

ספעציעל ווען מען האט פילע קאמפיאטעס וואס מען ברויך באזיכן און די שנעליקייט

kosher gps דעיס מיין איך

<a class="postlink" href="https://play.google.com/store/apps/details?id=com.kosherapp">https://play.google.com/store/apps/deta ... .kosherapp</a>

אפיס קאלקיולעיטער - דיין מהלך איז זייער קאמפלעצירט פאר אנשים פשוטים וואס שלאפן איין ווען זיי הערן דאס ווארט קווערי

נולד מאוחר » מאנטאג מערץ 10, 2014 7:07 pm

· #189940
פליקער
טים וויאער אויפן דעסק טאפ קימט נישט צי לאג מי אין ווייל עס פאדערט אלעמאל פעסווארדן, מיט באשטעיטיגעכצער פון ביידע צדדים, עינדלעך צי join.me

ספעציעל ווען מען האט פילע קאמפיאטעס וואס מען ברויך באזיכן און די שנעליקייט

נישט ריכטיג
מיסטער געפילטע האט מיר דאס אמאל רעקאמענדעד, סאיז זייער גוט

געפילטע פיש » מאנטאג מערץ 10, 2014 7:16 pm

· #189943
@פליקער, זעט אויס האסט שוין לאנג נישט ארויסגעטשעקט טים-וויואער, היינט איז עס שוין זייער ענליך צו לאג מי אין, נאר אן געוויסע עדווענסד פיטשערס.

פליקער » מאנטאג מערץ 10, 2014 8:10 pm

· #189951
מיר גייען שוין אויספריוון
הגם איך פארשטיי נישט ווי אזוי עס קען זיין בעסער, קען עס האלטן איא פון אזויפיל קאמפיוטערס, אבער לאמיר זעין אויפ איין קאמפיוטער, מיר ווערן ריפארטן

נולד מאוחר » דינסטאג מערץ 11, 2014 9:44 am

· #190009
וועלכע עפפ איז גוט צי בלאקען עדס?

green sunday » דינסטאג מערץ 11, 2014 12:26 pm

· #190036

נולד מאוחר » דינסטאג מערץ 11, 2014 4:34 pm

· #190094
די לינק זעט אויס רעדט פון pc נישט פון מאביל עפפס, ריכטיג?
ועוד כניץ נישט קראום אדער ie, כניץ מיין סטאק בראזער.

געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 11, 2014 5:51 pm

· #190115
נולד מאוחר
וועלכע עפפ איז גוט צי בלאקען עדס?


AdAway
Needs root

נולד מאוחר » דינסטאג מערץ 11, 2014 6:18 pm

· #190121
האסט עכט געמיינט כהאב כוח צי די ראטן ביזנעס? די אמת

געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 11, 2014 6:44 pm

· #190125
ניין, אבער אויב ווילסט אן עד בלאקער איז רוטן דאכטזיך די איינציגסטע וועג.

מצטמק ויפה » זונטאג מערץ 30, 2014 1:33 am

· #193370
איך זיך א עפפ פאר ענדרויד, צו קענען שיין מסדר זיין ווידיאויס אין פאלדערס אויף א מסודר'דיגע אופן. Any idea? א דאנק.

געפילטע פיש » זונטאג מערץ 30, 2014 2:41 am

· #193377
עני פייל עקספלארער?

מצטמק ויפה » זונטאג מערץ 30, 2014 8:28 am

· #193384
געפילטע פיש
עני פייל עקספלארער?

יא סתם עס זאל זיין שיין מסודר, איך האב hide it וואס דארט קען מען זייער שיין מסדר זיין, אבער עס נעמט עס אוועק פון די SD card אין אויב ריסטארט איך די פאון ווערט אלעס פארלוירן.
א דאנק געפילטע.

געפילטע פיש » זונטאג מערץ 30, 2014 1:09 pm

· #193437
ES File Explorer איז זייער גוט.

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 14, 2014 9:23 pm

· #200579
מיין בעטערי האט אנגעהויבן מאכן קונצן. ער איז געשטארבן צו פרי, נאך בלויז אפאר שעה.

"בעטערי דאקטאר" עפפ איז געקומען צו הילף. דער באטעריע האלט זיך יעצט א היבשע פאר שעה לענגער. ער לעשט אויס אומנויטיגע סערוויסעס און עפפס פון די בעקגראונד.

מאך א זוך פאר battery doctor

קליגער אינגערמאן » דאנערשטאג מאי 15, 2014 12:13 am

· #200599
שמעקעדיג
מיין בעטערי האט אנגעהויבן מאכן קונצן. ער איז געשטארבן צו פרי, נאך בלויז אפאר שעה.

"בעטערי דאקטאר" עפפ איז געקומען צו הילף. דער באטעריע האלט זיך יעצט א היבשע פאר שעה לענגער. ער לעשט אויס אומנויטיגע סערוויסעס און עפפס פון די בעקגראונד.

מאך א זוך פאר battery doctor

די האסט יעצט אפדעיטעד דיין פאוין ? כ'האב באמערקט ביי מיר (4.3 > 4.4) אין אויך ביי אנדערע (4.2 >4.3) אז זייט מ'האט אפדעיטעד ס'פאוין האט מען געפירליכע פראבלעמען מיטן באטארי.
ווי עך פארשטיי איז עס אזוי ווי אנפילן דעם רעקעל טאש מיט קוואדערס ביז ארויף.. וואס געשעהט ? ס'וועגט אראפ, ווייל ס'איז נישט דיזיינד פאר דעם. ס'איז געמאכט פאר א מנחה מעריב גארטעל. זעלבע זאך מיטן פאוין.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 15, 2014 12:55 am

· #200604
נאופ איך האב שוין 4.4 עטליכע חדשים. און גוגל טענה'ט גאר פארקערט, אז 4.4 איז גרינגער אויפן מאגן ווי די עלטערע ווערסיעס פון אנדרויד.

