א קרעכטס אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד
45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16959
א קרעכטס אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד
די מלמדים ארבעטן איבערמידליך און דינען געטריי זייערע אויבערהארן. טוהן זייערע ארבעט מיט אן איבערגעגעבנקייט און עס קומט זיך זיי אלעס אויפן וועלט. דערמיט שטום איך צו.
נאכן אפגעבן מיין אפציעלע צושטימונג, קען איך אנהייבן.
איך צאל שווערע געלטער פאר שכר לימוד. איך בין נישט פון די וואס נאטור האט זיי צוגעשטעלט א גן עדן התחתון, איך בין ענדישע פון די רוב וואס שפירן זיך בארויבט און פארשווינדלט. קרעכצן און לעכצן און טראגן טענות און מענות אויפן גאנצן סיסטעם, פון דער סטאק מארקעט אין ניו יארק ביזן יוריסטיקציע סיסטעם אין וואשינגטאן די סי, אלעס איז קארופטירט אין מיינע אויגן.
וואס איך פארשטיי נישט איז, וואס גייט דא פאר? די מוסדות'ן, קען זיין אז זיי מיטשען זיך, אבער דאס איז נישט מיין פאראנטווארטליכקייט. וואס איך וויל פארשטיין איז פארוואס צאל איך דאפלט דער פרייז וואס עס קאסט מיך רענט א חודש, פאר עפעס וואס איך האב ניטאמאל אן אהנונג וועלכע נוצן איך באקום דערפאר? איך ווייס נישט וואס איך קויף דערמיט. מיינע קינדער קומען אהיים מיט אן ערציאונג וואס איך וואלט זיי קיינמאל נישט געגעבן אלס אן ארענטליכע טאטע וואס זארגט זיך באמת פאר זיינע קינדער. זיי לערנען דארטן מאטעריאל געאייגנט פאר [אומאיידעלע ווערטער זענען נישט געראטן – מיך אליין] באשעפענישן און איך דארף נאך ארויסשלעפן דאס ביסן פון מיין מויל דאס צו פינאנצירן און ווער רעדט נאך פון דעם אז דער מוסד שטייט אויף מיין קאפ און וויל וויסן פונקטליך וועלכע וועב זייטליך איך באזוך, ווי אפט איך וואטש פרן, וועלכע פּ. שטערנס איך גלייך אא"וו. זיי זענען פארנומען אריין צוקריכן אין מיינע קישקעס, שלעפן ארויס פון מיך א געהאלט פון א שמיטה, מדי חודש בחודשו, פארוואס? אז ווען מיינע קינדער קומען אהיים פון חדר זאלן זיי זינגען לידער פונעם רבי'ן שליט"א און זאלן מיך אנהייבן צו טיילן דעות וויאזוי מען דארף זאגן ברכות אדער זיך וואשן דער האנט? וואו איז דער יושר?
איך האב נישט קיין ברירה, איך מוז שוקן מיינע קינדער דא, דערפאר בין איך טאקע דא. ווען איך האב ווען דער מינדעסטע ברירה, לערנען זיי שוין לאנג אין א פובליק שולע, פריי פון אפצאל און איך וואלט שוין געזארגט זיי צו ערציען אונטער די תורה ווירדן ביי מיך אינדערהיים, אבער איך האב דאך נישט קיין ברירה, איך שוק זיי צו דיך און דו בעטסט מיך אזא פרייז דערפאר? איך האב דיך פארקויפט מיינע אייגענע קינדער, איז דאס נישט גענוג פאר דיך? נאר בזכות דיך וועלן זיי קיינמאל נישט וויסן מאטעמאטיק, ענגליש, סייענס און ענדשינירונג, נאר בזכות דיך וועלן זיי העכסט ווארשיינליך קיינמאל נישט טרעפן עפעס א נארמאלע זאך מיט וואס צו פארברענגען די צייט חוץ פון לשון הרע און רכילות און וועלן נישט מאכן קיין געלט פון עפעס אויסער אויב עס געלונגט זיי צו דרייען פראפערטיס און אָנזעצן אנדערע, און אין אויסטויש דארף איך דיך צאלן מיינע שווערע אויסגשוויצטע געלטער? געלט וואס איך וואלט ווען געקענט נוצן אויף מיליאן אנדערע וועגן, בעסער צו מאכן מיין לעבן אין דאס לעבן פון אזוי פול אנדערע?
אפשר איז דאס נאך א באווייז אז
אונזערע וועלט איז די אקטועלע גיהנום און דאס איז נאך א רינגעלע אינעם ברענעדיגן פייער אין וועלכע מיר האבן זיך געטראפן בראטן זינטן בורט? גיי ווייס...
Re: א קרעכטס אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד
צו די וועלט בכלליות איז א גיהנום איז טאקע א פארצווייגטע נידון, אבער אונזער היימישע וועלטל איז דאך פשוט אזוי (מוחות דחוקות מתענגין בו וחפצי חיים מתלהטין בו)
Re: א קרעכטס אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד
הרב דיכטער איך פיל דיין צער, אבער רעדט דיך נישט איין אז אויב וואלטן דיינע קינדער געלערנט אין פובליק שולע וואלט בעסער געווען, די איינציגסטע מעלה פון פובליק שולע איז אז ס׳איז בחנם, חוץ פון דעם זעה איך נישט אז ס׳זאל ארויסקומען בעסערע פירות אדער זיי זאלן קענען מער פון אונזערע קינדער.
איין זאך זאלסטו וויסן אז א טאטע קען לערנען מיט א קינד אין איין שעה מער ווי א טיטשער קען לערענען א גאנצע וואך, אויב די ווילסט עפעס אויס לערנען דיינע קינדער עפעס וואס מען לערנט נישט אויס אין חדר קענסטו עס זייער גרינג מאכן, חוץ אויב די ווילסט אז די גאנצע וועלט זאל ארבעטן פאר דיר און די זאלסט האקן א לעבן אין גארנישט טוהן איז טאקע נישטא קיין עצה.
די בעסטע זאך וואס די קענסט טוהן פאר דיינע קינדער איז קוקן אויף די גוטע זייט פון יעדע זאך אין זיי אויסלערענען צו טראכטן פאזעטיוו, איך האב קרובים וואס זענען זייער פרום אין צוריקגעבליבן, אבער מיין זיידע איז אייביג געווען פרייליך אין נאר געזעהן די גוטס אין יעדע זאך און ער האט קיינמאל נישט בארעדט קיינעם אין ס׳איז אים קיינמאל נישט אנגעגאנגען וואס די שכנים אדער אנדערע מענטשן טוהן ( ער איז געווען די איינציגסטע שטריימל אויף זיין בלאק), ער האט אויף געשטעלט א דור פון קינדער וואס גייען אין זיינע דרכים אין זענען אייביג פרייליך און געשמאקע מענטשן, ווען ס׳איז דא א שמחה קומט מען שוין פאר די צייט אין מ׳פארברענגט אין די וועלט אריין, אלעס איז פאזעטיוו קיינער וויל נישט אנטלויפן יעדער פרייט זיך מיט די שמחה, אפילו ס׳איז דא וואס פלאגן זיך פאר פרנסה אדער אנדערע פראבלעמען, (נ.ב. אין די משפחה איז נישטא קיין פער פרעשור, יעדער טוט וואס ער וויל, איינער קען מאכן א טייערע וואך נאכט אין די נעקסטע טאג קען די ברודער מאכן א וואך נאכט מיט אביסל קעיק)
פון די אנדערע זייט האב איך קרובים וואס קומען פון בעסערע שטובער און האבן גרויסע ביזנעסער אין געהאט א בעסערע ערציאונג, אבער זיי זענען מענטשן וואס ווען זיי מאכן א שמחה אפילו ס׳איז גוטע עסן אין שיין צוגעשטעלט גייט יעדער אנקומען צוויי שעה שפעט אין קוקן אויפן זייגער ווען מ׳קען שוין אנטלויפן, קיינער האט נישט הנאה פון די שמחה אין ווען איך טרעף זיי אויף די גאס קען מען רעדן אפאר מינוט אין מגייט ווייטער (איך רעדט נישט פון דעפרעסטע מענטשן, איך רעדט פון טיפיקעל מענטשן אזוי ווי רוב מענטשן)
ביקצור איך האלט אז איינמאל א מענטש איז פאזיטיוו גייט אים גארנישט שטיין אין וועג, אויב וויל ער עפעס גייט ער זיך גיין אויסלערנען און נישט זיצן און בלעמען די גאנצע שטאט.
