איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
67 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16925
איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
אוקי, כ'מיין נישט צו זיי זענען בני אברהם יצחק ויעקב, כ'מיין צו זיי זענען א חלק פון די גרופע וואס פאררופט זיך אידן.
אונז שטיי מיר קרוב צו זעקס חדשים נאך די ביטירע אומגליק וואס האט באטראפן אונזער פאלק ביום שמחת תורה תשפ''ד, כלל ישראל'ס הארץ איז צופיצלט אויף טויזענט, און מ'צאפלט אויף די גורל פון די משכונות.
פון א צעטיילטע מדינה וואס וויל נישט אנקוקן די אנדערע זייט, פון טעלעוויזיע סטודיאו'ס וואס שפריצן שנאה פון איין פאליטישע לאגער אויפן צווייטען, האבן זיך אידן אנקעגן געקומען איינער דעם צווייטען, און צוזאמען ארויסגעגאנגען מלחמה האלטן קעגן דעם שונא. די נאכפראגע פאר תפילין, פאר אידישקייט, פאר אחדות, פאר געזאנג פון אמונה, האפענונג, און שטאלצקייט צו זיין א איד, און צו זאכן וואס סימבאלירן אידישקייט, ווערט נאר גרעסער.
אין יעדע שטאט ווי עס זענען נאר פארהאן אידן, איז דא צוזאמקונפן פון אחדות און תפילה פאר די צוריקקער בשלום פאר די חיילים, און פאר די פארכאפטע. עס ליגט נאך אין די ביינער די גרעסטע אידישע ראלי וואס איז געווען אפאר חדשים צוריק אין וואשינגטאן, וואס לכאורה זינט מעמד הר סיני איז נישט געווען נאך אזא גרויסע ציבור אידן אויף איין פלאץ. יעדער האט געלייגט זיינע רעגליעזע און פאליטישע אנשויאנגען אין א זייט, און געקומען מיטקרעכצן און מיטוויינען וואס איז געשען צו אונזער פאלק, און זיך צוזאמען מחזק געווען מיט האפענונג.
אפילו ביי חרדי'שע אידן, גייט נישט דורך קיין דינער ווי מ'זאגט נישט קיין קאפיטל תהלים פאר אחינו בני ישראל, נישט קיין חופה וואס מ'זינגט נישט קיין ניגוני התעוררת והתחזקות, און ביי פילע חתונות זעט זיך אן א טיש אנגעגרייט מיט נעמען און בילדער פון די פארכאפטע, צו סימבאליזירין ווי אונז גארן זיי צו טרעפן געזונטערהייט.
ס'קומט אבער צו סאטמער, איז אן אנדערע מעשה. די גאנצע ענערגיע גייט בכלל נישט פאר אחבנ''י אין א''י, אלעס גייט אן ווי נארמאל, אז מ'הערט שוין יא עפעס, איז עס נאר אז מ'זאל זען נישט 'פארכאפט' צו ווערן אין די 'קליפת הציונת' (?).
איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
סאטמאר איז גאנץ ברייט זיך אויסגעדריקט, היינט איז שוין דא סאטמערע ציונים אויכט (למשל בערל על עגלה וואז איז א אהרוני מיט א ציוני) אבער בכלל נישט איעדע סאטמערער איז אזוי גלייכגילטיג.
איך וואלט באטיטעלט דעי גרופע וואס די רעדסט פון, אלץ בשרירות ליבי אלך, ווייל אפילו סאטמער רב (א.ק.א. רביה״ק השני) האט אויכט פארלאזט טרערן ווען ער האט געהערט אז חיילים זענען גע׳הרגט געווארען, די חברה וואס די רעדסט זענען סתם קאלטע באקעס וואס האלטן ביי גארנישט און הענגן זיך אן אין סאטמער׳ער רב.
ביטע נישט באשמוצען גאנץ סאטמאר צוליב זיי.
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
אגב פארוואס האט סאטמאר א פראבלעים צו זאגן מי שברך לצה"ל ?
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
ווייל צה"ל איז טמא אין סאטמאר. אלע פראקציעס. אהרונים. זאלונים. בני יואל. מענדעליסטן (פיוטשער סאטמאר'ע רבי).
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
סאטמער איז א חלק פון די חרדים וואס זענען א חלק פון א כלל. זייער אייגענע כלל. נישט פון ישראל. אפשר כלל יעקב.
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
קהל'ס נער #
סאטמאר איז גאנץ ברייט זיך אויסגעדריקט, היינט איז שוין דא סאטמערע ציונים אויכט (למשל בערל על עגלה וואז איז א אהרוני מיט א ציוני) אבער בכלל נישט איעדע סאטמערער איז אזוי גלייכגילטיג.
איך וואלט באטיטעלט דעי גרופע וואס די רעדסט פון, אלץ בשרירות ליבי אלך, ווייל אפילו סאטמער רב (א.ק.א. רביה״ק השני) האט אויכט פארלאזט טרערן ווען ער האט געהערט אז חיילים זענען גע׳הרגט געווארען, די חברה וואס די רעדסט זענען סתם קאלטע באקעס וואס האלטן ביי גארנישט און הענגן זיך או אין סאטמער׳ער רב.
