☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » וועלכע Apps נוצט איר דאס מערסטע?

וועלכע Apps נוצט איר דאס מערסטע?

126 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #178
בלאט: 1 2 3

ונבנתה העיר » מיטוואך יוני 25, 2014 11:48 pm

· #208138
מען דארף אכטונג געבן, בעסער איבערטרונקען ווי אונטערטרונקען.

שמערל » מיטוואך יוני 25, 2014 11:52 pm

· #208139
אינ'ם ארטיקל אנגעצייכנט, שטייט פארקערט.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יוני 26, 2014 12:09 am

· #208142
יעצט געליינט.

איך בין נאך נישט איבערצייגט, האלב פון זיין ארטיקל זעהט אויס צו זיין סברות, און די סייענטיפישע פאקטן וואס ער האט זענען בכלל נישט גענוג אפצוווארפן די אנגענומענע דעה, עס איז מעשים בכל יום אז מענטשן ליידן געזונט פראבלעמען פון דיהיידרעישאן, ממילא איז מסתבר אז עס איז אסאך לייכטער נכשל צו ווערן אין דיהיידרעישאן ווי אין אווער-היידרעישאן.

בכלל פראבירט ער צו שטארק, אפשר אלס א טייל פון די Trust Me, I'm a Doctor סעריע.

מצטמק ויפה » מיטוואך יולי 9, 2014 10:30 am

· #211009
נייע מנין עפפ!
New York – The popular maker of Jewish apps for iPhone and Android users has created yet another revolutionary app to make the creation of a minyan easier when on the go.
RustyBrick announced that the Minyan Now app allows users to create a minyan of 10 males over Bar Mitzvah age, as required for daily prayers three times per day.
The app notifies Jewish males in the user’s area that a minyan is needed. The app then confirms 10 males for a specific time at a specific location for prayer. Once all 10 males are in attendance, the app confirms the group and the prayer group can then start.
The app can be useful for men need to find 10 or more Jewish men, but are not close to a shul or synagogue.
The notification is sent to users about 10 minutes away from the person requesting the minyan. Users can configure longer or shorter distances.
Users can download the free Minyan Now app at either the Minyan Now iOS app page and/or Minyan Now Android app.

Credit: vosizneias
📎 Screenshot_2014-07-09-10-26-37.png

הערה » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 12:15 pm

· #221776
פאר Check App באנוצער פון מאנסי / קרית יואל
זיי סאפארטען שוין ארענדש & ראקלענד יוטיליטיס

פאר Mint App באנוצער
פאר דיי וואס ווייסן נישט
זיי סאפארטען פוד סטעמפס / SNAP
פאר די וואס מאניטערן זייער אקאנט ביי
https://www.ucard.chase.com/chp

די Cash אקונט פון Snap קענט איר ביי די settings אונטער Profile סעלעקטן
Hide from everywhere

פאלענד ספרינג » מאנטאג מערץ 9, 2015 5:50 pm

· #257669
איך נוץ Pulse פון LinkedIn פאר אינטרעסאנטע ארטיקלען און נוצבארע נייעס.

Chuchem » דינסטאג מערץ 10, 2015 2:23 pm

· #257758
news app
די בעסטע נייעס עפפ איז
SmartNews

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 30, 2016 12:09 am

· #339589
איך נוץ אפט 'גוגל מעפס', רוב מאל זייער געשמאק, נאך דערצו אז ס'איז אומזיסט, וואס נאך קען מען פארלאנגען.

איין זאך שטערט מיר שוין יארן. זיי צייגן נישט דעם ספיד לימיט. א זאך וואס רוב אנדערע צייגן יא, נכלל די פשוט'ע טאמ-טאמ'ס און גארמינ'ס. עס קוקט נישט אויס צו זיין אזא שווערע זאך צו מאכן, דאן פארוואס קען עס גוגל נישט צושטעלן?

עכ"פ האט מיר איינער געוויזן, דהער איז ען עפפ פאר דהעט. אייגענטליך עטליכע עפפס. דאס בעסטע איז לכאורה Velociraptor, וואס בשעת מען נוצט דעם גוגל מעפ, וועט דאס ארויפשמירן סיי דעם ספיד לימיט און סיי דיין יעצטיגע ספיד.

אהרן » דאנערשטאג יוני 30, 2016 12:18 am

· #339591
Re: וועלכע Apps נוצט איר דאס מערסטע?
א דאנק, זייער נוצבאר.

