☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

93 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16835
בלאט: 1 2

קהל'ס נער » דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:15 am

· #547280
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
רוני #
אינטערסאנט וואס איז די טיטל אויף יידיש פאר איינער וואס קען שיין זינגען-עסן-וויינען-קושן ?
באמת, אין אנדערע שפראכן איז מיר אויך גוט.

אויף אידיש א אדמו"ר
אויף ענגליש א youtuber

אחידוש » דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:15 am

· #547281
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
כרם זית #
אחידוש #
געבן טויזענטער דולר צו באקומען א ’’גאנצע’’ רויטע מילגראם פון דינעייליגע סקווירא רבי איז שוואנצנוס
מסביר זיין אין בעלז אז רבי ליידט אויף אונזערע חטאים איז שוואנצנוס
הייסן די חסידים געבן 4 טויזענט שקל פאר די חובות איז שוואנצנוס
אין גור ויאמינו בד’ ובמשה עבדו איז שוואנצנוס

סה’’כ ביי רבי מנדל זאגט עס די רבי אליין
אין נישט אויסטערליץ, אדער אייכלער, אדער וכו’
כל הכבוד הצדיק רבי מענדל
לך בכחך הגדול לקדש שם שמים

הכל יודעים כלה למה נכנסה לחופה, אלא כל המנבל את פיו אפילו חותמין עליו גז"ד של שבעים שנה לטובה הופכים עליו לרעה.
What you mean?

קלוגע יודל » דינסטאג יאנואר 30, 2024 11:50 am

· #547299
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
אדונינו #
הרב הערשל רז"ב, באמת א חשובע אינגערמאן, אים אויסגענוצט ביזן סוף און געשיקט לופטערן.. א האלבע משפחה איז נאך דארט, באמת טרויעריג.

משפחת ר' חיים פעלדמאן (איין זון איז א איידעם ביי רז"ב דלעיל) די חידוש איז די זון פון מאנסי, פלעגט זיין א שוואנץ מובחר, אבער זיי האבן געבארגט פון אים $200,000 פאר די הייליגע ישיבה קטנה, און געלאזט ליפטערן כדלעיל.

איז ר' חיים נאך מנהל ביי זיי אין וויליאמסבורג?
איז נישט די זון פון מאנסי נאך אלס א שוואנץ?

למדן וחסיד » דינסטאג יאנואר 30, 2024 6:09 pm

· #547349
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
דער גרעסטער רחמנות אויף זיינע חסידים
געבן אזויפיל געלט
און שפעטער פליען זיי

בא גד » דינסטאג יאנואר 30, 2024 6:22 pm

· #547350
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
די רחמנות איז אויף אונז אלע!

עס ליינט זיך שווער
איך זאג עס איבער און איבער כדי סזאל גוט אריינקריכן אין קאפ אריין
(אבער קודם א דיסקלעימער: איך קען דעם "רבי" מענדעלע פון די אינגע יארן און סאיז מיר קיין חידוש נישט זיין ווילדע געמיינע אויפפירונג)

אבער ר' איד וועקט אייך אויף! מיר אלע אלע זענען אין דעם זעלבן שיפל!
איינער רופט עס אזוי
א צווייטער רופט עס מיט א אנדערע נאמען
איין רבי רעדט גראב און מיאוס
דער צווייטער רעדט איידל
אבער אונז אלע אלע זענען אין דעם זעלבן שיפל
מען פירט אונז ביים נאז
מיר פיטערען אונזער עבודה זרה'ס מיט געלט און כבוד
און אין די סקונדע וואס דער רבי דיינער גייט שפירן אז דו גייסט נישט אין שפאן גייסטו פליען פונקט ווי די שווענץ ביי "רבי" מענדעלע
וועקט אייך אויף!

די שוואנצונעס איז א מתנה פון הימל פאר אונז אלע אז מיר זאלן זיך קוקען אין שפיגל און זיך אויפוועקן ווי לאנג מען קען נאך!
יעדן טאג ווערן די רבי'ס מער און מער משוגע און אנגערייצט פון בערלאנד און שוואנצונעס וואס מען קען אלץ עררייכן מיט די חסידים זייערע
סא כאפט דיר באצייטנס!