ביטע נישט באשמוצען גאנץ סאטמאר צוליב זיי.
קהל'ס נער: דיין אפשאצונג איז ריכטיג. נאר פארוואס עפעס סאטמאר'ע רבי השני? ר' יואל טייטלבוים איז טאקע געקומען קיין סאטמאר וואו ס'איז שוין געווען דארט א רב. א מרא דאתרא ר' יהודה גרינוואלד.
נאר ער האט אויפגעמאכט זיין אייגן ביהמ"ד מיט זיינע חסידים. און א ישיבה מיט זיינע תלמידים. ער איז געווען דער ערשטער סאטמאר'ער רב פון די סיגוט'ער גזע. זיין טאטע און זיידע זענען געווען רבנים אין די שטאט סיגוט. זיי האבן מיט סאטמאר גארנישט געהאט.
דער צווייטער סאטמאר'ע רבי איז געווען א נעפיו פון ר' יואל. און זיין טאטע איז געווען דער בעל עצי חיים. רב אין סיגוט.
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
די סאטמארע כאפן נישט איין זאך , ווען סאטמאר רב לעבט ווען היינט וואלט ציונות בכלל נישט געווען זיין דאגה ער וואלט געהאט סך בעסערע נסיונות הדור
פונקט ווי קיין איין רב שטעלט זיך נישט אויף היינט מיט די אלטע איסורים , קיין איין רב וועט זיך נישט אויפשטעלן און זאגן מען טאר נישט קיקן ווידאוי און אזוי ווייטער . די זעלבע זאך מיט דעם
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
שפילער #

אדער יא אדער נישט
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
חחחחחח.... סאטמאר איז כלל ישראל....
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
berlbalaguleh #
ווייל צה"ל איז טמא אין סאטמאר. אלע פראקציעס. אהרונים. זאלונים. בני יואל. מענדעליסטן (פיוטשער סאטמאר'ע רבי).
סא מטאר נישט מתפלל זיין זיי זאלן ניצול ווערן פון די אראבערס ?
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
berlbalaguleh #
קהל'ס נער #
סאטמאר איז גאנץ ברייט זיך אויסגעדריקט, היינט איז שוין דא סאטמערע ציונים אויכט (למשל בערל על עגלה וואז איז א אהרוני מיט א ציוני) אבער בכלל נישט איעדע סאטמערער איז אזוי גלייכגילטיג.
איך וואלט באטיטעלט דעי גרופע וואס די רעדסט פון, אלץ בשרירות ליבי אלך, ווייל אפילו סאטמער רב (א.ק.א. רביה״ק השני) האט אויכט פארלאזט טרערן ווען ער האט געהערט אז חיילים זענען גע׳הרגט געווארען, די חברה וואס די רעדסט זענען סתם קאלטע באקעס וואס האלטן ביי גארנישט און הענגן זיך או אין סאטמער׳ער רב.
ביטע נישט באשמוצען גאנץ סאטמאר צוליב זיי.
קהל'ס נער: דיין אפשאצונג איז ריכטיג. נאר פארוואס עפעס סאטמאר'ע רבי השני? ר' יואל טייטלבוים איז טאקע געקומען קיין סאטמאר וואו ס'איז שוין געווען דארט א רב. א מרא דאתרא ר' יהודה גרינוואלד.
נאר ער האט אויפגעמאכט זיין אייגן ביהמ"ד מיט זיינע חסידים. און א ישיבה מיט זיינע תלמידים. ער איז געווען דער ערשטער סאטמאר'ער רב פון די סיגוט'ער גזע. זיין טאטע און זיידע זענען געווען רבנים אין די שטאט סיגוט. זיי האבן מיט סאטמאר גארנישט געהאט.
דער צווייטער סאטמאר'ע רבי איז געווען א נעפיו פון ר' יואל. און זיין טאטע איז געווען דער בעל עצי חיים. רב אין סיגוט.
דער ערשטער רביה״ק איז געוועהן דער בעל המשניות, דער דריטער רביה״ק איז דער לץ הידוע וואס האט זיך לעצטנס ריברענדעד, און סאטמער רב איז רביה״ק השני.
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
ארכיטקט #
חחחחחח.... סאטמאר איז כלל ישראל....
זיי זענען א טייל פון כלל ישראל. צי זיי ווילן יא אדער נישט. דער זעלבער גורל וואס האט באטראפן און באטרעפט אלע אידן וועט זיי אויך באטרעפן. הלואי זאללן זיי דאס שוין אנהייבן צו פארשטיין
פון די אנדערע בהמות און בייזוויליגע רשעים וועלכע זענען נאך מיט א פאר מיליאן פוינטס אראפציר (אין שכל) די נטורי קרתא רעדט מען דאך נישט. ווען זיי וועלן איינמאל כאפן א פאר געזינטע קלעפ פון זייערע פרענדס די אנטיסעמיטן וועללן זיי זיך (אפשר) אויפוועקן.
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
קהל'ס נער: אנטשולדיגט: כ'האב פארגעסן פון דעם עכטן, ערשטן רביה"ק.
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
berlbalaguleh #
קהל'ס נער: אנטשולדיגט: כ'האב פארגעסן פון דעם עכטן, ערשטן רביה"ק.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=2002817#p2002817Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
'סיגעיט' נישט סיגוט.
