☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

154 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17123
בלאט: 1 2 3 4

פוילישע פעפער » זונטאג יוני 30, 2024 6:45 am

· #566797
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
מצד שני האב איך געהערט היינט אז מהאט געטראפן אין זיין דירה פיר מיליאן שקל קעש!

[NAMELESS] » זונטאג יוני 30, 2024 7:30 am

· #566802
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נו וואס טוט מען נישט פאר פרנסה.....

הופער » זונטאג יוני 30, 2024 8:39 am

· #566803
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
berlbalaguleh #
החוקר #
פרומער חסיד #
בתוך הדברים טענה'ט ער אז ס'דא א גאנצע גרופע וואס שטודירן אלעס איבער אידן, די פונקטלעכע דעטאלן איבער יעדע פארטיי/קהילה אין אר"י, און זיי האבן אפילו געזען ביי אינעם אויף זיין טישל א גליון "העדה" (וואס קומט ארויס דורך איינע פון די צדדים אין די עדה"ח) ער טענה'ט אויך אז טייל פון זיי לערנען אפילו די אדישע שפראך, און זיי קוקן און לערנען אלעס אפ.
נעבעך ווי איינגערעדט מען קען זיין.

וואסערע אינטערעס קענען זיי האבן צו שטודירן אלעס איבער אידן, זייער מלחמה איז דאך מיט ציונים, ניין?

די איראנער ווילן מסתמא זיין אויסגעקאכט אין די שיטה, וואס.
איך בין נישט אינגאנצן מסכים מיט דיר: ווייל ווי באוואוסט ציעלן זיי (ליידער) אויף אלע אידן . יחידים און אינסטיטוציעס איבער די וועלט.

איך זאג נישט פאר א פאקט. נאר טעארעטיש. זיי ווילן האבן אלע מעגליכע אינפארמאציע אויף אידן. זיי זענען חכמים להרע. און פארשטייצעך גרויסע רשעים און רוצחים.
און עקסטער איז 90% אוועליעבעל היינט אויף גוגל מעפ.

הופער » זונטאג יוני 30, 2024 8:41 am

· #566804
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
מענין לענין שלא באותו ענין.
עס איז סתם אזוי א גרויסע נושא, אז די עקסעס צו אוועילעבעל אינפארמעישען אלעס ארום אידן איז היינטיגע צייטן שרעקליך.
פון יעדע צווייטע שול איז דא אוועיליבעל ווידאוס פון אינסייד (למשל, 770 אין קראונ הייטס). עס איז א גרויסע סכנה.
#אשכול אלערט.

[NAMELESS] » זונטאג יוני 30, 2024 8:47 am

· #566805
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
הופער איז גאלדען גערעכט
מען קען די צייטען מעהר נישט שמועסען אדער דרש'נען קיין שום זאך און מיינען עס וועט בלייבען בד' אמות של הלכה
אלץ וועט גלייך פארשפרייט דורך די אינטערנעט ועוף השמים יוליך את הקול

yn.NY » זונטאג יוני 30, 2024 12:55 pm

· #566822
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
ישי שטיינמעץ #
און איך האב געמיינט אז כ'קום אריין אין א אשכול וועגען נייעס איבער א מעשה וואס איז געשעהן אין בית שמש.

דערווייל האב איך געטראפען טענה'רייען , קללות און גידופים וועגען יא אדער נישט סאטמארע אדער נטירה קרתא שיטות ....

וואס פינקליך קומט עס דא אריין ??? איך בין נישט אינטערעסירט אין די סאטמארע שיטה ... און נישט אין נטירה קרתא... ווער ס'גלייבט דערין . ס'פרידאם אףף רעלידשען !! זיי קענען גלייבען וואס זיי ווילען.
און טאמער האבען זיי ליב צו שעלטען 24/7 איז עס אויף זייער טשויס ... אבער למען השם מאכט א ספעציעלע שעלטען אשכול ... וואס דארפט איר עס אנשמירען איבעראל.... איך בין נישט אינטערעסערט און ענקער בויך וויי... איך האב ענק נישט מחנך געווען און איך ברויך נישט ליידען פון ענק ...

