רבינו יואל טייטלבוים זצ"ל מ'סאטמאר
202 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1767
געהערט פאריגע וואך צוויי שיינע עפיזאדן בנוגע דאס גאונות פונ'ם רבי'ן זי"ע, ומשום אל תמנע טוב וכו'.
א. רבי פנחס הירשפרינג ז"ל האט נאכ'ן קריג געוואלט זען צו ס'איז דא עפעס פארליבענער גאונים, האט ער ארומגעשיקט א שאלה צו אפאר גדולים, ובתוכם צום רבי'ן, און ווען די אלע תשובות זענען צוריקגעקומען האט ער געזאגט אז די סאטמאר רב קוקט עם אויס צו זיין ווי אן אמאליגער גאון.
ב. ווען די רבי איז געווען אין לאנדאן נאכ'ן קריג האט מען אים מכבד געווען אויפצוטרעטן מיט א דרשה. נאכ'ן דרשה האט הגאון רבי משה שניידערס געזאגט אז אזאנס פאסט זיך פאר א גדול פון זעקס הונדערט יאר צוריק.
א. צו וועמען נאך האט ער געשיקט די שאלה? ר' יונה פילאפף אדער טשעבינע רב? ס'מאכט א גרויסע חילוק.
ב. איז יענע דרשה בדפוס?
דאס איז וואס כ'האב געהערט. דער וואס ווייסט מער דעטאלן איז מכובד... אזוי אויך קען מען דן זיין איבער די כח הבנה פון הרב הירשפרינג מיט הרב שניידער ז"ל.
ווען איז דער רבי געווען אין לאנדאן נאכ'ן קריג? דו מיינסט אין תשט"ז?
הרב משה שניידער איז אוועק כ"ה כסלו תשט"ו. ווען איז די מעשה געשען נאכאמאל?
Re: רבינו יואל טייטלבוים זצ"ל מ'סאטמאר
ליטוואק ווער נישט אזוי ווילד סאיז א חסיד'שער מעשה...
דאס הייסט ווילד?! איך קען דיר באלד ווייזען וואס מיינט ווילד.
Re: רבינו יואל טייטלבוים זצ"ל מ'סאטמאר
אפשר איז דאס דער מאמר לשון קודש?
(אויב יא איז דאס לפענ"ד נישט אזא גאונות)
Sent from my Fire Phone using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסטווען איז דער רבי געווען אין לאנדאן נאכ'ן קריג? דו מיינסט אין תשט"ז?
הרב משה שניידער איז אוועק כ"ה כסלו תשט"ו. ווען איז די מעשה געשען נאכאמאל?
די רבי איז געווען אין לאנדאן תשי"ב, תשט"ז איז ער בכלל נישט געווען אין אויסלאנד, דו מיינסט אפשר תשט"ו, אבער איך מיין אז דעמאלטס איז ער אויך נישט געווען אין לאנדאן.
מודיעיןליטוואק פון בודאפעסטווען איז דער רבי געווען אין לאנדאן נאכ'ן קריג? דו מיינסט אין תשט"ז?
הרב משה שניידער איז אוועק כ"ה כסלו תשט"ו. ווען איז די מעשה געשען נאכאמאל?
די רבי איז געווען אין לאנדאן תשי"ב, תשט"ז איז ער בכלל נישט געווען אין אויסלאנד, דו מיינסט אפשר תשט"ו, אבער איך מיין אז דעמאלטס איז ער אויך נישט געווען אין לאנדאן.
מודיעין: אין תשט"ו איז ער געווען אויפ'ן וועג קיין ארץ ישראל. און ער האט געמאכט א סטאפ אין לאנדאן פאר א שבת... 😕
יעצט איז דאך די יא''צ פין די סאטמארער רב ז''ל ברענג איך עס ארויף
התם ומתמם עם תמימיםיעצט איז דאך די יא''צ פין די סאטמארער רב ז''ל ברענג איך עס ארויף
צום יארצייט ברענגסטו עס ארויף? ס'דארף אייביג זיין פינד צו דו הויפט בלאט. ווען נישט דער רבי זי"ע וואלטען מיר נאך געווען יודען?
