☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » אינטערעסאנטע דאקומענטעריס

אינטערעסאנטע דאקומענטעריס

172 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #380
בלאט: 1 2 3 4

pseudonym1 » פרייטאג מאי 5, 2023 1:57 pm

· #523874
פונדאַמענטאַל
ביטע נישט רעקאמענדירן אנטיסעמיטן.
במחילת כבודך:
סתם געשאסן, אדער איז דא א סיבה פארוואס דו זאגסט דעיס? איך אליין, האב נישט געזען קיין אנטיסעמיטיזם פון די קליפּס וואס איך האב געוואטשט

פונדאַמענטאַל » זונטאג מאי 7, 2023 9:10 pm

· #523995
Re: אינטערעסאנטע דאקומענטעריס
pseudonym1
פונדאַמענטאַל
ביטע נישט רעקאמענדירן אנטיסעמיטן.
במחילת כבודך:
סתם געשאסן, אדער איז דא א סיבה פארוואס דו זאגסט דעיס? איך אליין, האב נישט געזען קיין אנטיסעמיטיזם פון די קליפּס וואס איך האב געוואטשט
די נייעס אגענטור Al Jazeera איז ידוע אלס א אנטי מדינת ישראל נעטווארק, זיי באלאנגען צום גאווערמענט פון קאטאר און זענען די וואס פארשפרייטן פאלשע מעשיות און פראפעגאנדע לטובת די פאלעסטינער.
און ניין, איך גיי נישט יעצט אריינגיין און א דיסקוסיע צו אנטי מדינת ישראל איז אנטיסעמיטיזם - דאס איז א נושא פאר זיך.

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk

pseudonym1 » דינסטאג מאי 9, 2023 6:57 am

· #524100
איך הער. גערעכט.

לייביששרייבער » דינסטאג מאי 9, 2023 2:34 pm

· #524142
Re: אינטערעסאנטע דאקומענטעריס
פארוואס ארבייטען שוין קיין לינקס פוןמיו טוב וואס ווערט דא געברענגט ?

Sent from my SM-S908U using Tapatalk

סאנטיאגא » מיטוואך מאי 10, 2023 5:29 pm

· #524265
pseudonym1

https://www.youtube.com/c/FreeDocumentary
פון ווי "דער בליץ" נעמט זיינע ארטיקלען
פון וואו נעמסטו דאס? אינטערסאנט.

פיינע קאלעקציע. דאקומענטארן פארנעמען א גרויסע פלאץ אין מיין הארץ.

פון די ליסטע קען איך מעיד זיין אז Frontline, DW, לוינט זיך נאכצופאלגן בקביעות. Vice איז אין א קאטעגאריע פאר זיך, סיי ווייל זיי האבן א זעלטענע אייגנארטיגע מהלך פון דערציילן א געשיכטע, און צווייטנס: זייערע דאקומענטארן זענען מער אויף די דזשורנאליסטישע דאקומענטארן שניט, דהיינו נישט אייביג איז די ציל פון א דאקומענטארער צו טוהן דזשורנאליזם.

וועל איך שוין צולייגן איין וויכטיגע טשענל די וועלט בארימטע CNBC אגענטור לייגט אויך ארויס איין מאל א וואך קורצע דאקומענטארן. אבער אויך מיט א דזשורנאליסטישע צוגאנג. יראו ותחי נפשכם
https://youtu.be/oMr5JjEOzkY

סאנטיאגא » מיטוואך מאי 10, 2023 5:34 pm

· #524268
פונדאַמענטאַל
pseudonym1
פונדאַמענטאַל
ביטע נישט רעקאמענדירן אנטיסעמיטן.
במחילת כבודך:
סתם געשאסן, אדער איז דא א סיבה פארוואס דו זאגסט דעיס? איך אליין, האב נישט געזען קיין אנטיסעמיטיזם פון די קליפּס וואס איך האב געוואטשט
די נייעס אגענטור Al Jazeera איז ידוע אלס א אנטי מדינת ישראל נעטווארק, זיי באלאנגען צום גאווערמענט פון קאטאר און זענען די וואס פארשפרייטן פאלשע מעשיות און פראפעגאנדע לטובת די פאלעסטינער.
און ניין, איך גיי נישט יעצט אריינגיין און א דיסקוסיע צו אנטי מדינת ישראל איז אנטיסעמיטיזם - דאס איז א נושא פאר זיך.

