פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
139 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17049
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
לאכעדיג #
מיסטעריע #
נישט ריכטיג, בנו בכורו איז געווען רבי אברהם אהרן מקאלביסוב, און די ייטב לב איז נאך געפארן אסאך יארן פריער זיך שלאגן מיט .... וד"ל אז זיין זוהן זאל באקומען אין קאלביסוב די רבנות, "ווייל ער האט ביי זיך געהאט אין פלאן צו אויפנעמען דעם קדושת יו"ט אויף זיין פלאץ אין סיגוט"
ריכטיג. רבי אברהם אהרן איז טאקע געווען די בכור פונעם ייטב לב אבער די עולם אין סיגוט האט געהאלטן אז רבי משה יוסף וועט איבערנעמען, למעשה האבן די
כהנא פאמיליע הנכבדה אפגעמאכט אז די קדושת יום טוב איז א בעסערע קאנדידאט ווייל אים וועלן זיי בעסער קענען פירן ביי די נאניע.
משפחת כהנא האט געהאט א תביעה אויף די רבנות, קען זיין אז אין סאטמער פארקויפט מען זיי אלץ טראבעל מעיקערס, איך ווייס נישט
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
פרוכט זאפט #
א איד א ת"ח האט מיר געזאגט אז די גאנצע מושג אז ביאלא רבי שרייבט אין די צוואה "איך בין ממנה פלוני" זאל ווערן רבי האט נישט קיין שום זין. א רבי אדער רב קען נישט "ממנה זיין" ווער ס'זאל אים איבערנעמען, ער קען בעטן די קהילה אז זיי זאלן פליז ממנה זיין פלוני, און אויב זיי ווילן קענען זיי אים פאלגן.
לאו דווקא
תלמידים/חסידים דארפען פאלגן זייער רבי.
ער הייסט זיי נישט צו מקבל זיין דווקא זיין ממשיך, קענסט גיין ווי דו ווילסט, אבער דריי נישט איבער "מיין" פלאץ.
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
1) דער ביאלא רבי האט זיך נישט געדארפט פארען מיט זיין רביצין וואס איז נישט געווען געזונט און ער אליין איז שוין געווען א שוואכער נישט געזונטער, זאלן אירע קינדער און איינקלעך קעהר נעמען פין זייער אלטע קראנקע מאמע, אזווי יעדער נארמאלע משפחה טוט.
2) ער האט אויפגעבויט די חסידות אין האט געהאט אלע רעכטן צו ממנה זיין וועלכע קינד זיינער וואס וועט ממשיך זיין די חסידות.
3) אין אסאך חסידות איז אזוי געווען אזוי, בעלזא די מיטעלע רב ר' יהושע איז נישט געווען די עלטסטער פונעם שר שלום, ר' ישכר דוב איז נישט געווען די עלטסטער, מען האט געזאגט צו בכתב צו בעל פה ווער איז געאייגענט צו פירן די חסידות, וכהנה וכהנה.
4) אין סאדיגורא איז יעצט אויך אזוי, דער רבי האט געוואוסט אז יהושע העשיל איז מער ווי זיין ברודער אין אלעס, און אז מש"י איז נישט באליבט ביי אסאך חסידים, האט ער געשריבען צוואה ווער עס זאל זיין רבי און עס האט זיך זייער גוט אויסגעארבעט, ער פירט די חסידות זייער שיין נאך מער ווי זיין אייגענע טאטע.
5) איך האלט אז דער סקווירא רבי זאל לאזן צוואה אז ר' יעקב יוסף זאל זיין רבי נאך עם, ער האט אסאך מער כלים און איז אסאך מער באליבט אין סקווירא ווי אהרן מענדל און איציק.
אין בעלזא זאל דער רב לאזן צוואה אז זיין אייניקל ר' שלום זאל איבערנעמען נאך עם, ער איז א חכם, איז זייער באליבט אין בעלזא אסאך מער ווי זיין טאטע ר' אהרן מרדכי וואס איז א גרויסע טיפש און האט נישט אסאך מענטשן וואס האבן עם ליב!
עד כאן מיין מיינונג אין דער נושא!!
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
בעל דרשן #
א שטארקע זאך די עלסטע ברודער זאל מכתיר זיין די יונגערע ברודער, די צוואה האט די רבי געגעבן פאר די עלסטע זון תשע"א.
קידוש השם !!
ווער זאגט אז ער וויל בכלל זיין א רבי?
נאך אלעם איז פירן א ציבור אידן נישט קיין לייכטע זאך.

