☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

81 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16673
בלאט: 1 2

אפטימיסטיש » מיטוואך אפריל 17, 2024 7:47 pm

· #559528
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
berlbalaguleh #
אפטימיסטיש: ס'איז א גוט ווערטל. (דיין עצה אז ער זאל אנהייבן טון עבירות שלא לשמה). נאר אין מקרא יוצא מידי פשוטו. די ריכטיגע פשט פון די גמרא איז אז א סאך מאל קען א מענטש טון אן עבירה. נאר מיט א גוטע כונה. איז דער אייבישטער , כביכול. מער צופרידן פון דעים. בעסער ווי מ'זאל טון א מצוה אן כונה. כמצוות אנשים מלומדה. אדער טון די מצוה פאר זיינע אייגענע חשבונות פון געלט אדער כבוד.
א דאנק פארן fact טשעקן...

yesiknow » מיטוואך אפריל 17, 2024 10:39 pm

· #559553
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
אפטימיסטיש #
זאקן #
סתם בהמות, אויב די האסט שוין די תורה אין די ערד גיי טוה עפעס עבירות וואס די רעדסט זיך איין אז די גייסט האבן עפעס הנאה פון די עבירה, סתם מאכן א גניבה אויף א פאללעט עמי האבן זיי א עבירה אן קיין הנאה
אמר רב נחמן בר יצחק גדולה עבירה לשמה ממצוה שלא לשמה
(הוריות י:)
אויך א גמרא סוף ברכות בכל דרכיך דעהו אפילו בעבירה עיין שם כמבואר במי השילוח.

זה הענין של נעשה לו כהיתר כידוע ליודעי חן, גם הענין שנעשה לו כזכיות

אפטימיסטיש » מיטוואך אפריל 17, 2024 11:35 pm

· #559558
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
yesiknow #
אפטימיסטיש #
זאקן #
סתם בהמות, אויב די האסט שוין די תורה אין די ערד גיי טוה עפעס עבירות וואס די רעדסט זיך איין אז די גייסט האבן עפעס הנאה פון די עבירה, סתם מאכן א גניבה אויף א פאללעט עמי האבן זיי א עבירה אן קיין הנאה
אמר רב נחמן בר יצחק גדולה עבירה לשמה ממצוה שלא לשמה
(הוריות י:)
אויך א גמרא סוף ברכות בכל דרכיך דעהו אפילו בעבירה עיין שם כמבואר במי השילוח.

זה הענין של נעשה לו כהיתר כידוע ליודעי חן, גם הענין שנעשה לו כזכיות
דו מיינסט מסתם די גמרא ברכות סג. "דרש בר קפרא איזוהי פרשה קטנה שכל גופי תורה תלוין בה (משלי ג, ו) בכל דרכיך דעהו והוא יישר ארחותיך, אמר רבא אפילו לדבר עבירה,

פארשטיי איך שוין יעצט פארוואס די גמרא זאגט דארט תיכף דערנאך: "דרש בר קפרא לעולם ילמד אדם את בנו אומנות נקיה וקלה"

ווייזט אויס אז שוין אפילו אין יענע צייטן זענען די בעלי עבירה (לשמה) און ביכער גנבים געווען ארבעטסלאז... זאגט די גמרא: אז דו זעסט אז עס קומט דיר אונטער צופיל עבירות לשמה, גיי זיך א דזשאב!...

טעלעגראם » זונטאג אפריל 21, 2024 3:09 pm

· #559800
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
געווען א פרישע אינצידענט אין וויליאמסבורג?

אייביג פרייליך » מאנטאג אפריל 22, 2024 10:54 am

· #559947
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
טעלעגראם #
געווען א פרישע אינצידענט אין וויליאמסבורג?
יא ! חיות בדמות בחורים האבען צוגגגאנבעט די עמי פין טשעסנאט אין ווילי ! גנבים וואס זיי זענען ! אלע פין די זעלבע חדר !

מאנרא יונגערמאן » מאנטאג אפריל 22, 2024 12:24 pm

· #559951
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
וויליאמסבורג האט נישט קיין געז סטאנציעס?

