☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פאלעסטינע vs ישראל

פאלעסטינע vs ישראל

78 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16746
בלאט: 1 2

קאך_לעפל » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 4:12 pm

· #541187
פאלעסטינע vs ישראל
בס''ד
דאס מיטל-מזרח איז פון שטענדיג אן געוועזן גאר א קאמפליצירט און א שלאכט-פארוויקלטער ראיאן. נאך זינט די צייטן פון אשור און בבל, פרס און מדי, פון די רוימישע, גריכישע, ביזאנטישע, אטאמאנישע אימפעריע, האט מען זיך דארטן געשלאגן און גע'הרג'עט און זיך געריסן די בערד איינער ביים צווייטן ביז בלוט. איבריג צו זאגן אז ס'איז אלעמאל געווען א גוטע אורזאך פאר די בלוט פארגיסונג. אבער נאכן צווייטן וועלט'ס קריג ווען דער פרעמיער מיניסטער דוד יוסף גרין האט פראקלאמירט און דעקלערט מיט א שטארקייט א זעלבסטשטענדיגע אידישע לאנד אין ארץ ישראל, האט דאס צושטאנד אינעם מיטל-מזרח זיך דערקייקלט צו שרעקליכע סיטואציע, סיי פאר די ארטיגע אראבער און סיי פאר די אידן דארט, פון וואס ס'איז באשיינפערליך נישטא קיין גלייכע וועג ארויס, בלויז מיטן אנקום פונעם אויסלייזער.

אין דעם דיזנגוף הויז אויף די ראטשילד גאס וואס געפונט זיך אין הארץ פון תל אביב, זענען זיך אצינד פארזאמלט הונדערטער לייט. די גרעסטע ציוניסטישע שישקעס פון איבער די גאנצע וועלט זענען אנוועזנד. די הערצער קלאפן האסטיג און דאס אנגסט און שפאנונג שפירט זיך אין די לופט. יעדער פרעגט דעם צווייטן מיט ווינדער און נייגער באנאזאם, גייען מיר דאס טאקע טאן? ווי אזוי גייט די אונטערנאציאנאלע וועלט רעאגירן אויב מיר וועלן דורכגיין מיט'ן פלאן? האבן זיי זיך געוואונדערט צווישן זיך... בלויז אכט שטונדן פריער איז דאס שטאלצער פאן פון איר מייעסטעט אראפגענידערט געווארן פון אלע מאסטן איבערן לאנד. דאס לעצטע מיליטערישער פאנצער טרעקל פארלאזט שוין די ברעגעס פון חיפה פאר גוט... דאס מאנדאט פון די ענגלישע רעגירונג איבער ארץ ישראל איז ענדליך אויפגעלעזט געווארן נאך איין און צוואנציג יאר!

מיטאמאל שפארלט זיך אויף די טיר, און דער אלטער פון שדה בוקר שפאנט אריין אין זאל מיט פעסטע טריט. ער שפאנט האסטיג צום פּלאַטפאָרמע מיט זיינע צושטרויבעלטע ווייסע אויפגעשטעלע שטרויענע האר אויפן אויסגעקראכענעם קאפ. ער ציעט ספאנטאן ארויס אן איינגעקנייטשט פאפירל פון זיין בוזעם קעשענע, און הייבט דאס אן פארצוליינען פאר די אנוועזנדע. דאס פאפירל ווערט גערופן בלשונם "מגילת העצמאות" - דעקלעראציע פון זעלבסטשטענדיגקייט. אין דעם דאקומענט האבן די ציוניסטישע טאטעס אראפגעשטעלט זייער ווייטגרייגכנדע וויזיע פארן נייעם אידישן היים לאנד:

מדינת ישראל תהא מושתתת על יסודות החירות, הצדק והשלום לאור חזונם של נביאי ישראל - אויף מאמע שפראך: מדינת ישראל וועט זיין געגרינדעט אויף די יסודות פון פרייהייט, יושר און שלום אין ליכט פון דער זעאונג פון נביאי ישראל.
מדינת ישראל תקיים שוויון זכויות חברתי ומדיני גמור לכל אזרחיה בלי הבדל דת, גזע ומין – אויף מאמע שפראך: מדינת ישראל וועט אנהאלטן פולע סאציאלע און פאליטישע רעכטן גלייכקייט פאר אלע אירע בירגער אן אונטערשייד פון רעליגיע, ראסע אדער דזשענדער...

האלט זיך מדינת ישראל טאקע צו די דאזיגע נאבעלע פרינציפן? זיכער אז נישט! נעמליך, אז דאס לאנד זאל זיך פירן דעמאקראטיש און אין די זעלבע צייט אויך זיין א אידיש לאנד אין די סאמע זעלבע לאנד וואו עס וואוינען מיליאנען אראבישע בירגער, איז אויף קיין פאל נישט מעגליך. ווארום די אראבער מאכן קינדער ווי די פיש און זיי ווידמען זיך ווי די לייז. איינמאל זיי האבן דאס מערהייט אין לאנד און זיי גייען צו די וואלן, נעמען זיי איבער דאס לאנד מיט די רעגירונג מיט שטורעם ווי ס'ארבייט אין א ריכטיגע דעמאקראטיע, וכן לא יעשה. ווארום ס'איז דאן אויס מיטן אידישן לאנד און הערצל'ס אידנשטאט חלומות וועלן געהערן צו די פארגאנגנהייט. די מאגערע אידישע אימיגראציע קיין מדינת ישראל קומט ווייט נישט נאך דאס געבורט ראטע פון די אראבער וועלכע געבוירן ששה בכרס אחד.

כדי דאס צו פארמיידן פון פאסירן, האט מדינת ישראל אונטערגענומען עטליכע מאסנאמען.

ערשט האט מדינת ישראל אזוי איינגעשטעלט א סיסטעם, אז די וועגן פאר די אראבער ארויס פון לאנד זענען פערמאנענטע. אן אראבער וואס ציעט זיך ארויס פון זיין הויז אפילו מיט די געוואלד און באזעצט זיך אין א צווייטע לאנד לאזט מען אים נישט מער צוריק אריין אין לאנד, זיי זיצן אפ אין פליטים לאגערן עד ביאת הגואל.

