☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » איך בין ברוגז אויפן רבי'ן (מסאטמאר) זי"ע

איך בין ברוגז אויפן רבי'ן (מסאטמאר) זי"ע

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1667

חאצקל » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:26 am

· #40307
איך בין ברוגז אויפן רבי'ן (מסאטמאר) זי"ע
מיר זענען געזעצן אפאר אידן פון פארשידענע קרייזן און ארום גערעדט ווער ס'איז ווירקליך געווען דער וואס א דאנק אים שפרידלט היינט דאס היימישע פרומע אידישקייט אין אמעריקא.

נמנו וגמרו צווישן אונז, אז פארפאלן, מ'מוז מודה זיין אז ווען נישט סאטמער רבי זי"ע וואלט אמעריקא נישט געווען דאס וואס ס'איז היינט. ס'וואלט'ן טאקע געווען תלמודי תורות וישיבות מיט אלע אידישע צוגעהערן. אידישקייט, און אין א געוויסער זין אפילו חסידישקיי,ט וואלט טאקע געשפרידלט מיט די מנהיגים ווי באבובער רב, קלויזנבורגער רב, וכו' אבער ס'וואלט נישט געווען דאס אמאליגע אידישקייט, ס'וואלט געווען אמעריקאניזירט.

איך פערזענליך האב אויך אנגענומען אז עס איז ווארשיינליך אזוי ווי זיי זאגן, אז דער היינטיגער היימישער פרומער עכט חסידישער אידישקייט, איז צו פארדאנקען דעם רבי'ן זי"ע, אבער בעת אנדערע האבן באוואינדערט דעם כוחו של אותו זקן, האט עס מיר געברענגט אויפברויז אויפן סאטמאר רבי. ס'טייטש, ווער האט אים געבעטן איינפירן אזא סארט אידישקייט, אז מ'איז שוין יא פטור געווארן פון דעם אלטן פארקוועטשטן וועג, איז לאז, און דא קומט ער און ס'גייט אים אין לעבן עס צוריק צוברענגען, וואס האט ער געוואלט פון אונזער לעבן, וער האט אים געבעטן? ער קען זיך נישט ארויס זען פון דעם חשכות פון די אמאליגע פאנאטיקער מוז ער דאס אנברענגען אהער, און אט איז אים געלונגען דא איינצוזייען פארפרומטקייט און פאנאטיזם מיט די גאנצע חסידישער סיסטעם. ווער האט אים געבעטן? פארוואס האט ער נישט געקענט בלייבן אין פוילן אדער אונגארן און דארטן אנגיין מיט זיינע שטיק, און לאזן די מיטגעמאכטע אידן נצולי אש און די קומענדיגע דורות זייערע פריי אטעמען און געניסן אין דעם פרייען אמעריקא?!

אים דעם סאטמארער רבי זי"ע האבן מיר צו פארדאנקען אונזער פארקוועטשט און אומגעבילדעטער לעבן!

בן תמליון » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 8:50 am

· #40321
חאצקל

איך פערזענליך האב אויך אנגענומען אז עס איז ווארשיינליך אזוי ווי זיי זאגן, אז דער היינטיגער היימישער פרומער עכט חסידישער אידישקייט, איז צו פארדאנקען דעם רבי'ן זי"ע, און דא האב איך פליצלינג אנגעהויבן צו כאפן וואס ס'דעמאלס יענע יארן פארגעקומען, וואס דאס האט מיר אויפגעקאכט אויפן סאטמאר רבי. ס'טייטש, ווער האט אים געבעטן איינפירן אזא סארט אידישקייט, אז מ'איז שוין יא פטור געווארן פון דעם אלטן פארקוועטשטן וועג, איז לאז, און דא קומט ער און ס'גייט אים אין לעבן עס צוריק צוברענגען, וואס האט ער געוואלט פון אונזער לעבן, וער האט אים געבעטן? ער קען זיך נישט ארויס זען פון דעם חשכות פון די אמאליגע פאנאטיקער מוז ער דאס אנברענגען אהער, און אט איז אים געלונגען דא איינצוזייען פארפרומטקייט און פאנאטיזם מיט די גאנצע חסידישער סיסטעם. ווער האט אים געבעטן? פארוואס האט ער נישט געקענט בלייבן אין פוילן אדער אונגארן און דארטן אנגיין מיט זיינע שטיק, און לאזן די מיטגעמאכטע אידן נצולי אש און די קומענדיגע דורות זייערע פריי אטעמען און געניסן אין דעם פרייען אמעריקא?!

