☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » 2024 פרעזידענט וואלן

2024 פרעזידענט וואלן

160 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16696
בלאט: 1 2 3 4

עמרם » מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 10:57 am

· #542544
2024 פרעזידענט וואלן
📎 IMG-20231227-WA0029.jpg

עמרם » מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 2:56 pm

· #542575
2024 פרעזידענט וואלן - פריימעריס
א באריכט אין די אידישע וועלט דורך די אידישע טשערנוליסט הכל הבל
הכל הבל #
שטייענדיג ווייניגער פון דריי וואכן צו די אייאווע קאקוסעס איז צייט צו כאפן א בליק אויף די צוגרייטונגען אויפן שטח וואו די קאנדידאטן אקערן אויף די באדן מיט די האפענונג אז אום יונואר 15 למספרם וועלן זיי שניידן זאפטיגע פרוכטן

ווילאנג די שטימען ווערן נישט אפגעגעבן קען מען בלויז שפעקולירן וועלכע זומען שלאגן טאקע ווארצלען און זיך וואונדערן אויב די אנקעטעס שפיגלען ריכטיג אפ וואס עס איז צו ערווארטן

אין די לעצטערע מאנאטן איז געווען שטארק אנגענומען אז ראן דעסאנטיס באווייזט אויפצובויען א גאר מאסיווע אפאראטוס אויפן מאדעל פון פריערדיגע קאנסערוואטיווע קאנדידאטן וועלכע האבן סוקסעספול אנגעקניפט די ריכטיגע פארבינדונגען מיט לאקאלע פראמינאנטע פיגורן וועלכע ווייסן ווי אזוי צו אנגאזשירן די עלעמענט וועלכע איז פארפליכטעט צו אנטייל נעמען ביים קאקוס

אין די לעצטיגע וואכן האט זיך אנגעהויבן א שטארקע שיפט פון באריכטן איבער איינפלוסרייכע גרופעס וועלכע האבן אונטערגענומען א גאר העפטיגע אפעראציע אונטערצושטיצן די קאנדידאטור פון ניקי העילי און די קאמפיין האט זיך פארבונדן מיט טויזנטער וויילער וועלכע פארפרעכן צו שטימען פאר איר און די מידיא פרעגט נאכאנאנד די פראגע אויב זי וועט באווייזן צו איבערראשן ערווארטונגען און ארויסקומען נומער 2 אדער כאטש גאר נאנט צו דעסאנטיס

די אויבנאן ווערט דערווייל רעזערווירט פאר פרעזידענט טראמפ וועלכע באווייזט זיך צו האלטן שטארק פאראויס אין די אנקעטעס און די וועלכע גלייכן עס נישט ווייזן אן אז די אנקעטעס רעפלעקטירן נישט די רעזולטאטן וואס וועלן קומען פון א מער טראדיצאנאל רעליגיעזע קאקוס טיפ און זיי ברענגן ארויס אז די טראמפ מאשין איז שוואכער פון די מער סאפיסטיקירטע דעסאנטיס מאשין וועלכע וועט ארויסטרייבן מער וויילער צו די קאקוסעס

דעריבער איז צייט אריינצוקריכן אין די באהויפטונג אין כאפן א שפאציר אין אייאווע אין די פאליטישע ביוראען וואו די טראמפ קאמפיין אפערירט און זיך אומקוקן און באקענען אויב זייער מאשין איז טאקע אזוי פארדזשאווערט אדער מעגליך יא אויל געשמירט

נאך וואס טראמפ איז אין 2016 למספרם אריינגעקומען אויפן צווייטן ארט אין די אייאווע קאקוס האט זיין טיעם פארשפראכן אויסצוברייטערן די עלעקטאראט גענוג שטארק אז עס זאל גאנץ פריה אוועקלייגן סיי וועלכע מעגליכע אפאנענט

די סטראטעגיע פון די קאמפיין איז געווען צו מאביליזירן הייסע שטיצער און אנהענגער אבער אויך צו גרייכן וויילער מיט שוואכערע אינטערעסע אריינגערעכנט אזעלכע וועלכע מען וועט דארפן מוטשען און שטופן ארויסצוקומען

די געדאנק איז געווען אז טראפ האט דורכאויס זיין פרעזידענטשאפט באוויזן היבש צו פאררויטלען די סטעיט און אויסגעברייטערט די פארטיי מער ווי בעפאר און עס זענען פארהאן אסאך פרישע וויילער וועלכע זענען נישט אויף די ליסטע פון לאנגיעריגע טראדיציאנאלע שטימען אין די פארטיי קאקוס

