☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » 2024 פרעזידענט וואלן

2024 פרעזידענט וואלן

160 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16696
בלאט: 1 2 3 4

עמרם » פרייטאג פעברואר 9, 2024 2:33 am

· #548941
2024 פרעזידענט וואלן - פריימערי אנקעטעס
מארנינג קאנסאולט נאצינאלע אנקעטע:

טראמפ - 80
העילי - 18

שאלתיאל » פרייטאג פעברואר 9, 2024 10:12 am

· #548977
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
.

שאלתיאל » פרייטאג פעברואר 9, 2024 10:13 am

· #548978
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
2024: The "At Least He's Not The Other Guy" Election
Ben Shapiro

צועקים וזועקים » מיטוואך מערץ 6, 2024 11:29 am

· #553273
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
נאך די נעכטיגע סופער טוסדעי רעזולטאטן האט העילי היינט אינדערפרי סוספענדירט איר קאמפיין. טראמפ איז יעצט דער אומאפעציעלער נאמעני.

אלפא » דינסטאג מאי 7, 2024 1:24 pm

· #561155
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
קען איינער אריינקומען ביטע מסביר זיין מיט וועלכע פאליסיס R F K jr איז נישט קיין דעמאקראט און מיט וואס ער איז נישט קיין רעפובליקען?!
איז עס נאר זיין וואקסין (- ביג קאארפארעישאן) שיטה און זיינע ענווייראמענטאלע אנשויאונגען וועלכע שטופן אים אוועק פון ביידע זייטן? אדער איז דא נאך זאכן?

יש עתיד » דינסטאג מאי 7, 2024 2:10 pm

· #561176
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
אלפא #
קען איינער אריינקומען ביטע מסביר זיין מיט וועלכע פאליסיס R F K jr איז נישט קיין דעמאקראט און מיט וואס ער איז נישט קיין רעפובליקען?!
איז עס נאר זיין וואקסין (- ביג קאארפארעישאן) שיטה און זיינע ענווייראמענטאלע אנשויאונגען וועלכע שטופן אים אוועק פון ביידע זייטן? אדער איז דא נאך זאכן?
ס'איז לכאורה אזויווי דו זאגסט, זיין באזע באשטייט מיינעך מער פון אזאלכע רעפובליקאנער וואס זענען אנטי וואקסין און ברוגז אויף די אנגעבליכע ביג גאווערמענט.

איך האב נישט אנגעיאגט צו דורכקוקן די גאנצע 30 מינוטיגע ווידיאו וואס דו האסט געלינקט, דארט זע איך רעדט ער טאקע בעיקר פון וואקסינען און קלימאט, אבער אויב ווילסטו וויסן מער אויף זיינע פאליסיס בכלליות האב איך געטראפן די ווידיעא וואס איז מסביר זיינע שטעלונגען אויף גרעניץ, האוזינג, סאציאלע אישוס און עקאנאמיע.
אזוי אויך דעם ארטיקל וואס ערקלערט פון וועלכע סארט מענטשן באשטייט זיינע שטיצער.

אלע צוזאמען » מיטוואך מאי 8, 2024 12:39 am

· #561249
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
אלפא #
קען איינער אריינקומען ביטע מסביר זיין מיט וועלכע פאליסיס R F K jr איז נישט קיין דעמאקראט און מיט וואס ער איז נישט קיין רעפובליקען?!
איז עס נאר זיין וואקסין (- ביג קאארפארעישאן) שיטה און זיינע ענווייראמענטאלע אנשויאונגען וועלכע שטופן אים אוועק פון ביידע זייטן? אדער איז דא נאך זאכן?
https://www.usatoday.com/elections/voter-guide/2024-11-05/candidate/robert-f-kennedy
דאס איז א קורצע און שנעלע דורכ-וואק פון די באקאנטע אישוס אין אמעריקאנע פאליטיק.
זיין משפחה היסטאריע אלץ א ’קענעדי’ איז אויף סאציאלע אישוס לכאורה זייער לינק, כ’זאג לכאורה ווייל כא’נאך נישט געטראפן ווי ער זאל רעדן באריכות פון די נושא.
אנגענומען אויפן גאס איז אז ער שלעפט מער אוועק פון די דעמאקראטן ווי פון רעפובליקאנער, כאטש אויף למעשה גייט ער לכאורה נישט צו סאך אויסמאכן.

אגב קען איך מיך זעהן עגריען מיט וואס די זאגסט אין אן אנדערע אשכול וועגן שטימען פאר אים אלץ א שנעלקע פאר די צוויי גרויסע פארטייען.

יש עתיד » מיטוואך מאי 8, 2024 2:08 am

· #561257
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
אלע צוזאמען #

פארוואס זאגסטו ער שלעפט אוועק מער דעמאקראטן ?

רוב אנאליסטן האלטן פארקערט אז ער שעדיגט ענדערש רעפובליקאנער, און ס'לייגט זיך שטארק אויפן שכל ווען מ'נעמט אין באטראכט אז זיין הויפט פאליסי וואס יעדער איז פארנומען איז טאקע די אנטי וואקסין רעטאריק, וואס ציט שטארקע אינטרעסע ביי די far-right.