ברוך שאמר » דאנערשטאג מאי 15, 2014 4:32 pm

· #200694
John Doe
איך האב אפגעלאדענט צענדליגע עפפס אבער בעיקר נוץ איך

WhatsApp
Waze
Google+
Evernote
NYC asp
AppsGoneFree

tune in radio

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 19, 2014 11:57 am

· #206885
וועלכע עפפ וואלט איר רעקאמענדירט פאר נייעס?
איך האב שוין פרובירט פארשידענע, יעדע איינע האט אנדערע משוגעת'ן.
איך זוך עפעס פשוט, נישט משוגע, איינגעטיילט לויט קאטעגאריעס (פינאנץ/ביזנעס, טעכנאלאגיע, דאמעסטיק, אינטערנאציאנאל, וכדומה), קלארע העדליינס נאכגעפאלגט מיט א באשרייבונג פון די נייעס - נישט צו קורץ נישט צו לאנג אלא כמצליף, באגלייט מיט א 2-3 בילדער וועלכע רעדט א טויזענט ווערטער EACH.

געפילטע פיש » דאנערשטאג יוני 19, 2014 1:35 pm

· #206904
פארביר Flipboard אדער Google currents, אדער קענסטו פראבירן א RSS feeder ווי למשל Feedly, און דארט קענסטו אנשטעלן פונקטיך וועלכע feeds דו ביזט אינטערעסירט צו זען.

גדעון » דאנערשטאג יוני 19, 2014 2:22 pm

· #206910
אז דו גלייבסט די נייעס קורץ און שארף טריי yahoo digest

די ui איז מוראדיג

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג יוני 19, 2014 2:27 pm

· #206912
טאמער דער בלאט וואלט געהאט א עפפ וואלט איך זיכער געזאגט אז דאס איז וואס די זיכסט,
אדערוויל וועסטו זיך מיזן בייגעניגען מיט goggle currents. 😉 😉

יין שרף » דאנערשטאג יוני 19, 2014 8:30 pm

· #206984
שטילע אינגערמאן
טאמער דער בלאט וואלט געהאט א עפפ וואלט איך זיכער געזאגט אז דאס איז וואס די זיכסט

פאר דעם קען מען נוצן די צוויבל....

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 19, 2014 8:51 pm

· #206990
שטילע אינגערמאן
טאמער דער בלאט וואלט געהאט א עפפ וואלט איך זיכער געזאגט אז דאס איז וואס די זיכסט,
אדערוויל וועסטו זיך מיזן בייגעניגען מיט goggle currents. 😉 😉

זיי וואלטן צוגעטשעפעט צו יעדן נייעסל א פאפאפ מיט די איסור אקעגן סמארטפאון'ס 😛

ארבעס » פרייטאג יוני 20, 2014 12:51 am

· #207060
לעצטען ניץ איך אסאך scanner pro. איך ווער פטור פין אזוי פיל פאפירען וואס איך פלעג האלטען מחמת יראה.
דאס ווערט loaded צי google drive. א מחי׳.
איך האב עס אויף אייפאן ios.

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 25, 2014 1:38 pm

· #208043
לעצטנס האב איך באשלאסן צו טרינקען מער וואסער יעדן טאג, פשוט פארן געזונט. אנשטאט קאווע דארף מען טרינקען מער וואסער.
דער עפפ העלפט אייך שטעלן א ציהל וויפיל וואסער איר ווילט טרינקען און טוט אייך כסדר דערמאנען צו ענדיגן דעם סכום גלעזלעך וואסער וואס איר נעמט זיך אונטער.
איך בין זיך ממש מחי' מיט דעם עפפ, ווייל אינמיטן טאג בין איך צו ביזי צו קענען געדענקען צו טרינקען.

שמערל » מיטוואך יוני 25, 2014 1:46 pm

· #208047
בארואיגט אייך. עס איז נישטא קיין שום סייענטיפישע הינטערגרינד אז מען דארף טרינקען אסאך וואסער.
יעדער מענטש יעדע וועטער, און ווי אויך ווי שווער מארבייט פיזיש, האט א השפעה וויפיל וואסער מדארף. ווי אויך אויב עסט מען נאסע פרוכט איז אנדערש ווי איינער וואס עסט נאר טרוקענע זאכן.
קענט עס גוגלען, ווען דו זעסט איך בין גערעדט, אנאינסטאל די עפפ און טרינק נאר ווען ביסט דארשטעריג.

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 25, 2014 2:23 pm

· #208051
נחמתני... ווי ביסטו געווען ביז היינט?

שמערל » מיטוואך יוני 25, 2014 8:14 pm

· #208108
נו שוין אנאינסטאלט?
כ'האב יעצט געהאט צייט עס נאכצוזוכען.
דאס איז זייער בעסטע ליין.
Saying that you should drink more water than your body asks for is like saying that you should consciously breathe more often than you feel like because if a little oxygen is good for you then more must be better.
פון דא
בלאט: 1 2 3