☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » הניח טענותיו על קרן הצב”י?

הניח טענותיו על קרן הצב”י?

97 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16840
בלאט: 1 2

בא גד » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 11:07 am

· #547659
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
זאקן #
איך ווייס נישט פארוואס מ׳רעדט פון נחום און די אשכול,
פארוואס?
ווייל דאס איז א חלק פון זייער קאמפיין צו באשמירן מ"ה פאר די "חטא" פון נעמען די ריכטיגע עקשאן פאר 3 יאר ציפקע צרות וואס די חוטאים די דיינים האבן אים געטון

סאיז אקעי
טעראר וועט זיי דא נישט העלפן
שמיץ קאמפיין אויך נישט
אויב עפעס וועט עס האבן די פארקערטע עפעקט און תוצאה

צומישט און צוחישט » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 11:09 am

· #547660
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
איך קען נישט די פרטי הדברים, אבער פ"וו איז די גאלאנטער און אלע אנדערע א.ג קארופטירטע רבנים געפאלן פאר דעם ריינער?
זיי האבן עפעס פערזענדליך קעגן פאנעט?

בא גד » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 11:26 am

· #547662
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
צומישט און צוחישט #
איך קען נישט די פרטי הדברים, אבער פ"וו איז די גאלאנטער און אלע אנדערע א.ג קארופטירטע רבנים געפאלן פאר דעם ריינער?
זיי האבן עפעס פערזענדליך קעגן פאנעט?
דאס וועט שוין די ליגאלע אינפארסמענט דיסקאווערי אויספארשן און אויפדעקן
און מיר אלע קענען קוים ווארטן צו וויסן די אמת!

יצחק אייזיק » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 12:52 pm

· #547675
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
פארווע חסיד #
איך קוק מיך צו פונדערזייט, ס׳איז גאנץ אינטערעסאנטע גאססיפּ.
איך ווייס נישט ווער עס איז גערעכט, אבּער איך פארשטיי גראַדע פּאַנעט איך ווייס נישט ווער פין דאָ וואלט זיך געקענט איינהאלטען פין שרייען אָן פרנסה מיט אזעלעכע בושות אין פראסקעס גערעכטערהייט צו נישט.
אבּער ווי זאגט מען, איך קטן אויפן סיסטעם זאגט די סיסטעם איך קטן ציריק אויף דיר ווער ווערט דערטראנקען אין פּיש ?
עניוועי נחום (אויך גערעכט) האָט שוין א צווייטער צו זיין מנין, ג'ראדע א שיינע בעל תפילה, מען זיכט א צענטער...

(נ״ב איך האלט פון די רבנים פּונקט ווי דיר אבּער דאס וועט פּראבּעבּלי זיין די אויטקאָם - לויט ״מיין פּראדיקשן״)
נחום מיט פאנעט זענען נישט דומה בכלל משום כמה סיבות און אפילו נחום היינטיגע טעג וואלט עס שוין נישט אזוי געלונגען ווי דעמאלטס

סוף טוב הכל טוב » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 1:19 pm

· #547680
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
אגריפס המלך #
סוף טוב הכל טוב #
טשולדיגט, אבער ווען די פרשה איז פארגעקומען האב איך געליינט די צעטלעך פון מה פאנעטה און פון ריינער און פון בית דין. וואס זאל איך דיר זאגן, בית דין איז געווען גערעכט, און אן אריינרעדן אין דעם עצם קעיס, איז אבער ריינער גערעכט געווען.
אזוי גאר?! איך האב מורא אז דו קענסט נישט ליינען

ווי פונקטליך האסטו געזעהן פון די צעטלעך אז ריינער איז גערעכט? אדרבה קלער מיך אויף!
איך האב געשריבן "אז ריינער איז גערעכט"?
איך האב געשריבן "בית דין איז געווען גערעכט" מיט וואס זיי האבן געטוהן און וויאזוי זיי האבן עס בהאהנדלט.

אגריפס המלך » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 1:41 pm

· #547683

קודם כל זעהט אויס אז דו ליידסט אויפן זיכרון אביסל ליין ביטע איבער דיין תגובה.

און מיט וואס איז בי"ד געוועהן גערעכט מיטן אויסהערן נאר איין צד? מיטן נעמען שוחד? מיט וואס פינקטליך זענען זיי גערעכט? אין וועלעכע שלחן ערוך שטייט אז מ'מעג נעמען שוחד? אויסהערן נאר איין בעל דין? אפשר אין די שלחן ערוך פון די קריסטן אדער פון די אראבער נישט אין להבדיל אלף אלפי הבדלות אונזער שלחן ערוך!!

סוף טוב הכל טוב » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 1:43 pm

· #547685
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
"בית דין איז געווען גערעכט, און אן אריינרעדן אין דעם עצם קעיס, איז אבער ריינער גערעכט געווען."

און, הוא אשר דיברתי, בי"ד האט גענומען שוחד?? פון וועמען?? ווער זאגט?? ווער גלייבט עס??
אויסהערן נאר איין בעל דין?? ווער ווען וואס?? [יעדע הזמנה/סירוב/עיקול וכו' - גייט נאר על פי וואס מ'הערט פון איין בעל דין. סאו, בעיסיקלי דרייסטו א קאפ!]

לאכעדיג » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 1:56 pm

· #547687
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
יעדע שטעקן האט צוויי זייטן, און איך הער און איך זעה די גאנצע צייט נאר די זייט פון מענדל הערש פאנעט.

מענדל הערש פאנעט שרייט אז ריינער מאכט גערודער בו בזמן וואס ער איז דער וואס מאכט די גערודער. אבער נישט געזארגט ביי די בתי דינים איז ער נישט די ערשטע נארסעסיט, זיי האבן עקספיריענס מיט אזעלכע חברה ווי אים, און וועגן דעם זענען זיי נישט געפאלן פאר זיין מויל, אין דאס איז וואס באדערט אים.

די דעת בעל הבית פארשטייט דאס און וועגן דעם געבן זיי אים נישט קיין פרנסה.

ריכטיג וואלט געווען ווען אונז קענען ווען אויך הערן ריינערס זייט און ווי אויך וואס די דיינים ובתוכם גאלאנטע רב האבן צוזאגן.

מיר ווילן נוצן אונזער אייגענע שכל צו באשליסן ווי אזוי אנצוקוקן די מעשה און נישט ווערן מאניפולירט פון איין זייט וואס האט א גוטע פעדער און הייסע קראקעדייעל טרערן אין זיין באזיץ.

