☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » נעקסט: השגחה אויף אינגלעך קלאדינג

נעקסט: השגחה אויף אינגלעך קלאדינג

44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16250

כלבאשבוע » פרייטאג יוני 2, 2023 12:16 pm

· #526965
נעקסט: השגחה אויף אינגלעך קלאדינג
מוסדות התורה אין מאנסי וועלן פון היינט און ווייטער דיקטירן וועלכע סטיילס זענען אויסגעהאלטן פאר אינגלעך צו טראגן און וועלכע נישט, צו פארזיכערן קאנטראל וועט מען לייגן פרעשור אויף די סטארס און דיסטריבוטערס צו מאכן זיכער אז זיי שטעלן זיך צו צי די מוסדות

סאיז לכאורה א שאלה פון צייט ביז וועד לבושי כבוד למיניהם וועט ווערן א השגחה סטייל ביזנעס אזויווי כשרות וכו׳
📎 IMG_6510.jpg

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג יוני 2, 2023 12:18 pm

· #526966
כאילו ביז יעצט זענען די קינדער נישט געגאנגען אנגעטוהן גענוג בכבוד'יג.
ס'איז אומגלויבליך צו וואו עקסטרעמיזם קען נעמען.

תשפג » פרייטאג יוני 2, 2023 12:30 pm

· #526968
איז דעיס אמת׳דיג? אדער בלויז ליצנות?

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג יוני 2, 2023 12:55 pm

· #526969
צי
תשפג
איז דעיס אמת'דיג? אדער בלויז ליצנות?
און אפילו ס'קען זיין ס'נישט אמת יעצט, בין איך אבער מאמין באמונה שלמה, אז בקרוב גייט עס ווערן די נייע מציאות.

כ'געדענק ווען כ'פלעג וואוינען אין וויליאמסבורג, בין איך אמאל געגאנגען מיט איינע פון מיינע קינדער קויפן ברילן צו די לאקאלע אפטיקל געשעפט, און דער וואס האט מיר ארויסגעהאלפן האט מיר די ערשטע שאלה געפרעגט אין וועלכע מוסד מיין זוהן לערנט, האב איך עם געפרעגט למאי נפק"מ, האט ער מיר אנגעוויזן ווי יעדע מוסד האט א באקס מיט'ן נאמען פונעם מוסד דערויף אז נאר דאס איז ערלויבט צו טראגן אין חדר.

עטץ מיינסט טאקע אז די קאנטראל ענדיגט זיך ביי ברילן? פאוער פארהינגערטע שטעלן זיך נישט אפ ביי גארנישט זיי וועלן זוכן קאנטראל אויף אלעם, אפילו וואסערע זאקן און אינטערוועש מ'מעג טראגן הינטער די הויזן און שיך.

דערהויבענע איד » פרייטאג יוני 2, 2023 12:58 pm

· #526970
איי געס ס'איז דא אסאף פעדאפילן אויט דער. כ'מיין מ'זאל עפענען א וועד הרוחני אויף אלע חותמים אויף די פריעדיגע וועד.

און א וועד הצניעות אויף די וועד הרוחני וואס זאל קוקן די קעמרע'ס.

און א וועד משמרת הקדושה וואס זאל קוקן ווי אזוי די עסקנים קוקן די קעמרע'ס, ס'זאל זיין אויף א אויסגעהאלטענע וועג.

תשפג » פרייטאג יוני 2, 2023 1:13 pm

· #526972
כ׳האב געמיינט אז אלע עסקנים זענען יעצו ביזי מיט Ai… איי געס כלל ישראל האט גענוג עסקנים פאר דעם אויך…

קהל'ס נער » פרייטאג יוני 2, 2023 2:51 pm

· #526980
נעקסט עפענט זיך א “וועד משמרת הברית” וואס וועט שטיין על המשמר און בודק זיין אלע קינדער צו זייער מילה איז טאקע כשר………

שמחהלע קאפשטיק » פרייטאג יוני 2, 2023 3:04 pm

· #526983
קהל'ס נער
נעקסט עפענט זיך א “וועד משמרת הברית” וואס וועט שטיין על המשמר און בודק זיין אלע קינדער צו זייער מילה איז טאקע כשר………
אויך אויב זיי האבן זיך מקנח געווען אין ביה"כ כדת וכדין...

