☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

154 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17123
בלאט: 1 2 3 4

פוילישע פעפער » דאנערשטאג יוני 27, 2024 12:28 pm

· #566502
א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
די נייעס קומט אריין היינט אז א וויזניצער אינגערמאן פון רמה ד' אין בית שמש איז ארעסטירט געווארן פאר א חשד אז ער איז פארמישט און א גרופע וואס שפיאנירען פאר איראן
די משפחה לייקענט שטיין און ביין אז סאיז א טעות אדער האט איינער אונטערגשטעלט א עלילה, אבער די פאלעציי האט ארויף געלייגט א צו איסור פרסום אויף די מעשה ממילא איז נישט דא קיין צופיל דעטאלען

אסטראלאג » דאנערשטאג יוני 27, 2024 12:39 pm

· #566504
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
ער איז ברוטאל צושלאגן געווארן דורך די ציונים ימ״ש ווערענדיג ארויסגעשלעפט פון זיין היים אינמיטן נאכט.

כלל ישראל רופט אויס: מלחמה לשם בעמלק!
אויב דאס איז אמת אז ער האט געארבעט אלס שפאיאן, איז דאך דער פאסיגער צייט אז כלל ישראל זאל ארויסקומען מיטן אמת׳ן געשריי מיר אלע שפיאנירן קעגן די ציוניסטישע עמלקים! לאמיר אוואדע ארבעטען צוזאמען אז די גאנצע ציוניסטישע מדינה זאל אוועקפליען ווי א זייפן בלאז-אמן.

היימלינד » דאנערשטאג יוני 27, 2024 12:43 pm

· #566507
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
אסטראלאג #
ער איז ברוטאל צושלאגן געווארן דורך די ציונים ימ״ש ווערענדיג ארויסגעשלעפט פון זיין היים אינמיטן נאכט.

כלל ישראל רופט אויס: מלחמה לשם בעמלק!
אויב דאס איז אמת אז ער האט געארבעט אלס שפאיאן, איז דאך דער פאסיגער צייט אז כלל ישראל זאל ארויסקומען מיטן אמת׳ן געשריי מיר אלע שפיאנירן קעגן די ציוניסטישע עמלקים! לאמיר אוואדע ארבעטען צוזאמען אז די גאנצע ציוניסטישע מדינה זאל אוועקפליען ווי א זייפן בלאז-אמן.
ווי איז די דיסלייק קנעפעל

פוילישע פעפער » דאנערשטאג יוני 27, 2024 1:31 pm

· #566511
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
אסטראלאג #
ער איז ברוטאל צושלאגן געווארן דורך די ציונים ימ״ש ווערענדיג ארויסגעשלעפט פון זיין היים אינמיטן נאכט.

כלל ישראל רופט אויס: מלחמה לשם בעמלק!
אויב דאס איז אמת אז ער האט געארבעט אלס שפאיאן, איז דאך דער פאסיגער צייט אז כלל ישראל זאל ארויסקומען מיטן אמת׳ן געשריי מיר אלע שפיאנירן קעגן די ציוניסטישע עמלקים! לאמיר אוואדע ארבעטען צוזאמען אז די גאנצע ציוניסטישע מדינה זאל אוועקפליען ווי א זייפן בלאז-אמן.
ביסט פון קאפ געפאלען?
איז ביי עני טשענס דיין עכטע נאמען ישראל דוד ווייס?
איינער וואס שפיאנירט פאר איראן וואס זיי ווילען הרגנען יעדע איד (דיך אויך) דארפ זיצען אין תפיסה און נישט קיין חילוק צו ער האט עס געטון אנצוקלאפען ארץ ישראל צו יעדע אנדערע מדינה

התם ומתמם עם תמימים » דאנערשטאג יוני 27, 2024 1:33 pm

· #566513
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
דו גלייבסט בכלל אזא זאך? איך גלייב נישט דער גאנצע מעשה.... עס איז זייער מאדנע...

ראדני » דאנערשטאג יוני 27, 2024 1:36 pm

· #566514
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
כבר היה לעולמים אז א איד האט שפיאנירט פאר די אראבער, ווי זאגט די בלאט, מכם ובכם.