למדן וחסיד » דינסטאג יאנואר 30, 2024 6:27 pm

· #547351
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
עז ווי ספּיעק איז די וויליאמסבורג דיין געפלויגן לגמרי
פארוואס?

אגריפס המלך » דינסטאג יאנואר 30, 2024 8:25 pm

· #547375
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
בא גד #
די רחמנות איז אויף אונז אלע!

עס ליינט זיך שווער
איך זאג עס איבער און איבער כדי סזאל גוט אריינקריכן אין קאפ אריין
(אבער קודם א דיסקלעימער: איך קען דעם "רבי" מענדעלע פון די אינגע יארן און סאיז מיר קיין חידוש נישט זיין ווילדע געמיינע אויפפירונג)

אבער ר' איד וועקט אייך אויף! מיר אלע אלע זענען אין דעם זעלבן שיפל!
איינער רופט עס אזוי
א צווייטער רופט עס מיט א אנדערע נאמען
איין רבי רעדט גראב און מיאוס
דער צווייטער רעדט איידל
אבער אונז אלע אלע זענען אין דעם זעלבן שיפל
מען פירט אונז ביים נאז
מיר פיטערען אונזער עבודה זרה'ס מיט געלט און כבוד
און אין די סקונדע וואס דער רבי דיינער גייט שפירן אז דו גייסט נישט אין שפאן גייסטו פליען פונקט ווי די שווענץ ביי "רבי" מענדעלע
וועקט אייך אויף!

די שוואנצונעס איז א מתנה פון הימל פאר אונז אלע אז מיר זאלן זיך קוקען אין שפיגל און זיך אויפוועקן ווי לאנג מען קען נאך!
יעדן טאג ווערן די רבי'ס מער און מער משוגע און אנגערייצט פון בערלאנד און שוואנצונעס וואס מען קען אלץ עררייכן מיט די חסידים זייערע
סא כאפט דיר באצייטנס!

איך מיין דו זאלסט דיך געבן א קוק אין שפיגל, איך האב מורא אז דו וועסט זעהן דארט א וויידל, ווייל ווי דו שרייבסט עפעס קומט אריין שוואנצונעס, איך מיין אז דו ליידסט אויף א שוואנצונעס דיזיס אדער האסטו א וויידל אויף די גלעזער.

מן הסתם » דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:19 pm

· #547386
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
אחידוש #
שיין צו זען ווי יעדער בארעדט רבי מענדל
מ'פארגינט איהם נישט די אטעם - לאז אפ, יא רבי ישראל האט א גרעסע בית המדרש וכו' וכו' וכו' לאז יענעם אויכעט עפעס עפעס האבן
ניין נאכאלט'ס נישט צופרידן! מ'גייט זיכן יעדע פעלער פון ר' מענדל
ווייסט פ"וו? ווייל אלע וויזניצאים ווייסן אז בעצם איז רבי מענדל 10 מאל מער געלונגן פון רבי ישראל
ער קען בעסער דאווענען, זינגען, רעדן, עסן, וויינען, קושן, (א שענערע צורה) אואז"וו אלעס וואס מען טוט אין וויזניץ

(איך שרייב אן קיין נגיעה נאר א פאקט)
אבי געהאקט אין קאפ אריין...



(איך שרייב אן קיין נגיעה נאר א פאקט)

אדונינו » דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:35 pm

· #547388
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
קלוגע יודל #

איז ר' חיים נאך מנהל ביי זיי אין וויליאמסבורג?
איז נישט די זון פון מאנסי נאך אלס א שוואנץ?

מנהל איז ער שוין לאנג נישט (פישל כהנא האט איבערגענומען) די זון פון מאנסי פלעגט זיין פארברענט פארן הייליגן, אבער אצינדער האבן זיי אים פשוט און פּראָסט בא'גנב'עט, דער פראבלעם דארט מיט רוב אידן אזוי וואו פריער דערמאנט, זיי צאלן נאך יעצט מאָרטגעדזעס אויף געלט וואס זיי האבן אים געגעבן, און זיי האבן שוין לאנג אָפּגעלאזט, ווען די וועלט וואלט געוויסט וויפיל משפחות/נפשות דער שמייליגער האט צו-גרינד געלייגט...