אלע צוזאמען » מאנטאג אפריל 22, 2024 12:26 pm

· #559952
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
מאנרא יונגערמאן #
וויליאמסבורג האט נישט קיין געז סטאנציעס?
גאז סטאנציעס וואס פארקויפן די עמי, ניין אבער יא עטליכע ’ניוס סטענדס’ און טאקע א גרויסער עולם גייט אהין עס קויפן.

אפטימיסטיש » מאנטאג אפריל 22, 2024 5:01 pm

· #559999
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
berlbalaguleh #
אפטימיסטיש: ס'איז א גוט ווערטל. (דיין עצה אז ער זאל אנהייבן טון עבירות שלא לשמה). נאר אין מקרא יוצא מידי פשוטו. די ריכטיגע פשט פון די גמרא איז אז א סאך מאל קען א מענטש טון אן עבירה. נאר מיט א גוטע כונה. איז דער אייבישטער , כביכול. מער צופרידן פון דעים. בעסער ווי מ'זאל טון א מצוה אן כונה. כמצוות אנשים מלומדה. אדער טון די מצוה פאר זיינע אייגענע חשבונות פון געלט אדער כבוד.
רעדנדיג פון 'אין המקרא יוצא מידי פשוטו' קומט אצינד אריין די נייעס אז די ביכער גנבים זענען ארומגעגאנגען צו בתי מדרשים און ארויסגע'גנב'עט די "פשוטו של מקרא חומשים" און עס ל"ע פארברענט 😢

שאלו שרופה באש
📎 . (11).jpeg 📎 . (12).jpeg 📎 . (13).jpeg 📎 . (14).jpeg

פון אונזערע » דאנערשטאג אפריל 25, 2024 4:45 am

· #560019
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
אפטימיסטיש #
berlbalaguleh #
אפטימיסטיש: ס'איז א גוט ווערטל. (דיין עצה אז ער זאל אנהייבן טון עבירות שלא לשמה). נאר אין מקרא יוצא מידי פשוטו. די ריכטיגע פשט פון די גמרא איז אז א סאך מאל קען א מענטש טון אן עבירה. נאר מיט א גוטע כונה. איז דער אייבישטער , כביכול. מער צופרידן פון דעים. בעסער ווי מ'זאל טון א מצוה אן כונה. כמצוות אנשים מלומדה. אדער טון די מצוה פאר זיינע אייגענע חשבונות פון געלט אדער כבוד.
רעדנדיג פון 'אין המקרא יוצא מידי פשוטו' קומט אצינד אריין די נייעס אז די ביכער גנבים זענען ארומגעגאנגען צו בתי מדרשים און ארויסגע'גנב'עט די "פשוטו של מקרא חומשים" און עס ל"ע פארברענט 😢

שאלו שרופה באש
רח''ל מ'דארף זיי אפשטעלן ווי שנעלער אז נישט האב איך מורא אז זיי וועלן אנהייבן צו פארברענען ספרי תורה וואס די סופר גייט צי די טמאנע בחירות וואס די הייליגע בעלזע רב האט מחרים געוועזן...

yesiknow » דאנערשטאג אפריל 25, 2024 4:05 pm

· #560045
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
קען איינער מברר זיין אז על פי הלכה האט מען געמעגט פארברענען די חומשים? איך פארשטיי אז עס איז דא איסור מיט א גאר קליינע חלק וואס ער ברענגט ראשונים וואס טייל ווילן דאס נישט לערנען, אבער דאס צו נעמען צו נעקסט לעוועל און פארברענען איז א שטיקל שפרינג! לבי אומר לי אז זיי גייען חרטה האבען אויף די אקט איך האף אז מען קען תשובה טהון אויף דאס.

ס'איז ידוע אז אין בעלז האט מען נישט געלערנט פארשידענע ספרי אחרונים (אפשר אפילו ראשונים) אין סאטמאר האט מען נישט געלערענט קהתי (שטיינזאלץ) אבער מען זאל פארברענען די ספרים האט מען נישט געהערט, איז דאס אכשר דרא?

חג שמח לכולכם

צקון לחש » דאנערשטאג אפריל 25, 2024 7:50 pm

· #560053
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
yesiknow #
קען איינער מברר זיין אז על פי הלכה האט מען געמעגט פארברענען די חומשים?

