☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » וועלכע Apps נוצט איר דאס מערסטע?

וועלכע Apps נוצט איר דאס מערסטע?

126 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #178
בלאט: 1 2 3

John Doe » מיטוואך מערץ 14, 2012 10:10 pm

· #1473
וועלכע Apps נוצט איר דאס מערסטע?
איך האב אפגעלאדענט צענדליגע עפפס אבער בעיקר נוץ איך

WhatsApp
Waze
Google+
Evernote
NYC asp
AppsGoneFree

הניק שלי » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 10:42 am

· #1542
Re: וועליכע Apps נוצט איר דאס מערסטע?
פאר וועלכע פאון רעדסטו?

דבילה » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 11:21 pm

· #1659
Re: וועליכע Apps נוצט איר דאס מערסטע?
אנדרויד - דאס מערסטער נוץ איך:
reader
gasbuddy
coolreader
amazon
music player (generic)
carlocator
dropbox
officesuite
translate

געפילטע פיש » פרייטאג מערץ 16, 2012 12:35 am

· #1675
Re: וועליכע Apps נוצט איר דאס מערסטע?
[ציטאט אראפגענומען]

איז ער בעססער ווי logmein?

Starbucks » פרייטאג מערץ 16, 2012 12:54 am

· #1682
Re: וועליכע Apps נוצט איר דאס מערסטע?
WhatsApp פאר גרופ שמועסעריי אזוי ווי בלעקבערי מעסענדזער
Pulse News צו ליינען נייעס און בלאגס
Starbucks צו באצאלן פאר די קאווע אההה און צו טרעפן א סטארבוקס דערנעבן
Fahrenheit וואס ווייזט אויפן אייקאן די טעמפערטשער אינדרויסן
Downcast צו הערן פאדקעסטס
NYC asp זאגט צו alternate side parking און meter rules זענען אין עפעקט
Waze פאר GPS navigation און אויך איז מען פארבינדען מיט אנדערע אויף די וועג וואס זאגן אויב ס׳איז דא טרעפיק צו וואס
Music די native מוזיק שפילער

עדיוקעטעט » פרייטאג מערץ 16, 2012 1:29 am

· #1697
Re: וועליכע Apps נוצט איר דאס מערסטע?
Zombie hwy very good game free now for a limited time

אךשמח » פרייטאג מערץ 16, 2012 1:31 am

· #1698
Re: וועליכע Apps נוצט איר דאס מערסטע?
ביטע צושרייבן וועלכע פלאטפארמע מען נוצט. ענדרויד, אייפאון, אדער בלעקבערי.

אויף אייוועלט האב איך שוין פיל געשריבן איבער עפפס פארן ענדרויד.

וואטסעפפ איז גאר גוט, און איך מיין אז עס איז די בעסטע דערווייל וואס זאל זיין ענליך און גאר גוט צו בב. פארט האט עס א חסרון און אפשר א מעלה פאר אנדערע, אז עס ארבעט דורך די סעל נומער, אנדערש ווי אויפן בב וואס דארט קען מען שמועסן מיט איינעם יארן, און נישט וויסן מיט וועם מ'רעדט. (איך מיין עס ארויסצוברענגען אז למשל אויב איך וויל שמועסן מיט סטארבאקס אויף וואטסעפפ מיינט עס אז מיר דארפן זיך ארויסגעבן די סעל נאמבערס, אנדערש ווי א בב פין, וואס דאן ווייסט מען נישט מער ווי דער פין.)

עדיוקעטעט » פרייטאג מערץ 16, 2012 1:43 am

· #1699
Re: וועליכע Apps נוצט איר דאס מערסטע?
Group me is in way better then whatsapp bcz u can have more then 10 ppl on a group and also when your @ a location with poor Internet connection it switches to ssm

John Doe » זונטאג יוני 3, 2012 6:35 am

· #15582
Snapseed is a great photo editing app. Now free, usual price is $4.99.

