אויב דו טוסט רעדעפינירן די מושג פון איש מורם מעם וועט עס טאקע נישט זיין קיין סתירה.
מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
102 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16929
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
אז איר זענט א סטאמערע און דיין רבי זי"ע איז ג'ווארען אויס מענטש כלשונך, און פאר דיר האט ער דעפיינד איש מורם מעם וכונתו לשם שמים, איז עס דיין וועלט ג'ווארען אפגעפרעגט דעם מושג פון אמ"ם. Maby, I feel bad for you but it's just your personal experience מאך עס נישט פאר נאך א שיטה. עס איז דא נאך יהודים, תודה.
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
איך זעה נישט די פראבלעים פון וועלן האבן א קינד , פארקערט סאיז די ערשטע מצוה אין די תורה,
אגב דערציילט מען אזא מעשה ביים בעלזא רב, אז א איד איז געקומען מזכיר זיין לזש"ק און בעלזע רב האט איינגעטרימלט, דער איד האט אויפגעגעבן און ער איז אהיימגעגענגען , נאך אים איז געשטאנען א אלטע איד ווען די בעלזע רב האט זיך אויפגעכאט האט ער אנגעווינשטן פאר די אלטע איד א בן זכר. וכך הוה
אגב דערציילט מען אזא מעשה ביים בעלזא רב, אז א איד איז געקומען מזכיר זיין לזש"ק און בעלזע רב האט איינגעטרימלט, דער איד האט אויפגעגעבן און ער איז אהיימגעגענגען , נאך אים איז געשטאנען א אלטע איד ווען די בעלזע רב האט זיך אויפגעכאט האט ער אנגעווינשטן פאר די אלטע איד א בן זכר. וכך הוה
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
אך און וויי אויב מיר וועלן אנהייבן מאכן חשבונות צו ס'לוינט פאר'ן קינד צו געבוירן ווערן, וכמאמרם ז"ל (סוף חזקת הבתים, בשינוי קצת):
מיום שפשטה הניתוק בין הדת והחיים ונגזרים עלינו גזירות רעות וקשות ומבטלת ממנו תורת חיים ואהבת חסד ואין מנחת אותנו ליכנס לבתי חינוך ואמרי לה לכרמי החכמה דין הוא שנגזור על עצמנו שלא לישא אשה ולהוליד בנים ונמצא זרעו של אברהם אבינו כלה מאליו אלא הנח להם לישראל מוטב שיהיו שוגגין ואל יהיו מזידין
Re:
ברוך שפינוזה #יוסיף דעת יוסיף מכאוב.איך פארשטיי גראדע די קשיא פונעם פותח האשכול, מילא ווען דער ראש ישיבה פריידט זיך אז ער האט מסיים געוועהן ש"ס פארשטיי איך, אבער אז ער האט געהאט א קינד וואס איז דא זיך צו פרייען? מה נפשך, אויב וואלט דער רצון השם געוועהן אז ער זאל איבערלאזן זש"ק וואלט ער דאך געהאט א קינד, און אויב איז דער רצון השם אז ער זאל שטארבן קינדערלאז איז דאך זיכער גוט. כ'מיין מ'רעדט דאך כלומפרשט פון אן איש מורם מעם, נישט פון א פארגרעבטער באלעבאס וואס איז סטאק אין זיינע ביאלאגישע אינסטינקטן, ולשמחה מה זו עושה? נאר די תירוץ איז טאקע אז מיר זענען אלע די זעלבע בשר ודגים, רביה"ק מסאטמאר איז אויך געוועהן אויס מענטש ווען זיין לעצטע טאכטער איז אוועק און ער האט איינגעזעהן אז ער גייט שטארבן און זש"ק, די מושג "לשם שמים" איז די גרעסטע שקר וואס איז נאר אמאל ערפינדן געווארן, יעדער מיינט נאר זעך זעך און נאכאמאל זעך, און ס'גארנישט Wראנג דערמיט! אזוי דארף צו זיין. די שקר פון "איש מורם מעם" מעג זיך שוין אויפהערן. מיר זענען אלע אינעם זעלבן שיסל, דער ראש ישיבה, אדמו"ר, רב, ראש הקהל, בעה"ב, כולל אינגערמאן, קנאי, אט"ד, ראשיכם שבטיכם עד שואב מימך, אלע האבן די זעלבע מטרה צו בויען זייער עגא יעדער אויף זיין אופן, לאמיר לאנדן אין ריאליטי בשלום וועלן מיר נישט האבן קיין קשיות.