מיר ווילן זעהן ביידע זייטן פון די מטבע.

אז א איד ווי מענדל הערש פאנעט וויינט האב איך גרויס מיטלייד מיט אים אבער די תורה זאגט נאך אלץ "שמוע בין אחיכם".

און פאר די דיסארדערס וואס פאנעט האט איז דא היינט גוטע טעראפי ב"ה. ער קען זיך היילן, אראפקומען פון זיין בוים, און מיטן הילף פון השי"ת וועט ער קענען טרעפן פרנסה.

אגריפס המלך » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 3:19 pm

· #547703
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
לאכעדיג #
יעדע שטעקן האט צוויי זייטן, און איך הער און איך זעה די גאנצע צייט נאר די זייט פון מענדל הערש פאנעט.

ווייל דו שרייסט די טענות פון ריינער א גאנצן צייט זעהסטו נאר דו צווייטע זייט זיי מוחל און קוק איבער דיינע תגובות וועסטו זעהן ריינער'ס צד.

מענדל הערש פאנעט שרייט אז ריינער מאכט גערודער בו בזמן וואס ער איז דער וואס מאכט די גערודער. אבער נישט געזארגט ביי די בתי דינים איז ער נישט די ערשטע נארסעסיט, זיי האבן עקספיריענס מיט אזעלכע חברה ווי אים, און וועגן דעם זענען זיי נישט געפאלן פאר זיין מויל, אין דאס איז וואס באדערט אים.

אזוי גאר מענדל הערש איז דער וואס מאכט די גרודער? זעהט אויס דו האסט שוין פארגעסן, ווער האט ארויס געטראגן די מעשה צום גאס? ווער האט ארויס געגעבן א קונטרוס ערשט? ווער האט ארויס געגעבן פאלשע נידריגע שמועות אויפן צווייטן? און מענדל הערש איז גאר דער וואס מאכט די גרודער...

די דעת בעל הבית פארשטייט דאס און וועגן דעם געבן זיי אים נישט קיין פרנסה.

אויב אזוי הייסט עס אז דו בוסט דער באוויסטע דעת בעל הבית וואס מ'רעדט אייביג פון? איז דארף איך רעדן מיט דיר אין אישי ווייל איך האב זייער אסאך שאלות דיר צו פרעגן...
און וועגן פרנסה האט ער נישט נישט ווייל קיינער וויל נישט העלפן נאר ער האט נישט ווייל יעדע זאך וואס ער פרובירט נאר צו טוהן לייגט איהם דער ריינער אינטער פיסלעך.

ריכטיג וואלט געווען ווען אונז קענען ווען אויך הערן ריינערס זייט און ווי אויך וואס די דיינים ובתוכם גאלאנטע רב האבן צוזאגן.

דו האסט דאך עס שוין געזאגט דא אין אשכול כמה פעמים, וואס איז קיינער האלט נישט דא ווי דיר? ווילסטו אז נאך איינער זאל עס קומען זאגן?

מיר ווילן נוצן אונזער אייגענע שכל צו באשליסן ווי אזוי אנצוקוקן די מעשה און נישט ווערן מאניפולירט פון איין זייט וואס האט א גוטע פעדער און הייסע קראקעדייעל טרערן אין זיין באזיץ.

ס'איז אינטערעסאנט צו זעהן אז אינדערצייט וואס דו בוסט דער וואס האלט ווי ריינער, און דו האסט שוין לאנג באשלאסן וואס דו האלסט און טאקע אן אויסהערן די צווייטע זייט, די בוסט גאר דער וואס וויל נישט ווערן מאניפולירט, און וויל גאר אויסהערן ביידע צדדים, זייער אינטרעסאנט.

מיר ווילן זעהן ביידע זייטן פון די מטבע.

זאגט איבער דו זעלבע זאך שוין אפאר מאל.

אז א איד ווי מענדל הערש פאנעט וויינט האב איך גרויס מיטלייד מיט אים אבער די תורה זאגט נאך אלץ "שמוע בין אחיכם".

איז פארוואס הערסטו אויס נאר איין צד?

און פאר די דיסארדערס וואס פאנעט האט איז דא היינט גוטע טעראפי ב"ה. ער קען זיך היילן, אראפקומען פון זיין בוים, און מיטן הילף פון השי"ת וועט ער קענען טרעפן פרנסה.

האסט נישט וואס צו זאגן מער פרובירסטו צו גיין פערסאנאל? ווי קומט דא אריין טערעפי מיט דיסארדערס? אויב עפעס ליידט ריינער אויף עפעס א דיסארדער פון נצחון וואס פירט איהם אראפ פון די גראדע זינען.

אגריפס המלך » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 3:28 pm

· #547707
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
סוף טוב הכל טוב #
"בית דין איז געווען גערעכט, און אן אריינרעדן אין דעם עצם קעיס, איז אבער ריינער גערעכט געווען."

און, הוא אשר דיברתי, בי"ד האט גענומען שוחד?? פון וועמען?? ווער זאגט?? ווער גלייבט עס??
אויסהערן נאר איין בעל דין?? ווער ווען וואס?? [יעדע הזמנה/סירוב/עיקול וכו' - גייט נאר על פי וואס מ'הערט פון איין בעל דין. סאו, בעיסיקלי דרייסטו א קאפ!]

פארוואס זענען זיי גערעכט? געבעיסט אויף וואס?

און דו שרייבסט ווייטער אז ריינער איז גערעכט אן אריינקוקן אין די קעיס און נאכדעם וועסטו מיר פרעגן ווי שרייבסטו עס.

און וועגן נעמען שוחד און אויסהערן נאר איין בעל דין שרייסטו וואס ווען ווי, און אז יעדע הזמנה סירוב און עיקול ארבעט אזוי, דאס ווייס איך אויך, אבער א עיקול לייגט מען ארויס ווען מ'שיקט אן הזמנה און יענער וויל נישט קומען אין בי"ד, דא האט ער געוואלט קומען אין בי"ד און זיי האבן איהם נישט געוואלט אויסהערן, אדרבה קוק זיינע ווידיאו'ס!!

און ווי ס'זעהט אויס פון וואס דו שרייבסט אז אדער ווילסטו נישט זעהן (וואס דאס איז לכאורה די סיבה) אדער האסטו נישט געזעהן די קליפס וואס ער האט ארום געשיקט מיט אפענע ראיות פאפירן און ווידיאו'ס ווי משה בערגמאן בית יוסף און אלע איבעריגע ווילן איהם נישט אויסהערן, איז וואס "דרייסטו" א קאפ?!