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 2, 2023 3:44 pm

· #526989
תשפג
כ׳האב געמיינט אז אלע עסקנים זענען יעצו ביזי מיט Ai… איי געס כלל ישראל האט גענוג עסקנים פאר דעם אויך…
די אלע אידן וועלכע שפאצירן אהיים פון ביהמ"ד אום 2 אזייגער נאכמיטאג מיט טו"ת און שמועסן געמיטליך. זיי אלע זארגן זיך פאר'ן באשעפער. וואס ס'וועט (ח"ו) געשעהן צו אידישקייט אן זייער הילף.

ערנסטגערעדט » פרייטאג יוני 2, 2023 5:18 pm

· #527003
מיין מנהל פלעגט אין די תש״ס יארן זאגן אז ווען מגייט אין געשעפט קויפן גלעזער זאל מען זיך נישט לאזן נאַרן פון די געשעפטסמאן, ער וועט פראבירן צו פארקויפן Half rim גלעזער אבער מזאל וויסן אז פאר די זעלבע פרייז קען מען באקומען full rim גלעזער…

דערהויבענע איד » מוצ"ש יוני 3, 2023 11:55 pm

· #527025
קהל'ס נער
נעקסט עפענט זיך א “וועד משמרת הברית” וואס וועט שטיין על המשמר און בודק זיין אלע קינדער צו זייער מילה איז טאקע כשר………
דאס דארף מען טאקע טון ווי אומשנעלסטן.

כ'מיין, מ'עט צוריקוקן אין 20 יאר ארום פון יעצט, ווי אזוי האט מען אריינגענומען א תלמיד אן וויסן וואס ווי ווען? נאכדערצו פון די יסודות הדת, ווי אזוי קען מען רעדן שפעטער פון שמירת הברית אויב קיינער וויסט נישט וואס טוט זיך מיט די ברית אליינס? יעדע שמויגער קען מל'ן א קינד, און שפעטער לית דין ולית דיין?

שמעון וואלף » זונטאג יוני 4, 2023 3:18 am

· #527040
דערהויבענע איד
קהל'ס נער
נעקסט עפענט זיך א “וועד משמרת הברית” וואס וועט שטיין על המשמר און בודק זיין אלע קינדער צו זייער מילה איז טאקע כשר………
דאס דארף מען טאקע טון ווי אומשנעלסטן.

כ'מיין, מ'עט צוריקוקן אין 20 יאר ארום פון יעצט, ווי אזוי האט מען אריינגענומען א תלמיד אן וויסן וואס ווי ווען? נאכדערצו פון די יסודות הדת, ווי אזוי קען מען רעדן שפעטער פון שמירת הברית אויב קיינער וויסט נישט וואס טוט זיך מיט די ברית אליינס? יעדע שמויגער קען מל'ן א קינד, און שפעטער לית דין ולית דיין?
אויפן שידוך רעזומעי וועט מען דארפן צולייגן א בילד וואס ווייזט אז ס'איז מסודר

Salford » זונטאג יוני 4, 2023 8:18 am

· #527045
כלבאשבוע
מוסדות התורה אין מאנסי וועלן פון היינט און ווייטער דיקטירן וועלכע סטיילס זענען אויסגעהאלטן פאר אינגלעך צו טראגן און וועלכע נישט, צו פארזיכערן קאנטראל וועט מען לייגן פרעשור אויף די סטארס און דיסטריבוטערס צו מאכן זיכער אז זיי שטעלן זיך צו צי די מוסדות