אים דעם סאטמארער רבי זי"ע האבן מיר צו פארדאנקען אונזער פארקוועטשט און אומגעבילדעטער לעבן!

לויט אייך פארשטיי איך שוין פארוואס היטלער און די נאציס האבן געלאזט דעם סאטמאר רבין לעבן זיי האבן געוואלט אז די ביסל שארית הפליטה זאלן בלייבן פארשווארצט פאר דורי דורות. (א וויץ פארשטייט זיך).

שמואל הלוי » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 11:18 am

· #40369
זאג נאר; אויפן באשעפער אליין ביסטו נישט ברוגז? ווען נישט דער באשעפער וואלסטו קיינמאל קיין איד נישט געווען, וואלסט געקענט פרעסן אין דאנקי דאוינאט געשעפטן, וואלסט געקענט פארן קיין סיטיפיעלד אין אנדערע צייטן פון יאר נישט נאר אום כ"ח אייר, וואלסט נישט געדארפט קומען דא אויף קאווע זיך אויסרעדן דיין שווערע הארץ אויפן רבי'ן מסאטמאר וכו' וכו' וכו' אלזא פארוואס ביסטו נישט ברוגז אויפן באשעפער?

א גרויסע טאטע » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 11:49 am

· #40386
סזעט אויס ווי די האסט געלערנט אין א סאטמערע חדר! לויט דיר פארוואס האט דער בעל שם טוב איינגעפירט נייע וועגן?0

לאדיך אפ » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 11:51 am

· #40387
ס'א גרויסע חילוק. טראכט אריין וואס דער באשעפער וויל פון אונז (דאנקין דאונאטס מיט א או יו איז אקעי ביי אים) און וואס סאטמארער רבי וויל (א שטריימל אפילו ביי א ביזנעס שאו אין וועגאס).

לאדיך אפ » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 11:52 am

· #40388
כאניאקישקייט האט גארנישט מיט בעש"ט

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:35 pm

· #40400
איך בין ברוגז אז ער איז נישט געגאנגען קיין ווייאמינג וואו מ'וואלט געקענט וואוינען אויף 100 אקער
לאנד יעדער חסיד באזונדער פאר זייער ביליג.
דאס גאנצע וואוינען אין ניו יארק מאכט נישט קיין סענס. גויים וואס לעבן אין ניו יארק טוהן אזוי ווייל זיי ווילן דווקא נ.י. מיט אלע עולם הזה'ס וואס מ'קען נאר דא האבן. זיי זענען מקריב זייער געלט און ראוהיגקייט צו וואוינען אין די סיטי. וואס האמיר אונז דערפון?

יידל » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:42 pm

· #40402
כ'האב שוין אמאל דא פארציילט די סיפור וואס מ'הערט אויף "חסידים: עי לייף אפארט" אז א איד האט אמאל געטראפן דעם סאטמארע רב גיין מיט א שטריימל אויף די גאס, האט אים די איד געזאגט "סאטמארע רב, איר מאכט אונז קאליע אמעריקע!" האט דער רבי געענטפערט "איך האב עס נאכנישט קאליע געמאכט, אבער איך וועל עס נאך קאליע מאכן!"
לא ארכו ימים ונתקיים ברכתו של אותו זקן.

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:47 pm

· #40404
יידל
כ'האב שוין אמאל דא פארציילט די סיפור וואס מ'הערט אויף "חסידים: עי לייף אפארט" אז א איד האט אמאל געטראפן דעם סאטמארע רב גיין מיט א שטריימל אויף די גאס, האט אים די איד געזאגט "סאטמארע רב, איר מאכט אונז קאליע אמעריקע!" האט דער רבי געענטפערט "איך האב עס נאכנישט קאליע געמאכט, אבער איך וועל עס נאך קאליע מאכן!"
לא ארכו ימים ונתקיים ברכתו של אותו זקן.

אין דיין לינק האסטע געשריבן "צדיק", און 4 חדשים שפעטער איז ער געווארן א "זקן".

פראפעסאר שפירא » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:51 pm

· #40408
חאצקל

אים דעם סאטמארער רבי זי"ע האבן מיר צו פארדאנקען אונזער פארקוועטשט און אומגעבילדעטער לעבן!