אסטראלאג » דאנערשטאג יוני 27, 2024 1:42 pm

· #566517
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
פוילישע פעפער #
ביסט פון קאפ געפאלען?
איז ביי עני טשענס דיין עכטע נאמען ישראל דוד ווייס?
איינער וואס שפיאנירט פאר איראן וואס זיי ווילען הרגנען יעדע איד (דיך אויך) דארפ זיצען אין תפיסה און נישט קיין חילוק צו ער האט עס געטון אנצוקלאפען ארץ ישראל צו יעדע אנדערע מדינה

אויב איראן וויל הארגענען יעדע איד, פארוואס האבן זיי נאכנישט אויסגעשאכטן די 40 טויזענט אידישע משפחות וואס לעבן זיך א חיים שלום אין הויפט שטאט אין טעהראן, צווישן זיי אייגענטומער פון געשעפטן און ביזנעסער?

מיר זענען פארפליכטעט מחזק צו זיין איראן 🇮🇷 זיי אונטערשטיצן אז זיי זאלן ווייטער קענען לוחם זיין מיט ישוב הדת קעגן די עמלק הציוני און אזוי אראפנעמען דעם חרון אף.

דער איד האט זיך זיכער איינגעקויפט גרויסע זכותים

סמרה » דאנערשטאג יוני 27, 2024 2:12 pm

· #566523
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
איינער ווייסט אפשר א נאמען?
(כ'האב פשוט משפחה דארט, און וויזניצער אויך)

[NAMELESS] » דאנערשטאג יוני 27, 2024 2:13 pm

· #566524
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
במחילת כבוד אסטראלאג איז דאס שרייבעכץ איבערגעטריבען....

צפת » דאנערשטאג יוני 27, 2024 3:29 pm

· #566534
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
וועלכע ויז'ניץ?

יאסל ראקאווער » דאנערשטאג יוני 27, 2024 3:40 pm

· #566537
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
אסטראלאג מעג זיך לערנען פון סאטמאר רב ז"ל
📎 Screenshot_20240627_154001_WhatsApp.jpg

היימלינד » דאנערשטאג יוני 27, 2024 3:45 pm

· #566538
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
אסטראלאג #
ישוב הדת
בעל עגלה & אסטראלאג אלערט

ישוב הדעת
אם אין דעת הבדלה מנין

Yesh » דאנערשטאג יוני 27, 2024 4:01 pm

· #566541
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
די רבי האט נישט געוואלט זיך צאמשטעלן מיט די אראבער ווייל ער האט געהאט א אנדערע פראבלעם ווי די אראבער, זיין פראבלעם איז געווען אז די מדנה בעצם איז קעגען די תורה, און דאס אז מטשעפעט די אראבער איז נאך א פראבלעם

בן ישי » דאנערשטאג יוני 27, 2024 5:14 pm

· #566554
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
אסטראלאג #
ער איז צירוק? 😥

אסטראלאג » דאנערשטאג יוני 27, 2024 5:33 pm

· #566557
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
Yesh #
די רבי האט נישט געוואלט זיך צאמשטעלן מיט די אראבער ווייל ער האט געהאט א אנדערע פראבלעם ווי די אראבער, זיין פראבלעם איז געווען אז די מדנה בעצם איז קעגען די תורה, און דאס אז מטשעפעט די אראבער איז נאך א פראבלעם
אזאנע שטוסים צו שרייבן.
פארוואס האט די רבי זי״ע א גאנץ לעבן געשטיצט נטורי קרתא?!
די רבי זי״ע האט דאך געגרונדעט נטורי קרתא בארה״ב. און ערמוטיגט די אלע פראטעסטן!

כ׳פארשטיי נישט וויאזוי מען קען נאך לייקענען ווען די אלע פאלשע אויסריידן זענען שוין קלאהר איבעגעוויזן געווארן וואס דעת רביה״ק זי״ע איז באמת געווען.

שפילער » דאנערשטאג יוני 27, 2024 5:41 pm

· #566560
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
שטותים*

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 27, 2024 5:44 pm

· #566561
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
אסטראלאג #
ער איז ברוטאל צושלאגן געווארן דורך די ציונים ימ״ש ווערענדיג ארויסגעשלעפט פון זיין היים אינמיטן נאכט.

כלל ישראל רופט אויס: מלחמה לשם בעמלק!
אויב דאס איז אמת אז ער האט געארבעט אלס שפאיאן, איז דאך דער פאסיגער צייט אז כלל ישראל זאל ארויסקומען מיטן אמת׳ן געשריי מיר אלע שפיאנירן קעגן די ציוניסטישע עמלקים! לאמיר אוואדע ארבעטען צוזאמען אז די גאנצע ציוניסטישע מדינה זאל אוועקפליען ווי א זייפן בלאז-אמן.
נאר דו זאלסט מאכן זיכער אז די ציונים די עמלקים זאללן דיך נישט ארויסשלעפן פון בעט (אדער פון מקוה) אויפ'ן וועג צו די מחאה.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 27, 2024 5:48 pm

· #566563
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
בן ישי #
אסטראלאג #
ער איז צירוק? 😥
ס'איז געווען א ביסל לאנגווייליג (באורינג) אן איהם.