מ'וואלט געדארפט מאכען א קאווע שטיבעל ווינקעל אין מאנרא אויפ'ן יארצייט, צו כאטש שטייען נאך געלט אינ'ם רייע פאר קאווע שטיבעל.
איך וועל זיין דארט נאכמיטאג. טאמער דו זעסט א ליטוואק וואס זעט אויס פארלוירען, מאך נישט קיין גילוי.
Re: רבינו יואל טייטלבוים זצ"ל מ'סאטמאר
שוין צייט צי מאכן א פייער ביים רבין'ס ציון מיט טענץ ליומא דהילולי,
Sent from my VS987 using Tapatalk
📎 IMG-20160830-WA0054.jpg📎 IMG-20160830-WA0053.jpg 📎 IMG-20160830-WA0052.jpg 📎 IMG-20160830-WA0051.jpg 📎 IMG-20160830-WA0050.jpg
37 יאר צוריק, היינט.
פעינטער📎 IMG-20160830-WA0054.jpg
קודם א גרויסע דאנק פאר חברינו @פעינטער פאר די היסטארישע בילדער מיר קוקען ארויס אויף נאך,
יעצט צו די הערות
[list][*]סאיז א גוטע געדאנק אנציצייכענען די בילדער מיט נומערן מזאל זיך קענען גרינגערהייט אנמערקען דערויף[/*:m]
[*]די ערשטע בילד בין איך נייגעריג וועלכע יאר דאס איז ווייל איך טראכט אז ביי די לויה איז עס נישט צוליב די אויסגעפלאסטערטע ראוד[/*:m]
[*]די דריטע איז אן אינטערסאנט בילד צוליב די טרויער אויסדרוקען וואס מזעהט אויף די תמימות'דיג נשים צדקניות[/*:m]
[*]4# איז מאדנע וואס וויל די יונגערמאן ווייזען מיט זיין היטעל? דאס איז צום פארדאנקען די בר מינן? אז מגייט אין יענע דירעקשאן? מאדנע.. אפשר כאפט ערזיין באלאנס מיטען אנכאפען אזוי די היטעל?..[/*:m][/list:u]
ילדי ת"ת אין ירושלים דאווענען אויפן אויפגעבויטן נאכגעמאכטע ציון ביים חצר פון ת"ת.
📎 IMG-20160830-WA0010.jpg
ליפאילדי ת"ת אין ירושלים דאווענען אויפן אויפגעבויטן נאכגעמאכטע ציון ביים חצר פון ת"ת.
📎 IMG-20160830-WA0010.jpg
א"מ שלח רפואה שלימה לחולי עמך
Re: רבינו יואל טייטלבוים זצ"ל מ'סאטמאר
חשש עבו״ז ממש...
די עצם ציון ביזנעס איז נישט אזוי פשוט.. אבער דאס..
באלט גייט נאך זיין קאלאוואר דארט, און די רבי גייט ארויס קימען לעבעדיג..
ליפאילדי ת"ת אין ירושלים דאווענען אויפן אויפגעבויטן נאכגעמאכטע ציון ביים חצר פון ת"ת.
📎 IMG-20160830-WA0010.jpg
עבודה זרה. ושברתם את מציבותם (פרשת ראה)
נו, ווער איז גרייט זיך צו שטעלן צום
פארהער?
נעה, ס'איז פוער למרקוליס... אין דרכה בכך.

Re: רבינו יואל טייטלבוים זצ"ל מ'סאטמאר
וי"ג זורק אבן לבעל פעור.
ירח בן יומונו, ווער איז גרייט זיך צו שטעלן צום
פארהער?
נו פרעג איך ענג איז דען נישט סאטמער היינט א גלויבינג ווי אלע אנדערע חסידות'ן ?