די קאמפיין סטעיט דירעקטאר אלכסנדר ליכטמאן זאגט אז טראמפ אינספירירט וויילער אויף א פארנעם וואס זיינע אפאנענטן קענען נישט און זיי ערווארטן ארויסצושלעפן טויזנטער ערשטמאהליגע קאקוס באטייליגער

ביי לעצטיגע טראמפ ראליס אין די סטעיט קען מען באמערקן ווייסע טראמפ היטלעך מיט די ווערטער "טראמפ קאקוס קעפטעין" אין גאלדענע בוכשטאבן ארויסשטארן פון א טייך פון די באקאנטע רויטע מאגא היטלעך און די אינזלען פון ווייסע היטלעך ווערן בלויז מער מיט יעדע פרישע קאמפיין אויפטריט

די קאמפיין האט געלאזט עמברוידערן א באגרעניצטע צאהל פון די היטלעך וועלכע ווערן געגעבן פאר די וועלכע וואלונטירן צו דינען אלס קאקוס קעפטעינס און מער פון 2 טויזנט שטיק זענען געווארן פארטיילט פאר די וועלכע האבן זיך פארפליכטעט צו גיבן א 3 מינוטיגע רעדע אין שטיצע פון טראמפ ביי זייערע קאקוס לאקאלן און אבזערווירן דאס אפציילן די שטימען און באריכטן די אויסגאנג צום קאמפיין הויפטקווארטיר

די קעפטעינס באשטייען פון לאקאלע פארפעלקער וועלכע ווערן דעזיגנירט צו ארבעטן אינאיינעם און רעכנט אויך אריין פארטיי פארזיצער און ערוויילטע באאמטע א שטייגער ווי אטוירני דזשענעראל ברענא בירד

די קעפטעינס דארפן זיך באטייליגן ביי אן 1 שטונדע טרענירונג סעסיע פערזענליך אדער ווירטואל און 350 אזעלכע צוזאמקומען זענען שוין געווארן אפגעהאלטן און די קאמפיין ציהלט צו גרייכן 500 אזעלכע אויף ביז די קאקוס נאכט

די קעפטעינס באקומען א 20 זייטן האנדבוך וועלכע דעטאלירט זייער ראלע און פאראנטווארטליכקייטן און שטעלט צו רעקאמענדירטע רעדעס וואס צו זאגן אין זייערע פריסינקטן מיט א בייגעלייגטע קאקוס נאכט ליסטע וואס דארף ווערן ערלעדיגט בעפאר מען קומט צום קאקוס

די ליסטע דערמאנט מיטצוברענגן אן אידענטפייקאציע קארטל, קאמפיין ליטעראטור, פאסיגע קליידונג זיך צו האלטן ווארעם אין די קאלטע טעמפעראטור און עטליכע קאמפיין שילדן

איינע פון די קעפטעינס וועלכע פלאנט צו טוהן די ארבעט אינאיינעם מיט איר מאן זאגט אז די קאמפיין האט זיך מיט איר פארבונדן און אנגעבאטן די ראלע וועלכע זי האט קיינמאהל נישט געקלערט צו טוהן

זי זאגט אז זי קען גוט רעדן און האט עס באשלאסן אנצונעמען זינט זי האלט שטארק פון טראמפ און איז פרייליך אז זי קען אים ארויסהעלפן

די ווייס גאלדענע היטלעך איז נישט די איינציגסטע קאמפיין מאטריאל וועלכע איז געציהלט צו מאכן די קעפטעינס שפורן וויכטיג נאר טייל פון זיי באקומען רעזערווירט פאדערשטע זיצן ביי טראמפ ראליס און געוויסע פון זיי ווערן ארויפגערופן אויפן פלאטפארמע צו פארציילן איבער זייער ערפארונג ווי אזוי זיי זענען געווארן רעקרוטירט צום קאמפיין

אנדערע אינציאטיוון צו מאכן די וואלונטירן גלויבן אז זיי זענען ספעציעל איז א מיטינג מיט די רעפובליקאנע נאצינאלע קאמיטע און טראמפ אונטערגעשריבענע סערטיפיקאטן

