☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » צניעות ביי אינגלעך

צניעות ביי אינגלעך

88 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16805
בלאט: 1 2

האניג » מיטוואך יאנואר 10, 2024 3:56 pm

· #544375
צניעות ביי אינגלעך
די פארגאנגענע מאנטאג נאכט איז געווען א טעלע קאנפערענץ פאר אלע פרויען אין וויליאמסבורג, פאררופן דורך אלע תלמוד תורה'ס אין וויליאמסבורג.
מען האט אויפגעפאדערט די פרויען צו אריינרופן א נומער צען אזייגער און וואס מיינט איר האט מען דארט גערעדט? איבער די פרישע פירצה פון מלבישים ביי אינגלעך...

עטליכע (מענער) רעדנער האבן אויפגעקעלערט די פרויען אז די מצב ביי די קינדער איז ממש געפערליך, מען האט געמאכט אן "אויפוואכונג" און געמאלדן די גראנדיעזע פלענער פון א נייע מהלך ווי יעדע בגד וואס מען קויפט אין געשעפט וועט דארפן האבן א הכשר!

איך קען דא אריינשטעלן אן עמאודשי וואס ברויזט פאר צארן, אדער איינס וואס רייסט זיך פאר געלעכטער, אדער די בארימטע עמאודשי פון א בערגל אפפאל. אבער נישט דאס ליבע ברודער איז וואס איך וויל. זיך רעגן און לצנות מאכן פון עטליכע ראסטיגע בהמות מיט שמאלע מוחות איז עפעס פון וואס אונז אלע זענען שוין מיד. ס'איז עפעס גאר טיפערס וואס צושטורעמט דאס הארץ און רויבט צו מיין מנוחה.

מען האט דארט צוזאמגערעדט כל מיני הוילקייטן צו מעורר זיין די חשוב'ע פרויען אויף דעם 'קריטישן' נושא. פיין און וואויל, אבער ס'איז געווען איין שורה פון די גאנצע נאכט וואס האט מיר דערשראקן ביזן גרונד און מיר צושאקלט ביז העפטיגע הארץ קלאפעניש.

ארויסצוברענגען די פראבלעם פון די 'היינטיגע' קליידער ביי אינגלעך האט איינער פון די בעלי דרשנים געזאגט אזוי: "ס'איז ליידער דא מענטשן וואס לאקערען אויף קינדער. זיי זאגן קלאר, אז די קינדער וואס גייען אנגעטון 'אזוי' ציט זיי זייער שטארק און ס'רייצט זיי אן! פארוואס האבן מאמעס נישט קיין שכל, און שטעלן ארויס די קינדער צו א געפאר מיט די אייגענע הענט?!"

אזוי שאקירט ווי איר זיצט יעצט, אזוי בין איך געבליבן זיצן ווען מיין ווייב האט מיר דעם דבר טיפשות נאכגעזאגט. א טרער האט זיך מיר געשטעלט אין אויג און דאס ווייב מיינער האט שוין געקלערט אז איך הייב אן ווערן עמאושענעל פון דעם בהמה'ס דרשה...

פארשטייט זיך אז יענער האט צוגעלייגט אז ער טוט ח"ו נישט בארעכטיגן די דאזיגע מענטשן, אבער פארט דארפן מיר טן אלעס אז ס'זאל נישט קומען דערצו... בלא בלא בלא

איך וועל זיך נישט באציען יעצט צו דעם זינלאזן טענה, נאר ליבערשט זיך פארטיפן אין די חורבן וואס איך זע ווי עס שפילט זיך אפ פארנט פון מיינע אויגן, און דאס איז וואס רירט מיר דאס הארץ. איך וויין פאר די קומענדיגע דורות וואס גייען ליידן פון דעם שוטה'ס ווערטער. דאס האט מיר טאקע באוואויגן צו שרייבן צו אייך און ארויסגעבן מיין שרעק.

וואלט איך שוין געווען גענוג גרויס, וואלט איך געעפענט אן אשכול מיט'ן נאמען: איך גלייב אין עוועלושען (בלויז פאר קליקבעיט...)

דא שפילט זיך אפ אן עוועלאושן פון "צניעות פאר אינגלעך". אז מען טוט אביסל דורך די עוועלושן פון "הלכות צניעות", קען מען טאקע זען אז לויט ווי אזוי זאכן גייען, גייט מען איין טאג האלטן מיט די אינגלעך גענוי ווי מען האלט היינט מיט פרויען.

אט איז וואס איך זע:
מודעות און אלע גאסן אז אינגלעך זאל נישט גיין מיט קיין שרייעדיגע קאלירן און שמאלע געפאסטע וכו' ווייל מען קען מכשיל זיין אנדערע...
אינגלעך טארן זיך נישט דרייען אין גאס און זיכער נישט שמיסן און ארומלאכן הויך ווייל ס'איז אומאיידל און קען ציען אן אויג...

אוי, ס'איז ביטער.

תשפג » מיטוואך יאנואר 10, 2024 4:20 pm

· #544377
Re: צניעות ביי אינגלעך!!!
האניג #
די פארגאנגענע מאנטאג נאכט איז געווען א טעלע קאנפערענץ פאר אלע פרויען אין וויליאמסבורג, פאררופן דורך אלע תלמוד תורה'ס אין וויליאמסבורג.
מען האט אויפגעפאדערט די פרויען צו אריינרופן א נומער צען אזייגער און וואס מיינט איר האט מען דארט גערעדט? איבער די פרישע פירצה פון מלבישים ביי אינגלעך...

אין מאנסי האט מען אויך פרובירט…
http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=526965#p526965

shadchan » מיטוואך יאנואר 10, 2024 4:26 pm

· #544380
Re: צניעות ביי אינגלעך!!!
yea that what i wanted to say they tried in monsey also, and it didnt work

טיפער » דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 11:16 am

· #544482
Re: צניעות ביי אינגלעך!!!
האניג #

ארויסצוברענגען די פראבלעם פון די 'היינטיגע' קליידער ביי אינגלעך האט איינער פון די בעלי דרשנים געזאגט אזוי: "ס'איז ליידער דא מענטשן וואס לאקערען אויף קינדער. זיי זאגן קלאר, אז די קינדער וואס גייען אנגעטון 'אזוי' ציט זיי זייער שטארק און ס'רייצט זיי אן! פארוואס האבן מאמעס נישט קיין שכל, און שטעלן ארויס די קינדער צו א געפאר מיט די אייגענע הענט?!"

הרב בערל טויבער האט שוין גענוצט אמאל די נקודה באמרו צו האניג קומען בינען..
עס איז לכאורה א גוטע אפשרעק מיטל, און אויב ס'אמת פארוואס זאלן זיי עס נישט נוצן?

קליינע צדיק » דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 12:28 pm

· #544494
Re: צניעות ביי אינגלעך
אפשר באדערט זיי אז קיינער האט זיי קיינמאל נישט געוואלט
😉

שמחהלע קאפשטיק » דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 12:55 pm

· #544498
Re: צניעות ביי אינגלעך
בעסער וואלט געווען אז מען זאגט אהן די פרויען אז זיי זאלן זיך בעסער צושטעלן צו זייערע מענער וועט מען נישט אזויפיל גלוסטען צו שיינע באפוצטע אינגלעך...