כ'מיין אז ביסט זיך טועה, כ'מיין אז אנדערע האבען מער געשטיפט צי אומגעבילדעטקייט,

לויט מיין אינפארמאציע האט דער דברי יואל געהאלטען מען זאל לערנען געהעריג ענגליש,

דער דברי יואל האט נישט געהאלטען פין כוללים נאר געהאלטען אז יונגעלייט זאלען גיין אויף די גאס אין טוהן פאר פרנסה, בשעת אנדערע האבען אריינגעזעצט די יונגעלייט אין כוללים,

לויט וויפעל איך ווייס איז דער דברי יואל נישט געווען קיין פארקוועטשטער מענטש נאר א קלוגער אין פארשטאנדיגער מענטש,

דאס אז ער האט געשטופט ארגינעלער אידישקייט האט גארנישט מיט פארקוועטשקייט,

לכאורה טאמער אנדערע וואלטען געהאט דאס פלאץ פינעם דברי יואל איז דא א שיינע מקום צי זאגען אז ס'וואלט געווען ארגער,

כ'מיין אז סאטמאר האט היינט פראצענטיש די מערסטע אוועקגעשטעלטע ערליכע בעלי בתים ווי סיי וועלכע אנדערע חסידישע קהילה אדער חסידות, אין דאס איז געווען די ציל פינעם דברי יואל צי אוועקשטעלען ערליכע בעלי בתים,

אין נישט אלעס וואס איז היינט איינגעפירט אין סאטמאר קומט פין דעם דברי יואל , ס'האבען זיך געדרייט ארום אים פארשידענע טיפען פין פרומע אין אנדערע מאניפאלעיטערס וואס האבען געמישט דעם טאפ, אין פרובירט צי איינפירען זייערע אייגענע אינטערעסען, אין בפרט נאכען סטראוק,

יעדע מענטש קען מאכען טעותים, אבער באופן כללי מיין איך אז דער דברי יואל האט געמאכט א גוטע ארבעט,

No_name » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:54 pm

· #40414
שמואל הלוי
זאג נאר; אויפן באשעפער אליין ביסטו נישט ברוגז? ווען נישט דער באשעפער וואלסטו קיינמאל קיין איד נישט געווען, וואלסט געקענט פרעסן אין דאנקי דאוינאט געשעפטן, וואלסט געקענט פארן קיין סיטיפיעלד אין אנדערע צייטן פון יאר נישט נאר אום כ"ח אייר, וואלסט נישט געדארפט קומען דא אויף קאווע זיך אויסרעדן דיין שווערע הארץ אויפן רבי'ן מסאטמאר וכו' וכו' וכו' אלזא פארוואס ביסטו נישט ברוגז אויפן באשעפער?

וואו קומט אידישקייט אריין? דאס איז אויך א נארישער סאטמארע מנהג, אז מען מישט צאם חסידישע שטינק מיטן באשעפער, איך ווייס נישט אויב דאס האט סאטמאר רבי איינגעפירט - וואס אויב יא בין איך אויך ברוגז - אבער לשטתך האבן די באבוב'ע אידן גארנישט מיט אידישקייט און מיטן באשעפער (הרב חצקל זאגט אז ס'וואלט איהם גארנישט געפעלט ווען ס'וואלט ווען געווען א באבוב'ע חסידות דאהי).

איז וואס ברענגסטו אריין דעם באשעפער אין בילד? ער זאגט ער איז גערעגט אויף די חסידיש'ע פארנאטישע סיסטעם - as am i - און ער האט גארנישט קעגן באשעפער, מיש נישט אויס די יוצרות.

ביידעוועי, איך גיי נישט אריין צו ער איז גערעכט מיט דעם פוינט, ווייל איך ווייס נישט צו דאס האט סאטמארער רבי געטון אדער זיינע נאכשלעפערס. דאס איז קלאר א סאטמארער מענטאליטעט, איך ווייס נאר נישט ווער ס'האט דאס איינגעפירט.

שטערן » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 1:18 pm

· #40430
שמואל הלוי
זאג נאר; אויפן באשעפער אליין ביסטו נישט ברוגז? ווען נישט דער באשעפער וואלסטו קיינמאל קיין איד נישט געווען, וואלסט געקענט פרעסן אין דאנקי דאוינאט געשעפטן, וואלסט געקענט פארן קיין סיטיפיעלד אין אנדערע צייטן פון יאר נישט נאר אום כ"ח אייר, וואלסט נישט געדארפט קומען דא אויף קאווע זיך אויסרעדן דיין שווערע הארץ אויפן רבי'ן מסאטמאר וכו' וכו' וכו' אלזא פארוואס ביסטו נישט ברוגז אויפן באשעפער?

.
זיין שווער הארץ איז נישט חלילה אויפן באשעפער, און אויך נישט דאס פארן צו סיטיפיעלד אום כ"ח אייר

אבער דאס זיך נישט קענען באטיילונגן מיט טויזענטער אידען אין מעטלייפ סטעדיעם אום י"ג אב לכבוד השם ותורתו, אויף דעם האט ער הארץ ווייטאג.