סאיז לכאורה א שאלה פון צייט ביז וועד לבושי כבוד למיניהם וועט ווערן א השגחה סטייל ביזנעס אזויווי כשרות וכו׳
בטלה מביאה לידי שעמום דאס איז דע מקור

הקטן » זונטאג יוני 4, 2023 11:04 am

· #527049
כלבאשבוע
מוסדות התורה אין מאנסי וועלן פון היינט און ווייטער דיקטירן וועלכע סטיילס זענען אויסגעהאלטן פאר אינגלעך צו טראגן און וועלכע נישט, צו פארזיכערן קאנטראל וועט מען לייגן פרעשור אויף די סטארס און דיסטריבוטערס צו מאכן זיכער אז זיי שטעלן זיך צו צי די מוסדות
איך וויל דיר געבן אן אנדערע בליק און קוק אויב דאס קען מאכן סענס

איך האב געהערט פין מערערע עלטערען דאס זיי קענען נישט קויפן קיין הויזען פאר זייערע קינדער וואס זיי ווילן, זיי מיזען קויפן זייער שמאלע טייט הויזען ווייל די סטארס האבן די קאנטראל און זיי ברענגען נישט אריין עפעס אנדערש. די איינציגע קאלעקטיוו בארגעניג וואס די עלטערען האבן איז די מוסדות.

ווער עס וועט וועלן דאס זיינע קינדער זאלן דוקא גיין מיט שמאלע הויזען איז געבליבן דאס ביז דערווייל גייט דאס נאך מעסיס פארקויפן

ששון ושמחה » זונטאג יוני 4, 2023 11:18 am

· #527050
ס'איז דא אונטער די מאוומענט א ביזנעסמאן וואס מאכט דיל'ס מיט מוסדות אז מ'גייט קויפן פון אים זיינע ''חדר אפראווטע'' קליידער

מתבודד » זונטאג יוני 4, 2023 11:22 am

· #527051
נאר וואס דען... ווער געדענקט ווען שניעלס (סנוד'ס בלעז) זענען געווארן אסור ווייל עפעס א ביזנעסמאן איז געבליבן מיט צופיל טורבאנ'ס אין סטאק...

הקטן » זונטאג יוני 4, 2023 11:37 am

· #527054
ששון ושמחה
ס'איז דא אונטער די מאוומענט א ביזנעסמאן וואס מאכט דיל'ס מיט מוסדות אז מ'גייט קויפן פון אים זיינע ''חדר אפראווטע'' קליידער
וואס איז געקימען קודם, לדעתך?

א. דו מוסדות\עלטערן האבן געקרימט אויף וואס מען פארקויפט זיי דערנאך איז געקימען א פיפיגער ביזנעסמאן צו פילען די need

אדער

ב. ס'איז געקימען א ביזנעסמאן א באנדיד, און געאפערט געלט אינטערען טוש פאר די מוסדות דאס זיי זאלן אסרען די סחורה פין די אנדערע געשעפטן, אזוי וועט סיי ער און סיי די מוסדות האקען א לעבן און זיך צי טיילן מיט די רויב

ב.ד.וו. ווייסט איינער מער פרטים פין די דיל'ס - וויפיל שערעס א יעדע מוסד האט וכו'

הקטן » זונטאג יוני 4, 2023 1:43 pm

· #527081
[ציטאט אראפגענומען]
שטארקע ווערטער!!!
מי גילה רז זה ליהורם???

נישט דאס וואס זיי שרייבן...

צוזאמגעדרייט » זונטאג יוני 4, 2023 1:46 pm

· #527082
Re: נעקסט: השגחה אויף אינגלעך קלאדינג
א באַנדע פעדאפילן! זאלן זיי צוריקלייגן די האָר אויף זייערע ווייבער'ס קיווי-קעפ און אפלאזן די חדר אינגלעך מיט שיינע הויזן'עס.

ווייזט אויס אז PRIDE-MONTH צעשפילט די האָרמאָנען פון די מלמדים.