Sea gate האט גארנישט מיט סיגוט. מ'זעט אז דו ביזט א חלק פון כלל ישראל, נישט א סאטמארער...
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
כ'האב לעצטנס געליינט א גליון פון א דרינגענדע כנס וואס די עדה החרדית אדער סאטמאר האט אפגעהאלטן בערך א חודש נאך די 7' אקטאבער אטאקע צו מעורר זיין איבער די ניסיון פון ציונות וואס איז ליידער פארשטערקערט געווארן צוליב די מלחמה.
אין איינער פון די רעדעס האט איינער געזאגט דארט אז ערליכע אידן האבן געמישטע געפילן אין ליכט פון די געשעאינשן "פון איין זייט איז דא א שמחה אז די גאווה פון די ציונים האט געפלאצט און יעדער האט געזען זייער שוואכקייט, פון דער אנדערע זייט איז דא א שווערע סכנה אז דאס זאל מעורר זיין "הסתה" (כך במקור) לטובת די ציונים מצד היימישע אידן".
אַן אנדערע רעדנער האט געברויזט אויף דעם וואס מ'שיקט עסן פאר די מיליטער אין עטליכע האבן ממש גרעש'ט איבער די פרצה וואס אידן שיקן ציצית און תפילין פאר חיילים וואס דאס אלעס איז דאך בייזוויליגע פראוון מצד די ציונים אויסצונוצן די געלעגנהייט אריינצונארן דאס יהדות הנאמנה אין מיליטער.
כ'וייס נישט צו זיי זענען א חלק פון כלל ישראל אבער איך האב מיט אזעלכע חברה, אידן צו גויים, גארנישט.
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
מילך טראק #
berlbalaguleh #
ווייל צה"ל איז טמא אין סאטמאר. אלע פראקציעס. אהרונים. זאלונים. בני יואל. מענדעליסטן (פיוטשער סאטמאר'ע רבי).
סא מטאר נישט מתפלל זיין זיי זאלן ניצול ווערן פון די אראבערס ?
זיכער אזוי: ווייסטו דעם נישט אז די ציונים זענע די סיטרא אחרא און די אראבערס זענען פון די סיטרא דקדושה...לאל.
אונז זעמיר טאקע מתפלל אז די אייבישטער זאל העלפן אז די סיטרא אחרא זאל זיך גובר זיין. אבי אידן בלייבן לעבן.
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
שאלתיאל #
כ'וייס נישט צו זיי זענען א חלק פון כלל ישראל אבער איך האב מיט אזעלכע חברה, אידן צו גויים, גארנישט.
און די זעלבע פארקערט
⬇️
⬇️
⬇️Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
דא האב איך געשריבן מיינע געפילען איבער די שטילשווייגעניש אינעם חרדישען קאמיוניטי.
עס איז נישט דווקא אין סאטמאר, נאר אינעם אלטרא חרד'ישע קאמיוניטי בכלל. אזוי ווי איר קענט זעהן אין מיין ארטיקל האב איך דערמאנט סאטמאר, ווייל איך האב נישט קיין שייכות צו סאטמאר. און מיינע ווערטער זענען זיך מתייחס צו די מצב אין חרד'ישע געזעלשאפט באופן כללי.
ווי ווייט איך האב געקענט זעהן, איז אין די אלגעמיינע ארטאדאקסישע וועלט יא דא א שטארקע awareness און קשר צו די מצב. אין פילע בתי מדרשים ענדיגט מען נאך יעדע תפילה מיט א שיר המעלות, און אין געוויסע מיט אחינו כל בית ישראל. אבער אין די חסידישע בתי מדרשים קען זיך דאכטן אז גארנישט גייט פאר.
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
איינער האט מיר דאס געשיקט
👇
קוקט אויב איר קענט אויפכאפן א חילוק...
דאס זענען מאמענט הויפט זייטען פון די תקופה נאך שמיני עצרת:
(אוודאי איז דאס נאר איין אויסגאבע, און עס איז מעגליך אז דאס זאגט נישט גארנישט אויף די אנדערע היימישע אויסגאבע'ס, אבער דאך גיבט דאס א שטיקל בליק...). וואס האלט דער עולם?
📎 IMG_20240307_200147 (1).jpg 📎 IMG_20240307_200147.jpg 📎 IMG_20240307_200147 (3).jpg 📎 IMG_20240307_200147 (5).jpg
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
און דאס זענען די הויפט זייטען פון Mishpacha פון די תקופה נאך שמיני עצרת
👇📎 IMG_20240307_200147 (7).jpg 📎 IMG_20240307_200147 (6).jpg
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
יעצט ברענג מיר דער איד'ס הויפט זייטן מיט די נ.י. פאוסט הויפט זייטן כ'וויל זיי קאמפערן.. כ'מיין סיריעסלי??
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
שאלתיאל #
כ'האב לעצטנס געליינט א גליון פון א דריגנדע כנס וואס די עדה החרדית אדער סאטמאר האט אפגעהאלטן בערך א חודש נאך 7 אקטאבער צו מעורר זיין איבער די ניסיון פון ציונות וואס איז גרעסער געווארן צוליב די מלחמה.