לאכעדיג » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 3:29 pm

· #547710
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
אגריפס המלך #
לאכעדיג #
יעדע שטעקן האט צוויי זייטן, און איך הער און איך זעה די גאנצע צייט נאר די זייט פון מענדל הערש פאנעט.

ווייל דו שרייסט די טענות פון ריינער א גאנצן צייט זעהסטו נאר דו צווייטע זייט זיי מוחל און קוק איבער דיינע תגובות וועסטו זעהן ריינער'ס צד.

מענדל הערש פאנעט שרייט אז ריינער מאכט גערודער בו בזמן וואס ער איז דער וואס מאכט די גערודער. אבער נישט געזארגט ביי די בתי דינים איז ער נישט די ערשטע נארסעסיט, זיי האבן עקספיריענס מיט אזעלכע חברה ווי אים, און וועגן דעם זענען זיי נישט געפאלן פאר זיין מויל, אין דאס איז וואס באדערט אים.

אזוי גאר מענדל הערש איז דער וואס מאכט די גרודער? זעהט אויס דו האסט שוין פארגעסן, ווער האט ארויס געטראגן די מעשה צום גאס? ווער האט ארויס געגעבן א קונטרוס ערשט? ווער האט ארויס געגעבן פאלשע נידריגע שמועות אויפן צווייטן? און מענדל הערש איז גאר דער וואס מאכט די גרודער...

די דעת בעל הבית פארשטייט דאס און וועגן דעם געבן זיי אים נישט קיין פרנסה.

אויב אזוי הייסט עס אז דו בוסט דער באוויסטע דעת בעל הבית וואס מ'רעדט אייביג פון? איז דארף איך רעדן מיט דיר אין אישי ווייל איך האב זייער אסאך שאלות דיר צו פרעגן...
און וועגן פרנסה האט ער נישט נישט ווייל קיינער וויל נישט העלפן נאר ער האט נישט ווייל יעדע זאך וואס ער פרובירט נאר צו טוהן לייגט איהם דער ריינער אינטער פיסלעך.

ריכטיג וואלט געווען ווען אונז קענען ווען אויך הערן ריינערס זייט און ווי אויך וואס די דיינים ובתוכם גאלאנטע רב האבן צוזאגן.

דו האסט דאך עס שוין געזאגט דא אין אשכול כמה פעמים, וואס איז קיינער האלט נישט דא ווי דיר? ווילסטו אז נאך איינער זאל עס קומען זאגן?

מיר ווילן נוצן אונזער אייגענע שכל צו באשליסן ווי אזוי אנצוקוקן די מעשה און נישט ווערן מאניפולירט פון איין זייט וואס האט א גוטע פעדער און הייסע קראקעדייעל טרערן אין זיין באזיץ.

ס'איז אינטערעסאנט צו זעהן אז אינדערצייט וואס דו בוסט דער וואס האלט ווי ריינער, און דו האסט שוין לאנג באשלאסן וואס דו האלסט און טאקע אן אויסהערן די צווייטע זייט, די בוסט גאר דער וואס וויל נישט ווערן מאניפולירט, און וויל גאר אויסהערן ביידע צדדים, זייער אינטרעסאנט.

מיר ווילן זעהן ביידע זייטן פון די מטבע.

זאגט איבער דו זעלבע זאך שוין אפאר מאל.

אז א איד ווי מענדל הערש פאנעט וויינט האב איך גרויס מיטלייד מיט אים אבער די תורה זאגט נאך אלץ "שמוע בין אחיכם".

איז פארוואס הערסטו אויס נאר איין צד?

און פאר די דיסארדערס וואס פאנעט האט איז דא היינט גוטע טעראפי ב"ה. ער קען זיך היילן, אראפקומען פון זיין בוים, און מיטן הילף פון השי"ת וועט ער קענען טרעפן פרנסה.

האסט נישט וואס צו זאגן מער פרובירסטו צו גיין פערסאנאל? ווי קומט דא אריין טערעפי מיט דיסארדערס? אויב עפעס ליידט ריינער אויף עפעס א דיסארדער פון נצחון וואס פירט איהם אראפ פון די גראדע זינען.

אויסער ווייטאג זעה איך נישט עפעס זאכליך פון דיינע ווערטער. אנטשולדיג.

סקעפטיקער » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 3:33 pm

· #547712
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
לאכעדיג #
אויסער ווייטאג זעה איך נישט עפעס זאכליך פון דיינע ווערטער. אנטשולדיג.
וכן למר

אגריפס המלך » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 3:34 pm

· #547713
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
לאכעדיג #
אויסער ווייטאג זעה איך נישט עפעס זאכליך פון דיינע ווערטער. אנטשולדיג.
איך הער, ס'איז א גוטע געדאנק זיך ארויסצודרייען ווען מ'האט נישט וואס ענטפערן, ס'איז שוין אן אלטע מהלך און אסאך ניצן דאס, און ס'העלפט גראדע רוב מאל נישט.

לאכעדיג » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 3:37 pm

· #547714
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
אבער דו ברענגסט נאך אלץ נישט סחורה צום טיש, נאר אראפקלאפן קענסטו.

סוף טוב הכל טוב » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 3:38 pm

· #547715
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
אגריפס המלך #
פארוואס זענען זיי גערעכט? געבעיסט אויף וואס?

און דו שרייבסט ווייטער אז ריינער איז גערעכט אן אריינקוקן אין די קעיס און נאכדעם וועסטו מיר פרעגן ווי שרייבסטו עס.

און וועגן נעמען שוחד און אויסהערן נאר איין בעל דין שרייסטו וואס ווען ווי, און אז יעדע הזמנה סירוב און עיקול ארבעט אזוי, דאס ווייס איך אויך אבער א עיקול לייגט מען ארויס ווען מ'שיקט אן הזמנה און יענער וויל נישט קומען אין בי"ד דא האט ער געוואלט קומען אין בי"ד און זיי האבן איהם נישט געוואלט אויסהערן, אדרבה קוק זיינע ווידיאו'ס!!

און ווי ס'זעהט אויס פון וואס דו שרייבסט אז אדער ווילסטו נישט זעהן (וואס דאס איז לכאורה די סיבה) אדער האסטו נישט געזעהן די קליפס וואס ער האט ארום געשיקט מיט אפענע ראיות פאפירן און ווידיאו'ס ווי משה בערגמאן בית יוסף און אלע איבעריגע ווילן איהם נישט אויסהערן איז וואס "דרייסטו" א קאפ?!