די אראבישע וועלט קוקט דאס אן ווי סיסטעמאטישע עטנישע רייניגונג (זענען זיי גערעכט?). דאס איז די אורזאך פארוואס די אונטערנאציאנאלע געמיינדע לייגט נישט קיין דרוק אויף מצרים און ירדן צו עפענען זייער מזרח און דרום גרעניצן, און אריינלאזן די בארפעסע שמאטע קעפ פון עזה אריין צו זייערע לענדער, טראץ דעם וואס זיי לעבן אונטער די געפארפולסטע אומשטענדן וואס א מענטש קען אפילו נישט באגרייפן. זיי ארגומענטירן אז מדינת ישראל וויל טאקע בלויז דאס, פטור ווערן פון וואס מער אראבער, אזוי אז דאס לאנד זאל פארבלייבן א אידישע און דעמאקראטישע מדינה, און זיי ווילן נישט האבן א טייל אין עטנישע רייניגונג. זאגט מדינת ישראל, איר ווילט אונז נישט העלפן מיט אונזער עטנישע רייניגונג מיסיע? בסדר, מיר וועלן דאס טוהן אליין. און וואס פאסירט טאקע? יעדע 10 מינוט לייגט זיך צוזאם א געביידע אין עזה... און ווערט ארויסגעשלפט פון אונטער די ברוכווארג א הויפן טויטע וואס שטייען גרייט פאר די בתולות וואס מ'האט זיי פארשפראכן... עטנישע רייניגונג בתפארתה.

דאס איז אויך די אורזאך פארוואס די ישראלים מאכן אזוי ענג דאס לעבן פאר די אראבער, סיי די וואס וואוינען אין מדינת סיי אין די מערב ברעג און אין עזה. די מדינה פארכט זיך פונעם טאג וואס די צאל פון די אראבער וועלן איבערשטייגן די אידישע פאפולאציע, און מ'וועט זיך דארפן פאקן די פעק און זיך אומקערן קיין שאראשפאטאק.

דער אלט-באזעצענע אראבער האלט דאס נישט אויס. דו האסט א פראבלעם צו וואוינען אין אייראפע צוליב אנטיסעמיטיזם, דו האסט א פראבלעם מיט היטלער? פיין! מיר האבן גרויס מיטלייד מיט אייך. אבער געוואלד, וואס ווילט איר פון אונז האבן? מיר ווילן האבן די זעלבע רעכטן ווי ענק, אזוי ווי ענק האבן פארשפראכן אין ענקער אייגענעם מגילת העצמאות. פארוואס נעמט איר צו מיין הויז, מיין אייגנטום, און מיין איילבירט בוים און אייזל? פארוואס באגרעניצט איר אונזער באוועגונגען? בלויז צוליב אייער גליסטעניש צו וואוינען אין א אידיש און אין דעמאקראטיש לאנד? נישט אומזיסט ווערן זיי פארוואנדעלט צו מארטירער, און הרג'נען און פארגעוואלדיגן אונזער ברודער און שוועסטער מיט גרעסטן מאס ברוטאליטעט.

דער מדרש פארציילט, שכם האט געוואלט הייראטן דינה, די טאכטער פון יעקב. האבן אירע ברודער אים געזאגט, זיכער! קיין שום פראבלעם. אבער ערשט מוזן זיך אלע איינוואוינער פון שכם מל'ען! דער יונגער שכם איז געווען אין טיפע ליבע מיט דינה, און א געזעץ איז דורכגעפירט געווארן אין די שטאטראט פון שכם, וואס האט געלויטעט אז יעדער זכר דארף דורכגיין דעם מוהל מעסער. איז געווען אן אלטער אראבער וואס האט געארבייט אויפן פעלד ביטער און שווער, און האט נישט מיטגעהאלטן די אנטוויקלונגען אין שטאט. ביינאכט שלעפט זיך דער אראבער צוריק אריין אין שטאט. רייטנדיג אויף זיין אייזל, ווערט אים מיט אמאל שווארץ פאר די אויגן, וואס איז? די מלאכי חבלה זענען אונטער אים! ער קוקט אויפן אייזל ספּידאַמאַטער און ער איז אינגאנצן נישט געפארן שנעל, פארוואס שטעלן זיי מיך אפ? דער פאליסמאן קומט צו גיין צו אים און ער זאגט אים מיט א שטרענגע אפיציעלע שטימע: מוחמד, לאז אראפ דיינע הויזן! זיי נעמען ארויס זייער מוהל מעסערליך פון די קעשענע און גרייטן צו טאן מיט אים די מעשה. דער ארימער אראבער קוקט זיי אזוי אן מיט ברייט צועפענטע אויגן. זענט עטץ אינגאנצן משוגע געווארן? וואס טוהט איר דא? פרעגן אים די פאליציי, זאג, דו האסט גארנישט געהערט? שכם וויל הייראטן דינה די טאכטער פון יעקב! דער אנגעצויגענער אראבער ווערט נאר מער צומישט און בייז... שכם וויל הייראטן דארף מען מיר אראפשניידן א שטיקל? ער וויל זיך פלעגן דעם קערפער און פון מיר זאל גיין בלוט... די ציונים ווילן א אידיש לאנד און ס'זאל נאך זיין דעמאקראטיש אויך, א ברייטע גלוסטעניש - און פונעם אראבער זאל גיין בלוט...

וואס טוהט זיך מיט א צוויי שטאטן לעזונג? דאס איז אויך נישט קיין פלאן וואס זעט זיך אויפן נאנטן האריזאנט! מ'קען נישט וואוינען זייט ביי זייט צוויי פעלקער וואס ווילן זיך איינשלינגען איינעם דעם צווייטן, און דערנאך קומען זיי אונז באזוכן מיטהאלטן די הקפות שמחת תורה, און האבן חתונה מיט אונזער מיידלעך אפילו זיי ווילן נישט, און באקן אונזערע קינדער אין אויוונעס ווי ערב פסח מצות, און דאן נעמען זיי אונז וואקאציע קיין עזה צום ים אויף אן אומבאשטימטע צייט....

אלזא וואס איז די לעזונג? אפשר איז דער רבי פארט געווען גערעכט? ווער ווייסט דען...

מאטי » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 4:49 pm

· #541193
Re: פאלעסטינע vs ישראל
און פארוואס וויל איראן אונז הרג'נען? און חיזבאלא? און די חותים? און טערקיי? און פארוואס האט סאדאם חוסיין געוואלט? ישראל האט עפעס צוגענומען פון זיי? אה! זיי האלטן פשוט נישט אויס אז מ'האט אוועקגענומען פאלעסטינער רעכטן, זיי זענען ממש טשאמפיאנען אין מענטשן רעכטן, וועגן דעם נעמען זיי נישט אריין קיין איין איינציגער פליט פון עזה בשעת זיי שרייען אז ס'גייט דארטן פאר א זשענאסייד, ווייל זיי קעירען אזוי שטארק פאר די פאלעסטינער. איר כאפט? איא?

