☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » חומש פשוטו של מקרא

חומש פשוטו של מקרא

91 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14989
בלאט: 1 2

תרמב » מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:25 pm

· #488155
חומש פשוטו של מקרא
לעצטנס טוט זיך א פרישע מערכה איבער א חומש מיטן נאמען פשוטו של מקרא וואס איז לעצטנס ערשינען, די ארויסגעבער זענען די זעלבע ווי די וואס האבן מוציא לאור געווען די חומש רש"י כפשוטו, די עוולה וואס זיי זענען אנגעבליך באגאנגען איז אז זיי באנוצן זיך מיט אנדערע ראשונים ומפרשים צו אפטייטשן די פסוקים נישט דווקא רש"י'ס פשט, איך כאפ נאך נישט פונקטלעך די עוולה, ווי לאנג ער מאכט נישט אויף קיין זאכן אליינס.

איך האב נאך נישט געזעהן דעם חומש, אבער איך האב געהערט עטליכע דוגמאות וואס זיי שרייבן אנדערש ווי רש"י, ער שרייבט אין פרשת נח אויף די פסוק צוהר תעשה לתיבה, אז מ'האט געלייגט ליכט, נישט אזוי ווי רשי זאגט א פענסטער, ביי יעקב'ס פטירה ויגווע ויאסף אל עמו שרייבט ער צו ומת, נישט אזוי ווי רשי ברענגט אראפ א מאן דאמר אין די גמרא אז יעקב לא מת, ביי די אבנים מראשותיו של יעקב שרייבט ער אז סאיז געווען איין שטיין אנשטאט צוועלף ווי מ'האט אויסגעלערנט אין חדר, און נאך אזעלכע זאכן.

(איך האב געהערט אז ר' ברוך שמואל דויטש איז געווען דער ערשטער צו שרייבן א בריוו קעגן דעם חומש, וואס גייט זיין אינטערסאנט איז אז די סיקריקים גייען נאכזאגן פון אים בשעת ביי די מקווה ריין פילטער איז ער פרא, דעמאלטס וועט ער נישט זיין גענוג כשר..)
📎 2021-12-15.png

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:44 pm

· #488156
און וואס איז די עוולה אויב מאכט ער יא אויף זאכן אליינס און לערענט אריין זיין אייגם פשט אין חומש? ווען פינקטלעך האבן די קאמענטארן אויף די תורה באקומען אן איסור? נאכן אברבנאל!? אדער נאכן רש"ר הירש?

רביה''ק זי''ע » מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:45 pm

· #488157
דער גאלדענער אדלער
און וואס איז די עוולה אויב מאכט ער יא אויף זאכן אליינס און לערענט אריין זיין אייגם פשט אין חומש? ווען פינקטלעך האבן די קאמענטארן אויף די תורה באקומען אן איסור? נאכן אברבנאל!? אדער נאכן רש"ר הירש?

אחרי מות קדושים אמור

תרמב » מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:51 pm

· #488158
דער גאלדענער אדלער
און וואס איז די עוולה אויב מאכט ער יא אויף זאכן אליינס און לערענט אריין זיין אייגם פשט אין חומש? ווען פינקטלעך האבן די קאמענטארן אויף די תורה באקומען אן איסור? נאכן אברבנאל!? אדער נאכן רש"ר הירש?

גערעכט, אבער דעמאלטס וואלט איך נאך געקענט הערן זייערע טענות, אבער מ'רעדט דאך דא פון סתם ראשונים וואס מ'מעג נאכזאגן אפילו לשיטתם.

לאנגע הויזן » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 11:02 am

· #488189
ס'איז נישט דא קיין שום איסור מיט די חומש.

ס'איז שוין פשוט נישט געווען קיין איסור אויף א נייע ערפינדעטע זאך די לעצטע שטיק צייט, איז די חומש געפאלן די קומענדיגע קרבן.

@רע בנים

יָדוֹרָש » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 11:19 am

· #488192
א שטורעם אין א גלעזל וואסער.

נאך וואס די נכון לשם האט ארויסגעגעבן רש''י כפשוטו האבן זיי געארבעט אויף חומש פשוטו של מקרא. דאס איז א פירוש וואס צילט צו גיין מיט די ראשונים וואס זענען קרובים לפשוטו של מקרא. ווען רש''י גייט מיט'ן דרש, וועלן זיי נעמען די מהלך פון אן אנדערע ראשון וואס איז נענטער צום פשט.

אנגעפירט דעם פראיעקט האט א חשוב'ע איד פון ירושלים, רב אנשין, א ברסלבע חסיד. ווער עס קען אים איז מעיד אז מען קען אים נישט חושד זיין מיט אויפגעקלערטקייט אדער אפיקורסות.

