☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זענען מיר אלע ממזרים?

זענען מיר אלע ממזרים?

54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16895
בלאט: 1 2

מי אני » פרייטאג מאי 24, 2024 10:22 am

· #563208
מי אני #
דא שרייבט דר. נדב שנרב אין דעם ענין:
לסיכום, אני די נבוך בעניין, ולעניות דעתי התשובות שהוצעו כאן אינן מספקות.

רק אעיר שלאחר שהצעתי את העניין ביצהר, נענה אחד משומעי השיעור ואמר "אהה, זה באמת מסביר הרבה דברים..."
ובענין אפילו שיחתן ובדיחתן צריכה לימוד האב איך געקלערט אז אין מס' סופרים שטייט (פט"ו ה"י) אז רובן של ממזרין פקחין ע"ש (וע"ש בנחלת יעקב בשם היפ"מ דהוא מהערמימות שירשו מאביהן לפתות נשים ולהסתיר מעשיהן). און מ'זעהט טאקע אז (אשכנזי'שע) אידן זענען ביי עוורידזש קלוגער. ווי אויך איז דאך דא דעם געדאנק ביבמות עח: אז ממזרא לא חיי ע"ש. און מ'זעהט אז ביי (אשכנזי'שע) אידן איז דא א העכערע ריזיקע פון (געוויסע) קראנקייטן (זעה אויך דעם ארטיקל פון דר. @שלום בערגער אין וועקער 13).

די שאלה איז צי איז מזגם רע, לגבי מדות (ע"ש ביבמות עט.), וואס לפי החינוך (מצוה תקס) איז דאך א ממזר מזגו רע ע"ש. ועיין במס' כלה (פ"א הט"ז) עז פנים רבי אליעזר אומר ממזר רבי יהושע אומר בן הנדה רבי עקיבא אומר ממזר ובן הנדה ע"ש (ועיין בקידושין ע: לגבי עזות פנים לענין פסול). איז די "עם קשה עורף" ועזין שבאומות ישראל הן (ביצה כה:) א סימן חסרון דא?

סוף טוב הכל טוב » פרייטאג מאי 24, 2024 3:17 pm

· #563248
Re: זענען מיר אלע ממזרים?
און דאס מיינט אויך אז נא-מאר כהנים!

הכנה דרבה » פרייטאג מאי 24, 2024 4:49 pm

· #563258
מי אני #
אין מס' סופרים שטייט (פט"ו ה"י) אז רובן של ממזרין פקחין ע"ש (וע"ש בנחלת יעקב בשם היפ"מ דהוא מהערמימות שירשו מאביהן לפתות נשים ולהסתיר מעשיהן)
אויב אזוי איז דאך די אפשיי צו ממזרים נישט מער ווי גוד אלד מארקסיזם, פשוט אומפארגינעריי.

אינטערסאנטער » פרייטאג מאי 24, 2024 4:59 pm

· #563261
Re: זענען מיר אלע ממזרים?
די גאנצע יסוד פון דעם פותח האשכול איז מיר אומפארשטענדליך, איך האב אויך אמאל געמיינט אז א שיינע פראצענט פון ווייבער האבן צו טוהן מיט אנדערע, למעשה האב איך מיך איבערצייגט (אויף וויפיל עס איז שייך זיך צו איבערצייגן) אז רובא דרובא פרויען טוען דאס נישט.

בקיצור מאן יימר אז מען דארף טראכטן אז מיר זענען אייניקלעך פון א נישטיגע פראצענט מענטשן, אינדערצייט וואס רוב מענטשן האבן געהייראט ערליך און זיך אפגעהיטן.
בלאט: 1 2