אויף אן עהנליכן נאוט, אין אן אנדערן גרופע האט איינער געשריבן אזוי: I have no idea who he is, but I am guessing that if he’s like most other rabbis, Rabbi Tzvi Kushlevsky cares mostly about Rabbi Tzvi Kushelevky.
אסאך מאל קען א גאר קליגער מענטש רעדן גרויסע נארישקייטן.
וואס זאגסטו דא? פון ווי קומט די הנחה אז אן איש מורם מעם טאר נישט האבן קיין פילינג’ס?
יא סאטמארע רבי זצ"ל איז געווען א גאר גרויסער און הייליגער איד, און ער האט נאך אלץ געהאט פילינג’ס, משה רבינו איז געווען דאס סאמע גרעסטע וואס כלל ישראל האט געהאט און ער האט זיך נאך אלץ טועה געווען.
און דאס איז חוץ מזה וואס האבן קינדער איז פארבינדן מיט אסאך מצוות וואס דער ראש ישיבה האט אויך געגליסט צו מקיים זיין.
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
מילך טראק #שינאווא רב, און די קינד איז די איינציגסטער פון זיין משפה וואס האט איבערגעלעבט די קריג און געלאזט דורות...איך זעה נישט די פראבלעים פון וועלן האבן א קינד , פארקערט סאיז די ערשטע מצוה אין די תורה,
אגב דערציילט מען אזא מעשה ביים בעלזא רב, אז א איד איז געקומען מזכיר זיין לזש"ק און בעלזע רב האט איינגעטרימלט, דער איד האט אויפגעגעבן און ער איז אהיימגעגענגען , נאך אים איז געשטאנען א אלטע איד ווען די בעלזע רב האט זיך אויפגעכאט האט ער אנגעווינשטן פאר די אלטע איד א בן זכר. וכך הוה
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
מילך טראק #די ערשטע מצווה איז צו חתונה האבן, נישט צו האבן א קינד.איך זעה נישט די פראבלעים פון וועלן האבן א קינד , פארקערט סאיז די ערשטע מצוה אין די תורה,
אגב דערציילט מען אזא מעשה ביים בעלזא רב, אז א איד איז געקומען מזכיר זיין לזש"ק און בעלזע רב האט איינגעטרימלט, דער איד האט אויפגעגעבן און ער איז אהיימגעגענגען , נאך אים איז געשטאנען א אלטע איד ווען די בעלזע רב האט זיך אויפגעכאט האט ער אנגעווינשטן פאר די אלטע איד א בן זכר. וכך הוה
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
ווילאנג מען האט נישט איין אדער צוויי קינדער האט מען נישט יוצא געווען
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
אלע צוזאמען #די ערשטע מצוה איז פרו ורבו דאס מיינט האבען קינדער [כל אחד לפי שיטתו, בן ובת וכו'] די אופן "וויאזוי" מען טוט דאס איז דורך חתונה האבען, אבערא די מצוה איז צו האבען קינדער.מילך טראק #די ערשטע מצווה איז צו חתונה האבן, נישט צו האבן א קינד.איך זעה נישט די פראבלעים פון וועלן האבן א קינד , פארקערט סאיז די ערשטע מצוה אין די תורה,
אגב דערציילט מען אזא מעשה ביים בעלזא רב, אז א איד איז געקומען מזכיר זיין לזש"ק און בעלזע רב האט איינגעטרימלט, דער איד האט אויפגעגעבן און ער איז אהיימגעגענגען , נאך אים איז געשטאנען א אלטע איד ווען די בעלזע רב האט זיך אויפגעכאט האט ער אנגעווינשטן פאר די אלטע איד א בן זכר. וכך הוה
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
אויף א אינטערוויו אין די איזראעלי מידיע מיטן דאקטאר זעהט אויס אז עס איז געווען נאטורליך נישט דורך פרעצעדורן
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
אלע צוזאמען #ספר החינוך פרשת בראשית מצוה אמילך טראק #די ערשטע מצווה איז צו חתונה האבן, נישט צו האבן א קינד.איך זעה נישט די פראבלעים פון וועלן האבן א קינד , פארקערט סאיז די ערשטע מצוה אין די תורה,
אגב דערציילט מען אזא מעשה ביים בעלזא רב, אז א איד איז געקומען מזכיר זיין לזש"ק און בעלזע רב האט איינגעטרימלט, דער איד האט אויפגעגעבן און ער איז אהיימגעגענגען , נאך אים איז געשטאנען א אלטע איד ווען די בעלזע רב האט זיך אויפגעכאט האט ער אנגעווינשטן פאר די אלטע איד א בן זכר. וכך הוה
מצות פריה ורביה
בראשית יש בה מצות עשה אחת, והיא מצות פריה ורביה, שנאמר [בראשית א', כ"ח] ויברך אותם אלהים ויאמר להם אלהים פרו ורבו.