די אוסרים קענען למעשה נישט אנווייזן אויף קיין שום ספעציפישע שטיקל פונעם חומש וואס איז פראבלאמאטיש, אויסער דאס וואס ער נעמט אן אנדערע ראשונים במקום רש''י. דאס איז א לעכרעליכע טענה. דער רמב''ן און אנדערע ראשונים און קדושים האבן שוין ארויסגעטרעטן דעם וועג אז צו טייטשן פסוקים מעגן מען אוועקגיין פון רש''י און דעם דרש.

ובפרט אז רב אנשין האט ליכטיג געמאכט דברי רש''י פאר טויזענטער אידן מיט זיין פשוטו של רש''י (וואס דוכט זיך איז עס אויך אריינגעדרוקט אינעם פשוטו של מקרא).

יָדוֹרָש » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 11:20 am

· #488194
בכלל זעהט אויס ווי עס איז דא מסורה אז אנטקעגן יעדע חומש דארף ארויסקומען אן איסור. ווי מען געדענקט פון די תורה ברורה. (אויסער עוז והדר, מטעם הכמוס)

תרמב » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 11:22 am

· #488196
די מסורה האט זיך שוין אנגעהויבן ביי מענדעלסאן’ס חומש......

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 12:01 pm

· #488200
זייער גרעסטע טעות איז די נאמען, עס הערט זיך ווי זיי ווילן זאגן ביז היינט האט מען נישט געלערנט פשוט פשט, און זיי קומען זאגן פשוטו של מקרא. דאס טריגערט אסאך עמאושענס.

אמאל האט מען געוואוסט מען לערנט נישט קיין ספרים חיצונים, שפעטער האט מען געזאגט נ"ך איז נאך ערגער, היינט ווייסט מען שוין די תורה איז די הארבסטע. איך קען אידן וואס האבן געלערנט די תורה, זיי זענען געווען קלוגער, זיי האבן זיך איינגערעדט זיי מעגן יא, איך וויל נישט זאגן וואו זיי זענען אנגעקומען...

יָדוֹרָש » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 12:09 pm

· #488204
יעקב מעקסוועל
זייער גרעסטע טעות איז די נאמען, עס הערט זיך ווי זיי ווילן זאגן ביז היינט האט מען נישט געלערנט פשוט פשט, און זיי קומען זאגן פשוטו של מקרא. דאס טריגערט אסאך עמאושענס.

אמאל האט מען געוואוסט מען לערנט נישט קיין ספרים חיצונים, שפעטער האט מען געזאגט נ"ך איז נאך ערגער, היינט ווייסט מען שוין די תורה איז די הארבסטע. איך קען אידן וואס האבן געלערנט די תורה, זיי זענען געווען קלוגער, זיי האבן זיך איינגערעדט זיי מעגן יא, איך וויל נישט זאגן וואו זיי זענען אנגעקומען...

איינער ווייסט וואס עס שטייט אין די תורה? געוויסע ציטערן אויב מיר וועלן אויסגעפינען.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 12:14 pm

· #488206
יָדוֹרָש

איינער ווייסט וואס עס שטייט אין די תורה? געוויסע ציטערן אויב מיר וועלן אויסגעפינען.

מ׳האט שוין גענוג אשכולות דערוועגן פארשפארט, צו וואס עפענען נאך איינס, אז מ׳זאל האבן נאך אן אשכול צו פארשפארן? זעהט אויס אז קאוועשטיבל איז נישט געמאכט אויף בקשת האמת, וועם ס׳אינטערעסירט זייער שטארק קען גיין אין אנדערע פלעצער א שטייגער ווי thetorah.com.

יָדוֹרָש » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 1:03 pm

· #488213
רביה''ק זי''ע
יָדוֹרָש

איינער ווייסט וואס עס שטייט אין די תורה? געוויסע ציטערן אויב מיר וועלן אויסגעפינען.

מ׳האט שוין גענוג אשכולות דערוועגן פארשפארט, צו וואס עפענען נאך איינס, אז מ׳זאל האבן נאך אן אשכול צו פארשפארן? זעהט אויס אז קאוועשטיבל איז נישט געמאכט אויף בקשת האמת, וועם ס׳אינטערעסירט זייער שטארק קען גיין אין אנדערע פלעצער א שטייגער ווי thetorah.com.

די ווייסט וואס עס שטייט דארט? (מיין אישי איז אפען)

איז עס ווי רש''י אדער ווי די פשוטו של מקרא?

