לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
93 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16835
לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
דער עולם איז אויף. יעדער איינער איז פארנומען צו רעדן און צו הערן איבער דער שוואנצאנעס סאמעטוכע. כמובן דרייען זיך ארום ווערטלעך און חוזק אויף אלע זייטן. דער אלגעמיינער וועלט האלט זיך אונטער מיט די שטאף וואס זיי גיבן אונז צום טיש. עס לאזט זיך זאגן אז די רעבע איז געווארן דאס ציל ברעט פאר חוזק איבער די גאנצע וועלט (אויסער ביי זיינע חסידים).
לאמיר זיך אבער קלארשטעלן אויף א מינוט. לאמיר אריינטראכטן. אפשר האט ער יא עפעס א צד, אפשר האט ער יא עפעס א טענה מיט א געדאנק וואס ער וויל דערמיט צוקומען, און מיט א צווייטן טראכט קענען מיר אים אביסל פארשטיין און ארויסהאבן וואס ער וויל דא? - אפשר רעדט מען יא פון א מענטש מיט דעת און פארשטאנד, ער וויל עפעס, ער האט א געוויסע דעה און א מהלך, אפשר זאגט ער יא עפעס, נאר ווייל דו ביסט נישט צוגעוואוינט צו טראכטן אזוי, אדער ווייל דאס לצנות שפראצט אין אלע זייטן, דערהערן מיר נישט זיין הארץ און מיר פארשטייען אים נישט?!
אין דעם אשכול, לאמיר פראבירן אים צו פארשטיין, לאמיר אריינקלערן און אפשר אים ארויסהאבן.
מיר זענען דאך פארט אינטעליגענטע מענטשן און מיר קענען אריינלאזן אן אנדערע מיינונג אין אונזער הארץ. איר דארפט נישט טוישן אייער שיטה און אייער מיינונג אויף דער מענטש און זיין חסידות, נאר דא לעת עתה, אין דעם אשכול, לאמיר נעמען דעם צד הסנגור און פראבירן צו דערהערן זיין דערשטיקן קול - אפשר ליגט יא עפעס דערין?
לאמיר זיך פארמאכן די אויגן אויף א וויילע און זיך פארשטעלן אז מיר זענען אויף זיין זייט. איך בין זיכער אז פאר הונדערט טויזנט דאלער מזומן, וואלט איר גע'טענה'ט דא אין שטיבל לטובתו און איר וואלט געקענט איבערצייגן אנדערע אין זיין דעפענץ. מיר קענען דאס טון, בלויז פאר אונז אליין, זיך צו איבערצייגן אז מיר קענען האבן אן אפענע דיסקאסיע מיט זיך אליין און פראבירן צו טראכטן אביסל אנדערש. לאמיר אצינד ווערן זיין לויער און טענה'ן לטובתו.
אין דעם אשכול זענט איר ווילקאמען אריינצוקומען מסביר זיין וואס עס קומט דא פאר, און וואס איז זיין זייט פון די געשיכטע. (עס מוז נישט האבן צו טון מיט אייער אמת'ע מיינונג, און עס איז נישט קיין סתירה מיט וואס איר שרייבט אינעם אנדערן אשכול. עס איז בלויז זיין זייט פון די געשיכטע, ווי אזוי מיר קענען אים פארשטיין). גלייכצייטיג איז דא אויך א פלאץ פאר זיינע חסידים, אריינצוקומען און מסביר זיין וואס אצינד עס קומט דא פאר. איר דארפט אייך נישט שעמען, ווייל קיינער גייט נישט קוקן דא קרום אויף אייך, מען וועט עס אננעמען אז בלויז אין דעם אשכול שרייבט איר אזוי און עס מוז נישט רעפלעקטירן אייער פערזענליכע מיינונג.
לאמיר הערן פונעם עולם, וואס איר האט צוזאגן?
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
'אדם רוצה בקב שלו מתשעה קבין של חבירו' אין איין ווארט.
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
אז די הייבסט אן, זאג דיין מיינונג ערשט.
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
איך פארשטיי ר' מענדעלע זייער גוט. פונקט ווי אלע רבי'ס וויל ער פולע און אבסאלוטע קאנטראל אויף די לעבן פון זיינע חסידים די מערסטע וואס איז מעגליך. ער האט גע'טעסט די וואסערן און געזעהן אז ער קען גיין עקסטרעם און ס'געשעהט אים גארנישט. ער בלייבט נארמאל אנגענומען איבעראל אין די יהדות החרדית. גייט ער נאך ווייטער, און ער זעהט ס'געשעהט ווייטער גארנישט. גייט ער נאך ווייטער און נאך ווייטער.
משוגע זאל ער זיין צו סטאפן
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
.

ער איז לכאו' פאר א געוויסע סיבה אריינגעפאלן אין א פאראנויע פון די וועלכע שטיצן אים נישט אינגאנצן, און ער האט דאס אנגעפאנגען צו אויסנוצן און אויסשמעקן ביז ווי ווייט מ'קען דאס טראגן. ביז דערווייל איז ער/עס מצליח.
איך מיין עס באמת אלץ לימוד זכות נישט אראפצורייסן. נאר נישט יעדע זאך האט א ראציאנאלע געדאנקענגאנג דאס צו פארענטפערן, צומאל איז די סיבה פסיכאלאגיש. ביי א רבי איז נישט זעלטן אז חסידים טאנצן דאס נאך ווי נאך א הייליגער הנהגה.