[שטייצעך דאס איז רק לשיטתם ולשיטת אל"ד וויליאמסבורג אז דער נפגע איז אייביג דער שולדיגער און מען דארף מחפה זיין אויפ’ן פוגע]

דערהויבענע איד » דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 1:04 pm

· #544500
Re: צניעות ביי אינגלעך!!!
טיפער #
האניג #

אט איז וואס איך זע:
מודעות און אלע גאסן אז אינגלעך זאל נישט גיין מיט קיין שרייעדיגע קאלירן און שמאלע געפאסטע וכו' ווייל מען קען מכשיל זיין אנדערע...
אינגלעך טארן זיך נישט דרייען אין גאס און זיכער נישט שמיסן און ארומלאכן הויך ווייל ס'איז אומאיידל און קען ציען אן אויג...

אוי, ס'איז ביטער.
הרב בערל טויבער האט שוין גענוצט אמאל די נקודה באמרו צו האניג קומען בינען..
עס איז לכאורה א גוטע אפשרעק מיטל, און אויב ס'אמת פארוואס זאלן זיי עס נישט נוצן?
וואס ס'באדערט מיר איז די היפיקראטיע, מ'טאר קיינמאל נישט דערמאנען מעלעסטאציע אלס א פראבלעם ביינונז, אבער ווען ס'קומט צו מאכן א 'פאוינט' וואס דינט זייערע אינטערעסן, איז א מצווה צו רעדן פון דעם, ווייל אונז זארגן זיך גאר שטארק פאר מעלעסטעישן.


דערמאנט מיר פון די פראבלעם פון די אינטערנעט, אז 'מ'קען נישט פארברענגען צייט מיט די משפחה'...

קליינע צדיק » דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 1:05 pm

· #544501
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
די פראבלעם איז אז די זעלבע שלעכטע און נער'ישע מענטשען פון דער מערכה, זענען די וואס פארשטאפן די פרויען'ס קעפ, און מאכן חרוב זייערע מוחות, און זייערע מענער'ס לעבן (און זייער אייגענע אויך) און ווען מ'וויל אפי' זיי אביסל עפענען מיט א שיעור וכדו' אסר'ט מען עס ווידער

אוי טאטע! פלעינע שלעכטע מענטשען באיצטולותא דרבנן איינמאל און נאכאמאל און ווערן נישט פערטיג
אבער דזשוקס עסייד, דו ביסט מילליאן פערצענט גערעכט

פונדאַמענטאַל » דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 9:36 pm

· #544548
Re: צניעות ביי אינגלעך
האניג #

ארויסצוברענגען די פראבלעם פון די 'היינטיגע' קליידער ביי אינגלעך האט איינער פון די בעלי דרשנים געזאגט אזוי: "ס'איז ליידער דא מענטשן וואס לאקערען אויף קינדער. זיי זאגן קלאר, אז די קינדער וואס גייען אנגעטון 'אזוי' ציט זיי זייער שטארק און ס'רייצט זיי אן! פארוואס האבן מאמעס נישט קיין שכל, און שטעלן ארויס די קינדער צו א געפאר מיט די אייגענע הענט?!"

פארשטייט זיך אז יענער האט צוגעלייגט אז ער טוט ח"ו נישט בארעכטיגן די דאזיגע מענטשן, אבער פארט דארפן מיר טן אלעס אז ס'זאל נישט קומען דערצו... בלא בלא בלא

איך וועל זיך נישט באציען יעצט צו דעם זינלאזן טענה, נאר ליבערשט זיך פארטיפן אין די חורבן וואס איך זע ווי עס שפילט זיך אפ פארנט פון מיינע אויגן, און דאס איז וואס רירט מיר דאס הארץ. איך וויין פאר די קומענדיגע דורות וואס גייען ליידן פון דעם שוטה'ס ווערטער. דאס האט מיר טאקע באוואויגן צו שרייבן צו אייך און ארויסגעבן מיין שרעק.

וואלט איך שוין געווען גענוג גרויס, וואלט איך געעפענט אן אשכול מיט'ן נאמען: איך גלייב אין עוועלושען (בלויז פאר קליקבעיט...)

דא שפילט זיך אפ אן עוועלאושן פון "צניעות פאר אינגלעך". אז מען טוט אביסל דורך די עוועלושן פון "הלכות צניעות", קען מען טאקע זען אז לויט ווי אזוי זאכן גייען, גייט מען איין טאג האלטן מיט די אינגלעך גענוי ווי מען האלט היינט מיט פרויען.

אט איז וואס איך זע:
מודעות און אלע גאסן אז אינגלעך זאל נישט גיין מיט קיין שרייעדיגע קאלירן און שמאלע געפאסטע וכו' ווייל מען קען מכשיל זיין אנדערע...
אינגלעך טארן זיך נישט דרייען אין גאס און זיכער נישט שמיסן און ארומלאכן הויך ווייל ס'איז אומאיידל און קען ציען אן אויג...

אוי, ס'איז ביטער.

גאר שטארק ארויסגעברענגט🙏, עס איז באמת נישט דא וואס צו צולייגן. איך וויל בלויז אויסדריקן מיינע געדאנקען און געפילן.
די דאזיגע איינפלוסירער גייען ארום פון איין אסיפה צום צווייטן און באנוצן זיך מיט די טאלקינג פאוינט פון 'באשיצן די קינדער' אויף צו שטופן די אג'ענדע פון די נייע אינגלעך צניעות באוועגונג, איך וועל ארויסברענגען די פראבלעם אין אפאר קורצע ווערטער: זאל אונז גאט אפהיטן פון וויפיל אזעלכע לאקערערס די דאזיגע ווערטער אליינס האט און וועט באשאפן.

און איך וויין אויך אויף די קומענדיגע דורות וועלכע וועלן ליידן פון די נאכפאלגן פון די חינוך וועלכע ווערט יעצט אריינגעבאקן אין אונזער סאסייעטי, אנגעהויבן מיט אסיפות פאר פרויען (די גרינגסטע טארגעט) - און צייכנט מיינע ווערטער אז דאס וועט זיך פארברייטערן פיל ווייטער, ווי @האניג זאגט - עוואלוציע...

עס איז נישט בלויז די אספעקט פון עקסטרעמיזם וועלכע איז דער חורבן וואס גייט ארויסקומען מיט די עוואלוציע פון די תורת הצניעות, עס איז די מציאות אז מען באשאפט דא א קראנקע סאסייעטי ברוחניות ובגשמיות. קראנקע מענטשן וועלכע זעען ס**סואליטי אין יעדע זאך, קראנקע מענטשן וועלכע זענען אבסעסירט מיט עניינים וועלכע אבסעסיע ברענגט איר פראבלעם אין ערשטן פלאץ. קראנקע מענטשן וועלכע זעען א קינד מיט א הויזן פחות מכשיעור ווי א ס**ס אביעקט. און דערנאך וועט די דרשן פון יענע צייטן זיך אויפשטעלן און אינספירירן די מאמעס און זאגן "פארוואס פארשטייען נישט די מאמעס אז קינדער וואס שפילן אויפן גאס שטעלן ארויס די קינדער צו א געפאר מיט די אייגענע הענט?!"