עס איז וואר אז טראמפ האט אפגעהאלטן אסאך ווייניגער אויפטריטן אין די סטעיט ווי זיינע קעגנער באזוכנדיג דארט ווייניגער פון 20 מאהל זינט מערץ למספרם און קאנטראסט צו העילי'ס מער פון 60 אוונטן און דעסאנטיס וועלכע האט באזוכט אלע 99 קאונטיס אבער די קאמפיין ארבעט שווער צו מאכן זיכער אז טראמפ קומט יא אהין זאל זיך אויסצאהלן די שפעזן און פארוואנדלט די ראליס אין "פארפליכט זיך צו קאקוסן" רעגיסטראציע צענטערן

טראמפ'ס רעדע איז טאקע אפיציעל די צענטראלע הויכפונקט פון די ראלי אבער קאמפיין שטאב שפרייזן צווישן די פארזאמלטע און זאמלען קאנטאקט אינפארמאציע איבער זיי און זייער פאמיליע און פריינד וועם זיי ברענגו מיט זיך צו די ראליס

מען הערט פון מערערע אינגע ראלי באטייליגער וועלכע זענען אקארשט געווארן 18 און איינגעשפאנט דורך אפעראטיוון און וויי איינער פון זיי פארציילט האט ער צום ערשטן מאהל אין זיין לעבן זיך ארויסגעלאזט צו א ראלי און זיך שווערליך דורכגעשטפוט די זיכערהייט ביים מאכן זיין וועג אריין צו א קאנווענשאן צענטער און נאך בעפאר ער האט געהעריג באגריפן וואו ער געפונט זיך האט ער זיך געטראפן רעדן מיט א פלייסיגעקאמפיין שטאב מיטגליד וועלכע האט בלויז געוואלט וויסן אויב ער איז גרייט אונטערצושרייבן א קארטל אז ער איז גרייט צו קומען צום קאקוס

די קאמפיין האט אינמיטן דעצעמבער למספרם געהאט אויפגעטריבן 51 טויזנט אזעלכע קארטלעך און די וועג ווי אזוי מען האלט אן ווייטערדיגע קאנטאקט מיט זיי איז מיטן פארטיילן א ליסטע פון 25 פון פארפליכטעטע און יעדע פון זיי דארף מאכן זיכער אז 10 פון זיי האלטן זיך צו זייער פארשפרעכונג און די קאמפיין שלאג ווארט איז "10 פאר טראמפ"

די געוויכט וואס די קאמפיין לייגט אויף נייע וויילער איז מיטן ציהלן אינגע וויילער אדער אפילו עלטערע וועלכע האבן נאכנישט געשטימט בעפאר אבער האבן ארויסגעצייגט שטיצע פאר טראמפ אין פריערדיגע וואל סעזאנען אויף סיי וועלכע וועג ווי צום ביישפיל מיטן קומען צו א ראלי אדער בייגעשטייערט געלט

אין א לעצטיגע אנקעטע ווערן די טראמפ אויבערהאנט צווישן ערשטמאליגע וויילער אויסגעברייטערט צו 63% וואס איז א באדייטנדע שפרונג פון די 49% שטיצע צווישן די קלאס וואס ער האט אנגעצויגן אין אקטאבער למספרם

דעסאנטיס ציהט אן 12% צווישן די גרופעאון העילי באקומט 11% אבער די ריזיגע פראגע צייכן וועלכע בלייבט הענגן אין די לופט איז וויפיל אימפאקט די דאזיגע וויילער קרייז וועט ווירקליך האבן אויף די פארמעסט און אויב גענוג פון זיי נעמען עס גענוג ערנסט און וועלן אנהאלטן זייער עקסטאז גענוג שטארק דורכצומאכן די לאנגווייליגע קאקוס פראצעדור

ביי קאמפיין אויפטריטן ווערן די קעפטעין'ס נאכאנאנד דערמאנט אז די מאסיווע אנקעטע אויבערהאנט פון טראמפ איז א גאר גרויסע געפאר ווייל עס וועט האלטן שטיצער אינדערהיים און די וואלונטירן ווערן שטרענג אויפגעפאדערט נישט צו נעמען פאר לייכט זייער מיסיע פון ארויסברענגן מענטשן צום קאקוס

עמרם » מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 8:22 pm

· #542615
2024 פרעזידענט וואלן - פריימעריס
📎 IMG-20231227-WA0075.jpg

עמרם » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 11:33 am

· #542706
2024 פרעזידענט וואלן
📎 Screenshot_20231228-110837_X.jpg

עמרם » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 9:46 pm

· #542818
2024 פרעזידענט וואלן
מעין סעקרעטערי אף סטעיט נעמט אראפ טראמפ פון די בעלאט.

