Re: פאלעסטינע vs ישראל
פארשטייסט נישט?
נישט קיין פראבלעם, לאמיר מאכען א שטיקעל חזרה און זען צו זאכען ווערן קלארער.
די אשכול האט זיך אנגעהויבען ווען קאך-לעפל האט פרובירט צו מסביר זיין די "פאלעסטינער פערספעקטיוו" וויא אזוי זיי זען די גאנצע קאנפליקט:
(איך גיי פארא-פרעיזען)
אריבער צו די אנטיסעמיטיזים אישו.
האסטו געזאגט אז:
---------------------------------------
נאכדעים ביסטו אריין אין א שמועס אויב טעראר איז בארעכטיגט אויף א oppressor.
מיין ענפער:
האב איך גענפערט אז:
אראפאט האט דעמאלטס געהאלטען אז ער קען פייטען די גאנצע מדינה וואס די איירופער קאלאניסטען האבען אוועקגענומען, (אין זיין קאפ, אזוי ווי סאיז געווען אין כמעט די גאנצע וועלט ווי מהאט דעמאלטס אראפגעווארפען די קאלאניסטישע יאך) סקומט דא אריין צו אונז זענען בארעכטיגט צו די לאנד?? איך מיין אז נישט! "אזוי האט ער געהאלטען דעמאלטס"
שפעטער ווען ער (מיט די איזראעלי לינקע) האבען אנגעזען אז די אנדערע זייט "איז העיר טו סטעי" איז געווארען א האפונונג פון שלום האט ער זיך נארמעלעזירט.
כאמאס און בן-גביר האבן דאס נאכנישט ארקענט "און וועגען דעים זענען מיר נאך אין מלחמה.
יעצט, אוודא איז דא א חילוק, דא איז כאמאס (עקסטרעמיסטען) אין פאוער, אין דא זענען די מעינסטרים אין פאוער.
אבער אויף דעים קען מען שוין בלעימען די אמעריקאנע געשטיצטע PA וואס איז קאראפטירט, און די איזראעלי אנגייענדיגע עפארט צי שטארק מאכן חאמאס VS די PA אין עזה,
אזוי ווי ביבי האט זיך בארימט כמה פעמים במשך די יארן. און האט אויסגעקוקט וווי א מעכטיגע סטראטעגיע צי האלטען די פאוערס אין טשעק!
האט אויסגעקוקט ביז אקטאבער 6....
-------------------------------------
יעצט, אויף די סינגעפאר טענה איז מיין ענפער אז סאיז נישט קיין sound טענה ווייל:
its the middle east, my friend!!
דו ביסט באקאנט מיט די מענטאלעטי דארט vs אזיע??
די וואס האבן אויל לעבן אין רייכטום און די וואס נישט, אין הונגער!
עזה, האט קיינמאל נישט געהאט די פאטענטציעל פון סינגאפור (אזיע) ישראל (איירופה)
עפעס איז נישט קלאר?
אשמח לענות על כל אי בהירות נוסף!
נישט קיין פראבלעם, לאמיר מאכען א שטיקעל חזרה און זען צו זאכען ווערן קלארער.
די אשכול האט זיך אנגעהויבען ווען קאך-לעפל האט פרובירט צו מסביר זיין די "פאלעסטינער פערספעקטיוו" וויא אזוי זיי זען די גאנצע קאנפליקט:
(איך גיי פארא-פרעיזען)
קאך_לעפל #ביסטו געגאנגען און אשטאטס ענפערען אויב די דאזיגע טענת האבן האפט, און גענפערט מיט א שטרוי מאן טענה:בס''ד
דאס מיטל-מזרח איז פון שטענדיג אן געוועזן גאר א קאמפליצירט און א שלאכט-פארוויקלטער ראיאן. נאך זינט די צייטן פון אשור און בבל, פרס און מדי, פון די רוימישע, גריכישע, ביזאנטישע, אטאמאנישע אימפעריע, האט מען זיך דארטן געשלאגן און גע'הרג'עט און זיך געריסן די בערד איינער ביים צווייטן ביז בלוט. איבריג צו זאגן אז ס'איז אלעמאל געווען א גוטע אורזאך פאר די בלוט פארגיסונג. אבער נאכן צווייטן וועלט'ס קריג ווען דער פרעמיער מיניסטער דוד יוסף גרין האט פראקלאמירט און דעקלערט מיט א שטארקייט א זעלבסטשטענדיגע אידישע לאנד אין ארץ ישראל, האט דאס צושטאנד אינעם מיטל-מזרח זיך דערקייקלט צו שרעקליכע סיטואציע, סיי פאר די ארטיגע אראבער און סיי פאר די אידן דארט, פון וואס ס'איז באשיינפערליך נישטא קיין גלייכע וועג ארויס, בלויז מיטן אנקום פונעם אויסלייזער.