Re: א קרעכטס אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד
גארנישט געוואוסט וואס מען קען זיך אלס לערנען פון אן איינפאכע פאר @זאקן… זייער גוט זאגסטו…
Re: א קרעכטס אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד
איך פארשטיי אז די אפרישיעטס נישט דער אזוי גערופענער חינוך וואס דער מוסד ווי די שיקסט דיינע קינדער שטעלט צו.
אבער דאס איז נישט עק וועלט, דער עיקר פראבלעם איז דער הויכע קאסט, יא?
נו, ווער לאזט נישט שיקן אין פאבליק סקול?
די ווייסט אז זיי זענען מחיוב צו לערנען דיינע קינדער אויף יודיש, אויב נאר דאס איז זייער שפראך…
עס איז אויך דא א לעגאלע אפציע פון האום סקולינג
גו אהעד!
Re: א קרעכטס אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד
רבותי, עס קומט א איד, זאגאר א דיכטער, און גיסט זיך אויס זיין פארקלעמטע הארץ, ער זוכט נישט קיין על-מנת-שתעלי-לרקיע סארט עצות, פארקערט, ער וויינט פאר אונז אלע, לאמיר שרייען צוזאמען: אמן, לו יהי! אונז זאלן שוין בקרוב אויפגעראכטן ווערן.
Re: א קרעכטס אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד
אפשר א משהו אף טאפיק, איך זע אבער לעצטנס היבש א גרויסע מאוומענט פון אינגערלייט אין מיין אומגעגנט זיך רעגן אויף די היימישע חינוך סיסטעם, טאקע נישט אזוי ווייט איבער די קאסטן אבער יא איבער די uselesness דערפון.
עס איז באמת דא אסאך צו טון סיי אין די אלגעמיינע קוריקולעם צו לערנען מער און בעסער (סייענס, געאגראפיע, היסטאריע, מאטעמאטיק,) - און בעיקר אין די קודש חלק וואו מ'קען אזויפיל אויפטון מיטן טרעינען בעסערע מלמדים און האבן א בעסערע און מער מסודר'דיגע קוריקולעם (ואכמ"ל). די פראבלעם איז נאר אז די סיסטעם איז צו שטאנדהאפטיג און ראסטיג עס צו קענען רירן אן קיין ווידערשטאנד.
מיין שאלה איז נאר צו מיטן טויש אין די בליק פון אזויפיל אינגערלייט איז דא האפענונג אז א טויש וועט נאכקומען (אויף איין וועג אדער א צווייטע) אדער איז עס א לאסט קעיס?!
Re: א קרעכטס אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד
א גוטע פוינט.
מיט גענוג א שטארקע קראפט דארף מען לכאורה קענען רוקן פאראסטעטע שטאל אויך.
די סיבה פארוואס איך ברענג ארויף די קאסטן איז ווייל ווער עס האט שוין אמאל געטוהן אין דעם, ווייסט אז א חינוך מוסד איז א פראיעקט וואס קאסט אפ שווערע, שווערע געלטער אויפצוהאלטן און צו פירן און כמעט אין אלע פעלער מיטשענען זיך די טרעגערס זיי צו שלעפן, טאג טעגליך. די שאלה איז, פאר וועמען? וועמען טוען זיי צוליב דערמיט?
ווילאנג דער סיסטעם פארט אזוי וועלן גאר ווייניג האבן דעם קוראזש צו שווימען אויף דער פארקערטע ריכטונג און וועלן מיט שווימען אפגעזען די קאסטן און די רעזולטאטן, אבער אפשר פארט איז דא א מהלך.
קען זיין אז דער גאנצע לעבנסשטייגער פון האבן א פולע טאג ארבעט און דערפאר מוזן אפשוקן די קינדער פון פארטאגס ביז אין דער נאכט אריין צו א ״דראפ-אפפ״ לאקאציע, איז איבערהויפט קעגן דער נאטור און גארנישט וועט נישט ארבעטן אנשטאט איר.
Re: א קרעכטס אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד
אמת.
די יונגערע דור פון טאטעס, די וואס זענען יעצט נישט לאנג צוריק דורך די זעלבע חינוך סיסטעם, פאדערען טוישונגען, און בעסערע רעזולטאטן,
פראבלעם קומט צוריק צו געלט…
די אלע טרעינען מלמדים, מסודר׳דיגע קוריקולעם, באגלייטן יעדער קינדס פראגרעס, ועוד ועוד… די אלע זאכן קאסטן הון תועפות…
ווער זאגט?, אפשר דארף עס נישט קאסטן אזוי טייער?
גיי און זיי מברר וויאזוי עס גייט צו ביי די גוטע מאדערן אוטרעדאקס סקולס.
וועסט זיין און שאק וויפיל סקאסט דארט סכ״ל א חודש…
ביסט גרייט צו הערן ???
זעץ זיך אוועק אויף א בענקל, אדער אויפן ערד גאר…
$30,000.00
יא יא! פאר איין קינד! איין יאר!
איין מוניט, נאך נישט פיניש,
דאס איז נאר פאר בערך אביסל מער ווי 9 חדשים א יאר,
זומער איז נישט אינקלאדעט.
אין אויך, סאיז נישטא קיין לאנטש פראגרעמס, די קינדער קענען אדער מיטברענגען יעדן טאג, אדער קופען אין קאמעסערי…
נו ווילסט זיך פארמעסטן מיט דעם?
ביסט גרייט צו צאלט פאר 4-7 קינדער דיע סכומים? יעדעס יאר?
Re: א קרעכטס אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד
וואו גייען די ארימערע ביי זיי? פובליק סקול?
זענען זיי אלע פארמעגליך? (איך גלייב אזוי פיל - אז זיי האבן נישט מער קינדער ווי דאס וואס זיי קענען עפארדן)
לגבי אונז:
לדעתי פעלט זיך אויס אן איינמאליגע פאנטאסטישע סומע אויפצוסעטן און רעפארמען די גאנצע סיסטעם, טרענירן מלמדים, אויפסעטן א נארמאלע שכ"ל סיסטעם געבויט אזויווי יעדע אנדערע ביזנעס אן קיינע רחמנות מעשיות, דינגען געלערנטע תלמידי חכמים צו אויסשטעלן א קוריקולעם, וכו' וכו'.
איך גלייב נישט אז די אקטועלע שכ"ל דארף באמת קאסטן אזוי איבערגעטריבן (מ'קען זיך זעצן איבער אן עקסעל שיעט..)
והעיקר, איינמאל מ'האט א דור פון עדיוקירטע-אחריות'דיגע מענטשן קען מען זיך ממילא דעקן בעסער. (אנשטאט צאלן פאר טייערע פורניטור, שטריימלעך, אדער מיעט באורדס...)