איך פאסמאקעווע מיך מיט זיינע וואנזיניגע שטותים.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 27, 2024 5:56 pm

· #566566
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
אסטראלאג #
Yesh #
די רבי האט נישט געוואלט זיך צאמשטעלן מיט די אראבער ווייל ער האט געהאט א אנדערע פראבלעם ווי די אראבער, זיין פראבלעם איז געווען אז די מדנה בעצם איז קעגען די תורה, און דאס אז מטשעפעט די אראבער איז נאך א פראבלעם
אזאנע שטוסים צו שרייבן.
פארוואס האט די רבי זי״ע א גאנץ לעבן געשטיצט נטורי קרתא?!
די רבי זי״ע האט דאך געגרונדעט נטורי קרתא בארה״ב. און ערמוטיגט די אלע פראטעסטן!

כ׳פארשטיי נישט וויאזוי מען קען נאך לייקענען ווען די אלע פאלשע אויסריידן זענען שוין קלאהר איבעגעוויזן געווארן וואס דעת רביה״ק זי״ע איז באמת געווען.
דו געשוואלענער עיי"ן ה"א: די רבי זי"ע האט געהאט א פראבלעם מיט די מדינה וואס איז לשיטתו נגד התורה. ער האט אבער ווייטער געהאלטן אז די אראבער זענען אן אומה שפילה פון רוצחים. וואס זיי טענה'ן האט ער בכלל נישט גענומען אין באטראכט. עטץ (בהמות) זענטץ פונקט פארקערט. עטץ נעמטץ בכלל נישט אריין דעם איסור פון אויפשטעללן א מדינה פאר ביאת המשיח (לפי שיטת האוסרים) ענקער איינציגע דאגה איז אז מ'האט בארויבט די נעבעכ'דיגע פאלעסטינער רוצחים.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 27, 2024 5:59 pm

· #566568
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
Yesh #
די רבי האט נישט געוואלט זיך צאמשטעלן מיט די אראבער ווייל ער האט געהאט א אנדערע פראבלעם ווי די אראבער, זיין פראבלעם איז געווען אז די מדנה בעצם איז קעגען די תורה, און דאס אז מטשעפעט די אראבער איז נאך א פראבלעם
אבער די אזוי גערופענע רעכטן פון די אראבערס האט איהם בכלל נישט אינטרעסירט.

ראה מה שכתבתי לעיל בעניין זה...!

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 27, 2024 6:25 pm

· #566573
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
לאמיר זיך האלטן צו די מעשה.
השקפה זאל גיין ערגעץ אנדערש...

קלוגע יודל » דאנערשטאג יוני 27, 2024 6:25 pm

· #566574
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
זיי זאגן אז ער איז געוועהן א שרייבער און די בחצר הקודש פון ויזניץ
דא האט איר די גליון פון זיין שרייבעריי📎 WhatsApp Image 2024-06-27 at 07.32.26_63ae53c4.jpg

עמרם » דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:03 pm

· #566601
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נישט צו פארדרייען די שמועס האב איך עס געלייגט אין ספוילר כדאי צו ברענגען לשון קדשו פון די סאטמאר רב ז''ל, ביי של''ס פר' נשא תשכ''ז ווי ס'איז געדריקט אין קונ' לשון קדשו

ס'זעהט אויס פון זיינע ווערטער, אז ער האט אויך געהאלטן די אראבער פאר רוצחים,
און ס'זעהט נישט אויס ווי ער פארשטייט אז מ'דארף שפיאנירן פאר זיי
וגם מה שאמר בנוגע הנ''ק
📎 CP20_20240627-195819~2.png

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:04 pm

· #566603
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
וואסי פשט אז דער "גליון בחצר הקודש" איז געשריבן אויף אראביש?

ער וואלט שוין פאר דעם געלט געקענט זיין א שרייבער פאר דעם איאטאללאה חמינאי. אדער מלקט זיין די דברי טוירעה פון דעם פארפייגער'טן פרעזידענט ראיסי ימח שמו וזיכרו.