---------------------
ערשט האט מדינת ישראל אזוי איינגעשטעלט א סיסטעם, אז די וועגן פאר די אראבער ארויס פון לאנד זענען פערמאנענטע. אן אראבער וואס ציעט זיך ארויס פון זיין הויז אפילו מיט די געוואלד און באזעצט זיך אין א צווייטע לאנד לאזט מען אים נישט מער צוריק אריין אין לאנד, זיי זיצן אפ אין פליטים לאגערן עד ביאת הגואל.
די אראבישע וועלט קוקט דאס אן ווי סיסטעמאטישע עטנישע רייניגונג (זענען זיי גערעכט?). דאס איז די אורזאך פארוואס די אונטערנאציאנאלע געמיינדע לייגט נישט קיין דרוק אויף מצרים און ירדן צו עפענען זייער מזרח און דרום גרעניצן, און אריינלאזן די בארפעסע שמאטע קעפ פון עזה אריין צו זייערע לענדער, טראץ דעם וואס זיי לעבן אונטער די געפארפולסטע אומשטענדן וואס א מענטש קען אפילו נישט באגרייפן. זיי ארגומענטירן אז מדינת ישראל וויל טאקע בלויז דאס, פטור ווערן פון וואס מער אראבער, אזוי אז דאס לאנד זאל פארבלייבן א אידישע און דעמאקראטישע מדינה, און זיי ווילן נישט האבן א טייל אין עטנישע רייניגונג. זאגט מדינת ישראל, איר ווילט אונז נישט העלפן מיט אונזער עטנישע רייניגונג מיסיע? בסדר, מיר וועלן דאס טוהן אליין. און וואס פאסירט טאקע? יעדע 10 מינוט לייגט זיך צוזאם א געביידע אין עזה... און ווערט ארויסגעשלפט פון אונטער די ברוכווארג א הויפן טויטע וואס שטייען גרייט פאר די בתולות וואס מ'האט זיי פארשפראכן... עטנישע רייניגונג בתפארתה.
דאס איז אויך די אורזאך פארוואס די ישראלים מאכן אזוי ענג דאס לעבן פאר די אראבער, סיי די וואס וואוינען אין מדינת סיי אין די מערב ברעג און אין עזה. די מדינה פארכט זיך פונעם טאג וואס די צאל פון די אראבער וועלן איבערשטייגן די אידישע פאפולאציע, און מ'וועט זיך דארפן פאקן די פעק און זיך אומקערן קיין שאראשפאטאק.
דער אלט-באזעצענע אראבער האלט דאס נישט אויס. דו האסט א פראבלעם צו וואוינען אין אייראפע צוליב אנטיסעמיטיזם, דו האסט א פראבלעם מיט היטלער? פיין! מיר האבן גרויס מיטלייד מיט אייך. אבער געוואלד, וואס ווילט איר פון אונז האבן? מיר ווילן האבן די זעלבע רעכטן ווי ענק, אזוי ווי ענק האבן פארשפראכן אין ענקער אייגענעם מגילת העצמאות. פארוואס נעמט איר צו מיין הויז, מיין אייגנטום, און מיין איילבירט בוים און אייזל? פארוואס באגרעניצט איר אונזער באוועגונגען? בלויז צוליב אייער גליסטעניש צו וואוינען אין א אידיש און אין דעמאקראטיש לאנד? נישט אומזיסט ווערן זיי פארוואנדעלט צו מארטירער, און הרג'נען און פארגעוואלדיגן אונזער ברודער און שוועסטער מיט גרעסטן מאס ברוטאליטעט.
מאטי #האב איך דיך גענפערט אויף דיין טענה:און פארוואס וויל איראן אונז הרג'נען? און חיזבאלא? און די חותים? און טערקיי? און פארוואס האט סאדאם חוסיין געוואלט? ישראל האט עפעס צוגענומען פון זיי? אה! זיי האלטן פשוט נישט אויס אז מ'האט אוועקגענומען פאלעסטינער רעכטן, זיי זענען ממש טשאמפיאנען אין מענטשן רעכטן, וועגן דעם נעמען זיי נישט אריין קיין איין איינציגער פליט פון עזה בשעת זיי שרייען אז ס'גייט דארטן פאר א זשענאסייד.