Re: א קרעכטס אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד
אלפא #
אפשר א משהו אף טאפיק, איך זע אבער לעצטנס היבש א גרויסע מאוומענט פון אינגערלייט אין מיין אומגעגנט זיך רעגן אויף די היימישע חינוך סיסטעם, טאקע נישט אזוי ווייט איבער די קאסטן אבער יא איבער די uselesness דערפון.
עס איז באמת דא אסאך צו טון סיי אין די אלגעמיינע קוריקולעם צו לערנען מער און בעסער (סייענס, געאגראפיע, היסטאריע, מאטעמאטיק,) - און בעיקר אין די קודש חלק וואו מ'קען אזויפיל אויפטון מיטן טרעינען בעסערע מלמדים און האבן א בעסערע און מער מסודר'דיגע קוריקולעם (ואכמ"ל). די פראבלעם איז נאר אז די סיסטעם איז צו שטאנדהאפטיג און ראסטיג עס צו קענען רירן אן קיין ווידערשטאנד.
מיין שאלה איז נאר צו מיטן טויש אין די בליק פון אזויפיל אינגערלייט איז דא האפענונג אז א טויש וועט נאכקומען (אויף איין וועג אדער א צווייטע) אדער איז עס א לאסט קעיס?!
איך פלאג מיך שוין לאנג מיט אט די חקירה:
פון איין זייט שטייען די אינגעליייט פון וועלכע די רעדסט, און לעכצן פאר טויש
פון די אנדערע זייט שטייט די סיסטעם
מי נדחה מפני מי?
הוי אומר יחיד נדחה מפני רבים!
ואפרש שיחתי:
בעצם טראכט איך אסאך מאל אז ס'מוז זיין אז צום סוף (ווען???) וועלן די רעבעלן און די טויש-לעכצער געווינען, און די סיבה דערצו איז איינפאך:
מיר האבן די יצר הרע אויף אונזער זייט!
מיר האבן די אינטערנעט אויף אונזער זייט.
מיר האבן די נאטורליכע נייגער און ווילן פון א מענטש צו זיין נארמאל און ראציאנאל אויף אונזער זייט.
מיר האבן קאמאן סענס אויף אונזער זייט.
בקיצור: מיר זענען אסאך בעסער אויפגעריסטעט מיט טכסיסי מלחמה אינעם קאמף פאר טויש.
דא קומט דער ''אבער'' און טאקע א גרויסער "אבער":
די אלע אנגעווייטאגטע אינגעלייט גייען נישט געבוירען האלב אזויפיל קינדער וויפיל דער חאניאקישער פאנאטישער אינגערמאן האלט אין איין געבוירן! דער 'פן ירבה ונוסף גם הוא על שונאינו ונלחם בנו' ווערט פארווירקליכט אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט! ששה בכרס אחד...
דעריבער דער אנגעווייטאגטער אינגערמאן בלייבט זיך מיט זיינע 2 קינדער , וואס באדייט אז זיין דעמאגראפיע וואקסט נישט, ווידעראום דער פאנאטישער נעמט נקמה אין די נאצי'ס און פרוכטבארט זיך אויף א מאסשטאבליכע פארנעם. און ער ערציט דאך זיינע קינדער צו שטיצן און ליב האבן דעם סיסטעם, און אפילו עטליכע פון זיינע קינדער וועלן אביסל ארויסקאלערן, דאך וועלן א מערהייט פון זיי אויסוואקסן אלס פאן טרעגער פונעם סיסטעם, דאס מיינט אז מיר זענען OUTMANNED!!!
דעריבער איז זייער שווער אדער זאגאר אוממעגליך פארצושאצן ווער עס וועט זיגן אין אט דעם קאמף:
דער מיט מער GUN'S, אדער דער מיט מער סאלדאטן?
תיקו
נ.ב. איי וועסטו פרעגן וויאזוי איז מעגליך אז ביי די גוים זעהט מען דאך אז די ליבעראלע און לינקע באוועגונג וועלכע זענען פאר פאפולאציע קאנטראל, און זיי טוען געבוירן גאר ווייניג קינדער (אפילו ווייניגער פון 2) וויאזוי זענען זיי sustainable?
די תירוץ איז זיי האבן נאך א וואפן: עדיוקעשן (ליין: INDOCTRINATION), זיי האבן קאנטראל אויף די מוחות פון די אינגווארג אנגעהויבן פון סקול באורדס, און געענדיגט ביי סאושל מידיע עפפס און גוגל, אלעס איז קאנטראלירט ביי די ליבעראלן, דעריבער איז דאס גענוג שטאק צו אריבערציען גענוג אסאך קינדער פון די פאנאטישע לאגער, משא"כ ביי אונז חסידים האמיר נישט קאנטראל אויף עדיוקאציע, ודא עקא
Re: א קרעכטס אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד
מען דארף שיקען צי פריוואטע מוסדות.
די מאדערנע מוסדות קאסטן נישט קיין 30 אלפים אפשר אפאר איינציגע עליטע מוסדות.
די מעין סטריעם מאדערנע מוסדות קאסט אויף פאפיר ארום 1200א חודש און נאר די עשירים צאלן פול פרייז, די עמך באקומט א דיסקאונט.
די פריוואטע חסידישע מוסדות קאסט ארום 600 וואס איז נישט צופיל מער פון די פובליק חסידישע מוסדות, אפשר א מאה אדער צוויי.
ברוך השם לעצטנס עפענט זיך שוין מער פריוואטע חסידישע מוסדות, אבער נישט גענוג, די סופליי וואקסט אביסל אבער די דימענד וואקסט אויכט.
איינמאל ס׳וועט זיין גענוג סופליי פון די פריוואטע מוסדות אנצופילן די דימענד, וועלן די פובליק מוסדות כאפן א שנעלקע און וועלן זיך פארמאכן די זיפער אזויווי ס׳געוועהן פאר ביז פופצן יאר צוריק.
Re: א קרעכטס אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד
דיכטער: ייש"כ. דיין קרעכטץ איז אויך מיין קרעכטץ.
איך וועל דיר בלי"נ ענטפערן אויף אלע דיינע איבריגע שאלות ביי א געלעגנהייט.
נאר איך בעט דיר איין טובה. דו זאלסט זיין זייער פארזיכטיג אז דיין לענדלארד זאל (ח"ו) נישט אויסגעפינען אז דו צאלסט ווייניגער רענט ווי שכר לימוד. ווייל ער גייט דיר גלייך הייבן די רענט אז ס'זאל זיך לכה"פ אויסגלייכן מיט די שכר לימוד ראטע וואס דו צאלסט. אמת. אז פאר דיין רענט געלט באקומסטו כאטש (אזוי האף איך) א לייטישע דירה און א ביסל סטיעם.
Re: א קרעכטס אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד
קהל'ס נער #
מען דארף שיקען צי פריוואטע מוסדות.
די מאדערנע מוסדות קאסטן נישט קיין 30 אלפים אפשר אפאר איינציגע עליטע מוסדות.
די מעין סטריעם מאדערנע מוסדות קאסט אויף פאפיר ארום 1200א חודש און נאר די עשירים צאלן פול פרייז, די עמך באקומט א דיסקאונט.
די פריוואטע חסידישע מוסדות קאסט ארום 600 וואס איז נישט צופיל מער פון די פובליק חסידישע מוסדות, אפשר א מאה אדער צוויי.
ברוך השם לעצטנס עפענט זיך שוין מער פריוואטע חסידישע מוסדות, אבער נישט גענוג, די סופליי וואקסט אביסל אבער די דימענד וואקסט אויכט.
איינמאל ס׳וועט זיין גענוג סופליי פון די פריוואטע מוסדות אנצופילן די דימענד, וועלן די פובליק מוסדות כאפן א שנעלקע און וועלן זיך פארמאכן די זיפער אזויווי ס׳געוועהן פאר ביז פופצן יאר צוריק.