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 1:26 pm

· #488216
יָדוֹרָש
יעקב מעקסוועל
זייער גרעסטע טעות איז די נאמען, עס הערט זיך ווי זיי ווילן זאגן ביז היינט האט מען נישט געלערנט פשוט פשט, און זיי קומען זאגן פשוטו של מקרא. דאס טריגערט אסאך עמאושענס.

אמאל האט מען געוואוסט מען לערנט נישט קיין ספרים חיצונים, שפעטער האט מען געזאגט נ"ך איז נאך ערגער, היינט ווייסט מען שוין די תורה איז די הארבסטע. איך קען אידן וואס האבן געלערנט די תורה, זיי זענען געווען קלוגער, זיי האבן זיך איינגערעדט זיי מעגן יא, איך וויל נישט זאגן וואו זיי זענען אנגעקומען...

איינער ווייסט וואס עס שטייט אין די תורה? געוויסע ציטערן אויב מיר וועלן אויסגעפינען.

ידורש: ס'גייט נאך קומען א צייט ווען מ'וועט---אין געוויסע, פארהעיליגטע חסידות'ן---צענזורירן די תורה אויך. ספעציעל ווען ס'וועט נישט זיין אין איינקלאנג מיט די מעשיות פון'ם טאאטע. (מיט א חט"ף קמץ). ווייל דער איצטיגער העיליגער רעבא שליט"ע איז דאך א גרויסער מר בר רב אשי, כידוע...! און אויב ער וועט נישט קענען פשט אין א פסוק געיט ער עס מעקן. או.קעי. נישט אלעינס. ער'ט העיסן פאר זיינע כלבים (געטרייע משמשים בק')...! ער וועיסט דאך נישט...ביי אונז אין שטעיטל...!

דורש אמת » פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 5:39 pm

· #488409
<a class="postlink" href="https://onegshabbat.blogspot.com/2014/07/blog-post.html">https://onegshabbat.blogspot.com/2014/07/blog-post.html</a>

בערל ביסט געשלאפן ביז יעצט? אין סקווער האט מען שוין פון לאנג צענזורירט דעם חומש'ל.

berlbalaguleh » מוצ"ש דעצעמבער 18, 2021 6:37 pm

· #488412
דורש אמת: מ'האט נאר צענזורירט די עשרת הדיברות און פ' כי תצא (ווייל דארט שטעיט נישט קיין שעינע זאכן.). אבער דעם לא תבערו אש (עיש) האט מען נאכנישט צענזורירט. אבער לאחר מעשה שפיצער, האט מען דאס אויך שוין ארויסגעשניטן. ווייל דער העיליגע רעבע קען זיך (ח"ו) פילן געטראפן...!

פרימארגען » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 2:10 pm

· #488659
די ספר חומש איז פול מיט דברי מינות וכפירה, די וועג עס (נישט) צו לערנען איז מיט רש״י)

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 2:51 pm

· #488665
פרימארגן: דו ווייסט וואס ס'שטייט אין חומש? אז דער אייבישטער האט צוגעזאגט צו געבן ארץ ישראל פאר די אידישע קינדער. און דו וועיסט וואס רש"י זאגט נאך דערצו. די ערשטע רש"י אין פ' ברעישיס... געי לערן די רש"י 'עסטו שוין אליינס זעהן אז דאס איז א בפירוש'ע סטירה (לאל) פאר די שיט...עה פון די נטורי קרתא...ס'הייסט, מ'בארויבט דאך די וואוילע אומשולדיגע פאלעסטינער משפחות וואס לעבן שוין דארט מיליאנען יארן. זענען געקומען א פאר ציונימ'לאך און זיי געצווינגען אדורכצופיהרן מעשי רציחה אויף אידן...! פרעגטס נאר הרב שמאפלאן (קאפלאן) ווי גוט ס'איז געווען פאר די ציונים זענען געבוירן. די אידישע מאמעס האבן געהאנגען די גרעט (וועש) אויף איין שטריק מיט די אראב'קעס. און די אראבישע גוי'טעס האבן געבעיביסיט די אידישע קינדער...אוי איז דאס געווען א וועלט...אלעס זענען די ציונים ימ"ש וזכרם שולדיג...!
נו, אוואו זענען די קאמענטירערס און די לייקערס? יא. ענק ביידע מיין איך טאקע...!

יָדוֹרָש » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 2:54 pm

· #488666
פרימארגען
די ספר חומש איז פול מיט דברי מינות וכפירה, די וועג עס (נישט) צו לערנען איז מיט רש"י

די ראשונים פון וואו די פירוש ברענגט נאך זענען געווען מינים אדער כופרים?