בר גיורא #איך האב פארשטאנען אז דיין ענפער אויף דעים איז געווען:סא, אמעריקע מעג מאכען נעטא אלייענסעס מיט לענדער 8000 מייל אוועק,
אבער איראן און די חותים מעגען זיך נישט אנעמען פאר זייערע ברודער??
וואס איז די היפאקראטיע דא?
מאטי #----------------
ס'איז נישט קיין alliance ס'איז א moral stance. זיי האבן גארנישט קיין פאליטיקעל געין דערפון. און דערפאר ברענג איך צו די היפאקרעסי, בין היתר, פון וואס זיי טוען צו אייגענע.
אריבער צו די אנטיסעמיטיזים אישו.
האסטו געזאגט אז:
מאטי #האב איך געפרעגט:
וואס קען מען טון אז אנטיסעמיטיזם איז נישט קיין ראציאנאלע ענטערפרייז?
בר גיורא #האסטו גענפערט:
פון ווי נעמסטו די הנחה אז אנטיסעמטיזים איז נישט ראצינאעל? אפשר איז עס פשוטע xenophobia??
(איך וויל באמת פארשטיין)
מאטי #נאכדעים איז געווען א שטיקעל היסטערי טעסט...
ווייל ס'כאפט ספאנטאן אנדערע פעלקער. נישטא קיין שום סיבה די איסלאמישע וועלט זאל פיינט האבן אידן. די תירוץ אקופאציע איז לעכערליך און מאכט נישט די מינדעסטע סענס אין די קאנטעקסט פון וואס טוט זיך אפ אין די איבריגע וועלט.
---------------------------------------
נאכדעים ביסטו אריין אין א שמועס אויב טעראר איז בארעכטיגט אויף א oppressor.
מאטי #דיין טענה: סאיז געווען נאך "dissplacements" אין היסטאריע וואס האט נישט געברענגט קיין טעראר!
אגב, דאס אז זיי האבן ארויסגעטראסקעט 2 מיליאן גריכן ווייסטו אויך? א נאכבע וואס האט נישט געברענגט קיין ראקעטס, זעלבסטמארד באמבעס, אויטא אטאקעס, וכו', דאס דארף דאך זיין א נאטורליכע ענטפער צו displacement איא?
מיין ענפער:
בר גיורא #דיין ענפער איז געווען 2 ראיות מיט אן הנחה:דו מישסט אויס אביסעל מאטי. ראקעטען איז "נישט" די נאטירליכע ענפער צו displacement. displacement איז שוין געווען אסאך מאל אין די היסטאריע.
טעראר איז "יא" די נאטירליכע ענפער פאר "אונטערדרוקונג!!
מאטי #האב איך גענפערט אז:
ווען האט זיך אנגעהויבן די "אונטערדריקונג" און ווען האט זיך אנגעהויבן די טעראר.
נישטא קיין שום סיבה אין דער וועלט פארוואס עזה האט נישט געקענט ווערן סינגאפור אום 2005. ס'קוקט דיר נישט אויס אביסל ווי נאר נאכן טעראריזירן זוכט מען זיך פרישע תירוצים כדי צו פארענטפערן ווי אזוי כלומרשט וואוילע מענטשן האבן אפגעטון אזא רוע?
קאלאניזאציע. אויב נישט דאן
גע'גנב'ט לאנד אויב נישט דאן
דיספלעיסמענט אויב נישט דאן
אקופאציע אויב נישט דאן
אפארטהייד אויב נישט דאן
בלאקעיד
בקיצור דו האסט נאך טעראר ווייל איך האב נאך עקסיוסעס
בר גיורא #(האט זיך שפונזה אנגערופען אלס א ראיה אז טעראר איז בארעכטיגט אנקעגען אקופירער:)די מחלוקה איז נישט בין טוב לרע!
איך זאג נישט זיי זענען די מלאכים.
"לדעתי" האט זיך די אונטערדריקונג אנגעהויבן אין די 1970's ווען די פאלעסטינער האבען אנגעהויבן פארלאנגען אן אייגענע לאנד נוסח PA (וואס מ'האט זיי עניוועי געגעבען צום סוף, ממש א שאד אויף די אלע בלוט!) און די איזריעליס זענען געווען שיכור פון נצחון זיי עס נאכצוגעבן (אפילו "מיט א רצועת ביטחון") און זענען געווען זיכער אז די פאלעסטינער וועלן סאם האן פארשוואונדן ווערן.