תשפג » זונטאג יוני 4, 2023 1:54 pm

· #527083
כ'פרוביר מיך פארצושטעלן ווי אזוי די קליידער סטאר׳ס גייען אויסזעהן נעקסטע יאר, ס'גייט זיין העמעדער מיט די הכשר פון סאכדעס, הויזן פון וואלאווא וכו',
ס'גייט ארויסקומען קול קורא'ס קעגן געשעפטען וואס פארקויפן קליידער אן קיין השגחה...

הקטן » זונטאג יוני 4, 2023 1:56 pm

· #527085
תשפג
כ'פרוביר מיך פארצושטעלן ווי אזוי די קליידער סטאר׳ס גייען אויסזעהן נעקסטע יאר, ס'גייט זיין העמעדער מיט די הכשר פון סאכדעס, הויזן פון וואלאווא וכו',
ס'גייט ארויסקומען קול קורא'ס קעגן געשעפטען וואס פארקויפן קליידער אן קיין השגחה...
קאפלעך וואס די פעדעפיילס ווילן ארויפצווינגען האסטו אויסגעלאזט.

ישראל הלוי » זונטאג יוני 4, 2023 1:58 pm

· #527087
[ציטאט אראפגענומען]
חחח...

איין זאך איז גוט אויב עס קומט טאקע ארויס אזא תקנה, אויב וועט מען איינפירן ביליגע קליידער, און די קרעדיט קארד וועט אביסל נאכלאזן פון זייערע הויעכע סטעיטמענט, דאן קען מען קלערן אז עס לוינט זיך!

תשפג » זונטאג יוני 4, 2023 2:04 pm

· #527091
ישראל הלוי
איין זאך איז גוט אויב עס קומט טאקע ארויס אזא תקנה, אויב וועט מען איינפירן ביליגע קליידער, און די קרעדיט קארד וועט אביסל נאכלאזן פון זייערע הויעכע סטעיטמענט, דאן קען מען קלערן אז עס לוינט זיך!
אדער וועט זיין פארקערט, א יעדע אייטעם וואס מ׳מוז קויפן אין א היימישע סטאר צאלט מען טאפעלט פון די אלגעמיינע גאס

קהל'ס נער » זונטאג יוני 4, 2023 2:12 pm

· #527094
ישראל הלוי
[ציטאט אראפגענומען]
חחח...

איין זאך איז גוט אויב עס קומט טאקע ארויס אזא תקנה, אויב וועט מען איינפירן ביליגע קליידער, און די קרעדיט קארד וועט אביסל נאכלאזן פון זייערע הויעכע סטעיטמענט, דאן קען מען קלערן אז עס לוינט זיך!
וואס ביליג?!
ס׳גייט זיין דאבעל די פרייז בלויז פארן האבן א הכשר אזוי ווי סאכדעס זאלץ

דער גאלדענער אדלער » זונטאג יוני 4, 2023 2:22 pm

· #527095
ששון ושמחה
ס'איז דא אונטער די מאוומענט א ביזנעסמאן וואס מאכט דיל'ס מיט מוסדות אז מ'גייט קויפן פון אים זיינע ''חדר אפראווטע'' קליידער
Follow the money זאגט מען אין אידיש!

דער גאלדענער אדלער » זונטאג יוני 4, 2023 2:25 pm

· #527096
קהל'ס נער
וואס ביליג?!
ס׳גייט זיין דאבעל די פרייז בלויז פארן האבן א הכשר אזוי ווי סאכדעס זאלץ
און אזויווי אלע אידישע היימישע פראדוקטן וואס פארמאגן אידישע בוכשטאבן אויפן פעקל.

