☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » אשכול אן א טיטל #9819

אשכול אן א טיטל #9819

89 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9819
בלאט: 1 2

— » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 5:01 am

· #309352

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

moshav zekeinim » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 8:21 am

· #309357
הערליך שיין.

בימי חז"ל ספעציעל אין בבל האט יעדער געגלייבט אין טבע סגילי, ד.ה. האלב רוחניות'דיגע טבעיות וואס נעמט זיך פון האלב רוחניות'דיגע באשעפענישן וואס זענען שדים אדער מזלות. (דאס וואס מען רופט היינט מיסטיש אדער מאגיק. בכלל איז אמאל די הבחנה צווישן רוחני און גשמי דעמאלס נישט געווען אזוי שארף ווי היינט). איך זעה נישט קיין סיבה צו זאגן אז די חכמים זאלן נישט האבן געגלייבט דערין, עס איז נישט געווען אנגענומען ווי אן אמונה, נאר ווי אנגענומענע פאקטן, אזוי ווי שפעטער די אלע באבסקע רפואות און געזונטהייט שטאטוטן וו.צ.ב. אז אייער איז נישט געזונט א.ד.ג., און אפילו היינט מיט וואקלדיגע געזונטהייט פאקטן. עס איז בערך אזוי ווי א א רב ביים שבת הגדול דרשה זאגט פאר זיינע בעסערע מענטשן אין שיל אז לכבוד פסח זאל מען נישט קארגן מיט קיין שמאלץ און וויין וכל מאן דלא קפיד לא קפדי בהדי. אדער ער זאגט עס אויף טשולענט אום שבת.

נאכאמאל, לויט די ראציאנאלע ראשונים, איז טבע סגילי בימי חז"ל נישט געווען קיין "אמונה" אזוי ווי מען רופט עס היינט אן, נאר אלס פשוט'ער חוקי הטבע. און אזוי ווי מען קען זיך קריגן אויף אנדערע (ראציאנאלע) וויסנשאפטליכע הנחות וואס איז געווען מפורסם בימיהם, דאס זעלבע קען מען זיך קריגן מיט די סגילישע וויסנשאפט פון חז"ל.

דער שיטא איז אבער נאר געווען אנגענומען ביי די "מיימאניסטן" די אנהענגער פון דעם ראציאנאלן מהלך פונעם רמב"ם. רוב ראשונים ובמיוחד ראשוני אשכנז האבן הייליג איינגעהאלטן חז"ל'ס סגילישע קפידות און צוגעלייגט נאך און נאך מהנהוג אצל שכיניהם הגוים, וואס רובם פון די נייע קפידות ווערן אראפ געברענגט אין ספר חסידים, דער "אגדתא של חסידי אשכנז". קוים וואס די אשכנזים האבן אפילו געוואוסט וואס דער רמב"ם און זיינע אנהענגער זאגן איבער די ענינים (מיט באק ציינער רעדט דער רמב"ם בעיקר אין זיין פירוש המשנה ומור"נ וועלעכע זענען נישט געווען פארשפרייט בארצות אשכנז). און די וואס האבן יא געוואוסט דערפון, אזוי ווי די בעסערע פראוואנסיאנאלע רבנים זענען ע"פ רוב ארויס קעגן די ראציאנאלע שטעלונגען פונעם רמב"ם.

ווען דער מרכז התורה של בני אשכנז האט מיט פינף הונדערט יאר צוריק געלאנדעט בארצות פולניה איז צוגעקומען נאך א שטויס מיט אמונות טפילות גענומען פון די ארומיגע שכינים. דאס איז נאך פארגעקומען איידער דער זהר איז געווארן פאפולער דארטן. אבער כמובן אז בימי הרמ"ק והאר"י האבן זיך די סגילות זהר'יסטישע סגילות פארמערט בנוסף צו דאס פונעם אר"י וואס איז אבער נישט געווען פונעם פאלקיסטישן כאראקטער. אויך די גולי ספרד בארצות ים התיכון, און מיטל מזרח אידן, און אייגנטליך ווער נישט, האבן במשך די יארן געזאמלט הויפענעס אמונות טפילות.

פארט זעט מען אז אן א שיעור חז"ל'ישע סגילות זענען מיט די יארן בטל געווארן בעת די נייע סגילות האבן איבערגענומען זייער מקום.

רימון » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 8:41 am

· #309359
בנוגע דעם חתם סופר, פארציילט מען, אז דער חת''ס האט געזאגט פאר'ן מהר''ם שיק אז ער וויל אים נעמען פאר אן איידעם. האט דער מהר''ם שיק זיך אנגערופן: דער רבי הייסט דאך משה! האט אים דער חת''ס שוין נישט געוואלט נעמען, ווייל ער האט מקפיד געווען, און דער מהר''ם שיק האט זיין גאנץ לעבן חרטה געהאט, זאגנדיג, אז דער רבי דער חת''ס האט אויך געוואוסט וויאזוי ער הייסט.
אלנפאלס, ס'איז צייט צו טוישן דעם נאמען פון דעם קאווע שטיבל צו שש'ס שטיבל.

שבת אחים » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 8:56 am

· #309361
הייסט עס אז איך קען אוועקווארפן די אלע געבענטשטע קוואדערס וואס כהאב באקומען חנוכה פון דעם רעבאָ? אדער ניצן פאר די פארקינג מיטערס? ווען איך ווייס וועין?