רביה''ק זי''ע » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 3:11 pm

· #488672
ביידע

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 3:16 pm

· #488676
רביה"ק זי"ע: ס'איז נאך ווייט פון ר"ח אדר. אויך ס'איז דא 2 אדר'ס...!

רביה''ק זי''ע » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 3:34 pm

· #488678
כ׳מיין צוזאגן אז ווען זיי האבן עס געזאגט איז עס טאקע נאכנישט געווען כפירה דערפאר האבן זיי עס געמעגט זאגן, היינטיגע צייטן איז עס אבער כפירה טאר מען עס נישט זאגן.

חסיד פון ליטא » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 4:13 pm

· #488684
Re: חומש פשוטו של מקרא
לענ"ד איז די גאנצע מערכה פשוט א טאקטיק אז די אויפגעקלערטע זאלן אנהייבן לערנען חומש...
לאזט זיך נישט פארפירן

שמעון וואלף » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 1:37 am

· #488741
הרה"ג מוואדרידש שליט"א האט געזאגט א שטארקע שיעור בנוגע די טומל איבער די חומש פשוטו של מקרא, ווי ער איז מברר אז לית כאן בית מיחוש כלל. אודאי דארף מען ערשט לערנען רש"י און וויסן אז דאס איז כתורה מסיני, אבער פאר'ן היינטיגן דור בפרט איז אזא פירוש א גוטע זאך.

צום סוף פונעם דרשה רייסט ער ארינטער די וואס זיכן זיך אנצוכאפן אויף פירצות פון יחידים אבער ווען סאך ערגערע זאכן ווערן געטון דורך גרויסע קהילות, ווי למשל, בזיון תלמוד חכם און אויסרייסן געלט פאר די אייגענע כבוד פון מענטשן וואס מיטשען זיך אויף פרנסה, איז אין פוצה פה ומצפצף.

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 8:26 am

· #488746
טאקע דיך מיין איך: צוזאמען מיט דיין שותף (לדבר מצוה). עטץ האקטס אייביג אויף מיר (דו בשתיקה שבהסכמה) ווען איך רעד אקעגן די קארופטירטע מוסדות ווי בד"צ העדה החרדית. דא זעהסטו קלאר אז ס'איז נישט מער ווי פאליטיק און אגענדעס. די זעלבע איז געווען ביי די פרשה פון די גמרות פון שטיינזאלץ. איך ווייס נישט אויב דו האסט עס (שוין) מיטגעהאלטן, צוערשט האבן אלע היימישע (אונגערישע) אידן אין וויליאמסבורג געכאפט נאך די גמרות, כאטש הרב שטיינזאלץ האט קלאר געשריבן אין די הקדמה פאר וועם ער האט געמאכט זיין פירוש, בפירוש נישט פאר אידן וועלכע קענען נישט רעדן און פארשטיין עברית/העברעאיש. ס'איז געווען א מין סטאטוס, בימים ההם. ביז די בד"צ העדה החרדית איז ארויסגעקומען אקעגן דעם, ממילא איז שוין די אמעריקאנער סאטמאר'ע פאליטיק אויך געפארן מיט דעם, פלוצלינג זענען די גמרות געווארן פסול, כאטש הרב שטיינזאלץ האט געגעבן א הסבר וויאזוי די סקאנדאל האטציך דערקייקלט, שלא ברצונו. ער האט אויך געזאגט אז ער געט צוריק די געלט פאר א יעדן וואס ברענגט זיין פירוש אויף גמרא אדער אן אנדער ספר ווייל ר'איז נישט צופרידן. נאכדעם האט מען שוין געטראפן א פסול נישט נאר אין מחבר, נאר אויך אין די גמרות אליינס.. דער עולם האט עס געווארפן אין גארבידזש און (הטובים שבהם) אין שמות אין גרויסן...!

יעקב מעקסוועל » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 1:57 pm

· #488765
איך האב אריינגעקוקט אין די חומש שבת, איך האב געזען בלויז ערליכע פשטים.

רוב פון די קנאים ווייסן אפילו נישט וואס עס מיינט א נישט ערליכע פשט... אלס איינער וואס טוט אין די ענינים, קען איך מעיד זיין איך האב גארנישט געטראפן אין די חומש 😂

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 5:31 pm

· #488781
יעקב מעקסוועל: דא איז פאסיג נאכצוזאגן א (גוט) ווארט פון א חשוב'ן איד..."לא תמצא כלום, כי אין כלום"...נו, לאמיר זעהן ווער דער בעל המימרא איז...?!

נ.ב.: ער האט עס געזאגט א ביסל אנדערש...!