עמרם » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 9:46 pm

· #542819
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
טראמפ גייט אפעלירן די מעין באשלוס.

עמרם » מאנטאג יאנואר 1, 2024 3:54 pm

· #543179
2024 פרעזידענט וואלן - פריימעריס
יו. עס. עי. טודעי אנקעטע:

טראמפ 62
העילי 13
דיסענטיס 10
ראמאסוואמי 6
קריסטי 4

עמרם » מאנטאג יאנואר 1, 2024 3:55 pm

· #543180
2024 פרעזידענט וואלן
אנקעטע פון JLPartnersPolls/DailyMail

טראמפ 46
ביידן 43

עמרם » מאנטאג יאנואר 1, 2024 3:55 pm

· #543181
2024 פרעזידענט וואלן
סאפאלק/יו עס עי נאצינאלע אנקעטע:

טראמפ - 39
ביידן - 37

עמרם » דינסטאג יאנואר 2, 2024 5:02 pm

· #543344
2024 פרעזידענט וואלן - פריימעריס
יו גאוו אנקעטע פון ניו העמפשיר:

טראמפ 52
העילי 22
דיסענטיס 10
קריסטי 6
ראמאסוואמי 4

עמרם » מיטוואך יאנואר 3, 2024 3:33 pm

· #543509
2024 פרעזידענט וואלן - פריימעריס
מארנינג קאנסאלט נאצינאלע אנקעטע:

טראמפ - 66%
דיסענטיס - 11%
העילי - 11%
ראמאסוואמי - 6%
קריסטי - 4%
האטשינסאן - 1%

עמרם » מיטוואך יאנואר 3, 2024 3:33 pm

· #543510
2024 פרעזידענט וואלן - פריימעריס
יוגאוו/עקאנאמיסט אנקעטע:

טראמפ 63
דעסאנטיס 14
העילי 8
ראמאסוואמי 5
קריסטי 1

אלפא » מוצ"ש יאנואר 6, 2024 4:15 pm

· #543761
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
"אויב ביידן געווינט וועלן די פראבלעמען אין אמעריקע ווערן ערגער, אויב אבער טראמפ געווינט גייט אמעריקע ברענען!"

https://twitter.com/DouglasKMurray/status/1743243086082576819

שאלתיאל » מוצ"ש יאנואר 6, 2024 5:00 pm

· #543762
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
איך האב מיך געטראפן מסכים זיין מיט יעדער ווארט. אמעריקע גייט אריינגעפאלן מיט צוויי (כמעט זיכערע) קאנדידאטן איינס ערגער ווי דער צווייטע און יעדער געווינס קוקט אויס צו זיין א דיזעסטער.
איך האב געהאלטן פון טראמפ און זיין פרעזידענסי און כ'האלט אז מ'רודפט אים אבער היינט צוטאגס איז ער שוין מער א שאדן ווי א פארדינסט. זיינע קעגנערס זענען גרייט צו טון אלעס אים אפצוהאלטן און ער איז דא בעיקר נקמה צו נעמען אין די גאנצע וועלט און דאס גייט אויפלאקערן דאס לאנד. כ'זעה נישט ווי עפעס גוטס זאל ארויסקומען פון אזא טראמפ טערמין

בר גיורא » מוצ"ש יאנואר 6, 2024 5:16 pm

· #543763
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
איינער פארשטייט די טרענד לעצטענס אז מclinnged צו די אלטע פירער?
ביבי, טראמפ, ביידן.
מענטשען האבען זייער מורה פון א טויש און מהאלט זיך צו די status quo.

אלפא » מוצ"ש יאנואר 6, 2024 6:41 pm

· #543773
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
בר גיורא #
איינער פארשטייט די טרענד לעצטענס אז מclinnged צו די אלטע פירער?
ביבי, טראמפ, ביידן.
מענטשען האבען זייער מורה פון א טויש און מהאלט זיך צו די status quo.
בפשטות קומט עס פון דעם אז טראסט איז זייער געפאלן אין די לעצטע פאר יאר בפרט אין די פאליטישע ראלם. סיי אלס קאנסיקווענס פון סאשעל מידיע באבלס, און סיי פון די פאפוליסטישע געוואלדטאטן איבער די קוראפטירטע עסטעבלישמענט, און מיטן פאקט אז שמויגערס זענען טאקע אנגעקומען גאנץ הויעך - אונטערווארפנדיג די הערכה צו די אין פאוער. וועלכע צוזאמען פירט צו דעם אז מ'האט מורא צו נעמען נייע ריסקס און געבן שאנסן פאר פרישע קאנדידאטן...