קאך_לעפל » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 4:53 pm

· #541194
Re: פאלעסטינע vs ישראל
מיר האבן זיך באצויגן צו די פאלעסטינער. אויב ווילט איר מסביר זיין פארוואס מיסטער סאדאם כאסעין אדער דער איטיילא פון איראן ימ''ש ווילן הרגענען אידן, כאפט א פענע און זעצט אייך צום שרייב שטיבל.

בכבוד
קל.

בר גיורא » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 4:57 pm

· #541196
Re: פאלעסטינע vs ישראל
מאטי #
און פארוואס וויל איראן אונז הרג'נען? און חיזבאלא? און די חותים? און טערקיי? און פארוואס האט סאדאם חוסיין געוואלט? ישראל האט עפעס צוגענומען פון זיי? אה! זיי האלטן פשוט נישט אויס אז מ'האט אוועקגענומען פאלעסטינער רעכטן, זיי זענען ממש טשאמפיאנען אין מענטשן רעכטן, וועגן דעם נעמען זיי נישט אריין קיין איין איינציגער פליט פון עזה בשעת זיי שרייען אז ס'גייט דארטן פאר א זשענאסייד, ווייל זיי קעירען אזוי שטארק פאר די פאלעסטינער. איר כאפט? איא?
סא, אמעריקע מעג מאכען נעטא אלייענסעס מיט לענדער 8000 מייל אוועק,
אבער איראן און די חותים מעגען זיך נישט אנעמען פאר זייערע ברודער??
וואס איז די היפאקראטיע דא?
(די זעלבע איז מיט קובא vs אוקריינע. די אמעריקאנע אראגאנץ איז אומבארשרייבלעך)

בר גיורא » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 5:00 pm

· #541197
Re: פאלעסטינע vs ישראל
קאך_לעפל #
מיר האבן זיך באצויגן צו די פאלעסטינער. אויב ווילט איר מסביר זיין פארוואס מיסטער סאדאם כאסעין אדער דער איטיילא פון איראן ימ''ש ווילן הרגענען אידן, כאפט א פענע און זעצט אייך צום שרייב שטיבל.

בכבוד
קל.
ענדליך איינעם מיט אן אביעקטיווע בליק.
סגייט דא נישט זיין קיין שלום ווילאנג די צוויי זייטען גייען נישט פעיסען פאקט אז די אנדערע עקזעסטירט!
די 5 מיליאן פאלעסטינער גייען "נישט" פארשוואונדען ווערן מארגען מיט אלע זייערע טענות, אפילו אויב בן-גביר און ר בצלאל ווילן זייער שטארק!

קאך_לעפל » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 5:02 pm

· #541198
Re: פאלעסטינע vs ישראל
די אמת איז: אז מערסטייל פון די אראבער, ווייסן שוין נישט היינט זייערע עכטער אורזאך צו די פינסטערע פיינטשאט צום פארהאסטן יהוד...

בר גיורא » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 5:04 pm

· #541199
Re: פאלעסטינע vs ישראל
מאטי #
און פארוואס וויל איראן אונז הרג'נען? און חיזבאלא? און די חותים? און טערקיי? און פארוואס האט סאדאם חוסיין געוואלט? ישראל האט עפעס צוגענומען פון זיי? אה! זיי האלטן פשוט נישט אויס אז מ'האט אוועקגענומען פאלעסטינער רעכטן, זיי זענען ממש טשאמפיאנען אין מענטשן רעכטן, וועגן דעם נעמען זיי נישט אריין קיין איין איינציגער פליט פון עזה בשעת זיי שרייען אז ס'גייט דארטן פאר א זשענאסייד, ווייל זיי קעירען אזוי שטארק פאר די פאלעסטינער. איר כאפט? איא?
טערקיי וויל נישט קיינעם הארגענען.
זיי טוען די מערסטע ביזנעס מיט ישראל, זיי זענען ישראל'ס מעקסיקא.
ערדואן, נאכן כמעט פארלירן די לעצטע עלעקשענס, וויל זיך געפעלן פאר די פרומע עולם.

בר גיורא » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 5:08 pm

· #541202
Re: פאלעסטינע vs ישראל
קאך_לעפל #
די אמת איז: אז מערסטייל פון די אראבער, ווייסן שוין נישט היינט זייערע עכטער אורזאך צו די פינסטערע פיינטשאט צום פארהאסטן יהוד...
פון וויפיל איך ווייס זענען די אראבער געווען די וואס האבן מער ווייניגער געגעבען "באשיצטע סטאטוס" אין די 1700 יאר וואס די קריסטען האבען אונז געהאלטען פאר די שטן.
די סימפעל פאלעסטינער וויל האבן א נארמעלע לעבן און אביסעל פרייהייט. און נישט האבען קיין איזראעלי סאלדאטען אין זיין בעקיארד יעדע נאכט.

מאטי » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 5:42 pm

· #541209
Re: פאלעסטינע vs ישראל
בר גיורא #
מאטי #
און פארוואס וויל איראן אונז הרג'נען? און חיזבאלא? און די חותים? און טערקיי? און פארוואס האט סאדאם חוסיין געוואלט? ישראל האט עפעס צוגענומען פון זיי? אה! זיי האלטן פשוט נישט אויס אז מ'האט אוועקגענומען פאלעסטינער רעכטן, זיי זענען ממש טשאמפיאנען אין מענטשן רעכטן, וועגן דעם נעמען זיי נישט אריין קיין איין איינציגער פליט פון עזה בשעת זיי שרייען אז ס'גייט דארטן פאר א זשענאסייד, ווייל זיי קעירען אזוי שטארק פאר די פאלעסטינער. איר כאפט? איא?
סא, אמעריקע מעג מאכען נעטא אלייענסעס מיט לענדער 8000 מייל אוועק,
אבער איראן און די חותים מעגען זיך נישט אנעמען פאר זייערע ברודער??
וואס איז די היפאקראטיע דא?
(די זעלבע איז מיט קובא vs אוקריינע. די אמעריקאנע אראגאנץ איז אומבארשרייבלעך)
ווען זיי וואלטן זיך ווען אנגענומען מילא, די חותים מערדערן זייערע אייגענע, זיי פארטיליגן די סאודיס, חיזבאלא/איראן הרג'ט לעבאנעזער רעכטס און לינקס אינקלודינג פאלעסטינער, חוסיין/איראק האט פארניכטעט מיליאנען שיאיטן. טערקיי הארגעט אומשולדיגע אין סיריע, ציווילע קורדן ביי זיך אין טערקייַ.