צקון לחש » זונטאג יוני 30, 2024 3:15 pm

· #566837
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
פוילישע פעפער #
מצד שני האב איך געהערט היינט אז מהאט געטראפן אין זיין דירה פיר מיליאן שקל קעש!
נו, דאס איז וואס שארט טערם רענטעל קאסט אין ארץ ישראל

צוויי » זונטאג יוני 30, 2024 4:07 pm

· #566846
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
עמרם #
נישט צו פארדרייען די שמועס האב איך עס געלייגט אין ספוילר כדאי צו ברענגען לשון קדשו פון די סאטמאר רב ז''ל, ביי של''ס פר' נשא תשכ''ז ווי ס'איז געדריקט אין קונ' לשון קדשו

ס'זעהט אויס פון זיינע ווערטער, אז ער האט אויך געהאלטן די אראבער פאר רוצחים,
און ס'זעהט נישט אויס ווי ער פארשטייט אז מ'דארף שפיאנירן פאר זיי
וגם מה שאמר בנוגע הנ''ק

CP20_20240627-195819~2.png
עמרם איז גערעכט, אז ער האט געהאלטן די אראבער פאר רוצחים
אבער ווי ווייט איך פארשטיי האט ער נישט גערעדט דא אויף די נטורא קרתא זעלבסט, נאר אויף די וואס האבן געטוהן זאכן ליידער מיט די לבוש פון די נטורא קרתא
די נטורא קרתא, רבי עמרם בלויא, און נאך פון זיי, האט ער גראדע יא מחזק געווען (נאר ער האט געהאלטן אז מ'ברויך ענדערש טוהן ווי זיין מהלך, מכם ומבכם האט ער זיי זיכער נישט געהאלטן)
יעצט איז די שאלה איבער די אלע וואס פאררופן זיך היינט אלס נטורא קרתא, צו דאס מיינט טאקע די עכטע נטורא קרתא... בין איך נישט אין הימל צו פרעגן דעם סאטמארן רב....

Visionary » זונטאג יוני 30, 2024 4:58 pm

· #566853
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
אסטראלאג #
ער איז ברוטאל צושלאגן געווארן דורך די ציונים ימ״ש ווערענדיג ארויסגעשלעפט פון זיין היים אינמיטן נאכט.

כלל ישראל רופט אויס: מלחמה לשם בעמלק!
אויב דאס איז אמת אז ער האט געארבעט אלס שפאיאן, איז דאך דער פאסיגער צייט אז כלל ישראל זאל ארויסקומען מיטן אמת׳ן געשריי מיר אלע שפיאנירן קעגן די ציוניסטישע עמלקים! לאמיר אוואדע ארבעטען צוזאמען אז די גאנצע ציוניסטישע מדינה זאל אוועקפליען ווי א זייפן בלאז-אמן.
@אסטראלאג איז א באוויסטער שונה ישראל. ליין זיינע תגובות וועסטו זען. ער וואלט איינגעטוישט כלל ישראל אבי צו שטופן זיין אגענדע.

Visionary » זונטאג יוני 30, 2024 4:59 pm

· #566854
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
יאסל ראקאווער #
אסטראלאג מעג זיך לערנען פון סאטמאר רב ז"ל
ער פארשטייט בעסער פון סאטמארער רב.

Visionary » זונטאג יוני 30, 2024 5:02 pm

· #566855
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
אסטראלאג #
Yesh #
די רבי האט נישט געוואלט זיך צאמשטעלן מיט די אראבער ווייל ער האט געהאט א אנדערע פראבלעם ווי די אראבער, זיין פראבלעם איז געווען אז די מדנה בעצם איז קעגען די תורה, און דאס אז מטשעפעט די אראבער איז נאך א פראבלעם

אזאנע שטותים צו שרייבן.
פארוואס האט דער רבי זי"ע א גאנץ לעבן געשטיצט נטורי קרתא?!
דער רבי זי"ע האט דאך געגרונדעט נטורי קרתא בארה"ב, און ערמוטיגט די אלע פראטעסטן!

כ'פארשטיי נישט וויאזוי מען קען נאך לייקענען ווען די אלע פאלשע אויסריידן זענען שוין קלאהר איבעגעוויזן געווארן וואס דעת רביה"ק זי"ע איז באמת געווען.