איך האב אין מיין באזיץ א קאפּל געמאכט פון די סחורה פון די אמרי חיימ׳ס זצ״ל שטיעל ס׳קוקט אויס זייער שרעקעדיג ווי אויך האב איך די גארטל פונעם ריבניצער זצ״ל וואס ער איז געגאנגען מיט דעם ווען ער האט זיך משתטח געווהען אויפן ציון פונעם דברי יואל, (איך בין געגאנגען מיט די קאפל און גארטל ביי מיין חופה זעהט אויס אז סהאט נישט צו גיט געארבעט אויף מיר) איינער האט מיר מיט יארן צוריק געאָפפערט צוויי טויזענט דאללער פאר די גארטל ווען איך ווייס ווען דעמאלסט... היינט איז לכאורה ווערט מעהר. אפשר איז עס צייט צו פארקויפן?

moshav zekeinim » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 9:34 am

· #309365
שיטת רמב"ם (באיגרת) על טבע סגילי המוזכר בתורה ובחז"ל:

ואני יודע שאפשר שתחפשו ותמצאו דברי יחידים מן החכמים בתלמוד ובמדרשות שדבריהם מראים שבשעת הולדתו של אדם יגרמו לו הכוכבים כך וכך. אל יקשה זה בעיניכם - אין ראוי להניח דברים של דעת ושכבר נתאמתו בראיות, וינער כפיו מהם ויתלה בדברי יחיד מן החכמים שאפשר שנתעלם ממנו דבר. או שיש באותם הדברים רמז או אמרם לפי שעה ומעשה שהיו לפניו. הלא תדעו שהרי כמה פסוקים מן התורה הקדושה אינם כפשטם, ולפי שנודע בראיות של דעת שאי אפשר שיהיה הדבר כפשוטו, תרגמו המתרגם תרגום שהדעת סובלת. ולעולם אל ישליך דעתו אחריו, שהעינים לפנים הן ולא לאחור.

שיטת הרמב"ן:


ורבים יתחסדו בנחשים לומר שאין בהם אמת כלל, כי מי יגיד לעורב ולעגור מה יהיה. ואנחנו לא נוכל להכחיש דברים יתפרסמו לעיני רואים. ורבותינו גם כן יודו בהם, כמו שאמרו בואלה שמות רבה כי "עוף השמים יוליך את הקול" (קהלת י:כ), זה העורב וחכמת הטיארין.

וכבר הודענו (ויקרא יח:כה) כי יש למזלות שרים ינהיגו אותם והם נפשות לכדורי הגלגלים, ושרי זנב וטלה הקרובים לארץ, והם הנקראים נגידי התלי יודיעו העתידות, ומהם נעשים סימנים בעופות שבהם יודיעו עתידות. ולא לזמן גדול ולא עתידות רחוקות יגידו רק בעתידות הקרובות לבא יודיעו, מהם בקול העוף בקראו בקול מר על מת, ומהם בפרישות כנפיו, והוא שאמר "יוליך את הקול", למגידים בקולם, ו"בעל כנפים", לרומזים בכנפיהם.

וכל זה איננו תועבה בעמים אבל חכמה תחשב להם, וכך אמרו (במדבר רבה יט:ג) ותרב חכמת שלמה מחכמת כל בני קדם (מלכים א ה:י), מה הייתה חכמתם של בני קדם שהיו יודעים וערומים בטייר, וכן יאמר הכתוב (ישעיה ב:ו) כי מלאו מקדם ועוננים כפלשתים. והנה שלמה למד זה בכלל חכמותיו. והידיעה היא הבנת הצפצוף, והערמה לסבור עניין בפרישות הכנפיים.

ירא שמים » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 10:08 am

· #309373
כהאב נישט געלעזט די גאנצע און קען זיין דו האסט דאס דערמאנט, אבער די כל מאן דקפיד קפדי בהדי׳ ווייזט אז סאיז יא א ריכטיגע זאך אזש אז סשאט פאר די וואס זענען מקפיד, ועוד פארשטיי איך נישט וואו אזוי מקען לערנען די גמרות אין ערבי פסחים מיט די הנחה אז זוגות איז שטותים, וצ״ע.

petergrifin » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 10:13 am

· #309376
.

moshav zekeinim » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 10:40 am

· #309384
קודם כל, איך גלייך צו דעם שבת הגדול דרשה צו ענינים אויף וואס חז"ל זאגן לא קפדי בהדי להלכה.

די הלכות פסוקות זענען דאך אויך צוליב געזונטהייט סיבות. וואלט דעמאלס געווען אנגענומען די היינטיגע געזונטהייט שטאטוטן וואלט די הלכות פסוקות געווען לויט די היינטיגע חכמי הרופאים.

כלפי דעם רמב"ם בליק איבער חז"ל'ס אויבערגלויבן: אה"נ דער רמב"ם פראבירט אראפ צו נעמען דעם "פלעק" פון חז"ל אויף פארשידענע וועגן, אבער עס איז קלאר משמע פון אים אז דאס איז זיין שיטה פאר יעדן פרייז אפילו ווען חז"ל זאלן ללא ספק יא גלויבן דערין (און שש, לאמיר זיך נישט נארן, האבן זיי דען נישט געגלייבט דערין?)

מבקר » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 10:53 am

· #309386
moshav zekeinim
שיטת רמב"ם (באיגרת) על טבע סגילי המוזכר בתורה ובחז"ל:

ואני יודע שאפשר שתחפשו ותמצאו דברי יחידים מן החכמים בתלמוד ובמדרשות שדבריהם מראים שבשעת הולדתו של אדם יגרמו לו הכוכבים כך וכך. אל יקשה זה בעיניכם - אין ראוי להניח דברים של דעת ושכבר נתאמתו בראיות, וינער כפיו מהם ויתלה בדברי יחיד מן החכמים שאפשר שנתעלם ממנו דבר. או שיש באותם הדברים רמז או אמרם לפי שעה ומעשה שהיו לפניו. הלא תדעו שהרי כמה פסוקים מן התורה הקדושה אינם כפשטם, ולפי שנודע בראיות של דעת שאי אפשר שיהיה הדבר כפשוטו, תרגמו המתרגם תרגום שהדעת סובלת. ולעולם אל ישליך דעתו אחריו, שהעינים לפנים הן ולא לאחור.


📎 111111112-page-001.jpg
📎 2222222221-page-001.jpg
אינטערעסאנט צו באמערקן, וויאזוי דער רמב"ם האנדלט א מצב וואס די ערשטע און דריטע גייען נישט ביינזאם.

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 11:42 am

· #309392
שבת אחים
הייסט עס אז איך קען אוועקווארפן די אלע געבענטשטע קוואדערס וואס כהאב באקומען חנוכה פון דעם רעבאָ? אדער ניצן פאר די פארקינג מיטערס? ווען איך ווייס וועין?