אייביג פרייליך #
5) איך האלט אז דער סקווירא רבי זאל לאזן צוואה אז ר' יעקב יוסף זאל זיין רבי נאך עם, ער האט אסאך מער כלים און איז אסאך מער באליבט אין סקווירא ווי אהרן מענדל און איציק.
נעה...
אייביג פרייליך #
אין בעלזא זאל דער רב לאזן צוואה אז זיין אייניקל ר' שלום זאל איבערנעמען נאך עם, ער איז א חכם, איז זייער באליבט אין בעלזא אסאך מער ווי זיין טאטע ר' אהרן מרדכי וואס איז א גרויסע טיפש און האט נישט אסאך מענטשן וואס האבן עם ליב!
און אהרן מרדכי זאל קומען צום זון'ס טיש?..
אז א"מ ווערט רבי מיינט דאך דאס אויטמטיש אז זיין שלום גייט פירן. סאו אלעס איז בסדר.
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
גארטל #
בעל דרשן #
א שטארקע זאך די עלסטע ברודער זאל מכתיר זיין די יונגערע ברודער, די צוואה האט די רבי געגעבן פאר די עלסטע זון תשע"א.
קידוש השם !!
ווער זאגט אז ער וויל בכלל זיין א רבי?
נאך אלעם איז פירן א ציבור אידן נישט קיין לייכטע זאך.
יא יא, טאקע נישט קיין לייכטע זאך, און וועגן דעם שלאגט זיך יעדער איינער גייענדיג צוריק שוין דורי דורות !!
הער זיך איין ס'האט נאך (כמעט) נישט פאסירט אז מ'זאל דארפן צווינגען איינעם אנצונעמען די עול האדמורו"ת
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
אייביג פרייליך #
5) איך האלט אז די סקווירא רבי זאל לאזען צוואה אז יעקב יוסף זאל זיין רבי נאך עם , ער האט אסאך מער כלים אין אסאך מער באליבט אין סקווירא ווי אהרן מענדל אין איציק
א גרויסע חסידות, איז יא כדאי צי צעטיילן, ווייל עס איז דא גענוג וואס גייען נישט זיין צופרידן פון איינעם, און ס'איז אויך דא גענוג פאר צוויי
פון די געזיכט אויסדרוקן זעהט מיר אויס ווי דעם יונגערן ברודער ברענט מער די תאוות הרביסטיווע ווי דעם בכור, אולי בין איך מיך טועה אבער אזא רושם מאכן זיי.
Re:
הכנה דרבה #