איינער פון די רעדעס האט איינער געזאגט דארט אז ערליכע אידן האבן געמישטע געפילן אין ליכט פון די געשעאינשן "פון איין זייט איז דא א שמחה אז די גאווה פון די ציונים האט געפלאצט און יעדער האט געזען זייער שוואכקייט, פון דער אנדערע זייט איז דא א שווערע סכנה אז דאס זאל מעורר זיין "הסתה" (כך במקור) לטובת די ציונים מצד היימישע אידן".
א אנדערע רעדנער האט געברויזט אויף דעם וואס מ'שיקט עסן פאר די מיליטער אדער די וואס שיקן ציצית און תפילין וואס דאס אלעס בייזוויליגע פראוון מצד די ציונים אויסצונוצן די געלעגנהייט אריינצונארן חרדים אין מיליטער.
כ'וייס נישט צו זיי זענען א חלק פון כלל ישראל אבער איך האב מיט אזעלכע חברה, אידן צו גויים, גארנישט.
איך האב אויסגעמישט צוויי באזונדערע כינוסים פון די עדה אין ירושלים און אין בית שמש. פאלגענד איז עטליכע אויסצוגן פון די חוברות ''השקפת התורה אודות מאורעות הזמן'' און ''ההשקפה הטהורה לאורם של גדולי הדורות נבג"מ''. א געמיש פון שנאת ישראל, ליגענס און קאנספיראציעס:
📎 Screenshot_20240308_030029_Drive.jpg
📎 Screenshot_20240308_025648_Drive.jpg
📎 Screenshot_20240308_031122_Drive.jpg
📎 Screenshot_20240308_031636_Drive.jpg
📎 Screenshot_20240308_031251_Drive.jpgRe: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
2
📎 Screenshot_20240308_025938_Drive.jpg
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
מר. קלונימוס #
יעצט ברענג מיר דער איד'ס הויפט זייטן מיט די נ.י. פאוסט הויפט זייטן כ'וויל זיי קאמפערן.. כ'מיין סיריעסלי??
מה ענין שמיטה אצל הר גריזים?
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
פונדאַמענטאַל #

ממש דאס פרעג איך
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
קהל'ס נער #
סאטמאר איז גאנץ ברייט זיך אויסגעדריקט, היינט איז שוין דא סאטמערע ציונים אויכט (למשל בערל על עגלה וואז איז א אהרוני מיט א ציוני) אבער בכלל נישט איעדע סאטמערער איז אזוי גלייכגילטיג.
איך וואלט באטיטעלט דעי גרופע וואס די רעדסט פון, אלץ בשרירות ליבי אלך, ווייל אפילו סאטמער רב (א.ק.א. רביה״ק השני) האט אויכט פארלאזט טרערן ווען ער האט געהערט אז חיילים זענען גע׳הרגט געווארען, די חברה וואס די רעדסט זענען סתם קאלטע באקעס וואס האלטן ביי גארנישט און הענגן זיך אן אין סאטמער׳ער רב.
אקעי כ'רעד נישט פון גאנץ סאטמער, נאר פון דריי פערטל סאטמער.
סאטמער רב'ס טרערן איז סה''כ גוט פאר פראפעגאנדע.
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
שטייט אין מדרש אז לעתיד לבוא וועט הקב"ה שיקן א שליח וואס וועט צאמנעמען די ערב רב און וועט זיי פארמיסען אונזער לאנד.
"פוי כותל"
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
וואס גייט פאר מיט ענק חברה? עטס זענטס אינגאנצן משוגע געווארן? אזוי פון איין מינוט אויפן צווייטן האט מען דעסיידעד אויסצושליסן א גאנצע ציבור פון כלל ישראל?
ווען מזרחי האט געזאגט אז רוב אומגעקומענע ביים קריג זענען נישט קיין אידן, איז ער געווען א משוגענער און א צודרייטער ווייל ער האט אויסגעשלאסן פרייע אידן פון כלל ישראל, אז מ'וועט קוקן, וועט מען זעהן אז ריזיגע שטיקער פון כלל ישראל, דהיינו די לינקע אין אמעריקא זענען נישט קיין גרויסע שטיצער'ס פון די מדינה, ס'איז דא אסאך לינקע וואס שטעלן זיך צו די שונאים פון כלל ישראל, און פראטעסטירן פאר א סיעס פייער, וועסט זיי אויך אויסשליסן פון כלל ישראל? איז דאך מזרחי יא גערעכט...
ווען זשעיקאבסאן האט אויסגעשלאסן נטורי קרתא פון כלל ישראל האט טורקס געדארפט קומען צו די רעסקיו, יעצט ווען גאנץ סאטמאר איז אויף די באשולדיגונג באנק ווער וועט זיך יעצט אנעמען...??
נאך די אטאקע האב איך געזעהן אסאך סאטמארע אידן מיט פארצערטע פנימער, מ'האט געמאכט א יום תפילה פאר די אידן אין ארץ הקודש, דו ווילסט דווקא אז זיי זאלן זאגן די תפילה פאר די חיילי צה"ל? וואס ווילסטו?