עמרם » פרייטאג יאנואר 12, 2024 12:30 am

· #544568
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
למעשה האבן זיי פראבירט אין מאנסי און ס'איז נישט געגאנגען,
בעטען מיר די כל יכול אז יעצט זאל עס אויך געלונגען , די שלעכטע זאלן נישט האבן קיין שום השפעה אויף אונזערע קינדער

משה זעקעל » זונטאג יאנואר 14, 2024 5:56 am

· #544634
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
איינער מיט די אמתע אפטייטש פון צניעות

kolal1 » זונטאג יאנואר 14, 2024 3:21 pm

· #544687
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
עמרם #
למעשה האבן זיי פראבירט אין מאנסי און ס'איז נישט געגאנגען,
בעטען מיר די כל יכול אז יעצט זאל עס אויך געלונגען , די שלעכטע זאלן נישט האבן קיין שום השפעה אויף אונזערע קינדער
וואס מיינט נישט געלונגן

קהל'ס נער » זונטאג יאנואר 14, 2024 6:48 pm

· #544710
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
kolal1 #
עמרם #
למעשה האבן זיי פראבירט אין מאנסי און ס'איז נישט געגאנגען,
בעטען מיר די כל יכול אז יעצט זאל עס אויך געלונגען , די שלעכטע זאלן נישט האבן קיין שום השפעה אויף אונזערע קינדער
וואס מיינט נישט געלונגן
אז (כמעט) קיין איין חדר אינפאסירט עס נישט

איך זאג כמעט כדי זאלסט מיך נישט ברענגען עפעס א פארריקטע האומ-סקול וואס אינפארסירט עס יא.

האניג » זונטאג יאנואר 14, 2024 6:52 pm

· #544711
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
ס'איז נישט אזוי ווייט די אינפארסירונג וואס שטערט, ס'איז די שפראך.

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 15, 2024 8:59 am

· #544744
Re: צניעות ביי אינגלעך!!!
פונדאַמענטאַל #
עס איז די מציאות אז מען באשאפט דא א קראנקע סאסייעטי ברוחניות ובגשמיות. קראנקע מענטשען וועלכע זעען ס**סואליטי אין יעדע זאך, קראנקע מענטשען וועלכע זענען אבסעסירט מיט עניינים וועלכע אבסעסיע ברענגט איר פראבלעם אין ערשטן פלאץ. קראנקע מענטשען וועלכע זעען א קינד מיט א הויזן פחות מכשיעור ווי א ס**ס אביעקט. און דערנאך וועט די דרשן פון יענע צייטן זיך אויפשטעלן און אינספירירן די מאמע'ס און זאגן "פארוואס פארשטיין נישט די מאמע'ס אז קינדער וואס שפילן אויפן גאס שטעלן ארויס די קינדער צו א געפאר מיט די אייגענע הענט?!"
איך פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט.
איז דא א מציאות אז קינדער ווערן ליידער אנגעקוקט אלס א אבדזשעקט? איך פארשטיי אז עס איז א קראנקע זאך, אבער איז עס אמת? אויב יא, דאן פארוואס זאלן נישט די מוסדות מינימיזירן דעם פראבלעם?

איך האב געהערט פון א מנהל וואס האט פארציילט אז ליידער ווערן נתרבה די לעצטערע יארן בחורים וואס לאקערן אויף זיסע קינדער, פיל מער ווי אמאל, און שוין עטליכע מאל האבן די בחורים מודה געווען אז די ציענדיגע קליידונג פון די יונגלעך האט זיי אויפגערייצט צו טון מעשים אשר לא יעשו.

נישט אלעמאל זענען די תקנות בלויז רשעות. עס קען אפשר זיין די נישט ריכטיגע מהלך, אבער די מנהלי המוסדות זעהען די פראבלעמען, נישט אונז, און זיי פרובירן דאס בעסטע צו ראטעווען וואס מען קען.

בכלל, פארוואס מוז מען טאקע אנטון די קינדער אזעלכע געפאסטע און שמאלע קליידער? וואס איז שלעכט זיי אנצוטון אזוי ווי ביז לעצטנס?

האניג » מאנטאג יאנואר 15, 2024 9:32 am

· #544747
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
אז א הונגעריגע לייב לויפט ארום אין שטאט, פארשטייט יעדער אז מען דארף איינשפארן די קינדער. די קליגערע וועג איז אבער צו איינצוימען דעם לייב.

לערן אויס די בחורים. הייל די בחורים.

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:28 am

· #544754
Re: צניעות ביי אינגלעך
נאך איידער איך ענטפער, לאמיר זאגן מען שפארט יא איין די קינדער אנשטאט דעם לייב, וואלסטו געזאגט אז די וואס שפארן איין די קינדער זענען קראנק, טפשים און רשעים?

ווייטער וואס טוט זיך אויב עס איז דא נישט איין לייב, נאר הונדערטער?

לאמיר שוין זאגן אז מען דארף ארבעטן איינצושפארן די לייבן און אנדערע פרעדיטארס; וואס זאל מען טון ווילאנג מען פרובירט זיי אלע איינצושפארן, בשעת זיי לויפן נאך ארום פראנק און פריי איבער די גאסן?

און וואס איז די מעשה אויב אפילו נאכ'ן איינשפארן די לייבן, קומען כסדר אפיר פרישע לייבן וואס לייגט די קינדער אין א סכנה?

און לאמיר זאגן אז די קינדער האבן אויף זיך א געוויסע מאטעריאל (א מין האניג...) וואס רופט ארויס די לייבן פון וואלד, און אן די מאטעריאל איז מען פיל מער באהיטן פון די סכנה, איז נארמאל צו פארלאנגען אז מען זאל מער נישט נוצן די מאטעריאל, בפרט אז עס ברענגט נישט קיין שום נוצן? אדער איז מען א רשע און א טיפש פאר'ן פארלאנגען אזא בקשה?

yesiknow » מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:36 am

· #544756
Re: צניעות ביי אינגלעך
וואס פונקטליך זאל מען זיי אויסלערנען, @האניג? בינען גייען צו האניג...

בחורים וואס האבן א הויכע טסטרון לעוועל (רוף עס א גרויסע יצר הרע) און זיי האבן א נטייה צו זכרים, איז עס מעורר פונקט ווי א ערוואקסענע מאן וואס דרייט זיך אין א פלאץ פון פריצות.

דער בחור האט 7 יאר צו גיין אהן קיין שום אוטלעט, ווי ערליכער ער וויל זיין וועט איהם נאר זיין שווערער. ווער עס פארשטייט זאל איבערנעמען און מרחיב זיין די נושא.

און אזוי ווי שמעקעדיג זאגט, פארוואס איז דאס בכלל א נושא? דרעס יור קידס לייק יו אלוועיס דיד, וואט העס טשענזשד?