איך האב אין מיין באזיץ א קאפּל געמאכט פון די סחורה פון די אמרי חיימ׳ס זצ״ל שטיעל ס׳קוקט אויס זייער שרעקעדיג ווי אויך האב איך די גארטל פונעם ריבניצער זצ״ל וואס ער איז געגאנגען מיט דעם ווען ער האט זיך משתטח געווהען אויפן ציון פונעם דברי יואל, (איך בין געגאנגען מיט די קאפל און גארטל ביי מיין חופה זעהט אויס אז סהאט נישט צו גיט געארבעט אויף מיר) איינער האט מיר מיט יארן צוריק געאָפפערט צוויי טויזענט דאללער פאר די גארטל ווען איך ווייס ווען דעמאלסט... היינט איז לכאורה ווערט מעהר. אפשר איז עס צייט צו פארקויפן?

שבת אחים: איין זאך איז זיכער. ווען דו האסט ווען די געבענטשטע קוואדער פען דע רעבא שליט"א און דו ווארפסט עס אריין אין מיטער, וואלסטו נישט באקומען קיין טיקעט. דאס גלעיבט אפילו אן אפיקורס אויכעט. ווייל ער זעהט דעם מופת בחוש... 😂 🙄

מבקר » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:14 pm

· #309412
[ציטאט אראפגענומען]

איך מיין אז ר' יהודה החסיד האט ענדערש געהאלטן אז די אלע זאכן זענען אמת, נאר די וואס זענען נישט מקפיד אויף דעם ווערן זיי ניצל פון דעם. באופן סגולי.

ברסלבער » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:44 pm

· #309414
שש, האסט זייער שיין צונומען און אראפגעלייגט די נושא. יישר כח.
די קפיד קפדי געדאנק קען האבן צוטון מיט די נושא פון law of attraction. @הוגה האט געשריבן אן אשכול דערוועגן דא.
ווען א מענטש טראכט נעגעטיוו, וועט ער דאס טאקע באקומען. און די זעלבע אויף פארקערט.

יעקב מענטש » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:05 pm

· #309416
שכוח אנאנים פאר דיין גאר רייכע ליקוט, און קלארע פעדער,

ס'איז אבער שווער דן צו זיין פרטיותדיג איבער די נושא, זעהסט דאך אז דער אגרות משה האט געשריבן אעפ"י שיש לחוש..., אויב נעמט מען אן די אלע רשונים מיט א פשטות, מיינט דאס אז יעדע זאך וואס האט נישט קיין סייענטיפישע בעקינג איז ארויס פון די פענסטער, איז די גאנצע 'מזל' ביזנעס אפגעפרעגט ?

איך האב אמאל געהערט פון א בעל דרשן אז ס'איז נישטא קיין מקור אז עין הרע באלאנגט צו די קפיד קפדי קאטעגאריע,

moshav zekeinim » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:14 pm

· #309418
ברסלבר, דאס איז וואס מיר ווייסן היינט אזוי ווי פלאסבא עפעקט, אבער די שאלה איז צו דער ממרא מאן דלא קפיד (פון וועם עס זאל נאר שטאמען) האט דאס געמיינט, אדער ענדליכס (אזויווי ראובן זאגט ודי למבין) אדער האט עס געמיינט דאס וואס מבקר פארשטייט פונעם לא קפדי פונעם ספר חסידים.

moshav zekeinim » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:18 pm

· #309419
יעקב מענטש, פון דער מאירי וואס שש האט געברענגט איז משמע אז עס גייט ארויף אויף אלע אומראציאנאלע רפואות.

און בנוגע דאס מזל מזל, לאמיר זיך נישט נארן, דאס איז דזשאסט עי קאסטאם וואס באשיינט שמחות און פילט אן אונזער לעבן מיט עפעס. קולטור איז נישט אוועק צו מאכן.

moshav zekeinim » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:24 pm

· #309420
די שאלה איז אבער צו דער מאירי האט אזוי פארשטאנען פון די גמרא, אדער האט ער סתם אזוי געזיכט א תירץ אוועק צו מאכן א זאך אין וואס ער האט סייווי נישט געגלייבט. ליבי אומר לי אז די לעצטע איז אמת.

בן אדם » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:49 pm

· #309427
דאס הייסט אז די מאירי האט אונז געוואלט פארנארן???

אויב ער האט עס אריינגעטייטשט אין גמ' מיינט דאס אז לויט עם האבן די חכמים אויך אזוי געהאלטן.

moshav zekeinim » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 4:27 pm

· #309435
ניין, ער וויל ווייזן אז אויך חז"ל האבן געגעבן א פתח נישט צו גלייבן דערין, טראץ וואס זיי האבן לכאורה מערסטנס יא געדלייבט דערין.

ירא שמים » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 5:48 pm

· #309445
[ציטאט אראפגענומען]
זיי זענען געווען זייער ראציאנאל,אויב זיי האבן געזען די שדים און געוויסט די כוחות בודאות איז דאס אויך א חסרון אין זיין ראציאנאל?

ונבנתה העיר » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 6:50 pm

· #309454
הערליך שיין, שש, עז יוזשועל.
[ציטאט אראפגענומען]

אין די תשובות, יו"ד שמ"ו, שרייבט ער צום שווער "כי גברא קפדנא אנא".

בנוגע דעם איידעם, דער חת"ס האט איהם טאקע געהייסן צוגעבן דעם נאמען, ויש בזה סיפור.

moshav zekeinim » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 7:01 pm

· #309455
שש, דו ווילסט אריין לייגן אויך הוגה'ס רעיון אין סופער סטישעס? עס צוגלייכענדיג צום סגולה'שן מאמר חז"ל?

דער פאקט קען זיין די זעלבע, אבער די סיבות זענען דורכאויס אויבערגלויביג. אלס סגולה (טבע רוחני מכוחות העליונים) אדער דירעקטער עונש משמים (דין וחשבון).

אין ברכות דערציילט די גמרא אז ר' יהושע האט פאראויס געזאגט פארן קייסער אז ער וועט חלום'ען ווי ער פארלירט די מלחמה מיטן שונא, וכך היה חלומו. דער היסבר וויאזוי ער האט צוגעטראפן האט ר' יהושע אנגעגעבן "ווייל איינדרוקספולע זאכן וואס מען טראכט בייטאג חלום'ט מען ביינאכט".