נולד מאוחר » מאנטאג יוני 4, 2012 10:17 pm

· #16029
וועלכע app קען מיר זאגן וועלכע app איז גורם די פאפ אפ POP UP ADDS און די notification bar?

געפילטע פיש » מאנטאג יוני 4, 2012 11:06 pm

· #16032
נולד מאוחר
וועלכע app קען מיר זאגן וועלכע app איז גורם די פאפ אפ POP UP ADDS און די notification bar?

Addons Detector אדער Air Push Detector

נולד מאוחר » דינסטאג יוני 5, 2012 12:15 am

· #16046
שכוח געפילטע addson דיד דע דזשאב. אריינגעכאפט א מצוה  עזוב תעזוב ואהבת לרעך..
איך בין זיכער אז די רבי ז"ל זייענדיג א פראקטישער איד, אנשטאט אסר'ן די אינטערנעט וואס איז נישט ריאליסטיק וואלט זיכער געמאכט אז זיין עולם איז אקטיוו אויפן וועב,
און פירן אן די גרעסטע חסד סייטס.

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 5, 2012 12:23 am

· #16049
שוין געטוהן א מצוה היינט, קען מען שוין גיין שלאפן.

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 5, 2012 5:05 pm

· #16277
אנדרויד.

חוץ די געווענליכע עפפס פון מיין באנק, קרעדיט קארטלעך, אימעיל, נעוויגאציע, אמאזאן און איבעי, נוץ איך די פאלגענדע:

EasyCalc - א קאלקיולעיטער פיל בעסער ווי די סטאק, און פארמאגט אויך א % קנעפל (אויך איז גוט Calculator Plus)
QuickOffice - צו קענען לייענען מייקראסאפט דאקומענטס אויפן פאון
PCM recorder - א פשוט'ער רעקארדער. קענסט עס נוצן אנשטאט א געווענליכע רעקארדער, זייער קלאר
Mint - אן אויסגעצייכענטע עפפ וועלכע האלט חשבון אויף דיינע באנק אקאונטס און קרעדיט קארדס, מיט Due Date רעמיינדערס און רעפארטס
Pageonce - ענליך צו די פריערדיגע מיט נאך אפאר מעלות (שפעטער געטוישט נאמען צו בלויז Check)
FlashLight - א פשוט'ער פלעשלייט, זייער נוצבאר ווען דו זוכסט עפעס אין דער טונקל (נוצט דעם לעמפל פון דעם קעמערע פלעש)
AlarmClock Plus - די בעסטע אלארם-זייגער מיט פילע סעטינגס פאר סנאאז, ווי הויך, פרעגן א MATH קשיא, און נאך אסאך
Any.DO - א גוטע ארגענייזער וואס האלט חשבון אויף אלע טעסקס, האט אסאך זיסע סעטינגס
StopWatch - פשוטו כמשמעו, קען צוניץ קומען למשל ביי די חנוכה ליכט (ווער עס האט נאך נישט פון נר מצוה 😛 )
ES File Explorer - אזוי ווי ווינדאוס עקספלארער אויפן קאמפיוטער, דו זעהסט אלע דיינע פיילס אין די פאלדערס, קענסט סוירטשן, רינעימען, א.א.וו.
KeepScreen - גאר א נוצבארע טאל. אסאך מאל פארלעשט זיך דער סקרין אינמיטן טון געוויסע וויכטיגע זאכן צו שפארן באטערי. דא קען איך קאנטראלירן וואו ער זאל זיך האלטן אנגעצינדן

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 5, 2012 5:23 pm

· #16283
שמעקעדיג
ES File Explorer - אזוי ווי ווינדאוס עקספלארער אויפן קאמפיוטער, דו זעהסט אלע דיינע פיילס אין די פאלדערס, קענסט סוירטשן, רינעימען, א.א.וו.