משרשי מצוה זו, כדי שיהיה העולם מיושב, שהשם ברוך הוא חפץ בישובו, כדכתיב [ישעי' מ"ה, י"ח] לא תהו בראה לשבת יצרה. והיא מצוה גדולה שבסיבתה מתקיימות כל המצות בעולם, כי לבני אדם ניתנו ולא למלאכי השרת.
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
קלאטשער #מזל טוב: דער ברית איז שוין געווען למזל ולברכה. יעצט עמיר אויסווארטן ביז'ן פדיון הבן.סוף טוב הכל טוב #היינט שטיי איך אויף צו די גרויסע (לכאורה פרייליכע) נייעס:
מזל טוב. לראש ישיבת 'היכל תורה' הרב צבי קושלבסקי בן ה-88, ולרעייתו בת ה-55, נולד הבוקר בן בכור בבית החולים 'הדסה' בירושלים
איז דאס באמת אזא שמחה? יא
דער טאטע וועט זיין 101 ביים קינד'ס בר מצוה! אי"ה
די מאמע וועט זיין בערך 75 ביי זיין חתונה! אי"ה
איז דאס אזא נס?
אדער איז גענוצט געווארן הויך-טעכנאלאגישע מעטאדן?
און אויב יא, איז דאס ריכטיג צו נוצן ביי אזא הויכע עלטער? די מצוה פון פרי' ורבי' ווערט נישט עקספייער"ד אין א געוויסן עלטער. כל זמן מען קען איז דא דער מצוה, דאס איז רצון השם און אלע אנדערע חשבונות פאלן אוועק.
חוץ מזה, ווען מען געט איינעם למשל א ברירה צווישן געבוירן ווערן צו עלטערע מענטשין אדער בכלל נישט געבוירן ווערן, וואס וואלט מען אויסגעוועלט ?
אוודאי איז עס א גרויסע שמחה
דאס וועט (אי"ה) זיין א מעמד וואס גאנץ ארץ ישראל, נעה, די גאנצע וועלט וועט מיטהאלטן.
מ'וועט ציהען מחיצות פון בית שמש ביז חיפה אדער צפת.
Re:
ברוך שפינוזה #דער זעלבער באשעפער וואס האט באפוילן צו מסיים זיין ש"ס, האט אויך באפוילן זיך צו פרוכטבארן. דעריבער איז פונקט ווי דו פארשטייסט אז ער פריידט זיך ווען ער האט מסיים געווען ש"ס, פארשטיי אויך אז ער פריידט זיך אז ער האט געקענט ערפילן דעם רצון הבורא טראץ די פילע מניעות (פונקט ווי ס'פארהאן מניעות צו ענדיגן ש"ס).איך פארשטיי גראדע די קשיא פונעם פותח האשכול, מילא ווען דער ראש ישיבה פריידט זיך אז ער האט מסיים געוועהן ש"ס פארשטיי איך, אבער אז ער האט געהאט א קינד וואס איז דא זיך צו פרייען? מה נפשך, אויב וואלט דער רצון השם געוועהן אז ער זאל איבערלאזן זש"ק וואלט ער דאך געהאט א קינד, און אויב איז דער רצון השם אז ער זאל שטארבן קינדערלאז איז דאך זיכער גוט.