ווען ס'קומט צו אידישקייט איז הלכה גאנץ א קליינע פאקטאר, כנודע

אפטימיסטיש » דאנערשטאג אפריל 25, 2024 8:11 pm

· #560054
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
צקון לחש #
yesiknow #
קען איינער מברר זיין אז על פי הלכה האט מען געמעגט פארברענען די חומשים?

ווען ס'קומט צו אידישקייט איז הלכה גאנץ א קליינע פאקטאר, כנודע
אזוי ווי כ'האב פונקט געהערט אן אינטערוויו אויף קול מבשר מיט ר' דוד כ"ץ - משגיח כשרות, ווי ער טרייט צו פארענטפערן די מנהג וואס מאנכע פירען זיך נישט צו עסן -אום פסח - ירקות וואס מ'קען נישט אפשיילן, און דערביי רייסט ער אראפ די אלע וועלכע עסן romaine lettuce אום פסח, טראץ וואס מ'קען עס נישט אפשיילן, איי פרעגט ער א קושיא: וויאזוי קען זיין אז מ'נוצט עס דאך ביים סדר אלס מרור? ממילא וואס איז אנדערש דער סדר נאכט ווי די רעשט פון פסח??

נאר וואזשע דען? - איז ר' דוד כץ ממשיך - פסח ביינאכט האמיר ליידער נישט קיין ברירה ווייל דער אייבערשטער האט באפוילן צו עסן מרור... ועל הראשונים אנו מצטערים... משא"כ א גאנץ יו"ט שטייט אונז נישט דער אייבערשטער אין וועג... פשט איז: ר' דוד כ"ץ וכת דיליה פארמאגן א רעליגיע וואס ענדלט אביסל צו אידישקייט, און טיילמאל איז עס א סתירה מיט וואס דער אייבערשטער באגערט, און בלית ברירה פאלגט מען דעם באשעפער און מ'עסט דעם מרור כמי שכפאו שד... אבער הלואי וואלט דער אייבערשטער בכלל נישט געגעבן פאר זיי די תורה, אזוי וואלטן זיי געקענט אנגיין מיט זייער חרד'יזם אומגעשטערט

מר. קלונימוס » דאנערשטאג אפריל 25, 2024 8:14 pm

· #560055
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
ער זאגט אזוי ווי די ישמח משה האט זיך געפירט אז ער האט נישט געגעסן מצה נאר ביים סדר ווען מ'מוז, ער האט חושש געווען סתם אזוי

אפטימיסטיש » דאנערשטאג אפריל 25, 2024 8:20 pm

· #560056
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
מר. קלונימוס #
ער זאגט אזוי ווי די ישמח משה האט זיך געפירט אז ער האט נישט געגעסן מצה נאר ביים סדר ווען מ'מוז, ער האט חושש געווען סתם אזוי
דער ישמח משה איז נישט ארויפגעקומען אויף קול מבשר פארלאנגען אז יעדער זאל אזוי טון, ער האט זיך אליינס מחמיר געווען מטעמו הכמוס

yesiknow » דאנערשטאג אפריל 25, 2024 11:40 pm

· #560065
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
מר. קלונימוס #
ער זאגט אזוי ווי די ישמח משה האט זיך געפירט אז ער האט נישט געגעסן מצה נאר ביים סדר ווען מ'מוז, ער האט חושש געווען סתם אזוי
די תורה זאגט "שבעת ימים תאכל מצות" דאס מיינט אז מן התורה קען -מוז (מעג) מען עסען אלע זיבען טעג מצות לא נתנה תורה למלאכי השרת יעדער קען- מעג מחמיר (מקיל) זיין לפי תאוותו אבער זאגען אז מען טאר נישט נאר פאר די כזיתים איז נאר על פי סוד מן הסתם

קהל'ס נער » פרייטאג אפריל 26, 2024 3:27 am

· #560070
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
אפטימיסטיש #
צקון לחש #
yesiknow #
קען איינער מברר זיין אז על פי הלכה האט מען געמעגט פארברענען די חומשים?