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk
איז וואס? פאלעסטינע טאר מען נישט טוהן קיין טובות הייסט?

פונדאַמענטאַל » מיטוואך מאי 10, 2023 8:26 pm

· #524292
Re: אינטערעסאנטע דאקומענטעריס
סאנטיאגא

מען מעג און מען דארף. מען רעדט נישט דא פון ארויסהעלפן אומשילדיגע מענטשן, מען רעדט פון פארשפרייטן 'פאלשע' פראפעגאנדע לטובת די פאלעסטינער ווען עס קומט צו די קאנפליקט מיט מדינת ישראל. צו מאכן די מדינה דער שלעכטער און די פאלעסטינער די קרבנות פון 'אפארטהייט'. זיי מאכן די מדינת ישראל מיליטער ווי בליטיגע מערדער פון ווייבער און קינדער. דערביי שטארק מאכנדיג די השפעה פון פאלעסטינער טעראריסטן אויף די דעת הקהל פון די וועלט.

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk

pseudonym1 » דאנערשטאג מאי 11, 2023 5:30 pm

· #524347
סאנטיאגא
pseudonym1

https://www.youtube.com/c/FreeDocumentary
פון ווי "דער בליץ" נעמט זיינע ארטיקלען
פון וואו נעמסטו דאס? אינטערסאנט.
איך האב נישט געמיינט אז אלע זיינע סחורה קומט פון דארט, און אויך נישט אז ער שרייבט בכלל נישט אליינס ארטיקלען, נאר אז אפּאר פון די ארטיקלען וואס איך האב געליינט אין די בליץ זענען געווען ווארט ביי ווארט קאפּי פּעיסט פון א דאקומענטערי, און אפי' געניצט די זעלבע פּיקטשורס, און די טשענעל האט ווידיאס וועלכע זענען די טייפּ נושאים ווי די ארטיקלען וואס די שטערן/שפּאקטיוו/גלאק/בליץ האבן ליב צו שרייבן.

עס איז אבער א פּאר יאר זייט איך האב געקויפט די בליץ, סאו קען זיין אז זיי טועהן עס מער נישט.

טאמבל סאס » דינסטאג מאי 16, 2023 4:35 pm

· #524825
Re: אינטערעסאנטע דאקומענטעריס
https://archive.org/details/Killswitch.2014

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

שאלתיאל » מוצ"ש דעצעמבער 9, 2023 11:38 am

· #540816
Re: אינטערעסאנטע דאקומענטעריס
Nova 2023 - א דאקומענטרי איבער די מיוזיק פעסיטוועל נעבן עוטף עזה וואס איז פארוואנדלט געווארן אין א בלוט-באד אין אקטאבער 7. עס איז צוזאמענגעשטעלט נאר פון ווידעאס וואס באטייליגטע האבן גענומען און פון ווידאס וואס די טעראריסטן האבן גענומען. (נישט פאר שוואכע הערצער).

וואס כ'האב באמערקט דארט א מאדנע זאך איז אז די טעראריסטן, פליענדיג צו די ריכטונג פון די פעסטיוועל צו רצח'נן אומשולדיגע יונגען, שרייען 'אללה אכבאר' און כל מיני לאזונגען איבער איסלאם. Isn't it all about the conflicttt?