ווען סאטמער רב זאל היינט ארויס קימען פין קבר וואלט ער איז נישט אויסגעהאלטן. כידוע פלעגט ער חוזיק מאכן פין די אלע מינע דימיונית'ן אין גלויבינגען. ער פלעגט זאגן ווי מער אמונת טפילות עס איז דא אין א איד אלץ ווייניגער אמונה אינעם אויבירשטען איז דא.
חיים'ס ישיבהירח בן יומונו, ווער איז גרייט זיך צו שטעלן צום
פארהער?
נו פרעג איך ענג איז דען נישט סאטמער היינט א גלויבינג ווי אלע אנדערע חסידות'ן ?
ווען סאטמער רב זאל היינט ארויס קימען פין קבר וואלט ער איז נישט אויסגעהאלטן. כידוע פלעגט ער חוזיק מאכן פין די אלע מינע דימיונית'ן אין גלויבינגען. ער פלעגט זאגן ווי מער אמונת טפילות עס איז דא אין א איד אלץ ווייניגער אמונה אינעם אויבירשטען איז דא.
דאס איז טאקע די איראניע פונ'ם מצב. די סאטמאר'ע רב זצ"ל האט קיינמאל נישט געגלייבט אדער געהאלטן פון די אלע פארשידענע אויסטערלישע באבע מעשיות וואס ס'געדרוקט און מ'פארציילט אויף די תלמידי הבעש"ט. און ער האט געזאגט אז דער חילוק פון איהם ביז אנדערע רעבעס איז אז ווען איינער פון די רעבעס וועללן מחלל שבת זיין אדער עסן חזיר וועללן עס די חסידים נאך בארעכטיגן און אונטערשטיצן. אבער זיינע חסידים וועללן איהם אנשרייען. און פונקט פון איהם האט מען געמאכט אן עבודה זרה. די איינציגע גוטע נקודה איז, אז דאס האטציך ערשט אנגעהויבן נאך זיין סטראוק אין יאר תשכ"ח. נאר ס'איז היינט דא אזוי-גערופענע רעבעס וועלכע לאזן זייערע חסידים מאכן פון זיי אן עבודה זרה בחייהם. פארקערט. דאס גאנצע חסידות איז געבויעט אויף די פארגעטערונג פון די רבי...ואין צריך לפורטם כי ידועים הם...!
א בפירושער גמרא תורה הוא וללמוד אני צריך ..............
א בפירושער גמרא תורה הוא וללמוד אני צריך ..............
יא יא, נאר די גמ' האט אזוי גוט פארשטאנען די ארגומענט אז זיי האבן אפילו ארויסגעשריבן ווער האט נאכגעקוקט, זאלן זיי דא אויך ארויסשרייבן ברחל בתך הנאקעטע ווער האט נאכגעקוקט אין ביהכ"ס.
רבינו יואל זצ״ל מיט הרב קוק זצ״ל
📎 EEFA1016-F7DE-4434-A477-E6BF4493BDAA.JPG
דאס איז א באקאנטע בילד פארגעקומען אין קרית יואל
ליפאדאס איז א באקאנטע בילד פארגעקומען אין קרית יואל
נישט פונקטלעך.
דאס איז פראגעקומען ביים אריינגאנג צום כנסת המינים שנשתבחה בהם ארצינו הקדושה
ממש נאנט צו מכון הרב קוק
משה פראגער: איך האלט עס נישט אויס. אוי לעיניים שכך רואות. נישט געניג אונז זעהמיר הרב קוק שטייט נעבן סאטמאר'ע רעבי'ן. דארפן מיר נאך צו קוקן ווי דער ליובאוויטשער רבי שטייט אונטער זיי...רחמנא ליצלן מהאי דעתא...על כגון דא נאמר ע"י הרב ישראל מ. סופר זצ"ל/שליט"א אז מ'טאר נישט קוקן אויף די בילדער ווייל מ'קען נאך ח"ו קומען מהרהר צו זיין בשבח הציונים... 😂 🙄
אט אזוי, מיט די סארט פאטאשאפ זאלסטו שטאלצירן, נישט מיט די אנדערע נארישע רשעות׳דיגע.