ווער ביזטו אפצומאכן וואס ס'ברענט פאר יענעם
איז דאס א קשיא אויף מיינע רייד אדער א ראיה?
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
כספי #
אינטערסאנטער #
אגב די ייטב לב האט אויך געשטעלט זיין דריטע זוהן די קדושת יום טוב פאר רב אין סיגוט, וואס איז אויך דאן געווען א פלא פארוואס ער שטעלט נישט די עלסטע זוהן.
און אין סאטמאר האט דער ברך משה אויך געשטעלט זיין דריטע זון פאר רבי, וואס איז אויך דאן געווען א פלא פארוואס ער שטעלט נישט די עלטסטע זון...
דער ברך משה האט נישט געשטעלט זיין דריטע זון פאר רבי, און ס'נישט געווען קיין שום פלא..
דער ברך משה האט "גארנישט" געגעבן פארן דריטן זון, בקושי איז ער געווען א ישיבה קטנה מגי"ש..
ער איז טאקע אייביג געווען אנגעווייטאגט פארוואס ער איז די איינציגסטע וואס איז אזוי אויסגעשפיעלט, זיינע יונגערע געלונגענע שוואגערס האבן באקומען שענערע פאזיציעס.. זיין טאטע איז געווען א גוטע מבין אויף זיין בן השלישי און עם גארנישט געגעבן, ס'באוואוסט די מעשה פונעם ברך משה פאר זיין אפעראציע אויף די פיס ווי ער האט אנגעזאגט על כל צרה שלא תבוא אז מ'זאל אויפנעמען בנו הגדול, און עקסטער אריינגערופן בנו השלישי און דירעקט אנגעווארנט ער זאל ביהעיוון און זיך צושטעלן.
נאר ווען דער ברך משה איז שוואכער געווארן און אנגעהויבן ליידן אויף שכחה, און בנו הגדול האט זיך צופראסקעט מיט'ן גבאי'ן, דאן האט דער בנו השלישי אראפגעגנבע'ט א שיינעם ריזיגן חתיכה פונעם אימפעריע, בלי צוואה ובלי דין תורה, אך ורק בכוח הזרוע וטעראר...
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
טוה מיר א טובה ביטע...
ער איז געווען רב אין ירושלים, דערנאך אין וויליאמסבורג בבית מדרשו של אביו, און היינט איז ער פון די גרעסטע אדמורי"ם בדורינו, נאך אפשר מער פלייש ווי זיין ברודער.
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
אייביג פרייליך #
אין בעלזא זאל דער רב לאזן צוואה אז זיין אייניקל ר' שלום זאל איבערנעמען נאך עם, ער איז א חכם, איז זייער באליבט אין בעלזא אסאך מער ווי זיין טאטע ר' אהרן מרדכי וואס איז א גרויסע טיפש און האט נישט אסאך מענטשן וואס האבן עם ליב!
איך בין סתם נייגעריג, וואס איז די מקור אז ר' שלום איז יא קלוג און געלונגען, און וואס איז די מקור אז רא''מ איז נישט?
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
די מקור איז: פרעג עני בעלזער חסיד און ער וועט עס דיר זאגן.
האסט שוין אמאל געזען ווידיאס פון ר' אהרן מרדכי רעדן און שלום רעדן? די מרחק איז כרחוק מזרח למערב! שלום האט class און רעדט מיט class, זיין טאטע רעדט אן א טראפ class אין האט נישט קיין טראפ class!!
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
בעל דרשן #
טוה מיר א טובה ביטע...
ער איז געווען רב אין ירושלים, דערנאך אין וויליאמסבורג בבית מדרשו של אביו, און היינט איז ער פון די גרעסטע אדמורי"ם בדורינו, נאך אפשר מער פלייש ווי זיין ברודער.
דאס אלעס האט זיך אנגעהויבן ווען דער פאטער איז שוין נישט געווען געהעריג ביי די כוחות. ווען דער ברך איז געווען פעסט געזונט, האט ער גארנישט באקומען (אייגנטליך יא, סיגוט אין בארא פארק...)

תשנ"ו איז ער געווארן רב אין ירושלים, איז די ברך משה מער נישט געווען ביים דעת דען ? איך פרעג ווייל איך ווייס נישט

איך האב געזען, און אפילו בהקיץ אויך. איך זעה נישט וואס מען זאגט זאל זיין אמת.
ס'איז מער אז איינער האט געזאגט, און יעדער זאגט נאך ווייל מען פילט ווי מען איז אין דער זאך... גארנישט ווערט א פאקט בלויז ווייל א ניק האט אזוי באשלאסן.
און איך האב געפרעגט מערערע בעלזא חסידים און קיינער האט נישט געזאגט אז ער האט נישט קיין קלאס אדער אז ער איז נישט קלוג.

ניין, מער נישט געזאגט קיין תורה און כמעט נישט גערעדט ברבים, ווען יא האט ער געהאלטן אין איין איבערזאגן, שטייצעך ס'געווען בעסערע און שוואכערע צייטן דא און דארט, אבער שוין נישט געווען אזוי אין די כלים..
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
ווען עריז געווען אין די כלים האט מהרז"ל כמעט ווי נישט עקזיסטירט, און עד היום איז מהרז"ל אנגעווייטאגט דערפאר.. פארגינט נישט פארן עלטערן ברודער דאס אטעם..