וועט זיך וועלן זאגן אז מכאן ראיה אז עס זענען געווען תנאים וועלעכע האבן זיך גערעכנט מיט פסיכאלאגישע עפעקטן, און דערפון זאל מוכרח זיין אז אויך כל מה דקפיד איז פסיכאלאגיש, אבער ווארשיינליך איז אויך דער חלום נישט אפגעלערנט געווארן פסיכאלאגיש, נאר ענדעשער ווי א רוחניות'דיגער אפשפיגלונג פון די בייטאג מחשבות וואס שדים שפילן איבער, פונקט ווי די וויזואלע אפשפיגלונגען פון גלאנציגע אביעקטן (ווי דער שפיגל) און דער שאטן זענען ערקלערט געווארן אלס גייסטער וואס שפילן איבער דעם מענטש.

אין איין ווארט, דאס וואס עס איז היינט באטראכט אלס פסיכאלאגיע (דפוסי המוח) איז אמאל געווען, פונקט ווי אלע אנדערע אומערקלערבארע תופעות, א טייל פון די איבערנאטורליכע פונקציעס.

דערפאר איז יעדער געלערנטער מענטש אמאל, פון א אמגושי ביז א דאקטאר, געווען איינגעטינקען אין אויבערגלויבן, די גדרים צווישן גשמיות און רוחניות זענען נישט געווען קלאר חד וחלק און עס איז געווען אויסגעמישט שמים וארץ. מענטשן האבן געקענט ווערן מלאכים און מלאכים האבן געקענט ווערן מענטשן.

moshav zekeinim » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 11:37 pm

· #309473
נו שש, מיר ווארטן אז דו זאלסט ווייטער ממשיך זיין.

בן אדם » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 12:28 am

· #309476
ונבנתה העיר

אין די תשובות, יו"ד שמ"ו, שרייבט ער צום שווער "כי גברא קפדנא אנא".


לכאורה מיינט עס אז ער פאר זיך האט מקפיד געווען, אבער ער האט נישט געשטיצט אנדערע צו מקפיד זיין אויף די אלע עניינים. (און ס'איז אזוי ידוע פון פארשידענע צדיקים וואס פאר זיך האבן זיי מקפיד געווען משום סיבות שונות ומשונות, ובתוכם הגה"ק מסאטמאר זצ"ל).

מבקר » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 2:58 am

· #309488
[ציטאט אראפגענומען]

הגאון רבי חזקיה פייביל פלויט זצ"ל בספרו ליקוטי חבר בן חיים (ח"ג דף מ' ע"ב)
נהירנא, כי מרן החתם סופר זצוק"ל נשתדך עם בחור א' והיה שמו ג"כ משה, וקודם קשירת התנאים שלח אליו בנו הגאון מקראקא שיקרא לעצמו עוד שם אחר, וקרא עצמו על פי עצת גיסו משה טוביה

רימון » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 8:29 am

· #309492
[ציטאט אראפגענומען]

וואס איז די סתירה?

געוואלדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 11:16 am

· #309510
גראדע ידוע אז בעלזא'ער רב זי"ע האט זייער מקפיד געווען איוף די אלע זאכן און נאך אסאך מער, למשל ער האט קיינמאל נישט געמעגט בלייבן אליין אפילו פאר א סעקונדע, אלס האט געדארפט זיין אינדרויסן פון צימער א בחור המשמש, ער האט אמאל געזאגט אז ער דארף מער שמירה און פארדעם איז ער אזוי מקפיד.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 7:09 pm

· #309587


ונבנתה העיר » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 7:34 pm

· #309591
.
📎 55c9208c4d12d13ab2a85ce01ba351d5.jpg 📎 b47d090b29d76f4188689c6dd6b89882.jpg

moshav zekeinim » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 9:11 am

· #309653
ביי הראשנים אין די פארגעשריטענע לענדער (וואו עס האבן געוואוינט די ספרדים אדער כמו ספרדים) איז געווען שטארק איינגעפירט מפרש צו זיין יעדער אומראציאנאלער מאמר הכתוב אדער חז"ל אויפן אלעגירישן וועג. עס איז אבער פשוט אז דאס איז נישט געווען חז"ל'ס כוונה.

ווידער די ראשונים אין די צוריק געשטאנענע לענדער (וואו עס האבן בעיקר געוואוינט אשכנזים) זענען רובם ככולם געווען גאר גלייביג אין מיסטיק.

מיסטיק האט צוריק אנגעהויבן ווערן פאפולער ביי די ספרדים נאכן ערשיינונג פונעם זהר, און אין מיט א צוויי הונדערט יאר שפעטער איז פונעם ראציאנאלישן קלאסישן ספרדי געווארן דער פארוואגלטער ספרדי וואס טינקט זיך אין מיסטיק.

און יעצט זענען די אשכנזים געווען די וואס האבן אנגעהויבן צו זיין די אנטי מיסטיקער. אנגעהויבן האט זיך עס מיט טייל חכמי צפון איטאליע, און ממשיך געווען האט עס צו דייטשלאנד והגלילות.

moshav zekeinim » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 7:04 pm

· #309736
ירא שמים
[ציטאט אראפגענומען]
זיי זענען געווען זייער ראציאנאל,אויב זיי האבן געזען די שדים און געוויסט די כוחות בודאות איז דאס אויך א חסרון אין זיין ראציאנאל?

די שדים עקזיסטענס איז נישט געווען באזירט אויף א מופת חותך, עס איז געווען באזירט אויף טעאריעס. אמאל האט סיי וועלעכער אומפארשטענדליכער תופעה אנגעלייגט אויף כוחות שמימיים, און די חשמנים די וואס האבן געריטן אויפן פאלק האבן טאקע זיכער געמאכט אז עס זאל בלייבן אומפארשטענדליך, און נאך צוגעגעבן סיפורי חלומות און התגלות כדי צו האלטן דעם עולם אין קאנטראל... (טייל האבן עס נעבעך געמיינט ערנסט).