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
און אלץ מער עס ארבעט נישט פראבירט ער צו גיין נאך שארפער און ווילדער
אויסצוראטן יעדע צל ספק אז די עולם איז נישט פולי אין
ער האט עס קלאר אויסגעשמועסט היי יאר,
זיין גרעסטע ווייטאג איז אז שטייענדיג דריי יאר אריין אין שוואנצנות האבן נאך אפאר נאנטע מענטשן מיטגעשפיעלט און ווען עס איז זיי געווארן שווער משום איזה סיבה
(למשל ביי די דיין אפפעל איז עס געווען ער האט בשו"א נישט געוואלט שיקן זיין זון צו די ישיבה קטנה אין מאנסי - וואס איז די יסוד פון שוואנצנות אין אמעריקא)
האבן זיי געפלאצט און געזאגט ברוך שפטרנו, ער האט געהאלטן אז שוואנצנות וועט דאס אויפטון און האט למעשה געכאפט פעטש, ממילא האט ער זיך נאכמער צולאזט,
און יעצט גייט מען נאכקוקן שטרענגער און מאכן די שטריק אויפן האלז נאך מער טייט, אז דער וואס קען נישט זאל אפיאגן (כמעט נוסח KGB)
וואס פארשטיימיר אונז
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
דו ווילסט באמת פארשטיין?
ווייסט ער דען אליין וואס ער וויל? לפי המצב מאכט ער נייע רצונות, האט ער דען געוואלט זיין אין זיין יעצטיגע מצב? ער האט געוואלט שלאגן זיין ברודער, שטויסן זיין שוועסטער, קאנטראלירן זיין טאטע, ליבן זיין מאמע, פירן גאנץ וויזניץ, וכו׳ ווען זאכן גייען אבער לינקס, מיז מען ווילן נייע זאכן…
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
גראדע ווייס איך וואס ר׳ מענדעלע טראכט, איך בין מסכים צו דערציילן אבער נאר נאכדעם וואס די דערציילסט וואס א פערד טראכט ווען א דארע מענטש וואס וועגט קוים א פערטל וואס די פערד וועגט געט א שלעפ די בענדל, אין די פערד הייבט אן גיין, לכאורה וואלט די פערד אים געדארפט אראפ נעמען די ביצים פאר די חוצפה ניין???!?!?
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
למעשה לאמיר עס צוטיילן אין 2
1. כמעט נישטא נאך אזא איבערגעגעבענע רבי פאר די חסידים ווי רמ"מ ממש ווי א טאטע א מאמע, טראכט פון זיי 24 שעה, נעמט קער פון יתומים וכו' אבער ממש מיט א אמת'דיג קייט להפליא - געבט זיך איבער - קען יעדער חסיד מיט די מאמע'ס נאמען - געבט ליבשאפט - וכו'
2. האט ער די ירושה פון זיין טאטע שוואנצונעס (עס איז דא די דרשה געוען אויף קרעטשמע א צייט צוריק וויי די הייליגע ישועות משה שרייט ווי מיינט ער גייט ער? וויזניץ איז נישט גוט?...) די טעכנאלאגיע דעמאלטס איז נישט געווען אזוי שטארק ממילא איז נישט דא אלע דרשות
נאר ער האט עס גענומען נעקסט לעוועל
ביז עס איז געקומען א פוינט - אדער ביזטו דא אדער נישט

איך ווייס נישט וואס די הייליגע רבי טראכט אבער וואס זיינע חסידים טראכטן ווייס איך. די הייליגע ישועות משה האט סומך געווען זיינע הייליגע האנט אויף די הייליגע רבי מענדעלע און געזאגט ער וועט זיין ענקער מנהיג און די הייליגע אהבת ישראל האט סומך געווען זיין האנט אויף די הייליגע ישועות משה, אזוי ארויף ביז די בעל שם טוב. ווער זעמיר אונז בכלל זיך אריין מישען צווישען די צדיקים? דהיינו שוואנצונעס.
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
ס'איז דא א פארצייטישער שפריכווארט.
אלץ העכער די רבי איז אין הימל אלץ טיפער זענען די חסידים אין די ערד.
ס'קען זיין אז וועגן דעם האט די "הייליגע" בית הכסא מענדעלע ביי די אבן הפינה פאר די נייע מרכז (וואס די געלט גייט קומען פון לעבענס וואס די קינדער ווילן האבן. לשונו של ראש הזנב כידוע.) אראפ געטראגן זיינע וויידלעך טיף אין די ערד.
איין זאך וויל איך זאגן פאר זיינע וויידלעך. פון אלע קהילות שטעלט ווישניץ צו די גרעסטע אויסוואל פון רביס, איבעראל וואלט מען אייך אויפגענומען גאר ווארעם, און איר קענט נישט אוועק גיין פון דעם פערד, איר טאנצט אים נאך ווי א מאלפע,
"איז ער גערעכט."
צום קעפל פון די אשכול, איין פראגע. איר ווילט פארשטיין א פערד מיט מאלפעס? GOOD LUCK
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
פשוט. די רבי - א נארסאסיסט, זיינע חסידים - אין א אביוזסיוו רילעישנשיפ.
עס מאכט זיך אפט צווישן פארפעלקער וכדו', דא איז עס צווישן א פירער מיט זיינע נאכפאלגער. פונקט ווי אלע אנדערע קולטס און סעמי קולטס. גארנישט ספעציעל.