דער צאנזער רב האט זיך אויסגעדרוקט "שישו מעי" נאכ'ן אריינשלינגען אלע כזיתים מצה ומרור פסח ביינאכט.
און הרב קושלבסקי דרוקט זיך אויס "שישו ביצי" 😂
עליונים ששו בתחתונים!
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
berlbalaguleh #לפי מיעוט ידיעתי איז די ברית נאכנישט געווען.קלאטשער #מזל טוב: דער ברית איז שוין געווען למזל ולברכה. יעצט עמיר אויסווארטן ביז'ן פדיון הבן.סוף טוב הכל טוב #היינט שטיי איך אויף צו די גרויסע (לכאורה פרייליכע) נייעס:
מזל טוב. לראש ישיבת 'היכל תורה' הרב צבי קושלבסקי בן ה-88, ולרעייתו בת ה-55, נולד הבוקר בן בכור בבית החולים 'הדסה' בירושלים
איז דאס באמת אזא שמחה? יא
דער טאטע וועט זיין 101 ביים קינד'ס בר מצוה! אי"ה
די מאמע וועט זיין בערך 75 ביי זיין חתונה! אי"ה
איז דאס אזא נס?
אדער איז גענוצט געווארן הויך-טעכנאלאגישע מעטאדן?
און אויב יא, איז דאס ריכטיג צו נוצן ביי אזא הויכע עלטער? די מצוה פון פרי' ורבי' ווערט נישט עקספייער"ד אין א געוויסן עלטער. כל זמן מען קען איז דא דער מצוה, דאס איז רצון השם און אלע אנדערע חשבונות פאלן אוועק.
חוץ מזה, ווען מען געט איינעם למשל א ברירה צווישן געבוירן ווערן צו עלטערע מענטשין אדער בכלל נישט געבוירן ווערן, וואס וואלט מען אויסגעוועלט ?
אוודאי איז עס א גרויסע שמחה
דאס וועט (אי"ה) זיין א מעמד וואס גאנץ ארץ ישראל, נעה, די גאנצע וועלט וועט מיטהאלטן.
מ'וועט ציהען מחיצות פון בית שמש ביז חיפה אדער צפת.
פדה"ב גייט נישט זיין, די פרוי האט שוין צוויי קינדער פון א פריערדיגן מאן.
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
סוף טוב הכל טוב #זי האט שוין 7 קינדער געהאט פריער.berlbalaguleh #לפי מיעוט ידיעתי איז די ברית נאכנישט געווען.קלאטשער #מזל טוב: דער ברית איז שוין געווען למזל ולברכה. יעצט עמיר אויסווארטן ביז'ן פדיון הבן.סוף טוב הכל טוב #היינט שטיי איך אויף צו די גרויסע (לכאורה פרייליכע) נייעס:
מזל טוב. לראש ישיבת 'היכל תורה' הרב צבי קושלבסקי בן ה-88, ולרעייתו בת ה-55, נולד הבוקר בן בכור בבית החולים 'הדסה' בירושלים
איז דאס באמת אזא שמחה? יא
דער טאטע וועט זיין 101 ביים קינד'ס בר מצוה! אי"ה
די מאמע וועט זיין בערך 75 ביי זיין חתונה! אי"ה
איז דאס אזא נס?
אדער איז גענוצט געווארן הויך-טעכנאלאגישע מעטאדן?
און אויב יא, איז דאס ריכטיג צו נוצן ביי אזא הויכע עלטער? די מצוה פון פרי' ורבי' ווערט נישט עקספייער"ד אין א געוויסן עלטער. כל זמן מען קען איז דא דער מצוה, דאס איז רצון השם און אלע אנדערע חשבונות פאלן אוועק.
חוץ מזה, ווען מען געט איינעם למשל א ברירה צווישן געבוירן ווערן צו עלטערע מענטשין אדער בכלל נישט געבוירן ווערן, וואס וואלט מען אויסגעוועלט ?