ווי געשריבן פריער: איך געדענק נאר מיינע אימפרעשאנס פון דענצמאל. איך געדענק נישט יעצט קיינע פרטים.

איך געדענק אז נאך לייענען אלע צעטלעך האב איך פארשטענען בית דין'ס צד טויזענט פראצענט. און דאס מיינט אז אויף וויפיל ב"ד האט זיך אנגענומען פאר ריינער איז ריינער גערעכט.
דאס האב איך געשריבן אז אן אריינגיין אין דעם עצם קעיס איז ריינער גערעכט.
אויב דו פארשטייסט נישט וואס דאס מיינט קען איך אייך נישט העלפן.
א עיקול קען מען געבן אפילו ווען יענער וויל יא קומען אין בי"ד.
איך האב יא געזעהן - דעמאלץ - זיינע קליפס און פאפירן. און דאך בין איך, און כמעט יעדער וואס איך קען, געקומען צו מיין מסקנא.

איך פרעג אייך איין קאשע:
פארוואס זאל נישט בית דין אדער בערגמאן איהם וועלן אויסהערן?
זיי זענען דאך בית דין'ס, און פסק'נען דין תורה'ס יעדן טאג!
(ביטע נישט ענטפערן ווייל זיי האבן גענומען שוחד...)

אגריפס המלך » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 3:39 pm

· #547716
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
לאכעדיג #
אבער דו ברענגסט נאך אלץ נישט סחורה צום טיש, נאר אראפקלאפן קענסטו.

איז וואס הייסט סחורה? אז איך וועל שרייבן אז ריינער איז גערעכט? 😉

סקעפטיקער » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 3:39 pm

· #547717
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
לאכעדיג #
אבער דו ברענגסט נאך אלץ נישט סחורה צום טיש, נאר אראפקלאפן קענסטו.

און וואס האסטו געברענגט?

סקעפטיקער » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 3:44 pm

· #547719
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
סוף טוב הכל טוב #
א עיקול קען מען געבן אפילו ווען יענער וויל יא קומען אין בי"ד.
אויב צוויי שותפים האבן זיך צוקריגט איבער א גראסערי און איינער האט (עכ"פ לויט דעם צווייטן) ארויסגעצווינגען דעם צווייטן, גייט דער צווייטער און מאכט א גראסערי קעגן איבער, וואס איז די יושר ארויסצוגעבן אן עיקול קעגן דעם צווייטן אלס קאנקורענט? אויב עפעס זאל אויך זיין אן עיקול אז דער ערשטער מוז צוריקלאזן דעם צווייטען.

אגריפס המלך » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 3:50 pm

· #547721
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
סוף טוב הכל טוב #
ווי געשריבן פריער: איך געדענק נאר מיינע אימפרעשאנס פון דענצמאל. איך געדענק נישט יעצט קיינע פרטים.

איך געדענק אז נאך לייענען אלע צעטלעך האב איך פארשטענען בית דין'ס צד טויזענט פראצענט. און דאס מיינט אז אויף וויפיל ב"ד האט זיך אנגענומען פאר ריינער איז ריינער גערעכט.

דו האסט פארשטאנען בי"ד'ס צד? מיינסט ריינער'ס צד ווייל זיי זענען אויף די זעלבע צד, און זיכער האבן זיי זיך אנגענומען ווייל אז מ'צאלט געלט איז יעדער אויף דיין זייט.

דאס האב איך געשריבן אז אן אריינגיין אין דעם עצם קעיס איז ריינער גערעכט.
אויב דו פארשטייסט נישט וואס דאס מיינט קען איך אייך נישט העלפן.

און פארוואס איז ריינער גערעכט אן אריין גיין אין די עצם קעיס? על פי תורה דארף מען יא אויסהערן ביידע צדדים און נאכדעם פסק'נען. פארן אויסהערן טאר מען נישט נעמען קיין שום צד, אלא מאי דו האסט נגיעות.

א עיקול קען מען געבן אפילו ווען יענער וויל יא קומען אין בי"ד.

אדרבה ברעג מיך א מראה מקום!

איך האב יא געזעהן - דעמאלץ - זיינע קליפס און פאפירן. און דאך בין איך, און כמעט יעדער וואס איך קען, געקומען צו מיין מסקנא.

מיינט עס אז דו דרייסט דיך נעבן ריינער אויב יעדער וואס דו האסט גערעדט מיט האלט אזוי.

איך פרעג אייך איין קאשע:
פארוואס זאל נישט בית דין אדער בערגמאן איהם וועלן אויסהערן?
זיי זענען דאך בית דין'ס, און פסק'נען דין תורה'ס יעדן טאג!
(ביטע נישט ענטפערן ווייל זיי האבן גענומען שוחד...)

איך זעה אז דו ווייסט אליינס די תירוץ און האסט נאר מורא אז איך וועל דיר עס ענטפערן בעטסטו אז איך זאל עס נישט זאגן, איך מוז דיר זאגן סיי דו און סיי לאכעדיג נעמען דא ערנסטע זיכערהייט שריט אז מ'זאל ענק נישט קענען אפווענדן.

לאכעדיג » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 3:52 pm

· #547722
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
סקעפטיקער #
לאכעדיג #
אבער די ברענגסט נאך אלץ נישט סחורה צום טיש, נאר אראפקלאפן קענסטו.
און וואס האסטו געברענגט?
אן אויפמערקזאמקייט אז ס'איז דא צוויי זייטן ביי די פרשה פון קינדליין. פארשטאנען?

סקעפטיקער » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 3:53 pm

· #547723
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
פון דיינע ווערטער קוקט נישט אויס אז דו האלטסט אז עס זענען דא צוויי זייטן

לאכעדיג » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 3:54 pm

· #547725
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
זאג איך דיר אז איך האלט "יא" אז ס'איז דא צוויי זייטן.

צומישט און צוחישט » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 4:01 pm

· #547727
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
נאכאמאל, ביטע קען איינער וואס האט נישט גענומען קיין צד אין די גאצע סאמטוכע אראפלייגן ביידע צדדים קלאר?