צומישט און צוחישט » זונטאג יוני 4, 2023 3:27 pm

· #527099
[ציטאט אראפגענומען]
למעשה אויב דער מנהל זאגט אז ווען די הויזן וועט זיין ברייטער וועט ער נישט ווערן עקסיידעט, וואלט מען דאך געמעגט אזויפיל טוהן פאר שמירת הילדים, צווישן מיר און דיר האלט דער מנהל נישט ביים גיין אויף העלפ, און ער איז מודה אז די שמאלע הויזן טריגערט זיין כח התאווה, נו טא פארוואס זאל מען זיך ארומשפילן מיט די שמירה פון אונזערע ליכטיגע צאן קדשים? וואס איז אייך ענדערש דיין יונגל זאל זיין קיוט און סטייליש אדער ער זאל אויפוואקסן געזונט?

אגב איז די פראבלעם נישט נאר מנהלים, אני הקטן האב שוין מיטגעהאלטן וואו ס'קומט אריין אין ביהמ"ד א יונגעלע א יופי וקווצותיו סדורות לו תלתלים וכו' און די עלעמענטן הייבן אהן לאקערן במישרין ובעקיפין, און אסאך מאל זעטיגן זיי זייער הנאה בלויז מיט הסתכלות, וואס איז לכאו' אויך נישט די געזונטסטע פאר'ן קינד...

פונדאַמענטאַל » זונטאג יוני 4, 2023 8:20 pm

· #527138
דאן האט איהר אלע רעכטן צו איינהאנדלען הויזענעס רחבים פאר אייער זוהן. פארוואס קאנטראלירן אנדערע? קאמוניסטן האבן אלס מלביש געווען זייערע פעולות אין וואוילע אויפטואונגען. די נידון דא איז נישט איבער הלכות שיעורי מכנסיים כשרים - די נידון דא איז איבער די אומגעזונטע פאקוס פון געוויסע עלעמענטן אויף ספעציפישע עניינים, און אויף די מיטלען זיי נעמען אונטער צו עררייכן זייער ציל דורך קאנטראל.

מילך טראק » זונטאג יוני 4, 2023 9:32 pm

· #527153
ווען קומט שוין א טיילונג פון די אלע משיגועים

צומישט און צוחישט » זונטאג יוני 4, 2023 9:49 pm

· #527158
פונדאַמענטאַל
דאן האט איהר אלע רעכטן צו איינהאנדלען הויזענעס רחבים פאר אייער זוהן. פארוואס קאנטראלירן אנדערע? קאמוניסטן האבן אלס מלביש געווען זייערע פעולות אין וואוילע אויפטואונגען. די נידון דא איז נישט איבער הלכות שיעורי מכנסיים כשרים - די נידון דא איז איבער די אומגעזונטע פאקוס פון געוויסע עלעמענטן אויף ספעציפישע עניינים, און אויף די מיטלען זיי נעמען אונטער צו עררייכן זייער ציל דורך קאנטראל.
ווען נחום רז"ב טענה'ט אז מ'זאל נישט נעמען קינדער אין מקוה ווייל ס'סכנה וכדומה שמעקט עס פון קאמוניזם?
די פאקט איז אז די זאכן רייצן אויף די קראנקע מענטשן און ס'דא ליידער אסאך דערפון.. מ'איז ביזי שרייען לאנגע יארן אז אונזער קאמיוניטי איז שטארק געשלאגן מיט די פראבלעם, און וויפיל קרבנות אונז האבן שוין מקריב געווען אויף דעם מזבח, יעצט קומען מענטשן ווארענען אז אנטוהן די קינדער אויף א געוויסע סטייל איז א פירצה קורא לגנב, פארוואס הייסט דעיס "אומגעזונטע פאקוס אויף ספעציפישע ענינים"?? ס'איז אווערנעס וועגן פעדיפילים א שטייגער ווי יענקי הורוויץ און נחום רז"ב וכל המסתעף להם.. כנלע"ד.