אוודאי איז עס א גרויסע שמחה
דאס וועט (אי"ה) זיין א מעמד וואס גאנץ ארץ ישראל, נעה, די גאנצע וועלט וועט מיטהאלטן.
מ'וועט ציהען מחיצות פון בית שמש ביז חיפה אדער צפת.
פדה"ב גייט נישט זיין, די פרוי האט שוין צוויי קינדער פון א פריערדיגן מאן.
דאס #8.
לפי ידיעתי
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
בן עיר #האסט א לינק דערצו?אויף א אינטערוויו אין די איזראעלי מידיע מיטן דאקטאר זעהט אויס אז עס איז געווען נאטורליך נישט דורך פרעצעדורן
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
אונטער חכם #דא זעט יא אויס אז ס'איז געווען דורך מעדיצינישע פראצעדורןבן עיר #האסט א לינק דערצו?אויף א אינטערוויו אין די איזראעלי מידיע מיטן דאקטאר זעהט אויס אז עס איז געווען נאטורליך נישט דורך פרעצעדורן
https://www.ynet.co.il/judaism/article/hyonbznpt#autoplay
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
מילך טראק #ס׳איז א שאד אז בעלזא רב האט נישט געלעבט אין די צייטן פון אברהם אבינו….
אגב דערציילט מען אזא מעשה ביים בעלזא רב, אז א איד איז געקומען מזכיר זיין לזש"ק און בעלזע רב האט איינגעטרימלט, דער איד האט אויפגעגעבן און ער איז אהיימגעגענגען , נאך אים איז געשטאנען א אלטע איד ווען די בעלזע רב האט זיך אויפגעכאט האט ער אנגעווינשטן פאר די אלטע איד א בן זכר. וכך הוה
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
[ציטאט אראפגענומען]
כ׳האב געהערט זאגן אז ס׳איז טאקע נישט געוועהן קיין IVF, ס׳איז גאר געוועהן א Surrogacy. (פנדקאות).
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
היימלינד #סוף טוב הכל טוב #קענסט מסביר זיין וואס דיין פראבלעם איז?
איז דאס אזא נס?
אדער איז גענוצט געווארן הויך-טעכנאלאגישע מעטאדן?
און אויב יא, איז דאס ריכטיג צו נוצן ביי אזא הויכע עלטער?
אוודאי איז עס א שמחה! א גרויסע שמחה! דער איד וועט בס"ד איבערלאזען דורות, ער ווייסט אויך אז ער וועט בדרך הטבע איהם נישט אינטערפירען... און איך גלייב אז ער טראכט אויך דערפון ער דארף נישט אז דו זאלסט איהם דערמאנען, עצות און פלענער וועט ער פרעגען ביי זיינע חכמים.
ס׳איז קיין פראבלעם נישט. מ׳וועט אים חתונה מאכ׳ן ביי די דרייצען. און די בר מצוה? שוין... נשתנו הדורות, היינט איז מען שוין מעטשוער ביי די זיבן.
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
דאס דערמאנט מיך א מעשה: (שהיה. אדער שלא היה).
ביים סאטמערע רב , זי"ע אין ביהמ"ד איז אמאל אריינגעקומען א יונגערמאן בלא חתימת זקן, מיט א ברייטן טלית בייטל. האט איהם די רבי געפרעגט... זאג נאר (יונגעלע) דו ביסט שוין בר מצוה?!
נ.ב.: די מעשה מוז נישט זיין אמת. אבער אונז גלייבן באמונה שלימה אז ס'האט געקענט געשעהן.
ביים סאטמערע רב , זי"ע אין ביהמ"ד איז אמאל אריינגעקומען א יונגערמאן בלא חתימת זקן, מיט א ברייטן טלית בייטל. האט איהם די רבי געפרעגט... זאג נאר (יונגעלע) דו ביסט שוין בר מצוה?!
נ.ב.: די מעשה מוז נישט זיין אמת. אבער אונז גלייבן באמונה שלימה אז ס'האט געקענט געשעהן.
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
[ציטאט אראפגענומען]
יא ס’איז דא.די איינציגסטע סיבה פארוואס ס’איז שווער צו גלייבן אז זיי האבן גענוצט א סורעגוט, איז אויב זי האט געהאט 6-7-8 קינדער פון פריער, קען איינער באשטעטיגן וויפיל קינדער זי האט שוין געהאט בעפאר?