https://drive.google.com/uc?id=1F7WRyGEv_J6UOKWmT4UgbBLw6gqBk7hb&export=download

ברוך שפינוזה » מוצ"ש דעצעמבער 9, 2023 9:08 pm

· #540842
Re: אינטערעסאנטע דאקומענטעריס
שאלתיאל #
וואס כ'האב באמערקט דארט א מאדנע זאך איז אז די טעראריסטן, פליענדיג צו די ריכטונג פון די פעסטיוועל צו רצח'נן אומשולדיגע יונגען, שרייען 'אללה אכבאר' און כל מיני לאזונגען איבער איסלאם. Isn't it all about the conflict?
כ'וועל דיך פארענטפערן דעם תמיה מיט אן אנדערע קשיא, איינער האט מיר געזאגט היינט אז ער האט געזעהן א קליפ וואו איינער פון די סאלדאטן אין עזה שרייט צו זיינע קאלעגע סאלדאטן אז זיי זאלן אינזין האבן מקיים צו זיין די מצווה פון מחיית עמלק. איי it's all about the conflict? מי שאמר לחומץ שידליק יגיד גם לשמן וידליק...

שאלתיאל » מוצ"ש דעצעמבער 9, 2023 9:19 pm

· #540843
Re: אינטערעסאנטע דאקומענטעריס
ברוך שפינוזה #

ס'קלאר אז די איזראעלי סאלדאטן זענען נישט ארויס אין מלחמה 'מוחה זיין עמלק' נאר צו דעפענדן זייער לאנד. אויך דער וואס האט עס געזאגט (אפשר אלץ דזשאוק) איז נישט אין מלחמה צוליב דעם, קען זיין אז איינוועגס האבן מאנכע אינזינען מחיית עמלק.
משא"כ חמאס איז דאס די הויפט סיבה, דאס שטייט קלאר אין זייער איסלאמיסטישע טיטשינגס, אין זייער Covenant, און אין זייערע געשרייען וואס זיי שרייען כסדר ביים אויספירן זייערע טהאטן.

בר גיורא » מוצ"ש דעצעמבער 9, 2023 9:31 pm

· #540845
Re: אינטערעסאנטע דאקומענטעריס
יעדער ניצט רעליגיע ארויסצוברענגען זיינע געפילן, די אראבער ווייטאגט אז מהאט אים אווקגענמען זיין לאנד (פון זיין פערפעקטיוו!) ברענגט ער ארויס די סענטימענט מיטען שרייען אז איסלאם הייסט ציריקבאקומען די לאנד. וכן להיפך! דוק ותשכח.

ברוך שפינוזה » מוצ"ש דעצעמבער 9, 2023 9:38 pm

· #540846
Re: אינטערעסאנטע דאקומענטעריס
יא, איך קען מיך פארשטעלן אז אסאך סאלדאטן, רעליגיעזע צו נישט, שרייען שמע ישראל בעפאר'ן שיסן פשוט ארויסצוברענגען זייער מאטיוואציע און קוראזש, ס'ליגט נישט גארנישט טיעף דערין. די איסלאמישע סלאגאן אללה אכבר איז גראדע ווייניגער אגרעסיוו ווי די אידישע שמע ישראל, וואטעווער, כ'זוך מיך נישט צו טענה'ן ווייל מיר רעדן דאך נישט דא צו קיין ראציאנאלע מענטשן, כ'האב סתם ארויסגעהויבן א פוינט פאר די נישטיגקייט דערפון.

שאלתיאל » מוצ"ש דעצעמבער 9, 2023 9:38 pm

· #540847
Re: אינטערעסאנטע דאקומענטעריס
כ'זעה נישט ווי צה"ל ניצט רעליגע ארויסצוברענגען זיינע געפילן. זיכער נישט אין אירע אפיציעלע טיטשינגס אבער אויך נישט צווישן די חיילים. וויפיל אזעלכע ווידאס איז דא ווי זיי האלטן מלחמה מיט רעלייגעזע לאזונגען? פארקערט צה"ל איז סופער חילוני.

