☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » א חכמה פון אן אנטי אינטערנעט עד

א חכמה פון אן אנטי אינטערנעט עד

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4620

רויטע וואנצעס » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:33 am

· #145966
א חכמה פון אן אנטי אינטערנעט עד
אויף VIN NEWS איז היינט דא די פאלגענדע עד (זעה די PDF ביים סוף פון די הודעה)


אז מדרוקט דערויף נעמט עס דיר צו די פעיזש.
<a class="postlink" href="http://venishmartem.com/go/ads/entertainment.php?utm_source=VIN&utm_medium=18plusWide&utm_campaign=VCF1000">http://venishmartem.com/go/ads/entertai ... gn=VCF1000</a>

אזא חכמה! זאל איך לאכן אדער וויינען?
📎 Breaking News _ Latest News _ Current News _ Happening now _ Orthodox Jewish News at VosIzNeias.pdf

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:55 am

· #145973
צו מאכן גרינגער נישט צו דארפן דאונלאדנענען די PDF, נאט אייך א סקרין שאט.
📎 vin ad.png

(איך האב געדארפט אויסלעשן מיין עד בלאקער כדי צו קענען זען די עד...)

טישו באקס » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:26 pm

· #145981
מקען עס נישט אינגאנצן אנרופן "אן אנטי אינטערנעט" עד. ווי נישט ווי הייסט ער נישט אינגאנצן פארמאכן די אינטערנעט, ער שרייבט דאך
that will allow you to browse the web freely but block only what you DON'T want

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:44 pm

· #145994
געפילטע פיש
(איך האב געדארפט אויסלעשן מיין עד בלאקער כדי צו קענען זען די עד...)

וויפיל מאל מ'איז מעורר מענטשען וועגן עד בלאקערס איז נישט גענוג. איך רעד נישט פון די עטישקייט דערפון (דאס איז א נושא פאר זיך), נאר פשוט, פון אידישקייט שטאנדפונקט. די אלע מענשטן וואס שרייען אז אויפן אינטערנעט קומט מען אומווילענדערהייט צו שמוץ, זענען אדער שקרנים וואס האבן געזוכט די שמוץ, און זוכן איז נישט אומווילענדערהייט, אדער האבן זיי נישט קיין עד בלאקער. עד'ס נאטורליך זענען געמאכט צוצוציען מענטשען, און וואס מער א עד ציעט דעם אויג, אלס מער מענטשען וועלן קליקן אויפן עד. ווי באקאנט ציען שיינע פרויען צו דעם אויג, ס'נישט קיין סוד, ממילא נוצן דאס אדווערטייזער פאר פראדוקטן פון טוילעט פאפיר ביז גראז שניידערס, און ממילא איינער וואס האט א עד בלאקער איז אפגעהיטן פון אלע די זאכן, און וועט איך זיין לעבן נישט זען קיין שמוץ אויפן אינטערנעט, סיידן ער זוכט עס.

פאלגענד זענען די לינקס צו עד בלאקערס פאר די פאפולערע בראוזערס.
עד בלאק פאר קראום
עד בלאק פלאס פאר פייערפאקס
עד בלאק פלאס פאר אינטערנעט עקספלארער

סאשי פיש » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:09 pm

· #146557
געפילטע פיש


(איך האב געדארפט אויסלעשן מיין עד בלאקער כדי צו קענען זען די עד...)

פארוואס זע איך עס יא אפילו מיט די עד בלאקער?

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:38 pm

· #146565
ביי דיפאלט בלאקט עס נאר די גוישע עד'ס, די אידישע עד'ס זענען hosted ביי אזעלכע קליינע קאמפאניס אז ס'נישט אויף זייער בלאקט ליסט. אבער יעדע מאל דו זעסט א עד קענסטו אדער רייט קליקן אויפן עס און אויסוועלן עס צו בלאקן אויף לעתיד, אדער קוועטש אויף די עד-בלאק אייקאן אויפן בראוזער און וועל אויס block ad on this page, וועל אויס די עד, און מער וועסטו עס נישט זעהן. אזוי אז נאך אפאר מאל עס טוהן אויף א סייט וועסטו קיינמאל מער נישט זען קיין עד'ס דארט.

איחוד פעלד » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:39 pm

· #146567
ווייל סאשי פיש האט דאך דער עינא פקיחא, משא"כ דיין קאזין געפילטע פיש, איז שוין דער אויג אינגאנצען צוריבען............

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 3:17 pm

· #147057
כ'בין נעכטן נאכט געווען אין מאנסי, האב איך געכאפט עטליכע בילדער פון מערקווירידגע פלאקאטן.
איינס לייג איך דא
📎 הבהרה ללאו יוצאת.jpg

אליצפן » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 3:36 pm

· #147067
עד בלאק איז דער וויכטיגסטער זאך וואס יעדער אינטערנעט באנוצער מוז האבן. סיי פונעם רוחניות'דיגן שטאנדפונקט ווי געפילטע האט שוין ערווענט, און סיי פונעם פראקטישען זייט, עס נעמט פיל שנעלער פאר וועבזייטן זיך צו לאודן, עס שפרינגט נישט קיין עדס אין פנים אריין, ווי אויך שפירט מען נישט ווי מען שפיאנירט אויף דיר, ווען פונקט קומט ארויף אן עד פונעם לעצטן מאדעל קאמפיוטער וואס איר האט נעכטן געקוקט.
איך קען באמת נישט פארשטיין פארוואס ס'נאך דא מענטשן וואס באנוצען זיך נישט דערמיט.

רויטע וואנצעס » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:33 pm

· #229614
נאך א צחושטע עד אויף VIN. ס'איז כדי אהין צוגיין און כאפן א בליק אויף די GIF, ווי די אלע טאטעלעך טאנצן.
Untitled-1.jpg