ער איז אויך זייער גוט צו בראוזען א שעיר פון אייער קאמפיוטער, Google Drive, Box, Dropbox, FTP, און SkyDrive.

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 5, 2012 5:37 pm

· #16285
אויסער דעם זענען פאראן אנדערע נוצבארע עפפס וועלכע איך נוץ כמעט נישט, אבער משום "אל תמנע טוב מבעליו" וועל איך זיי דא אויסרעכענען.

איר האט א קאמפיוטער, און איר דארפט א טעמפארערי אינטערנעט קאנעקשאן. צו נוצן אייער פאון פאר א מאדעם קאסט עקסטער געלט. אבער איר קענט מאכן אייער פאון פאר א האט-ספאט אומזיסט!
דער עפפס איז פשוט. ער זאגט דיר צו געבן א נאמען פאר דיין פאון, און ווען דו קוקסט אין דיין קאמפיוטער ביי עוועילעבל קאנעקשאנס, זעהטו דעם נאמען, און היידא, ביסט קאנעקטעד (שנעלקייט לויט דיין פאונ'ס קאנעקשאן ספיד)
דער עפפ רופט זיך PdaNet

אזוי ווי איך האב נישט ליב מיין דיפעאלט HOME סקרינ'ס, וואס חוץ דעם וואס איך באקום בלויז 5 סקרינ'ס, איז עס נישט שיין בכלל. אויך האב איך נישט ליב דעם סטענדערד טעלעפאן עפפ. (HTC מאכט שענערע, אויך סעמסאנג, אבער אנדערע נישט, ווי LG אדער מאטאראלע)
ווי אויך גלייך איך נישט די סטאק "טעקסט" עפפ, עס פעלט פיעטשארס (ווי צב"ש RESEND).

קען מען אלעס דאונלאודן בעסערע.
איין באקאנטע גאר-אויפגעכאפטע קאמפאני איז GO. זיי האבן א לאנגע ליסט פון עפפס.
GO Contacts
GO Dialer EX
GO SMS Pro
GO Weather


און נאך.

RocketDial און Rocket Contacts איז אויך א שיינע סאלושען, מיט צענדליגער סעטינגס, און אויך "ספיד-דייעלס" ביז 100.

iTag - נוץ איך צו טעגן מיינע MP3 פיילס וועלכע האבן נישט דעם ריכטיגן זינגער נאמען אדער אלבום נאמען

InkPad - אזוי ווי א נאוט פעד, אריינשרייבן דיינע נאטיצן.

Play Music - פון גוגל. אזוי ווי איך האב אפלאודעד הונדערטער ניגונים אויף גוגל'ס אומזיסטע סערווערס פון מיין קאמפיוטער, קען איך נוצן דעם עפפ צו הערן סיי וועלכע ניגון פון מיין קאלעקשאן.
פארשטייט זיך אז עס לאודט זיך דורך די AIR און נוצט פון דיין דאטא

Battery Widget - ווייזט גענוי אויפן נאטיפיקעשיאן סענטער די פונקטליכע פראצענט פון דיין בעטערי, (און מען קען זעהן נאך אומ-וויכטיגע אינפארמאציע אינעם עפפ אליין)

Smart Keyboard - גאר א גוטע קיבאורד, און מען קען עס האבן אידיש אדער ענגליש (עס קאסט א 2-3 דאלער אויב דו ווילסט ער זאל נישט משוגע מאכן צו קויפן יעדע פאר מינוט)

Icon Changer - מען קען טוישן אנדערע אייקאנס אויף יעדע עפפ, אויב דו האסט נישט ליב די דיפאלט. מען קען אויך טוישן דעם נאמען.