רביה״ק זי״ע און כותל
📎 3163A2F1-E4AE-4F27-B96A-04221DAF581C.JPG
געוואלדיגאט אזוי, מיט די סארט פאטאשאפ זאלסטו שטאלצירן, נישט מיט די אנדערע נארישע רשעות׳דיגע.
וועלכע מיינסטו די רשעותדיגע?
.
די בילד פון ראחמיסטריווקא רבי איז רשעות׳דיג און די בילד פון רז״ל מיט משה גבאי איז טפשות׳דיג
אחד העם@משה פראגער ביסט מיין עילוי, מיין גאון, מיין קאפ שטיק, פון ווען כ'האב נאר טועם געווען אביסל פון דיין חכמה, ממש געוואלד.
איך מיין מיר זענען נאך נישט ראוי פאר דיין חכמה, אונזערע כלים זענען צובראכן פאר דיינע אורות, גייט ערגעץ אנדערש באךייכטען מיט דיין חכמה.
#טיפשות למעלה מן המשוער.
אייגעטנליך וואס גייט מיך אן...
קודם כל, נישט איך מאך די בילדער
והשנית, וואס גייט מיך אן זאג וואס דו ווילסט די בילדער זענען גוט.
א וויכטיגע מעסעטש פאר די סאטמערע אידן
וויבאלד די עלטערע דור וואס זענען נאך געבוירען געווארן אין אייראפע ווערן ווייניגער אין ווייניגער, אין די קימידיגע עלסטע דור זענען בערך 20 יאר אפגעריקט דאס טייטש אז די 65-70 יעריגע אידן ווערן די עלסטע דור אין זיי גייען דערציילן וואס איז געווען אמאל, אין ביי זיי אמאל מיינט נאר וואס איז געווען אין אמעריקע, אלזא דארף מען וויסן אז רוב אידן וואס זענען נישט געווען לכה"פ חתונה געהאט פאר די סאטמער רב איז געווארן קראנק בשנת תשכ"ח,האבן שוין נישט געקענט געהעריג דעם איד פראזענליך, זיי ווייסן נאר וואס איז געווען ארום דעם איד. אין זענען שוין נתגדל געווארן מיט די סאטמערע שטותים אין זענען אינגאנצען פארדרייט, מען קען זיי נישט גלייבן כמעט קיין איין ווארט וואס זיי רעדן איבערן סאטמער רב. ווייל איינמאל וואס הרה"ק מסאטמער איז קראנק געווארן האט מען שוין נישט געזען זיין סדר היום געהעריג, אין מען האט אנגעהויבן צי פרעדיגען פאר די קינדער, בחורים, אינגעלייט, שטותים מיט שטותים, אין מען האט עס נאך ארויף געלייגט אויף זיין נאמען. ועוד יותר, האט אים געמאכט ווי א גאט רח"ל, אז פין אים ביז משיח וועט קימען דארף א איד זיין נאר אינטערסירט ציוויסן וואס איז געווען מיט אים, אין נישט אינטערסירן גארנישט מער,ווי מען קען זעהן, ווי זיי ברענען מער ווען זיי רעדן פין רבין זי"ע ווען זיי רעדן פינעם אויבערשטען. ממש ווי אין.........
איז ווען זיי האבן צי רעדן דיצומצידיגע שפראך דארף מען שמייכלן אין אוועק וואקן אין וויסן אז דאס האט נישט קיין שייכות מיטן עבר, מסורה, אמאל,
ריכטיג עבר, מסורה, אמאל, טייטש די צורה פין א ערליכע איד וואס האט נאך געלעבט פארן קריג מיט פשטות אין תמימות אין געוויסט צי דערציילן, אין ער איז געווען אינטערסירט אין אלע ערילכע אידן, אפילו ער האט זיך געווייקט ביי איין צדיק, ווי מען קען הערן די אינטערוויאס אויף קול מבשר ביי טעם זקנים אפטיילונג, וואס ווער עס איז זיך מתבונן זעט אז אזא מרחק ציווישן די 2 דורות איז מסתמא נאך נישט געווען זייטן דור פין פארן חורבן הבית אין דור נאכן חורבן הבית.