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
אחידוש #
למעשה לאמיר עס צוטיילן אין 2
1. כמעט נישטא נאך אזא איבערגעגעבענע רבי פאר די חסידים ווי רמ"מ ממש ווי א טאטע א מאמע, טראכט פון זיי 24 שעה, נעמט קער פון יתומים וכו' אבער ממש מיט א אמת'דיג קייט להפליא - געבט זיך איבער - קען יעדער חסיד מיט די מאמע'ס נאמען - געבט ליבשאפט - וכו'
2. האט ער די ירושה פון זיין טאטע שוואנצונעס (עס איז דא די דרשה געוען אויף קרעטשמע א צייט צוריק וויי די הייליגע ישועות משה שרייט ווי מיינט ער גייט ער? וויזניץ איז נישט גוט?...) די טעכנאלאגיע דעמאלטס איז נישט געווען אזוי שטארק ממילא איז נישט דא אלע דרשות
נאר ער האט עס גענומען נעקסט לעוועל
ביז עס איז געקומען א פוינט - אדער ביזטו דא אדער נישט
ביזט גערעכט, באמת איז מענדעלע דער ריכטיגער ממשיך ברא כרעא דאבוה, זיין טאטע איז שוין אויך געווען א גרויסע חכם אויף צוריקציוועגס, נאר דער עולם האט נישט געהאט קיין ברירה און געמוזט מיטטאנצן, נישט יעדער קען גיין דאווענען אין רחוב מלצר... אבער בחיים פונעם אמרי חיים האט 95% געלאכט פון איהם, מיט די צייט האט מען זיך געמוזט באקוועם מאכן מיט די מציאות אז ער איז רבי און ער מיינט שוין נישט נאר זיך, און סוכ”ס איז ער געווען א ערליכער און געלערנט פלייסיג וכו’
ס’איז דורך יארן וואס מ’האט זיך צאמגעליטן פון מענדעלע רדיפות מיט רשעות ווען ער איז געווען מושל בכיפה, די רגע וואס מ’האט געהאט די געלעגנהייט צוריק צי ברענגען ר’ ישראל וואס אין חכמה איז ער טאקע געראטן אין די משפחה, אבער מידות טובות אין זיך פארחובות’ן פאר אנדערע אידן איז ער א חד בדרא, האט נישט גענומען קיין צען מינוט אין רוב עולם איז ארויף געשפרוגען אויפן באן און געשיקט מענדעלע לופטערן, ובדבר אשר זדו עליהם, ולכל בני ישראל הי’ אור במושבותם.
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
אחידוש #
2. האט ער די ירושה פון זיין טאטע שוואנצונעס (עס איז דא די דרשה געוען אויף קרעטשמע א צייט צוריק וויי די הייליגע ישועות משה שרייט ווי מיינט ער גייט ער? וויזניץ איז נישט גוט?...) די טעכנאלאגיע דעמאלטס איז נישט געווען אזוי שטארק ממילא איז נישט דא אלע דרשות
ביטע דערמאן נישט זיין טאטן׳ס נאמען מיט זיינע משוגעתן, זיין טאטע איז געווען א ערליכע איד, געלערנט און געדאוונט און געווען אויסגעטון פון דער וועלט, וחילופיהן בגולם.

אדונינו #

אבער אין פאקט האט די ישועות משה געהאט די זעלבע מענטעל דיסארדערס וואס זיין זון די הויפט פון די וויידלעך האט, און וועגן דעם האט אחידוש זיי דערמאנט ביינעזאם.
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
לאכעדיג #
אבער אין פאקט האט די ישועות משה געהאט די זעלבע מענטעל דיסארדערס וואס זיין זון די הויפט פון די וויידלעך האט און וועגן דעם האט אחידוש זיי דערמאנט ביינעזאם.
קלוגע יודל #
ליידער האט דער מענדל הגר אזוי באשמוצט זיין טאטע, אז מענטשן קענען שוין אזוי רעדן אויפן הייליגן ישועות משה, זיי גלייבן שוין מענדעלע אז זיין טאטע איז געוועהן משוגע.
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
אחידוש #
2. האט ער די ירושה פון זיין טאטע שוואנצונעס (עס איז דא די דרשה געוען אויף קרעטשמע א צייט צוריק וויי די הייליגע ישועות משה שרייט ווי מיינט ער גייט ער? וויזניץ איז נישט גוט?...) די טעכנאלאגיע דעמאלטס איז נישט געווען אזוי שטארק ממילא איז נישט דא אלע דרשות
עפ"ל, די ישועות משה האב איך שוין ליידער נישט אזוי גוט געקענט, אבער פון די בעלזא רב און די סאטמערע רבי מהר"א האב איך אסאך געהערט פון זיין גרויסקייט.
באקאנט די דרשה ווי די רונדעכיגע חלה רבי זאגט אז עס איז ארויסגעקומען א נייע ספר וידעת היום, איך האב עס, זאגט ער, אבער ביז איך בין אנגעקומען צו דף...., דארט האב איך פארקלאפט דעם ספר.
אויף יענע דף רעדט זיך ארום וועגן קדושת הדיבור, ווערט געברענגט אין די הערות אז איינער האט אמאל געזאגט אז איינער איז ש שוואנ..., האט דער ישועות משה געגעבן א קלאפ אויפ'ן מויל, ווי זאגענדיג
מען רעדט נישט אזוי.
ווילסט רעדן פון זיין שוואכקייטן, איז רעד, יעדער איינער (כולל אלע רבי'ס) האבן שוואכקייטן. אבער זאגן אז דאס איז געווען די מהות פון די מענטש? עפ"ל. דער רונדעכיגע חלה האט זיך ארויף געזעצט אויף די שוואכקייטן און ליידער געמאכט דערפון א נייע עשרת הדברות.