)
דאס קען איך אויך:...(אמעריקע איז דער גרויסער שטן. מדינת ישראל איז דער קליינער שטן. אונז וועללן שיקן אן אטאם באמבע קיין מדינת ישראל וואס וועט עס פארברענען אין א האלבע שעה. לאנג לעבן זאל כאמאס, כיזבאללאה און
די כואטי'ס פון תימן. אויך: פוטין אין דזשאו און די אנדערע גוטע פריינט.)

דער יונגערמאן און זיין משפחה טענה'ן אז מ'האט איהם ארעסטירט בטעות. ער האט געמאכט א טעות. ער האט געמיינט אז מ'וועט איהם נישט כאפן. דערווייל האט מען איהם יא געכאפט.

להודיע » דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:18 pm

· #566607
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
סאיז א וואוילע תמימותדיגע חסידישע אינגערמאן
אלימלך בן שרה יהודית
להוציא ממסגר אסיר, ומאפילה לאורה

אסטראלאג » דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:32 pm

· #566609
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
עמרם #
נישט צו פארדרייען די שמועס האב איך עס געלייגט אין ספוילר כדאי צו ברענגען לשון קדשו פון די סאטמאר רב ז''ל, ביי של''ס פר' נשא תשכ''ז ווי ס'איז געדריקט אין קונ' לשון קדשו

ס'זעהט אויס פון זיינע ווערטער, אז ער האט אויך געהאלטן די אראבער פאר רוצחים,
און ס'זעהט נישט אויס ווי ער פארשטייט אז מ'דארף שפיאנירן פאר זיי
וגם מה שאמר בנוגע הנ''ק

CP20_20240627-195819~2.png
דא נעמט זיך די רבי זי״ע אן פאר נטורי קרתא.
און ער פארדאמט די פאר בחורים וואס האבן געהאנגן מעט ליל אין אראביש רופענדיג זיי זאלן אריינקומען און אויסהארגענען די ציונים, וואס דערויף האט די רבי גערעדט.
א וואך דערנאך האט די רבי זי״ע נאכגעברענגט אין שטארקע שטיצע פאר נטורי קרתא, אבער דאס פארשווייגט מען!!

די ציונים האלטן זיך ביי די זייטן ווען אפאר סאטמארע מיט זייערע וויליאמסבורגע רבי איז בלוי פארנומען צו האסן קעגן נטורי קרתא בזמן וואס ער טוט גארררניישששששטטטטטטט קעגן די ציונים.
טיפשים!!

אהה, די רבי איז גאנץ צופרידן פון דעם פעטוועי, התחברות צום אגודה און צו די הויפט ציוניסטישע ארגאניזאציע אין נוא יארק: uja… א שאנדעֶ

אדמו״ר מהחזר״ל: אייננעמען א מויל מיט וואסער און אויסקראכן קעגן די וואס לאזן זיך הערן יא אין די עפענטליכקייט קעגן קליפת הציונות, און דערמיט אומעמטליך ארויסברענגן שטיצע פאר די ציונים …!

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:34 pm

· #566610
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
סתם נייגעריג, וועלכע סארט אינפארמאציע האט דער יונגערמאן געהאט וואס איז געווען ווערדפול פאר איראן?

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:36 pm

· #566611
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
להודיע #
סאיז א וואוילע תמימותדיגע חסידישע אינגערמאן
אלימלך בן שרה יהודית
להוציא ממסגר אסיר, ומאפילה לאורה
דאך: עפ"י שכל וואסי פשט? אויף א יעדן לעוול. אדער, פון א יעדע בחינה איז שווער.

אויב אזוי דארף איך אויך מורא האבן אז די עף. בי. איי. גייט מיך (ח"ו) ארעסטירן איין טאג. (אדער אינמיטן די נאכט) אלס שפיאן. (פאר די זאליס, היל"ת.).

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:38 pm

· #566612
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
שמעקעדיג #
סתם נייגעריג, וועלכע סארט אינפארמאציע האט דער יונגערמאן געהאט וואס איז געווען ווערדפול פאר איראן?
מסתמא וויפיהל פעפער די רעבעצין האט אריינגעלייגט אין די ירושלמי קוגל.

לאמיר זיך נישט נעמען אזוי ערנסט. מ'מעג מאכן א ווערטל אמאל.

פרומער חסיד » דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:47 pm

· #566623
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
אז מ'רעדט וועגן איראן.
אויף די נטו"ק האטליין ווערט איבערגעגעבן א באריכט איבער זייער 2 וואכנ'דיגע נסיעה קיין איראן דעם חודש, מיט אלע מיטינגס און אינטערוויוס, וכו'.