פון אונזערע » דינסטאג יאנואר 30, 2024 10:32 pm

· #547400
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
דער יונגערער ברידער, איידעם ביי ווייס איז אויכעט געווארפן?

רויטער » מיטוואך יאנואר 31, 2024 12:25 am

· #547413
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
אפשר קען מען קודם אויסשמועסן די מעשה ווען ר' ישראלטשע איז געפלויגן?

רויטער » מיטוואך יאנואר 31, 2024 12:26 am

· #547414
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
אמאל פלעג איך פארשטיין מענדעלע אבער ער איז שוין צי טיף פאר מיין קליינע שכל

yesiknow » מיטוואך יאנואר 31, 2024 8:51 am

· #547451
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
שמעון וואלף #
איינער האט געזאגט "פראביר נישט צו פארשטיין וואס די שוטה טראכט ווייל ער טראכט נישט".

לענינינו, איך גיי נישט זאגן אז חסידי ר' מנדל זענען גרעסערע שוטים ווי חסידים פון אנדערע רבי'ס (אין פאקט קען איך עטליכע גאר פארשטענדליכע כי מענטשן דארט), נאר די שיטת השוואנצאניס איז נישט צו טראכטן ווען ס'איז נוגע די רבי. אזויווי א שוואנץ פין א בעל חי טראכט נישט ווי ער זאל גיין נאר שלעפט זיך נאך ווי דער בעל חי דרייט זיך, היינו שוואנצאנית. אויב די רבי טוט זאכן וואס מ'פארשטייט נישט, איז נישט. מ'שפירט ניטאמאל די דראנג צו וועלן פארשטיין.
יעצט פארשטיי איך דיין אוואטער

ארכיטקט » מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:38 am

· #547481
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
יענקעלע כהן האט שוין אנגעהויבן א קאמפיין קעגן מענדעלע

היימלינד » מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:50 am

· #547488
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
למדן וחסיד #
עז ווי ספּיעק איז די וויליאמסבורג דיין געפלויגן לגמרי
פארוואס?
ווער ? רא"צ רוזנברג ? ער איז פונלאנג נישט קיין חסיד/שוואנץ
זיין ברודער י"י האט שוין ארויס געטשעקט גלייך ביים ערשטע דרשה, פארדעם איז ער אויך קיין גרויסע חסיד נישט געווען נאר משום כיבוד אב

היימלינד » מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:51 am

· #547489
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
אדונינו #
מנהל איז ער שוין לאנג נישט (פישל כהנא האט איבערגענומען) די זון פון מאנסי פלעגט זיין פארברענט פארן הייליגן, אבער אצינדער האבן זיי אים פשוט און פּראָסט בא'גנב'עט, דער פראבלעם דארט מיט רוב אידן אזוי וואו פריער דערמאנט, זיי צאלן נאך יעצט מאָרטגעדזעס אויף געלט וואס זיי האבן אים געגעבן, און זיי האבן שוין לאנג אָפּגעלאזט, ווען די וועלט וואלט געוויסט וויפיל משפחות/נפשות דער שמייליגער האט צו-גרינד געלייגט...
wow דער זון (שכחתי שמו) איז געווען פון די ערשטע שטארקע שווענץ שוין אלס ישיב"ק בחור, ער איז שוין דעמאלטס ארומגעלאפן כאפן פישלעך.

סקרו דרייוער » מיטוואך יאנואר 31, 2024 12:06 pm

· #547491
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
העניך?