ווען ס'קומט צו אידישקייט איז הלכה גאנץ א קליינע פאקטאר, כנודע
אזוי ווי כ'האב פונקט געהערט אן אינטערוויו אויף קול מבשר מיט ר' דוד כ"ץ - משגיח כשרות, ווי ער טרייט צו פארענטפערן די מנהג וואס מאנכע פירען זיך נישט צו עסן -אום פסח - ירקות וואס מ'קען נישט אפשיילן, און דערביי רייסט ער אראפ די אלע וועלכע עסן romaine lettuce אום פסח, טראץ וואס מ'קען עס נישט אפשיילן, איי פרעגט ער א קושיא: וויאזוי קען זיין אז מ'נוצט עס דאך ביים סדר אלס מרור? ממילא וואס איז אנדערש דער סדר נאכט ווי די רעשט פון פסח??

נאר וואזשע דען? - איז ר' דוד כץ ממשיך - פסח ביינאכט האמיר ליידער נישט קיין ברירה ווייל דער אייבערשטער האט באפוילן צו עסן מרור... משא"כ א גאנץ יו"ט שטייט אונז נישט דער אייבערשטער אין וועג... פשט איז: ר' דוד כ"ץ וכת דיליה פארמאגן א רעליגיע וואס ענדלט אביסל צו אידישקייט, און טיילמאל איז עס א סתירה מיט וואס דער אייבערשטער באגערט, און בלית ברירה פאלגט מען דעם באשעפער און מ'עסט דעם מרור כמי שכפאו שד... אבער הלואי וואלט דער אייבערשטער בכלל נישט געגעבן פאר זיי די תורה, אזוי וואלטן זיי געקענט אנגיין מיט זייער חרד'יזם אומגעשטערט
ווער ווייסט וויפיל אידן די אייבערשטער האט שוין מכשיל געוועהן דורך זיי הייסן עסן די מרור וואס מען קען נישט שיילן…

עמקות התם » פרייטאג אפריל 26, 2024 6:26 am

· #560072
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
yesiknow #
מר. קלונימוס #
ער זאגט אזוי ווי די ישמח משה האט זיך געפירט אז ער האט נישט געגעסן מצה נאר ביים סדר ווען מ'מוז, ער האט חושש געווען סתם אזוי
די תורה זאגט "שבעת ימים תאכל מצות" דאס מיינט אז מן התורה קען -מוז (מעג) מען עסען אלע זיבען טעג מצות לא נתנה תורה למלאכי השרת יעדער קען- מעג מחמיר (מקיל) זיין לפי תאוותו אבער זאגען אז מען טאר נישט נאר פאר די כזיתים איז נאר על פי סוד מן הסתם
לשיטת הגר"א איז די גאנצע 7 טעג א המשך פונעם אפיקומן,

yesiknow » פרייטאג אפריל 26, 2024 10:11 am

· #560077
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
ביטע צוצייכענען ולדעתו מותר לאכול אחר אפיקומן שהכל נכלל בו ממילא?

דרך אגב רציתי לשאול אם אתה לא המחשבה (החושב) אז מי היא זה?
גם בתמימות אסור להיות שוטה רנ"ב

הכנה דרבה » פרייטאג אפריל 26, 2024 11:43 am

· #560081
כריין קען מען שיילן, די שאלה איז נאר וואס איז מיט די טרויבן וואס מ׳נוצט פאר די מאסט.

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 26, 2024 11:52 am

· #560082
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
מר. קלונימוס #
ער זאגט אזוי ווי די ישמח משה האט זיך געפירט אז ער האט נישט געגעסן מצה נאר ביים סדר ווען מ'מוז, ער האט חושש געווען סתם אזוי
דאס שמעקט ווי בריסקער מהלך המחשבה.
בכלל בריסק מיט או.סי.די. זענען עפעס קרובים. נאר בריסק האט א דין בכורה. ווייל זיי האבן געטון די דאזיגע זאכן נאך פאר מ'האט געקוינ'ט דעם טערם.

לפענ"ד הקלושה איז דא א גרעניץ וואס יא און וואס נישט. אמת חמץ איז במשהו. נאר די איבערגעטריבענע, אומזיסטע חששות האבן ענדערש צו טון מיט אבסעססיווקייט.