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
קלוגע יודל #
לאכעדיג #
אבער אין פאקט האט די ישועות משה געהאט די זעלבע מענטעל דיסארדערס וואס זיין זון די הויפט פון די וויידלעך האט און וועגן דעם האט אחידוש זיי דערמאנט ביינעזאם.
קלוגע יודל #
ליידער האט דער מענדל הגר אזוי באשמוצט זיין טאטע, אז מענטשן קענען שוין אזוי רעדן אויפן הייליגן ישועות משה, זיי גלייבן שוין מענדעלע אז זיין טאטע איז געוועהן משוגע.
ער האט ארויסגעווארפן זיין זון ר' ישראל פאר אכצן יאר ווי א הונט אויף די גאס און ווען ר' מאטעלע האט געזען ווי זיין נעפיא דרייט זיך אויף די גאס ווי א Homeless האט ער אים מקרב געווען, און דער ישועות משה האט געוויינט ביי שלוש סעודות מיט בכיות נוראות אז זיין ברודער איז אן אכזר.
דארף איך הערן פון די ראש הזנבים אז זיין טאטע איז געווען א משוגענער?
יעצט ענטפער "די רביצין איז געווען שולדיג" אדער גאר ר' ישראל, לאמיר זעהן אויף וועמענס זייט דו ביסט.
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
איך וואלט געראטן אז דו זאלסט לערנען א שיעור אין היסטאריע פון חסידישע פאליטיק
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
קלוגע יודל #
דעם ישועות משה האב איך שוין ליידער נישט אזוי גוט געקענט, אבער פון די בעלזא רב און די סאטמערע רבי מהר"א האב איך אסאך געהערט פון זיין גרויסקייט..
בעלזא רב און סאטמאר מהר"א רעדן נאר די גרויסקייט פון זייער שווערס תורה, נישט פון זיין מידות.
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
קלוגע יודל #
איך וואלט געראטן אז דו זאלסט לערנען א שיעור אין היסטאריע פון חסידישע פאליטיק
א דאנק פאר אייער געראטאכץ!
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
לאכעדיג #
בעלזא רב און סאטמאר מהר"א רעדן נאר די גרויסקייט פון זייער שווערס תורה, נישט פון זיין מידות.
דוכט זיך אז ווען סקווירא רבי רעדט פונעם שווער, דערמאנט ער בעיקר די מידות.
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
לגבי סקווירא ביסטו גערעכט, סאטמער ווייס איך נישט
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
אחידוש #
למעשה לאמיר עס צוטיילן אין 2
1. כמעט נישטא נאך אזא איבערגעגעבענע רבי פאר די חסידים ווי רמ"מ ממש ווי א טאטע א מאמע, טראכט פון זיי 24 שעה, נעמט קער פון יתומים וכו' אבער ממש מיט א אמת'דיג קייט להפליא - געבט זיך איבער - קען יעדער חסיד מיט די מאמע'ס נאמען - געבט ליבשאפט - וכו'
2. האט ער די ירושה פון זיין טאטע שוואנצונעס (עס איז דא די דרשה געוען אויף קרעטשמע א צייט צוריק וויי די הייליגע ישועות משה שרייט ווי מיינט ער גייט ער? וויזניץ איז נישט גוט?...) די טעכנאלאגיע דעמאלטס איז נישט געווען אזוי שטארק ממילא איז נישט דא אלע דרשות
נאר ער האט עס גענומען נעקסט לעוועל
ביז עס איז געקומען א פוינט - אדער ביזטו דא אדער נישט
ח’’ו איך מאך נישט אוועק זיין התמדה פון די ישועות משה זצ’’ל געווען א גרויסע ת’’ח
אבער שוואנצאנעס איז שוין געווען ביי איהם

ממש? איר ווילט פארשטיין שוואנצונעס?
איר "קענט נישט" פארשטיין די חוצפה פון דער מנהיג און די טיפשות פון זיינע זנבות?
מילא די חוצפה פון דער מנהיג פארשטייט עטץ נישט, ווייל ענק זענען נישט קיין מנהיגים
אבער ענק פארשטייען נישט די זנבות??? סיריעסלי?
פרעגט אייך אליין;
וויאזוי לאזן מיר זיך פירן ביים נאז פון די מנהיגים פון אויבן?
וויאזוי ציטערען מיר צו זאגן א אייגענע מייינונג אפילו בדרך רמז?
וויפיל געלט געבן מיר געצווינגערנעהייט פאר אונזערע מנהיגים זייער מחילה זאל בלויז פליען אין פרייוועט דזשעטס?
וויפיל רשעות און אכזריות פארשווייגן מיר? וויפיל קאאפערירן מיר מיט זייער רשעות מיט א קנאות פון דרויסן און פחד פחדים פון אינסייד?
קוקט ענק אין שפיגל!