היימלינד » מיטוואך יאנואר 31, 2024 12:07 pm

· #547492
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
סקרו דרייוער #
העניך?
יא, שכוח

כרם זית » מיטוואך יאנואר 31, 2024 2:13 pm

· #547508
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
אחידוש #
כרם זית #
אחידוש #


סה’’כ ביי רבי מנדל זאגט עס די רבי אליין
אין נישט אויסטערליץ, אדער אייכלער, אדער וכו’
כל הכבוד הצדיק רבי מענדל
לך בכחך הגדול לקדש שם שמים

הכל יודעים כלה למה נכנסה לחופה, אלא כל המנבל את פיו אפילו חותמין עליו גז"ד של שבעים שנה לטובה הופכים עליו לרעה.
What you mean?
זע סוף די תגובה פון @מי אני.

קלוגע יודל » מיטוואך יאנואר 31, 2024 2:16 pm

· #547509
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
סקרו דרייוער #
העניך?
פריער גערעדט מיט איינער וואס האט געלערנט מיט איהם אין ישיבה, כר זאגט אויב דאס איז אמת, איז עס א WOW! ה איז געוועהן פון די שטערקסטע פעילים פון די רינדיכוגע חלות רבי שוין פאר 20 יאר צוריק.

קאווע איד » מיטוואך יאנואר 31, 2024 3:28 pm

· #547517
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
קלוגע יודל #
סקרו דרייוער #
העניך?
פריער גערעדט מיט איינער וואס האט געלערנט מיט איהם אין ישיבה, כר זאגט אויב דאס איז אמת, איז עס א WOW! ה איז געוועהן פון די שטערקסטע פעילים פון די רינדיכוגע חלות רבי שוין פאר 20 יאר צוריק.
העניך? אוואדי ער פלעגט קערן די גאסן פארן הייליגער
ער מיט מוישי ניימאן זענען געווען זיינע ערשטע באדי גארדס
אבער איך גלייב נישט אז העניך האט אים שוין אפגעלאזט

היימלינד » מיטוואך יאנואר 31, 2024 5:05 pm

· #547523
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
איך האב אסאך מיטגעהלטען מיט העניך פאר 18-20 יאר צוריק, שווער צו גלייבען אז ער איז שוין אינדרויסען but you never know

אל תאמין בעצמך

קלוגע יודל » מיטוואך יאנואר 31, 2024 6:45 pm

· #547536
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
היימלינד #
איך האב אסאך מיטגעהלטען מיט העניך פאר 18-20 יאר צוריק, שווער צו גלייבען אז ער איז שוין אינדרויסען but you never know

אל תאמין בעצמך
וויזניצע יודן זאגן מיר אז עס איז לכאורה נישט אמת

אדונינו » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 12:17 am

· #547605
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
היימלינד #
למדן וחסיד #
עז ווי ספּיעק איז די וויליאמסבורג דיין געפלויגן לגמרי
פארוואס?
ווער ? רא"צ רוזנברג ? ער איז פונלאנג נישט קיין חסיד/שוואנץ
זיין ברודער י"י האט שוין ארויס געטשעקט גלייך ביים ערשטע דרשה, פארדעם איז ער אויך קיין גרויסע חסיד נישט געווען נאר משום כיבוד אב
אויב דו קענסט די מדריגות, ער פלעג זיין דיין, דערנאך איז ער געווארן צוריק א פשוטע איד, אצינדער איז ער געפלויגן לגמרי

אדונינו » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 12:21 am

· #547608
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
קלוגע יודל #
סקרו דרייוער #
העניך?
פריער גערעדט מיט איינער וואס האט געלערנט מיט איהם אין ישיבה, כר זאגט אויב דאס איז אמת, איז עס א WOW! ה איז געוועהן פון די שטערקסטע פעילים פון די רינדיכוגע חלות רבי שוין פאר 20 יאר צוריק.
עס איז א wow פאר ווער עס פארשטייט נישט וויאזוי דארט ארבעט, די שוואנץ פון היינט איז דער באטשי פון מארגן, נישטא קיין הלכות שוואנצאנעס, אויב דריי יאר צוריק איז אפילו נישט איינגעפאלן פארן שוואנץ אליין צו גיין בגדי שבת יב״ש, איז מען שוין היינט א באטשי פארן נישט גיין, יא, העניך איז א שוואנץ פון 10 יאר צוריק…

עַל דַּאֲטֵפְתְּ אַטְפוּךְ וְסוֹף מְטַיְּפַיִךְ יְטוּפוּן.

