רש״י איז מפרש בב״ק ג:
אלא - תולדה דאדם היינו כיחו וניעו. כיחו רוק הפה ניעו ליחת החוטם (רוק היוצא מתוך גופיה אגב כח).
אי בהדי דאזלי מזקי - שנפל על השיראים וטנפוה או לתוך המשקין ונמאסו.
עכ״פ דאס ווערט גערעכענט ווי א היזק וואו עס איז ממאס.
דא, ווי לאנג דער מענטש ווייסט נישט אז מ׳האט אריינגעשפיגן דערין, איז עס במבט ראשון נאר א היזק שאינו ניכר. אין אויף דעם ווערט גע׳פסק׳נט בחו״מ סימן ״שפה״ סעיף א ביי א היזק שאינו ניכר (וואו די ניזק ווייסט יא דערפון) אז מדאורייתא איז ער פטור, נאר חכמים חייבו לשלם ע״ש. דא איז דאס לכאורה במושכל ראשון נחשב כהיזק שאינו ניכר. וויבאלד אויב דער ניזק וואלט געוואור געווארן אז מ׳האט אריינגעשפיגן דערין וואלט עס זיכער פארעכענט געווארן ווי א היזק מחמת המיאוס אשר חייב לשלם עבורו וכרש״י בריש ב״ק הנ״ל. הגם, מ׳קען מתריס זיין און זאגן אז ביי א מטמא ומנסך, איז דארט דא די היזק אזוי צי אזוי ביודעים ובלא יודעים פונעם ניזק, און די "אינו ניכר" מיינט פשוט אז ס'איז נישט
פיזיש ניכר. ולכן האלט חזקיה בגיטין נג. אז הגם לשיטתו איז א היזק שאינו ניכר שמיה היזק, איז אבער בשוגג פטרו המזיק כדי שיודיעו להניזק ולהפרישו, און במזיד איז נישטא דעם חשש וויבאלד ער וויל אים דאך שאדן טוהן ע״ש. דאס איז אבער נישט נוגע דא בנידון דידן, וואו דאס ווערט נישט קיין דבר הנאסר, און דער שפייער וויל אים טאקע דייקא נישט מודיע זיין. וממילא קען מען זאגן אז דא בנידון דידן באקומט עס
נאר דעם שם ״היזק״ נאר טאמער דער ניזק
ווייסט און ווערט געוואור און ווערט דאדורך נמאס דערפון. בעפאר דעם איז עס נישט קיין היזק
בכלל; עס פעהלט דא אויס דעם ״ניכר״ וידיעה פונעם ניזק כדי דאס
בכלל צו געבן א שם ״היזק״ דא, פונקט אזוי ווי עס פעהלט אויס דעם ניזק׳ס מיאוס דערפון כדי לחייב המזיק, אפילו וואו דער ניזק ווייסט יא דערפון.
יעצט, עס איז דא די באקאנטע חקירה פון די אחרונים בריש מסכת ב״ק אויב היזק איז אַן איסור אויך און נישט נאר א חיוב לשלם, ונפק״מ בשרוצה לשלם אח״כ. פונעם לשון הטור והש״ע בחו״מ ריש סימן שעח איז משמע אז עס איז אַן איסור אויך וע״ש בסמ״ע ס״ק א. ולכאורה איז די איסור אויך דא, עכ״פ מדרבנן, אפילו ווען די עצם חיוב לשלם בזה ההיזק איז נאר מדרבנן, וכמו כאן בההיזק שאינו ניכר, ועיין ברש״י שם בגיטין נז: ד״ה מטמא ומדמע.
וממילא אויב נעמט מען אָן אז דאס ווערט יא גערעכענט ווי א היזק שאינו ניכר, און די איסור להזיק (מדרבנן) איז אויך ביי א היזק שהחיוב הוא רק מדרבנן וכרש״י, דאן איז עס, ממבט הלכה, לכאורה אסור צו טוהן אפילו וואו ער איז ברור אז יענער וועט נישט געוואור ווערן (אויב ווען דער ניזק וואלט ווען געוואור געווארן וואלט ער ווען נמאס געווארן דערפון). אין אנדערע ווערטער, מ׳קען אפשר טאקע זאגן אז אפילו במזיד איז ער פטור מלשלם ווי לאנג דער ניזק ווייסט נישט און איז נישט געוואור געווארן, וויבאלד עס האט נאך נישט דעם שמיה ״היזק״ בכלל ותלוי בדעתו ומאוסו כנ״ל. די שאלה איז צי דאס איז מקושר עם
האיסור לעשות כן מעיקרא, פונקט אזוי ווי עס איז אסור צו טוהן א געהעריגע היזק אף כשרוצה לשלם או שהניזק ימחול לו ואין כאן
חיוב.