ירא שמים » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 7:06 pm

· #309737
מי הגיד לך אז שדים איז נישט געווען באזירט אויף קיין מופת חותך? קוק אין די מעשיות אין קב הישר וועסטו זעען.
אויף די אנדערע דברי דופי אויף גדולי ישראל וועל איך נישט מגיב זיין, סגוט זאלסט לערנען די משנה אין אבות ״ועל שלא שמע אומר לא שמעתי״ אז דו האסט נישט געזען מיינט נישט אז סאיז נישטא.

moshav zekeinim » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 7:35 pm

· #309738
א מופת חותך מיינט ביי מיר א זאך וואס "יעדער" זעהט, נישט קיין יחידים. דו קענסט זאגן איין זאך, אז יעדער זעהט אדער זעהט נישט, דאס וואס די גרויסע מיילער זענען מחליט יא צו זעהן אדער נישט צו זעהן. בכלל איז די שאלה וואס עס מיינט "עכט", עס איז א גרויסער פילאזאפישער פראגע, אבער בקיצור קען מען זאגן דער פשוט'ער מאמר "אין לו לדיין אלא מה שעיניו רואות.

ירא שמים » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 8:03 pm

· #309740
אין הספר תחת ידי.

ירא שמים » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 8:15 pm

· #309743
[ציטאט אראפגענומען]
על פי רוב?! איך מיין אמאל יא און אמאל נישט, און איך האלט נישט אז ווען איך דערמאן עפעס וואס איך האב אמאל געליינט אדער געהערט בין איך מחויב ארויסצונעמען די ספר און איבערגיין מיט ״סוביעקטיווע קריטיק״.

ירא שמים » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 8:16 pm

· #309745
גראדעמאכעלע, וועלכע ספר איז דאס?

ירא שמים » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 8:31 pm

· #309749
moshav zekeinim
א מופת חותך מיינט ביי מיר א זאך וואס "יעדער" זעהט, נישט קיין יחידים. דו קענסט זאגן איין זאך, אז יעדער זעהט אדער זעהט נישט, דאס וואס די גרויסע מיילער זענען מחליט יא צו זעהן אדער נישט צו זעהן. בכלל איז די שאלה וואס עס מיינט "עכט", עס איז א גרויסער פילאזאפישער פראגע, אבער בקיצור קען מען זאגן דער פשוט'ער מאמר "אין לו לדיין אלא מה שעיניו רואות.

דו האסט געזען די dna? יעדער זעט עס? אויב בוסטו נישט קיין סייענטיסט האסטו טראסט אין די סייענטיסטן און דו גלייבסט אהן זעען, איז איך האב טראסט אין חז״ל און אז זיי זאגן מיר זיי האבן עס געזען גלייב איך זיי, און פאר מיר איז דאס א מופת חותך.

moshav zekeinim » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 8:43 pm

· #309751
מעגסט האבן טראסט אין חז"ל, אבער קיין ראציאנאלער טראסט איז דאס נישט. עס איז אמונה אן קיין באזיס, און אן קיין געלעגנהייט עס אפצופרעגן. מה שאין כן די טראסט אין סייענטיסטן איז באזירט ראציאנאל, דער עיקר ראציאנאליזם איז אז טאמער מאכט עפעס נישט קיין סענס קען איך עס אפפרעגן.

ירא שמים » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 8:53 pm

· #309754
בכל אופן מיינע ווערטער זענען געווען געצילט צו ראובן וואס האט געפרעגט צו איך האלט חז״ל זענען נישט געווען ראציאנאל, אויף די טענה איז מיין ענטפער א גוטע ענטפער, און נישט צו מושב זקינים וואס גלייבט נישט אין חז״ל.

moshav zekeinim » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 9:09 pm

· #309760
מיר גלייבן היינט אין ראדיא אקטיוו כאטש מיר זעהן עס נישט, און כהנה וכהנה נאך הונדעטער זאכן, אבער טאמער וועט מיט די צייט נתגלה ווערן אז לא דובים ולא יער, מיט שטערקערע ראיות המתקבל על הדעת, וועט א ראציאנאליסט אננעמען די נייע שיטה און נישט בלייבן שטעקן מיט די אלטע אן קיין ראיות ברורות אז די אלטע טעאריע פון ראדיא אקטיוו איז אמת.

דאס וואס מענטשן האבן עקספיריענסט שדים ממש איז שוין גאנץ שטארק אויפגעוויזן געווארן אז דאס זענען אילוזיעס פון מענטשן. איך שליס אבער נישט אויס די סברא אז אונזער חומרות'דיגער בליק לאזט אונז פשוט נישט באמערקן קיין דקות'דיגע אביעקטן.

moshav zekeinim » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 9:14 pm

· #309761
➡️ איינמאל מען גלייבט אין שדים, ווערט יעדער מיסטעריעזע זאך פארוואנדלט אין א שד. היינט, סיי וואס דו זאלסט נאר זעהן האט א היסבר טבעי, אמאל אבער איז א פרעמדער אומאידענטיפיצירטער זאך באטראכט געווארן ווי א שד

בן אדם » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 9:54 pm

· #309763
תורת הקבלה בענין זה
ווי ס'זעט אויס האבן די מקובלים אנגעננומען ערענסט די ענינים פון שדים רוחות מזיקים וכו'. מיין שאלה איז נאר אז היות די זאכן זענען דאך געבויט אוף זוהר הק', איז קען מען דאך זאגן די זעלבע זאך וואס מ'וויל פארענטפערן די גמרות, אז ס'מיינט נאר ע"פ משל אדער אין חלום אדער סתם העכערע זאכן, היות זוהר הק' (מיט די הנחה) איז פונקט אזוי מאמארי חז"ל. און ממילא קען זיין אז די התיחסות פון קבלה אין דעם איז בכלל נישט אנדערש, ווייל זיי זענען נאר געבויט אויף דעם.

איך זאג נאר א סברא בעלמא, ויש עוד לעיין בזה.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 1:48 am

· #309785
moshav zekeinim
מעגסט האבן טראסט אין חז"ל, אבער קיין ראציאנאלער טראסט איז דאס נישט. עס איז אמונה אן קיין באזיס, און אן קיין געלעגנהייט עס אפצופרעגן. מה שאין כן די טראסט אין סייענטיסטן איז באזירט ראציאנאל, דער עיקר ראציאנאליזם איז אז טאמער מאכט עפעס נישט קיין סענס קען איך עס אפפרעגן.