אגב אז מרעדט שוין, וואס איז די מעלה פון waze? איך קען עס נמשט דערליידן.

אפשר » דאנערשטאג יוני 30, 2016 9:42 pm

· #339778
שמעקעדיג
איך נוץ אפט 'גוגל מעפס', רוב מאל זייער געשמאק, נאך דערצו אז ס'איז אומזיסט, וואס נאך קען מען פארלאנגען.

איין זאך שטערט מיר שוין יארן. זיי צייגן נישט דעם ספיד לימיט. א זאך וואס רוב אנדערע צייגן יא, נכלל די פשוט'ע טאמ-טאמ'ס און גארמינ'ס. עס קוקט נישט אויס צו זיין אזא שווערע זאך צו מאכן, דאן פארוואס קען עס גוגל נישט צושטעלן?

עכ"פ האט מיר איינער געוויזן, דהער איז ען עפפ פאר דהעט. אייגענטליך עטליכע עפפס. דאס בעסטע איז לכאורה Velociraptor, וואס בשעת מען נוצט דעם גוגל מעפ, וועט דאס ארויפשמירן סיי דעם ספיד לימיט און סיי דיין יעצטיגע ספיד.

אז מען רעדט פון גוגל מעפס, האבן זיי צוגעלייגט אפאר שיינע פיטשורס.
1. מען קען אריינלייגן אפאר דעסטינאציעס, אזוי ווי אויפן דעסקטאפ
2. די וואס האבן location history אנגעצונדען קענען צולייגן נאטיצן צו קענען געדענקן וואס און פארוואס מען איז געווען ביי א צפעציפישן לאקאציע

פאר מער
http://lifehacker.com/google-maps-adds- ... 1782879549

סאשי פיש » דאנערשטאג יוני 30, 2016 11:03 pm

· #339779
וועיז האט אנגעהויבען צו ווייזען די ספיד לימיט, און די ספיד ווי שנעל מען פארט.

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 3, 2016 11:16 am

· #353494
א שטיק צייט צוריק בין איך געפארן שבת אין דער פרעמד צו א שמחה. דער בעל שמחה האט צוגעשטעלט אכסניות פאר די געסט, וגם אני בתוכם, כמובן.
אנקומענדיג צו די רום פון מיין אכסניא, האב איך געטראפן אלעס שיין צוגעשטעלט, אבער העיקר שכחו: א זייגער אין צימער.

אן א זייגער בין איך אויס קאפעליוטש מאכער, בפרט אום שבת. אינדערוואכן גיט מען א טשעק דעם סעלפאן; אבער שבת איז דאך נישט שייך!

א שנעלע זוך האט מיר געברענגט צו עטליכע עפפס וועלכע צייגן די זייגער א גאנצע צייט אויפן סעל סקרין - אן ווערן פארלאשן. גענוי ווי א פשוט'ער אלארם קלאק.

MY ALARM CLOCK - איז געווען דאס בעסטע. איך האב קודם דאונלאודעד די פרייע ווערסיע, עס צו אויספרובירן. נאך אפאר מינוט האב איך געזען אז דאס איז וואס איך זוך, האב איך דאונלאודעד דעם פולן באצאלטע ווערסיע פאר $2.
פארוואס האב איך געצאלט? חוץ מזה וואס איך האלט פון שטיצן די וואס ארבעטן שווער און איך האב הנאה דערפון, האט די פרייע ווערסיע בלינקעדיגע עד'ס, וואס וואלט מיר געשטערט אין א טונקעלע צימער.

וואס זאל איך ענק זאגן. כ'האב זיך מחי' געווען דערמיט. עס האט אזויפיל אפציעס און פיעטשורס, פלעש לייט, קאלירן, וכו'.
די פאזיציע פונעם זייגער אויפ'ן סקרין טוישט זיך (לויטן פארלאנג) יעדע פאר מינוט כדי צו פארמיידן א סקרין BURN (ד"ה אויב א געוויסע זאך בלייבט צו לאנג אנגעצינדן אויפן זעלבן ארט קען עס מאכן א פערמאנענטע ברען אינעם סקרין).

https://play.google.com/store/apps/deta ... lock&hl=en

📎 alarm_clock.jpg

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 3, 2016 12:58 pm

· #353499
כ'מיין אז די 3 עיקר מעלות פון וועיז איבער גוגל מעפס איז:

1. עס ווייזט די ספיד לימיט
2. עס ווייזט וואו פאליציי זענען באהאלטן און אנדערע ווארענונגען
3. אז יעדער באנוצער קען ווארענען אנדערע אויב ער/זי זעהט עפעס. (עס מאכט שפירן ווי א "היימישע קאמיוניטי")

שלום על ישראל » דאנערשטאג נאוועמבער 3, 2016 1:31 pm

· #353502
אין מאנהעטן איז וועיז זיכער א ברכה לבטלה

אהרן » דאנערשטאג נאוועמבער 3, 2016 1:34 pm

· #353503
Re: וועלכע Apps נוצט איר דאס מערסטע?
איך ווער דיזי פון waze.
Too much going on..