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 1:20 pm

· #40431
שטערן
זיין שווער הארץ איז נישט חלילה אויפן באשעפער, און אויך נישט דאס פארן צו סיטיפיעלד אום כ"ח אייר

אבער דאס זיך נישט קענען באטיילונגן מיט טויזענטער אידען אין מעטלייפ סטעדיעם אום י"ג אב לכבוד אגודת ישראל, אויף דעם האט ער הארץ ווייטאג.

יידל » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 1:23 pm

· #40433
זר, ס'קענטליך אז דו ביזט נישט געווען ביים סיום הש"ס. א גרויסע פראצענט אידן וואס זענען דארט געווען (איך בתוכם) גלייכן נישט אגודת ישראל און זוכן בכלל נישט זייער כבוד.

DotCom » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 1:31 pm

· #40441
אוי! מי יגלה עפר מעיניך רבינו הקדוש מסאטמאר! וויזוי קענסטו ליגן דארט אזוי רואיג און צוקוקן ווי אידן זענען אזוי ברוגז אויף דיר.

איך בין אבער זיכער אז ער האט דיר נישט געוואלט מצער זיין, ער וואלט דיר גאנץ זיכער ג'עצה'ט זיך אפצולאזן פון סאטמאר און ווערן מאדערן ארטאדאקס אדער וואטעווער דו ווילסט.

יידל » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 6:28 pm

· #40621
DotCom
ער וואלט דיר גאנץ זיכער ג'עצה'ט זיך אפצולאזן פון סאטמאר און ווערן מאדערן ארטאדאקס אדער וואטעווער דו ווילסט.

אוי, אבער דער סיסטעם וואס ער האט איינגעשטעלט ערלויבט דאך עס נישט! (שוין ווידער דער סיסטעם..)

דולה ומשקה » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:02 am

· #40812
חאצקל
מיר זענען געזעצן אפאר אידן פון פארשידענע קרייזן און ארום גערעדט ווער ס'איז ווירקליך געווען דער וואס א דאנק אים שפרידלט היינט דאס היימישע פרומע אידישקייט אין אמעריקא.

נמנו וגמרו צווישן אונז, אז פארפאלן, מ'מוז מודה זיין אז ווען נישט סאטמער רבי זי"ע וואלט אמעריקא נישט געווען דאס וואס ס'איז היינט. ס'וואלט'ן טאקע געווען תלמודי תורות וישיבות מיט אלע אידישע צוגעהערן. אידישקייט, און אין א געוויסער זין אפילו חסידישקיי,ט וואלט טאקע געשפרידלט מיט די מנהיגים ווי באבובער רב, קלויזנבורגער רב, וכו' אבער ס'וואלט נישט געווען דאס אמאליגע אידישקייט, ס'וואלט געווען אמעריקאניזירט.

איך פערזענליך האב אויך אנגענומען אז עס איז ווארשיינליך אזוי ווי זיי זאגן, אז דער היינטיגער היימישער פרומער עכט חסידישער אידישקייט, איז צו פארדאנקען דעם רבי'ן זי"ע, אבער בעת אנדערע האבן באוואינדערט דעם כוחו של אותו זקן, האט עס מיר געברענגט אויפברויז אויפן סאטמאר רבי. ס'טייטש, ווער האט אים געבעטן איינפירן אזא סארט אידישקייט, אז מ'איז שוין יא פטור געווארן פון דעם אלטן פארקוועטשטן וועג, איז לאז, און דא קומט ער און ס'גייט אים אין לעבן עס צוריק צוברענגען, וואס האט ער געוואלט פון אונזער לעבן, וער האט אים געבעטן? ער קען זיך נישט ארויס זען פון דעם חשכות פון די אמאליגע פאנאטיקער מוז ער דאס אנברענגען אהער, און אט איז אים געלונגען דא איינצוזייען פארפרומטקייט און פאנאטיזם מיט די גאנצע חסידישער סיסטעם. ווער האט אים געבעטן? פארוואס האט ער נישט געקענט בלייבן אין פוילן אדער אונגארן און דארטן אנגיין מיט זיינע שטיק, און לאזן די מיטגעמאכטע אידן נצולי אש און די קומענדיגע דורות זייערע פריי אטעמען און געניסן אין דעם פרייען אמעריקא?!

אים דעם סאטמארער רבי זי"ע האבן מיר צו פארדאנקען אונזער פארקוועטשט און אומגעבילדעטער לעבן!