בעל אחריות » זונטאג יוני 4, 2023 10:24 pm

· #527163
צומישט און צוחישט
למעשה אויב דער מנהל זאגט אז ווען די הויזן וועט זיין ברייטער וועט ער נישט ווערן עקסיידעט, וואלט מען דאך געמעגט אזויפיל טוהן פאר שמירת הילדים, צווישן מיר און דיר האלט דער מנהל נישט ביים גיין אויף העלפ, און ער איז מודה אז די שמאלע הויזן טריגערט זיין כח התאווה, נו טא פארוואס זאל מען זיך ארומשפילן מיט די שמירה פון אונזערע ליכטיגע צאן קדשים? וואס איז אייך ענדערש דיין יונגל זאל זיין קיוט און סטייליש אדער ער זאל אויפוואקסן געזונט?

אגב איז די פראבלעם נישט נאר מנהלים, אני הקטן האב שוין מיטגעהאלטן וואו ס'קומט אריין אין ביהמ"ד א יונגעלע א יופי וקווצותיו סדורות לו תלתלים וכו' און די עלעמענטן הייבן אהן לאקערן במישרין ובעקיפין, און אסאך מאל זעטיגן זיי זייער הנאה בלויז מיט הסתכלות, וואס איז לכאו' אויך נישט די געזונטסטע פאר'ן קינד...
ביי מיר איז פארקערט, שמאלע הויזן הרג'ט עס אוועק, און איך גלייב ביי די מנהל איז אויך אזוי, פארוואס זאל ער הייסן גיין מיט עפעס וואס הרג'ט אפ די תאוה?... אדרבה....

מילך טראק » זונטאג יוני 4, 2023 10:49 pm

· #527169
אין מיין חדר אויב איז מען געקומען מיט אייזערנע גלעזער האט עס די מנהל אוועקכאפט, איך בין נייגעריג אויב א יונגלע קומט מיט שמאלע הויזן גייט עס די מנהל אראפנעמען?

פונדאַמענטאַל » מאנטאג יוני 5, 2023 1:02 am

· #527185
צומישט און צוחישט
ווען נחום רז"ב טענה'ט אז מ'זאל נישט נעמען קינדער אין מקוה ווייל ס'סכנה וכדומה שמעקט עס פון קאמוניזם?
די פאקט איז אז די זאכן רייצן אויף די קראנקע מענטשן און ס'דא ליידער אסאך דערפון.. מ'איז ביזי שרייען לאנגע יארן אז אונזער קאמיוניטי איז שטארק געשלאגן מיט די פראבלעם, און וויפיל קרבנות אונז האבן שוין מקריב געווען אויף דעם מזבח, יעצט קומען מענטשן ווארענען אז אנטוהן די קינדער אויף א געוויסע סטייל איז א פירצה קורא לגנב, פארוואס הייסט דעיס "אומגעזונטע פאקוס אויף ספעציפישע ענינים"?? ס'איז אווערנעס וועגן פעדיפילים א שטייגער ווי יענקי הורוויץ און נחום רז"ב וכל המסתעף להם.. כנלע"ד.
קראנקע מענטשען ברויכן באקומען די נויטיגע הילף, עס איז נישט די דאגה פון די געזונטע זיך צו ספראווענען מיט זייערע קראנקהייטן.
"מ'איז ביזי שרייען לאנגע יארן אז אונזער קאמיוניטי איז שטארק געשלאגן מיט די פראבלעם וכו'" און דו באשולדיגסט... די שמאלע הויזן? ווייל ביי אונז גייט מען שמעלערע הויזן ווי די אלגעמיינע וועלט?...
''אווערנעס וועגן פעדיפילים" דהיינו - איינגעבן צו זייערע קראנקהייטן, און אריינלייגן אינעם גאנצען ציבור זייער פעדאפילישער מיינדסעט?...
די סיבה פארוואס אונז זענען שטארק געשלאגן און די פראבלעם איז צוליב די דאזיגע אומגעזונטע פאקוס אויף די ענינים - צווישן אנדערע סיבות. די אבסעסיע אויף די ענינים איז א תוצאה פון אומגעזונטע מענטשן וועלכע זענען משפיע זייער אומגעזונטהייט אויף זייערע תמימות'דיגע אונטערטאנען.