די מענטשן פון נ"ק בימים ההם זענען בכלל נישט וואס נ"ק איז היינט. רבי עמרם און זיין קליקע זענען מיט קיין אראבער נישט געגאנגען! נאר מער, איך האב זיך געדרייט ביי רבי אברהם יעקב עפשטיין אין מאה שערים, איינער פון די שטארקע נ"ק פונעם פריערדיגער דור, און ער האט שטארק גערעדט אנטקעגן גיין מיט אראבער אויף פראטעסטן.

Visionary » זונטאג יוני 30, 2024 5:06 pm

· #566856
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
אסטראלאג #
.
דיין קלוגסטע תגובה ביז אהער...

[NAMELESS] » זונטאג יוני 30, 2024 5:28 pm

· #566858
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
אמת
צום פינטעל.....

מילך טראק » זונטאג יוני 30, 2024 6:28 pm

· #566867
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
אויב גייט פאר סאטמאר נישט אהן וואס בעלזע רב האט געהאלטן פארוואס דארף נ"ק אנגייען וואס סאטמאר רב האט געהאלטן

חס ושלום » זונטאג יוני 30, 2024 7:06 pm

· #566869
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
אסטראלאג #
ער איז ברוטאל צושלאגן געווארן דורך די ציונים ימ״ש ווערענדיג ארויסגעשלעפט פון זיין היים אינמיטן נאכט.

כלל ישראל רופט אויס: מלחמה לשם בעמלק!
אויב דאס איז אמת אז ער האט געארבעט אלס שפאיאן, איז דאך דער פאסיגער צייט אז כלל ישראל זאל ארויסקומען מיטן אמת׳ן געשריי מיר אלע שפיאנירן קעגן די ציוניסטישע עמלקים! לאמיר אוואדע ארבעטען צוזאמען אז די גאנצע ציוניסטישע מדינה זאל אוועקפליען ווי א זייפן בלאז-אמן.

איך גלייב נישט אז ער איז טאקע געווען א שפיאן קעגן איזראעל, ער איז דאך א וויזניצער אגודיסט.

מרדכי מרדכי » זונטאג יוני 30, 2024 8:43 pm

· #566874
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
בפשטות איז ער נישט געווען קיין שפיאן און זיכער נישט פאר איראן.
נאר עס קען זיין אז עס איז געווען בלא יודעים ווי עס איז געווען א מעשה לעצטנס פון א פרוי וואס האט אומוויסנדיג און אומווילנדיג שפיאנירט פאר איראן.

berlbalaguleh » זונטאג יוני 30, 2024 9:31 pm

· #566878
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
yn.NY #
ישי שטיינמעץ #
און איך האב געמיינט אז כ'קום אריין אין א אשכול וועגען נייעס איבער א מעשה וואס איז געשעהן אין בית שמש.

דערווייל האב איך געטראפען טענה'רייען , קללות און גידופים וועגען יא אדער נישט סאטמארע אדער נטירה קרתא שיטות ....

וואס פינקליך קומט עס דא אריין ??? איך בין נישט אינטערעסירט אין די סאטמארע שיטה ... און נישט אין נטירה קרתא... ווער ס'גלייבט דערין . ס'פרידאם אףף רעלידשען !! זיי קענען גלייבען וואס זיי ווילען.
און טאמער האבען זיי ליב צו שעלטען 24/7 איז עס אויף זייער טשויס ... אבער למען השם מאכט א ספעציעלע שעלטען אשכול ... וואס דארפט איר עס אנשמירען איבעראל.... איך בין נישט אינטערעסערט און ענקער בויך וויי... איך האב ענק נישט מחנך געווען און איך ברויך נישט ליידען פון ענק ...
נעבעך: ער ליידט זייער שטארק. ער וויל פריעדאם אף ספיעטש און פריעדאם אף טשויס. פאר זיך. נאר ווען ס'קומט צו די רעכטן פון א צווייטן יחיד אדער גרופ. דארט ווערט ער פלוצלינג אומ-טאלעראנט.