מבין השורות, נעם איך ארויס איז דיין פראבלעם איז לאו דוקא דער סאטמאר רבי זי"ע, ווייל ער האט איינגעזעהן דעם אמת, האט ער דאס איבער געפלאנצט אין אמעריקא, נצח ישראל לא ישקר, וואס באדערט איהם איז, אז ער איז געבוירען געווארען אונטער זיין השפעה בווילימסבורג אדער בכלל הנשפעים מרביה"ק מסאטמאר למחצה לשליש ורביע, חצקל וואלט ענדערש געוואלט געבוירען אולי טאקע ביי חסידים אבער נישט פון ווילימסבורג וכדומה, נאר פון חסידי פיטסבורג שבפיטסבורג, דהיינו מקען זיין אידישלעך אפילו חסידיש אבער מיט זייער א רואיגע געשמאקע לעבען, ווי נישט 99% פון זאכען איז פארהאקט אינטער א 'איסור', אדער ס'פאסט' נישט, אד"ג.

איך פארשטיי דיר אינגאנצען.

הירשל ציג » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:30 pm

· #40912
ס'איז באלאני. זיי ברוגז אויף רבי אהרן קאטלער אנשטאט אים.רבי אהרן האט געבויט אידישקייט אין אמעריקע.

חאצקל » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 1:55 pm

· #40952
ר' אהרן האט געבויט די אידישקייט ביי די ליטאים, סאו זאלן זיי האבן טענות אויף אים טאמער זענען זיי נישט צופרידן פון זיין איינגעפירעכטץ, (הגם איך פארשטיי אז ער האט מער געבויט "אידישקייט" ווי איידער "פאנאטיזם", און אפילו ווען יא איז עס היבש צו פארדאנקען סאטמאר רבי),מיינע זיידעס וואלטן נישט געווארן קיין ליטאים, זיי וואלטן געבליבן חסידים, און חסידים וואלטן טאקע געמאכט א לעבן ווען נישט סאטמאר רבי

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 6:22 pm

· #42220
ענטפער צו פראפעסאר שפירא
איך בין מסכים מיט דיין אפשאצונג וועגן דעם סאטמאר רבי הה"צ בעל דברי יואל זי"ע. אויך וויל איך צו לייגן אז ביז שנת תשכ"ח ווען ער האט ל"ע געליטן א סטראוק, האט ער נישט טאלערירט אז מען "מאכט שבת פאר זיך". הגם ער איז געווען זייער א ווייכהארציגער מענטש איז ער געווען זייער שטרענג אויב ער האט געהאט דעם מינדסטן חשד אז איינער בעלבתי'וועט און זאגט אדער טוט זאכן אין זיין נאמען. אזוי אז ס'איז געווען א קלארע הנהגה און הדרכה אין אלע ענינים, דאס אלעס האט זיך ליידער געטוישט מיט דער צייט און ס'איז געקומען צו פאליטיק און אנדערע אומגעוואונטשענע ערשיינונגען, ואכמ"ל.

פערינא » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 8:54 pm

· #42262
שמואל הלוי
זאג נאר; אויפן באשעפער אליין ביסטו נישט ברוגז? ווען נישט דער באשעפער וואלסטו קיינמאל קיין איד נישט געווען, וואלסט געקענט פרעסן אין דאנקי דאוינאט געשעפטן, וואלסט געקענט פארן קיין סיטיפיעלד אין אנדערע צייטן פון יאר נישט נאר אום כ"ח אייר, וואלסט נישט געדארפט קומען דא אויף קאווע זיך אויסרעדן דיין שווערע הארץ אויפן רבי'ן מסאטמאר וכו' וכו' וכו' אלזא פארוואס ביסטו נישט ברוגז אויפן באשעפער?

ווען נישט ביסט סאטמעראר, ווען סאטמערע רבי גייט ווען קיין ירושלים אנשטאט קיין נויארק, וואלסטו נישט אזוי דיסריגארדעד טויזענטער שומר תורה ומצוות וואס גייען יא א גאנץ יאר צי סיטיפיעלד, אדער די רבבות יודען וואב טרינקען יא חלב סתם

פארוואס האסטו אנגעכאפט אזוינע משלים? האבט געקענט פאר די געלט שרייבען... ווען נישט גאט קענסטי עסען דעלישעס מעקדאנעלדס און קענסט ווען קלאבען טיף און די נאכט אריין,

ווייל ביסט א ערעגטנט סאטמערע, און ביי ענק איז ס מיי וועי אר די הייוועי, עטץ רעספעקטס נישט אנדערע, און די פראווסט זיין פאינט.