פלוצעם!!! מיטאמאל !! ווערן זיי אזוי עמאציאנאל ווייל די פאלעסטינער נעבעך נעבעך!!!! שנייד די קרעפלעך מיט אלייענסעס שמייענסעס.. זיי זענען בלויז דא ווען מ'קען בלעימען דעם איד. ממש קאנסיסטענטלי כדי מ'זאל ח"ו נישט קענען מאכן קיין טעות. קוק נאך! ווען פאלעסטינער שטארבן, אויב איז דער איד שולדיג זענען די חברה דא..

פאל נישט ביטע פאר די גרעסטע falsehood אין ריעל טיים זינט די היסטאריע אויף falsehoods

האסט געהערט לעצטענס די רעטאריק וואס קומט ארויס פון טערקיי? דו שלאפסט ביים רודער

מאטי » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 5:48 pm

· #541210
Re: פאלעסטינע vs ישראל
בר גיורא #
קאך_לעפל #
די אמת איז: אז מערסטייל פון די אראבער, ווייסן שוין נישט היינט זייערע עכטער אורזאך צו די פינסטערע פיינטשאט צום פארהאסטן יהוד...
פון וויפיל איך ווייס זענען די אראבער געווען די וואס האבן מער ווייניגער געגעבען "באשיצטע סטאטוס" אין די 1700 יאר וואס די קריסטען האבען אונז געהאלטען פאר די שטן.
די סימפעל פאלעסטינער וויל האבן א נארמעלע לעבן און אביסעל פרייהייט. און נישט האבען קיין איזראעלי סאלדאטען אין זיין בעקיארד יעדע נאכט.
פון וויפיל איך ווייס לעבן די קריסטן היינט זייט ביי זייט מיט אידן, דאס מיינט אז זיי זענען נישט געווען קיין אנטיסעמיטן?

דו ווייסט ווער ס'האט אויסגעטראפן דעם פארשעמנדע געלע לאטע?


הינט: נישט די קריסטן

וואס קען מען טון אז אנטיסעמיטיזם איז נישט קיין ראציאנאלע ענטערפרייז?

בר גיורא » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 5:54 pm

· #541211
Re: פאלעסטינע vs ישראל
מאטי #
ווען זיי וואלטן זיך ווען אנגענומען מילא, די חותים מערדערן זייערע אייגענע, זיי פארטיליגן די סאודיס, חיזבאלא/איראן הרג'ט לעבאנעזער רעכטס און לינקס אינקלודינג פאלעסטינער, חוסיין/איראק האט פארניכטעט מיליאנען שיאיטן. טערקיי הארגעט אומשולדיגע אין סיריע, ציווילע קורדן ביי זיך אין טערקייַ.

פלוצעם!!! מיטאמאל!! ווערן זיי אזוי עמאציאנאל ווייל די פאלעסטינער נעבעך נעבעך!!!! שנייד די קרעפלעך מיט אלייענסעס שמייענסעס.. זיי זענען בלויז דא ווען מ'קען בלעימען דעם איד. ממש קאנסיסטענטלי כדי מ'זאל ח"ו נישט קענען מאכן קיין טעות. קוק נאך! ווען פאלעסטינער שטארבן, אויב איז דער איד שולדיג זענען די חברה דא..

פאל נישט ביטע פאר די גרעסטע falls hood אין ריעל טיים זינט די היסטאריע אויף falls hoods

האסט געהערט לעצטענס די רעטאריק וואס קומט ארויס פון טערקיי? דו שלאפסט ביים רודער.
איך הער דיין טענה אז זיי הרגענען זייער אייגענע.
איך האב סך הכל בארעכטיגט די מושג אז איין לאנד מעג האבן אן אלייענס פונקט אזוי ווי אונז האבן מיט געוויסע לענדער.
לגבי טערקיי ווער איך נישט עקסיידעט, איך בין שוין דארט געווען אפאר מאל און איך קען די מענטאלעטי אביסל.
מיר קוקט עס אויס ווי פאליטישע טאלק.

בר גיורא » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 5:55 pm

· #541212
Re: פאלעסטינע vs ישראל
מאטי #
בר גיורא #
קאך_לעפל #
די אמת איז: אז מערסטייל פון די אראבער, ווייסן שוין נישט היינט זייערע עכטער אורזאך צו די פינסטערע פיינטשאט צום פארהאסטן יהוד...
פון וויפיל איך ווייס זענען די אראבער געווען די וואס האבן מער ווייניגער געגעבען "באשיצטע סטאטוס" אין די 1700 יאר וואס די קריסטען האבען אונז געהאלטען פאר די שטן.
די סימפעל פאלעסטינער וויל האבן א נארמעלע לעבן און אביסעל פרייהייט. און נישט האבען קיין איזראעלי סאלדאטען אין זיין בעקיארד יעדע נאכט.
פון וויפיל איך ווייס לעבן די קריסטן היינט זייט ביי זייט מיט אידן, דאס מיינט אז זיי זענען נישט געווען קיין אנטיסעמיטן?

דו ווייסט ווער ס'האט אויסגעטראפן דעם פארשעמנדע געלע לאטע?


הינט: נישט די קריסטן

וואס קען מען טון אז אנטיסעמיטיזם איז נישט קיין ראציאנאלע ענטערפרייז?
פון ווי נעמסטו די הנחה אז אנטיסעמטיזים איז נישט ראצינאעל? אפשר איז עס פשוטע xenophobia??
(איך וויל באמת פארשטיין)

אלע צוזאמען » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:02 pm

· #541213
Re: פאלעסטינע vs ישראל
בר גיורא #
די 5 מיליאן פאלעסטינער גייען "נישט" פארשוואונדען ווערן מארגען מיט אלע זייערע טענות, אפילו אויב בן-גביר און ר בצלאל ווילן זייער שטארק!
מדינת ישראל אויך נישט!
נישט קיין חילוק ווי שטארק מאנסור אבאס און יאחיא סינוואר ווילן.
און פאר די סיבה גייט קיין שלום דארט נישט זיין, ווייל די סימפל פאלעסטינער וויל -נישט נאר קיינע סאלדאטן אין זיין בעקיארד- נאר וויל נישט קיין איין ישראלי אין די לאנד.

מאטי » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:06 pm

· #541214
Re: פאלעסטינע vs ישראל
בר גיורא #
איך האב סך הכל בארעכטיגט די מושג אז איין לאנד מעג האבן אן אלייענס פונקט אזוי ווי אונז האבן מיט געוויסע לענדער.
לגבי טערקיי ווער איך נישט עקסיידעט, איך בין שוין דארט געווען אפאר מאל און איך קען די מענטאלעטי אביסעל.
מיר קוקט עס אויס ווי פאליטישע טאלק.

ס'איז נישט קיין alliance ס'איז א moral stance. זיי האבן גארנישט קיין פאליטיקעל געין דערפון. און דערפאר ברענג איך צו די היפאקרעסי, בין היתר, פון וואס זיי טוען צו אייגענע.