איך האב שטארק מיטלייד מיט דיר. פונקט אזויפיהל ווי כ'האב פאר די איראנער איבער די פגירה פון זייער פרעזידענט.

berlbalaguleh » זונטאג יוני 30, 2024 9:36 pm

· #566879
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
מרדכי מרדכי #
בפשטות איז ער נישט געווען קיין שפיאן און זיכער נישט פאר איראן.
נאר עס קען זיין אז עס איז געווען בלא יודעים ווי עס איז געווען א מעשה לעצטנס פון א פרוי וואס האט אומוויסנדיג און אומווילנדיג שפיאנירט פאר איראן.
און אז מ'האט געטראפן 4 מיליאן שקל אין זיין דירה? דאס איז אויך געווען אומ-ווילנדיג...!

אסטראלאג » זונטאג יוני 30, 2024 10:21 pm

· #566883
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
מילך טראק #
אויב גייט פאר סאטמאר נישט אהן וואס בעלזע רב האט געהאלטן פארוואס דארף נ"ק אנגייען וואס סאטמאר רב האט געהאלטן
אויב ס׳איז נאך דא איין קבוצה וואס רירן זיך נישט אוועק פון די רבי זי״ע, איז דאס אין אלגעמיין נטורי קרתא.

נישט די מ׳חזר״ל און נישט מהר״א. דער ציוני מהחזר״ל שפייט אין פנים פון יעדע הינזיכט וואס רביה״ק האט אוועקגעשטעלט.

עמרם » מאנטאג יולי 1, 2024 12:31 am

· #566888
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
אסטראלאג #
מילך טראק #
אויב גייט פאר סאטמאר נישט אהן וואס בעלזע רב האט געהאלטן פארוואס דארף נ"ק אנגייען וואס סאטמאר רב האט געהאלטן
אויב ס׳איז נאך דא איין קבוצה וואס רירן זיך נישט אוועק פון די רבי זי״ע, איז דאס אין אלגעמיין נטורי קרתא.

נישט די מ׳חזר״ל און נישט מהר״א. דער ציוני מהחזר״ל שפייט אין פנים פון יעדע הינזיכט וואס רביה״ק האט אוועקגעשטעלט.
וואס איז די ר''ת פון מ'חזר''ל און מהחזר''ל ?

אךטוב » מאנטאג יולי 1, 2024 1:04 am

· #566889
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
די משפחה און די חברים פון דער יונגערמאן זענען זיכער אז ס'איז פשוט א טעות

דערהויבענע איד » מאנטאג יולי 1, 2024 11:38 am

· #566908
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
צוויי #
עמרם #
נישט צו פארדרייען די שמועס האב איך עס געלייגט אין ספוילר כדאי צו ברענגען לשון קדשו פון די סאטמאר רב ז''ל, ביי של''ס פר' נשא תשכ''ז ווי ס'איז געדריקט אין קונ' לשון קדשו

ס'זעהט אויס פון זיינע ווערטער, אז ער האט אויך געהאלטן די אראבער פאר רוצחים,
און ס'זעהט נישט אויס ווי ער פארשטייט אז מ'דארף שפיאנירן פאר זיי
וגם מה שאמר בנוגע הנ''ק

CP20_20240627-195819~2.png
עמרם איז גערעכט, אז ער האט געהאלטן די אראבער פאר רוצחים
נאכאמזל.

שטעל דיך פאר אז נישט.

כ'מיין פאר די געלט קען ער אויך האלטן אז די זון שיינט נאר ביינאכט.

(חלילה נישט צו מזלזל זיין אינעם רבי'ן, כ'שמועס עס נאר אויס אביסל ברייט)

לעמעלע » מאנטאג יולי 1, 2024 1:29 pm

· #566920
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
למעשה איז די אינגערמאן נאך אונטער גראטעס?

להודיע » מאנטאג יולי 1, 2024 2:12 pm

· #566924
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
יא
מלאזט אפילו נישט צו א אדוואקט

להודיע » מאנטאג יולי 1, 2024 2:12 pm

· #566925
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
מהאט נעכטן ארעסטירט נאך א היימישע אינגערמאן פון דע פרשה

קלמישל2 » מאנטאג יולי 1, 2024 3:46 pm

· #566928
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
טאמער מען וואלט גרינג געקענט זיך פארשטעלן, וואלט ער קיין גוטע שפיאן געקענט זיין.