זאקן » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 4:06 pm

· #547728
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
מיך זעהט אויס ווי פאנעט און ריינער האבן ביידע א ניק דא און זיי האבן מחליט געווען צו מאכן די דין תורה אויף קאווע שטיבל…

סוף טוב הכל טוב » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 4:08 pm

· #547730
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
סקעפטיקער #
סוף טוב הכל טוב #
א עיקול קען מען געבן אפילו ווען יענער וויל יא קומען אין בי"ד.
אויב צוויי שותפים האבן זיך צוקריגט איבער א גראסערי און איינער האט (עכ"פ לויט דעם צווייטן) ארויסגעצווינגען דעם צווייטן, גייט דער צווייטער און מאכט א גראסערי קעגן איבער, וואס איז די יושר ארויסצוגעבן אן עיקול קעגן דעם צווייטן אלס קאנקורענט? אויב עפעס זאל אויך זיין אן עיקול אז דער ערשטער מוז צוריקלאזן דעם צווייטען.
איך גיי נישט לערנען דא הלכות עיקול מיטן עולם.
אבער זייט נישט ביטע נאאיוו צו האלטן אז פשוט מ'קען געבן געלט און באקומען א עיקול ענד דעטס איט.

סקעפטיקער » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 4:12 pm

· #547733
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
לאכעדיג #
זאג איך דיר אז איך האלט "יא" אז ס'איז דא צוויי זייטן.

איימסארי טא טעלל יא, איינער וואס האלט אז עס איז דא צוויי זייטן שרייבט נישט אזא תגובה פיל מיט האס אויף פאנעט

דו מעגסט האלטן ווי ריינער, אבער דריי מיר נישט קיין קאפ וועגן צוויי זייטן, און רייס נישט אונטער איינער וואס נעמט זיך אן פאר פאנעט ווען דו טוסט גארנישט בעסער

לאכעדיג » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 4:46 pm

· #547741
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
צומישט און צוחישט #
נאכאמאל, ביטע קען איינער וואס האט נישט גענומען קיין צד אין די גאצע סאמאטוכע אראפלייגן ביידע צדדים קלאר?

סקעפטיקער » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 4:47 pm

· #547742
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
סוף טוב הכל טוב #
איך גיי נישט לערנען דא הלכות עיקול מיטן עולם.
אבער זייט נישט ביטע נאאיוו צו האלטן אז פשוט מ'קען געבן געלט און באקומען א עיקול ענד דעטס איט.
דו האסט נישט גענטפערט וואס כ'האב געפרעגט חוץ פון זאגן אז דו ווילסט נישט/קענסט נישט ענטפערן (ובלשונך: איך גיי נישט לערנען דא הלכות עיקול מיטן עולם), און אריינגעלייגט ווערטער אין מיין מויל וואס איך האב נישט געזאגט (פשוט מ'קען געבן געלט און באקומען א עיקול ענד דעטס איט).

סקעפטיקער » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 4:54 pm

· #547745
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
צומישט און צוחישט #
נאכאמאל, ביטע קען איינער וואס האט נישט גענומען קיין צד אין די גאצע סאמטוכע אראפלייגן ביידע צדדים קלאר?
קענסט פרובירן צו נאשן פון דא
https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=14451
https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=15291

לאכעדיג » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 4:54 pm

· #547746
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
סקעפטיקער #
איימסארי טא טעלל יא, איינער וואס האלט אז עס איז דא צוויי זייטן שרייבט נישט אזא תגובה פיל מיט האס אויף פאנעט

דו מעגסט האלטן ווי ריינער, אבער דריי מיר נישט קיין קאפ וועגן צוויי זייטן, און רייס נישט אונטער איינער וואס נעמט זיך אן פאר פאנעט ווען דו טוסט גארנישט בעסער

איך זעה נישט קיין תועלת צו פירן ווייטער די שמועס מיט דיר.

סוף טוב הכל טוב » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 5:10 pm

· #547748
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
סקעפטיקער #
דו האסט נישט געענטפערט וואס כ'האב געפרעגט חוץ פון זאגן אז די ווילסט נישט/קענסט נישט ענטפערן (ובלשונך: איך גיי נישט לערנען דא הלכות עיקול מיטן עולם), און אריינגעלייגט ווערטער אין מיין מויל וואס איך האב נישט געזאגט (פשוט מ'קען געבן געלט און באקומען א עיקול ענד דעטס איט)

אויב דו ווילסט וויסן מיין מיינונג אויף דיין שאלה?
איז מיין ענטפער, ניין עס קומט נישט קיין עיקול אויף דיין פאל.
אבער דאס איז נישט געווען דער פאל פון די פאנעט-ריינער סכסוך.

יעצט ביטע ענטפער דו אויף מיין שאלה.
דו האלטסט באמת אז אלע רבנים וועלכע האבן זיך ארויסגעשטעלט אויף ריינער'ס זייט זענען געווען אונטערגעקויפט?

סקעפטיקער » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 5:19 pm

· #547750
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
סוף טוב הכל טוב #
אויב דו ווילסט וויסן מיין מיינונג אויף דיין שאלה?
איז מיין ענטפער, ניין עס קומט נישט קיין עיקול אויף דיין פאל.
אבער דאס איז נישט געווען דער פאל פון די פאנעט-ריינער סכסוך.

פארוואס איז דאס נישט די מציאות אויף די פאל?

איך האלט אז די שטארקע פרעשור פון ריינער מיט זיינע טוענים זענען געווען מער א פאקטאר ווי געלט, און טאקע נישט יעדעם אויף וועם ער איז אויפגערעגט האט אזויפיל "געטוהן" ווי נישט געטוהן, אבער עס איז ביי מיר נישט אויסגעשלאסן אז געוויסע האבן במישרין ובעקיפין באקומען א שיינע מטבע - עפעס וואס איז נישט אומדעהערט אין די פעלד פון דיני תורות

סוף טוב הכל טוב » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 5:23 pm

· #547752
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
איך הער און רעספעקטיר דיין מיינונג.

אבער, ווי געזאגט, איך בין אוועקגעגאנגען נאך ליינען ביידע זייטנ'ס צעטלעך, אז בית דין האט געהאנדלט יושר'דיג.

בא גד » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 5:38 pm

· #547755
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
איך האב געליינט די שטרענגע תגובה פון "לאכעדיג" און איך האב הערות:

איך האב אבער געגעבן א נייע טיטול פאר "לאכעדיג", "דאקטער ראבינער לאכעדיג" און איך וועל שפעטער מסביר זיין פארוואס איך געב פאר לאכעדיג די טיטול "ד"ר ראבינער"
ד"ר ראבינער לאכעדיג: יעדע שטעקן האט צוויי זייטן, און איך הער און איך זעה די גאנצע צייט נאר די זייט פון מענדל הערש פאנעט.