עטס זענטס ערנסט פארפארן מיט די שנאה, טראכטס ענק איבער...
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
[ציטאט אראפגענומען]
הונדרעט פראצענט אז יא!
דענק איך אפאר יאר צוריק ביי די זשערסי סיטי אטאקע, ווען די בלעק היברו'ס האבן גע'הרג'עט אפאר סאטמערע אידן, איז געווען א מארש פון מאדערנע, און נאר אפאר אויפגעקלערטע חסידים זענען אנגעקומען צום ראלי.
חוץ המעשה וואס מ'קען מחלק זיין צווישן א ראלי וואס היימישע אידן זענען נישט געוואוינט דערצו, און ס'איז נישט א זאך וואס מ'טוט, צו פשוט זיין פערזענליך געטראפן און מיטפילן, זען וואס מ'קען טון, דאווענען, אד''ג.
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
תרמב #
וואס גייט פאר מיט ענק חברה? עטס זענטס אינגאנצן משוגע געווארן? אזוי פון איין מינוט אויפן צווייטן האט מען דעסיידעד אויסצושליסן א גאנצע ציבור פון כלל ישראל?
ווען מזרחי האט געזאגט אז רוב אומגעקומענע ביים קריג זענען נישט קיין אידן, איז ער געווען א משוגענער און א צודרייטער ווייל ער האט אויסגעשלאסן פרייע אידן פון כלל ישראל, אז מ'וועט קוקן, וועט מען זעהן אז ריזיגע שטיקער פון כלל ישראל, דהיינו די לינקע אין אמעריקא זענען נישט קיין גרויסע שטיצער'ס פון די מדינה, ס'איז דא אסאך לינקע וואס שטעלן זיך צו די שונאים פון כלל ישראל, און פראטעסטירן פאר א סיעס פייער, וועסט זיי אויך אויסשליסן פון כלל ישראל? איז דאך מזרחי יא גערעכט...
ווען זשעיקאבסאן האט אויסגעשלאסן נטורי קרתא פון כלל ישראל האט טורקס געדארפט קומען צו די רעסקיו, יעצט ווען גאנץ סאטמאר איז אויף די באשולדיגונג באנק ווער וועט זיך יעצט אנעמען...??
נאך די אטאקע האב איך געזעהן אסאך סאטמארע אידן מיט פארצערטע פנימער, מ'האט געמאכט א יום תפילה פאר די אידן אין ארץ הקודש, דו ווילסט דווקא אז זיי זאלן זאגן די תפילה פאר די חיילי צה"ל? וואס ווילסטו?
עטס זענטס ערנסט פארפארן מיט די שנאה, טראכטס ענק איבער...
קיינער פלאנט נישט אויסצושליסן אידן פון כלל ישראל, סה''כ ברענג איך ארויף די פראגע צו סאטמער זעט זיך נאך אלס א חלק פון כלל ישראל.
יוסף מזרחי האבן אונז אלע געהאקט דא, און ער איז טאקע נישט קיין נארמאלע מענטש. די לינקע זענען טאקע נעבעך ווייט פארקראכן, און אסאך פון זיי מיינען עס נעבעך ערנסט, און האבן טאקע די אידישע מידה פון רחמנות, אבער אין די נישט ריכטיגע פלאץ. ווידער נתורא קרתי, גלייב איך אז אסאך זענען מסכים מיט זשעיקאבסען, און איך גלייב נישט אז דו ווערסט זיך געטראפן, אדער דו שפירסט זיך א חלק פון נטורא קרתי.
אז דו האסט געזען פארצער'טע סאטמערע אידן נאך ש''ת פארענטפרסטו מיין פראגע לטובה, און דאס איז טאקע די דוסקוסיע דא.
לגבי שנאה, ברויך מען טאקע מאכן א חשבון הנפש... 😉
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
אףף טאפיק
סאיז דא אסאך כלל ישראל'ס און יעדע כלל ישראל שליסט אויס געוויסע מענטש פון "זייער" כלל ישראל
סאטמער האט א אייגענע כלל ישראל פון דעים איז כמעט יעדער אויסגעשלאסן.
כינוס כלל ישראל איז איינער מיט א סמארטפאן אויסגעשלאסן
גור איינער וואס גייט צו ר שאול אלתר
וכו'
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
תרמב #
וואס גייט פאר מיט ענק חברה? עטס זענטס אינגאנצן משוגע געווארן? אזוי פון איין מינוט אויפן צווייטן האט מען דעסיידעד אויסצושליסן א גאנצע ציבור פון כלל ישראל?
די האסט נישט פארשטאנען... די נידון איז נישט אויב מיר שליסן אויס סאטמאר פון כלל ישראל, די נידון איז אויב סאטמאר האט זיך אליין אויסגעשלאסן פון כלל ישראל.
ווען מזרחי האט געזאגט אז רוב אומגעקומענע ביים קריג זענען נישט קיין אידן, איז ער געווען א משוגענער און א צודרייטער ווייל ער האט אויסגעשלאסן פרייע אידן פון כלל ישראל, אז מ'וועט קוקן, וועט מען זעהן אז ריזיגע שטיקער פון כלל ישראל, דהיינו די לינקע אין אמעריקא זענען נישט קיין גרויסע שטיצער'ס פון די מדינה, ס'איז דא אסאך לינקע וואס שטעלן זיך צו די שונאים פון כלל ישראל, און פראטעסטירן פאר א סיעס פייער, וועסט זיי אויך אויסשליסן פון כלל ישראל? איז דאך מזרחי יא גערעכט...