גערעכט אז די מער פשוט׳ע מאדערענע פריוואטע סקולס איז די אפיציעלע סכ״ל פרייז צווישן 12- 16 אלפים א יאר, אבער דער זיכט דאך פאר זיינע קינדער עפעס מער… איז שטעל עהם נישט צו קיין מעין סטריעם ווייל ער וועט נישט זיין צופרידן פון דעם…
אויך אמת אז א פראצענט עלטערן צאלן נישט די פולער סכום, אבער עס איז נישט אויף די מוסד׳ס חשבון.
דהיינו, נעם אין חשבון אז די נאמבערס וואס זענען דא דארט דארפן סוף כל סוף שטומען, ארבעט עס אזוי,
מען נעמט די טאטעל קאסט פונעם מוסד פארן יאר און מען צוטיילט עס פר תלמיד, און דאס איז די שכר לימוד סכום ווואס מען בעט, אזוי ווי א פשוטע ביזנעס חשבון / עקסעל שיט, יעדער תלמיד דארף זיך דעקן זיין קאסט.
די פאנדראיזינג וואס איז דא ביי זיי, איז געווענטלעך נישט פאר אנפילן די באדז׳עט לאך, נאר בעיקר פאר איינמאליגע עקספענסעס, אזוי ווי בנינים, רענעוואציעס, עקוויפמענט, וכדו׳.
אדער איז דא נדבנים וואס ספענסערן געוויסע עקסטרע קוריקולעם פרויעקטן, למשל געוויסע ספורטס, נסיעות וכדו׳.
אויך איז דא סקאלערשיפ פאנדעישענס, סקען זיין פון די מוסד אליינס אדער אנדערע קרנות, וואס זיי העלפן ארויס פאר געוויסע עלטערן/ תלמידים צו צאלן ווייניגער שכ״ל.
משא״כ, אונזערע חסידישע מוסדות ווערט נישט די שכ״ל גערעכנט לפי מה עס קאסט טאקע א תלמיד פארן בודזעט, נאר עס גייט פחות או יותר לפי די טאטעס יכולות צו בייצאלן…
און אפילו איינער וואס צאלן יא דעם פולן סכום וואס מען בעט, דעקט עס אויך נישט דיין קינד/ער פולער קאסט, נאר דער מוסד פארלאזט זיך צו צומאכן די לאך סוף יאר מיט א דינער, פאנדראוזינג, אראפציפן פון גאווערמענט פראגראמען וכדו׳.
Re: א קרעכטס אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד
היום: פארגעס אויך נישט די סובסידיעס פון די רעגירונגס פראגראמען. וועלכע זענען היינט א סכום הגון.
איך האב מיט יארן צוריק געזעהן וויפיהל איין גרויסער מוסד באקומט איבער דעם יאר. נאר פאר איין פראגראם. (ס'איז דא עטליכע. דורך די טויגליכע מנהלים און פאנדרעיזערס.) 1.5 מיליאן דאללער.
Re: א קרעכטס אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד
אפטימיסטיש #
דא קומט דער ''אבער'' און טאקע א גרויסער "אבער":
דו זאגסט גוט, אבער היסטאריע האט געוויזן פארקערט, השכלה איז געווען איין פראבע, עס האט זיך טאקע נישט גוט אויסגעלאזט, אבער עס האט זיכער אונטערגעשטראכן די כח פון אן הייפעלע שכל אנקעגן א מאסן פונדאמענטאליזם, און אויך איז עס לכאו' געווען א גוטע לימוד וועלכע זאכן נישט צו טון, און וויאזוי מ'קען מעגליך יא אריבערגיין די ליניע אן אריינצופאלן אין וואסער.
Re: א קרעכטס אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד
berlbalaguleh #

נישט פארגעסן,
נעם נאר אין חשבון אז
- געווערמענט פאנדינג/ סובסעדיס זענען דא אפיציעל צו דעקן די געוויסע הוצאות פון די פראגראם וואס די געלט איז געמאכט פאר, למשל טרענספעטישן, לאנטש, ביכער, סיקיארעטי, וכדו׳ נישט סתם אריינציגיין אינעם חשבון פונם מוסד׳ס בודזעט.
- אסאך פון די פראגראמען וואס מען פלעגט אמאל קענען מאכן א חיים טובים איז שוין כמעט נישט מעגליך צו טיען היינט, אפילו ווען יא איז עס קליין געלט.
איך רעדט נישט פון די קורונע תקופה, וואס שוין פריער דערמאנט, האט געברענגט השפעות לרוב.
Re: א קרעכץ אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד
אפטימיסטיש #
איך פלאג מיך שוין לאנג מיט אט די חקירה:
פון איין זייט שטייען די אינגעליייט פון וועלכע די רעדסט, און לעכצן פאר טויש
פון די אנדערע זייט שטייט די סיסטעם
מי נדחה מפני מי?
הוי אומר יחיד נדחה מפני רבים!
ואפרש שיחתי:
בעצם טראכט איך אסאך מאל אז ס'מוז זיין אז צום סוף (ווען???) וועלן די רעבעלן און די טויש-לעכצער געווינען, און די סיבה דערצו איז איינפאך:
מיר האבן די יצר הרע אויף אונזער זייט!
מיר האבן די אינטערנעט אויף אונזער זייט.
מיר האבן די נאטורליכע נייגער און ווילן פון א מענטש צו זיין נארמאל און ראציאנאל אויף אונזער זייט.
מיר האבן קאמאן סענס אויף אונזער זייט.
בקיצור: מיר זענען אסאך בעסער אויפגעריסטעט מיט תכסיסי מלחמה אינעם קאמף פאר טויש.
כ'האף ביסט סארקאסטיש...
"איך" האב דעם יצה"ר אויף מיין זייט? "אינטערנעט" אויף מיין זייט? חס ושלום.
די איבריגע זאכן, דאס יא. נאטורליכע נייגער, קאממאן סענס, אא"וו.
איך וויל האבן א בעסערע קוריקולים נישט כדי צופרידנצושטעלן דעם יצה"ר אדער דעם אינטערנעט.
נאר איך בין איבערצייגט אז דער יעצטיגער סיסטעם איז נישט צום דבר, דער בחור קומט ארויס נאך אלע יארן מיט א גרויסע חרס בידו (אדער דאס אויך נישט), און אן א שיעור שיינע ידיעות וואס מען וואלט געקענט אריינגעבן גייט פארפאלן. ממש פארלוירענע אוצרות.
איך האב שוין עטליכע מאל געשריבן דערוועגן, אפשר קען דער בעל מסורת הש"ס פון קאווע שטיבל (כך שמעתי בשם ר' בערל) ברענגען לינקס דערצו.
Re: א קרעכטס אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד
אלפא #השכלה איז געווען איין פראבע, עס האט זיך טאקע נישט גוט אויסגעלאזט
זיי מסביר?
Re: א קרעכץ אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד
שמעקעדיג #"איך" האב דעם יצה"ר אויף מיין זייט? "אינטערנעט" אויף מיין זייט? חס ושלום.
די איבריגע זאכן, דאס יא. נאטורליכע נייגער, קאממאן סענס, אא"וו.
ער מיינט צו זאגן אז אין דעם פאל טוט אפילו דער יצה"ר פירן צום ריכטיגן דירעקציע פון קאממאן סענס וכו', אויף דעם שטייט ואהבת את הוי"ה אלהיך בכל לבבך - בשני יצריך.
Re: א קרעכטס אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד
ברוך שפינוזה #
אלפא #השכלה איז געווען איין פראבע, עס האט זיך טאקע נישט גוט אויסגעלאזט
זיי מסביר?