און כאטש דו זעסט בלויז די זייט שטעקן פון פאנעט ממילא ביסטו אזוי בייז אויף אים?
פארוואס?
סתם אזוי דאקטער ראבינער קענסט מיר אפשר מסביר זיין פארוואס טארטיקובער הכשר האט בלויז אנגעכאפט ריינערס זייט שטעקן?
קענסט מיר אפשר מסביר זיין פארוואס רוב גראסעריס האבן די זעלבע אנגעכאפט בלויז (א טייל געצווינגענעהייט) ריינערס שטעקן?
כבין נייגעריג אפשר ווייסטו די סיבה

ד"ר ראבינער לאכעדיג: מענדל הערש פאנעט שרייט אז ריינער מאכט גערודער בו בזמן וואס ער איז דער וואס מאכט די גערודער.

איך האב קודם געמיינט אז איך קאלעך שוין (ווייל מיין זכרון זאגט אז ריינער האט אסאך אסאך פריער ארויסגעשמירט די מעשה אין גאס, און געמאכט גרודער אזוי ווייט אז אז הונדערט האט זיך געמוזט פארמאכן)
דערפאר האב איך נאכאמאל געליינט די קארט פעיפערס געליינט קאווע שטיבל און טוויטער
און איבערגעליינט די סדר הדברים
דארט שטייט אז איך קאלעך נישט ב"ה! דאנקע גאט!
פאקט איז אז:
1) פאנעט האט זיך גענומען רעדן "נאכדעם" וואס ריינער האט אים חרוב געמאכט הונדערט
2) נאכדעם וואס ריינער האט אים פאר איבער א יאר באשמוצט מיט יעדע סארט פאלשע רכילות נוראות
3) נאכדעם וואס מען האט אים נישט געלאזט לעבן אפילו נאכן פארמאכן הונדערט
4) נאכדעם וואס ריינער האט אריינגעגעבן אין ערכאות קלאגעס צו צונעמען זיין הויז און אלע זיינע וועש

ד"ר ראבינער לאכעדיג: אבער נישט געזארגט ביי די בתי דינים איז ער נישט די ערשטע נארסעסיט,

אט דאס איז די סיבה פארן גיבן די טיטול "דאקטער"!
Here we go!
איך זע דו קענסט געבן אנוליזן אויף פאציענטן אזוי ווייט אז דו קענסט באטיטולען פאנעט (גאר!) אלץ "נארסעסיט"
און עס נאך מעלדן ברבים אויך (ווייל אויב סאיז נישט אמת קען עס זיין defamation און פאנעט זיצט אין ערכאות סא אויב האט דער דאקטער נישט מורא צו שרייבן אזוי מוז עס זיין א אמתדיגע אנוליז פון אייך דאקטער
סא דאקטער ראבינער: וויפיל נעמט איר א שעה? און ווי האט איר געלערנט דאקטעריי?

ד"ר ראבינער לאכעדיג: ... די בתי דינים ...זיי האבן עקספיריענס מיט אזעלכע חברה ווי אים, און וועגן דעם זענען זיי נישט געפאלן פאר זיין מויל, אין דאס איז וואס באדערט אים.

אזוי? בתי דינים האבן געלאזט פאנעט "רעדן"? האט בכלל בית דין בית יוסף געזען אין רעיל לייף אפילו "איינמאל" די "מויל" פון פאנעט? כאטש איינמאל אפילו? (אפילו פארמאכטערהייט), הא?
אדער זיי האבן געשריבן א "פסק" (דאס איז נישט קיין נוסח פון א עיקול!) אן אפילו וועלן הערן פאנעטס צד
האט טארטיקאווער רב אמאל געטרייט צו אויסהערן פאנעטס איידער ער האט געהייסן אלע גראסעריס ארויס טראסקענען הונדערט? האט אים טארטיקאווער רב אמאל געזען רעדן אין רעיל לייף? איך פרעג פאר נייגעריגקייט
סא ווען איז בית דין "נישט געפאלן פאר זיין מויל"?
אה אפשר ביי משה בערגמאן? אויך כמעט נישט! ווייל ווי איך ליין אין די קארט צעטלעך האט מען אים כמעט נישט געלאזט רעדן ביי בערגמאן
סא פון וועלכע בית דין רעדסטו אז זיי "פאלן נישט" פאר "זיין מויל"?
אפשר דער ר' אשר עקשטיין? כוויל וויסן פון וועלכע בית דין דו רעדסט!
פארוואס וויל איך וויסן? ווייל לויט דיינע אנוליזן הער דאקטער פארשטיי איך אז פאנעט האט א "גוטן מויל" און אויב עס איז דא א בית דין וואס שרעקט זיך נישט פאר א גוט מויל וויל איך דאס וויסן
א בית דין בדורינו וואס זענען מקיים דעם "לא תגורו"?! אהער דערמיט!

און אז מען רעד פון "שמוע בין אחיכם" איז געווען צוויי בתי דינים וואס האבן אויסגעהערט "ביידע זייטן"
בעלזע בית דין פון ארץ ישראל און פאלטישאנער בית דין פון בארא פארק
ביידע זייטן האבן גערעדט און געזאגט זייערע טענות
און דאך האט בעלזע בית דין און פאלטישאנער בית דין געשריבן זייער א קלארע בריוו וועלכע איז אויסגעלאכט געווארן ביי יעדעם
אינטרעסאנט פארוואס די וואס האבן מקיים געווען דעם "שמוע בין אחיכם" זענען גארנישט ווערד
און די וואס האבן בלויז געהערט ריינער און נישט געוואלט הערן פאנעט זענען ערליך?

ד"ר ראבינער לאכעדיג: די דעת בעל הבית פארשטייט דאס און וועגן דעם געבן זיי אים נישט קיין פרנסה.

וועמען מיינסטו דא "דעת בעל הבית?" די אלע פלעצער וואס האבן באקומען פרעשור פון ... אז מען זאל נישט גיבן פרנסה פאר פאנעט?
אויב מיינסטו ריינער מיט דיין "דעת בעל הבית" טיטול פארשטיי איך שוין טאקע פארוואס מען זאגט אז "דעת בעל הבית איז היפך דעת תורה"

ד"ר ראבינער לאכעדיג: ריכטיג וואלט געווען ווען אונז קענען ווען אויך הערן ריינערס זייט און ווי אויך וואס די דיינים ובתוכם גאלאנטע רב האבן צוזאגן.