קהל'ס נער » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 6:05 pm

· #488788
berlbalaguleh
יעקב מעקסוועל: דא איז פאסיג נאכצוזאגן א (גוט) ווארט פון א חשוב'ן איד..."לא תמצא כלום, כי אין כלום"...נו, לאמיר זעהן ווער דער בעל המימרא איז...?!

נ.ב.: ער האט עס געזאגט א ביסל אנדערש...!

אין כת"י פון ר' ביבי'לע נתניה'ער ווערט געברעינגט: לא יהיה כלום כי אין כלום.

האבן צדיקים געטייטשט: פארוואס טאקע לא יהיה כלום, ווייל כי אין כלום, א טיף ווארט והבן.

שמעון וואלף » מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 12:52 am

· #488826
berlbalaguleh
טאקע דיך מיין איך: צוזאמען מיט דיין שותף (לדבר מצוה). עטץ האקטס אייביג אויף מיר (דו בשתיקה שבהסכמה) ווען איך רעד אקעגן די קארופטירטע מוסדות ווי בד"צ העדה החרדית. דא זעהסטו קלאר אז ס'איז נישט מער ווי פאליטיק און אגענדעס. די זעלבע איז געווען ביי די פרשה פון די גמרות פון שטיינזאלץ. איך ווייס נישט אויב דו האסט עס (שוין) מיטגעהאלטן, צוערשט האבן אלע היימישע (אונגערישע) אידן אין וויליאמסבורג געכאפט נאך די גמרות, כאטש הרב שטיינזאלץ האט קלאר געשריבן אין די הקדמה פאר וועם ער האט געמאכט זיין פירוש, בפירוש נישט פאר אידן וועלכע קענען נישט רעדן און פארשטיין עברית/העברעאיש. ס'איז געווען א מין סטאטוס, בימים ההם. ביז די בד"צ העדה החרדית איז ארויסגעקומען אקעגן דעם, ממילא איז שוין די אמעריקאנער סאטמאר'ע פאליטיק אויך געפארן מיט דעם, פלוצלינג זענען די גמרות געווארן פסול, כאטש הרב שטיינזאלץ האט געגעבן א הסבר וויאזוי די סקאנדאל האטציך דערקייקלט, שלא ברצונו. ער האט אויך געזאגט אז ער געט צוריק די געלט פאר א יעדן וואס ברענגט זיין פירוש אויף גמרא אדער אן אנדער ספר ווייל ר'איז נישט צופרידן. נאכדעם האט מען שוין געטראפן א פסול נישט נאר אין מחבר, נאר אויך אין די גמרות אליינס.. דער עולם האט עס געווארפן אין גארבידזש און (הטובים שבהם) אין שמות אין גרויסן...!

בערל דו זאגסט גוטע זאכן, מ'דארף נאר וויסן ווען און ווי, און אויך נישט איבער זאגן הונדרעט מאל די זעלבע זאך.

מורינו ורבנו » פרייטאג דעצעמבער 24, 2021 9:46 am

· #489091
איך האב גארנישט געזען שלעכט אין דעם חומש.

לדעתי איז דאס א שטורעם אין א גלעזל וואסער.

לאמיר שוין זאגן אז ס'איז יא א פירצה, פרעג איך אייך, איז דאס טאקע וואס שטערט היינט דעם דור? - אז טויזנטע בחורים זענען אויף די גאס, פיינע און כשר'ע בחורים, דאס איז בסדר, אויף דעם דארף מען נישט שרייען? - אז דער שידוכים סיסטעם איז א קריזיס, איז שוין רואיג? - אז געוויסע פונקציעס אין אונזערע מוסדות דארף אן ערנסטער תיקון איז שוין בסדר?

פשוטו של מקרא איז א פראבלעם?

די מענטשן וואס הויבן אויף א קול זעקה אויף דעם ענין, הגם איך זעה נישט דער פראבלעם, אבער לאמיר שוין זאגן אז ס'איז יא א פראבלעם, איז דאס טאקע אויף וואס מען דארף לייגן דעם גאנצן געוויכט מוחה צו זיין און פארפירן? - איז דאס וואס מען דארף יעצט אצינד טון, ארויסקומען אין א מערכה?

עס איז אפאר משוגעים וואס זוכן אנצופילן זייער חלל אין הארץ, זייער מחסור אין געפיל אז זיי נעמען זיך נישט גענוג אן פאר גאט ב"ה, טוט מען געוויסע זאכן צו בארואיגן די אייגענע געפילן.

נעבעך.

און כ'אב שוין צופיל גערעדט אויף אידישע קינדער... זיי זענען אויך אידן.