שוואנצונעס איז א מתנה פון גאט פאר אונזערע דור
אלע
שוואנצונעס איז א עקסטרעמע שפיגל וואס גאט האט געשאנקן מיר זאלן זיך זען אין שפיגל וויאזוי עס קוקט נעבך אויס "אונזערע מצב"
וויאזוי דער דרויסענדיגער קוקט און וואונדערט זיך אויף אונזערע שוואכקייט און טיפשות
נאכמער, ווי מיר זענען גרייט צוצורייסן יעדער וואס גייט נישט אין שפאן מיט די קריוזן פון די מנהיגים כאטש מיר האבן שטיל אינזינען די זעלבע מנהיגים ביי יעדע קללה וואס מיר טרעפן ביים דאווענען
סא
וואונדערט ענק נישט
מאכט אייך נישט טאמעטוואטע
מיר זענען אלע שווענץ
מיר דינען אלע די זעלבע סארט מנהיגים וועלכע אשר יצר'ן אין גאלדענע זיצערס וואס מיר צאלן פון אונזער אויסגעהארעוועטע געלטער
מיר פרעדיגען שטותים וואס מיר האבן פיינט
מיר שלאגן די נענסטע וואס ווייגן זיך צו זאגן וואס דו האלסט שטילערהייט
און מיר ערציען א דור פון עקסטרעמע שווענץ
און אט דאס איז די סיבה פארוואס ער איז מצליח
ווייל אלע מנהיגים טוען די זעלבע ווי דער ראש הזנבות, טאקע אונזערע מנהיגים האבן נאכנישט זיין לעוועל חוצפה דערווייל, יא סאיז בלויז דערווייל
אבער סוועט נאכקומען
איך געדענק נאך געוויסע שוואנצונעס שטיק וואס מען האט געטון ביי זיין טאטע וואס יעדער דרויסענדיגער האט זיך געווינדערט, און עקזעקלי די זעלבע שטיק איז היינט סופער נארמאל אין די "נארמאלסטע" קהילות
קוקט אייך אין שפיגל און יא מיר גייען אלע אנקומען דארט
אביסל שפעטער
ער טרעט אויס די וועג פאר אלע אונזערע מנהיגים
און מיר קענען שוין אנהייבן קויפן קיילעכיגע חלות און גיין צאלן טיקעטס פאר כינוס כלל ישראל און א מינוט שפעטער לייגן סטאטוס פאר א אנליין קאמפיין פארן רבינס גיגאנטישן שול
אבער פארוואס זיך אויפוועקן?
אדרבה יעדער דא וואס איז עלטער פון 30 זאל שרייבן א ליסטע פון חומרות מנהגים און מצוות וואס ווען מיר זענען געווען קינדער זענען זיי נישט געווען בנמצא
אדער האבן עס בלויז חדר יונגלעך געטון אדער רעבעס וואס זענען געווען געזיגלט אלץ טאטאלע משוגעים
און היינט איז עס געהעריג נארמאל
איין פיצי משל: לג בעומר פייערס
דע ליסטע איז ריזיג לאנג
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
קלוגע יודל #
באקאנט די דרשה ווי די רונדעכיגע חלה רבי זאגט אז עס איז ארויסגעקומען א נייע ספר וידעת היום, איך האב עס, זאגט ער, אבער ביז איך בין אנגעקומען צו דף...., דארט האב איך פארקלאפט דעם ספר.
אויף יענע דף רעדט זיך ארום וועגן קדושת הדיבור, ווערט געברענגט אין די הערות אז איינער האט אמאל געזאגט אז איינער איז ש שוואנ..., האט דער ישועות משה געגעבן א קלאפ אויפ'ן מויל, ווי זאגענדיג מען רעדט נישט אזוי.
אחידוש #
ח’’ו איך מאך נישט אוועק זיין התמדה פון די ישועות משה זצ’’ל געווען א גרויסע ת’’ח
אבער שוואנצאנעס איז שוין געווען ביי איהם
📎 Scan01292024021634_001-min.jpgRe: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
געבן טויזענטער דולר צו באקומען א "גאנצע" רויטע מילגרוים פון די העייליגע סקווירא רבי איז שוואנצנוס,
מסביר זיין אין בעלז אז דער רבי ליידט אויף אונזערע חטאים איז שוואנצנוס,
הייסן די חסידים געבן 4 טויזענט שקל פאר די חובות איז שוואנצנוס,
אין גור ויאמינו בד' ובמשה עבדו איז שוואנצנוס,
סה’’כ ביי רבי מנדל זאגט עס די רבי אליין, נישט אויסטערליץ, אדער אייכלער, אדער וכו’,
כל הכבוד הצדיק רבי מענדל
לך בכחך הגדול לקדש שם שמים
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
אחידוש #
געבן טויזענטער דולר צו באקומען א "גאנצע" רויטע מילגרוים פון די העייליגע סקווירא רבי איז שוואנצנוס,
מסביר זיין אין בעלז אז דער רבי ליידט אויף אונזערע חטאים איז שוואנצנוס,
הייסן די חסידים געבן 4 טויזענט שקל פאר די חובות איז שוואנצנוס,
אין גור ויאמינו בד' ובמשה עבדו איז שוואנצנוס,
פאטשן הדלקה אין קרית יואל ווען דער זעלבער רבי האט אמאל געריסן שטיקער פון דעם איז שוואנצונעס
גיין צו די ציונישע בג"ץ פאר ריעל עסטעיט און כ"א כסלו שרייען אז דער ברודער איז משנה מן הדרך איז שוואנצונעס
מכבד זיין א ראצער וואס טראסקעט ארויס די מאמע די אלמנה פון איר אייגן הויז און רודפ'ן יעדער וואס שטייט אין וועג איז שוואנצונעס
"צולם על ידי נכרי" און עס מפרסם זיין אויף סאשעל מידיע איז שוואנצונעס
מחייב זיין יעדער שטילע אידל צו לייגן סטאטוס און אזוי משתגע מאכן דאס מענטשהייט ווייל דער רבי מוז האבן גאלדענע זיצערס איז שוואנצונעס
אז מען "מוז" שרייבן "רבי אדער הרב" אפילו אין קאווע שטיבל אויף יעדער מנהיג איז אויך שוואנצונעס
איינער דא האט טענות?