עס האט אויסגעפלאסטערט א וועג ארויס פון ארטאדאקסיע נישט צו א בעסערע... (נישט גוט = כלפי ארטאדאקסיע)
Re: א קרעכץ אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד
שמעקעדיג #
אפטימיסטיש #
איך פלאג מיך שוין לאנג מיט אט די חקירה:
פון איין זייט שטייען די אינגעליייט פון וועלכע די רעדסט, און לעכצן פאר טויש
פון די אנדערע זייט שטייט די סיסטעם
מי נדחה מפני מי?
הוי אומר יחיד נדחה מפני רבים!
ואפרש שיחתי:
בעצם טראכט איך אסאך מאל אז ס'מוז זיין אז צום סוף (ווען???) וועלן די רעבעלן און די טויש-לעכצער געווינען, און די סיבה דערצו איז איינפאך:
מיר האבן די יצר הרע אויף אונזער זייט!
מיר האבן די אינטערנעט אויף אונזער זייט.
מיר האבן די נאטורליכע נייגער און ווילן פון א מענטש צו זיין נארמאל און ראציאנאל אויף אונזער זייט.
מיר האבן קאמאן סענס אויף אונזער זייט.
בקיצור: מיר זענען אסאך בעסער אויפגעריסטעט מיט תכסיסי מלחמה אינעם קאמף פאר טויש.
איך ווייס נישט פונקטליך ווער די "מיר" פון וועמען דו רעדסט איז, אבער בקהלם אל תחד כבודי...
קען זיין אז מיין סארקאזם דעטעקטאר בעטעריס זענען נישט אין באנוץ...
"איך" האב דעם יצה"ר אויף מיין זייט? "אינטערנעט" אויף מיין זייט? חס ושלום.
די איבריגע זאכן, דאס יא. נאטורליכע נייגער, קאממאן סענס, אא"וו.
איך וויל האבן א בעסערע קוריקולים נישט כדי צופרידנצושטעלן דעם יצה"ר אדער דעם אינטערנעט.
נאר איך בין איבערצייגט אז דער יעצטיגער סיסטעם איז נישט צום דבר, דער בחור קומט ארויס נאך אלע יארן מיט א גרויסע חרס בידו (אדער דאס אויך נישט), און אן א שיעור שיינע ידיעות וואס מען וואלט געקענט אריינגעבן גייט פארפאלן. ממש פארלוירענע אוצרות.
איך האב שוין עטליכע מאל געשריבן דערוועגן, אפשר קען דער בעל מסורת הש"ס פון קאווע שטיבל (כך שמעתי בשם ר' בערל) ברענגען לינקס דערצו.
איך האב בכלל נישט געזאגט אז 'מיר' זוכען צופרידען צושטעלן דעם יצר הרע.
כ'האב דיר סתם פארציילט אז דער יצר הרע דינט אונזער ציל אומוועלנדיג, אין ענגליש הייסט עס א USEFULL IDIOUT..., און אין לשון קודש הייסט עס א מלך זקן וכסיל
אלפא #
ברוך שפינוזה #
אלפא #השכלה איז געווען איין פראבע, עס האט זיך טאקע נישט גוט אויסגעלאזט
זיי מסביר?
עס האט אויסגעפלאסטערט א וועג ארויס פון ארטאדאקסיע נישט צו א בעסערע... (נישט גוט = כלפי ארטאדאקסיע)
ס'נישט שייך צו זאגן גוט אדער נישט גוט כלפי ארטאדאקסיע, ארטאדאקסיע איז נישט קיין באוואוסטזיניגע ענטיטי אויף וואס מ'קען זאגן אז ס'איז יא אדער נישט גוט פאר איהם/זי. בכל אופן יעצט פארשטיי איך שוין איבער וואס מ'טענה'ט זיך אינעם דוד ובת שבע אשכול 😛 😈 😂 😎
Re: א קרעכטס אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד
אלפא #
אפטימיסטיש #
דא קומט דער ''אבער'' און טאקע א גרויסער "אבער":
דו זאגסט גוט, אבער היסטאריע האט געוויזן פארקערט, השכלה איז געווען איין פראבע, עס האט זיך טאקע נישט גוט אויסגעלאזט, אבער עס האט זיכער אונטערגעשטראכן די כח פון אן הייפעלע שכל אנקעגן א מאסן פונדאמענטאליזם, און אויך איז עס לכאו' געווען א גוטע לימוד וועלכע זאכן נישט צו טון, און וויאזוי מ'קען מעגליך יא אריבערגיין די ליניע אן אריינצופאלן אין וואסער.
קודם כל ס'מיר אן עהרע אז דער גרויסער דענקער הרב 'אלפא' איז זיך מתייחס צו מיינע שורות.
אצינד אז כ'האב שוין דיין אויפמערקזאמקייט: איבער דעם ביישפיל וואס דו ברענגסט פון השכלה זעלבסט האב איך זיך טאקע אויכעט שטענדיג געמוטשעט צו דערגיין ווער עס האט ווירקליך געוואונען דעם קאמף קעגן השכלה? (אפשר איז כדאי צו ווידמען א באזונדערע אשכול פארדעם)
ס'דא א ווארט אין ענגליש: history is written by the winner, די פראבלעם דא איז אז ביידע פון די צוויי זייטן דא האבן דערקלערט זיג... (א שטייגער ווי ס'פאסירט נאך יעדע מדינת ישראל/חאמאס קריג...), סא מנשה פילאפף טענה'ט אז צד מהר"ם שיק האט געזיגט (מיט'ן פאלשן באהויפטונג אז: זעהסט דאך אז ס'נישטא קיינער פון די משכילים'ס אייניקלעך וואס גייען מיט א שטריימל...), ווידעראום די צד שכנגד (---) טענה'ט אז דידן נצח, רוב כלל ישראל גייט נישט מיט'ן שטריימל...
נו! זאגז'שע מיר: ווער האט געווינען?
די שאלה ווער ס'האט געווינען איז שוין גאר אן אלטער. איז געוועהן אמאל א איד, מאשקע האט ער געהייסן, וואס האט נישט געצאלט די רענט פאר זיין קרעטשמע אפאר חדשים און דער פריץ האט איהם אריינגעשליידערט אינעם קעלער אונטער זיין פאלאץ. אינמיטן נאכט קומט צו איהם דער שפאלער זיידע און זאגט איהם מאשקע! כאפ זיך אן אין מיין גארטל און איך גיי די ארויסנעמען פון דא. ניין, זאגט מאשקע, דו ביזט פונעם מוחרם'דיגע כת החסידים, מ'טאר מיט ענק קיין שייכות נישט האבן, ענדערש וועל איך שטארבן דא ווי איידער נהנה צו זיין פון ענק חסידים. נעמט דער שפאלער זיידע אראפ זיין גארטל און פאנגט אן אריינצוגעבן דעם מאשקע אבער ס'העלפט ווי טויטע באנקעס, דער וויל זיך נישט רירן. נעמט ער דאס גארטל און בינדט עס ארום מאשקע און פאנגט אן שלעפן און שלעפן, אבער מאשקע כאפט זיך אן אין א ריזיגן שטיין און לאזט זיך נישט. בלית ברירה הייבט דער שפאלער זיידע הענט און ווערט פארשוואונדען, מאשקע שטעלט זיך אויף און פארגייט אין א לעבעדיגן טאנץ, דידן נצח! ובת קול יוצאת ואומרת, ניצחתני ניצחתני.
ווער האט געוואונען? א שאלה בכלל, אוודאי מאשקע!