פאן און אינטערעסאנטע עפפס

Lighter Free - א פאלשע לייטער, וואס צינדט אן א (פאלשע) פייער אויפן סקרין. זייער עכט.
UltraVoiceChanger - פרוביר עפעס אריינצוזאגן, און ער זאגט עס נאך ישוב והפך אויף כמה מיני קולות וואס וועט אייך קאסטן אן אויספלאץ
FatBooth - נעם סיי וועלכע בילד פון א פנים, צו פון דיין געלערי אדער כאפ א פרישע בילד, און ער בלאזט עס אויף ווי א גראבע פאס אז מען קען זיך שטיקן פאר געלעכטער (נישט פאר די 9 טעג, מען טאר נישט אזוי לאכן)
Traris - ענליך צו טעטריס געים. פאר אומזיסט. און שארפט נאך אויס דיין קאפ אויך דערצו (אזהרה: נישט קיין ערזאץ פאר לימוד התורה!)

משולם שטיינפעלד » דינסטאג יוני 5, 2012 5:58 pm

· #16292
שמעקעדיג
איר האט א קאמפיוטער, און איר דארפט א טעמפארערי אינטערנעט קאנעקשאן. צו נוצן אייער פאון פאר א מאדעם קאסט עקסטער געלט. אבער איר קענט מאכן אייער פאון פאר א האט-ספאט אומזיסט!
דער עפפס איז פשוט. ער זאגט דיר צו געבן א נאמען פאר דיין פאון, און ווען דו קוקסט אין דיין קאמפיוטער ביי עוועילעבל קאנעקשאנס, זעהטו דעם נאמען, און היידא, ביסט קאנעקטעד (שנעלקייט לויט דיין פאונ'ס קאנעקשאן ספיד)
דער עפפ רופט זיך Free Zone WiFi

עס ארבייט אויף די עלטערע פלאטפארמעס פון ענדרויד ווי צב"ש 2.2 ?

די פאון מוז זיין גערוטעד דערצו, אדער עס ארבייט ארויס פון באקס?

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 5, 2012 6:20 pm

· #16298
משולם שטיינפעלד

עס ארבייט אויף די עלטערע פלאטפארמעס פון ענדרויד ווי צב"ש 2.2 ?

די פאון מוז זיין גערוטעד דערצו, אדער עס ארבייט ארויס פון באקס?


עס ארבעט ארויס פון באקס. ארבעט פון 2.0 און ארויף.

אנטשולדיגט! איך האב אויבן געשריבן בטעות די נישט ריכטיגע נאמען (שוין פארראכטן).

די ריכטיגע נאמען פונעם עפפ איז PdaNet

נולד מאוחר » דינסטאג יוני 5, 2012 6:49 pm

· #16306
Pdanet טוט די זעלבע זאך ווי ווערייזענס 20$ momthly app?
מיין פאן ווערט א האט ספאט ?

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 5, 2012 6:54 pm

· #16308
נולד מאוחר
Pdanet טוט די זעלבע זאך ווי ווערייזענס 20$ momthly app?
מיין פאן ווערט א האט ספאט ?


לפענ"ד איז עס די זעלבע זאך. הגם די פרייע ווערסיע האט לימיטס, אבער דו צאלסט איינמאל אפאר דאלער און דו ביסט פריי צו טון אלעס, און זיך שפארן 20 דאלאר מאנאטליך.

ווי געשריבן, איך נוץ דאס נישט אפט, און איך האב נישט די עקספיריענס. ביסט מכובד אליינס צו פרובירן 😉

נולד מאוחר » דינסטאג יוני 5, 2012 7:43 pm

· #16322
א דאנק. דאס האב איך געזיכט

נולד מאוחר » דינסטאג יוני 5, 2012 8:36 pm

· #16325
וועלכע עפפ מאכט פאן קאלס מיט דעטע ניצט נישט אויס voice מיניטס פאר אנדרויד ?
לויט ווי איך האב געליינט איז גאגל וויאס נישט גוט ףארדעם

משה געציל » מיטוואך יוני 27, 2012 12:10 am

· #20231
איינער ווייסט פון א גוטע Quick books app פאר א אייפעד?

