איסר האטלקיסקווירא רבי האט קיינמאל נישט געוואלט רעדן אויפן פאון, אזוי איז זיך נוהג דער היינטיגער רבי פון ניו סקווער.
דאס זעלבע גייט טון ר' אהרן מענדל נאכן ווערן רבי, ער גייט אויפהערן רעדן אויף א טעלעפאון.
אויף סאטמאר האב איך עס קיינמאל נישט געהערט. מאדערנטי רעדט ויקיפידיה אפשר פון ווידיאו וואס ליובאוויטש האט יא מתיר געווען. סאטמאר איז נישט געווען באוואוסט מיט OCD.
סקווירער רבי האט אויך געליטן פון OCD!
OCD איז א דיסארדער וואס שטאמט פון אבסעסיעס צו א געוויסע זאך, אזש אז ס׳שטערט די מענטש׳ס סדר היום למשל א מענטש וואס איז אבסעסט מיט Germs וועט זיך איבערוואשן די הענט טויזנט מאל. אדער א מענטש וועט צושפארן די טיר הונדערט מאל ביינאכט ווייל ער איז אבסעסט אז איינער וועט אייברעכן אין זיין הויז.
א פשוטע טעלעפאון (נישט קיין סמארטפאון) האט נישט אין זיך קיין שום איסור אדער מנהג אז סאיז עפעס א שלעכטע זאך. נישט מן התורה נישט מדרבנן נישט לויט קיינער פון די גאונים, ראשונים, אחרונים. צענדליגער טויזנטער רבנים און ערליכע אידן האבן גערעדט יעדען טאג אויפן טעלעפאן. פארקערט די טעלעפאן איז א גוטע זאך וואס העלפט די מענשטען קאמיונקעיטן איינער מיטן צווייטן.
אלזא ווען א מענטש איז אזוי אבסעסט ווי סאטמארער רב מיט מאדערנעטי און טעכנאלאגיע איז עס א געוויסע form פון OCD...
סאיז זייער וויכטיג דאס ווייל ער האט איינגעפירט אסאך נייע מנהגים אין אונזער היינטיגע חרדישע סאסייעטי. און אז ער האט געליטן פון די דיסארדער איז פאר מיר אסאך זאכן פארענטפערט געווארן.
למעשה האלט איך אז ער איז געוועהן זייער א געשמאקע ברייטע אפענע מענטש וואס האט געמיינט די גוטס פון די כלל. און אויסגעלערנט זיינע מענטשען צוטוהן חסד אויף א פארנעם ווי קיינמאל ביפאר. ער איז לכאורה נישט גערעכט געוועהן מיט רוב פון זיינע זאכן. אבער א אמתע מענטש איז ער געוועהן, א ערליכע מענטש. ער איז נאר געוועהן עקסטרעים מיט זיינע משוגעתן און עס איינגעפירט ביי זיין עולם.
די זעלבע איז מיט וויזניץ זיי זענען אויך געווארן אינגאנצן superficial. ווי למשל הרה״צ ר׳ ישראל מוויזניץ ב״ב בעט זיינע בחורים זאלן זיך אנטוהן שווארצע זאקן. און ווען א יונגערמאן וואס שניידט די בארד קומט אריין צו אים פרעגט ער אים די ערשטע זאך וואו איז די בארד???
וואו איז דאס געהערט געווארן אין וויזניץ אינדערהיים?
רוב וויזניצער חסידים אינדערהיים האבן קיין בארד נישט געהאט אפגערעדט זאקן???
דאס איז נישט וויזניץ! וויזניץ האט קיינמאל נישט געקוקט אויף די זאכן!!! סאיז געוועהן colorful, אלע מיני מענטשען, אלע היטן, געשוירנע בערד, לאנגע בערד, וכו׳
אידן תלמידי חכמים גאונים ווי ר׳ מרדכי חנא, טערניווער רב, רבי אהרלע ראטה און פון די אנדערע זייט אידן פויערן וואס האבן נישט באקומען קיין שום חינוך און קוים געקענט אלף בית- דאס איז געוועהן די שיינקייט פון וויזניץ אינדערהיים! די אהבת ישראל האט יעדעם אריינגענומען, יעדעם געקושט- נישט געמאכט קיין שום חשבונות וויאזוי יענער גייט אנגעטוהן. גארנישט!
מיט דעם אלעמען גלייך איך נאכאלץ ר׳ ישראל און איך האלט פון אים אבער איך האלט אז ער איז זיך טועה מיט די זאך.