און עס איז מן הראוי לציין צום לשון פונעם ערוך השלחן בחו"מ סימן שעח סעיף א:
וכן אסור להזיק בראייתו וחייב בדיני שמים אם הזיק בעין מבטו לחבירו, וכך אמרו חז"ל אסור לאדם לעמוד על שדה חבירו בשעה שעומדת בקמותיה [ב"מ קז.] וכן כל מיני היזק ראיה אסור כמו להסתכל במה שחבירו עושה בביתו ובחצירו כמ"ש בסימן קנד
און דאס איז לכאורה אף כשאין חבירו יודע.
(ולגבי עין הרע, איז די שאלה אז לויט דער אגרות משה, אבהע"ז ח"ג סימן כו, אז אפילו לויט די וואס גלייבן דערין איז עס נאר אויב מען איז קפיד דערויף וואס עס שאדט ע"ש, צי דאס אז ער ווייסט ניטאמאל דערפון ווערט גערעכענט ווי "לא קפיד", ולכן אין עליו שם היזק עדיין, און דאך איז עס אסור צו טוהן צו יענעם.)
עס איז אויך מערקווידיג ווי עס ווערט גע'פסק'נט בחו"מ סימן תכז סעיף ח, עכ"פ בדבר סכנה, אז עס איז א מצוה להסירו ולמונעו, אע"פ שאין שם היזק עדיין ע"ש.
ואולי קען מען דאס אפשר מקשר זיין צו דאס וואס דער אור שמח זאגט בחידושיו על הש״ס (
ב״ק צז.) אז די מחלוקת דארט אויב בגזל מטבע ופסלתו מלכות אי מצי א״ל להנגזל הרי שלך לפניך, איז תלוי אויב די קוטב פאר היזק ניכר איז וואו ס׳איז נשתנה גוף הדבר, אבער וואו נישט איז דאס נישט ניכר אפילו אויב יעדער ווייסט. ווידעראום רב יהודה וואס האלט אז ביי דעם קען דער גזלן נישט זאגן הרי שלך לפניך, האלט אז קוטבו של היזק ניכר איז תלוי אין דעם אויב עס איז ניכר ואפילו בידיעה סתם ע״ש. איז אפשר אז דא קען אויסקומען פארקערט: לרב הונא איז דאך דא בנידון דידן דא א היזק מוחשי ונשתנה גוף הדבר ע״י הרוק שיש בה עכשיו, ולכן הוי היזק ניכר, עכ״פ לשווייה שמיה ״היזק״. משא״כ לרב יהודה איז דאך למעשה נישטא דא קיין שום ידיעה, ולכן הוי בגדר היזק שאינו ניכר, ואולי עכ״כ להסיר ממנו שם ״היזק״ כלל וכנ״ל עד שיוודע לו וימאס.
כמובן, איז דא סתם אזוי לכאורה נוגע
מש״כ הדור רביעי בפתיחה למסכת חולין, אז צו מחייב זיין אדער אסר׳ן דברים שהן מן הנימוס והשכל מחייבן, פעהלט נישט אויס בפירוש הלכות דערויף ע״ש. וכמובן אויך איז דאס בכלל נכלל אינעם
נעגאטיוון ווערסיע פונעם ״
גאלדענעם רוּל״: מה דעלך סני לחברך לא תעביד (שבת לא.).
דאס דערמאנט בכלל פון
די סצענע אין
די העלפּ פילם, וואו אַן אפריקאנער-אמעריקאנער דינסט אין 1963 איז מסדר איר ראסיסטישע געוועזענע בעל הבית׳טע (הגם דארט קען עס שוין זיין בגדר סכנה אויך).