שמעון וואלף » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 12:21 am

· #547610
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
אדונינו #
היימלינד #
למדן וחסיד #
עז ווי ספּיעק איז די וויליאמסבורג דיין געפלויגן לגמרי
פארוואס?
ווער ? רא"צ רוזנברג ? ער איז פונלאנג נישט קיין חסיד/שוואנץ
זיין ברודער י"י האט שוין ארויס געטשעקט גלייך ביים ערשטע דרשה, פארדעם איז ער אויך קיין גרויסע חסיד נישט געווען נאר משום כיבוד אב
אויב דו קענסט די מדריגות, ער פלעג זיין דיין, דערנאך איז ער געווארן צוריק א פשוטע איד, אצינדער איז ער געפלויגן לגמרי
נעבך.
ווי דאווענט ער, ביי 6 לי?

אדונינו » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 12:50 am

· #547619
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
יא, מען איז אים גאנץ שיין מכבד דארט ב"ה.

פון אונזערע » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 12:56 am

· #547621
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
אדונינו #
יא, מען איז אים גאנץ שיין מכבד דארט ב"ה.

איינער זאגט מיר אז ער האט דעי שבת געדאווענט אין ראסס סט. אמת נישט אלס דיין, אבער געדאווענט דארט ווי א איש פשוט מאד... וד''ל

רויטער » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 10:23 am

· #547655
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
[ציטאט אראפגענומען]
יעצט גענדיגט די גאנצע אשכול..... מבהיל על הרעיון

צועקים וזועקים » זונטאג פעברואר 4, 2024 11:05 pm

· #548132
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
עבודה זרה בזמנינו והאלילים כרות יכרתון.

טאמבל סאס » מאנטאג פעברואר 5, 2024 6:34 am

· #548174
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
קלוגע יודל #
סקרו דרייוער #
העניך?
פריער גערעדט מיט איינער וואס האט געלערנט מיט איהם אין ישיבה, כר זאגט אויב דאס איז אמת, איז עס א WOW! ה איז געוועהן פון די שטערקסטע פעילים פון די רינדיכוגע חלות רבי שוין פאר 20 יאר צוריק.
😂 פארוואס רופט מען אים רונדעכדיגע חלה רבי, מעג איך ביטע וויסן?

שאלתיאל » מאנטאג פעברואר 5, 2024 11:05 am

· #548196
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
איינער זאגט מיר אז דער רבי ר' מענדעלע איז א ריכטיגע מגילת אסתר קערעקטער: ער האט די גאווה פון המן; די שוואנץ פון ושתי; די מאניפולאציעס פון זרש; מאכט משתאות ווי אחשורוש און ס'קוקט אויס אז מען האט אים באגאסן פון אויבן מיט א דלי פון חלבנה.

אגריפס המלך » מאנטאג פעברואר 5, 2024 4:20 pm

· #548247
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
טאמבל סאס #
😂 פארוואס רופט מען אים רונדעכדיגע חלה רבי, מעג איך ביטע וויסן?

זייט די פארלאפענע ראש השנה למעשר בהמה י"ב שבט ווען זיי האבן פארקויפט רינדעכיגע חלות לכבוד ר"ה

כספי » פרייטאג פעברואר 9, 2024 9:52 am

· #548968
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
אדונינו #
[ציטאט אראפגענומען]