'דער איד' שרייבט נישט מער נישט ווייניגער ווי דאס אז דער סאטמאר רב איז געוועהן דער FOUNDER & CEO פון נישט ווייניגער ווי פיר פאבריקן!
1) א שיך פאבריק, זיי האבן אפילו דעם אדרעסס רחוב חפץ חיים 82
2) א ציגל פאבריק... נישט קיין קליינע, נאר א גרויסע... ווי מען האט פאקטיש פרדוצירט ציגל.
3) א נייען פאבריק
4) טאפעציר פאבריק, שוק מאה שערים 37
א פאבריק, איהר הערט?
אפגעזען צי ער איז געווען דער גרינדער צי נישט, דער מוסר השכל פון די מעשה איז אז ווען דער רבי האט געזען ווי בחורים זענען נישט אין דער מדריגה פון זיין אין א פול טיים ישיבה, האט ער זיי נישט געווארפן צו די הונט אין גאס, נאר אינזין געהאט זיי זאלן גיין ארבעטן אין א אויסגעהאלטענע ענווייראמענט.
ווי נעמט מען היינט אזא רבי'ן.
שמעקעדיגאפגעזען צי ער איז געווען דער גרינדער צי נישט, דער מוסר השכל פון די מעשה איז אז ווען דער רבי האט געזען ווי בחורים זענען נישט אין דער מדריגה פון זיין אין א פול טיים ישיבה, האט ער זיי נישט געווארפן צו די הונט אין גאס, נאר אינזין געהאט זיי זאלן גיין ארבעטן אין א אויסגעהאלטענע ענווייראמענט.
ווי נעמט מען היינט אזא רבי'ן.
אז ער איז יא געוועהן אזוי טויגלעך פארוואס איז ער געוועהן אזא coward און היפקאריט ביי די צווייטע וועלטס מלחמה? ווען ער האט געזאגט זיינע חסידים זאלן נישט אנטלויפן נאכדערצו מיט די ציונים בשעת ווען ער האט זיך געמאכט שטילערהייט פלענער צוטוהן אקאורט פארקערט פון וואס ער האט געפרעדיגט!. ווען סאיז געקומען א לעבעדיגע עדות, א איד פון פוילן אין זיין שטאט שרייען אז מ׳זאל מאכן פלענער צו אנטלויפן ווייל די נאציס גיין אנקומען דא אויך האט ר׳ יואליש געשריגן אז מ׳דארף די איד אריינלייגן אין חרם! און דערנאך ווען סאיז איבערגעבליבן צוויי טיקעטס אויף צו אנטלויפן האט דער ׳שיפ׳ס קאפיטאן׳- דער רב פון שטאט דאס גענומען פאר זיך! און דערנאך האט ער זיך אין זיין לעבן נישט אויפגעשטעלט ביי א כ״א כסלו און באדאנקט זיינע רעטער און פארציילט די
אמתע מעשה וואס איז דארט פארגעגאנגען-נאר פארקערט ער האט זיי נישט אויפגעהערט צו שעלטן.
און דערנאך איז ער געקומען קיין אר״י און אמעריקע און אנגעפירט די רשעות׳דיגע סיסטעם וואס אונז אלע ליידן נאך היינט פון זיינע ׳ גזירות׳ מיט די שטרימפ און סיעמס וכו׳ וכו׳, ער איז אסאך שולדיג פאר די דורכגעפוילטע בארבארישע סיסטעם אין וואס חסידישע אידן לעבן היינט! ער איז געוועהן א געפערליכע עקסטרימיסט און א מיניפילעטאר, ווי ער האט אויסגעלערנט זיינע אינגען זיך אויפצופירן מיט חוצפה און עזות צו א יעדעם וואס גייט נישט אין זייער שפאן, ער האט קאמאנדוועט אויף אלע קליינע רבנים אין וויליאמסבורג און זיי קאנטראלירט וואסערע זמן צוהאלטן שבת און וועלכע הכשרים צו עסען, אך און וויי אז איינער האט זיך דערוואגט צו זאגן א ווארט קעגן דעם דיקטעטאר מיט א בעקיטשע.