אפטימיסטיש » פרייטאג אפריל 26, 2024 1:16 pm

· #560085
Re:
הכנה דרבה #
כריין קען מען שיילן, די שאלה איז נאר וואס איז מיט די טרויבן וואס מ׳נוצט פאר די מאסט.
כ'זאג דיר: אידישקייט איז פיל מיט מכשולות... סאכדעס גייט עס בקרוב אסר'ן...

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 26, 2024 1:42 pm

· #560086
Re: Re:
אפטימיסטיש #
הכנה דרבה #
כריין קען מען שיילן, די שאלה איז נאר וואס איז מיט די טרויבן וואס מ׳נוצט פאר די מאסט.
כ'זאג דיר: אידישקייט איז פיל מיט מכשולות... סאכדעס גייט עס בקרוב אסר'ן...
סאכדעס אסר'ט נאר א פראדוקט וואו זיי האבן נישט קיין יד. צי קודם המעשה אדער לאחר המעשה. משום הישמר והיזהר. (נעקסט טיים).
אויך א מענטש וואס איז נישט געווען אדוק ומקושר צו רבינו הקדוש זי"ע. וואס האט זיך נישט געווייקט ביים רבי'ן. נאך אינדערהיים (יו פיל אין דהע בלענקס)----ארישווא,קראלי, סאטמאר.

yesiknow » פרייטאג אפריל 26, 2024 4:18 pm

· #560098
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
די שאלכץ עסט מען טאקע נישט נאר די אינסייד ווערט ארויסגעקוועטשט בבחינת אחר תוכו אכל קליפתו זרק , די עכטע שאלה איז אויף די (האלוויד) מצה וואס מען באקט מיט די קלאבען נאר מען קען זאגען לפי שיטת @אפטימיסט כל דבר שאסרו תורה התירו כיוצא בו ודוק

הכנה דרבה » פרייטאג אפריל 26, 2024 4:31 pm

· #560099
Re: Re:
אפטימיסטיש #
הכנה דרבה #
כריין קען מען שיילן, די שאלה איז נאר וואס איז מיט די טרויבן וואס מ׳נוצט פאר די מאסט.
כ'זאג דיר: אידישקייט איז פיל מיט מכשולות... סאכדעס גייט עס בקרוב אסר'ן...
אידישקייט איז שוין גע׳אסר׳ט געווארן אסאך פאר סאכדעס.

טובלכל » דאנערשטאג מאי 2, 2024 10:53 pm

· #560563
Re: Re:
סאכדעס אסר'ט נאר א פראדוקט וואו זיי האבן נישט קיין יד. צי קודם המעשה אדער לאחר המעשה. משום הישמר והיזהר. (נעקסט טיים).
אויך א מענטש וואס איז נישט געווען אדוק ומקושר צו רבינו הקדוש זי"ע, וואס האט זיך נישט געווייקט ביים רבי'ן נאך אינדערהיים (יו פיל אין דהע בלענקס)----ארשיווא, קראלי, סאטמאר.

בעצם להלכה, קודם פסח יש ביטול ואינו חוזר וניעור
סאכדעס פארלירט יעצט business אויף restaurants וויבאַלד זיי האבן "תקנות" (שומר העיר...) קיין שייכות מיט כשרות payback time.

רב חאצאצאק הקטן » פרייטאג מאי 31, 2024 3:33 pm

· #563923
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
😂 "סאכ-דעס"

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 31, 2024 7:22 pm

· #563953
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
נישט אויף לאנג גייט עס ווערן אן (אפיציעלע) מושב זקנים. וואו א סאך אלטע אידן קומען פארברענגען דעם טאג. האלב פון די צייט דרימלען זיי אוועק. זיי וועקן זיך נאר אויף ווען מ'דארף גיין צו א דין תורה'לע. בשעת די "דין תורה" דרימלען זיי אויך. מעשה שהיה.

berlbalaguleh » זונטאג יוני 2, 2024 6:30 am

· #563987
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
איך זאג נישט אז זיי זענען גארנישט ווערד. נאר לאמיר עס נישט מאכן די "הייליגע" ארגאניזאציע וואס מ'טאר נישט קריטיקירן. אפילו ווען מ'זעהט באשיינפערליך די קארופציע.