מאטי » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:11 pm

· #541215
Re: פאלעסטינע vs ישראל
בר גיורא #
פון ווי נעמסטו די הנחה אז אנטיסעמיטיזם איז נישט ראציאנאל? אפשר איז עס פשוטע xenophobia??
(איך וויל באמת פארשטיין)

ווייל ס'כאפט ספאנטאן אנדערע פעלקער. נישטא קיין שום סיבה די איסלאמישע וועלט זאל פיינט האבן אידן. די תירוץ אקופאציע איז לעכערליך און מאכט נישט די מינדעסטע סענס אין די קאנטעקסט פון וואס טוט זיך אפ אין די איבריגע וועלט.

הידעת, אז טערקיי אקופירט צפון קפריסין עז ווי ספיק אין קלארע פארלעצונג פון די יו-ען און אינטערנאציאנאלע געזעץ? האסט נישט געוואוסט... דאס איז מיין פאינט.

בר גיורא » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:12 pm

· #541216
Re: פאלעסטינע vs ישראל
אלע צוזאמען #
בר גיורא #
די 5 מיליאן פאלעסטינער גייען "נישט" פארשוואונדען ווערן מארגען מיט אלע זייערע טענות, אפילו אויב בן-גביר און ר בצלאל ווילן זייער שטארק!
מדינת ישראל אויך נישט!
נישט קיין חילוק ווי שטארק מאנסור אבאס און יאחיא סינוואר ווילן.
נכון!
(מנסור אבאס וויל דאס נישט)
און ביידע דארפען ארקענען אז די אנדערע איז העיר טו סטעי!

בר גיורא » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:15 pm

· #541218
Re: פאלעסטינע vs ישראל
מאטי #
ווייל ס'כאפט ספאנטאן אנדערע פעלקער. נישטא קיין שום סיבה די איסלאמישע וועלט זאל פיינט האבן אידן. די תירוץ אקופאציע מאכט נישט די מינדענסטע סענס אין די קאנטעקסט פון וואס טוט זיך אפ אין די איבריגע וועלט.

הידעת, אז טערקיי אקופירט צפון קפריסין עז ווי ספיק אין קלארע פארלעצונג פון די יו-ען און אינטערנאציאנאלע געזעץ? האסט נישט געוואוסט... דאס איז מיין פאינט.

איך ווייס וועמען טורקי אקופירט, איך ווייס וועמען זיי האבען געהרג'עט (ארמענער) איך ווייס וועמען זיי רודפ'ען (קורדען און Assyrians. האסט געוואוסט אס סאיז דא אזא פאלק דארט?? איך האב מיך באגעגענט מיט זיי און בין בקשר מיט אפאר חברה דארט. דארפסט א טעלעפון נאמבער?)
(איינער פון זיי האט גלייך געוואוסט אז כ'בין א חסיד - ער האט שוין געהאט געזען unorthodox...)

בר גיורא » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:18 pm

· #541219
Re: פאלעסטינע vs ישראל
מאטי #
ווייל ס'כאפט ספאנטאן אנדערע פעלקער. נישטא קיין שום סיבה די איסלאמישע וועלט זאל פיינט האבן אידן. די תירוץ אקופאציע איז לעכערליך און מאכט נישט די מינדעסטע סענס אין די קאנטעקסט פון וואס טוט זיך אפ אין די איבריגע וועלט.

סא לשיטתך, וואס איז "די עכטע סיבה" פאר אנטיסעמיטיזם??
העכערע זאך? וויירוס? עשיו שונא ליעקב? מסיני ירדה שנאה??

ברוך שפינוזה » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:21 pm

· #541220
Re: פאלעסטינע vs ישראל
מאטי
ווייל ס'כאפט ספאנטאן אנדערע פעלקער. נישטא קיין שום סיבה די איסלאמישע וועלט זאל פיינט האבן אידן.
ס'גראדע יא דא א היסטארישע סיבה דערפאר, גראדע פארוואס די תנ"ך האט אזוי פיינט עמלק זענען די היסטאריקער נישט זיכער, אבער פארוואס די קוראן האט פיינט אידן ווייסט מען יא.

מאטי » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:28 pm

· #541222
Re: פאלעסטינע vs ישראל
ברוך שפינוזה #
מאטי
ווייל ס'כאפט ספאנטאן אנדערע פעלקער. נישטא קיין שום סיבה די איסלאמישע וועלט זאל פיינט האבן אידן.
ס'גראדע יא דא א היסטארישע סיבה דערפאר, גראדע פארוואס די תנ"ך האט אזוי פיינט עמלק זענען די היסטאריקע נישט זיכער, אבער פארוואס די קוראן האט פיינט אידן ווייסט מען יא.
איך זאג בלויז אז זייער תירוץ האלט נישט אויס.

ברוך שפינוזה » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:29 pm

· #541223
Re: פאלעסטינע vs ישראל
פארוואס נישט?

מאטי » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:32 pm

· #541224
Re: פאלעסטינע vs ישראל
בר גיורא #
איך ווייס וועמען טורקי אקופירט, איך ווייס וועמען זיי האבען געהרג'עט (ארמענער) איך ווייס וועמען זיי רודפ'ען (קורדען און Assyrians. האסט געוואוסט אז ס'איז דא אזא פאלק דארט?? איך האב מיך באגעגענט מיט זיי און בין בקשר מיט אפאר חברה דארט. דארפסט א טעלעפון נאמבער?)
(איינער פון זיי האט גלייך געוואוסט אז כ'בין א חסיד - ער האט שוין געהאט געזען unorthodox...)

אז דו ווייסט יא, כל הכבוד! די פאינט איז געווען אז ס'איז אן אומבאקאנטער פאקט.

אגב, דאס אז זיי האבן ארויסגעטראסקעט 2 מיליאן גריכן ווייסטו אויך? א נאכבע וואס האט נישט געברענגט קיין ראקעטס, זעלבסטמארד באמבעס, אויטא אטאקעס, וכו', דאס דארף דאך זיין א נאטורליכע ענטפער צו displacement איא?

מאטי » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:36 pm

· #541225
Re: פאלעסטינע vs ישראל
ברוך שפינוזה #
פארוואס נישט?
ליין מיינע תגובות ביז אהער

בר גיורא » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:37 pm

· #541226
Re: פאלעסטינע vs ישראל
יא איך ווייס.
דו גייסט מיך יעצט פארהערן אויף היסטאריע?
דו מישסט אויס אביסעל מאטי. ראקעטען איז "נישט" די נאטירליכע ענפער צו displacement. displacement איז שוין געווען אסאך מאל אין די היסטאריע.
טעראר איז "יא" די נאטירליכע ענפער פאר "אונטערדרוקונג!!