בתוך הדברים טענה'ט ער אז ס'דא א גאנצע גרופע וואס שטודירן אלעס איבער אידן, די פונקטלעכע דעטאלן איבער יעדע פארטיי/קהילה אין אר"י, און זיי האבן אפילו געזען ביי אינעם אויף זיין טישל א גליון "העדה" (וואס קומט ארויס דורך איינע פון די צדדים אין די עדה"ח) ער טענה'ט אויך אז טייל פון זיי לערנען אפילו די אדישע שפראך, און זיי קוקן און לערנען אלעס אפ.

נו וואס האלט דער עולם, ס'זיצן אפאר איראנער און ליינען דורך ק"ש מיט אייוועלט טאג טעגליך?

עמרם » דאנערשטאג יוני 27, 2024 11:03 pm

· #566637
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
גראדע אויסגעהערט אביסל פון זייער באריכט

דערמאנען די ארגאניזאציעס פון חאמאס און איסלאמיק דזשיהאד, אלץ וואוילע ארגאניזאציעס, וואס זיי האבן זיך געטראפן מיט זייערע פארשטייער


(אגב, בין איך גאר נייגעריג, וואס די נ''ק קלערט אויף דארט איראן ?
וואס זאגן זיי, אז סתם אידן זענען קעגן ציונים ?
די וויזשניצע און בעלזא וואס גייען צו די בחירות, און לדעתם משתף פעולה מיט די ציונים, זאגן זיי אין איראן אז זיי האבן נישט מיט די ציונים ?
די היינטיגע סאטמארע, וואס לדעתם מאכן א יד אחת מיט די ציונים, דארט אין איראן זאגן זיי די אמת, אז בעצם האבן זיי גארנישט מיט די ציונים ? און נאר פאר אונז רעדן זיי איין אז מ'ארבייט מיט מיט זיי ?
עפעס שטימט מיך נישט דא ?!?)

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 27, 2024 11:54 pm

· #566646
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
עמרם: איך פרעג אן אנדערע קשיא/שאלה.

די איראנער פיהרערס זענן טאקע רשעים. נאר קיין טיפשים זענען זיי נישט. פארוואס שטעללן זיי זיך בכלל טענה'ו מיט די פאר משוגעים וואס רופן זיך נטורי קרתא? כאטש די בהמות ווילן זיי איינרעדן אז רוב כלל ישראל איז אויף זייער זייט ווייסן די איראנער גאנץ גוט אז אויסער די הייפעלע משוגעים איז קיין שום נארמאלער איד נישט אויף זייער זייט.

דער איינציגער פון די גרופ וואס רעדט כאטש א ביסל צו די זאך (לשיטתם) איז אלחנן? בעק פון לאנדאן. ער זאגט אז ער באטייליגט זיך נישט אין די אלע דעמאנסטראציעס צוזאמען מיט די אראבישע מערדערס. אויך זאגט ער אז רוב פון כלל ישראל איז נייטראל. נישט ציוניסטיש געשטימט. ער ברענגט א ראיה אז דער איזראעלי פאן הענגט נישט אויף די מערסטע בתי מדרשים און ישיבות. נישט אזוי ווי דער צודרייטער ישראל דויד ווייס וחבריו וואס זאגן אז דאס איז א ראיה אז די מערסטע אידן האלטן מיט זיי.

אסטראלאג » פרייטאג יוני 28, 2024 12:25 am

· #566651
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
פרומער חסיד #
אז מ'רעדט וועגן איראן.
אויף די נטו"ק האטליין ווערט איבערגעגעבן א באריכט איבער זייער 2 וואכנ'דיגע נסיעה קיין איראן דעם חודש, מיט אלע מיטינגס און אינטערוויוס, וכו'.

בתוך הדברים טענה'ט ער אז ס'דא א גאנצע גרופע וואס שטודירן אלעס איבער אידן, די פונקטלעכע דעטאלן איבער יעדע פארטיי/קהילה אין אר"י, און זיי האבן אפילו געזען ביי אינעם אויף זיין טישל א גליון "העדה" (וואס קומט ארויס דורך איינע פון די צדדים אין די עדה"ח) ער טענה'ט אויך אז טייל פון זיי לערנען אפילו די אדישע שפראך, און זיי קוקן און לערנען אלעס אפ.