צומישט און צוחישט » מאנטאג יוני 5, 2023 1:27 am

· #527193
כ'גיי טרייען מסביר'ן נאך איינמאל,
איך זאג נישט אז זאלסט נישט אנטוהן דיין קינד אזוי ווייל איך זארג מיך פאר'ן קראנקן ער זאל זיך נישט פייניגן מיט זיינע משוגענע תאווות, איך זארג מיך פאר דיין קינד, ווייל דעי קראנקע זענען דא. ביטערע פאקט. און די הויזן קען אים צולאזן און ס'לייגט דיין קינד אין א סכנה,
קיינער גיבט זיך נישט איין צו זייערע קראנקהייטן, די קראנקע האבן ליידער די אבסעסיע וואס לייגט אונזערע קינדער אין א סכנה,

ווען איך וועל דיר זאגן זאלסט נישט לאזן דיין קינד גיין שבת נאכמיטאג אין ביהמ"ד ווייל ס'דרייען זיך דארט אומגעוואונטשענע עלעמענטן, וועסטו פרעגן הלמאי מ'געבט זיך איין פאר די קראנקע, ס'הייסט מיין קינד טאר נישט גיין אין שוהל ווייל יענער איז קראנק?! ס'איז יענעם'ס פראבלעם.. אהובי ידידי, ס'טאקע יענעם'ס פראבלעם, אבער כל זמן ער איז אויף די פריי שטעלט ער אונזערע קינדער אין א געפאר, און אויב ווייסטו אז זיך צוריקהאלטן פון באקליידן דיין קינד א געוויסע סטייל וועט רעדוצירן די סכנה פארוואס עס נישט טוהן..

פונדאַמענטאַל » מאנטאג יוני 5, 2023 1:38 am

· #527195
@צומישט און צוחישט, אוודאי מעג א מענטש זיין aware פון די זאכן, און דאס נעמען אין באטראכט ביים קליידן זיינע קינדער. אבער דאס דארף זיין באופן ממוצע, אהן קיין איבערגעטריבענע פאקוס. מען רעדט נישט דא פון די choices of clothing וואס מענטשען מאכן פריוואט פאר זיך, מען רעדט דא פון א פאבליק קאמפיין און פון א גאנצע הכשר סיסטעם וואס וועט קאנטראלירן וויפיל די הויזן מעג זיין צוגעפאסט צום קינד'ס לייב... און אזוי ווי איך האב שוין ארויסגעברענגט, עס איז דא א חילוק פון awareness און obsession.

גאלדמאן » מאנטאג יוני 5, 2023 10:28 am

· #527218
דערהויבענע איד
קהל'ס נער
נעקסט עפענט זיך א “וועד משמרת הברית” וואס וועט שטיין על המשמר און בודק זיין אלע קינדער צו זייער מילה איז טאקע כשר………
דאס דארף מען טאקע טון ווי אומשנעלסטן.

כ'מיין, מ'עט צוריקוקן אין 20 יאר ארום פון יעצט, ווי אזוי האט מען אריינגענומען א תלמיד אן וויסן וואס ווי ווען? נאכדערצו פון די יסודות הדת, ווי אזוי קען מען רעדן שפעטער פון שמירת הברית אויב קיינער וויסט נישט וואס טוט זיך מיט די ברית אליינס? יעדע שמויגער קען מל'ן א קינד, און שפעטער לית דין ולית דיין?
אין די קר"י מקווה'ס לויפט איינער ארום זיכער מאכען אז אלעס איז כשר.

צוזאמגעדרייט » מאנטאג יוני 5, 2023 11:37 am

· #527227
Re: נעקסט: השגחה אויף אינגלעך קלאדינג
נאר איינער?