פונדאַמענטאַל » מאנטאג יאנואר 15, 2024 11:00 am

· #544758
Re: צניעות ביי אינגלעך!!!
שמעקעדיג #
פונדאַמענטאַל #
עס איז די מציאות אז מען באשאפט דא א קראנקע סאסייעטי ברוחניות ובגשמיות. קראנקע מענטשען וועלכע זעען ס**סואליטי אין יעדע זאך, קראנקע מענטשען וועלכע זענען אבסעסירט מיט עניינים וועלכע אבסעסיע ברענגט איר פראבלעם אין ערשטן פלאץ. קראנקע מענטשען וועלכע זעען א קינד מיט א הויזן פחות מכשיעור ווי א ס**ס אביעקט. און דערנאך וועט די דרשן פון יענע צייטן זיך אויפשטעלן און אינספירירן די מאמע'ס און זאגן "פארוואס פארשטיין נישט די מאמע'ס אז קינדער וואס שפילן אויפן גאס שטעלן ארויס די קינדער צו א געפאר מיט די אייגענע הענט?!"
איך פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט.
איז דא א מציאות אז קינדער ווערן ליידער אנגעקוקט אלס א אבדזשעקט? איך פארשטיי אז עס איז א קראנקע זאך, אבער איז עס אמת? אויב יא, דאן פארוואס זאלן נישט די מוסדות מינימיזירן דעם פראבלעם?

איך האב געהערט פון א מנהל וואס האט פארציילט אז ליידער ווערן נתרבה די לעצטערע יארן בחורים וואס לאקערן אויף זיסע קינדער, פיל מער ווי אמאל, און שוין עטליכע מאל האבן די בחורים מודה געווען אז די ציענדיגע קליידונג פון די יונגלעך האט זיי אויפגערייצט צו טון מעשים אשר לא יעשו.

נישט אלעמאל זענען די תקנות בלויז רשעות. עס קען אפשר זיין די נישט ריכטיגע מהלך, אבער די מנהלי המוסדות זעהען די פראבלעמען, נישט אונז, און זיי פרובירן דאס בעסטע צו ראטעווען וואס מען קען.

בכלל, פארוואס מוז מען טאקע אנטון די קינדער אזעלכע געפאסטע און שמאלע קליידער? וואס איז שלעכט זיי אנצוטון אזוי ווי ביז לעצטנס?
די הייבסט אן מיט א שאלה: איז דא א מציאות אז קינדער ווערן ליידער אנגעקוקט אלס א אבדזשעקט? איך פארשטיי אז עס איז א קראנקע זאך, אבער איז עס אמת? אויב יא, דאן פארוואס זאלן נישט די מוסדות מינימיזירן דעם פראבלעם?
און דערנאך שרייבסטו: איך האב געהערט פון א מנהל וואס האט פארציילט אז ליידער ווערן נתרבה די לעצטערע יארן בחורים וואס לאקערן אויף זיסע קינדער, פיל מער ווי אמאל, און שוין עטליכע מאל האבן די בחורים מודה געווען אז די ציענדיגע קליידונג פון די יונגלעך האט זיי אויפגערייצט צו טון מעשים אשר לא יעשו.
און די זעהסט נישט אז די האסט אליינס פארענטפערט די שאלה?
איך דארף בכלל מסביר זיין מער ווי דעם? די האסט עס נישט געקענט זאגן בעסער פון דעם!
און איך האב טאקע נישט געזאגט אז די תקנות זענען בלויז רשעות, נאר אז עס איז טפשות. אבער טפשות וועלכע ברענגט קאנסעקווענצן וואס קיין שום רשעות וואלט נישט געקענט.
איבער די שאלה פארוואס מען מוז אנטון קינדער אזעלכע קליידער, איז די תשובה אז מען מוז נישט.

קהל'ס נער » מאנטאג יאנואר 15, 2024 12:58 pm

· #544765
Re: צניעות ביי אינגלעך
וואלט מען ווען קעיר גענומען פון די מנובלים און אריינגעשליידערט אין חד גדיא, און די מוסדות קומען ארויס זאגן אז אין הצר שווה בנזק, דהיינו אונז טוען וואס אונז קען מיר, און יעצט דארף מען צוקומען צו ענקער הילף, צו מיט רעכט צי אן רעכט, מען מוז צוימען די אינגלעך קליידונג ווייל לאמיר זיין פראאקטיוו ווי איידער זיין גערעכט און לאמיר נישט אנרייצן די לייב, החרשתי.

אבער וואס מען טוט יעצט איז, אנשטאט איינשפארן די פרעדעטער פראטעקט מען אים פון דזשעיל, אז איינער דערוואגט זיך ארויסצוקומען אקעגן איינעם וועט מען אים דערגיין די יארן, הייסט דער בעל תאווה מעג זיך צעפירן די הענט און מען פראטעקט אים, אבער אונז די קרבנות אונז זעמיר שולדיג, אונז דארף מען בינדן די הענט. אין סדום האט מען אויכעט געמאכט אזעלכע געזעצן, די קרבן איז געווען שולדיג פארן ווערן אנגעגריפן. די קרומקייט איז אין לשער.

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 15, 2024 5:38 pm

· #544781
Re: צניעות ביי אינגלעך!!!
פונדאַמענטאַל #
דו הייבסט אן מיט א שאלה: איז דא א מציאות אז קינדער ווערן ליידער אנגעקוקט אלס א אבדזשעקט? איך פארשטיי אז עס איז א קראנקע זאך, אבער איז עס אמת? אויב יא, דאן פארוואס זאלן נישט די מוסדות מינימיזירן דעם פראבלעם?
און דערנאך שרייבסטו: איך האב געהערט פון א מנהל וואס האט פארציילט אז ליידער ווערן נתרבה די לעצטערע יארן בחורים וואס לאקערן אויף זיסע קינדער, פיל מער ווי אמאל, און שוין עטליכע מאל האבן די בחורים מודה געווען אז די ציענדיגע קליידונג פון די יונגלעך האט זיי אויפגערייצט צו טון מעשים אשר לא יעשו.
און דו זעהסט נישט אז די האסט אליינס פארענטפערט די שאלה?
איך דארף בכלל מסביר זיין מער ווי דעם? די האסט עס נישט געקענט זאגן בעסער פון דעם!
סארי, איך פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט, ווי אזוי איך פארענטפער די שאלה.
פליז זיי מיר מסביר.

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 15, 2024 6:20 pm

· #544786
Re: צניעות ביי אינגלעך
איך פארשטיי נישט: ווען מ'קוקט אויף אלטע בילדער. מערסטנס פון צעהלימער און סאטמאר'ע ת"ת זעהט מען אז די מערסטע קינדער זענען געגאנגען מיט קאלירטע, געקעסטלטע העמדער. און ס'איז נישט געווען קיין פראבלעם מיט די העמעדער, הויזן און גלעזער. און שיך.

משא"כ היינט איז אלעס געווארן א פראבלעם און מ'דארף מעורר זיין איבער דעים. און אסר'ן און געבן הכשרים. כאילו ס'איז (ח"ו) דא א נייע תורה.

שמעון וואלף » דינסטאג יאנואר 16, 2024 2:11 am

· #544823
Re: צניעות ביי אינגלעך
האניג #
אז א הונגעריגע לייב לויפט ארום אין שטאט, פארשטייט יעדער אז מען דארף איינשפארן די קינדער. די קליגערע וועג איז אבער צו איינצוימען דעם לייב.

לערן אויס די בחורים. הייל די בחורים.

דאס טוט מען אין גור. האלטסט אז דאס איז א ריכטיגע מהלך?