נו וואס האלט דער עולם, ס'זיצן אפאר איראנער און ליינען דורך ק"ש מיט אייוועלט טאג טעגליך?
יא. זיי זוכן די ריכטיגע קוועלער וואו צו שטודירן און דערגיין די גאדאנקען פון ספיציפישע געמיינדעס. און נישט קויפן וואס א באקאנטער פערזאהן אנגענומען אלס ״פארטרעטר״ האט געטוויט אדער וואס א רעפארטער האט צאמגעפלאכטן וכו׳

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 28, 2024 12:37 am

· #566655
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
יא: זיי די איראנער פיהרערס זענען גרויסע אנשי אמת. זיי ווילן אייביג נאר דערגיין דעם אמת.

בדו"ו: איך האב דיר נישט איבערגעגעבן א ניחום אבלים אויף די פגירה פון ראיסי, ימ"ש. דו ביסט נישט דא געווען. קענמען עס יעצט משלים זיין...אללאה ינחם אותך עם שאר אבילי ישמעאל ואל-קודס. דו און דיין גרופ זאללן אייביג נאר וויסן פון צער.

בחדא מחתא (כ'וויל נישט זאגן מיט וועלכע לשון דאס שטימט.) וויל איך ענק אלע ווינטשן א רפואה שלימה במהרה. בתוך שאר חולי ישמעאל ואיראן.

אסטראלאג » פרייטאג יוני 28, 2024 12:45 am

· #566658
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
.

אסטראלאג » פרייטאג יוני 28, 2024 12:59 am

· #566660
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
berlbalaguleh #
יא: זיי די איראנער פיהרערס זענען גרויסע אנשי אמת. זיי ווילן אייביג נאר דערגיין דעם אמת.

בדו"ו: איך האב דיר נישט איבערגעגעבן א ניחום אבלים אויף די פגירה פון ראיסי, ימ"ש. דו ביסט נישט דא געווען. קענמען עס יעצט משלים זיין...אללאה ינחם אותך עם שאר אבילי ישמעאל ואל-קודס. דו און דיין גרופ זאללן אייביג נאר וויסן פון צער.

בחדא מחתא (כ'וויל נישט זאגן מיט וועלכע לשון דאס שטימט.) וויל איך ענק אלע ווינטשן א רפואה שלימה במהרה. בתוך שאר חולי ישמעאל ואיראן.
אמן ואמן.
ס׳איז מיר געקומען טרערן אין די אויגן פון די דברים היוצאים מן הלב.
און פאר אייך וואונטש איך אייך די זעלבע בשם ק״ק נטורי קרתא שע״י היהדות החרדית בארה״ב וקאנאדא

צפת » פרייטאג יוני 28, 2024 1:33 am

· #566662
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
אסטראלאג, א שנעלע שאלה, פאר נייגעריגקייט.

ווען משיח גייט קומען, וואס גייט געשען מיט דער אל-אקצא מסגד אויפן הר-הבית. ס'גייט בלייבן שטיין, חרוב ווערן, וואס גייט געשען מיט דעם?

אסטראלאג » פרייטאג יוני 28, 2024 1:45 am

· #566663
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
צפת #
אסטראלאג, א שנעלע שאלה, פאר נייגעריגקייט.

ווען משיח גייט קומען, וואס גייט געשען מיט דער אל-אקצא מסגד אויפן הר-הבית. ס'גייט בלייבן שטיין, חרוב ווערן, וואס גייט געשען מיט דעם?
עס וועט בטל ומבוטל ווערן כעפרא דארעא.
נישט אז כ׳בין א נביא, בלויז א אסטראלאג בין איך. נאר ווייל אזוי זאגט די תורה הקדושה!
וואו רביה״ק מסאטמאר זי״ע האט געזאגט אז דער אויבערשטער האט צוגעפירט אז די מסולמענער זאלן דארט בויען זייער געבעט הויז און זיי היטן אז די ציונים זאלן נישט קענען אייננעמען די הר הבית און דאס מטמא זיין.
ס׳שטייט שוין אין פריעדיגע ספרים אז דאס איז בעסער ווייל די קריסטן די געצנדינער וואלטן דאס פונקט אזוי דאס געקענט איבערנעמען רח״ל.

צפת » פרייטאג יוני 28, 2024 1:52 am

· #566664
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
די אראבער ווייסן אז איר האלט אזוי? - וואס זאגן זיי צו דעם?