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
[ציטאט אראפגענומען]
די ראש ישיבה הרה"צ ר' שולי רנד שליט"א אויף שטיסל איז דן וועגן די שאלה ווען ר' חנינא טוניק האט זיך געמוטשעט פאר זש"ק, איך געדענק נישט וואס ער האט געפסקנט...Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
תרמב #למעשה האבן זיי עס נישט געמאכט איז געגאנגען די מעשה,
די ראש ישיבה הרה"צ ר' שולי רנד שליט"א אויף שטיסל איז דן וועגן די שאלה ווען ר' חנינא טוניק האט זיך געמוטשעט פאר זש"ק, איך געדענק נישט וואס ער האט געפסקנט...
מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
ויקרא שמו בישראל: 'אליהו' בן הגאון רבי צבי קושלבסקי שחבק בן בכור בגיל 88
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
דער טאטע פון די ראש הישיבה האט געהייסן אליהו. די עזריאלי מידיע זאגט אז די נאמען איז נאך אים.
מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
די ראש ישיבה - אבי הבן איז געווען סנדק
און הגאון הגדול די ראב''ד שליט''א האט געזאגט די ברכות און קריאת השם
מ'זאגט אז בעצם האט ער מכבד געווען די ראב''ד מיט סנדקאות, אבער די ראב''ד האט אים עס געהייסן נעמען פאר זיך
און הגאון הגדול די ראב''ד שליט''א האט געזאגט די ברכות און קריאת השם
מ'זאגט אז בעצם האט ער מכבד געווען די ראב''ד מיט סנדקאות, אבער די ראב''ד האט אים עס געהייסן נעמען פאר זיך
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
עמרם #פארוואס נישט הגאון הצדיק ר' אליהו שליט"א.ויקרא שמו בישראל: 'אליהו' בן הגאון רבי צבי קושלבסקי שחבק בן בכור בגיל 88
מ'קען שוין געבן די אלע טיטלען גלייך ביים ברית.
ס'איז פונקט אזוי "קאונטער-אינטואיטיוו" ווי די תלמידים פון הגאון הצדיק מ'ערלוי זצ"ל האבן איהם אויפגערופן צו די תורה מיט אלע טיטלען נאר נישט מיט זיין עכטן נאמען.
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
לגבי די קשיא פון די פותח האשכול. דאךצעך אז בועז איז געווען א זקן מופלג ווען רות איז נתעבר געווארן און ער איז געשטארבען יענע נאכט ווי עס איז מבואר אין רות רבה, ער הרט ניטאמאל דערלעבט די הריון, און עס איז ארויסגעוואקסען מלכות בית דוד.
העי, יו נעווער נאוי
העי, יו נעווער נאוי
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
וועלכע היימישע רב איז מתיר פונדקאות?
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
פארוואס נישט? וואס איז די איסור?
דער ציץ אליעזר (חי״ט סימן מ) און דער שבט הלוי (ח״ט סימן רסד) אסר׳ן דאס. (ועיין בנשמת אברהם ח״ג.) דער שבט הלוי זאגט אז דאס איז אַן איסור עשה מכח ודבק באשתו וגו׳, וואו דאס קינד באדארף צו נאר נולד ווערן משניהם ולא בעירוב אדם אחר בהלידה ממש ע״ש. (דער ציץ אליעזר נעמט אָן אז טאמער דאס איז שוין געטוהן געווארן, ווערט דאס קינד נתייחס נאכ׳ן צווייטן מאמע וואס טראגט און געבוירט עס ע״ש.)
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
די זאכן זענען זייער שווערע שאלות. דאס עמיר לאזן פאר די גרויסע פוסקים. אונז דארף מיר זיך מיטפרייען מיט די גרויסע שמחה ביי כלל ישראל. לאו בכל יומא מתרחש.
אויך. דאס געט פאר אונז אלע א בעסערע און טיפערע הבנה איבער די גרויסקייט פון דעם נס וואס דער אייבישטער האט געטון צו אברהם אבינו און שרה אמנו.