האבעך דאך שוין געשריגן 7 יאר צוריק אז טראמפ עט נאר ברענגען צרות...

מתתיהו » מוצ"ש יאנואר 6, 2024 7:02 pm

· #543779
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
שאלתיאל #
איך האב מיך געטראפן מסכים זיין מיט יעדער ווארט. אמעריקע גייט אריינגעפאלן מיט צוויי (כמעט זיכערע) קאנדידאטן איינס ערגער ווי דער צווייטע און יעדער געווינס קוקט אויס צו זיין א דיזעסטער.
איך האב געהאלטן פון טראמפ און זיין פרעזידענסי און כ'האלט אז מ'רודפט אים אבער היינט צוטאגס איז ער שוין מער א שאדן ווי א פארדינסט. זיינע קעגנערס זענען גרייט צו טון אלעס אים אפצוהאלטן און ער איז דא בעיקר נקמה צו נעמען אין די גאנצע וועלט און דאס גייט אויפלאקערן דאס לאנד. כ'זעה נישט ווי עפעס גוטס זאל ארויסקומען פון אזא טראמפ טערמין
אלעס ענדיגט זיך די מינוט טראמפ ווערט פרעזידענט. דאס אליינס וועט זיין די גרעסטע נקמה אין זיינע שונאים, און איך גלייב נישט אז ער וועט נאכדעם פרובירן זיך נוקם צו זיין אין זיינע קעגנער, א זאך וואס וועט פלעין צוטיילן דאס לאנד נאכמער, און שטערן זיין פרעזידענטשאפט פון זיין סוקסעספול.

מדארף פארשטיין די נקודה אז די 2024 עלעקשען גייט זיין די ענדע פון א לאנגע מלחמה וואס ציהט זיך שוין פון די טאג וואס טראמפ האט געמאלדן אז ער לויפט אין 2016.

די עיקר סיבה פארוואס אמעריקע איז אזוי צוטיילט די לעצטערע יארן איז ווייל די פארמעסט פון טראמפ מיט זיינע קעגנער (וואס צוטיילט גאר שטארק דאס לאנד) גייט אהן מיטן גאנצע שטארקייט, און אפילו איינער געווינט איין מאל האט נאך אלס די צווייטער אלס האפענונג צריקצוגעווינען די נעקסטע מאל, און אזוי גייט עס אהין און צוריק די לעצטע 9 יאר, משא"כ יעצט דער וואס וועט געווינען די יעצטיגע עלעקשענס וועט אטאמאטיש זיין די ענדגילטיגע געווינער און ס'וועט עכט נישט זיין קיין סיבה זיך ווייטער צו שלאגן.

און אנדערע ווערטער ווער ס'זאל נאר נישט געווינען וועט 2024 זיין די לעצטע מאל טראמפ'ס נאמען וועט זיין אויפן בעלאט..

אלפא » מוצ"ש יאנואר 6, 2024 7:11 pm

· #543780
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
מתתיהו #

איך האב אויך צומאל אזא מחשבה אז אויב געווינט ער יעצט איינמאל פאר אלעמאל ענדיגט זיך דעם מערכה פאר א גוט יאר (משא"כ אויב ער דינט נישט אויס נאך פיר יאר, וואס ער גייט פראבירן זיין מזל ביז צו זיין טויט ועד בכלל..)

למעשה איז די מערכה נישט דןקא 'טראמפ' פער סע, עס איז א מערכה מיט פאפוליזם וועלכע ענדיגט זיך נישט מיט די געוואונס אדער פארלוסט פון טראמפ אליין, אויב געווינט ער יעצט, איז עס - ווי דו ברענגסט ארויס - אן ענדגילטיגע קלאפ צו די עסטעבלישמענט, וועלכע ווי שלעכט עס זאל נאר נישט זיין איז די איינציגסטע אלטערנאטיוו דערווייל פאר א סטאבילע סאסייעטי... ווילאנג מ'קומט נישט אויף מיט קיין בעסערע סאציאלאגישע אלטערנאטיוון און סיסטעמען - איז נעגאטיוויטי און קריטיק נישט קיין ארטיקל נאר א מהרס... כדמוכח...