מיר האבן אלע "גוט געהערט" ריינער
ער האט גוט און קלאר גערעדט פאר זייער א לאנגע צייט בשעת פאנעט איז געווען שטיל
גאלאנטער רב? ער האט דאך אויך געזאגט זיין "אייגענע" מיינונג קלאר אויף א אימעיל
דו האסט עס נישט געליינט?
פרעג דיר אום צו מען האט נישט געהערט דער "משה בערגמאן" אינדרויסן פון בית דין מיט זיין מיינונג
פרעג גראסעריס צו בית יוסף האט נישט געזאגט טעלעפאניש זייער קלאר זייער מיינונג
(btw זייער טעלעפאן מאכט פראבלעמען, ווייל ווען פאנעט האט זיי גערופן האט זייער טעלעפאן נישט געארבעט אזוי גוט, אבער צו גראסעריס האט עס פיין געארבעט, אפשר וויל דאס טעלעגאָ אויסטשעקן פאר זיי?)

ד"ר ראבינער לאכעדיג: מיר ווילן נוצן אונזער אייגענע שכל צו באשליסן ווי אזוי אנצוקוקן די מעשה און נישט ווערן מאניפולירט פון איין זייט וואס האט א גוטע פעדער און הייסע קראקעדייעל טרערן אין זיין באזיץ.

דו רעדסט פון "מאניפולירן" מיין איך אז פאנעט איז מיט "מאניפולירן" זייער זייער שוואך קעגן ריינער
ווייל ווען ריינער האט געטרייט זיין כח אין "מאניפולירן" זענען די הונדערט מאגאזינען געפלויגן אין גארבידזש
אבער ווען פאנעט רעדט געשעט נישט גארנישט נישט
און ווייטער ווען דו רעדסט פון "פאנעט'ס פעדער" אמת פאנעט איז זייער א גוטער שרייבער אבער זיין שרייבעריי האט נישט אויסגעמאכט קיין אייין טראפ ווען ער האט געשריבן און זיך געבעטן ביי די גראסעריס מען זאל רחמנות האבן אויף אים
סא דאס הייסט א גוטע שרייבער?
פאני אז דו מאכסט אזוי אוועק די "מאניפוליראציע" כח פון ריינער קעגן פאנעט'ס "מאניפוליראציע"
אלץ דאקטער קען איך באשטיין צו הערן פארוואס איר האלט אז פאנעט איז בעסער אין מאניפוליראציע ווי ריינער

ד"ר ראבינער לאכעדיג: מיר ווילן זעהן ביידע זייטן פון די מטבע.

אקעי יא מיר זען אלע ביידע זייטן!
על כל פנים פון ווען פאנעט האט זיך גענומען רעדן הערט מען צוויי זייטן
פארדעם האט מען בלויז געזען דעם "מטבע" (; פון ריינער
סא ב"ה יעצט הערט מען ביידע זייטן
אבער די מטבע פון פאנעט? כפארשטיי אז ער טיילט נישט קיין מטבעות אזוי ווי ...

ד"ר ראבינער לאכעדיג: אז א איד ווי מענדל הערש פאנעט וויינט האב איך גרויס מיטלייד מיט אים

עכט שיין אז דו האסט מיטלייד מיט אים כאטש אז דו עם אזוי פיינט
סתם נייגעריג, ווי שטארק גייט דיין "מיטלייד" מיט פאנעט? למשל ווען דו דאוונסט צום באשעפער ווילסטו אז דער באשעפער זאל האבן די זעלבע מדרגה מיטלייד מיט דיר וואס דו האסט מיט פאנעט אדער ווייניגער\מער?

ד"ר ראבינער לאכעדיג: אבער די תורה זאגט נאך אלץ "שמוע בין אחיכם".

אה דא וועסטו פארשטיין פארוואס איך געב דיר די טיטול "ראבינער" ווייל דו הייבסט אן רעדן "תורה"!
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו!
אמת דער ראבינער ווייסט גוט א שטיקל הלכה "שמוע בין אחיכם" אמת די תורה זאגט אזוי
אבער אלץ ראבינער קענט איר מיר מסביר זיין הלכהדיג פארוואס האט ר' יחיאל באבד זיך אויסגעלאכט פון דעם "שמוע בין אחיכם"? אדער בית יוסף און ר' אשר עקשטיין, פארוואס האבן די רבנים באשלאסן עס אויסצולאזן? מוז דאך זיין א הלכהדיגע טעם דערויף
און איך קען באשטיין עס צו הערן מיט "מראה מקומות"

און אז מען רעדט פון "תורה" האב איך אפאר קליינע "תורה'דיגע שאלות" צו אייך דאקטער ראבינער:
1) איך האב געזען אין יוטוב א קליפ ווי ריינער האט גערופן פאליציי אויף פאנעט בשעת פאנעט איז נאך געזיצן ביי בערגמאן, מיט וועלכע הלכהדיגע טעם האט דאס דער "תורה איד ריינער" געמעגט דאס טון? ווי שטייט דאס?
2) פארוואס ווען פאנעט גייט אין ערכאות איז ער א שייגעץ אבער ווען ריינער גייט אין ערכאות פרובירן צונעמען פאנעט'ס הויז איז דאס יא אויסגעהאלטן הלכהדיג?
3) זייט מוחל און שרייבט מיר די טעמים על פי "תורה" ווי עס שטייט אז מען מעג פארשעמען קינדער פון א בעל דין אין גאס? און שיקן בחורים צו רודפן זיינע קינדער אין ישיבה
4) אויך וויל איך די מראה מקום אין "תורה" אז מען מעג פארשפרייטן רכילות און לשון הרע אויף דיין בעל דין אפגעזען צו סאיז אמת אדער נישט.
5) און א מראה מקום אין הלכה פארוואס ריינער האט זיך מתיר געווען צו נעמען פאר זיך גאנץ קינדליין בשעת "קיין איין" בית דין האט נאכנישט געפסקנט אז פאנעט אדער זיין ווייב זענען "מער נישט שותפים" דערין.
כהאב נאך אסאך תורהדיגע שאלות אבער איר זענט ביזי מיט פאציענטן און שאלות ממילא וועל איך נישט פרעגן מער
סאיז מיר גענוג אפילו זאלסט מיר ברענגען איין ענפער מיט מראה מקומות סאיז מיר גענוג

ד"ר ראבינער לאכעדיג: און פאר די דיסארדערס וואס פאנעט האט איז דא היינט גוטע טעראפי ב"ה.
ער קען זיך היילן,

אלץ דאקטער קענט איר אים היילן? אפשר ווילט איר עס טון פאר א גוטע פרייז?