מושב זקנים: און אז די אמאליגע סייענטיסטן האבן געהאלטן א די וועלט איז פלאך, האסטו געגלייבט. אבער שפעטער ווען אנדערע סייענטיסטן האבן זיי אפגעפרעגט און אויפגעוויזן אז די ערשטע האבן נישט געוואוסט וואס זיי רעדן, האסטו אויך געגלייבט...?!
און ווען גאלילעא האט אויפגעוויזן אז די וועלט דרייט זיך ארום די זון און די ערשטע סיינעטיסטן וועלכע האבן געהאלטן אז די זון דרייט זיך ארום די וועלט האבן נישט געוואוסט וואס זיי רעדן, פאר וועם האסטו געגלייבט...?
משא"כ, להב' די חכמי ישראל האבן עס געלאזט בצריך עיון, אין די ימי התלמוד. כמבואר במס' פסחים...!
ביי מיר זענען נאכאלץ די חז"ל מער באגלייבט ווי די אזוי-גערופענע סייענטיסטן מיט זייערע טעאריעס פון עוואלוציע און אנדערע שטותים וועלכע טוישן זיך פון צייט צו צייט...!

moshav zekeinim » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 8:33 am

· #309808
דוקא דער פאקט אז זייערע טעאריעס טוישן זיך פון צייט צו צייט מאכט זיי מער באגלייבט. דאס ווייזט אז זיי קענען מודה זעין צו טעותים און זיכן פארשריט.

נישט די חז"ל זענען די שקרנים, זיי האבן באמת געמיינט אז שדים עקזיסטירט,
מיר היינטיגע צייטן, וואס פארשטייען דער גורם פון די פארצייטישע שדים גלויבן און פינדעסטוועגן ווילן מיר נישט ארויס קריכן פון די שדים טעאריע, זענען שקרנים.

איך האב טראסט אין חז"ל אז ווען זיי לעבן ווען היינט וואלטן רובם נישט גורס געווען קיין שום מיסטיק. בימים ההם איז כמעט געווען אוממעגליך נישט צוגלייבן אין שדים, אזוי ווי עס איז היינט אוממעגליך נישט צו גלייבן אין מיקראבן (דזשערמס) וועלעכע פארשפרייטן מחלות.

אויבערלענדער חכם » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 10:35 am

· #309831
שיטת הרמב"ם בענינים על טבעיים
ייש"כ ר' @אנאנים פאר ארויף בענגען אזא שיינע נושא און עס אזוי שיין אראפלייגען.

איך האב נישט קיין סאך וואס צולייגען חוץ א מראה מקום צו ר' מלך שפירא'ס (Marc Shapiro) בוך - Studies in Maimonides and His Interpreters במאמר "Maimonidean Halakhah and Superstition" וואו ער איז מלקט גאר א סאך הלכות אין רמב"ם וואס דער רמב"ם בייט דער דין צוליב דעם וואס עס איז געווען געבויט אויף אן ענין "על טבעי".

כדאי צו דערמאנען איין הלכה וואס די אחרונים רעדען שוין דערוועגען, און דאס איז נטילת ידיים של שחרית (נעגל וואסער). דער רמב"ם ברענגט נאר דער דין פון נטילה פאר תפילה ווייל די ענין פון רוח רע עקזעסטירט נישט לויט דער רמב"ם. אין דער רמב"ם'ס שטוב זענען די carpets געבליבען טרוקען יעדער אינדערפרי, און די מאמע'ס האבען זיך קיינמאל נישט געבייזערט אז מען האט נישט אויסגעגאסען די נעגל וואסער.

ר' שש האט שוין מציין געווען צום גר"א, אבער עס איז כדאי מעתיק צו זיין דער לשון:
הבאים אחר [הרמב"ם] חלקו עליו שהרי הרבה לחשים נאמרו בגמרא והוא נמשך אחר הפלוסופיא ולכן כתב שכשפים ושמות ולחשים ושדים וקמיעות הכל הוא שקר, אבל כבר הכו אותן על קדקדו שהרי מציניו הרבה מעשיות בגמרא ע"פ שמות וכשפים אמרה איהי מלתא ואסרתא לארבא אמרו כו' וכו' (שבת פא, ב) והפלסופיא הטתו ברוב לקחה לפרש הגמרא הכל בדרך הלציי ולעקור אותן מפשטן וח"ו איני מאמין בהם ולא מהם ולא מהמונים אלא כל הדברים הם כפשטן אלא שיש בהם פנימיות ולא פנימיות של בעלי הפלוספופיא שהם חצוניות אלא של בעלי האמת. (ביאור הגר"א יו"ד סימן קעט אות יג)

באותו ענין איז ראוי מעתיק צו זיין די לשון המלבי"ם:
ולכשתבדוק בספר היד להרמב"ם תראה שבכל ספרו לא הזכיר אף גם דבר מכל אזהרות הסגוליות המוזכרים בש"ס מפני שלדעתו נשתנו הטבעיים לפי טבע המדינות והאקלימים והמזגים והזמנים המשתנים ..... ולהוסיף אומץ בוא נא אתי ואראך פרק שלם בדברי הרמב"ם שדבר שם בהנגת הבריאות, ורובו ככולו סותר לדברי הש"ס כי מ"ש ......... מכל זה עין רואה ואזן מילין תבחן שבדרכי הרפואה והסגולה לא חש לדברי התלמוד ולבו הלך בדברך רפואות טבעיות לפי טבע זמנו ומקומו. (ארצות החיים ארץ יהודה סימן ד סעיף קטן ד)

וזה מה שכתבתי בענין זה במקום אחר [ואין עתותי בידי לתרגמו לאידיש]:

איתא בגמרא (קידושין נט, א) "לא מזבנינא לה דארעא קמייתא היא ולא מסמנא מילתא". רש"י (ד"ה ולא מסמנא מילתא) פי' "אינה סימן טוב שימכור אדם מקחו הראשון". והנה, מגירסת הש"ס שלפנינו נראה שאין כאן דין שאסור למכור, אלא דלא רצה לעשות כן כיון דלא מסמנא מילתא.