שאלתיאל » מוצ"ש דעצעמבער 9, 2023 9:43 pm

· #540848
Re: אינטערעסאנטע דאקומענטעריס
ברוך שפינוזה #
יא, איך קען מיך פארשטעלן אז אסאך סאלדאטן, רעליגיעזע צו נישט, שרייען שמע ישראל בעפאר'ן שיסן פשוט ארויסצוברענגען זייער מאטיוואציע און קוראזש, ס'ליגט נישט גארנישט טיעף דערין. די איסלאמישע סלאגאן אללה אכבר איז גראדע ווייניגער אגרעסיוו ווי די אידישע שמע ישראל, וואטעווער, כ'זוך מיך נישט צו טענה'ן ווייל מיר רעדן דאך נישט דא צו קיין ראציאנאלע מענטשן, כ'האב סתם ארויסגעהויבן א פוינט פאר די נישטיגקייט דערפון.
כלומר? ווער זענען די נישט ראציאנאלע מענטשן?

שאלתיאל » פרייטאג פעברואר 16, 2024 9:30 am

· #549924
Re:
שאלתיאל #
א שטיקל טאטעל פון עטליכע אינטערסאנטע ביאגראפישע דאקאמענטעריס וואס כ'האב געוואטשט לעצטנס:

1. Navalny - אטעם-פאכאפענדע דאקא איבער דער בראווע רוסישע אפאזיציע פירער און אנטי-קארופציע אקטיוויסט אלעקסיי נאַוואַלני, לכאורה דער איינציגסטע מענטש אויפן ערד קוגל וואס האט נישט מורא זיך צו רייצן מיטן רוסישן צאר פוטין און איז אפי' מצליח אים צו פארשעמען איינמאל און נאכאמאל מיט היבש אביסל הצלחה, והא ראי' : פוטין האט פרובירט אים אפרוימען פון וועג.
דער דאקא באגלייט נאוואלני'ן, א הענדסעם גיי וואס טראפט כאריזמע, אין די טעג נאכן אדורכגעפאלענע אסעסנעישן אטעמפט אויף אים דורך רוסישע אגענטן בשעת ער איז געפלויגן קיין סיביר. ער האלט זיך אויף אין א געהיימע דירה אין א דארף און דייטשלאנד און פירט דורך זיין אייגענע מארד אינוועסטעגעישן (ווי ער זינגט אויף זיין טיקטאק ווידא: ..How bizzare ) און צוזאמען מיט זיין קליינע טיעם און מיט די הילף פון א זעלבסשטענדיגע געלונגע חברה'מאן זענען זיי מצליח אויפצודעקן די אידענטיטעט פון זיינע מערדער. נאוואלני קאלט אׁן זיינע אייגענע מערדער און איז מצליח ארויסצונעמען פון זיי א פולע הודאה אין זייערע מעשים. דער פילם באגלייט נאוואלני'ן ביז זיין אומקערן זיך צום לייבן גרוב אין רוסלאנד דארט האט מען אים ארעסטירט פאר 20 יאר טורמע.

דער פילם איז העכסט דראמאטיש און ס'דאכט זיך צומאל דאכט אז ס'איז א געהעריגע דראמע פילם אבער ווי מ'זאגט: Reality surpasses imagination
די קרעמלין האט געמאלדן היינט אז נאוואלני איז 'געשטארבן' אין תפיסה

נפרייליכע מענטש » פרייטאג פעברואר 16, 2024 10:51 am

· #549944
Re: Re:

עס איז נישט דא קיין דעכער פון ווי ער זאל קענען ארויספאלן?

סאנטיאגא » מאנטאג פעברואר 19, 2024 10:10 pm

· #550466
Re: אינטערעסאנטע דאקומענטעריס

די בארימטע פראנטליין סעריעס פון פי בי עס וואס איז פון די אויסגערופענסטע אין אינדיפענדענט אינוועסטיגעטיוו דזשורנאליזם מיט א דאקומענטעריע איבער די השתלשלות פון געוועזענע פרעזידענט דאנאלד טראמפ'ס קעיס אנבאלאנגט די וואלן קלאגעס מיט אלע דעטאלן פון אן אומבייעסד פערספעקטיוו. אויך הערט רודאלף דזשוליאני'ס ראלע אין די בעפארברייטונגען צו יאנואר 6
די היילייט דא איז די עדות פון ראסטי באוערס פון אריזאנע 51:25 און באזונדער ביי 1:16.20 די פאון קאל מיט ברעד רעפענסבערגער, וואס מ'גייט נאך רעדן פון דעם פאר לאנגע יארן איינמאל און נאכאמאל אלס באווייז קעגן טראמפ.