ר' מענדל זאגט כסדר (אויך דאס יאר י"ב שבט) "מען רודפ'ט דיך? טראכט פארוואס!"...
"מ'האט ארויסגעווארפן רבי מענדיל". פארוואס?
"משנאת מענדיל". פארוואס?
ווייל דער איד האט אנגעדרייט טעראר פון דעי וואָן, אין זיינע צייטן איז פּעטש געווען א אנגענומענע מיטל, קיין גרויס יראת שמים און מידות טובות האט מען נישט געזעהן דארט, האט מען אים געשיקט וואו ער באלאנגט.
יא, אבער די נקודה וואס מנשסתר מיינט ארויסצוברענגען, למעשה האט ר' מענדעלע נישט באקומען קיין איין איינציגן בנין נאך זיין טאטע'ס פטירה, כאטשיג וואס לכאו' קומט זיך עם כאטש א חלק, לכאו' האט ער געהאלפן שאפן געלט פאר בנינים
און ער וואלט זיכער געקענט גיין אין דין תורה אדער אין קאורט און ארויסנעמען בנינים און געלטער פון וויזניץ (ס'קען זיין ער האט עס נישט געטון צו קענען שפילן נעבעך, אבער כ'גלייב נישט איינער וואלט אוועקגעגעבן אזויפיל געלט, נאר כדי צו האבן די 'נעבעך' קארטל)
עכ"פ וואס כ'מיין ארויסצוברענגען, מ'זאגט אייביג מ'קען זיך נישט קריגן מיט קיין וואנט, כ'מיין מ'קען אויך נישט שלום מאכן מיט די וואנט, און ר' ישראל וואס איז דער גרויסער איש השלום (און ער איז טאקע איך נעם נישט אוועק זיינע גאלדענע הייליגע מידות און זיין צדקות) איז געבליבן מיט אלע בנינים פון וויזניץ איבער די וועלט, און ר' מענדעלע דער בעל מחלוקת האט אוועקגעוואקט אן קיין איין איינציגן בנין!
דאס איז נאך וואס ער האלט (לכאורה) בלב שלם ותמים אז דער 'העיליגער' טאטע האט עם געוואלט אלס ממשיך און האט פיינט געהאט זיין ברודער.

צפת » פרייטאג פעברואר 9, 2024 10:02 am

· #548971
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
ער האט עפעס דערמאנט איבער דעם ענין ביים דרשה דאס יאר לכבוד י"ב שבט, ווען ער האט גערעדט איבער אנטווערפן. ער האט געזאגט אז פון אנהויב האט ער פראבירט צו רעדן דערוועגן מיט די אנדערע זייט, און ער האט געזען אז ס'איז נישטא צו וועמען צו רעדן... עפעס אזוי.

מילך טראק » זונטאג פעברואר 11, 2024 1:28 am

· #549094
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
זייער שווער זיך אריינצולייגן אין א מצב פון א רבי, אבער ס'איז דא קראנקהייט וואס רופט זיך obsessive love disorder,
וואס דאס לייגט אריין די מענטש אין ספיקות אויב זיין חבר האט אים באמת ליב, און ווען איינער האט דאס אויף א שטארקע לעוועל ווערט ער ממש קראנק פון דעים ער האט נישט קיין מנוחה, סקען זיין אז ער פילט דאס מיט זיינע חסידים ממילא דארף ער מאכן די זאכן פשוט זיך צו בארואיגען

היימלינד » זונטאג פעברואר 11, 2024 3:54 pm

· #549172
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
צפת #
ער האט עפעס דערמאנט איבער דעם ענין ביים דרשה דאס יאר לכבוד י"ב שבט, ווען ער האט גערעדט איבער אנטווערפן. ער האט געזאגט אז פון אנהויב האט ער פראבירט צו רעדן דערוועגן מיט די אנדערע זייט, און ער האט געזען אז ס'איז נישטא צו וועמען צו רעדן... עפעס אזוי.

ער האט לכאורה גערעדט פון די פריוואטע ירושה, רבי ישראל איז א צדיק פאר'ן זיך צוטיילן מיט איהם אויף די קיטל.

אגב ווען דער ישוע"מ איז אוועק איז געווען שמועות אז מצד די נייע צוואה דארף רבי מענדל גיין ערגעץ אנדערש און נישט זיין רבי אין בני ברק, נאר רבי ישראל האט איהם געלאזט בלייבן היות ער האט זיך שוין אוועקגעשטעלט דארט.