איינער דא לאכט?
קוקט אייך אין שפיגל!
מיר זענען אלע אלע שווענץ!
לב טהור, "רבי" מענדל און "הרב" בערלאנד זענען סך הכל שפיגלעך פאר אונז אלע!
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
אחידוש #
אחידוש #
למעשה לאמיר עס צוטיילן אין 2
1. כמעט נישטא נאך אזא איבערגעגעבענע רבי פאר די חסידים ווי רמ"מ ממש ווי א טאטע א מאמע, טראכט פון זיי 24 שעה, נעמט קער פון יתומים וכו' אבער ממש מיט א אמת'דיג קייט להפליא - געבט זיך איבער - קען יעדער חסיד מיט די מאמע'ס נאמען - געבט ליבשאפט - וכו'
2. האט ער די ירושה פון זיין טאטע שוואנצונעס (עס איז דא די דרשה געוען אויף קרעטשמע א צייט צוריק וויי די הייליגע ישועות משה שרייט ווי מיינט ער גייט ער? וויזניץ איז נישט גוט?...) די טעכנאלאגיע דעמאלטס איז נישט געווען אזוי שטארק ממילא איז נישט דא אלע דרשות
נאר ער האט עס גענומען נעקסט לעוועל
ביז עס איז געקומען א פוינט - אדער ביזטו דא אדער נישט
ח’’ו איך מאך נישט אוועק זיין התמדה פון די ישועות משה זצ’’ל געווען א גרויסע ת’’ח
אבער שוואנצאנעס איז שוין געווען ביי איהם
הרב מענדעלע האט גע'ירש'נט נאר די נארישקייטן פון זיין טאטן
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
בא גד #
פאטשן הדלקה אין קרית יואל ווען דער זעלבער רבי האט אמאל געריסן שטיקער פון דעם איז שוואנצונעס
גיין צו די ציונישע בג"ץ פאר ריעל עסטעיט און כ"א כסלו שרייען אז דער ברודער איז משנה מן הדרך איז שוואנצונעס
מכבד זיין א ראצער וואס טראסקעט ארויס די מאמע די אלמנה פון איר אייגן הויז און רודפ'ן יעדער וואס שטייט אין וועג איז שוואנצונעס
"צולם על ידי נכרי" און עס מפרסם זיין אויף סאשעל מידיע איז שוואנצונעס
מחייב זיין יעדער שטילע אידל צו לייגן סטאטוס און אזוי משתגע מאכן דאס מענטשהייט ווייל דער רבי מוז האבן גאלדענע זיצערס איז שוואנצונעס
אז מען "מוז" שרייבן "רבי אדער הרב" אפילו אין קאווע שטיבל אויף יעדער מנהיג איז אויך שוואנצונעס
איינער דא האט טענות?
איינער דא לאכט?
קוקט אייך אין שפיגל!
מיר זענען אלע אלע שווענץ!
לב טהור, "רבי" מענדל און "הרב" בערלאנד זענען סך הכל שפיגלעך פאר אונז אלע!
וויאזוי זאגט מען overreacting אויף אידיש?

וואס נאך איז שוואנצונעס? גיין צום רבין מיט א קוויטל איז אויך שוואנצונעס?!
א שאד ס'איז נישט דא קיין דיסלייק קנעפל!
האסט נישט געשריבן אפילו איין זאך וואס האט מיט שוואנצונעס.
דו בוסט ס"ה א מענדעליסט וואס פרובירט צו מאכן דעם פרעה כשר.

סוף טוב הכל טוב #

שוואנצונעס
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
אגריפס המלך #
וואס נאך איז שוואנצונעס? גיין צום רבין מיט א קוויטל איז אויך שוואנצונעס?!
א שאד ס'איז נישט דא קיין דיסלייק קנעפל!
האסט נישט געשריבן אפילו איין זאך וואס האט מיט שוואנצונעס.
דו בוסט ס"ה א מענדעליסט וואס פרובירט צו מאכן דעם פרעה כשר.
שוואנצונעס איז א קראנקע מאניפולאציע אין וועלכע מיר אלע לעבן
און יא "רבי" מענדעלע און אלע רביס זענען בגדר עבודה זרה
גיי לערן דורך רמב"ם וועסטו אליינס זיך איבערצייגן
פשוט איין עבודה זרה איז פעטער דער צווייטער איז מאגערער, אבער אלעס איז די זעלבע מעשה
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
סוף טוב הכל טוב #
וויאזוי זאגט מען overreacting אויף אידיש?
טראלל
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
בא גד #
פאטשן הדלקה אין קרית יואל ווען דער זעלבער רבי האט אמאל געריסן שטיקער פון דעם איז שוואנצונעס
גיין צו די ציונישע בג"ץ פאר ריעל עסטעיט און כ"א כסלו שרייען אז דער ברודער איז משנה מן הדרך איז שוואנצונעס
מכבד זיין א ראצער וואס טראסקעט ארויס די מאמע די אלמנה פון איר אייגן הויז און רודפ'ן יעדער וואס שטייט אין וועג איז שוואנצונעס
"צולם על ידי נכרי" און עס מפרסם זיין אויף סאשעל מידיע איז שוואנצונעס
מחייב זיין יעדער שטילע אידל צו לייגן סטאטוס און אזוי משתגע מאכן דאס מענטשהייט ווייל דער רבי מוז האבן גאלדענע זיצערס איז שוואנצונעס
אז מען "מוז" שרייבן "רבי אדער הרב" אפילו אין קאווע שטיבל אויף יעדער מנהיג איז אויך שוואנצונעס
איינער דא האט טענות?