קאנצעפט » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 8:59 pm

· #42264
חאצקל

וואס האט ער געוואלט פון אונזער לעבן, וער האט אים געבעטן? ער קען זיך נישט ארויס זען פון דעם חשכות פון די אמאליגע פאנאטיקער מוז ער דאס אנברענגען אהער, און אט איז אים געלונגען דא איינצוזייען פארפרומטקייט און פאנאטיזם מיט די גאנצע חסידישער סיסטעם. ווער האט אים געבעטן? פארוואס האט ער נישט געקענט בלייבן אין פוילן אדער אונגארן און דארטן אנגיין מיט זיינע שטיק, און לאזן די מיטגעמאכטע אידן נצולי אש און די קומענדיגע דורות זייערע פריי אטעמען און געניסן אין דעם פרייען אמעריקא?!
אים דעם סאטמארער רבי זי"ע האבן מיר צו פארדאנקען אונזער פארקוועטשט און אומגעבילדעטער לעבן!

פארקוועטשט? מיט וואס פונקטליך? כ'קען אסאך סאטמארע וואס פירן ריזיגע געשעפטן און היבש זענען געבילדעט.
וועלכע פאנאטישע שטיק? די לאנגע דאווענען ראש השנה? גיי דאוון ערגעץ אנדערש
וואס גענוי עסט דיר? אז דיין ווייב דארף גיין בצניעות? כ'קען אסאך סאטמארע וואס זייערע ווייבער גייען פונקט ווי.... (אויב רעגסטו זיך אז ביסט געבוירן ביי פרומע עלטערן, טאף לאק פאר יו)

מיר קוקט אויס ווי דו רעדסט פשוט פון תאוה, דער בשרירות לבי אלך עסט דיר נעבעך...

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 9:03 pm

· #42266
אויב איז עס דעם בעל ויואל משה'ס שולד אז מיר וואונען אין ניו יארק, איז דא אסאך וואס צו זיין בייז אויף אים.

איחוד פעלד » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 9:08 pm

· #42268
חאצקל
מיר זענען געזעצן אפאר אידן פון פארשידענע קרייזן און ארום גערעדט ווער ס'איז ווירקליך געווען דער וואס א דאנק אים שפרידלט היינט דאס היימישע פרומע אידישקייט אין אמעריקא.

נמנו וגמרו צווישן אונז, אז פארפאלן, מ'מוז מודה זיין אז ווען נישט סאטמער רבי זי"ע וואלט אמעריקא נישט געווען דאס וואס ס'איז היינט. ס'וואלט'ן טאקע געווען תלמודי תורות וישיבות מיט אלע אידישע צוגעהערן. אידישקייט, און אין א געוויסער זין אפילו חסידישקייט וואלט טאקע געשפרידלט מיט די מנהיגים ווי באבובער רב, קלויזנבורגער רב, וכו' אבער ס'וואלט נישט געווען דאס אמאליגע אידישקייט, ס'וואלט געווען אמעריקאניזירט.

איך פערזענליך האב אויך אנגענומען אז עס איז ווארשיינליך אזוי ווי זיי זאגן, אז דער היינטיגער היימישער פרומער עכט חסידישער אידישקייט, איז צו פארדאנקען דעם רבי'ן זי"ע, אבער בעת אנדערע האבן באוואינדערט דעם כוחו של אותו זקן, האט עס מיר געברענגט אויפברויז אויפן סאטמאר רבי. ס'טייטש, ווער האט אים געבעטן איינפירן אזא סארט אידישקייט, אז מ'איז שוין יא פטור געווארן פון דעם אלטן פארקוועטשטן וועג, איז לאז, און דא קומט ער און ס'גייט אים אין לעבן עס צוריק צוברענגען, וואס האט ער געוואלט פון אונזער לעבן, וער האט אים געבעטן? ער קען זיך נישט ארויס זען פון דעם חשכות פון די אמאליגע פאנאטיקער מוז ער דאס אנברענגען אהער, און אט איז אים געלונגען דא איינצוזייען פארפרומטקייט און פאנאטיזם מיט די גאנצע חסידישער סיסטעם. ווער האט אים געבעטן? פארוואס האט ער נישט געקענט בלייבן אין פוילן אדער אונגארן און דארטן אנגיין מיט זיינע שטיק, און לאזן די מיטגעמאכטע אידן נצולי אש און די קומענדיגע דורות זייערע פריי אטעמען און געניסן אין דעם פרייען אמעריקא?!