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 24, 2021 1:11 pm

· #489100
מורנו ורבינו: מ'דארף זיך אנגרייטן פרנסה אויף ווען מ'קומט (אי"ה) צוריק פון פלארידע אדער קאליפארניע, מיט אן אפגעבראטענעם חלק אחורי-ם. אוי. וואס וועט קוב"ה, כביכול טון ווילאנג זיי בראטן זיך בעירום ובחוסר כל...דאס אידישקייט קען נאך (ח"ו) אונטערגיין...ברוך שנתן עמו ותורתו לשומרים (קארטלעך.)...!

תרמב » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 3:38 pm

· #489319
די מערכה גייט שוין ארויף א שטאפל
📎 קול קורא במדבר.jpeg

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 3:51 pm

· #489324
שמעון וואלף
בערל דו זאגסט גוטע זאכן, מ'דארף נאר וויסן ווען און ווי, און אויך נישט איבער זאגן הונדערט מאל די זעלבע זאך.

ווען איך ריר אן דיין, און דיין שותף'ס ..."סאטמאר'ע"... נערוו, דאמאלס איז נישט די ריכטיגע צייט...! לאל. איך מיין נישט די אריגינאלע סאטמאר. נאר די היינטיגע קוגל. מיט די היינטיגע הוגי דיעות, שאין צורך לפורטם כי ידועים הם...!

קהל'ס נער » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 4:58 pm

· #489343
מורינו ורבנו
איך האב גארנישט געזען שלעכט אין דעם חומש.

לדעתי איז דאס א שטורעם אין א גלעזל וואסער.

לאמיר שוין זאגן אז ס'איז יא א פירצה, פרעג איך אייך, איז דאס טאקע וואס שטערט היינט דעם דור? - אז טויזנטע בחורים זענען אויף די גאס, פיינע און כשר'ע בחורים, דאס איז בסדר, אויף דעם דארף מען נישט שרייען? - אז דער שידוכים סיסטעם איז א קריזיס, איז שוין רואיג? - אז געוויסע פונקציעס אין אונזערע מוסדות דארף אן ערנסטער תיקון איז שוין בסדר?

פשוטו של מקרא איז א פראבלעם?

די מענטשן וואס הויבן אויף א קול זעקה אויף דעם ענין, הגם איך זעה נישט דער פראבלעם, אבער לאמיר שוין זאגן אז ס'איז יא א פראבלעם, איז דאס טאקע אויף וואס מען דארף לייגן דעם גאנצן געוויכט מוחה צו זיין און פארפירן? - איז דאס וואס מען דארף יעצט אצינד טון, ארויסקומען אין א מערכה?

עס איז אפאר משוגעים וואס זוכן אנצופילן זייער חלל אין הארץ, זייער מחסור אין געפיל אז זיי נעמען זיך נישט גענוג אן פאר גאט ב"ה, טוט מען געוויסע זאכן צו בארואיגן די אייגענע געפילן.

נעבעך.

און כ'אב שוין צופיל גערעדט אויף אידישע קינדער... זיי זענען אויך אידן.

זאגסט זייער גיט, כ'קען דיך אבער נישט לייקען ווייל כ'האב מורא אז אנדערע וועלן ווערן באליידיגט..... וד"ל

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 8:08 pm

· #489375
קהל'ס נער: יא. איך בין שטארק באליידיגט און פיהל זיך געטראפן. אפילו דו האסט נישט געלייקט מורינו ורבינו'ס תגובה. ווייל איך בין א מנהל/משגיח אין א ישיבה פון 250 בחורים. אלע געקליבענע מצויינים. איך בין זייער שטארק אויפגעבראכט אויף די חוצפה פון טאטעס וועלכע האבן א הוה אמינא אפילו צו שיקן זייערע בחורים וועלכע זענען (נעבעך) נאר בינונים אדער שוואכער צו אונזערע טויערן. זיי ברענגען נאר אן די צייט פון אונזערע משגיחים און פארהערערס. ווייל אין אונזער ישיבה. כדי צו ווערן אנגענומען מוז א בחור קענען לכה"פ האלב ש"ס ( וועלכע העלפט זאג איך נישט.) מיט אלע מפרשים וואס זענען מחובר צו די גמרות ווי מהרש"א, מהר"ם מהרש"ל, און נאך. און וויסן א יעדן (שווערן) בלע"ז ווארט פון רש"י. וואס דער מתרגם ברענגט. און וואס ער ברענגט נישט.אויך דארפן זיי ברענגען א כתב המלצה פון 3 (גרויסע) רבנים. און אויך א רעפארט פון טאטנ'ס באנק אקאונט/ס. ווי אויך דעם (אמת'דיגן) טעקס פארם...!