ברוך שפינוזה » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:41 pm

· #541227
Re: פאלעסטינע vs ישראל
מאטי #
ברוך שפינוזה #
פארוואס נישט?
ליין מיינע תגובות ביז אהער
אבער זייער תורה זאגט דאך אז די אידן זענען דאס ארגסטע, כי יד על כס יה מלחמה להשם ביהודים, נשבע שאין שמו שלם ואין כסאו שלם עד שימחה זרעו של ישראל, ווי איז דען שייך א שטערקערע סיבה פון דעם?

בר גיורא » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:45 pm

· #541228
Re: פאלעסטינע vs ישראל
ברוך שפינוזה #
מאטי #
ברוך שפינוזה #
פארוואס נישט?
ליין מיינע תגובות ביז אהער
אבער זייער תורה זאגט דאך אז די אידן זענען דאס ארגסטע, כי יד על כס יה מלחמה להשם ביהודים, נשבע שאין שמו שלם ואין כסאו שלם עד שימחה זרעו של ישראל, ווי איז דען שייך א שטערקערע סיבה פון דעם?
דו רעפערירסט צי די קוראן?

ברוך שפינוזה » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:46 pm

· #541229
Re: פאלעסטינע vs ישראל
קוראן צו חדית, כ'געדענק שוין נישט פונקטליך.

בר גיורא » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:55 pm

· #541230
Re: פאלעסטינע vs ישראל
ברוך שפינוזה #
קוראן צו חדית, כ'געדענק שוין נישט פונקטליך.
כגדענק נישט די שפראך אין קוראן.
מסתמא פון חדית

מאטי » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:55 pm

· #541231
Re: פאלעסטינע vs ישראל
בר גיורא #
יא איך ווייס.
דו גייסט מיך יעצט פארהערן אויף היסטאריע?
דו מישסט אויס אביסעל מאטי. ראקעטען איז "נישט" די נאטירליכע ענפער צו displacement. displacement איז שוין געווען אסאך מאל אין די היסטאריע.
טעראר איז "יא" די נאטירליכע ענפער פאר "אונטערדרוקונג!!
ווען האט זיך אנגעהויבן די "אונטערדריקונג" און ווען האט זיך אנגעהויבן די טעראר.

אנטשולדיגט פארן נאכאמאל פארהערן היסטאריע.

נישטא קיין שום סיבה אין דער וועלט פארוואס עזה האט נישט געקענט ווערן סינגאפור אום 2005. ס'קוקט דיר נישט אויס אביסל ווי נאר נאכן טעראריזירן זוכט מען זיך פרישע תירוצים כדי צו פארענטפערן ווי אזוי כלומרשט וואוילע מענטשן האבן אפגעטון אזא רוע?

קאלאניזאציע. אויב נישט דאן

גע'גנב'ט לאנד אויב נישט דאן

דיספלעיסמענט אויב נישט דאן

אקופאציע אויב נישט דאן

אפארטהייד אויב נישט דאן

בלאקעיד

בקיצור דו האסט נאך טעראר ווייל איך האב נאך עקסיוסעס

ברוך שפינוזה » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:56 pm

· #541232
Re: פאלעסטינע vs ישראל
מאטי #

ווען האט זיך אנגעהויבן די "אונטערדריקונג" און ווען האט זיך אנגעהויבן די טעראר.

אנטשולדיגט פארן נאכאמאל פארהערן היסטאריע.
די טעראר האט זיך אנגעפאנגען דורך אצ"ל און לח"י.

בר גיורא » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 7:03 pm

· #541233
Re: פאלעסטינע vs ישראל
מאטי #
בר גיורא #
יא איך ווייס.
דו גייסט מיך יעצט פארהערן אויף היסטאריע?
דו מישסט אויס אביסעל מאטי. ראקעטען איז "נישט" די נאטירליכע ענפער צו displacement. displacement איז שוין געווען אסאך מאל אין די היסטאריע.
טעראר איז "יא" די נאטירליכע ענפער פאר "אונטערדרוקונג!!
ווען האט זיך אנגעהויבן די "אונטערדריקונג" און ווען האט זיך אנגעהויבן די טעראר.

אנטשולדיגט פארן נאכאמאל פארהערן היסטאריע.

נישטא קיין שום סיבה אין דער וועלט פארוואס עזה האט נישט געקענט ווערן סינגאפור אום 2005. ס'קוקט דיר נישט אויס אביסל ווי נאר נאכן טעראריזירן זוכט מען זיך פרישע תירוצים כדי צו פארענטפערן ווי אזוי כלומרשט וואוילע מענטשן האבן אפגעטון אזא רוע?

קאלאניזאציע. אויב נישט דאן

גע'גנב'ט לאנד. אויב נישט דאן

דיספלעיסמענט. אויב נישט דאן

אקופאציע. אויב נישט דאן

אפארטהייד. אויב נישט דאן

בלאקעיד

בקיצור דו האסט נאך טעראר, ווייל איך האב נאך עקסיוסעס,
די מחלוקה איז נישט בין טוב לרע!
איך זאג נישט זיי זענען די מלאכים.
"לדעתי" האט זיך די אונטערדריקונג אנגעהויבן אין די 1970's ווען די פאלעסטינער האבען אנגעהויבן פארלאנגען אן אייגענע לאנד נוסח PA (וואס מ'האט זיי עניוועי געגעבען צום סוף, ממש א שאד אויף די אלע בלוט!) און די איזריעליס זענען געווען שיכור פון נצחון זיי עס נאכצוגעבן (אפילו "מיט א רצועת ביטחון") און זענען געווען זיכער אז די פאלעסטינער וועלן סאם האן פארשוואונדן ווערן.

by now איז שוין די פייט צו קאמפליצירט for my pay grade צו סאלווען.

בר גיורא » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 7:04 pm

· #541234
Re: פאלעסטינע vs ישראל
ברוך שפינוזה #
מאטי #

ווען האט זיך אנגעהויבן די "אונטערדריקונג" און ווען האט זיך אנגעהויבן די טעראר.

אנטשולדיגט פארן נאכאמאל פארהערן היסטאריע.
די טעראר האט זיך אנגעפאנגען דורך אצ"ל און לח"י.
Oh ya

מאטי » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 7:07 pm

· #541235
Re: פאלעסטינע vs ישראל
ברוך שפינוזה #
מאטי #

ווען האט זיך אנגעהויבן די "אונטערדריקונג" און ווען האט זיך אנגעהויבן די טעראר.