אמנם גירסת רב האי גאון בספרו המקח והממכר (סוף שער לח), הרי"ף (כד, א מדפיו) והרא"ש (סימן ב) "דאמר מר, המוכר נכסיו הראשונים, אינו רואה סימן ברכה לעולם". ולפי זה משמע דהוא מימרא דאמוראי שאין ראוי לעשות כן. וכ"ה הגירסא במאירי כאן וכ"ה בים של שלמה (סימן ב) [ותמהני על מהדורות החדשות של הש"ס שקיבצו כל גירסאות שונות שבדברי האחרונים ולא העירו על שינוי נוסח זה שבדברי הראשונים, ובפרט בנידון דידן שמרן החיד"א בפתח עינים הביא בשם רבינו בצלאל שהגיה כן בגוף הש"ס]. ויל"ע לפי זה למה השמיט הרמב"ם דין ד"המוכר נכסיו הראשונים אינו רואה סימן ברכה לעולם". ולא מסתבר לומר שהיה לו הגירסא שלפנינו, שהרי בדרך כלל היתה גירסתו כגירסת הרי"ף.

אך, האמת יורה דרכו שהרמב"ם השמיטו משום שאין דרכו להביא דינים התלויים בסימן, כיון שלדעתו דבר זה "דלא מסמנא מילתא" יש בו משום איסור ניחוש [עיין במשנה תורה (פרק יא מהלכות ע"ז הלכות ד-ה) וע"ע בעינים למשפט כאן וצ"ע.]

ואפילו אם נאמר שניחוש הזה הוא ממין שהתיר הרמב"ם בהלכה ה', מ"מ היות שהרמב"ם סבר שאין ממש בסימן זה, לכן השמיטו. וראיה לזה, שהרי כתב במורה נבוכים (חלק ג פרק לז) וז"ל, כי רבות מאמינים ההמון בדברים מקריים שהם גורמים עצמיים כפי שתמצא רוב בני אדם אומרים כי מאז שגר בבית הזה וכו' נתעשר ורב רכושו וכו', עכ"ל. הרי ברור מללו שלדעתו אין זה גורם עצמיי, רק טעות של המון.

ויש להביא ראיה לזה מנוסח אחד מהגאונים "דהוא ארעא קמייתא ומנחישנא לזבונה" [הובא בספר קהלת שלמה (סימן נא) לר' שלמה אהרן ווערטהיימר שבו נקהלו ונאספו שאלות ותשובות הגאונים הקדמונים], הרי שהוא ענין של ניחוש.

ויש לעורר לפי זה על שיטת הרי"ף והרא"ש. דאיתא בבבא מציעא (כז, ב) "כיס וארנקי לא משאלי אינשי משום דמסמני", ו"מסמני" פירש"י (שם ד"ה דמסמני) "מנחשי", וכן היא הגירסא ביבמות (קכ, ב), כיס וארנקי "מנחשי" אינשי ולא מושלי. הרי מבואר כנ"ל, ש"מסמני" הוא ענין של ניחוש. והקשו בתוספות (שם ד"ה כיס וארנקי) מדכתיב "לא תנחשו" ותירצו "כל דבר שיש בו משום רפואה אין בו משום דרכי אמורי", עכ"ל. וכבר נתקשו האחרונים בהבנת דבריהם דמה ענין רפואה לכאן. ועיין בהגהות הרש"ש שם על אתר מש"כ בזה.

ברם, בהגהות מהר"ץ חיות (שם) כתב לבאר דבריהם בטוטו"ד ע"פ דברי הרמב"ם בספר המורה (חלק ג סימן לז), שההיתר של רפואה כולל "כל דבר שהוציא אותו הנסיון [ולפיכך] אין בו משום דרכי אמורי". ולפי זה א"ש כוונת התוספות, שהיות שדבר זה של שאלת כיס, היה בדוק ומנוסה אצלם להרע מזלם, לכן אינו בכלל דרכי אמורי.

אולם הרמב"ם עצמו השמיט גם הדין שהובא בבא מציעא שם. ונראה לומר בשיטתו ע"פ מש"כ בספר המורה (שם), שהתורה אסרה כל מה שאין העיון הטבעי מחייבו וכו', והם שקוראים אותם ז"ל "דרכי אמורי" וכו', לפי שהם "דברים שאין הגיון טבעי מחייבם". והקשה ע"ז הרמב"ם, מהא דאמרו חז"ל, שכל דבר שהוא משום רפואה מותר. ותירץ וז"ל, "ואל יקשה עליך אותן שהתירום, כגון מסמר הצלוב ושן השועל, כי אלה באותן הזמנים חשבו בהן שהוכיחם הנסיון, ולכן נעשו משום רפואה וכו', שכל דבר שנתאמת נסיונו כגון אלו, ואף על פי שאין ההגיון מחייבו, מותר לעשותו, והרי הוא משום רפואה, והרי הוא ככל המרפים את המעים. והבן אתה המעיין את המופלאות הללו שבדברי, והשמר בהן, כי לוית חן הם לראשך וענקים לגרגרתיך", עכ"ל.

והמעיין היטב יראה שהרמב"ם דקדק בלשונו לומר "כי אלה באותן הזמנים חשבו בהן שהוכיחם הנסיון", ורמז בזה שבזמנינו אלה אין הנסיון מורה כן, וממילא הו"ל מעשה אמורי כיון "שאין העיון הטבעי מחייבו" וגם אי אפשר להוכיחם כהיום מהנסיון.

ומיושבת בזה תמיהת הגאון ר"י פיק ברלין (בבא מציעא שם) למה לא הזכיר הרמב"ם דין זה התלוי בהא ד"כיס וארנקי לא משאלי אינשי", שהרי עכשיו שאין הנסיון מורה כן, שוב הו"ל מעשה אמורי כקושיית התוספות, ושוב הדר דינא שאין לחלק בין כיס וארנקי לשאר דברים. ועיין בשו"ת גליא מסכת (אה"ע סימן י אות ו) בשם שו"ת הב"ח (סימן פח), דאולי בזמן התלמוד היה נוהגין הכל שלא להשאיל, משא"כ האידנא, ע"ש שכתב ליישב בזה השמטת הפוסקים לההיא דבבא מציעא דכיס וארנקי לא משאלי אינשי.