בלי ספק אז קיין איין אמתע ערליכע איד וואלט זיך נישט אזוי אויפגעפירט ווי דער ציווילדעוועטר ר׳ יואליש, פאר יעדעם האט ער אריינגעפליקט, מיט יעדע רב אדער רבי האט ער זיך געטעהנט, ער איז געקומען קיין בני ברק לעבן שיכון וויזניץ אויף א שבת און געשאטן פעך און שוועבל אויף אגודה, זענען די וויזניצער חסידים אריין צו ר׳ חיים מאירל זצ״ל און געבעטן דעם רבין ער זאל אים ענטפערן, האט ר׳ חיים מאיר וואס איז געוועהן א אמתע אוהב שלום געזאגט אפילו ער וועט מיר אראפנעמען די היטל וועל איך אים נישט ענטפערן! און ר׳ חיים מאירל איז אים געגאנגען באזוכן דוקא מאנטיג ווען ער האט געמאכט א תענית דיבור! (ר׳ חיים מאירל האט זיך געפירט אז יעדע מאנטיג און דאנערשטיג האט ער געמאכט א תענית דיבור)
דריי נישט קיין קאפ! אזא רבי זאל כלל ישראל קיינמאל מעהר נישט האבן!
ער האט געזאגט פאר יעדן צו אנטלויפן פון די נאציס,
טאקע אמת אז פאר די דייטשע אינוואדירונג, האט ער געצה'ט יעדן זיך נישט אנשליסן מיט די ציונים און עולה זיין קיין אר"י, אבער דעמאלטס איז נאך נישט געווען קיין רעדע פון "אנטלויפן",
און כדי צו ניצל ווערן פון די רשעים האט מען נישט געמוזט פארן ביז אר"י, בלויז אריבער דער ראמענישער גרעניץ איז געווען א הצלה,
ער האט זיך באדאנקט פאר יעדער וואס האט זיך געשתלדט פאר איהם, זאל זיין א פרומער צו א פרייער צו א גוי צו א איד, און אוואדי זיי קיינמאל געשאלטן,
ליגענט זאגן ליגענט זאגן טאג מען נישט ווייל סאיז א נעביירא! קענסט דעם ניגון?
סאיז נישט מעהר ווי געראכטן אז די סאקמורים גייען ליייקענען היסטאריע. הער אויס מיר קענסטו מעהר נישט פארקויפן קיין לאקשן!
זאג? ער האט נישט געשאלטן די ציונים ? נישט געשאלטן?. אוואדי א רבי שעלט נישט, זיינע קללות זענען ברכות, און ווי יעדער ווייסט ער האט זיי א יעדן טאג געבענטש מיט כל מיני ברכות!
קענסט נישט ליייקענען קיין היסטאריע מיין פריינד!
אזא רבי ווי רבינו יואל איז געוועהן א גרויסע בראך פאר כלל ישראל און מיר ליידן נאך פון אים ביזן היינטיגן טאג!
ווען געשאלטן? וואו געשאלטן?
איך הער שטענדיג זיינע רייד, קיינמאל געהערט קיין קללה אויף קיין איד.
ווען האט ער געהייסן נישט אנטלויפן? תש"ג, ווען די נאציס זענען נאך געווען ווייט אוועק פון אונגארן. מען האט נאך נישט געוואוסט דאן פון קיין מלחמה אין סאטמאר.
פרעג דיך נאך אביסל היסטאריע.