Re: א קרעכטס אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד
מ'קען צונעמען דעם נושא פון אפאר זייטן. מיין נקודה איבער די פעלער פון השכלה איז נישט געווען פון א יוטיליטעריען פערספעקטיוו (- וואו די פאקט אז רוב 'אידן' לעבן היינט פרייער קומט אריין), אויך נישט פון קיין אידישע פערספעקטיוו (- ווער איז דאס בכלל מחליט?), נאר פון די פערספעקטיוו פון די מייסדים און אויספלאנירער פונעם תנועה. ווי ווייט איך פארשטיי האבן זיי געהאט אין קאפ גאר אן אנדערע בילד איבער די אויסגאנג, און מ'קען כמובן ווייטער שפעקילירן צו די פעלער איז למעשה געווען אינטרינסיק אינעם פלאן אדער איז געקומען פון די (אווער)רעאקציע, אזוי צו אזוי אויב וויל מען צילן צו א מציאות וואו די 'השכלה געדאנקען' ווערן נחשב און מ'וויל זיך נישט טרעפן אויפן זעלבן באן ווי ארגינעלע השכלה - דאן דארף מען אפלערנען וואו יענץ איז געגאנגען קרום.
אלפא #אויב וויל מען צילן צו א מציאות וואו די 'השכלה געדאנקען' ווערן נחשב און מ'וויל זיך נישט טרעפן אויפן זעלבן באן ווי ארגינעלע השכלה - דאן דארף מען אפלערנען וואו יענץ איז געגאנגען קרום.
זיי זענען נישט געגאנגען קרום, דאס איז פשוט די תוצאה פון אויפקלערן מענטשן. די מייסדים פון השכלה האבן געוואלט אז אידן זאלן זיין גייסטיש/געפיליש/שכל'דיג געזונט, איינמאל ס'איז אויפגעקומען א דור פון געזונטע מענטשן האבן זיי אויטאמאטיש געצויגן לינקס און מייסד געוועהן די רעפארם באוועגונג. מ'דארף נישט קיין PhD אין פסיכאלאגיע צו פארשטיין פארוואס. אויב האב איך א קוה וואס איך וויל אפשניידן דאס קאפ דארף איך אויסוועלן איינס פון 4 אפציעס: 1) איך שנייד אפ דאס קאפ און איך וויל אז די קוה זאל דערפון שטארבן (היטשענס). 2) איך שנייד אפ דאס קאפ און אויב די קוה שטארבט דערפון זאל עס שטארבן (אברהם גייגער, אלבערט איינשטיין) 3) איך שנייד נישט אפ דאס קאפ ווייל איך וויל נישט אז די קוה זאל שטארבן. 4) פאנטאזירן אז איין טאג וועל איך טרעפן א וועג אפצושניידן דאס קאפ אויף אן אופן וואס די קוה זאל נישט שטארבן, אמער, מ'דארף דאך טרעפן וואו דער קאפ אפשניידער איז קרום געגאנגען אז זיין קוה איז איהם נעבעך געשטארבן. (אלפא)
Re: א קרעכטס אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד
מאדערן ארטאדאקס יוכיח פארקערט.
מאדערן ארטאדאקס איז גאר א ברייטער ספעקטרום, געב מיר א ביישפיל פון א קהילה ווי וועם דו ווילסט אויסקוקן.
Re: א קרעכטס אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד
ווי קיינעם נישט!
איך האב עס נאר געברענגט אלץ הוכחה אז ענלייטענמענט מוז נישט בהחלט קומען צוזאמען מיט רעפארם און/אדער אפפארן. און אז לכאו' דאס איז וואס די מייסדי השכלה האבן מתחלה געהאט אין אויסקוק (הענס - זיי האבן פארפעלט מיטן ערשטן פראוו..)
פערזענליך האב איך נארנישט אויסגעפיגערט די גאלדענע ליניע צו וואס איך אליין שטרעב, עס איז ערגעץ צווישן די בעליף סיסטעם פון מאדאקס און די טראדיציאנאלע קולטור פון חרדיזם. קען זיין עס איז אן אילוזיע אז אזאנס קען בכלל צושטאנד קומען, אבער דאס איז מען דאך דא דן - וויאזוי און צו מ'קען טרעפן און באשאפן אזא מהלך..
אלפא #פערזענליך האב איך נארנישט אויסגעפיגערט די גאלדענע ליניע צו וואס איך אליין שטרעב
שוין, לאמיר וואוסן ווען דו טרעפסט עס, אפשר וועל איך נאך קענען מחיה מתים זיין מיין קוה.
Re: א קרעכטס אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד
אפטימיסטיש #
אלפא #
אפשר א משהו אף טאפיק, איך זע אבער לעצטנס היבש א גרויסע מאוומענט פון אינגערלייט אין מיין אומגעגנט זיך רעגן אויף די היימישע חינוך סיסטעם, טאקע נישט אזוי ווייט איבער די קאסטן אבער יא איבער די uselesness דערפון.
עס איז באמת דא אסאך צו טון סיי אין די אלגעמיינע קוריקולעם צו לערנען מער און בעסער (סייענס, געאגראפיע, היסטאריע, מאטעמאטיק,) - און בעיקר אין די קודש חלק וואו מ'קען אזויפיל אויפטון מיטן טרעינען בעסערע מלמדים און האבן א בעסערע און מער מסודר'דיגע קוריקולעם (ואכמ"ל). די פראבלעם איז נאר אז די סיסטעם איז צו שטאנדהאפטיג און ראסטיג עס צו קענען רירן אן קיין ווידערשטאנד.
מיין שאלה איז נאר צו מיטן טויש אין די בליק פון אזויפיל אינגערלייט איז דא האפענונג אז א טויש וועט נאכקומען (אויף איין וועג אדער א צווייטע) אדער איז עס א לאסט קעיס?!
איך פלאג מיך שוין לאנג מיט אט די חקירה:
פון איין זייט שטייען די אינגעליייט פון וועלכע די רעדסט, און לעכצן פאר טויש
פון די אנדערע זייט שטייט די סיסטעם
מי נדחה מפני מי?
הוי אומר יחיד נדחה מפני רבים!
ואפרש שיחתי:
בעצם טראכט איך אסאך מאל אז ס'מוז זיין אז צום סוף (ווען???) וועלן די רעבעלן און די טויש-לעכצער געווינען, און די סיבה דערצו איז איינפאך:
מיר האבן די יצר הרע אויף אונזער זייט!
מיר האבן די אינטערנעט אויף אונזער זייט.
מיר האבן די נאטורליכע נייגער און ווילן פון א מענטש צו זיין נארמאל און ראציאנאל אויף אונזער זייט.
מיר האבן קאמאן סענס אויף אונזער זייט.
בקיצור: מיר זענען אסאך בעסער אויפגעריסטעט מיט טכסיסי מלחמה אינעם קאמף פאר טויש.
דא קומט דער ''אבער'' און טאקע א גרויסער "אבער":
די אלע אנגעווייטאגטע אינגעלייט גייען נישט געבוירען האלב אזויפיל קינדער וויפיל דער חאניאקישער פאנאטישער אינגערמאן האלט אין איין געבוירן! דער 'פן ירבה ונוסף גם הוא על שונאינו ונלחם בנו' ווערט פארווירקליכט אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט! ששה בכרס אחד...
דעריבער דער אנגעווייטאגטער אינגערמאן בלייבט זיך מיט זיינע 2 קינדער , וואס באדייט אז זיין דעמאגראפיע וואקסט נישט, ווידעראום דער פאנאטישער נעמט נקמה אין די נאצי'ס און פרוכטבארט זיך אויף א מאסשטאבליכע פארנעם. און ער ערציט דאך זיינע קינדער צו שטיצן און ליב האבן דעם סיסטעם, און אפילו עטליכע פון זיינע קינדער וועלן אביסל ארויסקאלערן, דאך וועלן א מערהייט פון זיי אויסוואקסן אלס פאן טרעגער פונעם סיסטעם, דאס מיינט אז מיר זענען OUTMANNED!!!