אסטראלאג » פרייטאג יוני 28, 2024 2:20 am

· #566668
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
צפת #
די אראבער ווייסן אז איר האלט אזוי? - וואס זאגן זיי צו דעם?
זיי ווייסן זייער גוט, און אונזער גלויבן האט זיי קיינמאל נישט געשטערט ווייל זיי גלייבן דאך נישט דערין. עפ״ל
אידן האבן געלעבט מיט די תורה הקדושה אין די אראבישע לענדער אין פרידן בעפאר די ציונים ימ״ש האבן דאס צושטערט.

און מהרי״ד ווייס שליט״א ערלערט פאר זיי אזוי.

ישי שטיינמעץ » פרייטאג יוני 28, 2024 4:34 am

· #566669
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
און איך האב געמיינט אז כ'קום אריין אין א אשכול וועגען נייעס איבער א מעשה וואס איז געשעהן אין בית שמש.

דערווייל האב איך געטראפען טענה'רייען , קללות און גידופים וועגען יא אדער נישט סאטמארע אדער נטירה קרתא שיטות ....

וואס פינקליך קומט עס דא אריין ??? איך בין נישט אינטערעסירט אין די סאטמארע שיטה ... און נישט אין נטירה קרתא... ווער ס'גלייבט דערין . ס'פרידאם אףף רעלידשען !! זיי קענען גלייבען וואס זיי ווילען.
און טאמער האבען זיי ליב צו שעלטען 24/7 איז עס אויף זייער טשויס ... אבער למען השם מאכט א ספעציעלע שעלטען אשכול ... וואס דארפט איר עס אנשמירען איבעראל.... איך בין נישט אינטערעסערט און ענקער בויך וויי... איך האב ענק נישט מחנך געווען און איך ברויך נישט ליידען פון ענק ...

רוני » פרייטאג יוני 28, 2024 4:39 am

· #566670
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
בן ישי #
אסטראלאג #
ער איז צירוק? 😥

יא, ס'האט זיך גע'ענדיגט די שלושים אויף ראיסי...

פוילישע פעפער » פרייטאג יוני 28, 2024 5:27 am

· #566671
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
שמעקעדיג #
סתם נייגעריג, וועלכע סארט אינפארמאציע האט דער יונגערמאן געהאט וואס איז געווען ווערדפול פאר איראן?
סאיז דא וואס זאגען אז ער איז געוועהן א קאמפיאטער פראגמער און ער האט בלא יודעים געטון ארבעט פאר א צווייטע וואס יענער האט שפיאנירט פאר איראן

א גוט יאר » פרייטאג יוני 28, 2024 9:24 am

· #566674
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
פוילישע פעפער #
שמעקעדיג #
סתם נייגעריג, וועלכע סארט אינפארמאציע האט דער יונגערמאן געהאט וואס איז געווען ווערדפול פאר איראן?
סאיז דא וואס זאגען אז ער איז געוועהן א קאמפיאטער פראגמער און ער האט בלא יודעים געטון ארבעט פאר א צווייטע וואס יענער האט שפיאנירט פאר איראן
הייבט שוין אן מאכן סענס

Yesh » פרייטאג יוני 28, 2024 11:07 am

· #566691
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
berlbalaguleh #
Yesh #
די רבי האט נישט געוואלט זיך צאמשטעלן מיט די אראבער ווייל ער האט געהאט א אנדערע פראבלעם ווי די אראבער, זיין פראבלעם איז געווען אז די מדנה בעצם איז קעגען די תורה, און דאס אז מטשעפעט די אראבער איז נאך א פראבלעם
אבער די אזוי גערופענע רעכטן פון די אראבערס האט איהם בכלל נישט אינטרעסירט.

ראה מה שכתבתי לעיל בעניין זה...!
דאס איז א פראבלעם פון התגרות באומות, וואס די דאס האט עקסטער געבאדערט פארן רבין

החוקר » פרייטאג יוני 28, 2024 12:36 pm

· #566694
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
פרומער חסיד #
בתוך הדברים טענה'ט ער אז ס'דא א גאנצע גרופע וואס שטודירן אלעס איבער אידן, די פונקטלעכע דעטאלן איבער יעדע פארטיי/קהילה אין אר"י, און זיי האבן אפילו געזען ביי אינעם אויף זיין טישל א גליון "העדה" (וואס קומט ארויס דורך איינע פון די צדדים אין די עדה"ח) ער טענה'ט אויך אז טייל פון זיי לערנען אפילו די אדישע שפראך, און זיי קוקן און לערנען אלעס אפ.
נעבעך ווי איינגערעדט מען קען זיין.