ווען זשעיקאבסאן האט אויסגעשלאסן נטורי קרתא פון כלל ישראל האט טורקס געדארפט קומען צו די רעסקיו, יעצט ווען גאנץ סאטמאר איז אויף די באשולדיגונג באנק ווער וועט זיך יעצט אנעמען...??
מזרחי האט אויסגעשלאסן אידן פון כלל ישראל, צוליב זיין אייגענע מיינונג וואס עס מיינט ישראל. דא איז די נידון איבער א ציבור וועלכע שליסט זיך אויס פון כלל ישראל. און אוודאי זענען די לינקע נכלל אין דעם, אויב די גייסט קעגן כלל ישראל ביסטו נישט קיין חלק דערפון. און די זעלבע איז מיט נ''ק.
נאך די אטאקע האב איך געזעהן אסאך סאטמארע אידן מיט פארצערטע פנימער, מ'האט געמאכט א יום תפילה פאר די אידן אין ארץ הקודש, דו ווילסט דווקא אז זיי זאלן זאגן די תפילה פאר די חיילי צה"ל? וואס ווילסטו?
אין א צייט ווען ביי רוב כלל ישראל איז ניכר שטארקע א השתתפות מיט די צער און ענגשאפט פון די געטראפענע - מער ווי בלויז א "פאר'צער'טע פנים און מער ווי בלויז איין טאג. און אין די קהילה גייט אהן די לעבן ווי גארנישט האט פאסירט. דאן לאזט זיך שפעקעלירן אז די קהילה איז נבדל פון די איבעריגע טייל פון כלל ישראל.
עטס זענטס ערנסט פארפארן מיט די שנאה, טראכטס ענק איבער...
קיין שום שנאה. בלויז ווייטאג.
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
לולב הגזול #
שטייט אין מדרש אז לעתיד לבוא וועט הקב"ה שיקן א שליח וואס וועט צאמנעמען די ערב רב און וועט זיי פארמיסען אונזער לאנד.
"פוי כותל"
א יונגל אין חדר האט אמאל געזאגט אז דער וואס האט געבויעט דעם כותל וועט נישט ארויסגיין פון גהינום. ווייל ער האט מצער געווען דעם רבי'ן.

מ'זאגט עס אויף איינער פון די עלטערע סאטמארע חסידים ז''ל
מפני כבודו אהן א נאמען
ער האט געזאגט בהאי לישנא "איך ווייס נישט ווער ס'האט געבויט דעם כותל, אבער פון גהינם וועט ער נישט ארויסגיין"
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
עמרם #

און דער וואס האט געשריבן דעם דף היומי גייט אין די זעלבע גיהנום....
אגב א חלק פון די כותל איז געבויעט געווארן דורך הורדוס און א חלק דורך די טערקן, צו גרויסע צדיקים זענען זיי נישט געווען..

און דער וואס האט געשריבען די מורה נבוכים איז א אפיקורוס וואס די רמב״ם שרייבט אז א אפיקורוס אין לו חלק לעולם הבא.
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
תרמב #
עמרם #
berlbalaguleh #
לולב הגזול #
שטייט אין מדרש אז לעתיד לבוא וועט הקב"ה שיקן א שליח וואס וועט צאמנעמען די ערב רב און וועט זיי פארמיסען אונזער לאנד.
"פוי כותל"
א יונגל אין חדר האט אמאל געזאגט אז דער וואס האט געבויעט דעם כותל וועט נישט ארויסגיין פון גהינום. ווייל ער האט מצער געווען דעם רבי'ן.
מ'זאגט עס אויף איינער פון די עלטערע סאטמארע חסידים ז''ל
מפני כבודו אהן א נאמען
ער האט געזאגט בהאי לישנא "איך ווייס נישט ווער ס'האט געבויט דעם כותל, אבער פון גהינם וועט ער נישט ארויסגיין"
און דער וואס האט געשריבן דעם דף היומי גייט אין די זעלבע גיהנום....
אגב א חלק פון די כותל איז געבויעט געווארן דורך הורדוס און א חלק דורך די טערקן, צו גרויסע צדיקים זענען זיי נישט געווען..
שוין גערעדט פון דעם
דא אין שטיבל
נפה #
עמרם #
berlbalaguleh #
סוף טוב הכל טוב #
דערפאר גייט מען נישט אין סאטמאר צום כותל קבר רחל וכו'!
א וואוילער איד אין וויליאמסבורג האט אמאל געזאגט אז דער וואס האט געבויעט דעם "כותל" און קבר רחל וועט נישט ארויסגיין פון גהינם. ווייל ער האט מצער געווען דעם רבי'ן.