מילך טראק » מאנטאג יאנואר 22, 2024 1:53 am

· #545701
Re: צניעות ביי אינגלעך
שמעון וואלף #
האניג #
אז א הונגעריגע לייב לויפט ארום אין שטאט, פארשטייט יעדער אז מען דארף איינשפארן די קינדער. די קליגערע וועג איז אבער צו איינצוימען דעם לייב.

לערן אויס די בחורים. הייל די בחורים.

דאס טוט מען אין גור. האלטסט אז דאס איז א ריכטיגע מהלך?
יא

צקון לחש » מאנטאג יאנואר 22, 2024 3:35 pm

· #545810
Re: צניעות ביי אינגלעך
שמעון וואלף #
האניג #
אז א הונגעריגע לייב לויפט ארום אין שטאט, פארשטייט יעדער אז מען דארף איינשפארן די קינדער. די קליגערע וועג איז אבער צו איינצוימען דעם לייב.

לערן אויס די בחורים. הייל די בחורים.

דאס טוט מען אין גור. האלטסט אז דאס איז א ריכטיגע מהלך?
מער א מהלך ווי פשוט לאזן בחורים לעבן אין די היינטיגע וועלט מיט הנהגות און הפחדות פון מיטלאלטער

האניג » מאנטאג יאנואר 22, 2024 5:05 pm

· #545824
Re: צניעות ביי אינגלעך
זאג וואס מען טוט אין גור און דערנאך וועט מען דן זיין.

לערנען די בחורים, און היילן די בחורים וואס האבן א נטיה צו קינדער, איז דאך די גרעסטע טובה פאר זיי און פאר יעדן.

קליינע צדיק » מאנטאג יאנואר 22, 2024 5:50 pm

· #545831
Re: צניעות ביי אינגלעך
איך מיין אויף דעם איז קיינער מחולק
די חילוקי דעות זענען
א' - איינער וואס האט סך הכל א נארמאלע שטאפל נסיונות אזוי ווי יעדער בר נש, דארף נאכנישט פילן און טערעפי, עס זענען דא לעוועלס
ב' - יעדער צווייטע בחור לייגט מען אויף פילן די רגע עס דאכט זיך נאר אז ער האט עפעס א נסיון, מ'פראבירט נישט חיזוק הדרכה אדער טערעפי

דהיינו סיי אז מ'לייגט ארויף אויף פילן פאר גאר קלייניגקייטן (וואס די וואס לייגן ארויף אויף דעם זענען מן הסתם געווען ערגער),
זיך קריגענדיג אויף די באשעפער'ס בריאה פון נסיונות כשלונות און התגברות, אזוי ווי יעדער מענטש האט.

אזוי אויך, אז מען ארבעט נישט אויף קיינעם צו קודם סתם חיזוק אדער אפי' טערעפי, נאר עס איז ליידער דא א קלארע מהלך וואס הייסט פילן
(אפגערעדט די זייטיגע נקודות וואס אזאנע פילן ברענגן אן בשעת מען איז אויף דעם, וויל איך מיר נישט פארשטעלן ווי אזוי מענטשען זעהען אויס די טאג וואס זיי קומען אראפ פון דעם, אזוי ווי חיות אין וואלד וואס זענען קיינמאל אויפגעצויגן געווארן, און זיך קיינמאל נישט מתגבר געווען ה"י)

קליינע צדיק » מאנטאג יאנואר 22, 2024 5:51 pm

· #545833
Re: צניעות ביי אינגלעך
האניג #
זאג וואס מען טוט אין גור און דערנאך וועט מען דן זיין.

לערנען די בחורים, און היילן די בחורים וואס האבן א נטיה צו קינדער, איז דאך די גרעסטע טובה פאר זיי און פאר יעדן.
ארויפלייגן יעדער וואס האט א משהו נסיונות אין קדושה אויף פילן, אלע יארגענג צוגלייך

נאה דורש » מאנטאג יאנואר 22, 2024 6:18 pm

· #545837
Re: צניעות ביי אינגלעך
to the OP, can you please explain which part is "tipshus"? I just done understand it, maybe I am missing something

but this is an old debate, not only here but in the secular world, https://abigailanaba.com/research-on-the-relationship-between-rape-and-dressing/ please read it,

sorry for my english I am traveling and on my laptop

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 22, 2024 8:09 pm

· #545848
Re: צניעות ביי אינגלעך
קליינע צדיק #
האניג #
זאג וואס מען טוט אין גור און דערנאך וועט מען דן זיין.

לערנען די בחורים, און היילן די בחורים וואס האבן א נטיה צו קינדער, איז דאך די גרעסטע טובה פאר זיי און פאר יעדן.
ארויפלייגן יעדער וואס האט א משהו נסיונות אין קדושה אויף פילן, אלע יארגענג צוגלייך
א ביסל איז דער עצם מהלך אין גור שולדיג אין דעם מצב. ווייל א יעדער איז אבסעסס'ד מיט ענייני "קדושה". אויף אלע לעוולס. סיי אין עניינים פון דברים שבין איש לאשתו. און סיי מיט שמירה ביי בחורים און יונגעלייט.

שאולדיספריםפאקער » מאנטאג יאנואר 22, 2024 11:00 pm

· #545886
Re: צניעות ביי אינגלעך!!!
טיפער #
הרב בערל טויבער האט שוין גענוצט אמאל די נקודה באמרו צו האניג קומען בינען..
עס איז לכאורה א גוטע אפשרעק מיטל, און אויב ס'אמת פארוואס זאלן זיי עס נישט נוצן?

יא גענוי וואו מען זאגט פאר א וויקטים פון רעיפ אז דו ביסט שולדיג וועגן די וועג וויאזוי ביסט געווען געקליידעט.

new news » זונטאג פעברואר 4, 2024 1:25 pm

· #548027
Re: צניעות ביי אינגלעך!!!
שאולדיספריםפאקער #
טיפער #
הרב בערל טויבער האט שוין גענוצט אמאל די נקודה באמרו צו האניג קומען בינען..
עס איז לכאורה א גוטע אפשרעק מיטל, און אויב ס'אמת פארוואס זאלן זיי עס נישט נוצן?

יא גענוי וואו מען זאגט פאר א וויקטים פון רעיפ אז דו ביסט שולדיג וועגן די וועג וויאזוי ביסט געווען געקליידעט.

ווען איינער זאגט עס אויף א וועג אז זיי זענען זיך אליינס שולדיג איז איין זאך
אבער ווען איינער זאגט ביי א דרשה א גוטע וועג עס צו פרעווענטן פון געשען זעה איך נישט די פראבלעם דערמיט

פונדאַמענטאַל » מיטוואך פעברואר 28, 2024 9:20 pm

· #551981
Re: צניעות ביי אינגלעך
איינער האט מיר דאס געשיקט👇. איך ווייס נישט פונקטלעך די דעטאלען ווער עס האט דאס ארויס געשיקט וכו'. אבער דא קען מען זעהן די נייע תורת הצניעות וועלכע ווערט באשאפן פארנט פון אונזערע אויגן. פונקטליכע אינטשעס שיעורים וכו' אזוי אויך א שפאגל נייע
ערפינדונג - הויזן אנע טאשען... אכשר דרא!
📎 PXL_20240229_002813886~2.jpg 📎 PXL_20240229_002823275~2.jpg

קהל'ס נער » מיטוואך פעברואר 28, 2024 9:48 pm

· #551988
Re: צניעות ביי אינגלעך
פונדאַמענטאַל #
איינער האט מיר דאס געשיקט👇. איך ווייס נישט פונקטלעך די דעטאלען ווער עס האט דאס ארויס געשיקט וכו'. אבער דא קען מען זעהן די נייע תורת הצניעות וועלכע ווערט באשאפן פארנט פון אונזערע אויגן. פונקטליכע אינטשעס שיעורים וכו' אזוי אויך א שפאגל נייע
ערפינדונג - הויזן אנע טאשען... אכשר דרא!