מתתיהו » מוצ"ש יאנואר 6, 2024 7:32 pm

· #543783
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
אלפא #

ער קען פרובירן אבער ער וועט שוין בכלל נישט זיין רעלעוואנט..
אלפא #
למעשה איז די מערכה נישט דןקא 'טראמפ' פער סע, עס איז א מערכה מיט פאפוליזם וועלכע ענדיגט זיך נישט מיט די געוואונס אדער פארלוסט פון טראמפ אליין, אויב געווינט ער יעצט, איז עס - ווי דו ברענגסט ארויס - אן ענדגילטיגע קלאפ צו די עסטעבלישמענט, וועלכע ווי שלעכט עס זאל נאר נישט זיין איז די איינציגסטע אלטערנאטיוו דערווייל פאר א סטאבילע סאסייעטי... ווילאנג מ'קומט נישט אויף מיט קיין בעסערע סאציאלאגישע אלטערנאטיוון און סיסטעמען - איז נעגאטיוויטי און קריטיק נישט קיין ארטיקל נאר א מהרס... כדמוכח...
ס'איז טאקע נישט דוקא טראמפ, אבער די מציאות איז אז זיין פערסענאלעטי האט גאר שטארק צוטיילט דאס לאנד. ס'איז אלס געווען פאפוליסטישע קאנדידאטן, און טראמפ איז אפילו נישט אזוי שטארק אנטי עסטעבלישמענט, למעשה אז מקוקט אויף די יארן ווען ער איז געווען פרעזידענט איז ער בכלל נישט געווען אזוי עקסטרעם. ס'איז מער זיין סטייל פון רעדן און זיין זיין א סעלעבריטי וכדו'. מקען עס פארגלייכן צו מדינת ישראל ווי "ביבי נתניהו" וואס איז בכלל נישט קיין אנטי עסטעבלישמענט קאנדידאט, נאר זיין כאראקטער האט גאר שטארק צוטיילט דאס לאנד פרא ביבי vs אנטי ביבי..

עמרם » מאנטאג יאנואר 8, 2024 9:27 pm

· #544096
2024 פרעזידענט וואלן - פריימעריס
פרישע מארנינג קאנסולט אנקעטע אויף אייווע

טראמפ 58
העילי 15
דיסענטיס 14
ראמאסוואמי 10
קריסטי 2
האטשיסאן 1

עמרם » דינסטאג יאנואר 9, 2024 9:59 am

· #544143
2024 פרעזידענט וואלן - פריימעריס
ניו העמפשיר יונווערסעיטי / סי.ען.ען. פאול פון ניו העמפשיר:

טראמפ 39
העילי 32
קריסטי 12
ראמאסוואמי 6
דיסענטיס 5

עמרם » דינסטאג יאנואר 9, 2024 10:00 am

· #544144
2024 פרעזידענט וואלן - פריימעריס
סופאלק יונעווערסטי / באסטאן גלאוב אנקעטע פון ניו העמפשיר:

טראמפ 46
העילי 26
קריסטי 12
דיסענטיס 8

עמרם » דינסטאג יאנואר 9, 2024 10:02 am

· #544145
2024 פרעזידענט וואלן - פריימעריס
עמערסאן אנקטעט פון נעוואדע:

טראמפ 73
דיסענטיס 8
ראמאסוואמי 6
קריסטי 4

(העילי האט נישט געפיילט צו קענען קאנדידירן אין די קאקוס)

עמרם » דינסטאג יאנואר 9, 2024 10:04 am

· #544146
2024 פרעזידענט וואלן
מארנינג קאנסאולט אנקעטע:

ביידען 43
טראמפ 42
עימיצער אנדערש 11

עמרם » מיטוואך יאנואר 10, 2024 10:53 am

· #544318
2024 פרעזידענט וואלן
יוגאוו אנקעטע:

ביידען 43
טראמפ 43

עמרם » מיטוואך יאנואר 10, 2024 10:58 am

· #544319
2024 פרעזידענט וואלן
מ'האלט שוין ווייניגער ווי א וואך צו די אנהייב פון די פריימעריס (און קאקעסעס)

ווי ס'זעהט אויס, אזוי ווי ביז יעצט, וועט טראמפּ זיין די וויירשיינדליכע רעפאבליקאנער קאנדידאט, נאכדעם וואס די אנקעטעס געבן אים גאר א גרויסע אויבערהאנט איבער זיינע קעגנער