אנטשולדיגט פארן נאכאמאל פארהערן היסטאריע.
די טעראר האט זיך אנגעפאנגען דורך אצ"ל און לח"י.

אהא. הייסט אין תרפ"ט ווען אראבער האבן אויסגע'שחט'ן איבער הונדערט מענער ווייבער און קינדער האבן זיי שוין געוואוסט אז לחי וואס איז געגרינדעט געווארן צען יאר שפעטער גייט טעראריזירן.

בר גיורא » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 7:13 pm

· #541237
Re: פאלעסטינע vs ישראל
דו ווייסט וואס האט צוגעברענגט צו די ראיאטן? דו ווייסט וויפיל אראבער זענען געהרג'עט געווארן דעמאלס??

בר גיורא » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 7:14 pm

· #541238
Re: פאלעסטינע vs ישראל
מאטי #
דער גרויסער היסטאריקער
lets keep it cool

מאטי » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 7:17 pm

· #541239
Re: פאלעסטינע vs ישראל
בר גיורא #
די מחלוקה איז נישט בין טוב לרע!
איך זאג נישט זיי זענען די מלאכים.
"לדעתי" האט זיך די אונטערדריקונג אנגעהויבן אין די 1970's ווען די פאלעסטינער האבען אנגעהויבן פארלאנגען אן אייגענע לאנד נוסח PA (וואס מ'האט זיי עניוועי געגעבען צום סוף, ממש א שאד אויף די אלע בלוט!) און די איזריעליס זענען געווען שיכור פון נצחון זיי עס נאכצוגעבן (אפילו "מיט א רצועת ביטחון") און זענען געווען זיכער אז די פאלעסטינער וועלן סאם האן פארשוואונדן ווערן.

by now איז שוין די פייט צו קאמפליצירט for my pay grade צו סאלווען.

און אראפאט האט געגרינדעט זיין טעראר ארגאניזאציע אין 1964 ווייל ער האט געוואוסט ברוח קדשו אז מ'גייט אנהויבן אונטערדרוקן אין די 70'ס?

מאטי » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 7:20 pm

· #541240
Re: פאלעסטינע vs ישראל
בר גיורא #
מאטי #
הייסט אין תרפ"ט ווען אראבער האבן אויסגע'שחט'ן איבער 60 מענער ווייבער און קינדער האבן זיי שוין געוואוסט אז לחי וואס איז געגרינדעט געווארן צען יאר שפעטער גייט טעראריזירן. אה יע! זאגט ער, דער גרויסער היסטאריקער.

דו ווייסט וואס האט צוגעברענגט צו די ראיאטן? דו ווייסט וויפיל אראבער זענען געהארגעט געווארן דעמאלס??

וואס א נפק"מ, ס'איז טעראר? שפינאזא ווארפט א סטעיטמענט אז לחי האט אנגעהויבן.

מאטי » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 7:20 pm

· #541241
Re: פאלעסטינע vs ישראל
בר גיורא #
מאטי #
דער גרויסער היסטאריקער
lets keep it cool
גערעכט, פארמעקט

בר גיורא » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 7:24 pm

· #541243
Re: פאלעסטינע vs ישראל
מאטי #
און אראפאט האט געגרינדעט זיין טעראר ארגאניזאציע אין 1964 ווייל ער האט געוואוסט ברוח קדשו אז מ'גייט אנהויבן אונטערדרוקן אין די 70'ס?

וואס פונקטליך איז דיין פוינט?? ווילסט דעבאטירן אראפאט'ס פערזענליכע שיטות במשך די יארן?
אראפאט האט "דעמאלטס" געהאט א חלום צו אויפשטעלן א לאנד פון די טייך ביז'ן ים. און ווי באקאנט האט ער נאכדעם אנערקענט מדינת ישראל און נאר געפייט צו באקומען אן אייגענע לאנד.

בר גיורא » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 7:25 pm

· #541244
Re: פאלעסטינע vs ישראל
מאטי #
בר גיורא #
דו ווייסט וואס האט צוגעברענגט צו די ראיאטן? דו ווייסט וויפיל אראבער זענען געהארגעט געווארען דעמאלסט??

וואס א נפק"מ, ס'איז טעראר? שפינאזא ווארפט א סטעיטמענט אז לחי האט אנגעהויבן.

איך קוק אן די מהומת/ראיאטן יענע 30 יאר צווישן אראבער/ענגלענדער-אידן ווי צוהיצטע געמיטער, "נישט" טעראר.
איך האב פארשטאנען ברוך'ס פוינט אז די אידן האבן אויך געזען טעראר אלס א לעגעטימע מיטל ווען מ'האט זיי אונטערדרוקט. עני קאנטער פוינט?

ברוך שפינוזה » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 7:27 pm

· #541245
Re: פאלעסטינע vs ישראל
מ'קען זיך דא ארומ'טענה'ן איבער דעפינישנס ביז איבערמארגן, למעשה לויט ווי איך געדענק איז די הגנה/אצ"ל געוועהן די ערשטע אפיציעלע טעראר ארגאניזאציע אינעם ראיאן, צו ס'איז א תירוץ אדער א קשיא איז שוין א זייטיגע דעבאטע.

מאטי » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 7:38 pm

· #541246
Re: פאלעסטינע vs ישראל
ברוך שפינוזה #
מ'קען זיך דא ארומ'טענה'ן איבער דעפינישנס ביז איבערמארגן, למעשה לויט ווי איך געדענק איז די הגנה/אצ"ל געוועהן די ערשטע אפיציעלע טעראר ארגאניזאציע אינעם ראיאן, צו ס'איז א תירוץ אדער א קשיא איז שוין א זייטיגע דעבאטע.
ראנג, אצל/הגנה איז געווען א רעאקציע צו אראבישע וויילענס/טעראר פון דעם וואויל באקאנטער מופטי, דער אנטיסעמיט. ער האט געגרינדעט זשיהאד אין פאלעסטינע

בדוו הגנה און אצל זענען צוויי אנדערע וועלטן. אצל איז פארדאמט געווארן ביי די הגנה.

און וויפיל טעראר זענען זיי שוין באגאנגען קעגן ציווילע? מ'קען ציילן אויף די פינגער. און זיי האבן געהאט דעם תירוץ פון זעלבסט-שוץ אן אמת'ן תירוץ. משאכ די אנדערע זייט לעבט אויף טעראר זיי זענען מחנך אינגע קינדער סיסטעמאטיש צו שנאה און שלעכטס. פארגלייכן די צוויי זייטן כאילו דא איז אויך געווען איז איגארענט אין בעסטן פאַל

בר גיורא » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 7:43 pm

· #541247
Re: פאלעסטינע vs ישראל
איך ווייס אז די מופטי האט פארהייליגט ירושלים פאר פאוער. איך האב אבער קיינמאל נישט געהערט וועגן די זעלבסמארד. קענסט ביטע לינקען א מקור?
נאכאמאל, איך פרוביר בכלל נישט צו פארגלייכן קיין צדדים.
איך האב ארויסגעברענגט א narrow נקודה איבער "ווי בארעכטיגט איז טעראר אנטקעגן א oppressor"?
(איך זאג אפילו נישט ווער די אפרעסער איז...)
און לגבי די פוינט, איז עס א חילוק "וויפיל" טעראר ס'איז געווען??