געהערט, אז אין סאטמאר טראגט מען נישט מיט די עירוב צוליב דעם (שלמה המלך תיקון עירובין)
(למען האמת, די היינטיגע כותל האט הורדוס געבויעט, און ער וועט לכאורה טאקע נישט ארויס גיין פון גהינם)
יבמות מה ע"ב תוד"ה כיון אז הורדוס האט תשובה געטוהן
(אפי' ווען נישט ווייס צו ער וואלט נישט ארויס פון גיהנם אין פאל עס איז דא אזא מושג "נישט ארויסגיין פון גיהנם")
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
berlbalaguleh #
ווייל צה"ל איז טמא אין סאטמאר. אלע פראקציעס. אהרונים. זאלונים. בני יואל. מענדעליסטן (פיוטשער סאטמאר'ע רבי).
איך בין א סאטמארער אין צהל איז ביז דערווייל נישט טמא ביי מיר
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
target="_blank" rel="noopener">📎 1-418.jpg alt=
צה''ל איז טמא אפילו ביי די ציוניסטישע רבנות למשל הרב צבי פסח פרנק זצ''ל
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
וואס פונקטליך דעפינירט צי איינער איז א חלק פון כלל ישראל?
וואו איז דער שו"ע און וואו שטייען די הלכות פאר דעם?
עסקינג פאר עי פרענד...
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
מאנרא יונגערמאן #
berlbalaguleh #
ווייל צה"ל איז טמא אין סאטמאר. אלע פראקציעס. אהרונים. זאלונים. בני יואל. מענדעליסטן (פיוטשער סאטמאר'ע רבי).
איך בין א סאטמארער אין צהל איז ביז דערווייל נישט טמא ביי מיר
דו דארפסט גיין אין מקוה פאר דו געסט א קוויטל פאר'ן רבי'ן. נאר דו זאלסט נישט קוקן אויף פיקטשערס וואו ערליכע אידישע סאלדאטן דאווענען מיט מנין און לערנען שיעורי תורה ווייל דו קענסט (ח"ו) קומען מהרהר צו זיין בשבח הציונים. אזוי האבן געפסק'נט 2 גרויסע פוסקים. הרב ש.ב. מרגליות און הרב ישראל מ. סופר זצ"ל.
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
[ציטאט אראפגענומען]
ווי פונקטליך זעהסטו דא א רמז פאר א אייגענע ממשלה?
ווילסט מיר זאגן אז ווען אידן זענען פארטריבן געווארן פון א"י אין גלות זענען זיי געווארן אויס כלל ישראל?
און פארוואס האסטו אויסגעלאזט "גוי קדוש"? אפשר האט "כלל ישראל" צו טון מיט וויפיל מען פירט זיך אויף מיט קדושה?
חוץ פון דעם פסוק האסטו נישט נאך עפעס מקורות?
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
berlbalaguleh #
מאנרא יונגערמאן #
berlbalaguleh #
ווייל צה"ל איז טמא אין סאטמאר. אלע פראקציעס. אהרונים. זאלונים. בני יואל. מענדעליסטן (פיוטשער סאטמאר'ע רבי).
איך בין א סאטמארער אין צהל איז ביז דערווייל נישט טמא ביי מיר
דו דארפסט גיין אין מקוה פאר דו געסט א קוויטל פאר'ן רבי'ן. נאר דו זאלסט נישט קוקן אויף פיקטשערס וואו ערליכע אידישע סאלדאטן דאווענען מיט מנין און לערנען שיעורי תורה ווייל דו קענסט (ח"ו) קומען מהרהר צו זיין בשבח הציונים. אזוי האבן געפסק'נט 2 גרויסע פוסקים. הרב ש.ב. מרגליות און הרב ישראל מ. סופר זצ"ל.
🙂 😞 😮 😲 😕 😎 😠
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
אבזערווירער #
1-418.jpg
צה''ל איז טמא אפילו ביי די ציוניסטישע רבנות למשל הרב צבי פסח פרנק זצ''ל
מהאי טעמא איז הרב צבי פסח פראנק זצ"ל נישט (אינגאנצן) פסול אין סאטמאר. מ'רעדט נישט פון איהם לא לשבח ולא לגנאי. ווייל ער איז דאך געווען א ציוני. דער רב הראשי פון ירושלים מטעה"מ. נאר ער איז אויך געווען א גרויסער גאון און ירא שמים וצדיק.
אז אין סאטמער האט מען נישט געזאגט אויף איהם שייגץ, ציוני , שר"י עפ"ל, ימ"ש. דאס איז שוין א קאמפלימענט.
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
אבזערווירער #
1-418.jpg
צה''ל איז טמא אפילו ביי די ציוניסטישע רבנות למשל הרב צבי פסח פרנק זצ''ל
מ'רעדט דא פון גיוס
בנותRe: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
שמעקעדיג #
וואס פונקטליך דעפינירט צי איינער איז א חלק פון כלל ישראל?
וואו איז דער שו"ע און וואו שטייען די הלכות פאר דעם?
עסקינג פאר עי פרענד...
מען דארף נישט קיין הלכות און קיין שו"ע. א מענטש איז פאררעכנט אלס א חלק פון א ספעציפישע קאמיוניטי באזירט אויף זיין שייכות און חיבור מיט די אנדערע אין די גרופע. אויב א מענטש האלט זיך אפגעטיילט פון די אנדערע מיטגעלידער, און נעמט נישט קיין טייל אין דאס וואס זיי גייען דורך. ער שפירט נישט ווי זייערע דורכגענג זענען אויך זיינע דורכגענג. דאן איז ער נישט קיין חלק פון די גרופע.