נחום הסופר #
בעל דרשן #
טוה מיר א טובה ביטע...
ער איז געווען רב אין ירושלים, דערנאך אין וויליאמסבורג בבית מדרשו של אביו, און היינט איז ער פון די גרעסטע אדמורי"ם בדורינו, נאך אפשר מער פלייש ווי זיין ברודער.
דאס אלעס האט זיך אנגעהויבן ווען דער פאטער איז שוין נישט געווען געהעריג ביי די כוחות. ווען דער ברך איז געווען פעסט געזונט, האט ער גארנישט באקומען (אייגנטליך יא, סיגוט אין בארא פארק...)
געגעבן די הכשר אױף די מצות. ס'איז געװען זײן נאמען אױפן באקס..
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
פאלגזאם #
אייביג פרייליך #
די מקור איז: פרעג עני בעלזער חסיד און ער וועט עס דיר זאגן.
האסט שוין אמאל געזען ווידיאס פון ר' אהרן מרדכי רעדן און שלום רעדן? די מרחק איז כרחוק מזרח למערב! שלום האט class און רעדט מיט class, זיין טאטע רעדט אן א טראפ class אין האט נישט קיין טראפ class!!
איך האב געזען, און אפילו בהקיץ אויך. איך זעה נישט וואס מען זאגט זאל זיין אמת.
ס'איז מער אז איינער האט געזאגט, און יעדער זאגט נאך ווייל מען פילט ווי מען איז אין דער זאך... גארנישט ווערט א פאקט בלויז ווייל א ניק האט אזוי באשלאסן.
און איך האב געפרעגט מערערע בעלזא חסידים און קיינער האט נישט געזאגט אז ער האט נישט קיין קלאס אדער אז ער איז נישט קלוג.
בעלזא רב'ס פאפולעריטעט איז צוליב זיין כאריזמע, חכמה און ביצים, וואס דעמאלטס שאדט נישט אזוי שטארק די קאלטקייט (און ס'קען גאר זיין א מעלה אז ער האלט א דיסטענס פון די חסידים, שטייטצעך פון א פאפולעריטעט פערספעקטיוו).
הרב א"מ פרובירט נאכצומאכן זיין פאטער מיטן זיין א קאלטער, ווייל ער מיינט אז פון דא שטאמט די פאטער'ס פאפולאריטעט.
מילא חכמה, כאריזמע אדער ביצים האט ער נישט (ער איז נישט קיין טיפש, אבער אקעגן זיין טאטע זעהט ער אויס ווי איינס), און ער איז א קאלטער נאך אויך, ממילא האט דער עולם אזא בליק אויף אים.
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
לויט וויפיל איך ווייס איז הרב א''מ אויך היבש פאפולער ביי חסידי בעלזא, דער פראבלעם איז אז ער איז טאקע נישט קיין גוטער רעדנער, רעדט קאלט און טרוקן. א שאד ער לערנט זיך נישט אביסל צו.
(יעצט טראכט איך 'א שאד פאר וועם'?, ער גייט עניוועי זיין רבי און עניוועי גייען אים טויזענטער אויסהערן, טא פארוואס זיך צולערנען?)
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
הרה"צ ר' א"מ האט (געהאט?) social anxiety/phobia. געהערט אז די לעצטע 10 יאר ארבייט ער דעראויף.