דעריבער איז זייער שווער אדער זאגאר אוממעגליך פארצושאצן ווער עס וועט זיגן אין אט דעם קאמף:
דער מיט מער GUN'S, אדער דער מיט מער סאלדאטן?
תיקו
נ.ב. איי וועסטו פרעגן וויאזוי איז מעגליך אז ביי די גוים זעהט מען דאך אז די ליבעראלע און לינקע באוועגונג וועלכע זענען פאר פאפולאציע קאנטראל, און זיי טוען געבוירן גאר ווייניג קינדער (אפילו ווייניגער פון 2) וויאזוי זענען זיי sustainable?
די תירוץ איז זיי האבן נאך א וואפן: עדיוקעשן (ליין: INDOCTRINATION), זיי האבן קאנטראל אויף די מוחות פון די אינגווארג אנגעהויבן פון סקול באורדס, און געענדיגט ביי סאושל מידיע עפפס און גוגל, אלעס איז קאנטראלירט ביי די ליבעראלן, דעריבער איז דאס גענוג שטאק צו אריבערציען גענוג אסאך קינדער פון די פאנאטישע לאגער, משא"כ ביי אונז חסידים האמיר נישט קאנטראל אויף עדיוקאציע, ודא עקא
לדעתי זענען אונז נישט שטערקער, און אונז האבן נישט קיין גרעסערע השפעה אויפן סיסטעם.
וויפיל קאווע שטיבל אינגערלייט זענען מלמדים? בעלי תפילות? מוהלים?...נישט קיין סאך.
די סיסטעם איז אויסגעשטעלט אז מ'געט לכתחילה נישט קיין ווארט פאר איינער וואס איז נישט כורע ומשתחווה בפישוט ידים ורגלים פאר סיסטעם. אין די אויגען פון די פרומערע זענען אונז א חלק פונעם סיסטעם נאר ווייל מ'וויל אונז מקרב זיין, אבער די 'עכטע' אידן זענען נאר ר' זלמן לייב פיליפ'ס מענטשן.
חוץ המעשה וואס ווען אן עקסטרעמיסט מיט א באלאנסירטער קריגן זיך, ווער געווינט? אוודאי דער עקסטרעמיסט, ווייל, מיט וואס קריגסטו זיך מיט אים, מיט שכל? ער איז אן עקסטרעמיסט. ספעציעל ווען ס'קומט צו 'אידישקייט' עניינים וואס דארט האט ער לכתחילה רעכט זיך צו קריגן מיט דיר בשם ועין.
וויפיל ק''ש אינגערלייט זאגן זייערע אפיניען'ס הויך?
וויפיל ק''ש אינגערלייט האבן די ביצים וואס זיי האבן?
Re:
ברוך שפינוזה #
מאדערן ארטאדאקס איז גאר א ברייטער ספעקטרום, געב מיר א ביישפיל פון א קהילה ווי וועם דו ווילסט אויסקוקן.
די היינטיגע מאדערנע חסידים פון די לעצטע צעהן יאר זענען דיין פערדע אפציע פון אפשניידן די קאפ און די קוה זאל נישט שטארבן, יא מען האט עס אויסגעפיגערט.
אינטערנעט + היימישע קולטור = אפגעהאקט די קאפ אבער די קוה לעבט.
און ס׳ווערט נאר בעסער און בעסער, איך האלט נישט אז אין הונדרעט יאר ארום גייט דער עולם ווערן פריי, נאר מען וועט ווייטער גיין שטריימל בעקיטשע און עסן פאר ר׳ שייעלע און מען וועט טוען וואס מען וויל.
Re: א קרעכטס אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד
אלפא #
ווי קיינעם נישט!
איך האב עס נאר געברענגט אלץ הוכחה אז ענלייטענמענט מוז נישט בהחלט קומען צוזאמען מיט רעפארם און/אדער אפפארן. און אז לכאו' דאס איז וואס די מייסדי השכלה האבן מתחלה געהאט אין אויסקוק (הענס - זיי האבן פארפעלט מיטן ערשטן פראוו..)
פערזענליך האב איך נארנישט אויסגעפיגערט די גאלדענע ליניע צו וואס איך אליין שטרעב, עס איז ערגעץ צווישן די בעליף סיסטעם פון מאדאקס און די טראדיציאנאלע קולטור פון חרדיזם. קען זיין עס איז אן אילוזיע אז אזאנס קען בכלל צושטאנד קומען, אבער דאס איז מען דאך דא דן - וויאזוי און צו מ'קען טרעפן און באשאפן אזא מהלך..
מאדערן אוטרעדאקס אויפ-קומענדיגער דור זעהט שוין נישט אויס ווי דער יעצטיגער, און עס איז שווער צו זעהן אז עס וועט בלייבן אויף דער יעצטיגער פארמאט נאך א דור און א האלב.
בשעת וואס א גרויס פראצענט (50-70) פון זייער יאנג-אדאלטס ״פליפן״ - ווערן מער פרום, הלכה׳דיג, ישיבה׳דיג, און זיכן צו אוועק שטעלט זייער לעבען צווישן א אזוי גערופענע חרדישע אינווייערמענט,
איז אויך דא פון די אנדערע זייט א פראצענט (20-30) פון שטארקע ליבעראלן, וואס האבן גאנץ א קליינער קאנעקשן צו יודישקייט, און פארשטייען נישט חשוב׳ת פון דעיטן נאר מיט יודן און אויף שטעלן א יודישע שטוב.
נאר א מיעוט (10-20 %) בלייבן ביי די ״וועג״ ( ליוו סטייל) וואס זיי האבן געזעהן ביי זייער עלטערן.
Re: א קרעכטס אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד
היום: פונקטליך דאס איז געווען מיט דעם פריער'דיגן דור פון די מאדערן ארטאדאקס. מערסטנס פון די יאנג איזראעל טייפ מענטשן. זייערע עלטערן זענען נאך געווען שטארק "מאדערן". און פארברענטע "ציונים". נאר די קינדער א גרויסער טייל פון וועלכע זענען געגאנגען לערנען אין ליטווישע ישיבות זענען היינט "ישיבה'שע" בעלי בתים. אפילו די מחיצות אין די מערסטע יאנג איזראעל שולן זענען שוין היינט צו טאג 100% פראצענט כשר'ע מחיצות.
איך קען איין יאנג איזראעל שול (אין בעיסוואטער, קווינס) וואו די נייערע דור האבן נישט באנייט דעם קאנטראקט מיט דעם "אלטן", שטארק מאדערנעם ראביי. זיי האבן אויפגענימען א שטארק ארטאדאקסישן (כמעט) חסיד'ישן רב. ער איז אן אייניקל פון א בארימטן טעלזער ראש ישיבה. ער דאוונט שבת מיט א געפלאכטענע עטרה. פארשטייצעך אז ער רעדט א גוטן ענגליש. און זאגט זיינע דרשות אויף ענגליש. נאר ער האט מיט חכמה אוועקגענימען די אלטע, לעכעריגע מחיצות פון אמאל און געלאזט אויפבויען א שיינע, הויכע מחיצה.
ער האט עס נאר געדארפט טון מיט "חכמה" וועגן די פאר אלטע מעמבערס וועלכע האבן זיך שטארק אקעגנגעשטעלט צו טוישן די מחיצה.
אין א שבת אדער יו"ט נאכמיטאג איז דער ביהמ"ד אנגעפולט מיט אידן וועלכע לערנען שיעורים און מיט חברותות.