נאכדעם וועט זיך אנהייבן אן ערענסטע קאמף מיט פרעזידענט ביידן, ווי כהיום שטייען ביידע בערך גלייך אויף גלייך
(די אנקעטעס זענען אמאל בעסער פאר אים און אמאל בעסער פאר אים, אבער ווילאנג די חילוק איז זייער נאנט מאכט עס נישט צופיל אויס, ווייל סו''ס איז אנ אנקעטע נישט קיין וואלן,
אזוי אויך האלט מען נאך זייער זייער ווייט, און ס'קען זיך נאך גרינג טוישן)

אלע צוזאמען » מיטוואך יאנואר 10, 2024 5:29 pm

· #544389
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
קריס קריסטי (די גאנצע 450 פונט זיינע) פארלאזט די רעיס.

צועקים וזועקים » מאנטאג יאנואר 15, 2024 1:58 pm

· #544769
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
היינט נאכט קומט פאר די אייעווע קאקוס. א לעצטע אנקעטע פון סעלצער וואס ווערט פאררעכענט ווי דער מערסטע אקוראטער אנקעטע שטעלט די רעיס אזוי:

טראמפ= 48
העילי= 20
דיסענטיס= 16
ראמאסוואמי= 8

עס איז זייער קאלט היינט אין אייעווע, ביינאכט איז ערווארטעט צו זיין ביז -20 אין געוויסע געגענטער. דאס קען האבן א שטארקע אימפעקט אויף די וואלן רעזולטאטן.

רעזולטאטן זענען ערווארטעט פון היינט בערך 8:30.

לך לך » מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:58 pm

· #544811
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
מזל טוב טראמפ!

סוף טוב הכל טוב » דינסטאג יאנואר 16, 2024 12:15 am

· #544815
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
וויאזוי גייצעך פירן קרימינאלע קעיסעס קעגן א רפובליקאנער קאנדידאט?
וועלן זיין ראיאטן?

עמרם » דינסטאג יאנואר 16, 2024 12:29 am

· #544817
2024 פרעזידענט וואלן - פריימעריס
טראמפּ האט געווינען מיט גאר א שטארקע אויבערהאנט, מיט בערך 54 פראצענט, א דרייסיג פראצענט מער ווי די נעקסטע קאנדידאט,

אוד מוצל מאש » מיטוואך יאנואר 17, 2024 10:51 am

· #544970
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
לויט ווי וויועיק האט נעכטן קאמפיינט מיט טראמפ אין ניו העמפשיר זעהט אויס ווי וויועיק קען נאך ווערן Vice President. טראמפ גלייך איהם זייער שטארק.

א פארשטייער » זונטאג יאנואר 21, 2024 2:47 pm

· #545523
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
עפעס שמועסט די נייעס אז רן דיסענטעס האט געקענסלט א סאך אווענטס.
און דעס א סיין אז גרייט צו פארלאזען די קאמפייו?

צועקים וזועקים » זונטאג יאנואר 21, 2024 3:15 pm

· #545533
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
א פארשטייער #
עפעס שמועסט די נייעס אז רן דיסענטעס האט געקענסלט א סאך אווענטס.
און דעס א סיין אז גרייט צו פארלאזען די קאמפייו?
ארויס און אינדארסירט טראמפ.

א פארשטייער » זונטאג יאנואר 21, 2024 3:39 pm

· #545545
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
צועקים וזועקים #
א פארשטייער #
עפעס שמועסט די נייעס אז רן דיסענטעס האט געקענסלט א סאך אווענטס.
און דעס א סיין אז גרייט צו פארלאזען די קאמפייו?
ארויס און אינדארסירט טראמפ.
יא האמער גזען אז עס איס שוין אפישעל 😲

אלפא » זונטאג יאנואר 21, 2024 3:53 pm

· #545549
Re: 2024 פרעזידענט וואלן

א פארשטייער » זונטאג יאנואר 21, 2024 3:54 pm

· #545551
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
אסאך מאל ווינדער איך זיך וואס טראכט יעצט דער קאנדידאט ווען ער ציט זיך ארויס פון די פארמעסט און ער אנדארסירט די אנדערע קאנדידאט.
איך מיין קאם אן ❗
1) וואס דארף די וואטער טראכטען,
ביז יעצט איז יענער שלעכט געווען און יעצט אן און ווייטער איז יענער גוט און קלוג.
2)און נאכדעם וואס מאכט דיין אנדריסיראנג אויס
דו זעסט דיין מיינאנג האט נישט אנגנעמען ביים ציבור צו וואס מיינסטו יעצט יא.
איך מיין קאם אן !