וואוו, אינז האבן דא געהעריג מתן תורה, ס׳ווערט דא געבוירען הלכה למשה מסיני׳ס אין פראנט פון אינזער אויגן.

לא נעשה ולא נשמע

היום » מיטוואך פעברואר 28, 2024 9:53 pm

· #551991
Re: צניעות ביי אינגלעך
נאה דורש #
to the OP, can you please explain which part is "tipshus"? I just done understand it, maybe I am missing something

but this is an old debate, not only here but in the secular world, https://abigailanaba.com/research-on-the-relationship-between-rape-and-dressing/ please read it,

sorry for my english I am traveling and on my laptop
יישר כח פאר די מראה מקום.
נאך נישט געליינט די גאנצע, זעהט אויס יסודות׳דיג, און נישט געטריבן ביי פאראויס אפגעמאכטע מיינאנגען, אדער געציעלט צו אנקומען צו איין געוויסע מסקנה.

חכמת שלמה » מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:28 pm

· #552005
Re: צניעות ביי אינגלעך
אה, ברוך השם. ביי אונז איז נישטא די אלע דאגות. אלע קינדער ביי אונז גייען אייניג, מען דארף נישט מאכן קיין תקנות און איבערדרייען וועלטן מיט א נייע שלחן-ערוך וואס מען מעג יא און נישט טראגן.

פונדאַמענטאַל » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 12:07 am

· #552009
Re: צניעות ביי אינגלעך
חכמת שלמה #
אה, ברוך השם. ביי אונז איז נישטא די אלע דאגות. אלע קינדער ביי אונז גייען אייניג, מען דארף נישט מאכן קיין תקנות און איבערדרייען וועלטן מיט א נייע שלחן-ערוך וואס מען מעג יא און נישט טראגן.
🤣
אלע קינדער גייען פון זיך אליין אייניג... זיי ווערן געבוירן מיט קאסקעטן אין לאנגע רעקלעך וכדו'. עס פעלט בכלל נישט אויס קיין תקנות... אזוי אויך האט עטס בכלל נישט קיין נייע שלחן ערוך, די זעלבע הלכות און מנהגים ווי כלל ישראל האט זיך געפירט לאורך כל הדורות...

פון אונזערע » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:23 am

· #552017
Re: צניעות ביי אינגלעך
אז די הויזענעס וועלן נישט האבן קיין טאשן פון ווי וועלן זיך די קינדער אויסלערנען אז מ'טאר חלילה נישט לייגן די הענט אין טאש...??

ר' גרשון » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 7:56 am

· #552028
Re: צניעות ביי אינגלעך
גאהרנישט אזוי מאדנע, כ'מיין אז הלכות צניעות פאר מענער איז טאקע באמת פונקט אזוי חמור און הלכה פסוקה ווי ביי פרויען, די שאלה הייבט זיך נאר אהן צו ביי פרויען איז עס א חמור...

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 8:10 am

· #552030
Re: צניעות ביי אינגלעך
פון אונזערע #
אז די הויזענעס וועלן נישט האבן קיין טאשן פון ווי וועלן זיך די קינדער אויסלערנען אז מ'טאר חלילה נישט לייגן די הענט אין טאש...??
ס'נישט קיין פראבלעים: די רבי וועט פארציילן פאר די קינדער אז פארצייטנס, ווען די (געפאסטע) הויזן האבן נאך געהאט טאשן האט די רבי (און דער טאטע) אייביג געווארנט די יונגלעך אז מ'טאר נישט לייגן די הענט אין די הויזן טאש.

אפילו די הגדות וואס מ'האט געדרוקט אין יענע צייטן (נאך פאר טעכנאלאגיע, רח"ל) האבן געהאט א צייכענונג פון דעם רשע (ביי די ארבעה בנים) פון א גוי (אן א קאפל און אן א בארד) מיט די הענט אין די הויזן טאשן.

שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 1, 2024 12:49 am

· #552205
Re: צניעות ביי אינגלעך
קהל'ס נער #
וואוו, אינז האבן דא געהעריג מתן תורה, ס׳ווערט דא געבוירען הלכה למשה מסיני׳ס אין פראנט פון אינזער אויגן.

אפילו אויף אייוועלט שרייבן זיי ווי דיר...

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4952162#p4952162

האניג » זונטאג מערץ 3, 2024 3:18 pm

· #552530
Re: צניעות ביי אינגלעך
פונדאַמענטאַל #
איינער האט מיר דאס געשיקט👇. איך ווייס נישט פונקטלעך די דעטאלען ווער עס האט דאס ארויס געשיקט וכו'. אבער דא קען מען זעהן די נייע תורת הצניעות וועלכע ווערט באשאפן פארנט פון אונזערע אויגן. פונקטליכע אינטשעס שיעורים וכו' אזוי אויך א שפאגל נייע
ערפינדונג - הויזן אנע טאשען... אכשר דרא!
איינער האט עס שוין געלייגט אויף אייוועלט (ווארשיינלעך גענומען פון דא...) א שמועס הייבט זיך אן אנטוויקלען דארט, וועלמיר זען ווי לאנג ס'וועט בלייבן
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4954622#p4954622

אברהם שנית מן השמים » זונטאג מערץ 3, 2024 3:55 pm

· #552537
Re: צניעות ביי אינגלעך
די משוגעת פון אנשרעקן תמימי'שע פרויען כדי צו אויספירן יעדע משוגעת איז שוין לאנג איבערגעצויגן, די איינציגסטע זאך וואס ס'טוט אז שפעטער ווען מ'רעדט פון אמת'ע איסורים לאכן זיי זיך אויס.

אברהם שנית מן השמים » זונטאג מערץ 3, 2024 3:58 pm

· #552538
Re: צניעות ביי אינגלעך
בענין פילן פאר בחורים מיט נסיונות, דעס איז א איסור דאורייתא און א געפערליכע רשעות, רבי יעקב מאיר האט געזאגט אז מ'דארף וויסן ס'איז נישט קיין עבירה צו האבן א יצר הרע, ס'איז אן עבירה איהם צו פאלגן, דעס איז א מענטשליכע נארמאלע געזונטע געפיהל וואס מ'דארף אויסלערנען צו קאנטראלן אין א נארמאלע וועג, אהן אנציען די נערווען מיט שדים גיהנום וכו'.