אויבערלענדער חכם » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 10:45 am

· #309835
עוד בענין הנ"ל
בענין הנ"ל עיין בקאווע שטיבל ותמצאו אז עס איז פארהאן א שמועס צו דער רמב"ם האט געגלייבט אין די נס פון די פך שמן כפשוטו אזוי ווי עס איז דערמאנט אין די גמרא. חז"ס [חיים זליג סלונימסקי] אין הצפירה האט א מאל מדייק געווען אין דער רמב"ם אז ער לאזט אויס די ווערטער "ונעשו בהם נס" ווען ער דערמאנט די נס חנוכה.

עוד בענין הנ"ל, איז כדאי צו דערמאנען אז אין לעצטער וואך'ס פרשה שטייט "ויאמר אליו לבן אם נא מצאתי חן בעיניך "נחשתי" ויברכני ה' בגללך". שרייבט החסיד רבינו אברהם בן הרמב"ם וז"ל, והסיבה שאני [לבן] אוחז בך [ביעקב] אינה ללא תועלת אלא לפי שהשגתי טוב על ידי ישיבתך אצלי ואמר 'נחשתי' לפי 'שיטתו' באמונת הנחוש, עכ"ל. דאס מיינט אז א ברכה בזכות דער צדיק איז אויך א ניחוש לויט רבינו אברהם וואס לבן גלייבט אין דעם אבער נישט אונז בני יעקב!

אויבערלענדער חכם » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 10:48 am

· #309836
רמב"ם בתור רופא
אין דער אשכול האט ר' @אנאנים מרחיב געווען הדיבור וואו דער רמב"ם אלץ "פילוספוף" איז ככל הנראה חולק אויף די חכמי הש"ס וואס האבען געגלייבט אין דברים על טבעיים (superstitions). איך שלאג פאר אז מען זאל אנהייבען אן אשכול איבער די דינים וואס דער רמב"ם פסקנ'ט אנדרעש ווי אנדערע צוליב זיין שיטות אין עניני רפואה. עס איז דא א סאך זאכען וואס דער רמב"ם זאגט ע"פ השפעה פון זיין חכמת הרפואה [מימי הביניים].

לדוגמא בעלמא:
די גמרא זאגט אז מען זאל פוקד זיין די פרוי בשעת יציאה לדרך און דער רמב"ם זאגט אז עס איז א סכנה. קוק אין מגן אברהם סימן ר"מ, אז דער רמב"ם רעדט מבחינת רפואה און די גמרא רעדט מצד הדין. וכהנה רבות ואניח מקום לאחרים להתגדר בו מאפס הפנאי.

יעקב מענטש » דינסטאג יאנואר 5, 2016 4:40 pm

· #316165
פשיהא, ממש תורה לשמה,

פונקט היינט געלערנט די גמ' אין עירובין אז פון שמואל'ס דיבורים איז נתברר געווארן אז מ'האט מוחל געווען שאול המלך (עמי במחיצתי), וואס שרייבט רב שמואל בר חפני גאון אויף דעם ? וויאזוי קוועטשט ער דארט אריין ראציאנאליזם ?


איך ווייס נישט צו ס'קומט דירעקט אריין אין די שמועס, וואס טוט מען מיט די אלע בעל שמסקע מעשיות, נישט די וואס מנחם מנדל פלעגט איבערדרוקן מיט אנדערע שטעט, נעמען, און א טייטל פון אן אנדערן צדיק אויפן דעקל. איך רעד פון מופתים (קענסט עס רופן אפענע סייעתא דשמיא אויב ס'איז דיר באקוועמער) וואס אידן האבן נאך מיטגעהאלטן בדרא בתראה ביי אזעלכע אידן ווי דער ריבניצער (וואס האט אמאל מחיה מתים געווען א קינד בעדותו של ר' מענדל פוטרעפאס ז"ל) ודומיהם.

ס'איז נישט קיין לעגענדעס, מ'רעדט פון אידן וואס לעבן היינט.

איך מיין נישט צו ציען קיין מסקנות, נאר להערה בעלמא, ווי אזוי רב שמואל בר חפני'ס מהלך וואלט געארבעט אויף אזא פאל.

בן אדם » דינסטאג יאנואר 5, 2016 5:24 pm

· #316185
ווייל די אלע בעלי מופתים האבן אנגענומען ווי די רמב"ן אז ס'עקזיסטירט יא העכערע כוחות וד"ל. אבער ס'האט נאר מיט העכערע מענטשן. פשוט'ער אידן דארפ'ן נישט האבן קיין שייכות מיט דעם.

יעקב מענטש » מיטוואך יאנואר 6, 2016 3:28 pm

· #316323
בן אדם
ווייל די אלע בעלי מופתים האבן אנגענומען ווי די רמב"ן אז ס'עקזיסטירט יא העכערע כוחות וד"ל. אבער ס'האט נאר מיט העכערע מענטשן. פשוט'ער אידן דארפ'ן נישט האבן קיין שייכות מיט דעם.

זיי מסביר,

דאס אז ביים ריבניצער און אנדערע צדיקים האבן זיך געוואלגערט מופתים אונטערן טיש איז א פאקט, ס'איז נישט תלוי צו די האלטסט ווי די ראשונים אדער די אנדערע, איז מיין קושיא, איז דאס נישט קיין קלארע ראיה קעגן די ראשונים וואס האבן געהאלטן אז אזעלכע זאכן עקזעסטירן נישט ?

אגב האב איך פונקט נעכטן געהערט, אז דער בעל סמיכת חכמים ז"ל (געווען די יארצייט נעכטן) האט מתיר געווען אן עגונה אויפן סמך פון א בת קול אז דער מאן איז געשטארבן, ווייל אין משגיחין בבת קול איז נאר לגבי הלכה, אז א בת קול קען נישט איינטיילן וויאזוי מ'זאל פסקנ'ן, אבער צו פארציילן א מעשה איז א בת קול יא גוט, לויט די ראשונים קען זיין אז אירע אייניקלעך זענען ממזרים...

שמערל » מיטוואך יאנואר 6, 2016 3:52 pm

· #316324
איי ווי גוט דו זאגסט, א שאד דער רמב"ם האט זיך נישט געדרייט ביים ריבניצער.
טאקע א שאד.
בלאט: 1 2