וואסערע אינטערעס קענען זיי האבן צו שטודירן אלעס איבער אידן, זייער מלחמה איז דאך מיט ציונים, ניין?

די איראנער ווילן מסתמא זיין אויסגעקאכט אין די שיטה, וואס.

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 28, 2024 3:50 pm

· #566713
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
החוקר #
פרומער חסיד #
בתוך הדברים טענה'ט ער אז ס'דא א גאנצע גרופע וואס שטודירן אלעס איבער אידן, די פונקטלעכע דעטאלן איבער יעדע פארטיי/קהילה אין אר"י, און זיי האבן אפילו געזען ביי אינעם אויף זיין טישל א גליון "העדה" (וואס קומט ארויס דורך איינע פון די צדדים אין די עדה"ח) ער טענה'ט אויך אז טייל פון זיי לערנען אפילו די אדישע שפראך, און זיי קוקן און לערנען אלעס אפ.
נעבעך ווי איינגערעדט מען קען זיין.

וואסערע אינטערעס קענען זיי האבן צו שטודירן אלעס איבער אידן, זייער מלחמה איז דאך מיט ציונים, ניין?

די איראנער ווילן מסתמא זיין אויסגעקאכט אין די שיטה, וואס.
איך בין נישט אינגאנצן מסכים מיט דיר: ווייל ווי באוואוסט ציעלן זיי (ליידער) אויף אלע אידן . יחידים און אינסטיטוציעס איבער די וועלט.

איך זאג נישט פאר א פאקט. נאר טעארעטיש. זיי ווילן האבן אלע מעגליכע אינפארמאציע אויף אידן. זיי זענען חכמים להרע. און פארשטייצעך גרויסע רשעים און רוצחים.

פוילישע פעפער » מוצ"ש יוני 29, 2024 4:18 pm

· #566744
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
געהערט היינט פון א יונגערמאן וואס קען די אינגערמאן מער פרטים.

ער איז א ערליכע תמימות'דיגער כולל אינגערמאן וואס האט חתונה געהאט צוויי יאר צוריק און ער האט באמת גארנישט מיט איראן איינגעלייגט...
מ'האט געטראפן א קאפי פון זיין פאספארט אין אינדיע וואס האט געהאט עפעס צו טוהן מיט שפיאן אקציעס,
וואס ווייזט זיך ארויס איז, אז ער האט פארדינגען זיין דירה פאריגע ל"ג בעומר און ער האט שוין דעמאלס געהאט פארדאכטן אויף די שוכר,
לכאורה האט יענער געמאכט א בילד פון זיין פאספארט און פון דא האט זיך אלעס אנגעהויבן.

berlbalaguleh » זונטאג יוני 30, 2024 2:27 am

· #566786
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
ס'האט זיך פונקטליך אזוי געלייגט אויפ'ן שכל ווי אז ישראל דויד ווייס אדער אסטראלאג זאללן זיין אגענטן פון מוסד. אדער, (להבדיל) נתניהו (ער איז דאך א איד) זאל זיין א שפיאן פאר איראן.

כ'פארשטיי נישט: די "קלוגע" מוסד אגענטן האבן נישט געקענט נוצן א ביסל אייגענעם שכל צו פארשטיין אז א בטלנ'ישער יונגערמאן וואס לערנט אין כולל איז נישט און קען נישט זיין קיין שפיאן פאר איראן.

Chasidishmashpia » זונטאג יוני 30, 2024 3:47 am

· #566793
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
פוילישע פעפער #
געהערט היינט פון א יונגערמאן וואס קען די אינגערמאן מער פרטים.

ער איז א ערליכע תמימות'דיגער כולל אינגערמאן וואס האט חתונה געהאט צוויי יאר צוריק און ער האט באמת גארנישט מיט איראן איינגעלייגט...
מ'האט געטראפן א קאפי פון זיין פאספארט אין אינדיע וואס האט געהאט עפעס צו טוהן מיט שפיאן אקציעס,
וואס ווייזט זיך ארויס איז, אז ער האט פארדינגען זיין דירה פאריגע ל"ג בעומר און ער האט שוין דעמאלס געהאט פארדאכטן אויף די שוכר,
לכאורה האט יענער געמאכט א בילד פון זיין פאספארט און פון דא האט זיך אלעס אנגעהויבן.
דער תירוץ הערט זיך ווי א טיפיקעל חרדישע קאווער-אפ
בלאט: 1 2 3 4