אים דעם סאטמארער רבי זי"ע האבן מיר צו פארדאנקען אונזער פארקוועטשט און אומגעבילדעטער לעבן!

למען האמת דאכט זיך אז עס נישט אזוי.
דער רבי זי"ע האט טאקע אוועק געשטעלט סאטמאר, אבער אלע האבען געטוהן די זעלבע. חומרות זענען איבערגעגאנגען פין איין פלאץ צום אנדערען, אזוי אז מען האלט יעדעם'ס חומרות איבעראל.
ווי אויך קען מען זעהן נאך דריי דורות דא זיין, ווי די שייטלעך זענען איבעראל בערך די זעלבע לאנג, די זעלבע היטלעך און ווייסע זאקען און היטען פאר מענער, און די זעלבע גי און גי בגדים פאר אלע.

צו זאגען אז סאטמאר רב האט געוואלט א כולל איז נישט אמת, כידוע, ער האט דייקא געוואלט מער בעלי בתים יראי ד', ווי אויך דער קלויזער וואס האט געוואלט טאקע בעלי בתים וואס ארבעטען אבער קענען בעסער לערנען, און פאר זיין דור תלמידים איז אים גוט געלונגען, ווי אויך דער באבאווער וואס האט געוואלט בעלי בתים בעלי מדות און עס איז אים געלונגען ביז דער בייזער ווינטען האבען איבער גענומען דארט.

אבער אלע האבען געוואלט בערך דער זעלבער, און צו זאגען אז איינער איז מער צו דאנקען ווי דער אנדערע איז נאנסענס.

חאצקל » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 10:19 pm

· #42293
קאנצעפט
כ'קען אסאך סאטמארע וואס זייערע ווייבער גייען פונקט ווי.... (אויב רעגסטו זיך אז ביסט געבוירן ביי פרומע עלטערן, טאף לאק פאר יו)

איך קען אויך סאטמארע מענער וואס גייען פונקט ווי...
איך רעד פון דער דורכשניטליכער היימישער פאלגזאמער איד, אדער פארפרומטער איד, ווייל סוף כל סוף וועמען האבן מיר צו פארדאנקען אז פארפרומטקייט האט א מקום אין אונזער וועלטל דא אין אמעריקא?!

קווארטין » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 1:00 am

· #42387
חאצקל
קאנצעפט
כ'קען אסאך סאטמארע וואס זייערע ווייבער גייען פונקט ווי.... (אויב רעגסטו זיך אז ביסט געבוירן ביי פרומע עלטערן, טאף לאק פאר יו)

איך קען אויך סאטמארע מענער וואס גייען פונקט ווי...
איך רעד פון דער דורכשניטליכער היימישער פאלגזאמער איד, אדער פארפרומטער איד, ווייל סוף כל סוף וועמען האבן מיר צו פארדאנקען אז פארפרומטקייט האט א מקום אין אונזער וועלטל דא אין אמעריקא?!

און דו האסט געוואלט וואס?

דרך אגב, אין "עולמו של אבא" שרייבט זיין זון, אז זיין טאטע דער מחבר האט בכלל נישט באלאנגט צו דעם חסידישן חדר, ער איז געווען א פרעשבורגער תלמיד, און פון זיין בוך קוקט אויס אז פון "הונטער זיין באוואוסטזיין" האטער געלאכט פון געוויסע זאכן ביי די חסידים, אבער עכ"ז, שרייבט ער אז זיין טאטע האט געסטיקט צו די חסידים, ווייל ער האט געהאלטן אז די ווארעמקייט פון חסידות איז א דיירעקטע גורם פארן קיום פון אידישקייט, מיר דארפן נישט קיין ראיות, און כ"ש אויפן מנהיג הדור, רביה"ק, אבער אמאל קען מען יוזן א ראי' דייקא פון אשכנעזישן חדר אז חסידות, און טאקע די פארקוועטשטע אבער ווארעמע, איז די "פיול" פאר אידישקייט.

חאצקל » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 10:54 pm

· #42884
קווארטין
חאצקל
קאנצעפט
כ'קען אסאך סאטמארע וואס זייערע ווייבער גייען פונקט ווי.... (אויב רעגסטו זיך אז ביסט געבוירן ביי פרומע עלטערן, טאף לאק פאר יו)

איך קען אויך סאטמארע מענער וואס גייען פונקט ווי...
איך רעד פון דער דורכשניטליכער היימישער פאלגזאמער איד, אדער פארפרומטער איד, ווייל סוף כל סוף וועמען האבן מיר צו פארדאנקען אז פארפרומטקייט האט א מקום אין אונזער וועלטל דא אין אמעריקא
]און דו האסט געוואלט וואס?