אויך איז אויסטערליש וויכטיג צו קוקן קעסידי האטישנסאן'ס טעסטימאני 1:54.30 אויך איז ראטזאם צו קוקן די גאנצע ווערסיע פון איר עדות עקסטער אויף יוטוב פאר מער גראפישע דעטאלן וויאזוי טראמפ האט ביהעווט יענעם פארוואלקענעם ווינטער טאג. וויאזוי דזשוליאני האט אונטערגעהעצט, און יעצט איז ער גאר די וויקטים נעבעך...
באמערקונגען: ראטזאם צו קוקן די גאנצע זאך פארן אריינשמייסן מיט אפינענס, סברה'ס, און הייפעטעיקלס, פארלייקענונגען פארקלענערן די חטאים און איינציען די קארופציע. נעמט א טריט אויף צוריק און קוקט די פאקטן אויף די פאדלאגע. אויך איז קריטיש וויכטיג צו הערן די עדות פון די וואל באאמטע פון דזשארדזשיע דוקא אויסגעשפראכענע רעכטע, און אז איר קוקט שוין יא, זייט געווארנט דאס איז נאר פאר מענטשן וואס האבן נאך א זינען פון אמת און שקר, פאקט און פיקציע, לאגיק און דעלוזיע אביעקטיוו און אלטערנאטיווע פאקטן, נישט קענען נאכברעטשעוון ווערטער ווי "בייעסד מידיע" יועסעי סטאפ די סטיל, פענס איז שולדיג, "ריינאוס" וכו' דאס איז גאר אן אנדערע סארט זאך, דאס איז נישט פאר מיעמסטערס, און דאס איז נישט פאר עקס ריטוויטערס אדער טרוט סאשוליסטן דאס איז לאנגע קאנטענט וואס נעמט צייט צו פארדייען ווייל מ'דארף אייגנטליך נוצן די קאפ צו טראכטן. דאס איז פאר מענטשן וואס קענען נאך לאזן א טרער נאך די הארצאלזע געוואלדטאטן וואס האט געקאסט לעבנס אלעס פאר אביסל טרייביליסטישע פאליטיק...
און דער וואס האט נישט אזויפיל צייט זאל ווייטער שרייבן תגובות און שפארן א שעה צוויי מיט מער פראדוקטיווע אינטערסאנטערע זאכן.

שבת אחים » דינסטאג יולי 9, 2024 6:32 pm

· #567701
Re: אינטערעסאנטע דאקומענטעריס

א סעריע פון פיר דאקומענטרי׳ס איבער די ישראלישע געהיימע אגענטור “מוסד”

שוין לאנג נישט אזוי הנאה געהאט פון וואַטשען א דאקומענטרי. זייער א גוטע ארבעט! ס׳לוינט זיך!

טראפעלע » מיטוואך יולי 10, 2024 10:35 am

· #567741
Re: אינטערעסאנטע דאקומענטעריס
שבת אחים #

א סעריע פון פיר דאקומענטרי׳ס איבער די ישראלישע געהיימע אגענטור “מוסד”

שוין לאנג נישט אזוי הנאה געהאט פון וואַטשען א דאקומענטרי. זייער א גוטע ארבעט! ס׳לוינט זיך!
זעט אויס אינטערסאנט, יישר כח

צוויי » מיטוואך אוגוסט 7, 2024 6:20 pm

· #569339
Re: אינטערעסאנטע דאקומענטעריס
איך האב אויך זייער הנאה געהאט פון עס מיטהאלטן
בלאט: 1 2 3 4