ששון ושמחה » מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 8:27 pm

· #511997
די ליטווישע גדולים
📎 FhjytbMXwAk7eAI.jpeg

היסטאריע » מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 11:52 pm

· #512010
זיי האבן א פוינט. רש"י גייט מיט חז"ל און האלט אז דאס איז פשט, אנדערע ראשונים גייען נישט מיט חז"ל, אבער מען האט אייביג אנגענומען אז דער מהלך פין רש"י איז פשט.
די משכילים האבן געהאלטען אז מען דארף גיין מיט פשט, נישט מיט חז"ל, ממילא איז א חומש וואס שרייבט פשוטו, און לערנט פשט אין פסוק ווי די פשטנים, איז פארקערט וואס מען האט אייביג געהאלטען איז פשט, און האט א ריח פין השכלה.

פארוואס האלטען די פשוטו של מקרא מענטשן אז די מהלך פין די פשטנים איז פשט?

יין שרף » דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 12:24 am

· #512013
היסטאריע
זיי האבן א פוינט. רש"י גייט מיט חז"ל און האלט אז דאס איז פשט, אנדערע ראשונים גייען נישט מיט חז"ל, אבער מען האט אייביג אנגענומען אז דער מהלך פין רש"י איז פשט.
די משכילים האבן געהאלטען אז מען דארף גיין מיט פשט, נישט מיט חז"ל, ממילא איז א חומש וואס שרייבט פשוטו, און לערנט פשט אין פסוק ווי די פשטנים, איז פארקערט וואס מען האט אייביג געהאלטען איז פשט, און האט א ריח פין השכלה.

פארוואס האלטען די פשוטו של מקרא מענטשן אז די מהלך פין די פשטנים איז פשט?
שיש פשט ויש דרש (וכן רמז וסוד). וכיון שרש"י יסד פירושו ע"פ מדר"ש זהו מחלק הדרש, והמפרשים כפשטו כגון רשב"ם וכדו' זהו הפש"ט כפשוטו של מקרא.

ועיין מש"כ הרשב"ם בפ' וישב בענין זה.

שמן למאור » דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 1:42 am

· #512018
יין שרף
ועיין מש"כ הרשב"ם בפ' וישב בענין זה.
וועלכע שטיקל אין פרשת וישב מיינסטו?

ששון ושמחה » דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 7:48 am

· #512022
.
📎 IMG_20221115_074551_092.jpg

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 8:16 am

· #512023
שטעלטס ענק פאר ווען דער אברבנאל וואלט ווען געלעבט היינצוטאגס און געשריבן זיין פירוש על תנ"ך, מ'וואלט ווען עם מיט זיינע ספרים ארויסגעווארפן פון יעדן בית המדרש.

היסטאריע » דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 5:42 pm

· #512037
יין שרף
ועיין מש"כ הרשב"ם בפ' וישב בענין זה.
זאגסט שיינע מראה מקומות, ר'ש"י זאגט מער פון איינמאל אז ער גייט מפרש זיין פשוטו של מקרא. אנדערע האלטען אז רש"י איז דרש, פיין, אבער נישט אזוי האט מען אנגענומען, און דוקא די משכילים האט עס געבאדערט, און געוואלט מפרש זיין ווי מען קען ווי די פשטנים.

איך וויל דיר פרעגן, מאכט סענס צו זאגען פשט אין פסוק פארקערט ווי חז"ל? איי דער אברבנאל וכו', זיי האבן געהאלטען אז מען מעג, אבער וויבאלד די משכילים האבן עס געקויפט, ווערט עס טאטשי, און מען ברויך זיך וואטשען וואס מען טוט.

אזוי האלטן די רבנים האוסרים. איך פערזעהנליך נעם נישט קיין שטעלונג אין דעם, אבער איך פארשטיי זיי.

קהל'ס נער » דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 8:02 pm

· #512041
די גרעסטע ראיה אז רש"י גייט כפשוט של מקרא, איז ווי עס שטייט קלאר און רש"י, בראשית ברא. אין המקרא הזה אומר אלא "דרשני" כמו שדרשו חז"ל וכו', און פארשטייט זיך לויט די פאשקעוויל שרייבערס איז מען מגיה רש"י, צי אין המקרא הזה אומר אלא "פשטני" כמו שפשטו חז"ל וכו'
האט מען א קלארע ראיה אז רש"י איז א פשטן, ולהשומע ינעם... נו בערל ענדיג צי.....