מי אני #😂 😂 😂דער שבט הלוי זאגט אז דאס איז אַן איסור עשה מכח ודבק באשתו וגו׳
ער עלאבּערירט אויף דעם בח"ג סימן קעה (אינעם קאנטעקסט פונעם באקאנטן מחלוקת בין האגרות משה והדברי יואל אודות הזרעה מלאכותית):
דארט איז עס ע"י א מאן מחוצה פונעם מערידזש, און דא ע"י א פרוי מחוצה להמערידזש.
וואס מ'קען זאגן איז אז לפי האגרות משה (אבה"ע ח"א סימן עא וח"ב סימן יא) וועלכער האלט אז עס איז נאר דא א בעיית אישות בזה נאר ווען עס איז דא א ביאה, איז ה"ה הכא אז די עשה איז נאר א פראבלעם ווען עס איז פארהאן א ביאה מחוץ להמערידזש היוצר הַוְלַד. אבער לויט דער שבט הלוי און דער דברי יואל (אבה"ע סימן קז), ווי אויך דער ציץ אליעזר (ח"ג סימן כז), וועלכע האלטן אז עס איז נישט נאר די ביאה וואס שאפט א בעיית אישות נאר די הכנסת זרע בפועל אויך, איז לכאורה די עשה דערין אויף להיפוך גילטיג אויך וואו עס איז נישט דא א ביאה. (הגם מ'קען ווייטער מחלק זיין אז אפילו בביאה איז דאך נישטא קיין עשה/איסור בבן נח, מזה הפסוק, ווען ער טשיט מיט אַן אנדערע פרוי פנויה מחוץ להמערידזש. משא"כ פארקערט ווען עס איז צוויי מענער מיט א פארהייראטע פרוי.)
גברא רבה אמר מילתא לא תחיכו עליה.

אז דו האסט געזאגט מ'זאל נישט לאכן וועל איך פאלגן...
נאר איין הערה האב איך, לויט דעם שבט הלוי פשעטל קומט אויס אז אויב די אייער קומען פון אן אומפארהייראטע פרוי איז עס מותר ווייל ס'נישט אשת חברו.

זיין פראבלעם פון אַן עשה איז ווייל ער איז משלב דעם דרש הגמרא פונעם עשה פון "ודבק באשתו" מיט'ן פשט (לרש"י) פון "והיו לבשר אחד" אז הַוְלַד נוצר ע"י שניהם ועי"ז נעשים לבשר אחד. אליביה, אויב ווערט ע"י מעשיהן דאס וְלַד נוצר ממש ע"י א צווייטער מחוצה להמערידזש של שניהם, איז עס דאך נישט "והיו לבשר אחד" וואס דאס איז די געדאנק פונעם "ודבק באשתו". אין אנדערע ווערטער, די פראבלעם דא איז נישט אז "ס'איז יא א צווייטער" (וואס דאן קען מען מחלק זיין איבער די סטאטוס פונעם צווייטן), ווי איידער אז ס'איז "נישט זיי צוויי אליינס".
נאר ווי כ'האב געזאגט (בהמסגריים), לא מצינו בבן נח, המוזהר מזה הפסוק, וואס איז נשוי אז ער איז מוזהר אויף נישט טשיטן און שלאפן מיט א פנויה שאינה אשתו (וכן הפנויה אתו אינה מוזהרת) - אט דעם "נישט זיי צוויי אליינס". ולפי השבט הלוי וואלט דאך דאס געדארפט זיין א פראבלעם כנ"ל. אבל יש לחלק אז למעשה ווען ער איז יא מיט זיין ווייב איז די "והיו לבשר אחד", לגבי זייער וְלַד, נאך אלס קאי וקיים געהעריג. משא"כ ווען אט די פנויה וואלט דאס אויך געשטערט, וואלט עס טאקע יא געווען א פראבלעם. אין אנדערע ווערטער, די "נישט זיי צוויי אליינס" וועלכעס איז די עשה אויף די "ודבק באשתו", איז די חלק הַוְלַד א תנאי דערין להאיסור עשה.