נולד מאוחר » מיטוואך יוני 27, 2012 8:12 pm

· #20446
[ציטאט אראפגענומען]

איך וועל זיין אין די מרחקים. איך דארף האבן עקסעס צי מיין קאמפיטאר בעיקר ווינדויס עקססעס.
וועלכע עפפ איז גיט אדער די בעסטע. מיז נישט זיין free.
???
ענרויד פאן.

געפילטע פיש » דאנערשטאג יוני 28, 2012 12:47 am

· #20517
נולד מאוחר
[ציטאט אראפגענומען]

איך וועל זיין אין די מרחקים. איך דארף האבן עקסעס צי מיין קאמפיטאר בעיקר ווינדויס עקססעס.
וועלכע עפפ איז גיט אדער די בעסטע. מיז נישט זיין free.
???
ענרויד פאן.

פראביר די צוויי אויבערדערמאנטע, און וועל אויס וועלכעס ס'געפעלט דיר בעסער. ס'דא נאך אנדערע טאמער ווילסטו טעסטען, יעדע האט זיך זיינע מעלות און חסרונות, אפאר פון די פאפולערע איז Splashtop, Wise Pocket Cloud, GotToMyPC.

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג יוני 28, 2012 1:16 am

· #20521
try team viewer

נולד מאוחר » דינסטאג יולי 3, 2012 2:19 am

· #21421
team viewer did the job.

Shmilly » מיטוואך יולי 4, 2012 9:47 am

· #21608
vtalk
amazon
cha cha
countdown
weather
google maps
fall down
100 floors
smack gug
pocket isiddur
flip board
line runner
parking free
fs5 hockey


LAST BUT NOT LEAST
ANGRY BIRDS

טעלעפאן » מיטוואך יולי 4, 2012 10:50 am

· #21615
ס׳זאל נישט אויסגערעדט זיין... די נייע גוגל chrome פאר איי פאון איז עפעס מורא׳דיג.

אינטערעסאנט עפעל האט עס דורכגעלאזט. ביז עטליכע שעה נאכן ארויסקומען איז עס שוין געווען דער ערשטער מערסט געזוכטער עפפ

Shmilly » מיטוואך יולי 4, 2012 6:54 pm

· #21755
טעלעפאן
ס׳זאל נישט אויסגערעדט זיין... די נייע גוגל chrome פאר איי פאון איז עפעס מורא׳דיג.

אינטערעסאנט עפעל האט עס דורכגעלאזט. ביז עטליכע שעה נאכן ארויסקומען איז עס שוין געווען דער ערשטער מערסט געזוכטער עפפ



איך זעה איין טאג אז עס איז די טאפ עפפ

אכן נודע הדבר

נולד מאוחר » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 1:35 am

· #46229
לעצטענס דאנלוידעד די טעדted אפפ סאיז גאנץ פיין.

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 10:45 am

· #46269
ביטע גיב אן מער פרטים, וואס איז דער עפפ?

געפילטע פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 11:05 am

· #46276
טעד טאלקס עפפ, דא איז זייער יו-טוב פעידש.

אברעמעל » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 11:07 am

· #46277
דאס הייסט נישט אפפ, דאס מיינט ער האט אנגעהויבן צו קוקן טעד ווידיאויס,
פערצופאל האבן זיי א אפפ דערפאר.

עולם_גולם » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:13 pm

· #46318
EverNote - סינקערנייזד נאטיצן
LastPass - צי סעיווען פעסווארדס
Mikvah Calendar - כפשוטו
Smart List - טעלעפאן דערעקטרי פין אלע היימישע געיגענטר
Google Authenticator, Amazon, Whats app

Shmilly » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 11:28 pm

· #46553
עולם_גולם
EverNote - סינקערנייזד נאטיצן
LastPass - צי סעיווען פעסווארדס
Mikvah Calendar - כפשוטו
Smart List - טעלעפאן דערעקטרי פין אלע היימישע געיגענטר
Google Authenticator, Amazon, Whats app