צוויי » זונטאג מערץ 3, 2024 4:44 pm

· #552541
Re: צניעות ביי אינגלעך
איך ווייס קינדער מיט בחורים וואס האבן אסאך געשפילט מיט אנדערע חברה, זיי זענען אנגעקומען צו דעם נאר צוליב זייער שיינע וועג פון אנגעטואכט'ס, און זייער ספרעיס אין די מקוה.
(נישט געווען ביי מיר, אבער איך האב עס אליינס בייגעוואוינט אלס בחור און אלס יונגל)

yesiknow » זונטאג מערץ 3, 2024 4:56 pm

· #552542
Re: צניעות ביי אינגלעך!!!
שאולדיספריםפאקער #
טיפער #
הרב בערל טויבער האט שוין גענוצט אמאל די נקודה באמרו צו האניג קומען בינען..
עס איז לכאורה א גוטע אפשרעק מיטל, און אויב ס'אמת פארוואס זאלן זיי עס נישט נוצן?

יא גענוי וואו מען זאגט פאר א וויקטים פון רעיפ אז דו ביסט שולדיג וועגן די וועג וויאזוי ביסט געווען געקליידעט.

פרצה קורא לגנב.
אז מען טוט זיך אהן איידל וועלן מאלעסטארס און אנדערע, טראכטן צוויי מאל פאר דיך עפרויטשן.

עס איז קאמאן סענס, פראוואקעטיוו מינס איט פראוואקס און שוין.

פונדאַמענטאַל » זונטאג מערץ 3, 2024 8:19 pm

· #552566
Re: צניעות ביי אינגלעך!!!
מאלעסטער זענען קראנק בנפש, און עס מאכט נישט קיין חילוק וויאזוי די קינדער גייען אנגעטון.
צו גלייבסטו באמת אז אויב אלע וואלטן אנגעטון זייערע קינדער ווי די גאר פרומע, וואלטן געווען ווייניגער פעדא'ס אין אונזער קאמיוניטי? צו גלייבסטו באמת אז סטאטיסטיש זענען דא ווייניגער פעלער אין די פרומע "איידעלע" קאמיוניטי'ס ווי אין די מער מאדערנע?...! (לכאורה איז עס פארקערט...)....

און פראוואקאטיוו מיינט נישט אלס וואס טריגערט יעדע אומגעזונטע נפש. פראוואקאטיוו מיינט עפעס וואס פראוואקט נארמאלע מענטשן - און איז אינדרויסן פון נארמאלע אויפפירונג. אויב א קינד וועלכע איז אנגעטון אביסל שענער ווי דיין קליינקעפיגע מוח איז צוגעוואוינט, טוט דיר פראוואקטירן... מיין איך אז איר זאלט גיין זוכן הילף.

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 3, 2024 11:17 pm

· #552600
Re: צניעות ביי אינגלעך
נישט ריכטיג,
מאלעסטארס זענען טאקע קראנק און זיי קענען זיך נישט באהערשן (עכ"פ כמעט אוממעגליך), פונקט ווי עדיקטס וואס וויינען אבער גייען אין נעץ אריין ביודעים אז זיי מאכן חרוב יענעמ'ס לעבן און גאנץ מעגליך אויך זייער אייגענע מיט זייער משפחה לדורי דורות.

א נארמאלער מענטש קען זיך באהערשן, אבער טויזענטער מענטשן ווערן למעשה עטרעקטעד ווען א קינד פוצט זיך אויס און טוט זיך אן געפאסטע קליידער. אפילו ביי יוסף הצדיק שטייט שוין אז ער האט אנגערייצט וכו' שהי' מסלסל בשערו. אבער כאטש ער קען זיך קאנטראלירן, ברענגט מען אריין נסיונות! איך האב עס שוין געהערט פערזענליך פון נארמאלע ערנסטע מענטשן, און אויך פון מחנכים וואס דיעלן מיט אנדערע מחנכים און קינדער/בחורים.

יעדער ווייסט אז אין ישיבה איז מען אייביג נאכגעלאפן די באפוצטע בחורים וד"ל. פאר א סיבה האט מען נישט געהאלטן פון גיין צו מאדערן, צי די גלעזער אדער שמעקעדיגע זייף, כאטש איך גיי נישט דא אריין אין די פרטי הדברים צי עס איז נארמאל אדער משוגע, איז אבער די מציאות אז במשך לאנגע דורות האט מען מקפיד געווען דערויף ווייל דאס קען מעורר זיין נסיונות. כמעט יעדע חסידות האט פארלאנגט אויף א געוויסע אופן צניעות ביי קינדער (אודאי נישט אויף אזא עקסטרעם אז קליינע קינדער טארן נישט גיין קורצע הויזן, כ'רעד נארמאלע תקנות וואס יעדער האט אליינס פארשטאנען).

עס איז נישט קלוג צו זאגן מען זאל שיקן יעדן פאר הילף. עס איז א זאך וואס איז נארמאל ביי אזויפיל מענטשן, און טעראפי וועט נישט העלפן פאר זאכן וואס איז אריינגעבויעט אינעם נפש.

עס זענען טאקע דא אנדערע טויזענטער מענטשן וואס זענען ב"ה בכלל נישט עטרעקטעד צו קינדער, זאלן זיי דאנקען השי"ת דערפאר אז זיי האבן נישט די נסיונות, אבער ביטע אויפהערן צו דזשאדזשן אנדערע אידן וואס מוטשען זיך יא דערמיט.

און עס איז דא זייער א גרינגע וועג אפצוהאלטן די נסיונות - און דאס איז נישט אנטון די קינדער אויף א אופן וואס יעדע אבר שטעקט זיך ארויס אויף א בולט'ן אופן, אדער עס ווערט אויפגעדעקט זייער גוף ווען זיי בייגן זיך אראפ. דער מהלך איז פיל גרינגער ווי שיקן טויזענטער אידן צו טעראפי... איך זעה נישט די וויכטיגקייט פון אויספוצן די קינדער מיט די סארט שמאלע קליידער. איינער קען מיר מסביר זיין פארוואס מען דארף דאס אנטון פאר די קינדער? וועמען מאכט דאס גליקליך?

פונדאַמענטאַל » מאנטאג מערץ 4, 2024 1:30 am

· #552633
Re: צניעות ביי אינגלעך
שמעקעדיג #
נישט ריכטיג,
מאלעסטארס זענען טאקע קראנק און זיי קענען זיך נישט באהערשן (עכ"פ כמעט אוממעגליך), פונקט ווי עדיקטס וואס וויינען אבער גייען אין נעץ אריין ביודעים אז זיי מאכן חרוב יענעמ'ס לעבן און גאנץ מעגליך אויך זייער אייגענע מיט זייער משפחה לדורי דורות.