קהל'ס נער #
בעלזא רב'ס פאפולעריטעט איז צוליב זיין כאריזמע, חכמה און ביצים, וואס דעמאלטס שאדט נישט אזוי שטארק די קאלטקייט (און ס'קען גאר זיין א מעלה אז ער האלט א דיסטענס פון די חסידים, שטייטצעך פון א פאפולעריטעט פערספעקטיוו).
הרב א"מ פרובירט נאכצומאכן זיין פאטער מיטן זיין א קאלטער, ווייל ער מיינט אז פון דא שטאמט די פאטער'ס פאפולאריטעט.
מילא חכמה, כאריזמע אדער ביצים האט ער נישט (ער איז נישט קיין טיפש, אבער אקעגן זיין טאטע זעהט ער אויס ווי איינס), און ער איז א קאלטער נאך אויך, ממילא האט דער עולם אזא בליק אויף אים.
ער שיינט מיר נישט צו זיין קיין קאלטער, אבער קען זיין.
יישר כח פארן ענטפערן כהוגן.
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
יין שרף #
הרה"צ ר' א"מ האט (געהאט?) social anxiety/phobia. געהערט אז די לעצטע 10 יאר ארבייט ער דעראויף.
קענסט מיר ווייזן די גאנצע אפיציעלע דיאגנאסיס?
שיין צו זעהן ווי געוויסע ווילן זיך איינדרעדן אז ר' א''מ גייט נישט איבערנעמען, אבער די מציאות איז שווארץ אויף ווייס, אז ער גייט וויירשיינדלעך זיין די בעלזא ממשיך,
קען זיין אז ר' שלום איז מער געריבן ווי אים, אבער די עצם פאקט אז כהיום פירט שוין ר' א''מ די חסידות מיר ווייניגער, איז נישט דא קיין הו''א אז ער זאל נישט איבערנעמען
למעשה איז ער פארמישט אין יעדע בעלזא פראיעקט, שוין באלד מער ווי זיין טאטן, און ס'פשוט אז ער גייט אלעס איבערנעמען
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא
ס'פשוט אז ער גייט ווערן רבי, אבער ער גייט זיין א CEO וואס דארף פאלגן וואס די באורד הייסט, אזויווי מהרז"ל.
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
איך האב שוין אמאל פערזענליך גישמועסט מיט ר' אהרן מרדכי (איך בין נישט קיין בעלזער), ער האט אנדערע חסרונות, אבער טיפשות וואלט איך נישט געזאגט ביי אים, און קאלטקייט שפילט ער יא לכאורה צו ווייזן אז ער איז בעה"ב און ס'וועט אים טאקע העלפן
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
אמאהלגעקעננט #
געגעבן די הכשר אױף די מצות. סאיז געװען זײן נאמען אױפן באקס.
מוראדי'ג, ער האט עם געגעבן סיגוט ב"פ וואס האט פארמאגט אפאר באטשי'ס מגולחים, און אויך די הכשר אויף גאנץ קערעסטירער מצה בעקערי.. פשיהא ממש א מלוכה...
אה.. און טאקע נישט פארגעסן, אויך א מגי"ש/שו"מ אין ישיבה קטנה..
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
מן הסתם #
ווען עריז געווען אין די כלים האט מהרז"ל כמעט ווי נישט עקזיסטירט, און עד היום איז מהרז"ל אנגעווייטאגט דערפאר.. פארגינט נישט פארן עלטערן ברודער דאס אטעם..
די פעטוועי רבי פארגינט נישט קיינעם. א זויערע פיקל
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
פעטוועי רבי #
די פעטוועי רבי פארגינט נישט קיינעם. א זויערע פיקל
איך דינג זיך נישט
ווער פון זיינע קינדער האט שוין א שטעלע? והוא פלא
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
ווי ווינדערלעך מהאט פארוואנדעלט די ביאלא אשכול אויף נאך א סאטמאר מחלוקות אשכול

מחצה''ק #

זייער ריכטיג.
רבותי ביטע לאזן סאטמארע חזיריי אינדרויסן און נישט פארדרייען דעם אשכול.

וואס טוט זיך מיט די ירושת ממון פונעם רבין זצ"ל ?

ביאלא, ער האט איבערגעלאזט א געוואלד מיט קרקעות
דירות און תל אביב
צפת, ועוד
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
שמעקעדיג #
מחצה''ק #
ווי ווינדערלעך מהאט פארוואנדעלט די ביאלא אשכול אויף נאך א סאטמאר מחלוקות אשכול
זייער ריכטיג.
רבותי ביטע לאזן סאטמארע חזיריי אינדרויסן און נישט פארדרייען דעם אשכול.
איך בין טאקע שולדיג (מיט א פשוט'ע ווערטל), אין פארדרייען דעם אשכול.
אבער דאכט זיך מיר, אז כך הוא דרכה של קאווע-שטיבל בימים האלו, אז אשכולות פארן רינגס און ארום, און כ'זעה נישט אז ס'זאל דוקא זיין אזא גרויסן פראבלעם.
אין די עכטע (אדער פאלשע?) קאווע שטיבל אין בית המדרש, פארן אויך שמועסן אזוי, מ'פאנגט אן ביאלא און מ'ענדיגט ביי ראיסי, און אינצווישן איז מען מסדר נאך אסאך נושאים. כ'פארשטיי דא איז עס מער מסודר, ס'דא אשכולות, אבער דאך...
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
ביסט גערעכט, נישט קיין פראבלעם, מען מעג אמאל פארדרייען אן אשכול, און איך מעג עס צוריקדרייען...
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
מחובר לקרקע #
וואס טוט זיך מיט די ירושת ממון פונעם רבין זצ"ל ?
ס'איז נישט מיינע געשעפטן
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
גארטל #
בעל דרשן #
א שטארקע זאך די עלסטע ברודער זאל מכתיר זיין די יונגערע ברודער, די צוואה האט די רבי געגעבן פאר די עלסטע זון תשע"א.
קידוש השם !!
ווער זאגט אז ער וויל בכלל זיין א רבי?
נאך אלעם איז פירן א ציבור אידן נישט קיין לייכטע זאך.
טאקע אזוי. ער איז א רב פאר מאנטשעסטער אידן ווייל דאס וויל ער זיין.