איינער דא לאכט?
קוקט אייך אין שפיגל!
מיר זענען אלע אלע שווענץ!
לב טהור, "רבי" מענדל און "הרב" בערלאנד זענען סך הכל שפיגלעך פאר אונז אלע!
אראפרייסן סאטמאר רבי מהר"א און נאך רבי'ס, און די עוולות און שייגעץ שטינק פון דיין פארטי לידער\רבי מהרז"ל רעכנסטו נישט אויס אין דיין ליסטע, דאס איז נישט קיין שוואנצאנעס.. נאר וואס איז עס יא? אפשר פערדישקייט גאר?..
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
א גיטן אלע חשובע אידען דא
עס איז מיין ערשטע תגובה אויף מיין נייע ניק
מיין אלטע איז פארמאכט געווארן פאר טעקניקל זאכן.
למעשה מיין איך,
וויבאלד איך קען גיט דעי חברה, אז מזעט דא קלאר ווער סגעהערט אהין...
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
[ציטאט אראפגענומען]
ר' מענדל זאגט כסדר (אויך דאס יאר י"ב שבט) "מען רודפ'ט דיך? טראכט פארוואס!"...
"מ'האט ארויסגעווארפן רבי מענדיל". פארוואס?
"משנאת מענדיל". פארוואס?
ווייל דער איד האט אנגעדרייט טעראר פון דעי וואָן, אין זיינע צייטן איז פּעטש געווען א אנגענומענע מיטל, קיין גרויס יראת שמים און מידות טובות האט מען נישט געזעהן דארט, האט מען אים געשיקט וואו ער באלאנגט.
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
[ציטאט אראפגענומען]
גוט געזאגט, ער איז נעבעך א גרויס רחמנות, אבער ס'נאך נישט קיין תירוץ צו משוגע מאכן נאך מענטשן.
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
שיין צו זען ווי יעדער בארעדט רבי מענדל
מ'פארגינט איהם נישט די אטעם - לאז אפ, יא רבי ישראל האט א גרעסע בית המדרש וכו' וכו' וכו' לאז יענעם אויכעט עפעס עפעס האבן
ניין נאכאלט'ס נישט צופרידן! מ'גייט זיכן יעדע פעלער פון ר' מענדל
ווייסט פ"וו? ווייל אלע וויזניצאים ווייסן אז בעצם איז רבי מענדל 10 מאל מער געלונגן פון רבי ישראל
ער קען בעסער דאווענען, זינגען, רעדן, עסן, וויינען, קושן, (א שענערע צורה) אואז"וו אלעס וואס מען טוט אין וויזניץ
(איך שרייב אן קיין נגיעה נאר א פאקט)
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
אחידוש #
געבן טויזענטער דולר צו באקומען א "גאנצע" רויטע מילגרוים פון די העייליגע סקווירא רבי איז שוואנצנוס,
מסביר זיין אין בעלז אז דער רבי ליידט אויף אונזערע חטאים איז שוואנצנוס,
הייסן די חסידים געבן 4 טויזענט שקל פאר די חובות איז שוואנצנוס,
אין גור ויאמינו בד' ובמשה עבדו איז שוואנצנוס,
סה’’כ ביי רבי מנדל זאגט עס די רבי אליין, און נישט אויסטערליץ, אדער אייכלער, אדער וכו’
כל הכבוד הצדיק רבי מענדל
לך בכחך הגדול לקדש שם שמים
הכל יודעים כלה למה נכנסה לחופה, אלא כל המנבל את פיו אפילו חותמין עליו גז"ד של שבעים שנה לטובה הופכים עליו לרעה.
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
[ציטאט אראפגענומען]
נע, ער איז שוין פארדעם געווען בארירט.
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
אחידוש #
שיין צו זען ווי יעדער בארעדט רבי מענדל
מ'פארגינט איהם נישט די אטעם - לאז אפ, יא רבי ישראל האט א גרעסע בית המדרש וכו' וכו' וכו' לאז יענעם אויכעט עפעס עפעס האבן
ניין נאכאלט'ס נישט צופרידן! מ'גייט זיכן יעדע פעלער פון ר' מענדל
ווייסט פ"וו? ווייל אלע וויזניצאים ווייסן אז בעצם איז רבי מענדל 10 מאל מער געלונגן פון רבי ישראל
ער קען בעסער דאווענען, זינגען, רעדן, עסן, וויינען, קושן, (א שענערע צורה) אואז"וו אלעס וואס מען טוט אין וויזניץ
(איך שרייב אן קיין נגיעה נאר א פאקט)
די העדליינס מאכט ר' מענדעלע אליין, קיינער זוכט נישט! אדרבה, דריי זיך אביסל ביי ר' ישראל, די עולם איז צופרידן, מען האָפּקעט ווי אלטע חסידים, יעדן טאג מיט א נייע חב"ד'סקע, סקולענע, אדער פארגעסענע וויזניצע חידוש, עס שפרינגט זיך "איי, שלום שלום, צווישן אידן, שלום שלום, און זיין צופרידן", דער עולם שמייכלט, מען קוקט קיינעם נישט נאך, יעדער איז וועלקאָם, קענסט זיצן ביים טיש און שלאפן, מעביר סדרה זיין, עסן ניסלעך, אדער גאר בארעדן די רבי אליין, זיראו קאַנסעקווענץ.