גוטיטשקער » דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:04 pm

· #545979
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
אויב איינער קען דא כסדר אפדעיטען די ריזאלטס פון ווי ווי עס האלט צווישן העילי און טראמפ

אבימלך » דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:05 pm

· #545980
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
היינט קומט פאר די ערשטע פריימעריס אין לאנד - אין ניו העמפשיר
(אין אייווע איז נאר געווען א קאקעס)

אויף די רעפאבליקאנער זייט וועלן זיך פארמעסטן, טראמפ מיט העלי

טראמפּ איז אריינגעקומען גאר שטארק אין די אייווע קאקעסעס, אבער אין ניו העמפשיר שטײט ער נישט אזויפיל שטערקער אין רוב אנקעטעס
ס'איז דא וואס ווילן זאגן אז העלי האט אפי' א טשאנס צו זיגן דארט (אפי' ס'זאל זיין אמת, האט נאך טראמפּ גאר א שטארקע אויבערהאנט אין די אנדערע סטעיט'ס צו געווינען די נאמינאציע)

אויף די דעמאקראטישע זייט לויפט נישט ביידן, נאר 21 אנדערע קאנדידאטן
ביידן לויפט נישט, וויבאלד די דעמאקראטן האבן בכלל נישט געוואלט אז ניו העמפשיר זאל זיין די ערטשע, און האבן צוגענומען די דעלעגאטן פון זיי (ווייס איך נישט צו אלע אדער רוב)

ס'איז דא וואס זאגן אז אין ניו העמפשיר זענען ע''פ רוב די אנקעטעס נישט ריכטיג, צוליב פארשידענע סיבות...

וועלן מיר ווארטן פאר די רעזולטאטן

אבימלך » דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:08 pm

· #545981
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
גוטיטשקער #
אויב איינער קען דא כסדר אפדעיטען די ריזאלטס פון ווי ווי עס האלט צווישן העילי און טראמפ
אפדערווייל האט מען נאר געציילט 6 שטימען

אלע פאר העלי

אבימלך » דינסטאג יאנואר 23, 2024 7:23 pm

· #546039
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
ניו יארק טיימס

5% געציילט

טראמפ - 52.6%
העילי - 46.9%

אבימלך » דינסטאג יאנואר 23, 2024 7:24 pm

· #546040
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
וואסערמאן דערקלערט טראמפ די געווינער.

אבימלך » דינסטאג יאנואר 23, 2024 7:25 pm

· #546041
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
ניו יארק טיימס

6% געציילט

טראמפ - 54%
העילי - 45.4%

אבימלך » דינסטאג יאנואר 23, 2024 7:25 pm

· #546042
2024 פרעזידענט וואלן - פריימעריס
ניו יארק טיימס

7% געציילט

טראמפ - 52.8%
העילי - 46.6%

אבימלך » דינסטאג יאנואר 23, 2024 7:27 pm

· #546044
2024 פרעזידענט וואלן - פריימעריס
ניו יארק טיימס

8% געציילט

טראמפ - 52.8%
העילי - 46.6%

אבימלך » דינסטאג יאנואר 23, 2024 7:29 pm

· #546045
2024 פרעזידענט וואלן - פריימעריס
ניו יארק טיימס

9% געציילט

טראמפ - 52.8%
העילי - 46.6%

אבימלך » דינסטאג יאנואר 23, 2024 7:34 pm

· #546048
2024 פרעזידענט וואלן - פריימעריס
ניו יארק טיימס

10% געציילט

טראמפ - 53.3%
העילי - 46%

אבימלך » דינסטאג יאנואר 23, 2024 7:35 pm

· #546049
2024 פרעזידענט וואלן - פריימעריס
ניו יארק טיימס

11% געציילט

טראמפ - 53.3%
העילי - 46%

אבימלך » דינסטאג יאנואר 23, 2024 7:36 pm

· #546050
2024 פרעזידענט וואלן - פריימעריס
ניו יארק טיימס

12% געציילט

טראמפ - 53%
העילי - 46.4%

אבימלך » דינסטאג יאנואר 23, 2024 7:38 pm

· #546051
2024 פרעזידענט וואלן - פריימעריס
ניו יארק טיימס

13% געציילט

טראמפ - 53.3%
העילי - 46%
בלאט: 1 2 3 4