ר' גרשון » מאנטאג פעברואר 12, 2024 5:27 pm

· #549343
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
ביים קאצקע רבי פלעגטער אהנעמען זיינע אייגינע חסידים גאהר שארף ,און גאהר זעלטן געגבן ברכות אויף גשמיות, אבער פאר די פשוטע פויערען פלעגט ער זיך גאהר שנעל ווארפן ברכות, האט מען איהם אמאל געפרעגט דעראויף האט ער געזאגט אז די חסידים זאגן אויבערשטער און מיינען די קוה, משא"כ די פויער זאגט קוה און מיינט קוה.

ר' מענדעל מיין איך איז סאך בעסער ווי אסאך אנדערע רבי'ס, ער זאגט כאטש קלאר וואס ער וויל וכו'

סבא דבהתא » מאנטאג פעברואר 12, 2024 5:50 pm

· #549350
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
א יונגע רב איז אמאל זיך געגאנגען שואל עצה זיין מיט הרה”ג ר’ יעקב קאמענעצקי ז”ל אז אין זיין שוהל איז דא א פאליש ווי זיצן אפ אפאר ליידאקעס און פויערן ארום דעם גאנצן דאווענען, צו זאל ער פארשפארן די פאליש? האט אים ר' יעקב געענטפערט אז יעדער בנין מוז האבן א מיסט קאסטן אז נישט וועט די גאנצע בנין זיין אנגעלייגט מיט שמוץ, ממילא לאז אפן דעם פאליש און לאז די חברה אפזיצן דארט...

כלפי מה דברים אמורים, ס'דא ליידער אסאך פאררוקטע בהמות אין כלל ישראל, קומט א מיסט קאלעקטער און נעמט זיי צאם אין איין מקום ,איז דאך דאס גאר א גוטע זאך! די פאר נארמאלע דארטן וועלן ממילא ארויספאלן מיט די צייט. והיינו טעמא דר' יואלי ראטה והיינו טעמא דאנטי וועקסערס

LIVE112233 » מאנטאג פעברואר 12, 2024 5:58 pm

· #549352
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
גאר גוט געזאגט.
איז דאס געדריקט ערגעץ, צו קענען ווייזן פאר אנדערע?

סבא דבהתא » מאנטאג פעברואר 12, 2024 6:01 pm

· #549355
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
געווען געשריבן אין די קאלום פון הרה”ג ר' משה טוב שליט”א אין די עמי, כ'געדענק נישט וועלכע וואך אבער שוין אפאר יאר צוריק.

כלבאשבוע » מיטוואך יולי 24, 2024 2:49 pm

· #568697
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
📎 שושי שטוב.png

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 24, 2024 5:28 pm

· #568725
Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!
סבא דבהתא #
א יונגע רב איז אמאל זיך געגאנגען שואל עצה זיין מיט הרה”ג ר’ יעקב קאמענעצקי ז”ל אז אין זיין שוהל איז דא א פאליש ווי זיצן אפ אפאר ליידאקעס און פויערן ארום דעם גאנצן דאווענען, צו זאל ער פארשפארן די פאליש? האט אים ר' יעקב געענטפערט אז יעדער בנין מוז האבן א מיסט קאסטן אז נישט וועט די גאנצע בנין זיין אנגעלייגט מיט שמוץ, ממילא לאז אפן דעם פאליש און לאז די חברה אפזיצן דארט...

כלפי מה דברים אמורים, ס'דא ליידער אסאך פאררוקטע בהמות אין כלל ישראל, קומט א מיסט קאלעקטער און נעמט זיי צאם אין איין מקום ,איז דאך דאס גאר א גוטע זאך! די פאר נארמאלע דארטן וועלן ממילא ארויספאלן מיט די צייט. והיינו טעמא דר' יואלי ראטה והיינו טעמא דאנטי וועקסערס
יואלי ראטה איז אן "עקסעפש'ן". ער האט א סאך מעלות און ער רעדט (מער-ווייניגער) מיט קאמאן סענס. נאר ער האט דעם ברסלב'ער קנייטש. דו (און איך) מוזסט נישט מיט אלעס מסכים זיין מיט איהם. נאר זיינע מעלות וועגן איבער די חסרונות.
בלאט: 1 2