וואס יא? Weird.

האניג » מאנטאג יולי 1, 2024 3:56 pm

· #566932
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
ס'איז אינטערעסאנט פארוואס די מח זאגט גלייך אז א היימישע איד קען נישט זיין קיין שפיאן, ס'קען דאך פשוט נישט זיין...

צקון לחש » מאנטאג יולי 1, 2024 4:02 pm

· #566933
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
האניג #
ס'איז אינטערעסאנט פארוואס די מח זאגט גלייך אז א היימישע איד קען נישט זיין קיין שפיאן, ס'קען דאך פשוט נישט זיין...
ווייל עס לאזט זיך נישט חלומ'ען פארוואס עפעס זאל א היימישע איד בכלל טראכטן פון דרויסענדע גליקן און פרנסות בו בעת וואס מיר שטעלן אלץ צו פון די בעסטע און שענסטע, יעדער האט א קלארע פלאן וואס ער וויל, און קען, טוהן אין לעבן, כדי צו לעבן בכבוד'יג, געזונט און פרייליך...
און אידיאלאגיע איז דאך אפגערעדט אז ס'קען נישט זיין א חלק דערין, נעמליך מיר האבן דאך אזעלכע קלארע השקפות, און מיר אלע זענען איבערגעצייגט אז עיני ה' אל יראיו מראשית השנה עד אחרית שנה, אלעס שטימט אויפ'ן האר כי עין בעין יראו בשוב ה' ציון...

yn.NY » מאנטאג יולי 1, 2024 4:07 pm

· #566934
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
אסטראלאג #
מילך טראק #
אויב גייט פאר סאטמאר נישט אהן וואס בעלזע רב האט געהאלטן פארוואס דארף נ"ק אנגייען וואס סאטמאר רב האט געהאלטן
אויב ס׳איז נאך דא איין קבוצה וואס רירן זיך נישט אוועק פון די רבי זי״ע, איז דאס אין אלגעמיין נטורי קרתא.

נישט די מ׳חזר״ל און נישט מהר״א. דער ציוני מהחזר״ל שפייט אין פנים פון יעדע הינזיכט וואס רביה״ק האט אוועקגעשטעלט.
רבינו הק' פון די משניות?

ערענסט גערעדט, אויף אייוועלט שרייבט מען אייביג אז סאיז א "סאטמארע פלאטפארמע". דא אויף קאווע שטיבל, אויב ווילסטו די עולם זאל וויסן פון וועלכע רבי די רעדסט, דארפסטו עס קלאר ארויסשרייבן.

מיט פיל דאנק פארן פארדרייען די נושא האשכול צו על הגאולה און מחזר"ל

yn.NY » מאנטאג יולי 1, 2024 4:11 pm

· #566935
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
האניג #
ס'איז אינטערעסאנט פארוואס די מח זאגט גלייך אז א היימישע איד קען נישט זיין קיין שפיאן, ס'קען דאך פשוט נישט זיין...
סארקאזם אין א זייט, איז די תירוץ זייער פשוט, ווייל א היימישע איד איז נישט אריינגעדרייט אין די הוכע פענסטערס פון צה"ל אדער מוסד.

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 1, 2024 4:50 pm

· #566942
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
אויך: וואו האט ער געלערנט מיליטערישע טעכנאלאגיע? אין די מקוה אין ויזניץ? אדער אין בהימ"ד.

די איינציגע עקספערטיז וואס די איראנער קענען אפשר האבן ניצן דערפון איז וועלכע קוגל ס'האט א בעסער'ן טעם. די קארטאפל קוגל אדער די ירושלמי.

נאר: ערסנטס גערעדט. ס'איז מעגליך אז דער "תמימות'דיגער" יוגערמאן איז נישט תוכו כברו. מעגליך ער איז אויף עפעס א לעוול א בעל תשובה. און ער האט יא א מיליטערישן בעקגראונד.