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
דערהויבענע איד #
אוקי, כ'מיין נישט צו זיי זענען בני אברהם יצחק ויעקב, כ'מיין צו זיי זענען א חלק פון די גרופע וואס פאררופט זיך אידן.
אונז שטיי מיר קרוב צו זעקס חדשים נאך די ביטירע אומגליק וואס האט באטראפן אונזער פאלק ביום שמחת תורה תשפ''ד, כלל ישראל'ס הארץ איז צופיצלט אויף טויזענט, און מ'צאפלט אויף די גורל פון די משכונות.
פון א צעטיילטע מדינה וואס וויל נישט אנקוקן די אנדערע זייט, פון טעלעוויזיע סטודיאו'ס וואס שפריצן שנאה פון איין פאליטישע לאגער אויפן צווייטען, האבן זיך אידן אנקעגן געקומען איינער דעם צווייטען, און צוזאמען ארויסגעגאנגען מלחמה האלטן קעגן דעם שונא. די נאכפראגע פאר תפילין, פאר אידישקייט, פאר אחדות, פאר געזאנג פון אמונה, האפענונג, און שטאלצקייט צו זיין א איד, און צו זאכן וואס סימבאלירן אידישקייט, ווערט נאר גרעסער.
אין יעדע שטאט ווי עס זענען נאר פארהאן אידן, איז דא צוזאמקונפן פון אחדות און תפילה פאר די צוריקקער בשלום פאר די חיילים, און פאר די פארכאפטע. עס ליגט נאך אין די ביינער די גרעסטע אידישע ראלי וואס איז געווען אפאר חדשים צוריק אין וואשינגטאן, וואס לכאורה זינט מעמד הר סיני איז נישט געווען נאך אזא גרויסע ציבור אידן אויף איין פלאץ. יעדער האט געלייגט זיינע רעגליעזע און פאליטישע אנשויאנגען אין א זייט, און געקומען מיטקרעכצן און מיטוויינען וואס איז געשען צו אונזער פאלק, און זיך צוזאמען מחזק געווען מיט האפענונג.
אפילו ביי חרדי'שע אידן, גייט נישט דורך קיין דינער ווי מ'זאגט נישט קיין קאפיטל תהלים פאר אחינו בני ישראל, נישט קיין חופה וואס מ'זינגט נישט קיין ניגוני התעוררת והתחזקות, און ביי פילע חתונות זעט זיך אן א טיש אנגעגרייט מיט נעמען און בילדער פון די פארכאפטע, צו סימבאליזירין ווי אונז גארן זיי צו טרעפן געזונטערהייט.
ס'קומט אבער צו סאטמער, איז אן אנדערע מעשה. די גאנצע ענערגיע גייט בכלל נישט פאר אחבנ''י אין א''י, אלעס גייט אן ווי נארמאל, אז מ'הערט שוין יא עפעס, איז עס נאר אז מ'זאל זען נישט 'פארכאפט' צו ווערן אין די 'קליפת הציונת' (?).
איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
איך האב נישט באמערקט היי עני פאפא חתונות וועגן משכונות. Correct me if I'm wrong
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
ביטע קום אריין מער קלאר. נאר איך מיין אז דו האסט געזאגט אז דו האסט נישט באמערקט אז פאפא זאל זיך צוריקהאלטן פון חתונות צוליעב דעם האסטידזש פראבלעם. איז וואס וויל מען פון סאטמער?! ביסט גערעכט.
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
פונדאַמענטאַל #
שמעקעדיג #
וואס פונקטליך דעפינירט צי איינער איז א חלק פון כלל ישראל?
וואו איז דער שו"ע און וואו שטייען די הלכות פאר דעם?
עסקינג פאר עי פרענד...
מען דארף נישט קיין הלכות און קיין שו"ע. א מענטש איז פאררעכנט אלס א חלק פון א ספעציפישע קאמיוניטי באזירט אויף זיין שייכות און חיבור מיט די אנדערע אין די גרופע. אויב א מענטש האלט זיך אפגעטיילט פון די אנדערע מיטגעלידער, און נעמט נישט קיין טייל אין דאס וואס זיי גייען דורך. ער שפירט נישט ווי זייערע דורכגענג זענען אויך זיינע דורכגענג. דאן איז ער נישט קיין חלק פון די גרופע.
דאס איז נאר טאמער די קאמיוניטי ווערט בעיקר צוזאמגעשטעלט דורך די שייכות און חיבור איינער מיט'ן צווייטן.
אבער טאמער איז עס געבויעט דורך א מנהיג (=באשעפער) וואס זאגט אז כדי צו זיין מיין פאלק דארפסטו מיר דינען, דאווענען און לערנען, טון מצוות, חסד, און זיך אפהיטן פון איסורים און עבירות, דעמאלס איז נישט צו שטארק נוגע די שייכות און חיבור מיט אנדערע. כאטש די חברותא האט זיכער א געוויסע עפעקט, אבער נישט גענוג צו קענען איינעם ארויסשליסן פון די חבורה.