איך האב געהאט א פאל, איבער א סיכסוך פון מיין זוהן'ס דירה. און א רב פון התאחדות האט אויסגעהערט אלע טענות פון ביידע צדדים. און ער איז אויפגעקומען מיט א פשרה וואס א יעדער איז געווען צופרידן.

אין א צווייטן פאל, אויך איבער א לענדלארד-טענענט סיכסוך, מיט אנדערע בעלי דינים איז שוין געווען א ביסל "קארופשן". און כמעט זיכער (איך האב נישט געזען ווי מ'האט איבערגעגעבן די געלט.) אויך שוחד. רוף עס וויאזוי דו ווילסט.
אן אריינגיין אין פרטים. האט מען געמאכט א אפיציעלע "דין תורה" מיט 3 דיינים. צוויי עלטערע אידן, וועלכע האבן געדרימלט די גאנצע צייט. דער צד שכנגד האט געשיקט א "טוען". דער טוען וואס איז לפי כל הדיעות פון מענטשן וואס קענען איהם א געשוואלענער עיי"ן ה"א האט געבראקט שקרים. אויך האט ער אויפגענומען די גאנצע צייט מיט "פיליבאסטערן". פאר דער ווואס ווייסט די מיינונג פון דעם ווארט. ער האט זיך גענימען אפליינען א יעדן סעיף קטן וואס איז געפרינטעד אין ליעס. די 2 עלטערע רבנים האבן פיין אוועק געדרימלט. דער יונגערמאן איז יא געווען וואכזאם. ווען דער טוען האט אפגעליינט איין קפיטל פונ'ם ליעס וואס מאכט נישט קיין סענס האט ער איהם געסטאפט און געפרעגט א לאגישע שאלה. דארט איז ער געבליבן שטיל.

שוין די "דין תורה" האט זיך געענדיגט. די באטשי'ס זענען אויפגעשטאנען פון שינת הצהריים.

דער פסק איז ארויסגעקומען "אקעגן מיר"...!

וויאזוי קען אזא "פורים שפיעל" אפילו אנגערופן ווערן דין תורה?!

שמעקעדיג » זונטאג יוני 2, 2024 9:17 am

· #563996
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
ר' בערל, כ'האב פאר אייך נייעס.. התאחדות איז ליידער נישט די איינציגסטע ב"ד וואס פירט זיך אויף אזוי, געוויסע אנדערע זענען גארנישט בעסער אדער גאר ערגער. נאר פשוט ביי התאחדות ביסטו געווען און עס מיטגעהאלטן, און ביי אנדערע נישט.

א גרויס חלק בתי דינים זענען ליידער שטארק קארופטירט, והדברים עתיקין.

רב חאצאצאק הקטן » זונטאג יוני 2, 2024 9:20 pm

· #564058
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
שמעקעדיג #
ר' בערל, כ'האב פאר אייך נייעס.. התאחדות איז ליידער נישט די איינציגסטע ב"ד וואס פירט זיך אויף אזוי, געוויסע אנדערע זענען גארנישט בעסער אדער גאר ערגער. נאר פשוט ביי התאחדות ביסטו געווען און עס מיטגעהאלטן, און ביי אנדערע נישט.

א גרויס חלק בתי דינים זענען ליידער שטארק קארופטירט, והדברים עתיקין.
זאג מיר נאך ב"ד וואס זענען אזוי ווי "סאך-דעס".

berlbalaguleh » זונטאג יוני 2, 2024 10:30 pm

· #564070
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
שמעקעדיג איז גערעכט: איך האב געהערט נאך ערגערע זאכן אויף אנדערע בתי דינים דא אין ניו יארק.

נאר ווען איינער לערנט א ביסל די הלכות אין חושן משפט זעהט ער ווי שטארק יושר'דיג די תורה איז. דאס איז דער גרויסער ווייטאג אז די אזוי-גערופענע רבנים פארדרייען אלעס פאר א פאר דאללער. (נישט אלע, ח"ו. נאר א סאך.)
בלאט: 1 2