איך גיי איהם נישט חושד זיין אדער זאגן סתם לופטיגע ספעקולאציעס. נאר די אויטאריטעטן (ש.ב.,מוסד, אמ"ן) דארפן מאכן א גרונטליכע (אפשר באהאלטענע) אויספארשונג.

איך האף אז ווען זיי האבן איהם ארעסטירט האבן זיי געהאט מער קראנטע באווייזן ווי דאס אז מ'האט געפונען זיין פאספארט ערגעץ אין אינדיע בשייכות מיט א שפיאנאזש אקציע.

ווער ס'ווייסט געדענקט זיכער די מעשה מיט דעם שפיאן אלי כהן. ער איז געווען אזוי גוט אריינגעדרייט אין די הויכע סאסייעטי. ער האט זיך געחבר'ט מיט די גרעסטע גענעראלן. און ער איז אויך געווען זייער נאנט צום פרעזידענט פון סיריע. ביז מ'האט איהם געכאפט...!

ים רויבער » מאנטאג יולי 1, 2024 4:51 pm

· #566943
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
berlbalaguleh #
מרדכי מרדכי #
בפשטות איז ער נישט געווען קיין שפיאן און זיכער נישט פאר איראן.
נאר עס קען זיין אז עס איז געווען בלא יודעים ווי עס איז געווען א מעשה לעצטנס פון א פרוי וואס האט אומוויסנדיג און אומווילנדיג שפיאנירט פאר איראן.
און אז מ'האט געטראפן 4 מיליאן שקל אין זיין דירה? דאס איז אויך געווען אומ-ווילנדיג...!
פון ווי נעמסטו אז מען האט געטראפן 4 מיליאן שקל אין זיין דירה?
און בכלל, וויפיל צוטריט האט א וויזניצע אינגערמאן פון בית שמש, וואס על פי פשטות אין זיין לעבן נישט געהאט מיט צבא צוטון (חוץ פון אויפפיקן זיין פטור ביים לשכת הגיוס...) זאל קענען עפעס צושטילן אין די שפיאנאזש פעלד.

די מעשה מאכט עפעס נישט קיין סענס.

פוילישע פעפער » מאנטאג יולי 1, 2024 5:10 pm

· #566949
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
דרך אגב @ים רויבער, ס'איז דא וואס זאגן אז דאס וואס מ'האט געטראפן 4 מיליאן שקל ביי אים איז א אויפגעמאכטע זאך דורך איינע פון די וועבסייטס וואס האט דאס תיכף פארמעקט צוליב די צו איסור פירסום.

קהל'ס נער » מאנטאג יולי 1, 2024 11:36 pm

· #566973
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
yn.NY #
רבינו הק' פון די משניות?

ביי מיר מיינט רביה"ק דער וואס איז געפלויגן פון ק"ש

קהל'ס נער » מאנטאג יולי 1, 2024 11:39 pm

· #566974
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
האניג #
ס'איז אינטערעסאנט פארוואס די מח זאגט גלייך אז א היימישע איד קען נישט זיין קיין שפיאן, ס'קען דאך פשוט נישט זיין...
ווען איך בין ווען איראן און איך זיך צי שפיאנירן אויפן מדינה וואלט איך טאקע פאר די סיבה געהייערט א חרדישע שפיאן, ווייל א חרדישער וואלט מען קיינמאל נישט חושד געוועהן אלץ שפיאן.

כ׳פארשטיי בכלל נישט וואס די שאק איז, איינער האט געמיינט אז שפיאנען גייען ארום מיט א גרויסע שפיאן בעדזש ווי א סדרן ביי א רבישע חתונה?

להודיע » דינסטאג יולי 2, 2024 2:41 pm

· #566990
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
להודיע #
מהאט נעכטן ארעסטירט נאך א היימישע אינגערמאן פון דע פרשה
מזאגט אז סאיז א ליטווישע בחור פון ירושלים

ארכיטקט » דינסטאג יולי 2, 2024 8:31 pm

· #567007
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
רצ"מ זילבערבערג זאגט אז דאס איז א געמיינע בלבול, ער קען דעם אינגערמאן, אן עובד השם וואס ווייסט בכלל נישט פון דעי זאכן.