א נארמאלער מענטש קען זיך באהערשן, אבער טויזענטער מענטשן ווערן למעשה עטרעקטעד ווען א קינד פוצט זיך אויס און טוט זיך אן געפאסטע קליידער. אפילו ביי יוסף הצדיק שטייט שוין אז ער האט אנגערייצט וכו' שהי' מסלסל בשערו. אבער כאטש ער קען זיך קאנטראלירן, ברענגט מען אריין נסיונות! איך האב עס שוין געהערט פערזענליך פון נארמאלע ערנסטע מענטשן, און אויך פון מחנכים וואס דיעלן מיט אנדערע מחנכים און קינדער/בחורים.
איך קריג זיך נישט מיטן עצם "מושג" פון attraction, דאס איז א חלק פונעם בריאה. ממילא פארשטיי איך נישט ווי יוסף קומט דא אריין. איך קען דיר ברענגען א פילע ליסטע פון גאר אקטראקטיווע מענטשען...
און אויב ברענגסטו יא ארויף יוסף, דאן זאג מיר, איז דיין כוונה צו טענה'ן אז יוסף איז געווען שילדיג אינעם מעשה מיט אשת פוטיפר?... און זי איז גאר גערעכט געווען?...
די נקודה איז, די געפוצטע קינד (כלשונך, אדער ביי אנדערע - א קינד אנגעטון שיין, ווי עס פאסט פאר א בן מלך...) איז נישט דער גורם פאר מאלעסטעריי, מאלעסטערס וועלן טון זייערע מעשים אויפן זעלבן ראטע - נישט קיין חילוק די באפוצטקייט פון קינדער.
אויב דיין כוונה איז אז אפילו נישט מאלסעטירער ווערן אריינגעשלעפט, מחמת די גרויסקייט פונעם נסיון... לאמיר דיר זאגן, א סאסייעטי וואס דאס איז איר מציאות איז שטארק אומגעזונט, נארמאלע מענטשען באקומען נישט ווילדע מחשבות אויף קינדער. די איינציגסטע סיבה וואס איך קען טראכטען, וואס איז גורם אז די מאסן זאלן זיין עטרעקטעד צו קינדער - ווי די לייגסט דאס אראפ, איז די דאזיגע אבסעסיע און פאקוס אויף בגדים פון קינדער! דאס איז מעגליך א גורם צו אזא פראבלעם - א מצב ווי פילע נארמאלע מענטשען קענען זיך נישט באהערשן ביים זעהן א קינד שיין אנגעטון!
יעדער ווייסט אז אין ישיבה איז מען אייביג נאכגעלאפן די באפוצטע בחורים וד"ל. פאר א סיבה האט מען נישט געהאלטן פון גיין צו מאדערן, צי די גלעזער אדער שמעקעדיגע זייף, כאטש איך גיי נישט דא אריין אין די פרטי הדברים צי עס איז נארמאל אדער משוגע, איז אבער די מציאות אז במשך לאנגע דורות האט מען מקפיד געווען דערויף ווייל דאס קען מעורר זיין נסיונות. כמעט יעדע חסידות האט פארלאנגט אויף א געוויסע אופן צניעות ביי קינדער (אודאי נישט אויף אזא עקסטרעם אז קליינע קינדער טארן נישט גיין קורצע הויזן, כ'רעד נארמאלע תקנות וואס יעדער האט אליינס פארשטאנען).
וואס הייסט "מען"? די רעדסט פון די אדאלט סטעף, אדער פון די חברים צווישן זיך? וואס איז א באזונדערע נושא.
דאס וואס מען האט נישט געהאלטען (ווער?) פון מאדערנע קליידונג האט גארנישט צוטון מיט צניעות, נאר מיט "חסידושקייט", אזא חיצוניות'דיגע בליק אויף א פרומע יוניפורם. און, איך ווייס נישט ווי לאנג עס זענען די דורות פון וואס די רעדסט... און, פארוואס האלטסטו אז קורצע הויזען ביי קליינע קינדער איז עקסטרעם? לויט דיין לאגיק זעה איך נישט קיין סיבה דאס צו אויסשליסן, צו ווייסטו נישטו אז עס זענען פארהאן אידן אין ביהמ"ד וואס ווערן עטרעקטעד צו די קינדער?
און, אדרבה זאג די, צו האלטסטו אז אין די חסידית'ן וועלכע האבן פארלאנגט די אלע גדרים, זענען געווען ווייניגער מעשיות ווי אין די אלגעמיינע וועלט?
עס איז נישט קלוג צו זאגן מען זאל שיקן יעדן פאר הילף. עס איז א זאך וואס איז נארמאל ביי אזויפיל מענטשן, און טעראפי וועט נישט העלפן פאר זאכן וואס איז אריינגעבויעט אינעם נפש.
אוודאי דארף מען נישט שיקן יעדן פאר הילף, עס איז "נישט" אריינגעבויט אינעם נפש צו זיין עטרעקטעד צו קינדער! עס איז א קראנקייט וואס א קליינע מינאריטעט אין סאסייעטי ליידט פון. אויב איז דאס נארמאל 'ביי אזוי פיל מענטשען' איז די סאסייעטי קראנק!
עס זענען טאקע דא אנדערע טויזענטער מענטשן וואס זענען ב"ה בכלל נישט עטרעקטעד צו קינדער, זאלן זיי דאנקען השי"ת דערפאר אז זיי האבן נישט די נסיונות, אבער ביטע אויפהערן צו דזשאדזשן אנדערע אידן וואס מוטשען זיך יא דערמיט.
הרב שמעקעדיג איך האלט מיר איין פון גיין פערזענליך...
ח"ו איך האב קיינעם נישט דן געווען. אדרבה, איך פרוביר צו מסביר זיין פאר מענטשען ווי שעדליך די דאזיגע פאלעסיס זענען, אז דאס פארשטארקערט נאר די פראבלעם.
און עס איז דא זייער א גרינגע וועג אפצוהאלטן די נסיונות - און דאס איז נישט אנטון די קינדער אויף א אופן וואס יעדע אבר שטעקט זיך ארויס אויף א בולט'ן אופן, אדער עס ווערט אויפגעדעקט זייער גוף ווען זיי בייגן זיך אראפ. דער מהלך איז פיל גרינגער ווי שיקן טויזענטער אידן צו טעראפי...
סעריעסלי?
איך זעה נישט די וויכטיגקייט פון אויספוצן די קינדער מיט די סארט שמאלע קליידער. איינער קען מיר מסביר זיין פארוואס מען דארף דאס אנטון פאר די קינדער? וועמען מאכט דאס גליקליך?
עס איז בכלל נישט וויכטיג, און מען דארף טאקע נישט. און עס מאכט טאקע נישט גליקלעך. איז דאס דען נישט די מציאות פון עולם הזה?

גארטל » מיטוואך מערץ 13, 2024 2:54 pm

· #554751
Re: צניעות ביי אינגלעך
איך פלעג אייביג גיין מיט די הויזן פון דשי ענד דשי און נישט געוויסט פון בעסערס.
נאכן קענען לערנען אנדערע סארט הויזן, האב איך ערשט געכאפט ווי מיס די היימישע הויזן זענען, ריזיג גרויס, בעג"י וכו'. האב איך געטוישט צו די מאדערענע הויזן.
ווען די היימישע מארקעט וועט צושטעלן נארמאלע הויזן, נישט טייט, אבער אויך נישט ריזיג וועט מען גיין מיט יענץ.

דאס זעלבע איז מיט די קינדער קליידער, מען וואוינט דא לאקאל מיט די גוים, די סטיילס כאפן זיך אריין. אויב וועט נישט זיין צו באקומען היימישע זאכן, האלבוועגס צו די סטייל, וועט מען קויפן אינגאנצן גויאיש.
בלאט: 1 2