ד"ר ראבינער לאכעדיג: אראפקומען פון זיין בוים,

עפעס פירסטו נישט אויס דיינע ווערטער, פון וועלכע בוים דארף פאנעט אראפקריכן?

ד"ר ראבינער לאכעדיג: און מיטן הילף פון השי"ת וועט ער קענען טרעפן פרנסה.

כהאף הער דאקטער אז איך האב גוט פארשטאנען:
איר האלט אז די גאנצע סיבה פארוואס הונדערט איז פארמאכט און פארוואס ריינער מעג האלטן קינדליין פאר זיך און פארוואס פאנעט קען נישט ברענגען פרנסה איז ווייל ער האט א "דיסארדער"
אהא
אינטרעסאנט קיינמאל נישט געהערט פון אזא מין דיסארדער
איך קען באשטיין אויב הער דאקטער האט צייט צו שרייבן א "דאקטערישע מראה מקום" אויף די "אנוליז" און "דיסארדער" וואס פאנעט ליידט.
און btw איך האב נייעס פאר אייך דאקטער
אלוקים מבקש את הנרדף
און טאקע פארדעם גייט פאנעט מיטן הילף פון השי"ת טרעפן ברייט פרנסה על אפו ועל חמתו פון...

הארציגן דאנק דאקטער ראבינער לאכעדיג
(אה, יעצט פארשטיי איך דיין לעצטע נאמען... (: )

איך אויך » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 6:13 pm

· #547759
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
קום איך צוריק צו מיין אלטע שאלה: וועלכע צד צאלט מער? לאז מיך אויך עפעס פארדינען פונעם געמויזעכטץ.

לאכעדיג » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 6:37 pm

· #547762
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?

אגריפס המלך » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 8:02 pm

· #547782
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
אז דו ווייסט ווי מ'קען נאשן איז וואס פרעגסטו?

שפילער » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 8:37 pm

· #547787
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
צומישט און צוחישט #
איך קען נישט די פרטי הדברים, אבער פ"וו איז די גאלאנטער און אלע אנדערע א.ג קארופטירטע רבנים געפאלן פאר דעם ריינער?
זיי האבן עפעס פערזענדליך קעגן פאנעט?
$$

קורקלענד » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 9:03 pm

· #547792
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
פון וויפיל געלט רעדט מען? וויאזוי קען מען עס ערלעדיגן? וואס איז די פראצעדור? אויב האב איך א פאטענציאלע דין ודברים מיט איינער קענסטו מיר גיידן?

יצחק אייזיק » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 9:15 pm

· #547797
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
איך ווייס נישט צו שפילער קען דיר גיידן אבער ס'איז דא גענוג און נאך וואס קענען יא. גיי נאר און שול פרעג ארום ביי אפאר גרויסע קנאקערס וואס האבן געהאט דין תורות און זיי וועלן דיר קענען העלפן...

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 9:50 pm

· #548908
לאכעדיג #
און ווי ער אליין וויינט וויל אים קיינער נישט געבן קיין פרנסה און שידוכים מיט זיינע קינדער וועט אים לכאורה אויך גיין גאר שווער.
פרנסה קען איך איהם ליידער נישט געבן אבער איך בין גרייט זיך משדך צו זיין מיט איהם, ווער איז דער נעקסטע אין די רייע, א אינגל? א מיידל? ווי אלט?

יענקוש » זונטאג מערץ 31, 2024 4:36 am

· #556866
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
בנוגע די טענה אז מקען נישט ארויס קומען קעגן די סיסטעם ווי @לאכעדיג האט געשריבן
ליידער ליידער האבן רבנים זיך שוין קונה געווען בשמם הטוב סיי כלפי דיני תורות סיי כלפי ווארפן בחורים אדער קינדער פון ישיבות שלום בית וכו׳ וכו׳ סשוין היינט צוטאגס דא א ריזיגע עולם וואס איז ביטער אנגעווייטאגט אויף די רבנים וואס פרייען צו העלפן אזא יוד ווי רב פאנעט אין they don’t give a dam פאר די אלע קול קורא׳ס וכו׳
סא איך גלייב ער האט גוטע פאטענטועל אויב ער גייט אנליין אין זיכער אויב ער געווינט

לאכעדיג » זונטאג מערץ 31, 2024 5:03 am

· #556873
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
יענקוש #

אויב ווילסטו באמת וויסן וואס איך גיי דיר ענטפערן אויף דיין תגובה ליין איבער מיינע תגובת אין די דריי אשכולות אויף ק"ש וואס רעדט פון די נושא און איך מיין אז דו וועסט שנעל טרעפן מיין ענטפער וואס איך האלט איבער דעם.

אדער האסטו נישט געשריבן די תגובה ווייל דו האסט ערווארטעט א ענטפער פון מיר נאר פשוט ווייל דו האסט געוואלט מיטטיילן דא מיטן ציבור דיין מיינונג איבער די נושא אלץ פרישע גאסט אין ק"ש.

יענקוש » זונטאג מערץ 31, 2024 6:24 am

· #556875
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
איך האב זיך נישט מייחס געווען צו דיינע אנדערע תגובות ווייל סתם געהאקט אויף מה"פ אן וויסן די ווארהייט,
איך האב מיר באצויגן אויף דיין הערה בנוגע סיסטעם.

לאכעדיג » זונטאג מערץ 31, 2024 1:56 pm

· #556903
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
יענקוש #
איך האב זיך נישט מייחס געווען צו דיינע אנדערע תגובות ווייל סתם געהאקט אויף מה"פ אן וויסן די ווארהייט,
איך האב מיר באצויגן אויף דיין הערה בנוגע סיסטעם.
איך רעספעקטיר "דיין" מיינונג...

צומישט און צוחישט » זונטאג מערץ 31, 2024 1:58 pm

· #556904
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
זיין וועבסייט גייט נאך אהן?

בקע לגלגולת » זונטאג מערץ 31, 2024 2:14 pm

· #556906
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
וועבסייט גייט נאך אהן אבער איז אלל אווער דע פלעיס. זעהט אויס ווי ער פראבירט נאך אויס אנדערע מיני קאנטענט צו זעהן וואס די עולם גלייכט. אויך לעצטענס אנגעהויבן צו טשארדשען פאר עקסעס
בלאט: 1 2