נולד מאוחר » פרייטאג נאוועמבער 4, 2016 12:36 am

· #353548
שמעקעדיג
כ'מיין אז די 3 עיקר מעלות פון וועיז איבער גוגל מעפס איז:

1. עס ווייזט די ספיד לימיט
2. עס ווייזט וואו פאליציי זענען באהאלטן און אנדערע ווארענונגען
3. אז יעדער באנוצער קען ווארענען אנדערע אויב ער/זי זעהט עפעס. (עס מאכט שפירן ווי א "היימישע קאמיוניטי")

איז נישט דו עיקר מעלה אז זיי געבן דיר דוקא זייטע גאסן אנשטאט הויפט גאסן?

קאצקע ציקער » פרייטאג נאוועמבער 4, 2016 2:04 am

· #353562
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב די זעלבע קשיא. וועיז קען דיך פירן אין בארד אריין.

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 3:03 pm

· #355595
א "לאונטשער" איז א סארט עפפ וואס שטעלט אראפ דעם טאן פאר'ן אויסזעהן פונעם פאון. צב"ש ווי אזוי די אייקאנס זאלן זיין אויסגעשטעלט, די מעניוס, די עפפס, די פאנטס, א.א.וו. אלע אנדערע פרטים. ע"פ רוב וועלן די פאון ערצייגערס האבן די אייגענע "סקין" און אייגענע לאונטשערס, דעריבער וועט די אנדרויד סיסטעם אויסקוקן אנדערש ביי סעמסאנג ווי ביי מאטאראלע וכדומה.

ענדרויד גיט די אפציע פאר'ן באנוצער צו טוישן צו מערערע סארטן עוועילעבל לאונטשערס, וועלכע טוט ערזעצן דעם אריגינעלן לאונטשער. יעדע האט זיך אירע מעלות און שוואכקייטן.

איך האב לעצטנס פרובירט א נייע הערליכע לאונטשער, "עראו" פון מייקראסאפט – ספעציעל געמאכט פאר ענדרויד. עס איז ערשינען קוים א יאר צוריק אויף די מארקעט, און איז געווארן אויפגעכאפט אלס איינע פון די בעסטע לאונטשערס. עס איז אויסגעשטעלט לאגיש און מיט שכל. עס נעמט עדווענטעזש פון אסאך פונקציעס כדי צו מאכן דעם פאון גרינגער צום באנוץ, און גיט אסאך אפציעס וואס אנדערע לאונטשערס האבן נישט.

צב"ש ווען מען עפנט דעם עפפ לעדל, אנשטאט דארפן רוקן פון פעידזש צו פעידזש כדי אנצוקומען צו א ספעציפישע עפפ, קענט איר בלויז סקראולן, ווי אויך טרעפן די ABC אין די זייט, אזוי אז אויב למשל איר דארפט אנקומען צו YouTube קען מען א דרוק טאן אויפן Y און דו ביסט גלייך דארטן. אויך קען מען "סורטשן" פאר א עפפ. מען קען אנשטעלן אז וואטסעפפ/טעלעגראם זאלן ווייזן די "נומבער בעטש", ד"ה וויפיל נייע מעסעדזשעס עס איז דא (מאנכע פאונ'ס האבן דאס סטענדערד). מען קען קאסטומייזן די עפפס/ווידזשעטס אויפ'ן פראנט סקרין, און מען קען האבן נאך עטליכע פעידזשעס ווען מען סקראולט אראפ (אנשטאט רעכטס און לינקס ווי געווענליך). ווען מען סקראולט ארויף פון אונטן אויפ'ן מעין פעידזש קומט ארויף נאך 10 אפט-באנוצטע עפפס (צב"ש א פלעש לייט) וועלכע מען קען אויך קאסטומייזן לויטן פארלאנג. סווייפ אראפ, ברענגט ארויף א "סורטש" אפציע. מען קען אויך קאסטומייזן ווי גרויס די אייקאנס און טעקסט/פאנטס זאלן זיין, וויפיל פער פעידזש (גריד), וכו' וכו'.