אויב דיך באדערט דיין ווייב'ס סיעמס, זאג אזוי און פערטיג. קריך נישט ווייטער מיט שטותים פאר גארנישט.
איין זאך יא אויב מ׳רעדט שוין, א בעל צדקה איז ער געוועהן א גרויסע, אבער יש אומרים אז ער האט דוקא געשיקט געלט פאר די קליינע רבילעך אין וויליאמסבורג כדאי זיי צו קאנטראלירן, נאר אזויווי איך האב ליב דעם ריינעם אמת וועל איך מודה זיין אז צדקה און חסד האט ער יא געטוהן, און אויך אויסגעלערנט זיין עדה צוטוהן חסד אויף גאר א גרויסע פארנעם וואס מ׳זעט נישט כמעט אין אנדערע חסידות. גרויסע סומעס פון געלט האט ער זיכער געטיילט עכ״פ דא אין אמעריקע נאך די מלחמה, א פארמעגליכער איד פון עסטרייך האט מיר פארציילט אז סאטמערער רב האט אים חתונה געמאכט זיין קינד נאכדעם וואס ער פלוצלינג געווארן א יורד, ער האט אים בכלל נישט געקענט אדער געזעהן פארדעם קיינמאל! איך מאך דאס נישט אוועק, אבער די אנדערע זאכן וואס כהאלט אויף אים איז נאך אלץ גילטיג.
די ציונים האט ער געשאלטן, sure, קיינער איז נישט מחולק, אבער אונז רעד מיר פון די פערזעליכקייטן וואס האבן זיך געפארעט פאר זיין הצלה נישט קיין ציונים
גאלדדי ציונים האט ער געשאלטן, sure, קיינער איז נישט מחולק, אבער אונז רעד מיר פון די פערזעליכקייטן וואס האבן זיך געפארעט פאר זיין הצלה נישט קיין ציונים
געשאלטן? קיינמאל.
אן אויסנאם איז אבער אלס פארהאן:
איינמאל האט אים איינער גאר שטארק אויפגערעגט ווען ער האט אויסגערימט הרה"ק רב קוק זצוק"ל, ר' יואל האט דאן ארויסגעזאגט: 'שם רשעים ירקב', און האט חרטה געהאט באלד דערויף.
עס איז אמאל געווען אנדערע צייטן. עס איז געווען מיינונגס פארשידנהייטן, מחלוקת, אבער נישט קיין שעלטונגען.
אין ביהמ"ד וואו איך דאווען טעגליך האט זיך עפעס אן עלטערער איד אמאל צובייזערט אויף א געוויסער מנהג וואס די ארטיגער קרייז פירט זיך. אן אנוועזנדער בחור וואס געהער צו יענער סעקטע האט זיך אנגערופן צו אים: 'עפרא לפומיה'. איך בין אויפגעשוידערט געווארן דערפון. דאס איז א קללה וואס מיינט טויט שטראף רח"ל. זינט איין מנהיג האט עס גענוצט בעת רתחנותא דאורייתא קעגן א צווייטן עלטערן מנהיג וואס האט זיך מתחצף געווען צו זיין טאטן, איז עס געווארן אזוי לייכט ארויסצוזאגן ה"י.
מען כאפט ניטאמאל אז עפעס איז נישט בסדר דערמיט.
היינט געזעהן די זיסע מעשה.
בהיותו בירושלים בא' מן הפעמים, באו אצלו קנאי ירושלים שיחתום על איסור להצביע בבחירות לעירייה, שכידוע לא יצא איסור מפיו על זה, והוא סירב, והלה לא שקטו, ושמעתי שאפילו כתבו מכתב מזויף כאילו חתם, כי קוו כי אם יראה שיש כבר מכתב בדיעבד יסכים לזה, אמנם הוא סירב עדיין לזה, ואז נענה ואמר, בארה"ב נותנים לי כסף ומבקשים ממני עצות, ובירושלים נותנים לי עצות, ומבקשים ממני כסף...