קהל'ס נער » מאנטאג יוני 5, 2023 6:27 pm

· #527251
[ציטאט אראפגענומען]
אוי גייען די פעדאפילים מאכן א לעבן, מען גייט מעסטן און בודק זיין די הויזענעס צו ס׳געניג ברייט…… אוי גאט, וויפיל קינדער מען גייט מקריב זיין אויפן כשר׳ע הויזן במה אין דיין נאמען………

מילך טראק » דינסטאג יוני 6, 2023 11:28 am

· #527342
מיין מנהל פלעגט אלעמאל זאגן ווי עקלדיג די געפוצטע קינדער זענען און ווי שיין די פרומע זענען, זעהט אויס אז ער גייט פאר די פרומע אויב אזוי זענען זיי און א סכנה

בת קול » דינסטאג יוני 6, 2023 12:24 pm

· #527359
צומישט און צוחישט
כ'גיי טרייען מסביר'ן נאך איינמאל,
איך זאג נישט אז זאלסט נישט אנטוהן דיין קינד אזוי ווייל איך זארג מיך פאר'ן קראנקן ער זאל זיך נישט פייניגן מיט זיינע משוגענע תאווות, איך זארג מיך פאר דיין קינד, ווייל דעי קראנקע זענען דא. ביטערע פאקט. און די הויזן קען אים צולאזן און ס'לייגט דיין קינד אין א סכנה,
קיינער גיבט זיך נישט איין צו זייערע קראנקהייטן, די קראנקע האבן ליידער די אבסעסיע וואס לייגט אונזערע קינדער אין א סכנה,

ווען איך וועל דיר זאגן זאלסט נישט לאזן דיין קינד גיין שבת נאכמיטאג אין ביהמ"ד ווייל ס'דרייען זיך דארט אומגעוואונטשענע עלעמענטן, וועסטו פרעגן הלמאי מ'געבט זיך איין פאר די קראנקע, ס'הייסט מיין קינד טאר נישט גיין אין שוהל ווייל יענער איז קראנק?! ס'איז יענעם'ס פראבלעם.. אהובי ידידי, ס'טאקע יענעם'ס פראבלעם, אבער כל זמן ער איז אויף די פריי שטעלט ער אונזערע קינדער אין א געפאר, און אויב ווייסטו אז זיך צוריקהאלטן פון באקליידן דיין קינד א געוויסע סטייל וועט רעדוצירן די סכנה פארוואס עס נישט טוהן..
א פעדאפייל גייט קנאפ אן וועלכע הויזן דאס קינד האט אן.
נישט דאס מאכט א קינד א קרבן פון א פעדאפייל.

זיי צילן פשוט אויף קינדער וואס זענען גרינג צו פארכאפן און האבן מורא צו דערציילן.

הקטן » מיטוואך יוני 7, 2023 8:00 am

· #527523
בת קול

דו הארגסט דא די זאך, נישט שיין
די גאנצע פרעמיס דא די לעצטע תגיבות איז דאס מנהלים ווערן יא שטארק געטריגערט, איין וועג אדער די אנדערע, געוואנדען לויט די הויזן (אפשר נאר מנהלים)
לויט וואו איך פארשטיי איז מען געוואר געווארן דאס זיי ווילען נישט זיין געטריגעט ע"כ מאכן זיי א תקנה
דאס איז דלא פין די וואס האלט אז זיי מאכן דאס פאר געלט

למען האמת, זיכער זיכן זיי א געוויסע פראפייל אבער וואס מאכט דיך מיינען אז looks איז נישט א חלק פין די פראפייל

קורץ שארף צום פוינט! » מיטוואך יוני 21, 2023 1:03 am

· #529199
רמ"א אהע"ז סימן כ"ג סעיף ו'

כלבאשבוע » דינסטאג יולי 18, 2023 1:18 pm

· #531713
״עטרה ליושנה״ איז געווארן איבערגעגעבן ע״י עובד ולוחם ד׳ הידוע המלומד בניסיונות
📎 IMG_7475.JPG

חדשים » דינסטאג יולי 18, 2023 10:59 pm

· #531754
שיעור שכחה י”ב חודש מיום ליום.