למעשה די עכטע מקור פאר'ן איסור איז זיין פערזענליכע געפיל, ווי ער רופט עס "מעשה נבלה הזאת", פון דארט און ווייטער איז אבי געקוועטשט אין די וועלט אריין. פארשטיי איך נישט צו וואס פעלט אויס די גאנצע פשעטל ווייל מה נפשך, אויב איז עס א מעשה נבלה דארף מען דאך נישט קיין פסוק דערויף, ווידער אויב איז עס נישט מעשה נבלה איז עס דאך כשר וישר למהדרין און מ'דארף נישט זוכן קיין דיוקים מיט א פארגרעסערונגס גלאז.
יא יא. אין זיין אינטערוויו אין וועקער 14 דערמאנט טאקע ר' יששכר כץ דאס אז פוסקים גייען טאקע פסק'ענען לויט זייערע סאבּיעקטיווע תכונות הנפש. און ער דערמאנט דאס טאקע לגבי די מחלוקת האגרות משה והדברי יואל אודות הזרעה מלאכותית. ער זאגט צו זיינע תלמידים אז מ'קען גראד דערקענען ווער איז דער אוסר און ווער איז דער מתיר, אפילו פאר'ן ארויסגעבן די נעמען פון ווער האט געשריבן וועלכע תשובה.
די געדאנק איז די אונטערליגענדע תכונות הנפש וואס טרייבט צו זוכן פּרעסעדענטס לאיסור אדער פּרעסעדענטס לאיסור. כמובן איז ענליך לגבי סעקולארע געזעץ, וואו קאנסערוואטיווע דזשאָסטיסעס זוכן מער "רעכטע" פּרעסעדענטס וכו', און ליבעראלע/פּראגרעסיווע זוכן מער "לינקע" פּרעסעדענטס און אינאוועישאנס עפ״י הגעזעץ. און אט וועגן דעם שלאגט מען זיך פאליטיש וועמען אויפצונעמען צום סוּפּריִם געריכט וכדומה.

יאפ. ביי לעגאלע וויכוחים איז טאקע די זעלבע דשאוק, די חילוק איז נאר אז דארט מעג מען לאכן. 😛
דארט קענסטו לאכן אויף די סיבה דערונטער. און דאס קענסטו לכאורה טוהן דא אויך - נישט אויף דעם האב איך פארגעהאלטן. עס איז אז אויף די סברא און ארגומענט גופא איז סתם לאכן, סיי דא און סיי דארט, נישט קיין טענה. עס איז אַן עפּיעל צו רידיקיול פאָלאָסי, אָן זיך באציהען לגוף הטענה. וכמובן, איז טענה'ן אז ער האט א מאטיוו פארוואס ער טענה'ט אזוי, אָן אפפרעגן גוף הטענה, אויך א פאָלאָסי פון אַן עפּיעל צו מאטיוו און בּאָלוועריזם.
וכמובן קען מען אויך טענה׳ן אז דיין צוגאנג צו הלכה, ואפילו דאס׳ן דאס אוועקמאכן אינגאנצן וכו׳, איז אויך נובע פון דיין תכונות הנפש.

ס'מיר שווער מסביר צו זיין וואס איז פאני. מיין מאמע פלעגט מיך פארציילן אז ווען איך בין געוועהן א קליין קינד האב איך אמאל אויפגעגעסן א גאנצע קאנטעינער שאקאלאד ספרעד און זיך פארשמירט מיין גאנצע פנים דערמיט, דערנאך ווען זי האט מיך געזעהן מיט'ן פארשאקאלאדטן פנים און זי האט מיך געפרעגט צו איך האב גענומען פון די שאקאלאד ספרעד האב איך עס קאטעגאריש אפגעלייקנט, און ווען זי האט מיך געוויזן אז ס'פעלט פונעם קאנטעינער האב איך איר געזאגט אז אליהו הנביא האט עס גענומען, עד כאן המעשה. זי פלעגט זיך האלטן ביי די זייטן ווען זי פלעגט עס פארציילן.
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
אויף אוצר החכמה איז דא זיינע לומדישע ספרים
א לינק צו איינע פין זיינע ביכער https://www.walmart.com/ip/Rav-Zvi-Kushelevsky-on-The-Torah-Hardcover-9781600915871/647705510