Whats App
ארבעט נישט אויף די טאטש נאר אויף די אי פאן

דבילה » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 11:39 pm

· #46560
irewardschart
קנאקעדיק צו האלטן קאנטראל אויף די קליינע טוטערס אינדערהיים זאלן זיך נישט רצח'ענען און גיין שלאפן באצייטענס

waze
לא נברא כמותו פאר טרעפיק ג.פ.ס.

dropbox
א מחיה פאר קלאוד קאמפיוטונג

google reader
צייט שפארענדיק און אזוי קומען מיר אלע געשמאקע ארטיקלען פון קטלא צו שפיצעלע ביז גאוקער אליין גראד אריין אינ'ם שמייסער

aldiko
לדעתי די בעסטע עלעקטראנישע ביכל ליינער אויפ'ן אנדרויד מארק

soundhound
צו כאפן דעם ניגונ'דל אויף פ.מ. וואס צופלאמט מיין נשמה פון צייט צו צייט

נולד מאוחר » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 12:20 am

· #46574
אברעמעל
דאס הייסט נישט אפפ, דאס מיינט ער האט אנגעהויבן צו קוקן טעד ווידיאויס,
פערצופאל האבן זיי א אפפ דערפאר.

וואס הייסט יא אן עפפ?

אברעמעל » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 12:45 am

· #46582
קוק צוריק איין תגובה פון דבילה.

נולד מאוחר » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 12:53 am

· #46584
אברעמעל
קוק צוריק איין תגובה פון דבילה.

פארוואס זאגסטו נישט ''סאיז נישט קיין עפפ ער האט לעצטענס אנגעהויבן ניצן דראפבאקס?''

אברעמעל » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 1:52 am

· #46595
ווייל ס'איז רילעיטעד צו דיין פאון, די אפפ וואס דו רעדסט איז מער ווייניגער א שארטקאט צו א געוויסע וועבסייט, פונקט ווי קאווע שטיבל מאכט א אפפ.
עניוועי די דיסקאשען קומט נישט אריין דא,
ווילסט עס דוקא יא רעכענען, אקעי מעגסט.

געפילטע פיש » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 7:54 am

· #46610
איך זע נישט די נפקא מינא יא צו ניין, אבער ס'נישט קיין שורטקאט, ס'איז א. Webapp, פונקט ווי די יו-טוב עפפ.

נולד מאוחר » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 11:12 am

· #46654
אברעמעל
ווייל ס'איז רילעיטעד צו דיין פאון, די אפפ וואס דו רעדסט איז מער ווייניגער א שארטקאט צו א געוויסע וועבסייט, פונקט ווי קאווע שטיבל מאכט א אפפ.
עניוועי די דיסקאשען קומט נישט אריין דא,
ווילסט עס דוקא יא רעכענען, אקעי מעגסט.

איך האב נישט געמיינט זיך סתם צו טענה'ן, איך האב געוואלט באקומען א קלארקייט אין די נושא.

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 11:28 am

· #148562
כמעט א יאר נאכן פארשטויבן דעם אשכול, לאמיר עס צוריק אפירנעמען אויפן אויבערפלאך.

כ'האב אנגעטראפן א גוטן עפפ וואס קען צוניצקומען סיי אין די סיטי, סיי אין אפסטעיט, און וואו נישט,
דער עפפ רופט זיך "Car locator", ער געדענקט גענוי (און דערמאנט דיר) וואו דו האסט געפארקט דיין קאר, און וויפיל צייט עס איז שוין אדורך פון די פארקינג (למשל אויב האסטו נאר 45 מינוט ביים מיטער, וועט ער האלטן חשבון דערויף).

עס קען צוניצקומען ביי די גרויסע מאללס מיט ריזיגע פארקינג לאטס, וואס צומאל נעמט א לענגערע צייט ביז מען דערמאנט זיך וואו מען האט געפארקט.