Nanach » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 8:01 pm

· #541250
Re: פאלעסטינע vs ישראל
בר גיורא #
ברוך שפינוזה #
קוראן צו חדית, כ'געדענק שוין נישט פונקטליך.
כגדענק נישט די שפראך אין קוראן.
מסתמא פון חדית
יא עס איז א חדית׳
״ביי די סוף פון די צייט וועלן די שטיינער און העלצער שרייען הו אבדוללא די קנעכט פון גאט! א איד באהאלט זיך אינטער מיר קום און הרג׳ע אים״
(פרייע איבערזעצונג) צחיח אל-בח'ארי (4:56:791) וצחיח מוסלם (41:6985)

מאטי » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 8:10 pm

· #541253
Re: פאלעסטינע vs ישראל
בר גיורא #
איך ווייס אז די מופטי האט פארהייליגט ירושלים פאר פאוער. איך האב אבער קיינמאל נישט געהערט וועגן די זעלבסמארד. קענסט ביטע לינקען א מקור?
נאכאמאל, איך פרוביר בכלל נישט צו פארגלייכן קיין צדדים.
איך האב ארויסגעברענגט א narrow נקודה איבער "ווי בארעכטיגט איז טעראר אנטקעגן א oppressor"?
(איך זאג אפילו נישט ווער די אפרעסער איז...)
און לגבי די פוינט, איז עס א חילוק "וויפיל" טעראר ס'איז געווען??

האב איך דיר שוין אויף דעם געענפערט, ס'איז נישטא קיין סיבה אין דער וועלט עזה איז נישט געווארן סינגאפור אום 2005, קיינער האט זיי נישט געשטערט. און דאך האבן זיי זיך באנומען מיט טעראר. 99.9 פראצענט פון טעראר אין די וועלט איז איסלאמיש. איבעראל רצח'ט מען אן קיין שום סיבה, און פונקט ווען ס'קומט צו ישראל פלוצלינג פארשטייט מען, ס'איז וועגן דאס, יענץ, אונטערדריקט...
דו זעסט נישט די אבסורד דא? כ'מיין באמת!

די אידן האבן נישט געהאט וואו צו לויפן, זיי זענען באמת געווען אין סורווייוועל מאוד, האבן אפאר הונדערט היץ-קעפ זיך פארנומען מיט טעראר פאר א שטיק צייט, מערסטנס קעגן בריטישע מיליטערישע פאזיציעס, און ס'איז בשעתו פארדאמט געווארן ביי יעדן רעכט דענקיגער אידישע פירער. ס'איז נישט קיין תירוץ אבער ס'איז א מציאות.. די פאלעסטינער האבן אויפגעבויט אן אפיציעלער אינפראסטרוקטור פון טעראר, זיי וואלטן שוין לאנג געהאט א לאנד אויב זיי וואלטן געווען וואויל. דו כאפסט נישט אז זיי ברענגען זיך אליינס אונטער? מ'האט זיי שוין געאאפערט שלום טיים ענד עגעין, סך הכלַ דארפן זיי זאגן "איזראעל איך וויל זיין וואויל, איך גיי מער נישט אויסלערנען מיינע קינדער צו לעבן מיט שנאה קעגן דיר" און די קאנפליקט איז פארטיג..

מאטי » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 8:32 pm

· #541256
Re: פאלעסטינע vs ישראל
בר גיורא #
מאטי #
און אראפאט האט געגרינדעט זייַן טעראר ארגאניזאציע אין 1964 ווייל ער האט געוואוסט ברוח קדשו אז מ'גייט אנהויבן אונטערדרוקן אין די 70'ס?
וואס פונקטליך איז דיין פוינט?? ווילסט דעבאטירן אראפאט'ס פערזענליכע שיטות במשך די יארן?
אראפאט האט "דעמאלטס" געהאט א חלום צו אויפשטעלן א לאנד פון די טייך ביז'ן ים. און ווי באקאנט האט ער נאכדעם אנערקענט מדינת ישראל און נאר געפייט צו באקומען אן אייגענע לאנד.

מיין פאינט איז אז דיין חשבון שטימט נישט, דיין טענה אז טעראר איז געווען א רעאקציע צו אונטערדריקונג וואס לויט דיר האט זיך אנגעהויבן אין די 70 יארן וואלט לויט דעם, טעראר אויך זיך אנגעהויבן אין די 70 יארן און נישט פריער.

בר גיורא » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 8:50 pm

· #541263
Re: פאלעסטינע vs ישראל
מוירידיג פשוט, ווייל "זיי" האבן "דעמאלטס" געהאלטען אז די גאנצע לאנד באלאנגט בעצם פאר זיי.
"איך" האלט אבער אז די עוולה האט זיך נאר אנגעהויבען אין די זיביציגער יארן.

וואס שטימט נישט??

בר גיורא » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 8:55 pm

· #541265
Re: פאלעסטינע vs ישראל
ווי אויך פאר מיר איז די גענצע עזה-סינגעפאר, נישט קיין Sound טענה.
ווילסט עס אפשר בעסער מסביר זיין??

מאטי » מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 4:12 am

· #541284
Re: פאלעסטינע vs ישראל
בר גיורא #
מוירידיג פשוט, ווייל "זיי" האבן "דעמאלטס" געהאלטען אז די גאנצע לאנד באלאנגט בעצם פאר זיי.
"איך" האלט אבער אז די עוולה האט זיך נאר אנגעהויבען אין די זיביציגער יארן.

וואס שטימט נישט??
גארנישט שטימט נישט. איך בין טאטאל קאנפיוזד מיט דיר

מאטי » מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 4:16 am

· #541285
Re: פאלעסטינע vs ישראל
בר גיורא #
ווי אויך פאר מיר איז די גענצע עזה-סינגעפאר, נישט קיין Sound טענה.
ווילסט עס אפשר בעסער מסביר זיין??
וואס איז שייך מסביר זיין א זאך וואס מ'קען טון נאטורליך. אויב זיי האבן נישט געקענט, זיי מסביר פארוואס נישט.
בלאט: 1 2