זיין א פאלקס איד, וואס לייקנט נישט שמש בצהרים און אין אנדערע נאטורן פון אונזער וועלטל

חאצקל » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 10:56 pm

· #42887
קווארטין
חאצקל
קאנצעפט
כ'קען אסאך סאטמארע וואס זייערע ווייבער גייען פונקט ווי.... (אויב רעגסטו זיך אז ביסט געבוירן ביי פרומע עלטערן, טאף לאק פאר יו)

איך קען אויך סאטמארע מענער וואס גייען פונקט ווי...
איך רעד פון דער דורכשניטליכער היימישער פאלגזאמער איד, אדער פארפרומטער איד, ווייל סוף כל סוף וועמען האבן מיר צו פארדאנקען אז פארפרומטקייט האט א מקום אין אונזער וועלטל דא אין אמעריקא?!

און טאקע די פארקוועטשטע אבער ווארעמע, איז די "פיול" פאר אידישקייט.

איך וויל נישט זיין אט דער "פיול" פון אידישקייט

שמייכל » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 11:38 pm

· #43409
מדהים!

דער פותח האשכול ערקלערט בערך ווי איינער זאל ווען זאגן: גענוג זיך געלאזט נאר׳ן פאר די לעצטע 25-30 יאר, אויפגעהערט מיט די בלינדע חסידות קרענק, ס׳איז א אפענע וועלט, און מ׳דארף פעיסן פעקט, וואס עפעס האט אויסגעפעהלט דער סאטמאר רבי מיט זיינע פרומע איינפירעכץ, וואס וואלט אונז שלעכט געווען אן אים.

עס געפעלט מיר אייע צוגאנג רב חאצקל (נישט אזויווי אין מוזיק אבער נאכאלס...), ס׳איז שיין צו זעהן אז איר נעמט עדווענטעדזש אויף ׳קאווע שטיבל׳ אז מען קען גיין ׳סטרעיט טו דע פוינט׳ אן מורא פון וואס פרעמדע וועלן זאגן, אצינד הערט וואס איך האב צוצולייגן צו אייערע ווערטער.

וואס א דורכגעטראכטער מענטש וואלט געענטפערט אויף אייער שאלה ווייס איך נישט, אבער וואס דער פשוט׳ער שכל הישר גיבט מיט איז אז אזויווי די וועלט זאגט ׳צו בייגן דעם אייזן פון לינקס ביז אינמיטן מוז מען אים קודם בייגן אינגאנצן צו רעכטס אזוי אז ווען ס׳וועט צוריקשפרינגען וועט זיך עס שטעלן אינדערמיט׳ און דאס איז וואס דער סאטמאר רבי ז"ל האט געוואלט, און פאר דיין אינפא - ער האט געהאט מער שכל פון אונז אלע (נישט נאר מער יר"ש) און ער איז געווען גוט באקאנט מיט אלעם (יא ער איז אויך געווען אן אויפגעקלערטער אמעריקאנער) ער איז אויך געווען א געשמאקער מענטש, ווייט נישט קיין פארביסענער כאראקטער אזויווי דיין ערשטע תגובה דא האט געקענט ארויסברענגען (דאנ׳ט געט מי ראנג, איך קריטיקיר נישט, i'm not complaining i'm just explaining).

דאס וואס עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער ׳סיסטעם׳ איז קאראפטעד דאס איז אויסדרוקליך ׳נישט׳ זיין שולד, עס איז די שולד פון דעם דור יתום וועלכע לעבט אין א פארשקלאפטקייט און פארמאכטקייט, מען לייגט נישט צו קיין קאפ, מען נעמט ארויס פון סאטמאר רבי׳ן בלויז וואס מען וויל און מען טייטשט דאס אויס לויט די אייגענע נגיעות, וד"ל.

מ׳בלייבן מיר גוטע פריינט חאצקל, איך בין בלויז מגיב אויף דיינע ווערטער

געפילטע פיש » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 1:02 pm

· #43591
ביזט גערעכט אז א ביימעלע וואס איז געבויגן אויף לינקס, בייגט מען עס אויף רעכטס וועט ער סוף כל סוף שטיין גראד, אבער איך מיין אז מ'קען עס בעסער צוגלייכן צו א ספרינג וואס איז מער-ווייניגער גראד, און אז מ'ציט עם צו שטארק אויף רעכטס, די סעקונדע וואס דו לאזט עם אויס פלאצט ער און שפרינגט צוריק אינגאנצן אויף לינקס.