כ'דערמאן מיך, אין כולל האב איך געהאט א חבר וואס פלעגט אריינלערנען פשטים אין רמב"ם וואס האבן נישט געשטימט אפילו פאר א פורים תורה, איך האב אים געזאגט "דו האלטסט אנדערש פונעם רמב"ם, נישט קיין פראבלעם, שרייב א תשובה אקעגן דעם רמב"ם, אבער לייג נישט אריין קיין ווערטער פארן רמב"ם אין מויל, ער שטיקט זיך שוין כמעט.

היסטאריע » דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 10:35 pm

· #512045
וישמעו – יש מדרשי אגדה רבים, וכבר סדרום רבותינו על מכונם בבראשית רבה (בראשית רבה י״ט:ז׳-ח׳) ושאר מדרשות. ואני לא באתי אלא לפשוטו של מקרא, לאגדה המישבת דברי המקרא, ופשוטו ושמועתו, דבר דבור על אופניו

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 10:47 pm

· #513725
שמן למאור
וועלכע שטיקל אין פרשת וישב מיינסטו?
יעצט זעה איך אז קרן זוית האט געעפנט אן אשכול דערוועגן:
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=13&t=15712

יאסל ראקאווער » דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 12:40 am

· #513727
איך האב א שטיקל טעאריע פארוואס רב שמעיה גרינבוים שליט"א וואס ווי באקאנט איז ער אויך א איש השכל, פארוואס ער איז ארויס אזוי שטארק אנטקעגן די חומש פשש"מ.

למעשה פון די שטארקע טענות וואס ס'איז דא אויף די חומש, כביכול אז מ'איז משיג גבול אויף רש"י'ס ביזנעס, און ווי רב רייזמאן שרייבט און זיין בריוו "לא יאות שם זה למפרשי התורה מלבד רש"י שזכה להיות המפרש 'פשוטו של מקרא', וכלשונו כמה פעמים: 'ואני לפרש פשוטו של מקרא באתי'. וראוי שעל כסאו לא ישב זר ולא ינחלו אחרים את כבודו וכתר"

די כביכול ",ביזנעס טענה" האט מען שוין געהאט אויף קהתי און ארטסקרול אויך. יעצט אז די מערכה האט אויפגעפלאקערט זיצט רב גרינבוים פול מיט פחד ווייל למעשה איז ער אויך א מחבר פון די הערליכע פשוטה של משנה רויטע חיבור בסיעתה ד'ש'מ'ע'י'ה ציטערט ער ווי א פיש. וואס טוט אזא איד? ער גייט אויף די offense. ער איז די פאן טרעגער פון די מערכה, קען מען אים נישט אטאקירן!

שמעון וואלף » דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 12:52 am

· #513728
יאסל ראקאווער

געפעלט מיר וואס די שרייבסט. נישט אז איך בין מסכים, נאר איך האב הנאה פון דיין מהלך המחשבה.

היסטאריע » דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 3:47 pm

· #513775
לויט דיר, האלטען אלע אוסרים אז דער פירוש פשוטו איז בעסער פין רש"י, און דערפאר האבן זיי מורא.

נעה, רש"י איז א קדמון, עס איז נישט שייך אז א היינטיגע זאל מאכן עפעס בעסער.

קיינער וועט נישט אויפהערן לערנען רש"י און נאר לערנען פשוטו. בפרט ווען עס איז אויף דער זעלבער פעידזש.

אבער אפשר יא?

בר גיורא » מוצ"ש דעצעמבער 31, 2022 3:44 pm

· #514728
מעניין לעניין...
📎 Screenshot 2022-12-31 224106.png

בר גיורא » מיטוואך יאנואר 4, 2023 5:18 pm

· #515050
שיעור מהרב יחיאל גולדהבר בעניין "פשוטו של מקרא",
https://drive.google.com/drive/folders/1PjxAM5meW1l1y4BH357OX13h6vxI7GeG?usp=share_link

אינטערסאנטער » מיטוואך יאנואר 4, 2023 7:28 pm

· #515052
בר גיורא
שיעור מהרב יחיאל גולדהבר בעניין "פשוטו של מקרא",
https://drive.google.com/drive/folders/1PjxAM5meW1l1y4BH357OX13h6vxI7GeG?usp=share_link
וואס האט די שיעור מיט קירלהאזא שוהל (אויפ'ן צעטל שטייט אז עס קומט פאר אין בית המדרש ברכת מנחם). אויך די ווידיאו שטייט די ווארט "דף קירלהאזא" און מען זעט דארט פון אנפאג שיעור הרה"ג ר' אהרן מאיר מייזליש ראש הכולל קירלהאזא.
בלאט: 1 2