שפילער #אט דאס האט מען ארויסגעברענגט לאורך האשכול לגבי החיוב של מצות תפילין: אויב מ'איז שוין מודה אז ס'דא א חיוב להניח תפילין (וכלשונו של הרמב"ם), איז דאן מסתבר ומוכרח אז עס קומט אויף יעדן טאג. וכעין ווי מ'טרעפט ביי די מצוה פון תפילה לפי הרמב"ם. די שאלה איז צי ענליך ווי ביי תפילה וואו די חיוב (מדאורייתא לפי הרמב"ם) איז אויף איינמאל א טאג, און דערנאך ווערט עס (לאחר קביעת זמני התפילה בתוך היום מדרבנן) מער אַן ענין פון (ברכות כא.) ולוואי שיתפלל אדם כל היום כולו, צי איז דאס זעלבע לגבי מצות תפילין. מיינענדיג, אז ביי מצות תפילין אויך, צי איז די חיוב אויף יעדן טאג, און דערנאך נאר א "מצוה מן המובחר" אויף יעדעס שעה מעגליך. אדער איז די עיקר החיוב ביי תפילין טאקע אויף כל היום אויך, נאר וויבאלד מ'קען נישט/עס איז נישט שייך לשומרה בנקיות הגוף, איז דאס א פטור פונעם חיוב אויף כל היום און מ'בלייבט אויף כאטש כל יום וואס (מ'האט אָנגענומען אז) מ'קען (בדרך כלל) יא שומר זיין.אז איינער האט נישט געלייגט תפילין דריי אזייגער היינט איז אויך א קדמ"ת ה"י? ווער זאגט אז ס'מיינט א טאג אפשר מיינט עס יעדע שעה?
ואולי איז די סיבה פארוואס דער רמב"ם זאגט נישט בפירוש אז מצות תפילין איז בכל יום כמו שכתב לגבי תפילה, איז וויבאלד אז עס איז נישט ברור אז יעדער וועט דאס קענען מקיים זיין כסדר בכל יום. ס'איז שייך ער זאל האבן א פטור מהחיוב וכדברי המאירי. און דערפאר בלייבט ער נאר מיט׳ן זאגן אז בעצם איז מצותן כל היום, וואס ענטעילד שוין דאס ממילא. משא"כ במצות תפילה.