ברוך שפינוזה #האסטו געטענהט אז:די טעראר האט זיך אנגעפאנגען דורך אצ"ל און לח"י.
מאטי #(נאכדעים האסטו געברענגט די תרפ"ט ראיאטן אלס א ראיה אז זיי האבען אנגעהויבען האב איך גענפערט אז לדעתי איז אז געווען אנגעצויגנע געמיטער נאכוואס די אראבער האבן זיך געפילט בסכנה אין זייער אייגענע לאנד, און ווי סאיז געפאלן קרבנות פון "אלע זייטען" אידן-אראבער-ענגלענדער.)און אראפאט האט געגרינדעט זיין טעראר ארגאניזאציע אין 1964 ווייל ער האט געוואוסט ברוח קדשו אז מ'גייט אנהויבן אונטערדרוקן אין די 70'ס?
האב איך גענפערט אז:
בר גיורא #האבטו מסביר געווען אז:וואס פונקטליך איז דיין פוינט?? ווילסט דעבאטירן אראפאט'ס פערזענליכע שיטות במשך די יארן?
אראפאט האט "דעמאלטס" געהאט א חלום צו אויפשטעלן א לאנד פון די טייך ביז'ן ים. און ווי באקאנט האט ער נאכדעם אנערקענט מדינת ישראל און נאר געפייט צו באקומען אן אייגענע לאנד.
מאטי #אויף דעים האב איך גענפערט אז:
מיין פאינט איז אז דיין חשבון שטימט נישט, דיין טענה אז טעראר איז געווען א רעאקציע צו אונטערדריקונג וואס לויט דיר האט זיך אנגעהויבן אין די 70 יארן וואלט לויט דעם, טעראר אויך זיך אנגעהויבן אין די 70 יארן און נישט פריער.
בר גיורא #צו מסביר זיין אביסעל בעסער,מוירידיג פשוט, ווייל "זיי" האבן "דעמאלטס" געהאלטען אז די גאנצע לאנד באלאנגט בעצם פאר זיי.
"איך" האלט אבער אז די עוולה האט זיך נאר אנגעהויבען אין די זיביציגער יארן.
וואס שטימט נישט??
אראפאט האט דעמאלטס געהאלטען אז ער קען פייטען די גאנצע מדינה וואס די איירופער קאלאניסטען האבען אוועקגענומען, (אין זיין קאפ, אזוי ווי סאיז געווען אין כמעט די גאנצע וועלט ווי מהאט דעמאלטס אראפגעווארפען די קאלאניסטישע יאך) סקומט דא אריין צו אונז זענען בארעכטיגט צו די לאנד?? איך מיין אז נישט! "אזוי האט ער געהאלטען דעמאלטס"
שפעטער ווען ער (מיט די איזראעלי לינקע) האבען אנגעזען אז די אנדערע זייט "איז העיר טו סטעי" איז געווארען א האפונונג פון שלום האט ער זיך נארמעלעזירט.
כאמאס און בן-גביר האבן דאס נאכנישט ארקענט "און וועגען דעים זענען מיר נאך אין מלחמה.
יעצט, אוודא איז דא א חילוק, דא איז כאמאס (עקסטרעמיסטען) אין פאוער, אין דא זענען די מעינסטרים אין פאוער.
אבער אויף דעים קען מען שוין בלעימען די אמעריקאנע געשטיצטע PA וואס איז קאראפטירט, און די איזראעלי אנגייענדיגע עפארט צי שטארק מאכן חאמאס VS די PA אין עזה,
אזוי ווי ביבי האט זיך בארימט כמה פעמים במשך די יארן. און האט אויסגעקוקט וווי א מעכטיגע סטראטעגיע צי האלטען די פאוערס אין טשעק!
האט אויסגעקוקט ביז אקטאבער 6....
-------------------------------------
יעצט, אויף די סינגעפאר טענה איז מיין ענפער אז סאיז נישט קיין sound טענה ווייל:
its the middle east, my friend!!
דו ביסט באקאנט מיט די מענטאלעטי דארט vs אזיע??
די וואס האבן אויל לעבן אין רייכטום און די וואס נישט, אין הונגער!
עזה, האט קיינמאל נישט געהאט די פאטענטציעל פון סינגאפור (אזיע) ישראל (איירופה)
עפעס איז נישט קלאר?
אשמח לענות על כל אי בהירות נוסף!