די עפפ האט א פרייע ווערסיע און אויך א באצאלטע ווערסיע ($3.99), איך האב נאך נישט אויסגע'פיגער'ט דעם חילוק צווישן זיי.

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 3:25 pm

· #148979
Super Backup

א געוואלדיגער עפפ, צו מאכן א בעקאפ פון אלע אייערע קאנטאקטס, עפפס, קאל לאגס (היסטארי), און טעקסט מעסעדזשעס, בוקמארקס, און קאלענדאר.
עס איז ספעציעל נוצבאר בעפאר איר ווילט אריבערטוישן צו א נייע פאון, און אריבערפירן אלע אינפארמאציע צום נייעם פאון (אדער צו מאכן א RESET אויפן יעצטיגן פאון).

מען קען אנשטעלן אויטאמאטישע בעקאפס יעדע שטיק צייט, לויט אייער געשמאק. מען קען אויך ארויפלאדענען א קאפיע צו אייער GMAIL קאנטע, צו סעיוון דארטן אלע אינפארמאציע.

משה רוקח » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 3:39 pm

· #148992
שמעקעדיג
כמעט א יאר נאכן פארשטויבן דעם אשכול, לאמיר עס צוריק אפירנעמען אויפן אויבערפלאך.

כ'האב אנגעטראפן א גוטן עפפ וואס קען צוניצקומען סיי אין די סיטי, סיי אין אפסטעיט, און וואו נישט,
דער עפפ רופט זיך "Car locator", ער געדענקט גענוי (און דערמאנט דיר) וואו דו האסט געפארקט דיין קאר, און וויפיל צייט עס איז שוין אדורך פון די פארקינג (למשל אויב האסטו נאר 45 מינוט ביים מיטער, וועט ער האלטן חשבון דערויף).

עס קען צוניצקומען ביי די גרויסע מאללס מיט ריזיגע פארקינג לאטס, וואס צומאל נעמט א לענגערע צייט ביז מען דערמאנט זיך וואו מען האט געפארקט.

די עפפ האט א פרייע ווערסיע און אויך א באצאלטע ווערסיע ($3.99), איך האב נאך נישט אויסגע'פיגער'ט דעם חילוק צווישן זיי.


דאס איז גוט און ס'איז בחינם
<a class="postlink" href="https://play.google.com/store/apps/details?id=android.lionebra.carrr_matey&hl=en">https://play.google.com/store/apps/deta ... atey&hl=en</a>

נולד מאוחר » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 1:17 am

· #163785
לעצטענס באגעגענט די עפפ over drive media. מקען ליינען אסאך דידשיטאל ביכער פון לייברעריס
.מדארף האבן א לייברערי אקונט.

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 10:22 am

· #166246
שוין א לענגערע צייט וואס עס שטערט מיר - און נאך אסאך אנדערע - אז אויף GMAIL עפפ אין אנדרויד קען מען אטעטשן בלויז בילדער און ווידיא, קיין שום אנדערע סארט פייל ווערט נישט ערמעגליכט.
אויסער די עצה פון נעמען אן אנדערע אימעיל עפפ, וואס איז א גוטע איידיע פאר אסאך אנדערע חסרונות וואס די דזשימעיל עפפ פארמאגט, קענט איר דאונלאודן די עפפ "אטטעטשמענטס"
<a class="postlink" href="https://play.google.com/store/apps/details?id=com.smartanuj.gmailattach">https://play.google.com/store/apps/deta ... mailattach</a>
דאס וועט אייך ערלויבן צוצוליייגן סיי וועלכע סארט פייל איר ווילט.

נולד מאוחר » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 11:56 pm

· #166417
וואס הייסט, pdf קען מען. וואס נישט?

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2013 12:00 pm

· #166463
ווי אזוי קענסטו עס אטעטשן אין דיין פאון?
בלאט: 1 2 3