☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

154 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17123
בלאט: 1 2 3 4

סבא דבהתא » דינסטאג אוגוסט 6, 2024 11:58 am

· #569234
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
עפעס פרישע זאכנס לעצטנס מיט די פרשה? כהער סגעווען א קאנפעשן

חמלה גדולה » דינסטאג אוגוסט 6, 2024 1:30 pm

· #569241
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

די קעפעלע » דינסטאג אוגוסט 6, 2024 2:52 pm

· #569244
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
חמלה גדולה #
אויב די אלע פרטים זענען אמת איז דאס א ביטערע רחמנות אויף די אינגערמאן וואס איז נאיווערהייט אריינגעשלעפט געווארן אין א פאסקע, און נישט געוויסט א וועג ארויס פון גרויס פחד פון זיך אפשאקלען פון די איראנער אגענטן וואס האבן געהאט א שטארקע קאנטראל איבער איהם מיטן האבן אלע זיינע איינצעלהייטן און אים שטראשענען מיט די ערגסטע, און פון די אנדערע זייט די ציטער אז די מדינה גייט אים באפלען אויב קומט ער פאר הילף.

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 6, 2024 3:47 pm

· #569246
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
ס'האט זיך נישט אנגעהויבן דארט. ערשטנס, ווי קומט א חסיד'ישער יונגערמאן צו גיין אויף אינסטעגרעם. און נאך קאמיוניקירן מיט "אנא"...! די אלע זאכן האט ער געטון במזיד וברצון. די איבריגע איז שוין נאכגעקומען.

ווען ער וואלט גלייך געגאנגען צו די פאליס ווען ער האט איינגעזעהן אז די זאך מיט "אנא" איז נישט אזוי פשוט וואלט מען איהם נישט ארויסגעשלעפט פון בעט אינמיטן די נאכט. נאר די בושה אז ס'וועט ארויסקומען אז ער האט קאמיוניקירט אויף אינסטעגרעם מיט "אנא" האט איהם צוריקגעהאלטן פון טון וואס איז ריכטיג. יעצט זענען די בושות א סאך גרעסער.

מסתמא וועט אן ארנטליכער דזשאדזש איהם געבן א לייכטע שטראף ווייל ער זעהט אז דער יונגערמאן איז נישט קיין שפיאן אדער אגענט פאר איראן.
בלאט: 1 2 3 4