Re: א קרעכטס אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד
Re: א קרעכטס אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד
היום #
berlbalaguleh #
היום: פארגעס אויך נישט די סובסידיעס פון די רעגירונגס פראגראמען. וועלכע זענען היינט א סכום הגון.
איך האב מיט יארן צוריק געזעהן וויפיהל איין גרויסער מוסד באקומט איבער דעם יאר. נאר פאר איין פראגראם. (ס'איז דא עטליכע. דורך די טויגליכע מנהלים און פאנדרעיזערס.) 1.5 מיליאן דאללער.
נישט פארגעסן,
נעם נאר אין חשבון אז
- געווערמענט פאנדינג/ סובסעדיס זענען דא אפיציעל צו דעקן די געוויסע הוצאות פון די פראגראם וואס די געלט איז געמאכט פאר, למשל טרענספעטישן, לאנטש, ביכער, סיקיארעטי, וכדו׳ נישט סתם אריינציגיין אינעם חשבון פונם מוסד׳ס בודזעט.
- אסאך פון די פראגראמען וואס מען פלעגט אמאל קענען מאכן א חיים טובים איז שוין כמעט נישט מעגליך צו טיען היינט, אפילו ווען יא איז עס קליין געלט.
איך רעדט נישט פון די קורונע תקופה, וואס שוין פריער דערמאנט, האט געברענגט השפעות לרוב.
נאך א פוינט וועגן רעגירונגס געלטער.
רוב פריוואטע מוסדות, וואס האבן נישט קיין אייגענע אוועק געשטעלטע בניינים, קענען נישט בייקומען רובא דרובא פון די אלע פראגראמען.
מען דארף האבן אן עלידשעבל סקול בילדינג וואס איז אפ טו דעיט מיט די אינספעקט׳ענס כדי צו בייקומען די געלטער.
חוץ אויב זיי נעמען די געלט אונטערן נאמען פון א אנדערע אפראווד מוסד, וואס דאן גייט אראפ ריזיגע פראצענטן פאר יענעם, אז עס בלייבט שוין ווייטער כמעט נישט איבער…
Re: א קרעכטס אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד
ביי קאוויד האט מיין טאכטערס טיטשער צוזאמגעשטעלט 20 מיידלעך און געמאכט א סקול אין איר הויז, זי האט געבעטן 40 דולער א וואך, זי האט געזאגט פאר מיין ווייב אז זי האט דעמאלטס געמאכט דאפעלט ווי זי באקומט פון די סקול
אפשר דארף מען צירוק גיין צו דעי מהלך?
ס'קומט אויס אזא +$25 א שעה, לכאורה טאקע מער ווי זי באקומט פונעם מוסד. איך וואלט געזאגט אז 20 קינדער אין אזא היימקלאס איז אביסל צופיל, אז מ'נעמט נאר 10 קינדער און מ'רעכנט $80 פער וואך איז עס אויך גוט אויב נישט בעסער. שוין, עפעס אן איידיע הייבט זיך אן צו קאכן דא, ווען עטץ וועטס צוריקקוקן אין 10 יאר ארום זאלט עטץ געדענקען וואו דאס האט זיך אלץ אנגעפאנגען. קאוויד, א טיעטשער, 20 מיידלעך, קאוועשטיבל, דיכטער'ס אן אשכול, מילך טראק'ס א קאממענטאר, און ברוך שפינוזה'ס הערות.
Re: א קרעכטס אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד
איך רעד פון פרי סקול, בערך 22 שעה א וואך,( ביי קאוויד איז פרייטיג נישט געווען קיין סקול, סא סאיז געווען נאר 20)
סא סקומט אויס אסאך מער,
פון די סקול האט זי באקומען מסתמא בערך 400 אבער זי האט געהאט א העלפער + מער מיידלעך
די מוסד האט געבעטן ש"ל 325 א חודש , דעמאלטס האב איך געכאפט אין שאק אז בלויז בערך 150 דערפון גייט פאר די טיטשער.
אפשר דארף מען טאקע מען צוריק גיין צו די אלטע מהלך
Re: א קרעכטס אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד
מילך טראק #
ביי קאוויד האט מיין טאכטערס טיטשער צוזאמגעשטעלט 20 מיידלעך און געמאכט א סקול אין איר הויז, זי האט געבעטן 40 דולער א וואך, זי האט געזאגט פאר מיין ווייב אז זי האט דעמאלטס געמאכט דאפעלט ווי זי באקומט פון ידי סקול
אפשר דארף מען צירוק גיין צו דעי מהלך?
איין פראבלעם איז נאר דא,
@דיכטער האט געוואלט האבן א בעסערע עדיוקאישען פאר זיינע קינדער,
וויפל קענסטו עקספעקטן איין טיטשער זאל קענען איבער געבען אליינס פאר צוואנציג קינדער.
זי איז א מומחה אויף אלע סובטשעקטס?
און איז זי/ער שוין טאקע יא דאן קענסטו זיין זיכער אז זי/ ער וועט נעמען אסאך מער ווי 40-80$ פארן וואך...
זיי קענען דאך טשארדשן $250 פאר א דרייפערטל שעה פריוואט…
Re: א קרעכטס אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד
איך רעדט פון די זעלבע טיטשער פון די סקול וואס מאכן בלויז 20 דאללער א שעה
Re: א קרעכטס אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד
פאר נישט לאנג צוריק איז געווען אזוי אז יעדע פאר עלטערן האבן זיך געדינגען א מלמד וכו'..
עס איז אבער דא א (גוטע) סיבה פארוואס עס זענען צוקעקומען אלע שאר ירקות, טאקע ווייל אזא מהלך היינטצוטאגס קען נאר ארבייטן פאר געציילטע וואכן בשעת קאוויד. גיי נעם צאם און שטעל צאם קינדער פאר א נייע יאר! גיי לויף נאך יעדן פאר די שכר לימוד! גיי דיעל מיט יעדן שוואכן תלמיד(ה)! גיי זיי מסדר די פאפירן, ארטס & קראפטס אלעס אויף די אייגענע האנט! גיי זיי מסדר א קוריקולעם און טו דורך יעדע נושא וואס דארף ווערן פארגעלערנט! ועוד ועוד!
השתא דאתית להכא - קוקט דאס שוין אויס ממש ווי אן היינטיגן מוסד מיט אלע פיטשעווקעס!
יא, איינמאל עס איז דא א מסודר'דיגע קלאס מיט לימודים, און די טיטשער נעמט די מיידלעך פריוואט פאר געציילטע וואכן, פארוואס נישט?! אבער ווי געזאגט דאס האט נישט קיין שאנס צו ארבייטן אויפן ברייטן פארנעם.
אויב שוין יא - נעם א פריוואטע מלמד/טיטשער פאר דיין קינד (צו לערנען די לימודים וואס מ'לערנט אין די מוסדות פעלט נישט אויס מער ווי א פראקציע פון די צייט ווען עס איז פריוואט.) און שיק צו עפעס א קלאב פאר די סאשעל חלק - עסן קען מען צו די זעט אינדערהיים. וינעם לך בזה ובבא..
Re: א קרעכטס אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד
Party pooper

נישט ארטס און קרעפטס קאסט די געלט, מלמדים האבן שוין אלעס פון יארן, פאר אפאר דאללער וועט די מלמד קענען קויפן אלע פיילס פון אנדער מלמדים, בנוגע שכר לימוד, אויב מען באצאלט נישט קען מען נישט קומען, פונקט ווי א פלעי גרופ פרייואטע מלמד וכו, די מעלה וועט זיין אז די גוטע מלמדים וועלן בעטן מער, און די נישט אזעלכע וועט קאסטן ביליגער,
סאיז נאר אנדערע חלקים וואם מען דארף אויסארבטן בעפאר