די באריכט פון פאליטיקא עטליכע חדשים צוריק האט שוין געוואוסט דאס צו פארציילן, שפעטער זענען דא ענליכע באריכטן פון וואשינגטאן פאוסט, NBC, און נאך.
און דאס ווייזט זיך טאקע אן לעצטע וואך ווען טראמפ האט אים שארף אטאאקירט, ווייזט אויס אז ער זעלבסט טראכט אויך אז ס'קען אים שטארק שעדיגן.

אנדערע ווייזן אבער אן אז קענעדי געניסט פון אזאלכע דעמאקראטן וואס זענען גענצליך אומבאהאוונט אין פאליטיק, אבער וועלן שטיצן קענעדי בלויז צוליב וואס די נאמען קלינגט היימיש... (עכ"פ אזוי האב איך דא געזען).

עמרם » זונטאג יוני 30, 2024 2:25 am

· #566784
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
עמרם #
שטייענדיג א יאר צי די גרויסע וואלן אין אמעריקע ווי די אמעריקאנע בירגער וועלן קענען אויסוועלן ווער ס'זאל זיין די אמעריקאנע פרעזידענט איז צייט אויסצושמועסן ווי מ'האלט און הערן די מיינונגען פון די חשובע חברי הק''ש

ווי ס'זעהט יעצט אויס וועט די יעצטיגע פרעזידענט ביידען לויפן פאר נאך א טערמין אויף די דעמאקראטישע טיקעט אקעגען די פאריגע פרעזידענט טראמפּ וואס וועט לויפן אויף די רעפאבליקאנע טיקעט

לעצטענס האבען זיך די אנקעטעס צווישען די צוויי געטוישט און געבען מער שטימען פאר די רעפאבליקאנער קאנדידאט טראמפּ טראץ דעם וואס ער איז געווארן אנגעקלאגט עטליכע מאל די לעצטע תקופה

טייל האלטן אז די סיבה פארוואס ביידען פארלירט שטיצע איז אדאנק זיין שטארקע שטיצע פאר מדינת ישראל (טראץ דעם וואס זיין קעגנער טראמפּ וואלט לכאורה געשטיצט פי כמה) און לפי זה אויב זאל די מלחמה קומען צו א ענדע און די נאנטע טעג קען ער זיך נאך צירוק כאפען

בכל אופן איז נאך יעצט געניג פרי אז זאכען זאלן זיך קענען טוישען
שוין,
האלט מען שוין עטוואס סאך נענטער צו די וואלן

ביז לעצטע וואך איז אלעס געגאנגען ווי געפלאנט,
ביידן איז געלאפן אין די פריימעריס אויף די דעמאקראטישע זייט, און געוואונען
טראמפ איז געלאפן אויף די רעפאבליקאנער זייט, און געוואונען

און ס'האט זיך אנגעהויבן די פארמעסט צווישן די צוויי, ווי די אנקעטעס האבן געוויזן איין טאג אזוי און איין טאג אזוי... ס'האט אויסגעזעהן ווי א געהעריגע פארמעסט

ביז לעצטע וואך דאנערשטאג, ווען ס'איז אפגעהאלטן געווארן די ערשטע דעבאטע, טאקע צווישן די צוויי קאנדידאטן

למעשה איז טראמפ ארויס א קלארע געווינער, אויף אזא פארנעם אז די דעמאקראטן ווילן ערזעצן דעם אלטן ביידן , מיט א צווייטער, כדאי צו באזיגן טראמפ

טראץ וואס ביידן האט קלאר געוואונען די פריימעריס, און וויל לויפן און ס'קומט זיך פאר אים, אבער זעהט אויס אז זיי האלטן אז טראמפ האט מער טשאנסן,

וואס ס'וועט למעשה זיין, וועט מען דארפן זעהן...

berlbalaguleh » זונטאג יוני 30, 2024 2:39 am

· #566788
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
ביידן האט נישט פארלוירן שטיצע אין די דעמאקראטישע פארטיי צוליעב זיין שטארקע שטיצן פון מדינת ישראל. נאר לויט זיין שוואכע פערפארמענס בכלל. ספעציעל נאך די דעבאטע. וואו א יעדער האט דערווארט אז ביידן זאלל אויפמאכן א מויל אויף טראמפ בקול רעש גדול. פונקט אזוי ווי ער טוט אייביג. און אויפווייזן און ארויסהייבן זיינע שוואכע נקודות. ספעציעל די געריכט באשולדיגונגען אויף איהם. דערווייל האט ער גערעדט מיט א הייזעריגע שטימע. זעהט אויס ער איז געווען "ערשעפט" (עקזהאוסטעד). דאס איז דאך די גרעסטע סימן אז ער איז נישט קוואליפיצירט צו לויפן פאר נאך א טערם. אזוי ווייט אז די דעמאקראטן אליינס באטראכטן ערנסט ארויסצולייגן א צווייטן, מער ענערגישן קאנדידאט. ווייל זיי פארשטייען אז טראמפ'ס שאנסן צו געווינען די וואלן זענען א סאך שטערקער אויב זיי האבן א שוואכן קאנדידאט.
בלאט: 1 2 3 4