צקון לחש » מיטוואך יולי 3, 2024 12:23 pm

· #567054
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
ארכיטקט #
רצ"מ זילבערבערג זאגט אז דאס איז א געמיינע בלבול, ער קען דעם אינגערמאן, אן עובד השם וואס ווייסט בכלל נישט פון דעי זאכן.
בקיצור דער אינגערמאן טויגט
(דער רב פון מיין ביהמ"ד זאגט ענליכס אויף מיר 😂 )

קאווע איד » מיטוואך יולי 3, 2024 2:50 pm

· #567094
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
berlbalaguleh #
אויך: וואו האט ער געלערנט מיליטערישע טעכנאלאגיע? אין די מקוה אין ויזניץ? אדער אין בהימ"ד.

די איינציגע עקספערטיז וואס די איראנער קענען אפשר האבן ניצן דערפון איז וועלכע קוגל ס'האט א בעסער'ן טעם. די קארטאפל קוגל אדער די ירושלמי.

נאר: ערסנטס גערעדט. ס'איז מעגליך אז דער "תמימות'דיגער" יוגערמאן איז נישט תוכו כברו. מעגליך ער איז אויף עפעס א לעוול א בעל תשובה. און ער האט יא א מיליטערישן בעקגראונד.

איך גיי איהם נישט חושד זיין אדער זאגן סתם לופטיגע ספעקולאציעס. נאר די אויטאריטעטן (ש.ב.,מוסד, אמ"ן) דארפן מאכן א גרונטליכע (אפשר באהאלטענע) אויספארשונג.

איך האף אז ווען זיי האבן איהם ארעסטירט האבן זיי געהאט מער קראנטע באווייזן ווי דאס אז מ'האט געפונען זיין פאספארט ערגעץ אין אינדיע בשייכות מיט א שפיאנאזש אקציע.

ווער ס'ווייסט געדענקט זיכער די מעשה מיט דעם שפיאן אלי כהן. ער איז געווען אזוי גוט אריינגעדרייט אין די הויכע סאסייעטי. ער האט זיך געחבר'ט מיט די גרעסטע גענעראלן. און ער איז אויך געווען זייער נאנט צום פרעזידענט פון סיריע. ביז מ'האט איהם געכאפט...!
איך קען די משפחה, דורי דורות וויזניצע

שבת אחים » מיטוואך יולי 3, 2024 6:10 pm

· #567122
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
קאווע איד #

מ׳מעג שרייבן די לעצטע נאמען? אדער אין אישי?

[NAMELESS] » דאנערשטאג יולי 4, 2024 7:40 am

· #567169
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 4, 2024 9:29 am

· #567176
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
ארכיטקט #
רצ"מ זילבערבערג זאגט אז דאס איז א געמיינע בלבול, ער קען דעם אינגערמאן, אן עובד השם וואס ווייסט בכלל נישט פון דעי זאכן.
אפשר האט דער יונגערמאן א סמארטפאון. און ער האט זיך באהאלטענערהייט (אין בית הכסא) פארבינדן מיט די איראנער אגענטן.

בר גיורא » דאנערשטאג יולי 4, 2024 9:54 am

· #567178
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
זיין א רצ"מ חסיד איז לכאורה די בעסטע קאווער וואס איך וואלט גענומען אלס איראנער אגענט..

סבא דבהתא » דאנערשטאג יולי 4, 2024 2:03 pm

· #567218
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
זיס מיטצוהאלטן די ’אויפגעקלערטע’ אין די עולם הבצים וואס נעמען זיך אן אויף די שב”כ

שבת אחים » דאנערשטאג יולי 4, 2024 2:18 pm

· #567221
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
[ציטאט אראפגענומען]
פונקט שטערן הייסט ער?

ווען איינער האט דא געשריבן אז ער קען די משפחה פערזענליך און זיי זענען וויזניצער חסידים דורי דורות בין איך נייגעריג געווארן ווארום איך קען אלע היינטיגע וויזניצער משפחות וואס זענען געבליבן חסידיש און שטאמען פון וויזניצער חסידים פון אינדערהיים, איך שטודיר דאס שוין פון אלץ קליין בחור.