מישנדיג רעכטס אדער לינקס ערשיינען פארשידענע מעלות, צב"ש איינס האט א רעמיינדער עפפ, אויף די קומענדיגע מען קען באהעפטן אייער מייקראסאפט אפיס אקאונט און דארט קענט איר גרינגערהייט זעהן און עקסעסן סיי וועלכע דאקומענט וואס ליגט אויף דעם דרייוו. מען קען אנשטעלן אז דער בעקגראונד זאל יעדן טאג טוישן אויפ'ן BING בילד. עס האט אויך א "recent" פעידזש מיט אלעס וואס איר האט לעצטנס געטון, אזוי קענט איר גרינג צוקומען צו די לעצטע פאר פאון קאלס, טעקסט, אדער קליפבאורד, ווי אויך זעהן די לעצטע פאר בילדער אדער קליפס. פארשטייט זיך דארט קען מען קאסטומייזן און פארמעקן וואס מען וויל נישט עס זאל זיך באווייזן.

https://play.google.com/store/apps/deta ... cher&hl=en

נעגעל וואסער » מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 5:37 pm

· #355599
@שמעקעדיג פרוביר דער לאונטשער, די עיקר האב איך הנאה אז די אלע עפפס ווערן געלייגט אין קעטאגריעס
https://play.google.com/store/apps/deta ... free&hl=en

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 22, 2019 12:05 pm

· #423064
שמעקעדיג
איך נוץ אפט 'גוגל מעפס', רוב מאל זייער געשמאק, נאך דערצו אז ס'איז אומזיסט, וואס נאך קען מען פארלאנגען.

איין זאך שטערט מיר שוין יארן. זיי צייגן נישט דעם ספיד לימיט. א זאך וואס רוב אנדערע צייגן יא, נכלל די פשוט'ע טאמ-טאמ'ס און גארמינ'ס. עס קוקט נישט אויס צו זיין אזא שווערע זאך צו מאכן, דאן פארוואס קען עס גוגל נישט צושטעלן?

עכ"פ האט מיר איינער געוויזן, דהער איז ען עפפ פאר דהעט. אייגענטליך עטליכע עפפס. דאס בעסטע איז לכאורה Velociraptor, וואס בשעת מען נוצט דעם גוגל מעפ, וועט דאס ארויפשמירן סיי דעם ספיד לימיט און סיי דיין יעצטיגע ספיד.

גוטע נייעס - גוגל גייט ארויפלייגן ספיד לימיט'ס אויף זייערע מאפעס.
ענדליך!

שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 14, 2020 4:25 pm

· #456485
Top 10 essential Android apps (September 2020 edition) | ZDNet

https://www.zdnet.com/article/best-security-keys/

פאליטיקאנט » זונטאג אוגוסט 16, 2020 2:07 am

· #456509
Re: וועלכע Apps נוצט איר דאס מערסטע?
די לינק איז נישט די זעלבע פונעם קעפל.

ערליכער איד » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 6:42 pm

· #458976
איז דא עפעס נייע אפפ׳ס וואס איז אינטערסאנט?

היכי דמי » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 6:55 pm

· #458977
איך ווייס נישט צו עס איז ניי, אבער איך האב מיר לעצטענס אנגעשטויסן אין א גאר געשמאקע תורה עפפ ״sefaria” וואס האט גאר אסאך ספרים, א גרויס חלק האט עס אויך די טייטש אין ענגליש, און עס האט א גאר גוטע סירטש סיסטעם מיט נאך אסאך מעלות. (ווי למשל ווען דו קליקסט אויף א פסוק חומש אדער א שטיקל גמרא, וועט דיר עס ברענגן אלע מפרשים און ספרים אויף די פסוק)

מרדכי מרדכי » מיטוואך יוני 30, 2021 10:54 pm

· #476966
זייט גוגל האט פארמאכט פלעי מיוזיק ווייס איך נישט וועלכע פלעיער צי ניצן.
איינער ווייסט וואס איז א גוטע ערזאץ?

מרדכי מרדכי » זונטאג יולי 4, 2021 7:31 am

· #477090
[ציטאט אראפגענומען]

איך זיך א גיטע אודיאו פלעיער נישט ריינס וואס איז אויך ווידאיו
בלאט: 1 2 3