ביי שוואנציוזעף פילט זיך ווי אונטער א רעזשים, מען זינגט נאר ועל כן נקוה, אדער הייליגע שבת, רעדסט א פּיפּס און דו כאפּסט א ציפ, די אנגעצויגנקייט שפירט זיך אין די לופט, קיינער ווייסט נישט ווער איז נעקסט צו פליען (עז ווי ספּיעק איז די וויליאמסבורג דיין געפלויגן לגמרי, די פעלדמאן משפחתא עז וועל). קוריאזן, משוגעת'ן, פעטש, טעראר, ווער דארף א שיינע בעקיטשע?? ווער דארף א גוטע רעדנער?? עס איז 2024, דער עולם דארף איין זאך, רואיגקייט. דער ברודער שטעלט צו כמויות, און ער פייניגט דעם נפש.
און דאס איז די איינציגסטע סיבה פארוואס א גאנצע חסידות האט געטוישט מנהיג פון איין מינוט אויפן צווייטן, און די נקודות קען פילן אפילו פרעמדע אידן, וואס בדרך אגב אין די וועלט איז די הערצה צו ר' ישראל אויף א הויכע לעוועל, וחילופיהן בגולם.
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
אחידוש #
שיין צו זען ווי יעדער בארעדט רבי מענדל
מ'פארגינט איהם נישט די אטעם - לאז אפ, יא רבי ישראל האט א גרעסע בית המדרש וכו' וכו' וכו' לאז יענעם אויכעט עפעס עפעס האבן
ניין נאכאלט'ס נישט צופרידן! מ'גייט זיכן יעדע פעלער פון ר' מענדל
ווייסט פ"וו? ווייל אלע וויזניצאים ווייסן אז בעצם איז רבי מענדל 10 מאל מער געלונגן פון רבי ישראל
ער קען בעסער דאווענען, זינגען, רעדן, עסן, וויינען, קושן, (א שענערע צורה) אואז"וו אלעס וואס מען טוט אין וויזניץ
(איך שרייב אן קיין נגיעה נאר א פאקט)
מען גייט נישט זוכן, ער דעליווערט עס אויף א גאלדענע טאץ 😂 😂 😂
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
[ציטאט אראפגענומען]
הרב הערשל רז״ב, באמת א חשובע אינגערמאן, אים אויס גענוצט ביזן סוף און געשיקט ליפטערן.. א האלבע משפחה איז נאך דארט, באמת טרויעריג.
משפחת ר׳ חיים פעלדמאן (איין זון איז א איידעם ביי רז״ב דלעיל) די חידוש איז די זון פון מאנסי, פלעגט זיין א שוואנץ מובחר, אבער זיי האבן געבארגט פון אים $200,000 פאר די הייליגע ישיבה קטנה, און געלאזט ליפטערן כדלעיל.
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
ר' חיים פעלדמאן מיט אלע קינדער אדער נאר א חלק?
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
איינער האט געזאגט "פראביר נישט צו פארשטיין וואס די שוטה טראכט ווייל ער טראכט נישט".
לענינינו, איך גיי נישט זאגן אז חסידי ר' מנדל זענען גרעסערע שוטים ווי חסידים פון אנדערע רבי'ס (אין פאקט קען איך עטליכע גאר פארשטענדליכע כי מענטשן דארט), נאר די שיטת השוואנצאניס איז נישט צו טראכטן ווען ס'איז נוגע די רבי. אזויווי א שוואנץ פין א בעל חי טראכט נישט ווי ער זאל גיין נאר שלעפט זיך נאך ווי דער בעל חי דרייט זיך, היינו שוואנצאנית. אויב די רבי טוט זאכן וואס מ'פארשטייט נישט, איז נישט. מ'שפירט ניטאמאל די דראנג צו וועלן פארשטיין.
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
איך זעה שוין דער שטריימל האט געפענט נאך אפאר ניקס דא כדי צו פרובירן צו מאכן זיין רבי אויסזעהן אביסל נארמאל אין אונזערע אויגן
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
זיינע אויסטערלישע שיטה איז נישט פארשטענדלעך פאר מענטשלכער שכל.
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
אחידוש #
שיין צו זען ווי יעדער בארעדט רבי מענדל
מ'פארגינט איהם נישט די אטעם - לאז אפ, יא רבי ישראל האט א גרעסע בית המדרש וכו' וכו' וכו' לאז יענעם אויכעט עפעס עפעס האבן
ניין נאכאלט'ס נישט צופרידן! מ'גייט זיכן יעדע פעלער פון ר' מענדל
ווייסט פ"וו? ווייל אלע וויזניצאים ווייסן אז בעצם איז רבי מענדל 10 מאל מער געלונגן פון רבי ישראל
ער קען בעסער דאווענען, זינגען, רעדן, עסן, וויינען, קושן, (א שענערע צורה) אואז"וו אלעס וואס מען טוט אין וויזניץ
(איך שרייב אן קיין נגיעה נאר א פאקט)
אינטערסאנט וואס איז די טיטל אויף יידיש פאר איינער וואס קען שיין זינגען-עסן-וויינען-קושן ?
באמת, אין אנדערע שפראכן איז מיר אויך גוט.