כהאב געטראכט א יעדע לעצטע נאמען פון וויזניץ קען איך גלייך וויסען פון וועלכע משפחה מ׳רעדט, אויסער ממש געציילטע לעצטע נעמען צום ביישפיל אויב ער הייסט שטערן, ראזענבערג, פאללאק, פערל, וויזעל, גאנץ, כ״ץ, כהנא, קליין, ווייס, וועל איך בלייבן מיטן צונג אינדורסען ווייל עס איז דא כמה משפחות מיט די זעלבע לעצטע נעמען, וכך הווה..

קיינמאל קיין ערגערס…

איינער ווייסט דא אויב סאיז פון די משפחה פון רבי יצחק שטערן פון מאנסי וואס איז לעצטענס אוועק? אדער משפחה מיט הנגיד ר׳ חיים שטערן פון קווינס (מענדליסט) אדער די משפחה פון רבי שמואל שטערן פון לאנדאן- משב״ק האמרי חיים אדער די משפחה פון רבי הערשל שטערן פון בארא פארק (פאטער פון העסקן הנודע ר׳ פנחס שטערן מאנסי) אדער פון די משפחה פון הרה״ג רבי ברוך שטערן פון ירושלים פון די מורדים? אדער פון א אנדערע שטערן משפחה-סאיז פארהאנען נאך אפאר שטערן משפחות אין וויזניץ)

שבת אחים » דאנערשטאג יולי 4, 2024 3:14 pm

· #567235
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
באקומען אין אישי, סאיז טאקע איינע פון די משפחות וואס איך האב אויסגערעכענט. משפחה מיט רבי שמואל שטערן משב״ק האמרי חיים. זיי זענען ווייטע קרובים פאר מיר.

היות ס׳איז נישט קיין סוד, און די משפחה האלט עס נישט פאר קיין סוד קען מען דאך רעדן אפען…

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 4, 2024 3:54 pm

· #567259
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
שבת אחים: וואס איז נישט קיין סוד? אז זיי זענען (ווייטע) קרובים פאר דיר? אדער אז ס'איז יש דברים בגו (אדער ווי מר. פארקאש האט געזאגט..."יש גוי בדבר"...).

אויב דו ווייסט פרטים ביטע פארצייל, ווייל איך בין נישט רואיג, איך קען ממש נישט אנגיין מיט מיין סדר היום.

ממה נפשך, אויב איז עס א בלבול אדער א "טעות", דאן ליגט דא גרויס געלט, אויב מ'האט נישט געטראפן אין דעם יונגערמאנ'ס דירה 4 מיליאן שקל וועט ער יעצט (אפשר) באקומען 12 מיליאן שקל.

און אויב (ח"ו) די מעשה איז אמת דארף ער ליידן די קאנסעקווענצן פון זיינע מעשים.

נאר עפעס שטימט דא נישט מיט די גאנצע מעשה.

נאך א שמויגער » דאנערשטאג יולי 4, 2024 7:26 pm

· #567291
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
א מענטש וואס האט א סמארטפון איז אביסל מער געריבען און ער קען טרעפען וועגען צו היטן אויף זיין איידענטיטעט און טרעפען אויב איינער האט דאס געגנב׳עט. איך האלט אז א סמארטפון איז א חלק פון ונשמרתם. אויב איך האב נישט קיין וועג צו געבען אכט אויף מיינע פערזענליכע אינפארמאציע איז זייער גרינג פאר א שווינדלער אדער א פארברעכער אסך גרעסער דאס צו גנב׳נען.

קלמישל2 » דינסטאג יולי 9, 2024 10:49 am

· #567660
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
למעשה, איז נאכנישט ארויסגערינען קיין איין טראפ קראנטע אינפארמאציע אויף די קעיס.

[NAMELESS] » דינסטאג יולי 9, 2024 11:12 am

· #567661
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
קלמישל2 #
למעשה, איז נאכנישט ארויסגערינען קיין איין טראפ קראנטע אינפארמאציע אויף די קעיס.
אין אייוועלט האט איינער געשריבן אז ער האט קראנטע אינפורמציה אז עס איז ליידער א שווערע קעיס ער האט נישט געוואלט זאגן פרטים.
בלאט: 1 2 3 4